☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 11:48 pm

· #31399
זר זהב
איך בין נאר לעצטענס געוואר געווארן אז מ'קען לינקען צו יו טוב און מאכן אז דער קליפ זאל זיך אנהייבן ביי א געוויסע צייט אינעם קליפ
ווען איך וויל אבער ארויפלייגן אוין שטיבעל דא אזא קליפ (עמבעדן) וועט נישט ארבעטן. דער קליפ וועט בכלל נישט ארויפקומען אויפ'ן שטיבל. פארוואס?

ווייל די Token וואס די HTML replacement table נוצט איז {SIMPLETEXT} וואס טראגט נישט אריבער די קוועסטשען מארק און איקוועלס צו די HTML קאוד אויף די פעידזש, פארשטאנען? יעצט חזר איבער.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 11:57 pm

· #31401
קין מעס פיקסן? אויב נישט אינטערעסירט מיר נישט די דעטאלן. אבער א דאנק פאר'ן ענטפערן.
אגב, איך האב נארוואס געגעסן געפילטע פיש (די קדם דזשאר באטלעך) און דו ביזט גוט!

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 12:12 am

· #31407
זר זהב
קין מעס פיקסן? אויב נישט אינטערעסירט מיר נישט די דעטאלן. אבער א דאנק פאר'ן ענטפערן.

אויב ניצט מען די {TEXT} טאקען אנשטאט {SIMPLETEXT} קען מען לכאורה, ס'געט א ווארנינג אז ס'איז א ריסק פאר קראסס סייט סקריפטינג אבער איך מיין אז יו-טוב איז נישט וואלנערעבעל צו XSS. אבער דאס איז אפ טו די מנהלים און זיי זאלן מאכן די ריסוירטש (אויב זיי ווילן) אויב ס'איז סעיף, איך בין נישט קיין סעקיוריטי עקספערט אויף אזוי ווייט.
זר זהב
אגב, איך האב נארוואס געגעסן געפילטע פיש (די קדם דזשאר באטלעך) און דו ביזט גוט!

קדם דזשאר באטלעך??? איכס!

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 12:15 am

· #31409
געפילטע פיש

קדם דזשאר באטלעך??? איכס!

מ'דארף וועלן אריינגיין אין אן אנדערען וועלט.... איך שפיר זיך ווי א האלאקאוסט סורווייווער ווען איך עס עס. שוין.

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 12:50 am

· #31427
זר זהב
מ'דארף וועלן אריינגיין אין אן אנדערען וועלט...

הדא היא דכתיב, סאמטינג אוט אוו דיס ווירלד!

שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 1:11 am

· #31440
ייש"כ געפילטע פארן בארייכערן און פארברייטערן אביסל מיינע ארעמע ידיעות.

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 1:36 am

· #31447
ידיעות אין וואס, אין קדם געפילטע פיש, אדער אין PHP BB קאוד?

אךשמח » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 2:07 am

· #31464
אז מען רעדט שוין פון קדם געפילטע פיש אין אן אשכול פון 'זאכן וואס כ'וויל וויסן', קען מיר איינער פארשטיין געבן ווי מען קען אפילו פארקויפן אזעלכע געמיינע פיש?

די געקענטע קדם געפילטע פיש קען איך שוין זינט מיינע ערשטע יארן וואס כ'בין געגאנגען אין גראסערי, און עס האלט נאך אלס אן, אפילו ווען אנדערע מאכלים זענען שוין לאנג נישט בנמצא, קען מען נאך טרעפן אין אלע גראסעריס די פיש.

פאר וועם פארקויפט מען דאס?

זענען טאקע דא וואס עסן דאס ביי די סעודות שבת?

איך בין זיכער אז אונזער חבר 'געפילטע פיש' האט נישט געמיינט די קענס ווען ער האט זיך איינגעהאנדלט דעם ניק...

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 2:20 am

· #31466
אךשמח
פאר וועם פארקויפט מען דאס?

