זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
ס'דא די באקאנטע משל וואס די מאמין האט געמאלן עפעס א שיינע מעלעריי, האט די אפיקורוס געפרעיגט ווער האט עס געמאלן, האט די מאמין גענטפערט אז זיין טינט האט זיך אויסגעגאסען און ס'פינקט געלונגען אזא שיינע מעלעריי, האט די אפיקורוס געזאגט ס'נישט מעגליך, האט די מאמין גענטפערט ישמעו אזניך מה שפיך מדברת, ס'איז נישט מעגליך אז די וועלט איז אליין באשאפן געווארען.
למעשה גערעדט איז דא א טשענס, איינס פון א טריליאן שבטריליאן מאל טריליאן שבטריליאן וכו' וויפיל מאל טריליאן די ווילסט, אבער עפעס א טשענס איז דא, און אויף דעים זאגט מען ס'נישט מעגליך.
אויב אזוי וויאזוי קען מען געווינען די לאטערי, ס'אויך נאר דא איינס פון א ביליאן טשענס צי געווינען?
ואת"ל אז א לאטערי איז איינס פון א ביליאן משא"כ די וועלט איז איינס פון טריליאן שבטריליאן וכו',
איז מיין קשיא אז קלענער טשענס מאכט עפעס נישט ווייניגער מעגליך.
למשל, איז ווארפן א קוואדער אויפן קאפ מער מעגליך ווי געווינען די לאטערי? ניין, ביידע זענען די זעלבע מעגליך די חילוק איז נאר וויפיל טשענס ס'דא, וואס ביי א קוואדער איז 1 פון 2, און ביי לאטערי איז 1 פון ביליאן, די זעלבע ביי וועלט באשאפן פון זיך אליין איז פינקט אזוי מעגליך ווי א קוואדער זאל פאלן אויפן קאפ, כאטשיג די טשענסעס זענען נישטיג.
וואס זענען די טשאנסען אז ווען איך ווארף אראפ א קוואדער וועט עס פאלן אויפן קאפ? 50%.
וואס איז אויב נעם איך נאך א קוואדער, וואס וועט זיין די טשאנסען ס'זאל פאלן אויפן קאפ? 50%.
וואס איז אויב איך ווארף אראפ 2 קוואדערס אויף אמאל, וואס זענען די טשאנסען אז ביידע וועלן פאלן אויפן קאפ? 25%.
וויל איך וויסן וויאזוי ווייסן די קוואדערס אז איך ווארף זיי אראפ אויף איינמאל אז זיי זאלן יעצט נידערן די טשאנסן צי פאלן אויפן קאפ צי 25%?
קהל'ס נער: איך גיי נישט ענטפערן פאר וואלווי. ווייל ער איז אויפגערעגט. אבער פאר דיר (און א יעדער וואס וויל הערן) זאג איך אז די חברה וועלכע האלטן אז רב קהתי איז א שייגעץ זאגן אויף איהם אויך שר"י. זיכער , נישט קיין נארמאלער מענטש. אבער זיי זענען דאך (ליידער) תינוקות שנשבו. ברעינוואש'ד. אז זיי קענען מאכן א..."לחיים"... און א רקידה'לע ווען זיי האבן געהערט די בשורה אז הרב שטיינמאן זצ"ל איז נפטר געווארן, קענמען גלייבן אלעס...!
קהל'ס נערוואס זענען די טשאנסען אז ווען איך ווארף אראפ א קוואדער וועט עס פאלן אויפן קאפ? 50%.
וואס איז אויב נעם איך נאך א קוואדער, וואס וועט זיין די טשאנסען ס'זאל פאלן אויפן קאפ? 50%.
וואס איז אויב איך ווארף אראפ 2 קוואדערס אויף אמאל, וואס זענען די טשאנסען אז ביידע וועלן פאלן אויפן קאפ? 25%.
וויל איך וויסן וויאזוי ווייסן די קוואדערס אז איך ווארף זיי אראפ אויף איינמאל אז זיי זאלן יעצט נידערן די טשאנסן צי פאלן אויפן קאפ צי 25%?
ס'איז פשוט ווייל דו ווילסט
דוקא אז די צוויי 50 פראצענטס זאלן זיך צאמשטעלן
דייקא ווי אזוי דו פונקט ווילסט. מיינענדיג, אויב ווארפסטו צוויי מטבע'ס (וואס דו קענסט פונאנדערשיידן) און דו ווילסט מטבע א' זאל אויסקומען דייקא העדס און מטבע ב' דייקא טעילס דאן איז דאס אויך א 25% שאנס - ווייל דו ווילסט דייקא די 50% העדס פון מטבע א'
צוזאמען מיט דייקא די 50% טעילס פון מטבע ב'. אין אזא פאל מאָלטיפּליי איך די פראצענטן פון יעדעס זאך פאר זיך צו באקומען די פראבעביליטי פון דאס גאנצע שפיל צוזאמען - 1/2 מאל 1/2 איז 1/4.
קהל'ס נערס'דא די באקאנטע משל וואס די מאמין האט געמאלן עפעס א שיינע מעלעריי, האט די אפיקורוס געפרעיגט ווער האט עס געמאלן, האט די מאמין גענטפערט אז זיין טינט האט זיך אויסגעגאסען און ס'פינקט געלונגען אזא שיינע מעלעריי, האט די אפיקורוס געזאגט ס'נישט מעגליך, האט די מאמין גענטפערט ישמעו אזניך מה שפיך מדברת, ס'איז נישט מעגליך אז די וועלט איז אליין באשאפן געווארען.
למעשה גערעדט איז דא א טשענס, איינס פון א טריליאן שבטריליאן מאל טריליאן שבטריליאן וכו' וויפיל מאל טריליאן די ווילסט, אבער עפעס א טשענס איז דא, און אויף דעים זאגט מען ס'נישט מעגליך.
