זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
זר זהבאינטערעסאנט. כ'געדענק אז מ'קען נישט ביינאכט
זעהסטעך אז ער האט עס דורכגעמאכט
די ענין וואס די טור ברענגט אז מען דארף זיך שערן די האר און בארד, איז אפי מ'האט זיך געשוירען אפאר וואכן ציריק און מ'האט קליינע האר?
אין אנדערע ווערטער איז עס א ככוד פארן יו''ט אז מען שערט זיך אדער די כבוד איז די קליינע האר?
נולד מאוחרדי ענין וואס די טור ברענגט אז מען דארף זיך שערן די האר און בארד
די בארד האסטו צוגעלייגט? אדער ס'שטייט אויך אין טור?
שמואל הלוינולד מאוחרדי ענין וואס די טור ברענגט אז מען דארף זיך שערן די האר און בארד
די בארד האסטו צוגעלייגט? אדער ס'שטייט אויך אין טור?
כ'מיין געפילטע פיש האט עס שוין ערגעץ וואו געברענגט. עס שטייט קלאר אין טור אבער דער מחבר לאזט עס אויס.
ידעןאיז אמת אז צושטאפען די נאז ווען מע סניזט איז נישט געזונט פאר די הארץ?
ליין דא אביסל איבער אפהאלטן פון סניזן.אךשמחידעןאיז אמת אז צושטאפען די נאז ווען מע סניזט איז נישט געזונט פאר די הארץ?
ליין דא אביסל איבער אפהאלטן פון סניזן.
כאמער אויסגעלערענט אז סע הייסט stifling אבער איך זעה נישט אז סע שאט פאר די הארץ. אפשר פאר די מח אדער אויערען.
כאב נישט געוויסט אז גוגל האט אזא סערוויס ווי yahoo answers. אבער זייער נישט קלאר און עכט מיאוס. סע פאסט נישט פאר גוגל.
סיז יאהו'ס סערוויס, נישט גוג'לס!
/?איינער ווייסט אפשר וואס עס זיכט א שלאנג אויף די סימבאל/לאגא פון הצלה/
גראדע מיין איך אז די חברות הצלה פון ניו יארק האבן נישט דעם שלאנג אויף זייער סיבמאל, בלויז א פאקל אויף א הארץ:

זע
דא פארן רמז פונעם שלאנג.
פארוואס אין די הייליגע טעג ביי חזרת הש"ץ זאגט נישט דער ציבור זכרינו לחיים און מי כמוך? וכתוב מיט בספר חיים זאגט מען יא,
ידעןאסאך מענטשען האק אויף התאחדות הכשר אז סע גארנישט ווערט, און די זעלבע מענטשען וועלען עסן זאכען מיט זייער הכשר, וואסי פשט?
ווייל סהאט אויך OU,
שמעקעדיגאז מען רעדט שוין פון זאכן וואס איך וויל וויסן, און פון התרת נדרים, לאמיך שוין פרעגן א שאלה וואס איך וויל שוין יארן לאנג פארשטיין:
וואס איז פשט פון מאכן יעדן יאר באזונדער התרת נדרים?
צום סוף נאכן מתיר זיין, מאכט יעדער א "מסירת מודעה" אז מהיום והלאה, וועלן אלע נדרים זיין בטל ומבוטל "מעתה ועד עולם".
זיי וועלן נישט חל זיין, לא שרירין ולא קיימין, ס'איז גארנישט ווערד.
לכאורה, מיט די ווערטער זענען מיר שוין געקאווערד, ווי אונזער אייגענע ווערטער, "מעתה ועד עולם".
פארוואס'זשע נאכאמאל יאר-איין-יאר-אויס?
חוץ מזה וואס איך ווייס ביי מיר אז איך אליין בין ווייט פון דעם גאנצן ענין, איך מאך נישט קיין נדרים, איך נעם זיך נישט אונטער קיין קבלות, און ווען איך זאג שוין יא עפעס צו איז עס געווענליך "בלי נדר".
אבער כ'רעד שוין נישט פון מיר. על הכלל כולו יצא.
מה זה ועל מה זה?
