זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
קהל'ס נער: גם אני בחלומי. ווייל די אלע מעשה ביכלעך זענען באורינג פאר איין טעם. זיי ברענגען נישט תכלית נאר זוכן אנצופיללן בלעטער מיט באורינג דיטעילס וואס איז אינגאנצן נישט אינטרעסאנט פאר אונז. אפשר איז דאס געווען אינטרעסאנט מיט 100 יאר צוריק...!
איך האב יעצט געענדיגט ליינען דעם בוך פון מרס. שרה יוכבד ריגלער. איך קען נישט זאגן אז דער בוק איז באורינג. אבער ווען דו ליינסט 2 פעידזשעס ווייסטו די זעלבע ווי דו ליינסט דעם גאנצן בוך. ס'איז ממש נאר א חזרה פון די ערשטע 2 בלעטער. יא. דער סאבדזשעקט איז גאנץ אן אינטרעסאנטער. אבער מ'האט דאס געקענט זאגן מיט א דינע העפטעלע פון גאר געציילטע בלעטער. נאר גיי געב ארויס א ..."בוך" פון 4 בלעטער. אריינגערעכנט די הקדמה..!
פארוואס זענען דא מענטשן, וואס זאגן נישט די ווארט ביצה, נאר אנשטאטס נוצן זיי די אראמישע ווארט ביעי?
למשל, אנשטאטס מסכת ביצה זאגן זיי מסכת ביעי/ביעה.
פאר'ן דאווענעןפארוואס זענען דא מענטשן, וואס זאגן נישט די ווארט ביצה, נאר אנשטאטס נוצן זיי די אראמישע ווארט ביעי?
למשל, אנשטאטס מסכת ביצה זאגן זיי מסכת ביעי/ביעה.
פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין ביצים...
שמחהלע קאפשטיקפאר'ן דאווענעןפארוואס זענען דא מענטשן, וואס זאגן נישט די ווארט ביצה, נאר אנשטאטס נוצן זיי די אראמישע ווארט ביעי?
למשל, אנשטאטס מסכת ביצה זאגן זיי מסכת ביעי/ביעה.
פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין ביצים...
ווייל ביצה מיינט צואה. פארדעם הייסט א ביצה, ביצה, ווייל עס קומט ארויס ווי צואה.
פאר'ן דאווענעןפארוואס זענען דא מענטשן, וואס זאגן נישט די ווארט ביצה, נאר אנשטאטס נוצן זיי די אראמישע ווארט ביעא?
למשל, אנשטאטס מסכת ביצה זאגן זיי מסכת ביעא.
תפארת ישראל תחילת מסכת ביצה:
המסכת הזאת קראוה האחרונים ביעא מדמתחלת עם מלת ביצה, אמנם למה החליפו מלת ביצה שהוא לשון הקדש שבה רוב לשון המשנה עם מלת ביעא ארמית? כבר כתב המג"א (או"ח סוף סימן קנו) מדאל יוציא אדם דבר מגונה מפיו. ובעניי לא ידענא מי סני ביצה כדכתוב בספר אורייתא דמשה, מביעא ארמית שאין מה"ש מכירין אותה (שבת יב) או מי סני אות "צ" שרומזת לצדיק תמים (כשבת קיד.) מ"ע" תלויה דמתלי תלי וקאי במלת רשע, וברוך ה' שהאיר עיני מדאמרינן סנהדרין דף ה: דתלמיד אחד דרש מי ביצים אינו מכשיר וטעו דסברו שאמר דמי בצעים אינו מכשיר ונכשלו בזה ולהכי מדאירע כבר קלקול בזה לכן הנהיגו לומר בלשון חכמים ביעא במקום ביצה כדי שלא יכשלו עוד
שכוח פארן אנווייזען א מקור, די מג"א ברענגט עס פון די מהרש"ל אין בבא קמא, און די מהרש"ל שרייבט קבלתי מן הראשונים, זעט אויס אז עס איז שוין א פריערדיגע זאך.