אויב אזוי וויאזוי קען מען געווינען די לאטערי, ס'אויך נאר דא איינס פון א ביליאן טשענס צי געווינען?
ואת"ל אז א לאטערי איז איינס פון א ביליאן משא"כ די וועלט איז איינס פון טריליאן שבטריליאן וכו',
איז מיין קשיא אז קלענער טשענס מאכט עפעס נישט ווייניגער מעגליך.
למשל, איז ווארפן א קוואדער אויפן קאפ מער מעגליך ווי געווינען די לאטערי? ניין, ביידע זענען די זעלבע מעגליך די חילוק איז נאר וויפיל טשענס ס'דא, וואס ביי א קוואדער איז 1 פון 2, און ביי לאטערי איז 1 פון ביליאן, די זעלבע ביי וועלט באשאפן פון זיך אליין איז פינקט אזוי מעגליך ווי א קוואדער זאל פאלן אויפן קאפ, כאטשיג די טשענסעס זענען נישטיג.
נו, ס'איז אויך 'מעגליך' אז די טינט זאל זיך פינקט אויסגיסן אויף אן אופן אז ס'זאל ווערן א בילד,
אלעס קען טאקע זיין 'מעגליך' אבער ווי ווייניגער מעגליך עס איז, אלץ מער איז די סברה צו זאגן אז עפעס אנדערש האט עס געמאכט
(ביי די בילד- דעם ארטיסט, ביים וועלט- גאט)
berlbalagulehקהל'ס נער: איך גיי נישט ענטפערן פאר וואלווי. ווייל ער איז אויפגערעגט. אבער פאר דיר (און א יעדער וואס וויל הערן) זאג איך אז די חברה וועלכע האלטן אז רב קהתי איז א שייגעץ זאגן אויף איהם אויך שר"י. זיכער , נישט קיין נארמאלער מענטש. אבער זיי זענען דאך (ליידער) תינוקות שנשבו. ברעינוואש'ד. אז זיי קענען מאכן א..."לחיים"... און א רקידה'לע ווען זיי האבן געהערט די בשורה אז הרב שטיינמאן זצ"ל איז נפטר געווארן, קענמען גלייבן אלעס...!
זיין טענה איז אפילו די ניצט עס נאר צי חוזק מאכן פון די משוגעים, איז עס נישט ריכטיג/אויסגעהאלטען צי ניצן די ווארט.
עצי שטיםקהל'ס נערס'דא די באקאנטע משל וואס די מאמין האט געמאלן עפעס א שיינע מעלעריי, האט די אפיקורוס געפרעיגט ווער האט עס געמאלן, האט די מאמין גענטפערט אז זיין טינט האט זיך אויסגעגאסען און ס'פינקט געלונגען אזא שיינע מעלעריי, האט די אפיקורוס געזאגט ס'נישט מעגליך, האט די מאמין גענטפערט ישמעו אזניך מה שפיך מדברת, ס'איז נישט מעגליך אז די וועלט איז אליין באשאפן געווארען.
למעשה גערעדט איז דא א טשענס, איינס פון א טריליאן שבטריליאן מאל טריליאן שבטריליאן וכו' וויפיל מאל טריליאן די ווילסט, אבער עפעס א טשענס איז דא, און אויף דעים זאגט מען ס'נישט מעגליך.
אויב אזוי וויאזוי קען מען געווינען די לאטערי, ס'אויך נאר דא איינס פון א ביליאן טשענס צי געווינען?
ואת"ל אז א לאטערי איז איינס פון א ביליאן משא"כ די וועלט איז איינס פון טריליאן שבטריליאן וכו',
איז מיין קשיא אז קלענער טשענס מאכט עפעס נישט ווייניגער מעגליך.
למשל, איז ווארפן א קוואדער אויפן קאפ מער מעגליך ווי געווינען די לאטערי? ניין, ביידע זענען די זעלבע מעגליך די חילוק איז נאר וויפיל טשענס ס'דא, וואס ביי א קוואדער איז 1 פון 2, און ביי לאטערי איז 1 פון ביליאן, די זעלבע ביי וועלט באשאפן פון זיך אליין איז פינקט אזוי מעגליך ווי א קוואדער זאל פאלן אויפן קאפ, כאטשיג די טשענסעס זענען נישטיג.
נו, ס'איז אויך 'מעגליך' אז די טינט זאל זיך פינקט אויסגיסן אויף אן אופן אז ס'זאל ווערן א בילד,
אלעס קען טאקע זיין 'מעגליך' אבער ווי ווייניגער מעגליך עס איז, אלץ מער איז די סברה צו זאגן אז עפעס אנדערש האט עס געמאכט
(ביי די בילד- דעם ארטיסט, ביים וועלט- גאט)
כ'הער, קומט אויס אז ס'נישט קיין עכטע הוכחה, ס'איז נאר אז סטאטיסטיקלי גערעדט איז יא דא א גאט.
מי אניקהל'ס נערוואס זענען די טשאנסען אז ווען איך ווארף אראפ א קוואדער וועט עס פאלן אויפן קאפ? 50%.
וואס איז אויב נעם איך נאך א קוואדער, וואס וועט זיין די טשאנסען ס'זאל פאלן אויפן קאפ? 50%.
וואס איז אויב איך ווארף אראפ 2 קוואדערס אויף אמאל, וואס זענען די טשאנסען אז ביידע וועלן פאלן אויפן קאפ? 25%.
וויל איך וויסן וויאזוי ווייסן די קוואדערס אז איך ווארף זיי אראפ אויף איינמאל אז זיי זאלן יעצט נידערן די טשאנסן צי פאלן אויפן קאפ צי 25%?
