☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

ידען » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 2:36 pm

· #1602
זאכן וואס כ'וויל וויסן
אלס א גרויסער "ידען" איז דאך פשוט אז איך האב אויך די מידה פון נייגער, און איך וויל אלעמאל וויסן און פארשטייין אלעס. אבער איך וויל נישט מאכן נייע אשכולים ביי יעדע זאך וואס האט מיר פונקט אנגעכאפט א נייגער צו וויסן, וועל איך נוצן דעם אשכול פאר דעם צוועק, צו לייגן קורצע זאכן און אויב ס'וועט ווערן א לענגערע שמועסעריי איבער א געוויסע ענין וועט מען עס קענען אפטיילן.

איך וועל אנהייבן

ווען האט זיך געטוישט דער ענין פון א גדול בישראל. ווען איז עס געווארן א ירושה ענין, און פארוואס האבן די המון עם מסכים געווען צו אזא מהלך ווען מען זעט זייער קלאר אז אפט איז עס ממש א קארופציע.

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:54 pm

· #1620
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ביי די חסידישע איז עס געשען ערגעץ וואו ביי די תלמידי בעש"ט (דוכט זיך די דריטע דור). די ערשטע איז געווען אין חב"ד. ביי די ליטווישע איז עס א זאך וואס האט אנגעהויבן פאסירן הארט פארן צווייטער וועלט קריג, בפרט אין סלאבאדקע און אין וואלאזשין. ביי די מאדערנע האט זיך עס נאכנישט אריינגעכאפט (אפשר ווייל די קינדער זענען טאקע נישט ראוי ממלא צו זיין מקום אביהם וד"ל...)

קרעקער » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:54 pm

· #1621
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
הייליגע גוטע אידן זענען אייביג און וועלן שטענדיג אליינס אויפגעפיקט ווערן, כלל ישראל האט זייער א גוטע נאז און שמעק

דו רעדסט איבער די אזוי גערופענע היינטיגע רבנים, דע בעסט וועי אוט וואלט געווען צו מאכען וואלן אין יעדע קהלה ובית המדרש.
נאר אזוי וועט א רב זיך אהערשטעלן און זיין גרייט אויפצוטון פארן כלל ופרט, וויסענדיג אז איינמאל אין 4 יאהר דארף ער זיך שטעלן פאר די וויילער
און מ׳וועט אריינוועלן נאר קוואליפיצירטע חברה.
און רובא דרובא מחלוקת ושנאת חנם וואלט בטל געווארן.

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:57 pm

· #1623
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואלן זאגסטו? עיין ערך וויען וויליאמסבורג...

יידל » מוצ"ש מערץ 24, 2012 9:55 pm

· #2519
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אין אן אנדערן אשכול <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/240">viewtopic.php?f=13&t=240</a><!-- l --> וויל רואיק וויסן וואס איז דער מקור האיסור פון מאשין מצות היינט צו טאגס (וואס די טעכנעלאגיע היינט איז דאך ממש מוראדיג, אין אפילו די עדה החרדית איז מכשיר מאשין מצות לפסח, און הג"ר משה שטערנבוך איז אפילו מקפיד צו נוצן דוקא מאשין מצות). איינער ווייסט?