איינס פון די טעמים, לפענ"ד פארוואס מען מאכט התרת נדרים א יעדעס יאר איז, ווייל ס'קען זיין א חשש פון א נדר א זאך וואס מען האט זיך געפירט דריי מאל און מען האט נישט געזגט בפירוש "בלי נדר" אזוי ווי ס'שטייט אין נוסח פון התרת נדרים "וכל דבר טוב שנהגתי שלש פעמים ולא אמרתי שיהא בלי נדר. אויך שטייט "קבלה בלב" אפילו מען האט עס נישט ארויסגעזאגט. און א מענטש קען נישט געדענקען.
villagerפארוואס אין די הייליגע טעג ביי חזרת הש"ץ זאגט נישט דער ציבור זכרינו לחיים און מי כמוך? וכתוב מיט בספר חיים זאגט מען יא,
יעצט געענדיגט מנחה. אבינו מלכנו׳ס.
פארוואס זאגט מען נאר עטליכע שטיק פסוק ביי פסוק
יענע שטיקלאך זענען פון גרעסערע אימפארטענס ודו"ק
א נייע מעשה. מהיכי תיתי?
קאממען סענדס
מנע מגיפה מנחלתיך איז ווייניגער וויכטיג ווי זכרנו בזכרון טוב לפניך?
נישט אין מיין עשירות דעת.
שמעקעדיג
יעצט געענדיגט מנחה. אבינו מלכנו׳ס.
פארוואס זאגט מען נאר עטליכע שטיק פסוק ביי פסוק
געזעהן
פון מונקאטשער רב אז ער האקט טאקע אויף דעם מנהג ווייל עס מאכט אויסקוקן ווי וואס דער זוהר זאגט צווחין ככלבין הב הב, ער פרובירט צו פארענטפערן אז די מנהג שטאמט מסתמא פון עמי הארצים וואס פלעגן זיך טועה זיין אין די עשי"ת און זאגן
זכרינו בספר חיים טובים אזוי ווי אינמיטן יאר אנשטאט
כתבינו און דער עולם פלעגט אריינשרייען כתבינו און פון דעם איז געווארן דער מנהג, (אבער עס שטימט נישט ווייל מ'פאנגט שוין אן פון החזירנו) ער אליינס פירט אויס אז עס איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י זוהר הנ"ל און ביי אים איז געווען דער מנהג צו זאגן אלע אויף די זעלבע גאנג (אחוץ ביי נעילה וואס עס איז אן עת רצון).
און ענליך צו דעם האב איך היינט פראבירט צו מיישב זיין מיין אויבנדערמאנטע שאלה:
villagerפארוואס אין די הייליגע טעג ביי חזרת הש"ץ זאגט נישט דער ציבור זכרינו לחיים און מי כמוך? וכתוב מיט בספר חיים זאגט מען יא,
ווייל אינמיטן די וואך פלעגט דער עולם אריינשרייען צום בעל תפלה דערמאנען ער זאל זאגן זכרינו, אבער יום טוב ביי חזרת הש"ץ האט דער חזן נישט פארגעסן ווייל ער האט זיך דאך צוגעגרייט א שטיקל אויף דעם, אבער אויף וכתוב איז שוין געווענליך נישטא קיין שטיקלעך האט מען דעמאלטס ווייטער ארייגעשריגן, און פון דעם איז געווארן דער מנהג, די פשט קוקט מיר אויס קרוב אל האמת און איך זאג קרוב ווייל אינגאנצן שטימט עס אויך נישט ווייל לויט דעם וואלט מען געדארפט היינט פארזאגן המלך הויעך, (אבער אפשר ווייל מ'קען נישט מפסיק זיין ביי אזא קורצע ברכה איז עס נישט געווארן א מנהג?)
וואס איז די סיבה פארוואס מען וועקט זיך אויף ביים הערן א רעש אינמיטן שלאפן?
במושכל ראשון דארף מען אודאי זאגן אז די עצם רעש וועקט, קולות זענען א סתירה צו דעם עצם מהות פון שלאף.