ס'איז פשוט ווייל דו ווילסט
דוקא אז די צוויי 50 פראצענטס זאלן זיך צאמשטעלן
דייקא ווי אזוי דו פונקט ווילסט. מיינענדיג, אויב ווארפסטו צוויי מטבע'ס (וואס דו קענסט פונאנדערשיידן) און דו ווילסט מטבע א' זאל אויסקומען דייקא העדס און מטבע ב' דייקא טעילס דאן איז דאס אויך א 25% שאנס - ווייל דו ווילסט דייקא די 50% העדס פון מטבע א'
צוזאמען מיט דייקא די 50% טעילס פון מטבע ב'. אין אזא פאל מאָלטיפּליי איך די פראצענטן פון יעדעס זאך פאר זיך צו באקומען די פראבעביליטי פון דאס גאנצע שפיל צוזאמען - 1/2 מאל 1/2 איז 1/4.
כ'וועל דא שרייבן עפעס שלא מן הענין, @מי אני פליז ווער נישט באליידיגט
די ביסט לדעתי א genius, און ווען די רעדסט קלאר, דאן איז עס מורה'דיג,
אבער אסאך מאל קען איך ממש נישט פארשטיין וואס די רעדסט,
די ברענגסט ווי דר. זיבעלשטיין האלט אז די נוקלאערע ביינאזאמשטעל פון די אינימישער געזעלשאפטליכער בארייכערונג איז גאר א סתירה צום מהלך פון פרפ. עדעלאוויצקי, וואס שרייבט אז די סאציאלער ווערבראכטונג טוט קלאר פארשפרייטן די מיסטישער גלייכגעריכט פונעם אויבערשטן פראוועקאציעסדיגען טעאריעס
בקיצור, די שרייבסט ממש פאר פראפעסארן, און איך קליינע מענטשעלע פארשטיי קוים וואס די ווערטער מיינען
רוב עולם שרייבט דא ווי 'רש''י' און די שרייבסט ווי די 'אבן עזרא'
ווען עס קומט שוין יא צו א קלארע תגובה, ווי די דאזיגע, זע איך וואס איך טו אלץ פארפאסן,
פליז שרייב מער אויף אן אופן, אז די פשיטי בני עם, זאלן אויך קענען פארשטיין
אז מען רעדט שוין פון דעם ענין איז מיר לעצטנס אייגעפאלן אז עס איז באוויסט די לשון פון די ראשונים אז עס איז נישט דא קיין בנין אן א בויער, און קיין בילד אן קיין מעלער.
לכאורה וואלט מען עס היינט געדארפט טוישן צו ”עס איז נישט דא קיין געזעצן אן קיין לעג’יסלעיטער”
עצי שטיםמי אניקהל'ס נערוואס זענען די טשאנסען אז ווען איך ווארף אראפ א קוואדער וועט עס פאלן אויפן קאפ? 50%.
וואס איז אויב נעם איך נאך א קוואדער, וואס וועט זיין די טשאנסען ס'זאל פאלן אויפן קאפ? 50%.
וואס איז אויב איך ווארף אראפ 2 קוואדערס אויף אמאל, וואס זענען די טשאנסען אז ביידע וועלן פאלן אויפן קאפ? 25%.
וויל איך וויסן וויאזוי ווייסן די קוואדערס אז איך ווארף זיי אראפ אויף איינמאל אז זיי זאלן יעצט נידערן די טשאנסן צי פאלן אויפן קאפ צי 25%?
ס'איז פשוט ווייל דו ווילסט
דוקא אז די צוויי 50 פראצענטס זאלן זיך צאמשטעלן
דייקא ווי אזוי דו פונקט ווילסט. מיינענדיג, אויב ווארפסטו צוויי מטבע'ס (וואס דו קענסט פונאנדערשיידן) און דו ווילסט מטבע א' זאל אויסקומען דייקא העדס און מטבע ב' דייקא טעילס דאן איז דאס אויך א 25% שאנס - ווייל דו ווילסט דייקא די 50% העדס פון מטבע א'
צוזאמען מיט דייקא די 50% טעילס פון מטבע ב'. אין אזא פאל מאָלטיפּליי איך די פראצענטן פון יעדעס זאך פאר זיך צו באקומען די פראבעביליטי פון דאס גאנצע שפיל צוזאמען - 1/2 מאל 1/2 איז 1/4.
כ'וועל דא שרייבן עפעס שלא מן הענין, @מי אני פליז ווער נישט באליידיגט
די ביסט לדעתי א genius, און ווען די רעדסט קלאר, דאן איז עס מורה'דיג,
אבער אסאך מאל קען איך ממש נישט פארשטיין וואס די רעדסט,
די ברענגסט ווי דר. זיבעלשטיין האלט אז די נוקלאערע ביינאזאמשטעל פון די אינימישער געזעלשאפטליכער בארייכערונג איז גאר א סתירה צום מהלך פון פרפ. עדעלאוויצקי, וואס שרייבט אז די סאציאלער ווערבראכטונג טוט קלאר פארשפרייטן די מיסטישער גלייכגעריכט פונעם אויבערשטן פראוועקאציעסדיגען טעאריעס
בקיצור, די שרייבסט ממש פאר פראפעסארן, און איך קליינע מענטשעלע פארשטיי קוים וואס די ווערטער מיינען
רוב עולם שרייבט דא ווי 'רש''י' און די שרייבסט ווי די 'אבן עזרא'
ווען עס קומט שוין יא צו א קלארע תגובה, ווי די דאזיגע, זע איך וואס איך טו אלץ פארפאסן,
פליז שרייב מער אויף אן אופן, אז די פשיטי בני עם, זאלן אויך קענען פארשטיין
ערגעץ ווי אין שטיבל איז דא א אינטערוויו מיט מי אני, פון דארט האב איך פארשטאנען אז די אלע קאמפלעצירטע תגובות שרייבט ער נישט פאר אונז צו פארשטיין, סאיז פשוט א מראה מקום פאר זיך וואס ער פארשרייבט זיך, סתם אזוי האב איך א קלער אז מי אני איז א ראבאט......