זענען טאקע דא וואס עסן דאס ביי די סעודות שבת?

פארוועם מ'פארקויפט עס? פאר מיר!...

איך מיין אז די אידן וואס גייען מיט די דאשיקלעך און אמעריקאנע אידן עסן עס אסאך.

ס'דא אויך פון 'מיעל מארט' און 'נועם'. לעצטענס האב איך געזען אימפארטירטע פון אר"י מיט'ן נאמען 'יהודא', זיי האבן אויך א "סוויט געפילטע פיש" וואס איך גלייך איינמאל אין 2 חדשים.
הממממ...

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 2:24 am

· #31467
איך מיין אז דאס קויפן נאר די וואס קויפן כשר'ס איין מאל א יאר, די מאנישעוויץ וויין און יהודא מצות, קויפן אויך די קענס געפילטע פיש ווייל דאס איז פארט פון די "טראדישאן" ...(בטעם עליון, נוסח טעביע מאניטעווקא)

----

זר זהב האקט, חכם עדיף מנביא, אבער ווי אזוי ווייסטו וואס איך גיי שרייבען?

נפתלי » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 8:35 am

· #31473
אךשמח
אז מען רעדט שוין פון קדם געפילטע פיש אין אן אשכול פון 'זאכן וואס כ'וויל וויסן', קען מיר איינער פארשטיין געבן ווי מען קען אפילו פארקויפן אזעלכע געמיינע פיש?

די געקענטע קדם געפילטע פיש קען איך שוין זינט מיינע ערשטע יארן וואס כ'בין געגאנגען אין גראסערי, און עס האלט נאך אלס אן, אפילו ווען אנדערע מאכלים זענען שוין לאנג נישט בנמצא, קען מען נאך טרעפן אין אלע גראסעריס די פיש.

פאר וועם פארקויפט מען דאס?

זענען טאקע דא וואס עסן דאס ביי די סעודות שבת?

איך בין זיכער אז אונזער חבר 'געפילטע פיש' האט נישט געמיינט די קענס ווען ער האט זיך איינגעהאנדלט דעם ניק...

איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז די סיבה פארוואס קדם פארקויפט פיש איז ווייל זיי לייגן אריין דאס גאנצע וואסער פון ים אין די גרעיפ דזשוס בלייבן די פיש אן קיין וואסער צום לעבן ממילא פארקויפן זיי עס

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 11:12 am

· #31496
fish1.jpg

fish.jpg

געפילטע פיש.jpg

יהודא'ס זיסע....jpg

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 11:19 am

· #31501
meal mart.jpg

manishevitz.jpg

חאצקל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 6:22 pm

· #31836
געפילטע פיש
אמר רבן שמעון בן גמליאל, לא היו ימים טובים לישראל כחמישה עשר באב וכיום הכיפורים, שבהם בני ירושלים יוצאין בכלי לבן שאולים, כדי שלא לבייש את מי שאין לו. וכל הכלים טעונין טבילה. ובנות ירושלים יוצאות וחונות בכרמים. וכך הן אומרות, שא נא בחור עיניך וראה, מה אתה בורר לך

איך וויל וויסען אין וועלכע כרמים דעס קומט פאר, איז דא א כרם אין די טריי סטעיט עריע ווי מ'קען צוקוקען די שיינע מנהג ישן ווי כ'וועל נישט אנטרעפען מיין נעקסט דאר נעיבער?

לויט ר' אביגדור מילער האנדלט זיך עס פון גאר יונגע מיידלעך און יונגלעך וועלעכע האבן זיך שוין אויסגעוועלט אויף שפעטער.
אויב איז עס אמת האט עס אן אנדער פראבלעם לויט אונזער סיסטעם נעמליך אז מ'קלערט אויף אינגלעך וויאזוי צו שאצן מיידלעך,
(כאטש ס'איז געווען א פארטיגער נוסח וואס די מיידלעך האבן געדארפט זאגן,)

חאצקל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 6:28 pm

· #31841
שוין לאנג וואס איך בין נייגעריג וואס מאכט א העליקאפטער זאל זיך ריקן פאראויס אדער צוריק. א פליגער האט מאטארן וואס בלאזט א ווינד וואס שטיפן עס פאראויס. פאמאגט דער העליקאפטער אויך אזעלעכע "שטיפערס" אדער ריקט זיך עס דורך אן אנדער אופן?