יידל » זונטאג מערץ 25, 2012 9:51 am

· #2597
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דער מקור האיסור בימים ההם איז פילפאכיג. ערשטנס איז אז דער אמאליגער מאשין צו מאכן מצות האט סך הכל געטון איין זאך: עס האט געוועלגערט טייג. די "מאשין" (וועלכער מ'האט געדארפט דרייען מיט די הענט ס'זאל ארבייטן...) האט געהאט פעסטע חששות פון חמץ. די ארבייטער האבן אויסגעשניטען רינדיגע מצות און די איבעריגע טייג צוריקגעלייגט, שטיקלעך טייג האבן זיך אנגעקלעבט אין די מאשין ועוד. שפעטער איז דער מאשין געווארן מער פארגעשריטן אין האט שוין אויך געשניטן אין קעסטלעך, אבער די פראבלעם פון צוגעקלעבטע טייג איז נישט אוועקגעגאנגען.
צווייטענס זענען געווען אזעלכע וואס האבן גע׳טענה׳ט אז די מאשין נעמט אוועק די ארבייט פון די ארימע אידן וועלכע האבן נישט געהאט קיין אנדער פרנסה חוץ ארבייטן אין מצה בעקעריי. דריטנס, זענען געווען די וואס האבן גע׳טענה׳ט אז ס'איז א פראבלעם צוליב וואס עס איז נישט לשם מצוה וויבאלד עס איז נישט בידי אדם. דערנאך זענען געווען אזוינע וואס האבן געטענהט אז אונזער מסורה איז צו עסן דייקא רינדיגע מצות, נישט פיר עקיג. נאכדעם איז געווען דער באקאנטער אויסדרוק פון צאנזער רב אז ער אסר'ט משום "טעם הכמוס" אצלו.

לאדיך אפ » דינסטאג אפריל 17, 2012 8:01 pm

· #5076
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[quote="קרעמער אין אייוועלט"]דער בן איש חי שרייבט אויף אן ארט בשם די חכמי הניתוח (דאכט זיך) אז ביים גלגולת הראש (סקאל בלעז) איז דא א דיפערענץ צווישן זכרים און נקבות, נעמליך ביי א זכר איז די גאנצע קאפ איין שטיק ביין, אבער ביי א נקבה איז דאס צוזאמגעשטעלט פון צוויי שטיקער!

און די סיבה דערצו: וואלט די פרוי'ס גלגולת געווען פון איין שטיק, וואלט דאס געפלאצט רח"ל פון צער לידה!!!!!!!![/quote]

יידל (דער פון די נפלאות הבורא אשכול...), אדער ווער אימער עס ווייסט: וואס זאגן די היינטיגע חכמי הניתוח?

לאדיך אפ » דינסטאג אפריל 17, 2012 8:05 pm

· #5078
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[quote="אפאר תגובות שפעטער, קרעמער אין אייוועלט"]רבותי!

איך האב אויסגעדרייט די זאך... דא האט איר דעם לשון פונעם בן איש חי, ער שרייבט פונקט קאפויער ווי איך האב עס געדענקט (בעוה"ר).

אמרו חכמי הטבע, גלגולת של האיש היא עשויה שני חתיכות כשתי קערות מחוברות זע"ז והמוח בתוכם, אבל גלגולת של האשה היא כולה חתיכה אחת מעצם אחד, והטעם מפני שהאשה יש לה חבלי יולדה ואם תהיה הגלגולת שלה שתי חתיכות אז מכח תוקף חבלי יולדה מתפרקים זמ"ז והיתה נזוקת, משא"כ האיש דאין לו חבלי יולדה לא אכפת ליה בכך (בן יהוידע שבת דף קי"ט ע"ב ד"ה שם מניחין ידיהן).

און אויף נאך אן ארט:

יש היכר מובהק בין אנשים לנשים בראש, מצד הגלגולת, כי הנקבה הגלגולת עצם אחד, והזכר שנים מורכבים זב"ז (בן יהוידע סנהדרין דף י"ט ד"ה ברם).[/quote]

ידען » זונטאג אפריל 22, 2012 7:29 pm

· #6613
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אדער ווייסט דער עולם אלעס אדער שעמט מען זיך צו פרעגן...

איך וועל מיך אבער שטארקן אויף מיין ביטערע בושה און מיין רויטער פרצוף און וועל אוועקוקן אויף מיין נאמען וואס ווייזט קלאמפערשט אויף מיין ברייטע ידיעות און מודה זיין אז כבין נישט אזוי אנגעפעקעלט מיט ידיעות ווי כאב וואלט געוואלט זיין.

היינט צופרי הער איך אז סע גייט זיין צווישן 2 און 4 אינטשעס רעגן, האב איך געטראכט , כמיין וויפיל רעגן קען שוין זיין? צוויי אינטשעס איז דאך גארנישט. סע וועט געבן א רעגן אפ און אוהז וועלן זיך ווייטער בראטן אויפן ביעטש.