דריי חברים זענען געגאנגען צוזאמען אין א רעסטעראנט קויפן עסן, ביים באצאלן האט עס אויסגעקומען צו $30 , האט יעדער געצאלט צען דאלער,
די קאשיר האט איבערגעמאכט די חשבון און געזען אז באמת איז נאר די פרייז $25 ער דארף צוריק געבן $5,
אבער היות ער איז נישט געווען זיכער וויאזוי מען צעטיילט פינעף אין דריי, האט ער צוריקגעגעבן פאר יעדן איין דאלער, און די איבריגע צוויי דאלער האט ער אריינגעלייגט אין טאש
קומט אויס אז למעשה האט יעדער נאר געגעבן ניין דאלער, ווייל מען האט צוריקבאקומען איינס
9+9+9=27 לייג צו די צוויי דאלער וואס די קאשיר האט גענומען פאר זיך, קומט עס אויס צו $29
די שאלה איז ווי איז די לעצטע דאלער אנטרינען געווארן?
די כאפ איז אין ווי אזוי מ׳רעכענט דאס - מ׳מישט צאם דאס רעכענען וואס זיי ״וואלטן ווען״ געדארפט צאלן מיט וואס זיי האבן ״למעשה״ געצאלט. מיינענדיג, ווען מען רעכענט די פרייז וואס זיי וואלטן ווען ״געקענט/געדארפט״ צאלן דארף עס אמת׳דיג צו זיין
נאר $27 - די $2 וואס ער האלט אין טאש איז
שוין נכלל אין די $27 [די דריי מאל $9]. אין אנדערע ווערטער, מ׳האט נישט צו רעכענען אזוי, די $2, אפילו צו $29 אויך נישט. אויב ווילסטו אָנקומען צו די אריגינעלע $30 צייל יעדעס דאלער וואו אימער עס איז נאר כזה: $27 [$25+$2] ביים בעה״ב אין טאש כנ״ל און $3 וואס זיי האבן צוריקבאקומען.
תרמבערגעץ ווי אין שטיבל איז דא א אינטערוויו מיט מי אני, פון דארט האב איך פארשטאנען אז די אלע קאמפלעצירטע תגובות שרייבט ער נישט פאר אונז צו פארשטיין, סאיז פשוט א מראה מקום פאר זיך וואס ער פארשרייבט זיך, סתם אזוי האב איך א קלער אז מי אני איז א ראבאט...
דאס קען שוין ווייטער אריינגיין און אָנרירן אויף פּראַבּעבּיליטי און שאנסן, בתוך
קאָנדישינעל פּראַבּעבּיליטי (און בּעיס׳ טעארעם), וכעין וואס
@engager האט געשריבן
דא. והיינו, די פּראַבּעבּיליטי אז איך בין אן AI בסתם לפי ווי אזוי און איבער וואס איך שרייב און דערנאך די פּראַבּעבּיליטי אז איך בין אן AI גיווען אז איך דריי זיך אויף קאווע שטיבל… 😃
מי אני: איך ווייס אז דו ביסט נישט קיין ראבאט. נאר אן ערליכער פלאמעדיגער איד. וועלכער פיהרט היציגע ויכוחים מיט זיין ברודערס פרענדס די לאיערס...! א ראבאט קען נישט פיהרן קיין (היציגע) ויכוחים...! לאידך גיסא. איז הודאת בעל דין כמאה עדים דמי. דו אליינס בכבודך ובעצמך טענה'סט אז דו ביסט נישט זיכער אז דו עקזיסטירסט. דיין רבי (איינער פון דיינע רעבעס) דעקארט טענה'ט אויך אזוי. דו זאגסט אז דו ווייסט נישט אויב יאיר עקזיסטירט. מכח קל וחומר...!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מי אנידי כאפ איז אין ווי אזוי מ׳רעכענט דאס - מ׳מישט צאם דאס רעכענען וואס זיי ״וואלטן ווען״ געדארפט צאלן מיט וואס זיי האבן ״למעשה״ געצאלט. מיינענדיג, ווען מען רעכענט די פרייז וואס זיי וואלטן ווען ״געקענט/געדארפט״ צאלן דארף עס אמת׳דיג צו זיין
נאר $27 - די $2 וואס ער האלט אין טאש איז
שוין נכלל אין די $27 [די דריי מאל $9]. אין אנדערע ווערטער, מ׳האט נישט צו רעכענען אזוי, די $2, אפילו צו $29 אויך נישט. אויב ווילסטו אָנקומען צו די אריגינעלע $30 צייל יעדעס דאלער וואו אימער עס איז נאר כזה: $27 [$25+$2] ביים בעה״ב אין טאש כנ״ל און $3 וואס זיי האבן צוריקבאקומען.
תרמבערגעץ ווי אין שטיבל איז דא א אינטערוויו מיט מי אני, פון דארט האב איך פארשטאנען אז די אלע קאמפלעצירטע תגובות שרייבט ער נישט פאר אונז צו פארשטיין, סאיז פשוט א מראה מקום פאר זיך וואס ער פארשרייבט זיך, סתם אזוי האב איך א קלער אז מי אני איז א ראבאט...