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 5, 2012 9:45 pm

· #31924
פאר נאך ידיעות פון דיי אייוועלטיסטן, זעהט דא.

outspoken » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:08 pm

· #32108
1) פארוואס זענען (בדרך כלל) די נישט חסיד'ישע רבנים בעסערע רעדנערס ביי מסיבות?
2) פארוואס זענען חסיד'ישע זינגערס בעסער ווי די אנדערע?

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:11 pm

· #32110
די נישט חסידישע האלטן נישט אז די חסידישע זינגערס זענען בעסערע זינגערס.

outspoken » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:14 pm

· #32111
זר זהב
די נישט חסידישע האלטן נישט אז די חסידישע זינגערס זענען בעסערע זינגערס.

ביי אסאך מאדערענע חתנות זעט מען חסידישע זינגערס

נפתלי » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:14 pm

· #32112
outspoken
1)פארוואס זענען (בדרך כלל)די נישט חסידישע רבנים בעסערע רעדנערס ביי מסיבות ?
2)פארוואס זענען חסידישע זינגערס בעסער ווי די אנדערע ?

איך מעג האלטן אנדערש אדער דו זאגסט א פאקט און ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר מיינונגען?

1) ביי נישט חסידישע איז דא פונקט אזעלכע אומגעלונגענע בעלי דרשנים, דו הערסט נאר די גוטע רעדנערס,
2) דיר געפעלט בעסער די חסידישע זינגערס ווייל דו ביסט געוואוינט צו די סטייל און הברה.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:18 pm

· #32113
outspoken
זר זהב
די נישט חסידישע האלטן נישט אז די חסידישע זינגערס זענען בעסערע זינגערס.

ביי אסאך מאדערענע חתנות זעט מען חסידישע זינגערס

יענע קומען דורך אגענטן, למשל נגינה בענד נעמט אליינס דעם זינגער. אא"וו

outspoken » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:18 pm

· #32114
נפתלי
outspoken
1)פארוואס זענען (בדרך כלל)די נישט חסידישע רבנים בעסערע רעדנערס ביי מסיבות ?
2)פארוואס זענען חסידישע זינגערס בעסער ווי די אנדערע ?

איך מעג האלטן אנדערש אדער דו זאגסט א פאקט און ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר מיינונגען?

1) ביי נישט חסידישע איז דא פונקט אזעלכע אומגעלונגענע בעלי דרשנים, דו הערסט נאר די גוטע רעדנערס,
2) דיר געפעלט בעסער די חסידישע זינגערס ווייל דו ביסט געוואוינט צו די סטייל און הברה.

נעם א כינוס הכללי אדער סיום הש''ס האבן די נישט חסידישע רעדנערס עלעקטרעזירט דעם עולם.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:20 pm

· #32116
ביים כינוס האבן זיי גענומען דעם דזשיבויער מיט'ן אינטערנאאאאאאאט... זיי וואלטן פונקט אוזי געקענט נעמען א געלונגענעם חסידישן רעדנער. (אגב דער דזשיבויער הייסט א גאר גוטער רעדנער) ביים סיום האט דער קלויזענבורגער גוט גערעדט.

outspoken » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:25 pm

· #32122
זר זהב
ביים כינוס האבן זיי גענומען דעם דזשיבויער מיט'ן אינטערנאאאאאאאט... זיי וואלטן פונקט אוזי געקענט נעמען א געלונגענעם חסידישן רעדנער. (אגב דער דזשיבויער הייסט א גאר גוטער רעדנער) ביים סיום האט דער קלויזענבורגער גוט גערעדט.