א נעכטיגע טאג. סע מבולט. סע גיסט העמערס וואער נאאאאאאו סטאפ. איך וער שוין צופלאושקעט פון די ביטערע שווערע טייכן וואס האבן זיך געפנט פון די הימלען .

וואס מיינט עס צוויי אינטשעס? איינער האט זייער מעסטער? וואו הייבט מען עס אןן אויסצורעכענען?

יידל » זונטאג אפריל 22, 2012 7:31 pm

· #6614
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ידען
אדער ווייסט דער עולם אלעס אדער שעמט מען זיך צו פרעגן...

איך וועל מיך אבער שטארקן אויף מיין ביטערע בושה און מיין רויטער פרצוף און וועל אוועקוקן אויף מיין נאמען וואס ווייזט קלאמפערשט אויף מיין ברייטע ידיעות און מודה זיין אז כבין נישט אזוי אנגעפעקעלט מיט ידיעות ווי כאב וואלט געוואלט זיין.

היינט צופרי הער איך אז סע גייט זיין צווישן 2 און 4 אינטשעס רעגן, האב איך געטראכט , כמיין וויפיל רעגן קען שוין זיין? צוויי אינטשעס איז דאך גארנישט. סע וועט געבן א רעגן אפ און אוהז וועלן זיך ווייטער בראטן אויפן ביעטש.

א נעכטיגע טאג. סע מבולט. סע גיסט העמערס וואער נאאאאאאו סטאפ. איך וער שוין צופלאושקעט פון די ביטערע שווערע טייכן וואס האבן זיך געפנט פון די הימלען .

וואס מיינט עס צוויי אינטשעס? איינער האט זייער מעסטער? וואו הייבט מען עס אןן אויסצורעכענען?

מיר האט געוואונדערט אקוראט די זעלבע פראגע.... 😳 אז איינער ווייסט, רופט דיך אן..

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 22, 2012 7:35 pm

· #6618
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
צו האבן א אנונג פון וואס מ'רעדט, 2 אינטשעס רעגן איז אזוי ווי 20 אינטשעס שניי, (א אינטש רעגן איז 10 אינטשעס שניי).

זר זהב » זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm

· #6621
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די טייכן וואס דו זעסט איז פון אנגעלאפענע וואסערן , זיי רעכענען אויף די גראדע ערד 2 אינטשעס

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 22, 2012 7:38 pm

· #6624
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
א געווענדליכע רעגן איז צווישן א האלבע אינטש און א אינטש, צוויי ביז פיר אינטשעס רעגן הייסט א גאר גרויסע רעגן.

יידל » זונטאג אפריל 22, 2012 8:03 pm

· #6652
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שכויח שמואל און זר!! קלוגער געווארן מיט נאך א ידיעה-צוויי.

געפילטע פיש » זונטאג אפריל 22, 2012 9:16 pm

· #6688
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

א איד » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:15 pm

· #8162
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס איז דער פשט פון די ווארט HIDE לעבן מיין ניק אינדרויסן פונעם אשכול, דארט ווי עס שטייט ווער עס האט די לעצטע צוגעלייגט צום אשכול?

מומחה » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:41 am

· #8204
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פארוואס האט קאווע שטיבל צוויי URLs צו יעדע פעידזש איינס מיט WWW און איינס אנדעם, ווייסן נישט די מנהלים אז דאס ברענגט אראפ די סוירטש רענקינגס פון די סייט?

משה רוקח » פרייטאג אפריל 27, 2012 12:08 pm

· #8250
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס הייסט צוויי URL's? ווי זעסטו דאס?

א איד » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:00 pm

· #8257
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[ציטאט אראפגענומען]


איינער קען אפשר לייגן א לינק ביטע, ווי מ'רעדט דערפון?
ייש"כ

מומחה » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:16 pm

· #8263
משה רוקח
וואס הייסט צוויי URL's? ווי זעסטו דאס?