דאס קען שוין ווייטער אריינגיין און אָנרירן אויף פּראַבּעבּיליטי און שאנסן, בתוך
קאָנדישינעל פּראַבּעבּיליטי (און בּעיס׳ טעארעם), וכעין וואס
@engager האט געשריבן
דא. והיינו, די פּראַבּעבּיליטי אז איך בין אן AI בסתם לפי ווי אזוי און איבער וואס איך שרייב און דערנאך די פּראַבּעבּיליטי אז איך בין אן AI גיווען אז איך דריי זיך אויף קאווע שטיבל… 😃
סתם נייגעריג מי אני. ביים אריין שרייבן דא אין קאווע שטיבל האסטו געדארפט ענטפערן די שאלה אויף וועלעכע פרוכט מ'שאקלט סוכות. איך גלייב אז דו האסט נישט געענטפערט גראד... דו האסט זיכער געברענגט מראה מקומות פון פראפעסערס אז מ'קען שאקלן מיט עפעס א סארט פרוכט וואס די לעצטיגע ארכעאלאגן זענען אויפגעקומען אז דאס איז די פרי עץ הדר. מיט א לינק און ווער עס איז מתווכח .... 🙂
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
😃
דר. דוד מאָסטער האט גראדע
געשריבן א בוך דערוועגן.
@רביה״ק זי״ע רעדט פון דעם געדאנק
דא.
מי אני: און בערל בעל עגלה האט שוין (פון לאנג) פעסטגעשטעלט אז מי אני איז נישט קיין ראבאט. ווייל א ראבאט קען זיך נישט קריגן מיט מענטשן. און מי אני האט זיך יא געקריגט מער ווי איין מאל מיט זיין ברודער' שכן. דער אויפגעקלערטער לאיער. (וועלכער איז אפילו נישט כקליפת השום אקעגן איהם). אן ער האט געוואונען דעם ויכוח...!
בנוגע
מאכן אויף מיר א טורינג טעסט און אז דאס איז אויפגעוואוזן געווארן אויף נישט
דורך א סארט טעאלאגישע דעבאטע, איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז עלען טורינג אליין,
וואו ער האט דערמאנט דעם טורינג טעסט, דערמאנט א טעאלאגישע טענה אנטקעגן די געדאנק אז עס זאל בכלל קענען זיין א "טראכטענדע" טורינג מאשין/קאמפיוטער וואס זאל פּעסן די טעסט. דאס איז מכח די געדאנק אז נאר א מענטש קען האבן א "נפש/נשמה" און נישט א מאשין. ער טענה'ט אבער אז פונקט אזוי ווי הקב"ה קען געבן א נשמה צו אן עלעפאנט און האט אונז געגעבן די יכולת צו שאפן קינדער און זיי געבן נשמות איז דאס אויך נישט מן הנמנע טעאלאגיש אז דאס זאל זיין צו די מאשינען מענטשן שאפן.
(ער מאכט אויך דערין א טעות מיינענדיג אז לפי איסלאם האבן פרויען נישט קיינע נשמות.)דר. סעלמער בּרינגסיאָרד
טענה'ט אבער אז ער האט נישט ריכטיג פארשטאנען די געדאנק פון "נשמה" בתוך (אלגעמיינע) טעאלאגיע: עס איז היבש מער ווי סתם די יכולת צו טראכטן (און פיהלן) - עס איז א סארט אפגעזונדערטע ענטיטי רוחנית (פשוטו כמשמעו).
רעגן
ווען עס רעגנ'ט אינדרויסן, און איך לויף, ווער איך ווייניגער נאס, אדער מער נאס?
לכאורה איז עס תלוי ווי שטארק ס'רעגנ'ט, ווען עס רעגנט שטארק ווערט מען ווייניגער נאס ווען מ'לויפט, וויל אויף יעדע אינטש קומט אן אסאך רעגן יעדע סעקונדע, און איך בין נאר דארט ווייניגער ווי א סעקונדע.
משא"כ ווען עס רעגנ'ט שוואך, שפאר איך נישט די רעגן, איך קום אן צו די זעלבע טראפן, נאר אביסל שנעלער.
און וועגן דעם לויפן מענטשען שנעלער ווען עס רעגנט שטארק!!!
דער מאטעמאטיקער דר. דוד בּעל האט דאס
אויסגעארבעט מאטעמאטיש. ער האט אויסגעארבעט אז טאמער פאלט די רעגן אראפ גראד אדער טאמער די ווינט בלאזט אין פנים דאן איז בעסער צו לויפן; ווי שנעלער מ'לויפט אלס ווייניגער נאס ווערט מען. אויב בלאזט די ווינט פון אונטן דאן לוינט זיך נאר צו לויפן טאמער איז עס לויט די שנעלקייט פון די ווינט.
אויב האב איך צוויי גלעזלעך ביידע אנגעפילט ביז האלב, איין האט אין זיך וואסער און די צווייטע האט אין זיך וויין,
איך נעם א לעפל פון די וויין און לייג עס אריין אין די גלעזל פון וואסער און איך מיש עס גוט אויס, דאן נעם איך א לעפל פון די וואסער און איך לייג עס אריין און די גלעזל פון די וויין,
שטעלט זיך יעצט די שאלה אזוי,
צו האט די גלעזל וואסער מער וויין ווי די גלעזל וויין האט וואסער, אדער גאר, האט די גלעזל וויין מער וואסער ווי די גלעזל וואסער האט וויין?
ביידע האבן די זעלבע, ווייל וויפיהל וויין ס׳ליגט אינעם צווייטן לעפל אזויפיהל פעלט סיי פונעם ערשטען לעפל וויין וואס איז געבליבן, און אזויפיהל פעלט אויך פונעם צווייטן לעפל וואסער ווייל ס׳ליגט דארט וויין.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איך מיין אז די וואסער גלעזל האט מער וויין ווי וויפיל וואסער די וויין גלעזל האט.
ברוינשטייןאיך מיין אז די וואסער גלעזל האט מער וויין ווי וויפיל וואסער די וויין גלעזל האט.
פארוואס האלטסטו אזוי?
זעסט דאך די שיינע הסבר פון עובדיה
ברוינשטייןאיך מיין אז די וואסער גלעזל האט מער וויין ווי וויפיל וואסער די וויין גלעזל האט.