אדרבה, רעכען אויס גוטע רעדנערס וואס מ'וואלט געקענט נעמען.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:26 pm

· #32123
ר' שמעלקע לייפער

נפתלי » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:34 pm

· #32125
outspoken
נפתלי
outspoken
1)פארוואס זענען (בדרך כלל)די נישט חסידישע רבנים בעסערע רעדנערס ביי מסיבות ?
2)פארוואס זענען חסידישע זינגערס בעסער ווי די אנדערע ?

איך מעג האלטן אנדערש אדער דו זאגסט א פאקט און ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר מיינונגען?

1) ביי נישט חסידישע איז דא פונקט אזעלכע אומגעלונגענע בעלי דרשנים, דו הערסט נאר די גוטע רעדנערס,
2) דיר געפעלט בעסער די חסידישע זינגערס ווייל דו ביסט געוואוינט צו די סטייל און הברה.

נעם א כינוס הכללי אדער סיום הש''ס האבן די נישט חסיד'ישע רעדנערס עלעקטרעזירט דעם עולם.

רבנים און גוטע רעדנערס זענען צוויי אנדערע זאכן, ביי חסידים איז דא פונקט אזעלכע גוטע רעדנערס נאר זיי זענען נישט קיין רבנים
ביי חסידים ווערט מען נישט רבי ווייל מ'קען גוט רעדן

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:46 pm

· #32129
נישט חסיד'ישע זינגערס? למשל שוועקי?
איך פארשטיי אז רוב חסיד'ישע האבן ריכטיג דעם חסיד'ישן ווארעמקייט וועלכע הערט זיך מער אריגינעל ווי די נישט חסיד'ישע, און אפשר דאס מאכט א דיפערענץ.

און אלס רעדנערס, אפשר ווייל ביי די ליטווישע און בכלל נישט-חסיד'ישע בויעט מען מער אויף דעם כח פון רעדן און בכלל קאנפידענץ, בשעת ביי חסיד'ישע מאכט מען אין בעסטן פאל נישט קיין אישו דערפון, און אין ערגסטן פאל, צוקלאפט מען דעם ענין דערפון.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:54 pm

· #32131
שמעקעדיג
און אלס רעדנערס, אפשר ווייל ביי די ליטווישע און בכלל נישט-חסיד'ישע בויעט מען מער אויף דעם כח פון רעדן און בכלל קאנפידענץ, בשעת ביי חסיד'ישע מאכט מען אין בעסטן פאל נישט קיין אישו דערפון, און אין ערגסטן פאל, צוקלאפט מען דעם ענין דערפון.

דאס איז א שטארקער פוינט וואס אימיר נישט בייגעפאלן צוצושטעלן דא.
ביי די ליטווישע און סתם מאדערענע קרייזן לייגט מען א דגוש אויף 'ספיטשעס'. ווען א ליטווישע/מאדערענע ישיבה מאכט א מסיבה אדער א סיום ווער זענען די הויפט רעדנערס? די בחורים! און יעדער זיצט מיט א רעספעקט און הארכט צו יעדעס ווארט וואס זייער חבר זאגט... און זיי רעדן אויפ'ן מייק מיט א קאנפידענס. די גאנצע אטמאספערע איז בכלל ווייניגער ליצנות'דיג.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 2:20 pm

· #32135
נפתלי
רבנים און גוטע רעדנערס זענען צוויי אנדערע זאכן, ביי חסידים איז דא פונקט אזעלכע גוטע רעדנערס נאר זיי זענען נישט קיין רבנים
ביי חסידים ווערט מען נישט רבי ווייל מ'קען גוט רעדן