קוק דא פאר מער אינפארמאציע

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:52 pm

· #8266
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
א איד
איינער קען אפשר לייגן א לינק ביטע, ווי מ'רעדט דערפון?
ייש"כ

אויבן אויפן לינקע זייט איז דא א זוך קנעפל, אזויווי איך זע אז האסט נישט קיין כח אויפצוהייבן די הענט אזוי הויעך דא האסטו א לינק: www.kaveshtiebel.com/search.php?keywords=hide

א איד » זונטאג אפריל 29, 2012 11:48 am

· #8447
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ייש"כ געפילטע

ידען » פרייטאג מאי 4, 2012 9:01 am

· #9814
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וויפיל וואסער דארף מען טרינקען יעדן טאג?

אמאל איז געווען פארשפרייט די איינרעדעניש אז מע דארף טרינקען אכט גלעזלעך וואסער יעדן טאג, שפעטער האב איך געלייענט אז סע הייבט זיך נישט אן און מע דארף טאקע טרינקען אביסל וואסער אביר בכלל נישט קיין אכט גלעזלעך.

די וואך אין די צייטונג ביי זייער וועכענטליכע געזונהייט ארטיקל זעה איך אז מע דארף טרינקען נאך סאך מער ווי אכט גלעזלעך א טאג, למשל ״עמיצער וואס וועגט 160 פונט, זאל האבן ווייניגסטנס 80 אונסעס וואסער א טאג...״ נאך א שורה, ״מען זאל זיך אפוועגן און צוטיילן דעם ציפער אין העלפט, דאס איז וויפיל אונסעס איינפאך וואסער מען דארף טרינקען א טאג״.

וואס שטערט מיך נאכמער איז אז אין די צייטונג אליינס האב איך געלייענט וועגן די נארישקייט פון טרינקען אכט גלעזלעך א טאג.

וואס בלייבט?

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 10:19 am

· #9824
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ידען
די וואך אין די צייטונג ביי זייער וועכענטליכע געזונהייט ארטיקל זעה איך אז מע דארף טרינקען נאך סאך מער ווי אכט גלעזלעך א טאג
די סיבה דערצו איז ווייל לעצטנס טרינקט מען מער קאווע (זינט די עפענונג פון קאווע שטיבל), און קאווע טריקנט אויס כידוע.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 13, 2012 6:18 pm

· #11659
[ציטאט אראפגענומען]


איך בין נישט זיכער. אין א רעגן פון 4 אינטשעס וועט זיך א 10 אינטשיגער קאנטעינער גענצליך איבערפילן און איבעררינען. גאראנטירט. כ'מיין, עס גיסט דאך טאנען וואסער פאר שעות ארוכות! איך פארשטיי אויך נישט ווי אזוי דער מעסטער ארבעט.

ידען » זונטאג מאי 13, 2012 8:09 pm

· #11690
איינער האט אריינגעשיקט א בריוו צו די צייטונג וועגן די 8 גלעזלעך וואסער אז סע שוין היינט אנגענומען אז מע דארף טרינקען ווען מע איז דורשטעריג און נישט זיך אנפילן מיט וואסער וואס קען מאכן שאדן, זיי ענפערען אז זיי האבן יענע וואך צוגעלייגט אז מע זאל פרעגן די אייגענע דאקטער.. אבער פון זייער פאריגע וואכיגע ארטיקעל האבן זיי שטארק געדריקט אס מע זאל טרינקען גאר אסאך...

יידל » זונטאג מאי 13, 2012 8:10 pm

· #11693
ידען, דו פרעגסט צו דו זאגסט?

ידען » זונטאג מאי 13, 2012 9:24 pm

· #11747
יידל
ידען, דו פרעגסט צו דו זאגסט?

פאריגע וואך האבעך געפרעגט מיט א ווינדער, און יעצט האבעך געשריבן וועגן א בריוו צום צייטונג וואס ווייזט אז איך בין נישט געווען אליין מיט מיין פלא.

ידען » מיטוואך מאי 16, 2012 4:49 pm

· #12689
וויזוי ארבעט עס?

היינט צופרי איז 1010 wins געווען זייער ביזי מיט די נייעס אז חסידים באדעקען די שמוץ וואס קומט פאר צווישן זיי, און זיי האבן געגעבן free advertising פאר די מסיבה וואס מע מאכט פאר א עסקן.