קלער איך אבער אז עס קען גאר זיין אז די סיבה איז נישט די עצם רעש נאר דער שינוי אינעם ביז איצטיגן מצב, דהיינו אז ביז יעצט איז שטיל געווען און פלוצלינג איז בטל געווארן די מצב פון שטילקייט.
וואס עס ברענגט מיר צו דעם איז דער מציאות אז א שטענדיגע רעש - למשל א גייענדיגער עירקאנדישן - שטערט נישט שלאפן, ואדרבה ביי אסאך העלפט עס גאר שלאפן.
ויש אתי מקום צו זאגן אז ווען דער רעש הערט זיך פלוצלינג אויף איז דאס גורם אז מען זאל זיך אויפוועקן, און עס דאכציך מיר אז דאס איז נישט נאר ביי אזא סאלידע רעש ווי עירקאנדישן, נאר אפילו ביי א טרעקטאר וואס ארבעט אינדרויסן.
איז וואס וועקט אויף ווען דער רעש ענדיגט זיך? ע"כ איז עס די שינוי.
ונבנתה העירוואס איז די סיבה פארוואס מען וועקט זיך אויף ביים הערן א רעש אינמיטן שלאפן?
במושכל ראשון דארף מען אודאי זאגן אז די עצם רעש וועקט, קולות זענען א סתירה צו דעם עצם מהות פון שלאף.
קלער איך אבער אז עס קען גאר זיין אז די סיבה איז נישט די עצם רעש נאר דער שינוי אינעם ביז איצטיגן מצב, דהיינו אז ביז יעצט איז שטיל געווען און פלוצלינג איז בטל געווארן די מצב פון שטילקייט.
וואס עס ברענגט מיר צו דעם איז דער מציאות אז א שטענדיגע רעש - למשל א גייענדיגער עירקאנדישן - שטערט נישט שלאפן, ואדרבה ביי אסאך העלפט עס גאר שלאפן.
ויש אתי מקום צו זאגן אז ווען דער רעש הערט זיך פלוצלינג אויף איז דאס גורם אז מען זאל זיך אויפוועקן, און עס דאכציך מיר אז דאס איז נישט נאר ביי אזא סאלידע רעש ווי עירקאנדישן, נאר אפילו ביי א טרעקטאר וואס ארבעט אינדרויסן.
איז וואס וועקט אויף ווען דער רעש ענדיגט זיך? ע"כ איז עס די שינוי.
אויב מיר חקר'ן שוין יא וואלט איך געזאגט אז ביי אן עיר קאנדישאן פארוואס מען שלאפט יא איין טראץ דעם רעש, איז ווייל ס'קיהלט. און פאר די זעלבע סיבה וועקט מען זיך אויף ווען ס'הערט אויף ארבעטן ווייל ס'ווערט א שינוי אין די אטמאספער און ס'איז שווער און אומאנגענעם צו אטעמען. עכ"פ אזוי איז ביי מיר. איבער טראקטארס וואס ארבעטן אום 2:00 פארטאגס, ווען איך גיי געוויינליך שלאפן ווייס איך נישט. ווייל אין מיין שכינות ארבעטן נישט די טראקטארס אין יענע שעות. 😂
berlbalagulehונבנתה העירוואס איז די סיבה פארוואס מען וועקט זיך אויף ביים הערן א רעש אינמיטן שלאפן?
במושכל ראשון דארף מען אודאי זאגן אז די עצם רעש וועקט, קולות זענען א סתירה צו דעם עצם מהות פון שלאף.
קלער איך אבער אז עס קען גאר זיין אז די סיבה איז נישט די עצם רעש נאר דער שינוי אינעם ביז איצטיגן מצב, דהיינו אז ביז יעצט איז שטיל געווען און פלוצלינג איז בטל געווארן די מצב פון שטילקייט.
וואס עס ברענגט מיר צו דעם איז דער מציאות אז א שטענדיגע רעש - למשל א גייענדיגער עירקאנדישן - שטערט נישט שלאפן, ואדרבה ביי אסאך העלפט עס גאר שלאפן.