ברוינשטיין: ווען מ'קוקט אויף דעים מיט א הומאריסטישן בליק. כדרכך בקודש. אבער אין ריעל לייף איז עובדיה גערעכט...!
קען איינער מסביר'ן וויאזוי מען קלייבט א טיעם אין ספארטס?
פארוואס אין די וועלט זאל איך געיבן א פ** צי די יענקיס האבן עס צי די מעטס?
וויאזוי קענען מענטשן אפזיצען זינטאג נאך זינטאג, איבערקיקען די זעלבע שאו, מען שפילט באלל, און מען ווייסט אפילו וויאזוי די מעשה גייט זיך ענדיגן, אדער די רעד סאקס אדער די מעווריקס גייען געווינען?
בקיצור קען איי ער אריין קימען מיט א שיעור אין
sports for dummies?
קהל'ס נערקען איינער מסביר'ן וויאזוי מען קלייבט א טיעם אין ספארטס?
פארוואס אין די וועלט זאל איך געיבן א פ** צי די יענקיס האבן עס צי די מעטס?
וויאזוי קענען מענטשן אפזיצען זינטאג נאך זינטאג, איבערקיקען די זעלבע שאו, מען שפילט באלל, און מען ווייסט אפילו וויאזוי די מעשה גייט זיך ענדיגן, אדער די רעד סאקס אדער די מעווריקס גייען געווינען?
בקיצור קען איי ער אריין קימען מיט א שיעור אין
sports for dummies?
האסט ענדזשויט קוגעלעך אין חדר?
וואלוויקהל'ס נערקען איינער מסביר'ן וויאזוי מען קלייבט א טיעם אין ספארטס?
פארוואס אין די וועלט זאל איך געיבן א פ** צי די יענקיס האבן עס צי די מעטס?
וויאזוי קענען מענטשן אפזיצען זינטאג נאך זינטאג, איבערקיקען די זעלבע שאו, מען שפילט באלל, און מען ווייסט אפילו וויאזוי די מעשה גייט זיך ענדיגן, אדער די רעד סאקס אדער די מעווריקס גייען געווינען?
בקיצור קען איי ער אריין קימען מיט א שיעור אין
sports for dummies?
האסט ענדזשויט קוגעלעך אין חדר?
יא, ס'איז בכלל נישט דומה.
קוגעלעך שפיל איך, ספורטס קיק איך ווי יענער שפילט.
ס'דערמאנט די מעשה פון די טאטע וואס האט ציגעזאגט פאר די יונגל אז אויב ער וועט זיין וואויל וועט מען גיין צי א אייסקרים סטאר.......און מען גייט זעין ווי מענטשען עסן אייסקרים.
קען איינער מסביר'ן די שיגעון פון ציטירן אנדערע מענטשן, אן גארנישט צישרייבן.
כאפ איך נישט עפעס?
אדער האט די עולם א פעטיש, סתם צי ציטירן?
קהל'ס נער
יא, ס'איז בכלל נישט דומה.
קוגעלעך שפיל איך, ספורטס קיק איך ווי יענער שפילט.
גערעכט. אבער ווען צוויי אנדערע יונגלעך האבן געשפילט איז א יעדער געזעצן ארום זיי און געוואטשט איעדע מאוו. דאס מיינט א געים, ס'איז א פארמעסט פאר סקילס, וואס איז זייער אינטערסאנט מיט צוהאלטן.
ווי אויך, מ'קען אליינס אריינריקן די האט דאגס מיט די האט פרעצעלס...
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אויב דו וועסט קענען מסביר זיין פאר די גוי די געשמאקייט פון א שטיקל בני יששכר אדער פרי מגדים וועט ער דער טוהן א טובה און מסביר זיין למפרע די פירוש אויף אידיהם און אלע חכמות יונות
קהל'ס נערקען איינער מסביר'ן די שיגעון פון ציטירן אנדערע מענטשן, אן גארנישט צישרייבן.
כאפ איך נישט עפעס?
אדער האט די עולם א פעטיש, סתם צי ציטירן?
די עולם האט א פעטיש, אבער מסתם נישט פאר די ציטירן...
₪
וואלווי
ווי אויך, מ'קען אליינס אריינריקן די האט דאגס מיט די האט פרעצעלס...
דאס איז גראדע א שטארקע סיבה ציגיין, איינס נאך צי באקימען עטענטשען פון די מעסקאט, אויך אז מען זאל קענען זעין אויף די מאסיווע סקרין ווי מען מאכט אויס פה אל פה מיט די אשת נעורים
קהל'ס נער: און צומאל מיט יענעם'ס אשת נעורים...!
berlbalagulehקהל'ס נער: און צומאל מיט יענעם'ס אשת נעורים...!
די "אשת נעורים" קען מיינען יענעמס אויך...
אדער ערשט..
אלבערט איינשטייןאויב דו וועסט קענען מסביר זיין פאר די גוי די געשמאקייט פון א שטיקל בני יששכר אדער פרי מגדים וועט ער דער טוהן א טובה און מסביר זיין למפרע די פירוש אויף אידיהם און אלע חכמות יונות
איך געזעגן מיך נישט אזוי שנעל פון א בני יששכר, אבער אויב יא דארף עס זיין פאר עפעס בעסער ווי חכמת יוונית...
אלבערט איינשטייןאויב דו וועסט קענען מסביר זיין פאר די גוי די געשמאקייט פון א שטיקל בני יששכר אדער פרי מגדים וועט ער דער טוהן א טובה און מסביר זיין למפרע די פירוש אויף אידיהם און אלע חכמות יונות
גראדע איז קראץ מיך זייער א שיינע יום טוב, מען זיצט מיט די משפחה אינאיינעם, מ'פראוועט א שיינע מאלצייט, מען העינגט נוי סוכה און מען מאכט Wישעס ביי די אשירה בוים, מען זינגט ווארימע ניגונים, מען טיילט מתנות, ס'הערשט אן אטמאספערע פון משפחה און ליבע.