מע האלט נאכנישט ביי די מסיבה און א נייעס טראק איז שוין א גאנצע טאג ביי קאנטינענטעל און פליצלינג רעדן זיי מער נישט דערפון.

פארוואס?

ידען » דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:31 pm

· #13208
יעדער איז אויף מיט די כינוס און די stores האבן שוין specials פון binoculars, ווילעך וויסן וויזוי מע זוכט פאר א גוטע? וואס דארף מען קוקן צו וויסן וועלעכע מע זעהט ווייט אדער קלארער?

ידען » דאנערשטאג יוני 7, 2012 7:38 am

· #16551
די נייעס אז מע האלט אין איין אריינשיקן וויירוסעס אין איראן. ווילעך פארשטיין, זיי מוזן זיין connected צו די אינטערנעט? אנישט וואלט מען דאך נישט געקענט אריינשיקען די אלע ווערעמלעך. פארוואס פעלט עס אויס?

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 7, 2012 9:47 am

· #16560
זייער נוקלעארע סיסטעם איז גענצליך אפגעטיילט פונם אינטערנעט, טאקע פאר דעם סיבה, אז האקערס זאלן נישט קענען ארומשפאצירן, און נישט צו ווערן אינפעקטירט מיט וויירוסעס. אבער פון צייט צי צייט מוז מען דאך צולייגען אינפארמעישען, פיילס, פירמוועיר אפדעיטס, וכדו, דעמאלס האט א וויירוס די געלעגענהייט זיך ארויף צו קאפיען אויפן פלעש דרייוו און אינפעקטירן די סיסטעם.

די מאס חכמה וואס איז אריין אין דעם סטאקסנעט וויירוס איז מורא'דיג, די סיבה פארוואס ס'האט גענומען אזוי לאנג עס צו דיטעקטען איז ווייל ביזווילאנט ער איז נישט אנגעקומען אויפן ריכטיגע פלאץ איז ער געזעצן מיט צאמגעלייגטע הענט און גארנישט געטוהן, נאר ווען ער איז אנגעקומען צו אזא סיעמענס סיסטעם מיט דעם נומבער סענטריפיודשעס, וכו' וכו' האט ער אנגעהויבן צו מאכן טראבל. און זיי טענה'ן אז די לעצטע וויירוס "פלעים" איז 20 מאל אזוי קלוג, העמער ווארטן אויף די פונקטליכע דעטאלן.

בן תמליון » דאנערשטאג יוני 7, 2012 11:52 am

· #16582
געפילטע פיש
זייער נוקלעארע סיסטעם איז גענצליך אפגעטיילט פונם אינטערנעט, טאקע פאר דעם סיבה, אז האקערס זאלן נישט קענען ארומשפאצירן, און נישט צו ווערן אינפעקטירט מיט וויירוסעס. אבער פון צייט צי צייט מוז מען דאך צולייגען אינפארמעישען, פיילס, פירמוועיר אפדעיטס, וכדו, דעמאלס האט א וויירוס די געלעגענהייט זיך ארויף צו קאפיען אויפן פלעש דרייוו און אינפעקטירן די סיסטעם.

די מאס חכמה וואס איז אריין אין דעם סטאקסנעט וויירוס איז מורא'דיג, די סיבה פארוואס ס'האט גענומען אזוי לאנג עס צו דיטעקטען איז ווייל ביזווילאנט ער איז נישט אנגעקומען אויפן ריכטיגע פלאץ איז ער געזעצן מיט צאמגעלייגטע הענט און גארנישט געטוהן, נאר ווען ער איז אנגעקומען צו אזא סיעמענס סיסטעם מיט דעם נומבער סענטריפיודשעס, וכו' וכו' האט ער אנגעהויבן צו מאכן טראבל. און זיי טענה'ן אז די לעצטע וויירוס "פלעים" איז 20 מאל אזוי קלוג, העמער ווארטן אויף די פונקטליכע דעטאלן.