ויש אתי מקום צו זאגן אז ווען דער רעש הערט זיך פלוצלינג אויף איז דאס גורם אז מען זאל זיך אויפוועקן, און עס דאכציך מיר אז דאס איז נישט נאר ביי אזא סאלידע רעש ווי עירקאנדישן, נאר אפילו ביי א טרעקטאר וואס ארבעט אינדרויסן.
איז וואס וועקט אויף ווען דער רעש ענדיגט זיך? ע"כ איז עס די שינוי.
אויב מיר חקר'ן שוין יא וואלט איך געזאגט אז ביי אן עיר קאנדישאן פארוואס מען שלאפט יא איין טראץ דעם רעש, איז ווייל ס'קיהלט. און פאר די זעלבע סיבה וועקט מען זיך אויף ווען ס'הערט אויף ארבעטן ווייל ס'ווערט א שינוי אין די אטמאספער און ס'איז שווער און אומאנגענעם צו אטעמען. עכ"פ אזוי איז ביי מיר.
מיר דאכציך אז מען וועקט זיך אויף באלד ווי עס הערט אויף ארבעטן.
איבער טראקטארס וואס ארבעטן אום 2:00 פארטאגס, ווען איך גיי געוויינליך שלאפן ווייס איך נישט. ווייל אין מיין שכינות ארבעטן נישט די טראקטארס אין יענע שעות.
כל ישראל בני מלכים... [בשעת הדחק איז מען זיך זיכער סומך אויף שיטת ר' שמעון...].
איך האב אמאל געליינט און א איינע פון די אידישע אויסגאבעס אז פאר די מלחמה איז געווען א יודישע פראפאסער וואס האט אויפגעמאכט זייער א גרינגע שפראך וואס האט ווייניג כללים כדי עס זאל ווערן א אינטערציאנאלע שפראך און די נאציס האבען קאנספערירט אז די אידען ווילען איינעמען די וועלט ( דאס וואס זיי האבען געוואלט טוהן..}י
ווייסט איינער פרטים? וויאזוי עס הייסט? איז דא מענטשען וואס נוצען היינט צו טאגס די שפראך? און אויב יא ווי קען מען זיך עס אויסלערנען
אז מען רעדט שוין פון שפראך האט יידיש א מעלה איבער א צווייטע שפראך? איז שייך אז א שפראך זאל זיין בעסער ווי א צווייטע שפראך אדער מען קוקט נאר וואס סאיז די מאמע לשון? און אויב איז איינער אויפגעוואקסען מיט ספאניש איז פאר אים דאס די בעסטע שפראך
גוטזאגעראיך האב אמאל געליינט און א איינע פון די אידישע אויסגאבעס אז פאר די מלחמה איז געווען א יודישע פראפאסער וואס האט אויפגעמאכט זייער א גרינגע שפראך וואס האט ווייניג כללים כדי עס זאל ווערן א אינטערציאנאלע שפראך און די נאציס האבען קאנספערירט אז די אידען ווילען איינעמען די וועלט ( דאס וואס זיי האבען געוואלט טוהן..}י
ווייסט איינער פרטים? וויאזוי עס הייסט? איז דא מענטשען וואס נוצען היינט צו טאגס די שפראך? און אויב יא ווי קען מען זיך עס אויסלערנען
אז מען רעדט שוין פון שפראך האט יידיש א מעלה איבער א צווייטע שפראך? איז שייך אז א שפראך זאל זיין בעסער ווי א צווייטע שפראך אדער מען קוקט נאר וואס סאיז די מאמע לשון? און אויב איז איינער אויפגעוואקסען מיט ספאניש איז פאר אים דאס די בעסטע שפראך
די שפראך הייסט "עספעראנטא" Esperanto. דער מחבר פון די שפראך הייסט דר. זאמענהאף. ס'איז דא זייער ווייניג מענטשן וואס באנוצן זיך מיט די שפראך. זיין ציל איז געווען אז ס'זאל ווערן אן אינטערנאציאנלע שפראך. אבער היינט באנוצן זיך דערמיט נאר בערך 10,000 מענטשן.
פארוואס איז אנטיוויריס פראגרעמס free?