מען דארף זאגן אז עס איז נישט אזא לשון שאינה נקיה, כמו שאר דברים, ווייל מזעט אז נישט אלע פירן זיך אזוי, והחילוק פשוט.
איך מיין אויך, אז פשט אין תפארת ישראל איז בבחינת הא והא גרמא ליה, כדמשמע בלשונו, ווייל אז נישט איז אביסל שווער, אז וועגן א טעות וואס איינער האט געמאכט, זאל מען טוישן א ווארט, נאר וואס, ער פארשטייט אויך אז ס'איז א לשון שאינה נקיה, נאר ס'איז נישט גענוג א סיבה מ'זאל טוישן וועגן דעם, לייגט ער צו נאך א סיבה.
פארוואס איז מאלעסטעישען ערגער ווי פיזישע עביוז?
איז נישט רעיפ א פארום פון פיזישע אביוז?
פארוואס האלט דער עולם אז א מאלעסטער איז חייב מיתה אדער לכה"פ ווערן איינגעשפארט עד כי יבא שילה, און ביי פיזישע אביוז שלינגט מען, און אין ערגסטע פאל וועט מען שמיסן אין מקווה אז די טאטע/מלמד איז א שלעיגער, אדער מער פענסי גערעדט טאף לאוו?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אין אלגעמיין ביסטו גערעכט, אבער ווען עס קומט דורך א רבי אין חדר אדער א רעספעקטירטע מענטש, צוברעכט עס דעם קינדס זעלבסטזיכערהייט. ואה"ן די זעלבע מיט פיזישע פיינוגונג.
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
ר"ת גימטריאות
קען מען מאכן ראשי תיבות אדער גימטריא'ס אויף אנדערע שפראכן, אדער עס ארבעט נאר אויף לשה"ק?
אין גריכיש איז דא די געדאנק פון אייסאַפּסעני וואס איז בעצם די זעלבע זאך, ווי אויך אין אראביש איז דא די אַבּדזשאַד נומערן וואס איז ווייטער בעצם דאס.
עס איז דא אינישעליזמס פונקט אזוי אין אנדערע שפראכן. כדוגמא אסאך לאטיינישע פראזן
e.g. e.g
🙂
מי אני: אינישיעליזמס. פי'. דעריוואטיווס פון ראשי תיבות איז טאקע יא פארהאן אין אנדערע שפראכן. אזוי ווי ענגליש, ספאניש און פראנצויזיש. וואס די ראשי תיבות רעדן זיך מעין פון די מהות פון די ארגאניזעישאן. אבער גימטריאות. אז ווערטער וועלכע האבן א געוויסע נומערישע צאל זאללן קארעספאנדירן מיט א געוויסן ענין. דאס איז נאר דא אין לשה"ק. נישט אין אנדערע שפראכן...! יותר פרטים יבואו, אי"ה...!
מי אני: ...Fascinating...! איז די איינציגע ווארט וואס איך קען נוצן...!
נאר ווער ס'אבזערווירט קען (גרינג) באמערקן אז די גאנצע גריכישע ..."אלפא-בעט"... איז באזירט אויף אונזער אל"ף בי"ת...!" נאכמער. אפילו די נומערישע ווערט פון די גימטריאות פון די גריכישע אלפא-בעט קארעספאנדירט אינגאנצן צו די היברו גימטריאות. אפילו מיט די סופי תיבות מנצפ"ך פאר די העכערע הונדערטער נומערן. אויסער פאר די מענטשן וועלכע האבן א קאמפלעקס און זיי טענה'ן אז אונזער גאנצע קולטור איז געגנב'עט פון די אנדערע קולטורן. עז עי סייד נאוט: איך אין זייער פלאץ וואלט נישט געוואלט זיין א טייל פון אזא רעליגיע און קולטור. אפילו פאר 5 מינוט...! די געזעצן פון די תורה זענען קאפירט פון האמוראבי. און די וואונדערליכע גימטריאות וראשי תיבות זענען אויך גענימען פון די גריכישע קולטור...!
