זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס מיינט זז"ג נאך א נאמען
זאל זיין געזונט
יעדער מאל ביים בענטשען טל וגשם ווינדער איך מיר די זעלבע זאך וואס מיינט דאס אם השמש מכריז אומרים....
ווען מאכט די שמש אפ יא אויס ציקלאפען אן ווען נישט
בכלל וואספארא מין מנהג איז דאס אז ס'ווענט זיך אונעם שמש'ס החלטה?
עס איז א מחלוקת הפוסקים אויב דער ציבור דארף זאגן דעם ''נייעם'' נוסח בעפאר דער חזן בענטשט טל/גשם און עס איז דא אין דעם פארשידענע מנהגים, דארט וואו מען זאגט יא רופט דער שמש אויס, עס איז נישט תלוי אינעם שמש נאר אין מנהג המקום.
אנאנים: דיין איצטיגער מאמר איז געווען אין פינטל. דערפאר האביך טאקע געגעבן א "לייק"...
אבער דיין פריערדיגער מאמר אוואו דו מאכסט א חילוק צווישן די פוילישע און רוסישע חסידות'ן און רביים, אוואו מ'איז געגאנגען מיט שכל, שארפקייט און פנימיות. אט דאס איז א נארישער חילוק און הבחנה. ווייל קוק אוואו קאצק איז אנגעקומען מיט זייער שארפקייט און שפיציגקייט...און קוק אן וויאזוי גור און אלכסנדר זעען היינט אויס, ר"ל. אנטשולדיגט. אפשר ביסטו אן אלכסנדעער חסיד. אמת. סאטמאר און וויזשניץ זעען נישט קיין סאך בעסער אויס. זיי האבן כאטש א שיטה און...גינוני מלכות..מיט שטעקענעס...און הויכע שטריימלעך...און פיינע, געשמאקע מאכלים...און קעגל...!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס איז דו חרידישע בליק אויף גיין מיט משפחה פאברענגען מאזיעמס, ריידס, פארקס?
אויב קוקן מיר דאס אן פאזעטיוו, דאן פארוואס איז דאס לימיטעד צי 7 8 טעג א יאר. אויב איז דאס א שלעכטכע זאך, פארוואס חול המועד יא?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עס איז געהעריגע כשרע ענטערטעינמענט נאר רוב יאר איז נישט שייך צוליב חדר/סקול/דזשאב. קוק טאקע אין די זומערדיגע זונטאגס זענען זיי פיל מיט אידן
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פארוואס געבט מען נישט דורכן יאר זינטיגס אדער מיד ווינטער ברעקס פאר די אינגלעך צי קענען גיין?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דעס איז שוין עפעס אנדערש. מ'קען ח"ו נישט אוועקנעמען די טייערע צייט פון לערנען!!!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
און חול המועד?
איך וויל וויסן אויב די משל אז דער לייב איז דער מלך החיות האט עפעס א מקור, פשט, הבנה.
צענדליגער מעשיות ומשלים קורסירן איבער דעם מלכות פונעם לייב, ווי אלע חיות האבן דעם פולסטן רעספעקט פאר אים. אבער איז דאס נאר למשל ולשנינה? נאך אלעם, כבר הי' לעולמים און מען האט שוין געהערט אז אנדערע חיות האבן פארציקט א לייב.
בקיצור, וואס איז דער ענין דערפון?
אמאל פלעגט שטיין אויף פארשידענע עסן שאכטלעך contents may have shifted during shipping, וואט איז דעט סאפאוס טו מיען?
טאקע געווען א מרידה אינעם מלך, מוז זיין...
ונבנתה העיראמאל פלעגט שטיין אויף פארשידענע עסן שאכטלעך contents may have shifted during shipping, וואט איז דעט סאפאוס טו מיען?
עס מיינט די זעלבע ווי contents are sold by weight not by volume.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נולד מאוחראון חול המועד?
איך געדענק טאקע ווען איך בין געווען א קינד האט סאטמאר געהאט עפעס חדר חול המועד. איך ווייס נישט צו ס'גייט נאך אן
@שמעקעדיג די מקור אז די אריה איז די מלך החיות איז א גמרא אין מסכת חגיגה. און ווי (רש״י?) איז מסביר איז דאס משום שנחקק צורתו על הכסא הכבוד.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווען שרייבט @וועטערבאריכט מיט בלויע טינט, ווען מיט ווייסע טינט און ווען מיט גרינע? האט עס א חשבון? אפשר איז דעיס זיין שינוי פאר חאלעמויד, אפשר האט עס צו טוהן מיט דעם אויב דער פאראויסגעזאגטע וועטער איז גוטע נייעס אדער נישט?