איך פארשטיי אמאל געט מען עפעס בחינם כדי מ'זאל אפדעטען צי די באצאלטע פראדאקט. אבער רוב פריוואטע מענטשען איז די פרייע אנטיווייריס גוט. און אפדעטין קיינמאל נישט.
רוב (היימישע) מענטשן וואס דו קענסט צאלן אויך נישט פאר מייקראסאפסט אפיס.
משה רוקחרוב (היימישע) מענטשן וואס דו קענסט צאלן אויך נישט פאר מייקראסאפסט אפיס.
דו מיינסט צי זאגן אז אין נארמאלע וועלט אפדעט מען צי די פעיד ווערשען אפי' די פרייע איז גענוג גוט?
די LIGHT קדם גרעיפ דזשוס האט אין די אינגרידיענטס "וואסער", וויאזוי מעג מען אריינלייגן אזויפיל וואסער אין גרעיפ דזשוס און ס'זאל נאך זיין כשר ?
זר זהבדי LIGHT קדם גרעיפ דזשוס האט אין די אינגרידיענטס "וואסער", וויאזוי מעג מען אריינלייגן אזויפיל וואסער אין גרעיפ דזשוס און ס'זאל נאך זיין כשר ?
תורה מחשבה
מ'מעג ע"פ שו"ע מישן ביז צוויי דריטל וואסער, אבער פאר די זעלבע פרייז קענסטו קויפן די רעגולער גרעיפ דזשוס און אליין מישן מיט וואסער.
דאס וויל איך דאך טוהן! כאב אבער געהערט אז מ'טאר נישט צולייגן וואסער מער פון אפאר טראפן.
דאס וואס דו האסט געהערט איז נישט אמת.
עס איז אמאל געווען אן ארטיקל דערוועגן אין דער איד.
ישר כח יעדן, וועלעך יעצט וויסן אז מ'מעג יא.
ווי האסטו דאס געהערט? ס'איז א מדובר אין די אחרונים, די מחבר שרייבט אויף יין צמוקים אז איין חלק פון דריי דארף זיין וויין, און די רמ"א זאגט אויף דעם אז אפילו איין חלק אין זעקס איז גענוג. ס'איז א מדובר אויב די זעלבע גייט אן ביי וויין אויך, אדער נאר ביי יין צמוקים, אבער עכ"פ א דריטל וויין נעמט מען אן אז מ'איז יוצא אלע דעות און מ'קען רואיג מאכן קידוש, הבדלה, און ד' כוסות אויף דעם.
---
שמעקעדיג האקט, נא וואס שטייט דארט?
זר האקט, יישר.
עס איז געוווען א אינטערוויו מיט איינעם פון קדם. ער האט אויסגעשמועסט לגבי דעם איינרעדעניש אז וויפיל וואסער מען מעג על פי הלכה האט שוין קדם צוגעלייגט, ממילא טאר מען נישט מוסיף זיין אפילו א טראפעלע.
זאגט ער דארט אז להד"מ, עס הייבט זיך נישט אן. עס איז הונדערט פראצענט גרעיפ דזשוס.
נולד מאוחרמשה רוקחרוב (היימישע) מענטשן וואס דו קענסט צאלן אויך נישט פאר מייקראסאפסט אפיס.
דו מיינסט צי זאגן אז אין נארמאלע וועלט אפדעט מען צי די פעיד ווערשען אפי' די פרייע איז גענוג גוט?
בערך צוויי דריטל פון קאמפיוטער באניצער זענען מענטשן וואס ווייסן נאר וויאזוי צו קוקן אימעיל און אפטייפן עפעס אויף ווארד.
די מענטשן ווערן זייער נערוועז ווען דער בחינם'דיגער אנטי וויירוס שפרינגט אויף און זאגט אז דער קאמפיוטער איז נישט אינגאנצן סעקיורד קעגן וויירוסעס און זיי שפענדן גלייך די צוואנציג - דרייסיג דאללער צו קויפן די פולע ווערסיע.
אונז אידן וועלן נישט צאלן אפילו נאכדעם וואס דער קאמפיוטער האט געכאפט א געשמאקע וויירוס און נישט געארבעט פאר אפאר טעג.