די שאלה איז אויב זיי קענען און נוצן עס אזוי אפט ווי אונז נוצן עס, אז יעדע צווייטע זאך זאל זיין בגימטריא עפעס אנדערש, ווי למשל אלע מאכלי שבת זענען בגימטריא 7, און וכדומה ביי עניני רעליגיע, אדער זיי האבן נאר אזא אפציע, און זיי נוצן עס נאר לגבי עניני העולם.
און לגבי ר"ת האב איך געמיינט צו פרעגן, צו אין אנדערע שפראכן קענען מען נעמען רענדאם ווערטער און מאכן דערפון ר"ת אז ז'זאל עפעס מרמז זיין, נישט צו מ'קען לכתחילה מאכן ר"ת צו מקצר זיין א ווארט.
פארוואס זאגן די פענסי מענטשן the right "hand" side, אנשטאט the right side, ווי קימט אריין די הענט דא?
קהל'ס נערפארוואס זאגן די פענסי מענטשן the right "hand" side, אנשטאט the right side, ווי קימט אריין די הענט דא?
ס'איז עפעס אן ענליכקייט צו די ווארט "יד" אין לשון הקודש, וואס חוץ דעם אז עס מיינט א פיזישע האנט מיינט עס זייט/לעבן.
אדער פשוט'ערהייט, די הענט זענען די מערסטע זעהבארע איברים וואס האבן מיט זיך א רעכטס מיט א לינקס. אסאך מאל ווען א מענטש טראכט רעכט אין לינקס, האלט ער חשבון לויט די הענט.
ס'דא אן אויסדרוק אין ענגליש, on one hand אדער on the other hand וכו' דאס מיינט קלאר צדדים, זעהט מען די צוויי נוצען פון די ווארט הענט.
יעצט פילסטע שוין פענסי...?
FBI in Brooklyn?
יין שרף: איך פארשטיי נישט וואס דיין שאלה איז. זיי זענען דא אפילו אין דיין אייגענעם ביהמ"ד.
איך האב געכאפט אן עף.בי.איי. עידזשענט אויף די 53'סטע גאס אין בארא פארק. איך מיין איך האב שוין אמאל פארציילט די מעשה. איך האב אמאל געוואוינט אויף 53. אין שכינות פון 3 בתי מדרשים. סאטמאר, וויזשניץ און שומרי שבת. איין טאג האביך באמערקט א הויכער יונגערמאן אנגעטון מיט דעם לבוש פון א קארלינער חסיד פון ארץ ישראל. מיט שווארצע זאקן און דעם שניט פון זיין חאלאט/רעקל/קאפטן איז אויך געווען דער ירושלימ'ער שניט. ער האט געדרייווט א (שווארצן) ווען מיט פארשמיר'טע פענצטערס. ער האט זיך אנגעגעבן אלס ..."מוכר ספרים"... ער האטציך געדרייט אין אלע 3 בתי מדרשים.איין טאג האביך באמערקט ווי ער רייסט אראפ די ברוינע פאפיר אין וואס א סאך ספרים פון א"י זענען איינגעפאקט. וואס אויף דעם איז אויפגעשריבן אידישע אותיות. ער ווארפט עס אריין אין מיין גארבידזש קען. האביך איהם געפרעגט וועגן דעים. ער האט אפילו נישט געכאפט אז ער האט עפעס געטון ראנג. ער פרעגט מיר..."ס'ארט דיך אז איך האב עס געלייגט אין דיין גארבידזש קען? אויב דו ווילסט נעם איך עס ארויס. זאג איך...ניין.ס'באדערט מיר נישט. נאר די פאפיר האט אידישע ווערטער. און דאס טאר מען נישט לייגן אין גארבידזש. האב איך דאך שוין געזעהן אז ער איז אין קיין ישיבה נישט געגאנגען. האביך אנגעהויבן צו רעדן צו איהם אין עברית. ער האטציך געבראכן די ציין . האביך גערעדט צו איהם ענגליש. צוערשט האט ער זיך גע'עקשנ'ט. אבער ער האטציך אונטערגעגעבן און אנגעהויבן רעדן ענגליש. דאמאלס האביך איינגעזעהן אז ער איז אן אמעריקען באי. פארשטעלט אלס קארלינער חסיד. איך בין א מיליאן פראצענט זיכער אז ער איז אן עף.בי.איי. עידזשענט...!