[ציטאט אראפגענומען]
ער מיינט Knight א ריטער.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אין דער בלאט שרייבט איינער א בריוו וועגן די אזוי גערופענע מארקעט פרייזן און די רענט וואס גייט כסדר ארויף. שרייבט ער אז רוב מענטשן וואס וואוינען שוין א לענגערע צייט אין ווילי אין א צוויי בעדרום דירה צאלן נאר $1200 א חודש! און דער וואס גלייבט נישט זאל אליינס פרעגן. איז עס אמת אדער שטותים ?
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: נאר ווען די אמאליגע גויים און משכילים וואלטן געוואוסט וואס פארא פענסי שטריימלעך מיט "קרוינען" די היינטיגע שטריימל מאכערס פראדוצירן, וואלטן זיי זיכער אויפגעמאכט גרויסע פעקטאריס פון שטריימלעך. און די אידן וואלטן זיך געמוזט באגיין שבת און יו"ט מיט א פשוטע הוט אדער קעשקעטל... 😂 🙄
ונבנתה העיראמאל פלעגט שטיין אויף פארשידענע עסן שאכטלעך contents may have shifted during shipping, וואט איז דעט סאפאוס טו מיען?
ונבנתה העיר: אז ווען מ'מאכט אויף א באקס, למשל פון פסח'דיגע קוקיס און פאר וואס מ'האט געצאלט אכט דאללער, און די באקס איז מער ווי האלב ליידיג, זאלל מען ח"ו נישט חושד זיין די ערליכע צדיקים וועלכע זענען זיך מוסר נפש אהערצושטעלן כשר'ע פראדוקטן אויף פסח ממש לשם שמים, אז זיי האבן ח"ו געמיינט צו באגנב'ען דעם עולם. נאר מ'זאלל וויסן אז די תוכן פונ'ם באקס האטזיך אוועקגערוקט בשעת ס'איז געפארן אויפ'ן טראק. (דער טראקדרייווער איז שולדיג.) . אבער דער פעקטארי זיי זענען צדיקים...!
אנאנים: ייש"כ. דאס איז פאר דיין מאמר איבער ווען די פרייע אידן האבן אנגעהויבן פריי צו ווערן. דיין מסקנא איז אז די טרייפענע, טמא'נע מדיהנ הציונית, רח"ל מהאי דעתא האט יא עפעס א נוצן. (אונז, רעליגיעזע ציונים האלטן אז ס'האט ב"ה מער ווי איין נוצן.). ס'ראטעוועט אידן פון ווערן אינגאנצן אסימילירט. אזוי ווי די אמעריקאנער פרייע אידן...!
don't give it a second thought, מיינט א 'סעקונדע' פון טראכטן, אדער א 'צווייטע' באטראכטונג?
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס ווערט נישט א טעראר געפאר אויב קען מען שווערצן פון מצרים קיין ישראל?
עס איז טאקע יא, און פארדעם ארבעטן זיי וואס מער צו פארמאכן די גרעניץ.
וואס איז דע יום טוב 'מימונה' וואס מען פראוועט היינט ביי די ספרדים? האט דאס א מסורה?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דאס איז א יו״ט ביי די ספרדים וואס קומען פון מאראקא.
עס איז אזוי ווי די סעודת משיח ביי די חסידים, מאכן זיי א סעודה פאר נעילת החג.
די נאמען קומט משורש די ווארט אמונה.
כך קיבלתי מספרדי אחד שבא ממדינת מאראקא.
פארוואס העלפט זיך גרינגער פאר פרעמדע ווי פאר די אייגענע געשוויסטער?
א מענטש טיף אינעווייניג טוט פאר א צווייטן ווייל ער זוכט approval און אהבה פון יענעם. פון נאנטע קרובים האט מען שוין דאס עפ"ר נאטורליך. העלפן דרויסענדיגע ברענגט פרישע approval און אהבה צו דעם נותן. אויך באקומט מען מער approval פון דרויסענדיגע, ווייל ס'איז נישט אזוי ערווארטעט.
אויכעט ווייל מצווה ועושה האט א גרעסערער יצר, מבשרך אל תתעלם, און ביי פרעמדע וויפיל מען טוט איז עס א חסד און עס ווערט אפרישיעטעד, משא"כ ביי די אייגענע ערווארט מען מער אן די הכרת הטוב,
די זעלבע סיבה וואס די ווייב וועט ליבערשט לויפן העלפן די מאמע ווי קלינען די אייגענע שטוב.
ביבערפארוואס העלפט זיך גרינגער פאר פרעמדע ווי פאר די אייגענע געשוויסטער?
דאס איז דער סוד פאר א סאך זאכן, און אויכעט פאר אהבת רעות. איך דארף מסביר זיין?