יא ס'איז געוואלדיג וואס גייט היינט פאר די ריזיגע טאנקען שיפן קאמפס זשעטס קענען זיך לייגן שלאפן די עכטע וואפן פונעם צוקונפט וועט זיין טעכנאלאגישע. זיצן אפאר קעפ אין תל אביב אין א קעלער און מאכן חרוב אינפראסטרוקטור פון א גאנצן לאנד אן א שאס. די מולאס מיט די טורבאנען קענען הייבן די הענט צו מוכאמעד ואין עונה.

משולם שטיינפעלד » זונטאג יוני 10, 2012 4:47 pm

· #17102
עס איז נישט אזוי ווי די מוסלעמענער טעראריסטן זיצן מיט פארלייגטע הענט, זיי נוצן אויך סייבער טעראר שטיקלעך. טאקע נישט אזוי פארגעשריטן ווי די עמטליכע רעגירונגען, אבער זיי האבן שוין געהעקט עטליכע גרויסע וועבזייטלעך, און אנגעפיקעוועט מיט מוסלעמענער ליטעראטור.

ניו יארק » זונטאג יוני 10, 2012 7:20 pm

· #17145
ביידע קענען קענען ווען זיי ווילען, די ווארט איז נאר אז האבן א מיליטער אליין איז שוין נישט גענוג, מען קען היינט סאך מער שאדען מאכען טעכנעלאגיש ווי מיט אנדערע וועגן

משולם שטיינפעלד » זונטאג יוני 10, 2012 7:27 pm

· #17146
די טעראריסטן האבן קיין מיליטער קיינמאל נישט פארמאגט.

זייער איינציגע מאכט און כח איז דורכן אפטון טעראריסטישע אקציעס, צומאל אויף א גרעסערע פארנעם און צומאל קלענער. היינט האבן זיי אין זייער ארסענאל פון געווער צוזאמען מיט באמבע טעכניקער, עטליכע קאמפיוטער טעקנישאנס.

זייערע באמבעס קומט נישט צו צו די רעגירונגס ערצייגטע באמבעס, און זייער סייבער אטאקעס קומט נישט צו צו די רעגירונגס ערצייגטע וויירוסעס.

ניו יארק » זונטאג יוני 10, 2012 11:33 pm

· #17186
זאל דער אויבערשטער האלטען די רעכטע הענט.
אבער לויט ווי אזוי איך עם הארץ פארשטיי איז גרינגער פאר א פריוואטע מענטש (ליין: טערעריסט) זיך צו פארמעסטען מיט טעכנעלאגיע ווי מיט א מיליטער.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 22, 2012 12:50 pm

· #19331
איך וויל וויסן, פארוואס אלץ ווען איך קאל א קאמפאני, למשל ספרינט, בעט די אויטאמאטישע מאשין מיר מיין טעלעפאן נומבער, (in order to look up your account)

אבער ווען איך הייב אן צו רעדן צו א לייוו-רעפרעזענטעטיוו, האט ער נישט קיין השגה ווער איך בין און וואס מיין אקאונט נומבער איז. ער הייבט אן נאכאמאל אלע קשיות פון די אלף.

אסאך מאל פלאץ איך פון דעם. צו וואס פעלט דאס אויס?

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 22, 2012 12:56 pm

· #19333
כ'פארשטיי מיך נישט אויף דיר. האסט שוין אמאל געהערט פון א מושג ווי א קאמפיוטער סיסטעם וואס האט אריינגעפראגרעמט אלע דיינע אינפארמאציע, און באזיצט נישט דעם פענאמען ווי שכחה?

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 22, 2012 1:35 pm

· #19351
טאמבל סאס
כ'פארשטיי מיך נישט אויף דיר. האסט שוין אמאל געהערט פון א מושג ווי א קאמפיוטער סיסטעם וואס האט אריינגעפראגרעמט אלע דיינע אינפארמאציע, און באזיצט נישט דעם פענאמען ווי שכחה?


איך פארשטיי נישט דיין אומפארשטענדליכקייט אויף מיר, און נישט דיין טענה.