berlbalagulehמי אני: אינישיעליזמס. פי'. דעריוואטיווס פון ראשי תיבות איז טאקע יא פארהאן אין אנדערע שפראכן. אזוי ווי ענגליש, ספאניש און פראנצויזיש. וואס די ראשי תיבות רעדן זיך מעין פון די מהות פון די ארגאניזעישאן. אבער גימטריאות. אז ווערטער וועלכע האבן א געוויסע נומערישע צאל זאללן קארעספאנדירן מיט א געוויסן ענין. דאס איז נאר דא אין לשה"ק. נישט אין אנדערע שפראכן...! יותר פרטים יבואו, אי"ה...!
ר' בערל אונז ווארטן נאך צו הערן...
וואס טוט מען מיטן לעפל בשעת בדיקת חמץ?
און צו קען איך נוצן א פלעסטיק לעפל?
(נוגע למעשה)
וואס מיינט ליבעראלע רציחה געזעצן
מאנרא יונגערמאןוואס מיינט ליבעראלע רציחה געזעצן
אויספלאגן רעספערעיטערס וכדו' מסתם אויך אבארשענס
בן עירמאנרא יונגערמאןוואס מיינט ליבעראלע רציחה געזעצן
אויספלאגן רעספערעיטערס וכדו' מסתם אויך אבארשענס
געווענדליך מיינט מען עבארשיען, מען רופט עס מיט די קאוד די קינדער זאלן נישט פארשטיין
מאנרא יונגערמאןוואס מיינט ליבעראלע רציחה געזעצן
ס'מיינט אלעס אחוץ קאנסערוואטיווע קעפיטאל פאנישמענט.
מאנרא יונגערמאןוואס מיינט ליבעראלע רציחה געזעצן
ע"ע אלטע פיקסלער פון מאנשעסטער
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איז דא א ראדיאו סטאנציע מיט אלטע יידישיסטישע ניגונים?
כרם זיתאיז דא א ראדיאו סטאנציע מיט אלטע יידישיסטישע ניגונים?
כ'ווייס נישט וועגען ראדיו, אבער אויפן אינטערנעט איז דא פיל צי באקימען פאר בחנם און אמאל דארף מען צאלן א דאלער צוויי.
איך האב געקויפט אויף עמעזאן פיל מיט ניגונים פון בנציון וויטלער, מיין פעיוואריט אלט יודישע זינגער.
ס'דא אזא זאך אז מ'graduate קאווע שטיבל?
יהושע חיים[ציטאט אראפגענומען]
אפשר פארקערט
מען זאל מאכן די טעסט כדי צו כשר'ן א משפחה
(פאר די וואס גלייבן אז די צאנז'ע קונדער האבן געהאט רוח הקודש איז נאר געבליבן צו פעסטשטעלן וואס זיי האבן געשריבן)
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
אפשר זאל מען מאכן א די.ען עי. טעסט אויב זיי האבן געהאט רוח הקודש.
איך ווייס פון א טעסט וואס ווייזט אז דער מענטש האט נישט געהאט קיין רוח הקודש...! נאר אפשר איז מעגליך אז ס'האט נישט אייביג געארבעט...!
וואלוויס'דא אזא זאך אז מ'graduate קאווע שטיבל?
אפשר
@רביה"ק מרדכי מרדכי וואלוויס'דא אזא זאך אז מ'graduate קאווע שטיבל?