אויב גיי איך דארט ווי רביה"ק איז געגאנגען, איז עס פאר אט די סיבה.
וואלווי: ס'דא אינטעלעקטואלע גויים וועלכע פארשטייען יא א שטיקל בני יששכר. אויף א מעטא-פיזישן לעוול. אזוי ווי ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל האט פארציילט אז ווען ער איז פאר די 2'טע וועלט מלחמה געפארן צו די אקספארד לייברערי. וואו מ'האט נישט אריינגעלאזט קיין פשוט'ע מענטשן. נאר געלערנטע. האט ער דארט באגעגנט א גוי וועלכער האט געקענט א יעדן תוספות אין ש"ס. האט ער געזאגט (רעטאריש) במתק לשונו..."העט מען דען געקענט זאגן אויף דעם גוי אז ער איז א תלמיד חכם"...!
קהל'ס נעראלבערט איינשטייןאויב דו וועסט קענען מסביר זיין פאר די גוי די געשמאקייט פון א שטיקל בני יששכר אדער פרי מגדים וועט ער דער טוהן א טובה און מסביר זיין למפרע די פירוש אויף אידיהם און אלע חכמות יונות
גראדע איז קראץ מיך זייער א שיינע יום טוב, מען זיצט מיט די משפחה אינאיינעם, מ'פראוועט א שיינע מאלצייט, מען העינגט נוי סוכה און מען מאכט Wישעס ביי די אשירה בוים, מען זינגט ווארימע ניגונים, מען טיילט מתנות, ס'הערשט אן אטמאספערע פון משפחה און ליבע.
אויב גיי איך דארט ווי רביה"ק איז געגאנגען, איז עס פאר אט די סיבה.
משפחה, ליבע, און...גאט.
אז די גייסט, שפאר דיך נישט איין נאכאמאל מיט א גאט. גלייב מיר, רביה"ק גייט נישט גיין כחצות הלילה עסען קרעקערס מיט וויין...
קהל'ס נעראלבערט איינשטייןאויב דו וועסט קענען מסביר זיין פאר די גוי די געשמאקייט פון א שטיקל בני יששכר אדער פרי מגדים וועט ער דער טוהן א טובה און מסביר זיין למפרע די פירוש אויף אידיהם און אלע חכמות יונות
גראדע איז קראץ מיך זייער א שיינע יום טוב, מען זיצט מיט די משפחה אינאיינעם, מ'פראוועט א שיינע מאלצייט, מען העינגט נוי סוכה און מען מאכט Wישעס ביי די אשירה בוים, מען זינגט ווארימע ניגונים, מען טיילט מתנות, ס'הערשט אן אטמאספערע פון משפחה און ליבע.
אויב גיי איך דארט ווי רביה"ק איז געגאנגען, איז עס פאר אט די סיבה.
קהל'ס נער: אבער די גאנצע חגא מיט דעם קראצמעך אשירה בוים, איז א פאגאנישער מנהג. די ערשטע קריסטן ווי שאול פון תרשיש האבן דאס איינגעפיהרט. ווייל זיי האבן געוואלט צו ציהען די פאגאנישע גויים. נאך וואס זיי האבן געזעהן אז די אידן פאלגן נישט נאך יאשקע'ן. האבן זיי ערלויבט א סאך פאגאנישע (עובדי עבודה זרה) מנהגים...!
עובדיהביידע האבן די זעלבע, ווייל וויפיהל וויין ס׳ליגט אינעם צווייטן לעפל אזויפיהל פעלט סיי פונעם ערשטען לעפל וויין וואס איז געבליבן, און אזויפיהל פעלט אויך פונעם צווייטן לעפל וואסער ווייל ס׳ליגט דארט וויין.
לאמיר זעהן. למשל איטליכע גלאז האבן הונדרעט לעפעל, איינס וויין, איינס וואסער. מען נעמט איין לעפעל וויין און מישט אריין אין וואסער, האט דער גלאז וואסער 101 לעפעל, און דער גלאז וויין 99, מען נעמט א לעפעל פין דער וואסער, פארמאגט דער לעפעל 99 חלקים וואסער, און איין חלק וויין, מען לייגט עס צוריק אין וויין גלאז, האט דער גלאז 99 גאנצע לעפלעך וויין, און איין לעפעל וואס האט איין פראצענט פין הונדרעט וויין און דער רעשט וואסער. ווידער דער וואסער גלאז, פין זיינע הונדרעט און איין לעפעל, ווען מען האט ארויסגענומען דער לעפעל תערובות, איז דאך זיכער אז 99 לעפעל זענען וואסער, דער לעצטער לעפעל איז אויך נישט נאר וויין, ווייל מען האט דאך ארויסגענומען איין פראצענט פין 101 תערובות,
דא בין איך סטאק
סטאק, ווייל די לעפל וואס מ'ציט ארויס פון די וואסער האט 100 חלקים וואסער און איין חלק וויין (1/101 וויין, 100/101 וואסער), און נישט 99/100 וואסער, און 1/100 וויין.