שמעקעדיגאויכעט ווייל מצווה ועושה האט א גרעסערער יצר, מבשרך אל תתעלם
אפטע טעות. אין פסוק שטייט ומבשרך
לא תתעלם.
דאכציכמיר אז יונתן שווארטץ זינגט עס גרייזיג אויף זיין טעיפ ומשם נשתרבב.
ווען איך בין געווען 18 האב איך אויך גערעדט נאנסענס, הויך און שטייט, מיט אזא ישוב הדעת?
פארוואס פארציילט מען ביי ניחום אבלים ווי גוט דער נפטר איז געווען. איז דאס א נחמה? דאס ברענגט דאך פונקט פארקערטע רעזולטאטן. פונקט אזא צדיק האט געברויכט באזיגט ווערן דורך די אראלים. וואלט מען געזאגט וואספארא שווארץ יאר דער איז געווען, און מ'וואלט זיך געטרייסט אין רגעים. זעט אויס ס'איז טאקע אן עולם השקר.
[ציטאט אראפגענומען]
פערצופאל יעצט באמערקט, העל איך מגיב זיין.
אבער קודם אן הקדמה.
אין שוהל האב איך גענוג און נאך מענטשן מיט וועם צו שפילן א או נאו או יע געים, דא עקספעקט מען אביסל מער, און ווען איינער נעמט די מי אפצושרייבן א תגובה מעגסטו אביסל טשעקן דיינע פאקטן פאר דו באפאלסט יענעם.
דא האסטו פון
וויקיפידיע ערך ברוך שפינוזה.
"ויש הרואים בו את היהודי החילוני הראשון"אויב פארשטייסטו נישט פארוואס פרעג העט מען דיר מסביר זיין, אבער נישט יעדע זאך וואס די פארשטייסט נישט איז נישט אמת.
[ציטאט אראפגענומען]
אפשר העלפט מיר צאמקלעבן דיינע ווערטער, פון וועלכע צייטן איז נישט געבליבן קיין פרייע אידן, פון די תלמידי תלמידים פון מענדלסאהן? דעס איז דאך געווען הינדערט פופציג יאר צוריק וואס א מינוט שפעטער זאגסטו אז די פרייע היינט קומען יא פון זיי?
[ציטאט אראפגענומען]
נאכאמאל איך בין צומישט, ווען פונקטליך זענען רוב פריי געווארן צווישן 100-150 יאר צוריק, אדער צווישן די צוויי וועלט מלחמות?
[ציטאט אראפגענומען]
אה פאר דעם "ציפ" (פארוועם דארף עס ציפן?) באקומט מען אכט לייקס?
כזוך אזעלעכע סארט בילדער אויב סקען ווער לינקען ביטע.
📎 images.jpg
<a class="postlink" href="https://www.google.com/search?tbs=simg:CAESrAEaqQELELCMpwgaYApeCAMSKPgRww-ED6gRshykFZYZ2Qq9FugRtzq5OrY6vjr_1Lbw6vTq0Or86tToaMDmthUiwEk2kEyQBXnW3XM_1DiEkbjywz3OsMi7JKoZ_1k_1mp58Uoc3l8OM9EVX6kXawwLEI6u_1ggaCgoICAESBO2pVRsMCxCd7cEJGiQKCAoGcGVyc29uCgoKCHBhaW50aW5nCgwKCnByb2Zlc3Npb24M&q=shofar+blowing&tbm=isch&sa=X&ei=c2wwVer8D8P2yQSFw4DIBQ&ved=0CDIQsw4&biw=1920&bih=979">https://www.google.com/search?tbs=simg: ... 20&bih=979</a>
יואבפארוואס פארציילט מען ביי ניחום אבלים ווי גוט דער נפטר איז געווען. איז דאס א נחמה? דאס ברענגט דאך פונקט פארקערטע רעזולטאטן. פונקט אזא צדיק האט געברויכט באזיגט ווערן דורך די אראלים. וואלט מען געזאגט וואספארא שווארץ יאר דער איז געווען, און מ'וואלט זיך געטרייסט אין רגעים. זעט אויס ס'איז טאקע אן עולם השקר.
הודעה פונעם יאר הונדערט!
אויב הער @אנאנים פון דאהי איז דער זעלביגער "אנאנים" פון פורום אוצה"ח.