אפשר
@רביה"ק
ווי פלעיגט די רבי זאגן? אלע וואס זענען אפגעפארען קים ציריק צים סוף.
האמיר דא לייוו רביה"ק.........
וואס איז פארגעגאנגן ביי לי עוועניו יעצט נאכמיטאג? אין איי וועלט מעקט מען ווער עס רעדט דערפון
קרויט פלעצלעך
עמעצער דא ווייסט אפשר וואספארע מאכל איז דאס קרויט-פלעצלעך? וואס איז זיין אפשטאס? און ווי אזוי ווערט עס געמאכט?
א שיינעם דאנק פאראויס.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס איז די געדאנק אונטער טוישן א ניק?
א שיינע פאר חשובע ניקים האבן זיך לעצטענס געטוישט איידענטיטי.
און יעצט אונזער באליבטע ניק פונעם יאר 'עצי שיטים' האט פארלוירן זיין טשעמפיאן רינג נאכן פארוואנדלט ווערן אין פשוט'ע 'שמן למאור'.
שמן למאור איז גארנישט אזוי פשוט, דאס פארקויפט זיך אין די שולן פאר גראב געלט אין שמחת תורה, טויזענטער דאללער שפענדן אידן דערפאר, נאר פאר'ן זכות צו באלייכטן!
פאליטיקאנטא שיינע פאר חשובע ניקים האבן זיך לעצטענס געטוישט איידענטיטי.
נו מילא אז עצי האט זיך געטוישט זיין נאמען, העט ער שרייבן מיט זיין נייעם ניק, זאלל זיין כשמו כן הוא, וועט ער כאטשיג ווייטער באלייכטן דעם שטיבל מיט זיינע הערליכע ווערק! אבער די קשיא איז אויף דיר, הער @פאליטיקאנט! אוואו זענט איר נעלם געווארן? ווי א בשר שנתעלם מן העין! שוין זייער לאנג נישט דא געווען, דערוילם בענקט זיך נאר דיר!
העכסטענס טויש דיר אויך דיין נאמען, מאך א שינוי השם און הויב אן פריש, זיי ממשיך מיט דיין גאלדענעם פעדער, היינט א פרישע חודש ר"ח כסליו, חדש עלינו את החודש הזה לטובה ולברכה!!!
היינט נאכט א פרישע ארטיקל!! געגאנגען...
פאליטיקאנטוואס איז די געדאנק אונטער טוישן א ניק?
א שיינע פאר חשובע ניקים האבן זיך לעצטענס געטוישט איידענטיטי.
און יעצט אונזער באליבטע ניק פונעם יאר 'עצי שיטים' האט פארלוירן זיין טשעמפיאן רינג נאכן פארוואנדלט ווערן אין פשוט'ע 'שמן למאור'.
Probably because of a chashash gilli
[ציטאט אראפגענומען]
קענסט דאך די באקאנטע ווערטל... די גרויסע נגידים געבן אלע על פי רוב אריין א ספר תורה אויף די עלטערע יארן אזוי אז ווען זיי קומען ארויף אויף יענע וועלט און מען וועט זיי פארהאלטן אויף אלע זייער עבירות וועלן זיי קענען טענה'ן אז דאס איז אלעס געווען פאר 'מתן תורה'...
לפי זה דארף מען נישט וואונטשן גארנישט... גיי צו און זאג,
ס'גוט געווען די ווילא מיטן ביטש וויאו אין פלארידע הא...?! נאמאר...! ס'וועט דיר קאסטן נאך א תורה...!
[ציטאט אראפגענומען]
מזל טוב.
נאך מתן תורה, גר שנתגייר כקטן שנולד דמי, ומותרין בעריות.
יעצט מאכט מען לחיים.