מסביר צו זיין אביסל קלארער,
ווען מען נעמט ארויס די לעפל וואסער (וואס האט שוין אין זיך די תעריבות פונעם וויין) וועט די לעפל זיין פיל כמעט אינגאנצן מיט וואסער, אבער א קליינע חלק ממש א משהו וועט זיין 'וויין'
יעצט די דאזיגע משהו וויין, איז וואס שטערט אז עס זאל זיין א פילע לעפל וואסער אין די וויין,
און אין צו זעלבע צייט, איז ממש די זעלבע משהו, דאס וואס פעלט פונעם ארגינעלן לעפל וויין וואס מען האט אריינגעלייגט אינעם וואסער,
יעצט איז נישט קיין נפק''מ ווי גרויס די 'משהו' איז, דאס וואס פעלט פונעם ארגינעלן לעפל וויין וואס מען האט אריינגעלייגט אין די וואסער, (דורכן צווייטע לעפל, וואס נעמט ארויס די קליינע משהו וויין) ממש די משהו איז וואס האלט אפ די לעפל פון זיין גענצליך פיל מיט וואסער
קומט אויס אז ביידע גלעזלעך האבן ממש די זעלבע, א לעפל חסר משהו פונעם צווייטנס סובסטאנץ
קען איינער מסביר'ן די טיפשות פון ספוילער'ס, איינמאל איך ליין, זעי די ספוילער גיי איך שוין נישט קויפן דיין בוך/מאווי/ט"ו שאו?
איז ער אן OTD אדער וואס? א גוי קען אזא פליסיגער אידיש מיט א היימיש'ן אקצענט? ס'איז שווער צו גלייבן
<a class="postlink" href="https://ahblicklive.com/new_ded_video/22/05/zoeIuMc3Wj98hwrYWwM/tAYZGq/tAYZGq.mp4">https://ahblicklive.com/new_ded_video/2 ... tAYZGq.mp4</a>
בנבנן: תודה רבה. הבחור נראה לי יהודי ממוצא גרמני/יקי...!
הייתי בטוח שהאבא יקרא להבן שלו ע"ש ר' ישעיה מ'קרסטיר... זה היה יותר מעניין...!
בענבעןאיז ער אן OTD אדער וואס? א גוי קען אזא פליסיגער אידיש מיט א היימיש'ן אקצענט? ס'איז שווער צו גלייבן
<a class="postlink" href="https://ahblicklive.com/new_ded_video/22/05/zoeIuMc3Wj98hwrYWwM/tAYZGq/tAYZGq.mp4">https://ahblicklive.com/new_ded_video/2 ... tAYZGq.mp4</a>
די רעבשאייעבערעמוישע טרענד כאפט זיך שוין אריבער צי די נישט גע'מל'טע עולם, נאך אפאר יאר וועט זיך עפענען רעסטאראנטען האטעלס מיט קאסינאוס, התאחדות וועט ארויס געיבן א קול קורא קעיגן די טרפה'נע שטאט קערעסטיר, מהר"א וועט טרעפן אין די תקנת מיהאלאוויץ אז מען טאר נישט איבערנעכטיגען אין קערעסטיר, פארשטייט זיך ס'וועט זיין א חב"ד הויז אין קערעסטיר פאר אלע ישראלישע יוגענטליכע וואס אנטשטאט גיין צי אינדיע שטיפען מיידלעך וועלן זיי קימען צי רעבשאייעלע האקן בשר פארן אייבערשטען.
קהל'ס נער: דו לייגסט אראפ א שיינע סענאריא פון וואס איך האב שטארק הנאה. אבער דער אמת'דיגער, אריגינאלער ר' ישעיה בר' משה מ'קערעסטיר זי"ע האט געהאלפן גויים אויך, אלס קידוש השם. און (מסתמא האט ער געזעהן ברוח קדשו) אז ס'וועט ארויסקומען א טובה פאר אידן.
איז געווען אמאל א רייכע משפחה גויים וואס האבן געהאט א יונגל וואס האט נאכנישט געקענט רעדן ביי די 4 יאהר. די עלטערן זענען געווען ביי דאקטוירים, וועלכע האבן גארנישט געקענט העלפן. דער גוי'אישער טאטע האט געהאט א אידישן מענעדזשער, האט איהם דער מענעדזשער געזאגט אז ער זאל פארן צו ר' ישעי'לע פון קערעסטיר. דער איד האט איהם געברענגט צו ר' ישעי', און די טאטע און די מאמע מיט'ן קינד זענען אריין אין א צימער מיט ר' ישעי'לע. האט ער געפרעגט דעם טאטן אויב ער זאגט צו אז ער וועט אייביג טון טובות פאר אידן, דער טאטע האט צוגעזאגט..! האט ר' ישעי' געזאגט צו די יונגל אין אונגאריש "גיי צו דיין טאטע און זאגן איהם... א גוטן טאג". דאס קינד האט געזאגט זייער קלאר "א גוטן טאג" צו זיינע עלטערן... און ער האט שוין פון דאמאלס געקענט רעדן.
ווען ער איז אויפגעוואקסן איז ער געווארן א פראמינענטער און גרויסער לאיער. ער האט זיך שטארק אנגענומען פאר אידן ביי די קעיס פון דעם בלוט בלבול פון טיסא-עסלאר...! אויך שפעטער אין אונגארישן פארלאמענט וואו ער איז געווען א מעמבער האט ער אייביג זיך אנגענומען פאר אידן...!
איינער האט אפשר די משומר האום סקרין אלס א פיקשער כזאל עס קענען ארויפלייגן אלס מיין האום סקרין? (א סטיקער האב איך שוין...).
berlbalagulehער האט זיך שטארק אנגענימען פאר אידן ביי די קעיס פון דעם בלוט בילבול פון טיסא-עסלאר...! אויך שפעטער אין אונגארישן פארלאמענט וואו ער איז געווען א מעמבער האט ער אייביג זיך אנגענימען פאר אידן...!
דערמאנטס מיר פון מיינע קינדער יארן (נישט אזוי לאנג ציריק) האב איך געליינט עפעס א בוך איבער טיסא עסלער, כ'האב עס קיינמאל נישט געענדיגט ווייל ס'איז געוועין באורינג, די זעלבע גורל האט מיטגעמאכט "די טיילונג אין אונגארן" וכן "ר' יוסלמן פון רוסהיים".