ערב יו״כ גיי איך יא אין מקוה. האבעך באמערקט ווי איינער שלעפט ארויס די שטאפער און טובלט זעך. איז עס מער ווי סתם א טבילה און מע ווערט הייליגער אדער סע נאר גוט פאר זיינע נערווען?
אה ער האט אויך ארויסגעשטעקט זיין פינגער און געפלאטשקעט און מסתם אנגעקומען צו די שי פעמים ק טבילות...
אויף אינגעריש הייסט עס אבסעסיוו קאמפאלסיוו דיסארדער, OCD אין קורצן.
פארוואס אדרעסירט ביבי נתניהו די יו ען אין די ענגלישע שפראך? פארוואס דארף ער אריין שפילן אין די הענט פון די אנטיסעמיטן וואס טענה'ן אז איזרעאל איז אמעריקע'ס 51'סטע סטעיט? (אין
אבאמא'ס קעיס, 59'סטע סטעיט)
פארטרעט ער א לאנד אן א שפראך? ס'מאכט עפעס נישט קיין גוטן רושם, ער זאל מיר אנטשולדיגן!
פארוואס האט זר זהב די דאגות?
אלעס ביז אהער איז שוין מסודר ב"ה?.....
ווייל ער רעדט "יעצט"..
ער קלערט אפשר צו האבן די חרדים אויף זיין זייט ווייל די רבי האטעך געאסר'ט די שפראך...
(באמת פאסט נישט פאר דיר צו פרעגן אז ער האט א שפראך זיין שפראך איז קיין שפראך)
איך זעה יעצט א youtube clip און סע האט 2,000 views און 3,500 לייקס און 1,000 דיסלייקס.
אפשר קען איך ניש גוט רעכענען?
איז עס נייע פרישער ווידעא?
נישט פון היינט.
יו טוב וועט אסאך מאל נישט ווייזן די קארעקטע נומערס אין אנהייב, און פלוצלינג געט עס א ריזיגע שפרינג צום טאטאלן ריכטיגן נומער. זיי האבן מורא אז מ'סאבוטאדזשירט דעם סיסטעם צו מאכן א ווידעא אויסזעהן גרעסער ווי ס'איז. -- אזוי האב איך אמאל געליינט.
לייען דא דעם ערשטן ענטפער ותמצא נחת
<a class="postlink" href="http://answers.yahoo.com/question/index?qid=20090710211252AA4f0W9">http://answers.yahoo.com/question/index ... 252AA4f0W9</a>
ידעןערב יו״כ גיי איך יא אין מקוה. האבעך באמערקט ווי איינער שלעפט ארויס די שטאפער און טובלט זעך. איז עס מער ווי סתם א טבילה און מע ווערט הייליגער אדער סע נאר גוט פאר זיינע נערווען?
אה ער האט אויך ארויסגעשטעקט זיין פינגער און געפלאטשקעט און מסתם אנגעקומען צו די שי פעמים ק טבילות...
אויב ווילסטע א מעשה רב, קעען איך דיך זאגען, בעיני ראיתי, ירושלימער רב, עממ סאטמערע דיין, אויפשטאפען די השקה און נאכדעם זיך טובלען. נישט זאלסט דיך לערנען הלכה למעשה ווייל ס'קען זיין ער טוט עס פאר די גוים.
פארוואס זעעט מעם ביי אונז א הויכע פערצענט פון יונגעלייט, ספעציעל ביי בני תורה, וואס גייען מיט פארפלעקטע שמוציגע בגדים? סאיז א בושה און א חרפה
ווייל זיי לעבן אין אן אנדערע וועלט, און עס אינטערעסירט זיי נישט די זאכן.
פארוואס שרייבען אלע היימישע צייטונגען און אפי' די פרייע וועכנטליכע פאבליקאציעס"מיר זענען נישט אחראי אויף די מיינוגען וואס די שרייבערס שרייבען" איינס ווער דען זאל נעמען די אחריות? צווצווייטענס צו וואס ברויך איינער נעמען אחריות אויף די רעקלאמעס אדער ארטיקלען?
פארוואס אויף פאליטישע אנאנסען מוז שטיין אז חברים האבען פינאנסירט די רעקלאמע?