ריכטיג!
ר' אפרים וואקסמאן איז נישט קיין רב/רבי. ער איז א שטייגער ווי ר' אבא חייא טויבער ביים חסיד'ישן עולם. א ראש ישיבה און האט א גוטן שפראך (כאטש איך פארגלייך זיי נישט, אבער פאר א משל איז עס פונקט גוט).
אבער עס זענען דאך פאראן אסאך גוטע רעדנערס רבנים ביי חסידים.
ר' שמעלקא לייפער האט מען שוין אויבן דערמאנט.
אן אנדערע נישט-אזוי-באקאנט איז דער ניקלשבורג'ער, כ'האב אים געהערט אמאל ביי א מסיבה, און איך בין זייער נתפעל געווארן פון זיין לשון לימודים און רייכע געשמאקע שפראך.
ר' בערל כ"ץ מדושינסקי איז אויך געוואלדיג, (די 2 זענען ענליך, ניקלשבורג און דושינסקי, כאטש דער דושינסקי'ער איז מער אטאריש און שארף, בעת דער ניקלסבורג'ער איז מער א סאלידער רואיגער רעדנער).
איך ווייס נישט צו דאס הייסט א רעדנער, אדער א שיינער פארלערנער, אבער איך גלייך זיי צו הערן.
עס זענען פאראן נאך עטליכע, וואס איך דארף מיר דערמאנען.

וואס טראכט איר אויף די ברודער, דער גאלאנטער און בורשטינער? כ'מיין זיי קענען אויך שיין רעדן.

נס קאווע » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 5:02 pm

· #32184
כ' האב אויך געהאלטן אז ס' דא בעסערע חסידישע זינגערס ווי אויך אויב וואלט מען מען געזינגען מיט די קינדער אזויווי ביי די בויס קווייערס וואלט די חסידישע בעסער געווען

און די גרעסטע ראיה איז נאך דאס אז די חסידישע זענען מודה אז זיי זענען בעסער...

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 7:55 pm

· #32261
פארוואס איז קרית יואל פארפיינטעט ביי די וואס זענען דארט געבוירן/אויפגעוואקסן, און באליבט
(אדער עט ליעסט נישט פארפיינטעט) ביי די וואס האבן דארט חתונה/מופן אהין?

{מיין טיאריע איז: אז די סיסטעם דארט איז גאר שטרענג (און קארופטירט?), דערפאר זענען די וואס וואקסן אויף דארט זייער דערביטערט, און זיי אסאסיעטען עס מיט'ן מקום... און זיי ווילן פשוט פארגעסן פון די פלאץ וואס האט זיי אזוי אינטערדרוקט.
לפי זה האט זייער האס באמת גארנישט מיט'ן עצם פלאץ, אה הא אה הא און יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס די וואס מופן אהין בלויז פאר א דירה, אדער א בחור וואס האט חתונה דארט קען עס גלייכן}

אזוי האב איך געקלערט.

ניו יארק » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:11 pm

· #32271
די תירוץ איז זייער פשוט (נאכן פארשטיין....) אבער דקות'דיג, קרית יואל איז אמאל געווען א קליין צוריקגעבליבענע שטאט, יעדער האט געקענט יעדעם, יעדער האט געוויסט וואס פארא קאר די איד פונעם אנדערן זייט שטעטל האט, עס איז געווען א געפערליכע "יענטישע" שטאט, במילא אלע וואס זענען דארט אויפגעוואקסן אלע יארן זענען שוין פארעקלט דערפון, זיי גרוילען זיך פון די שטאט. משא"כ די וואס האבן יעצט חתונה דארט, זענען זייער צופרידען, מען האלט שוין נאך די פראבלעמען, רענט איז ביליג, שיינע פאנאראמע א.א.וו.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:14 pm

· #32274
רענט איז ביליג? איך הער זאגן...
הגם ס'איז ביליגער ווי אין שטאט, אבער נאך אלס היפש טייער.

פאר א פינף רומיגע דירה בעט מען שוין היינט ארום 1500 צו 1600 א חודש, און פאר א 6-7 רומיגע אין די געגענט פון צוויי אלפים א חודש, און א אכט רומיגע גייט פאר 2300 און העכער.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:15 pm

· #32275
און א 10 רומיגע דירה?