ונבנתה העירhttps://www.google.com/search?tbs=simg:CAESrAEaqQELELCMpwgaYApeCAMSKPgRww-ED6gRshykFZYZ2Qq9FugRtzq5OrY6vjr_1Lbw6vTq0Or86tToaMDmthUiwEk2kEyQBXnW3XM_1DiEkbjywz3OsMi7JKoZ_1k_1mp58Uoc3l8OM9EVX6kXawwLEI6u_1ggaCgoICAESBO2pVRsMCxCd7cEJGiQKCAoGcGVyc29uCgoKCHBhaW50aW5nCgwKCnByb2Zlc3Npb24M&q=shofar+blowing&tbm=isch&sa=X&ei=c2wwVer8D8P2yQSFw4DIBQ&ved=0CDIQsw4&biw=1920&bih=979
ישר כח אבער כהאב נישט געמיינט דוקא שופר בלאזן , כמיין בילדער געמעליכצער פון די אלטע שטעטל וואס זעט אויס גוט איז דא ערגעץ וואו א קלעקשן אדער א וועג צו סורטשן אין אנטרעפן אויף אזעלכע סארט? כהאב געזען לעצטנס אזא סארט זייטל פון הכרקוף <a class="postlink" href="http://www.hechtkopf-art.com/gallery.aspx?CategoryID=8">http://www.hechtkopf-art.com/gallery.aspx?CategoryID=8</a>אבער סאיז גאנץ ווייניג כוויל נאך אביסל.
📎 images (7).jpg
וויזוי איז אברהם פריעדמאן די רידאקטאר פון דיצייטונג א נעפיו פונעם ברך משה?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
@אנאנים
את והב בסופה מיז נישט זיין, נאר עס וואלט ווען געקענט זיין גלייך פון אנהויב.
קוק איבער שטייטעלעך מיין ארגינאלע תגובה און זאג מיר מיט וואס פונקטליך די ביסט זיך מחולק.
וואס דרייסטו אזא אריכות יעצט אויף שפינוזה מיט זיין רבי, בסך הכל האב איך געקוואוט א שטיקל וויקיפידיע, איז עס יא אמת צו נישט?
[ציטאט אראפגענומען]
יא יא. זיין שוויגער איז לעצטענס אוועק, געווען רעבעצין האלבערשטאם פון לאס אנזשעלעס
[ציטאט אראפגענומען]
ענבי הגפן בענבי הגפן...!
מצד שני זאגט מען אז די אורגינאלע ירושליימדיגער אידן זענען געגאנגן נאר אונטערוועש און נישט הויזן (ביי זיי איז הויזן געווען א מאדערנע זאך) ,מצד שלישי האט מיר מיין ווייב אמאל נאכגעזאגט בשם א טיטשער אז די אלע הלכות פון כתמים וכו' אויף איר בעט איז כמעט נישט נוגע היינט ווייל אמאל איז מען נישט געגאנגן מיט אינטערוועש (און אוודאי נישט ביים שלאפן) האט זיך געקענט מאכן אזאנס אבער היינט ווי יעדע פרוי טראגט לבנים פלאס א אויבערקלייד איז א דבר רחוק מאוד עס זאל סטעינען די בעט.
אודה למי וואס קען מיר קלארשטעלן די זאך.
משנים קדמוניות איז מען געגאנגען אנגעטוהן נאר מיט א חלוק, דאס מיינט אוי ווי א לאנגע ראוב סיי מענער און סיי פרויען, נאר נאך דעם האט זיך אנגעהויבן דאס גיין מיט נאך לבושים און דעמאלטס פלעגט מען גיין נאר מיט איין הויזן, נישט אונטער, אויבער, נאר פשוט א הויזן, און עס איז נישט געווען צמוד לגוף, יארן שפעטער האט מען אנגעהויבן גיין מיט צוויי הויזענ'ס גיי פארשטיי פארוואס, מסתם עס זאל זיין א חילוק בין די ברכים אשר כרעו לבעל און די אשר לא כרעו, און די אלטע ירושלימער זענען געבליבן מיט די אלטע לבוש, ולכן האט אמאל געקענט זיין כתמים שאלות אויף די לבושים וואס איז כהיום כמעט נישט שייך ווייל מען גיין א אונטער הויזן צמוד לגוף.
איך זעה נישט קיינעם כאפן גרעי"פ דזשו"ס סך הכל א זוהן רעדן פון זיין טאטע איך גלייב אז לאחר מאה ועשרים פון דיין פאטער וועסטו אויך רעדן אמאל פון אים און פינף פון דיינע ברידערס/שוואגערס/קינדער וועלן דיר אויסהערן
וויאזוי קען איך טשעקן צו מיין הויז איז רענט קאנטראלד?
<a class="postlink" href="http://nycrgb.org/downloads/resources/sta_bldngs/2013BrooklynBldgs.pdf">http://nycrgb.org/downloads/resources/s ... nBldgs.pdf</a>
[ציטאט אראפגענומען]
אדמו"ר מבאלחוב טרעט אויף.
אויף וועמען טרעט ער?