[ציטאט אראפגענומען]
מצות כתיבת ספר תורה איז דאך די לעצטע פון תרי"ג מצוות, ווינטשט מען אז אזויווי ער האט מסיים געווען זאל ער אנפאנגן פון פריש מיט א יפת תואר מקיים זיין פריה ורביה
שמעון וואלף[ציטאט אראפגענומען]
מצות כתיבת ספר תורה איז דאך די לעצטע פון תרי"ג מצוות, ווינטשט מען אז אזויווי ער האט מסיים געווען זאל ער אנפאנגן פון פריש מיט א יפת תואר מקיים זיין פריה ורביה
דאס איז פשט, נעוץ סופו בתחילתו...
דאס איז א נערווירענדער תופעה וואס גייט שוין צוריק א שטיק צייט, לעצטנס ווערט עס אבער ערגער און ערגער, כאטש ס'איז געווענליך די זעלבע צוויי דריי חברה. צומאל ווען איך שרייב עפעס צום זאך דא אין שטיבל קומט איינער און פארצט ארויס א תגובה שלא מן הענין, נישט אפגעפרעגט אדער אונטערגעשטיצט, נישט קיין קשיא אדער תירוץ, אבי געשאסן א סטעיטמענעט אין דער וועלט אריין. נאכ'ן טראכטן א שטיק צייט האב איך געטראכט פון צוויי אפציעס: א. ס'איז א כאילו ערוואקסענע וועג (לפי ערך) פון זאגן "או נאו" אדער ווארפן א טענטראם ווייל כ'האב געזאגט עפעס וואס געפעלט איהם נישט. ב. די חברה האבן א געפערליכע קראש אויף מיך און דערפאר פירן זיי זיך אויף אזוי קינדעריש און מאדנע. ג. ביידע צוזאמען. אפשר וואלט כדאי געווען אז די ברואים וואס טוען דאס זאלן זיך קומען מסביר זיין, תזכו למצוות.
רבינו, זיי נישט אבסורד, קיינער שרייבט נישט סתם זאכן אין די וועלט אריין נאך דיינע תגובות. אדרבה צייג אן א מראה מקום, און מיר וועלן אינאיינעם דורכטון כוונת הכותב.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וויאזוי זעט אויס ענערגיע?
מ'רעדט אלס וויאזוי ענערגיע מאכט אנדערע זאכן זיך רוקן אבער וויאזוי ענערגיע זעלבסט זעט אויס און וויאזוי ענערגיע רוקט זיך אליין האב איך נאך קיינמאל נישט געזען איינעם מסביר זיין
אויב איינער ווייסט וואס ענערגיע איז, זאל ער ביטע זיך אנרופן.
יישר כח!!!!!
אבער וואס איז ענערגיע "אליינס" ???????
פון וואס עס קומט איז איין זאך, וואס איך וויל וויסן איז וואס איז עס
ביטע א הסבר אויף וואס ענערגיע איז.........
בן-עולם-הבאעמעצער דא ווייסט אפשר וואספארע מאכל איז דאס קרויט-פלעצלעך? וואס איז זיין אפשטאס? און ווי אזוי ווערט עס געמאכט?
א שיינעם דאנק פאראויס.
לאקשן אין קרויט
א גרויסן יישר כח רביה"ק פארן לינק
לויט ווי איך פארשטיי פון זיי איז ענערגיע די כח וואס ווערט ארויפגעלייגט אויף א אנדערע חפץ עס צו מאכן זיך רוקן
אבער אויב אזוי פארוואס שרייבן זיי אז "energy is a property of matter and space" וואס הייסט אז עס איז חומר? עס איז דאך סתם א פארס?
איך דארף אינפארמאציע איבער פארקויפן גענוצטע תפילין. וויפיל קען מען באקומען דערפאר? צו וועם דארף מען זיך ווענדן? וואו קען מען באקומען די בעסטע פרייז? אויב איינער האט סיי וועלכע אינפארמאציע וואס וואלט געקענט בייהילפיג זיין ביטע זיך לאזן הערן, דא אדער פריוואט, א דאנק!