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:16 pm

· #32277
שמואל הלוי
רענט איז ביליג? איך הער זאגן...
הגם ס'איז ביליגער ווי אין שטאט, אבער נאך אלס היפש טייער.

פאר א פינף רומיגע דירה בעט מען שוין היינט ארום 1500 צו 1600 א חודש, און פאר א 6-7 רומיגע אין די געגענט פון צוויי אלפים א חודש, און א אכט רומיגע גייט פאר 2300 און העכער.

דאס מיינט טייער? מאכסט מיר לאכען.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:16 pm

· #32279
געפילטע פיש
שמואל הלוי
רענט איז ביליג? איך הער זאגן...
הגם ס'איז ביליגער ווי אין שטאט, אבער נאך אלס היפש טייער.

פאר א פינף רומיגע דירה בעט מען שוין היינט ארום 1500 צו 1600 א חודש, און פאר א 6-7 רומיגע אין די געגענט פון צוויי אלפים א חודש, און א אכט רומיגע גייט פאר 2300 און העכער.

דאס מיינט טייער? מאכסט מיר לאכען.

יא יא ענק שטאטישע קענען לאכן, ווייל ביי ענק הייסט עס ביליג.

town1 » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:22 pm

· #32281
שמואל, און וויפּיל קאסט און אפסטעיט א דירה

קווארטין » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 11:00 pm

· #32753
לאזט מיך אביסל צירוק גיין צו די טעמע פון זינגערס, סיז פאראן סאלא זינגערס, וואס מיט דעם מיינעך דארפן זיך די חסידישע נישט שעמען, פון די גרויסע צאל זינגערס איז דא א חלק הניכר וואס זינגען באמת גוט אין שיין. אבער ביי די קווייערס זינגער דארט מעג מען זיך אביסל אראפלערנען פון די נישט חסידישע, א שטייגער ווי "שלשלת". אויב יא קוקען אויף חסידישע, דאן וואלט איך ריפערט צו די איזראעלי קווייערס, א שטייגער ווי קאליש אדער מאנא ועוד, פארוואס, ווייל מ'הערט פון זייער זינגען אז זיי זינגען לויט די כללי מוזיק, אלס איז פארגעשריבן ווי א זייגער, אויב האך קיין טעות, זינגען זיי אדער עכ"פ פראקטיצרן זיי אויף נאטן, מ'הערט אויס קאלישעס ספירה טעיפ, ממש ווי א שווייצע זייגער, א מחי' צו הערן.
בנוגע קר"י. מיינע פריינד, יליד קר"י אנכי. כ'דענק נאך ווען כ'פלעג צירוקומען פון קעמפ, און ס'פלעגט מיר איבלען, אודך די זעלבע מענטשן. ס'איז לכאורה צוויי סיבות, איינס, וואס כ'האב נארוואס דערמאנט, אלעס די זעלבע, there was no excitement, אנדערש ווי אין די שטאט וואס טוטזיך, והשנית, די מוסדות האט נישט צופיל געטוהן צי מאכן אינטערעסאנט דאס לעבן, אפשר פארקערט, גראדע רעדיך פון די מיטעלע מם יארן ווייל פון די פריערדיגע האבעך גאנץ גוטע מעמאריס, מ'איז היבש געגאנען אויף אויספלוגען, א.א.וו., כ'האב אויך געהערט פון אנדערע דאס זעלביגע. מ'פלעגט אפט זינגען "מיר זענען געקומען קיין קרית יואל".

נפתלי » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 9:30 am

· #32834
קווארטין
לאזט מיך אביסל צירוק גיין צו די טעמע פון זינגערס, סיז פאראן סאלא זינגערס, וואס מיט דעם מיינעך דארפן זיך די חסידישע נישט שעמען, פון די גרויסע צאל זינגערס איז דא א חלק הניכר וואס זינגען באמת גוט אין שיין. אבער ביי די קווייערס זינגער דארט מעג מען זיך אביסל אראפלערנען פון די נישט חסידישע, א שטייגער ווי "שלשלת". אויב יא קוקען אויף חסידישע, דאן וואלט איך ריפערט צו די איזראעלי קווייערס, א שטייגער ווי קאליש אדער מאנא ועוד, פארוואס, ווייל מ'הערט פון זייער זינגען אז זיי זינגען לויט די כללי מוזיק, אלס איז פארגעשריבן ווי א זייגער, אויב האך קיין טעות, זינגען זיי אדער עכ"פ פראקטיצרן זיי אויף נאטן, מ'הערט אויס קאלישעס ספירה טעיפ, ממש ווי א שווייצע זייגער, א מחי' צו הערן.

וואס ווילסטו? האבן נאך אפאר חברה וואס זאלן מאכן קווייער אזויווי מונה און קאליש? זיי זענען חד בדרא אין ערעינדזשן קווייער אזעלכע מאכט זיך נישט אפט (און א געוויסן זין איז קאליש נאך בעסער ווי מונה)

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 9:34 am

· #32836
פארוואס גייען די באבובע (און אפשר נאך אנדערע) מיט שניטן אין די רעקעלעך?

Shmilly » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 11:12 am

· #32879
זר זהב
פארוואס גייען די באבובע (און אפשר נאך אנדערע) מיט שניטן אין די רעקעלעך?

איך גיי שוין לאנג נישט אזא רעקעל

עס איז דא א טייל גייען יא אזוי סטאם סאיז א סטייעל און עס איז פענסי

Shmilly » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 11:30 am

· #32893
בנוגע חסידשע רעדנערס

1 ר' אהרן טויסג שליט"א
2 אב"ד לימנוב שליט"א
3 אב"ד דחיסט שליט"א
4 ר' דוד אלועסקי שליט"א
5 הרב לאו שליט"א
6 הרב אפרים וואקסמאן

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 11:31 am

· #32896
וועלכע חוסט מיינסטו? ס'דא צוויי; ר' שמעלקא לייפער, און הרב גינזבורג.

יידל » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 12:57 pm

· #32916
Shmilly
זר זהב
פארוואס גייען די באבובע (און אפשר נאך אנדערע) מיט שניטן אין די רעקעלעך?

איך גיי שוין לאנג נישט אזא רעקעל

עס איז דא א טייל גייען יא אזוי סטאם סאיז א סטייעל און עס איז פענסי

וועלכע פאפא'נער גייט דען מיט אזא רעקל? אה, אפשר ביסטו פון די אנדערע פאפא.

Shmilly » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 2:45 pm

· #32950
שמואל הלוי
וועלכע חוסט מיינסטו? ס'דא צוויי; ר' שמעלקא לייפער, און הרב גינזבורג.

איז דא א חוסט'ע רב אין א"י?

געמיינט האט רב גינסבורג, אבער זיין נאמען איז מיר ארויס פון קאפ.

Shmilly » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 2:49 pm

· #32952
יידל
[וועלכע פאפא'נער גייט דען מיט אזא רעקל? אה, אפשר ביסטו פון די אנדערע פאפא.
.

ביז י"ב אדר בין איך געווען פאפא, נאך די קריג בין איך געווארען א באבעוו'ער

(מעג מען לייקענען)?

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 7:17 pm

· #33100
זר זהב
פארוואס גייען די באבובע (און אפשר נאך אנדערע) מיט שניטן אין די רעקעלעך?

אפשר איז דא א חומרא צו מל'ן אויך דאס רעקל 😉

gehlungen » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 10:21 pm

· #33908
שלימים פאר לחם משנה
Can somebody please tell me the MKOIR for having to have" SHLEIMIM" for LECHEM MISHNEH?

איך אויך » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:02 am

· #33959
א דבר השלם איז מער חשוב.

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 12, 2012 3:20 am

· #34047
בפיריש ויקיפדיה
סהאט אבער נישט די מקור.