אז איך האב אריינגעגעבן אלע מיינע אינפארמאציע פארן קאמפיוטער, וואלט אלעס געדארפט ערשיינען אויפן סקרין פונעם מיסטער/מיסיס וואס הייבט אן רעדן צו מיר נאך 3 מינוט ווארטן. אויב נישט, וואס איז די פוינט פון געבן די אינפארמאציע פארן קאמפיוטער? טוט ער עפעס דערמיט? איינער פארדינט עפעס דערפון? סתם, למען ניגע לריק און מיר פארדרייען א קאפ?

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 22, 2012 1:42 pm

· #19359
ריכטיג! און ער זעט אלעס אויפן קאמפיוטער אבער די געזעץ פארלאנגט אז ער מוז קאנפערמירן אז דו ביסט טאקע דער ווער דו זאגסט דו ביסט! און א מענטש מיט 'פארשטאנד' קען לויטן וועג וויאזוי דו ענטפערסט דיינע פריוואטע דעטאלן זען און פונאנדערשיידן צווישן דער אמת'ער מאן און א שווינדלער. משא"כ א מאשין. אבער קען זיין אז א מאשין האט אנדערע וועגן וויזוי זיכער צומאכן אז דו ביסט טאקע דער. אזוי צו אזוי טוט זיי אבער די מאשין פאקטיש איינשפארן אסאך צייט און געלט, און די עיקר איינגעשטעלטע וואס דאס איז א גרויסע עקספענס פאר א ביזנעס

חוץ פון דעם טוט א מאשין מילא נישט אויספירן אזעלכע וויכטיגע פונקציעס, די מאשין קען נעמען געלט און נאכטרעיסן א ארדער, און העכסטנס נאך אפאר שטותים . ברגע דו דארפסט עפעס וויכטיג ווי טוישן דיינע דיטעליס, און הערן עני פריוואטע אינפארמעישן דארפסטו שוין ווידער אנקומען צו א מענטש

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 22, 2012 1:51 pm

· #19364
איך האב אסאך מאל ווען איך רוף, בעטן זיי מיך מיינע אינפארמעישן כדי צו מאכן א סוירטש אזוי אז מיין אקאונט זאל ארויף קומען אויף זייער סיסטעם.

זר זהב » זונטאג יוני 24, 2012 10:39 pm

· #19695
פארוואס האט סקים מילך מער קארבס ווי רויטע מילך?

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 25, 2012 12:03 am

· #19723
זר זהב
פארוואס האט סקים מילך מער קארבס ווי רויטע מילך?

וויבאלד מ'נעמט ארויס די פעטענס איז די פערפארציע פון קארבאהיידרעיטס וואס בלייבט איבער מער.

ידען » דאנערשטאג יוני 28, 2012 6:19 pm

· #20684
ר״ת גאטשעס
פארוואס הייסט עס אזוי?

און פארוואס גייען חסידים מיט אזעלעכע לאנגע גאטקעס?

איחוד פעלד » דאנערשטאג יוני 28, 2012 8:01 pm

· #20696
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווייל די רבינו תם האט א לאנגע שקיעה

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

לאדיך אפ » מיטוואך יולי 4, 2012 8:38 pm

· #21781
כ'האב שטארק געוואלט וויסן די מקור פון אידישע מאכלים. ווען האט זיך אנגעהויבן טשיקן זופ פאר פרייטאג צונאכטס? געפילטע פיש (נישט די ניק)? פערפעל? קוגל?

אשכנ » מיטוואך יולי 4, 2012 8:53 pm

· #21784
רוב מאכלים וואס אידן האבען געגעסן בארצות הגולה זענען געווען ענדליך צו די לאקאלע סאסייעטי. דאס איז די טעם אז בני ספרד האבען אנדערע זאכן ווי אשכנזים וכו'.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 5, 2012 2:38 am

· #21835
לאדיך אפ
כ'האב שטארק געוואלט וויסן די מקור פון אידישע מאכלים. ווען האט זיך אנגעהויבן טשיקן זופ פאר פרייטאג צונאכטס? געפילטע פיש (נישט די ניק)? פערפעל? קוגל?


איך האב געהערט אז די חסיד׳ישע מאכלים האבן אן ענין ע״פ סוד, מרומז אין די ז׳ מדות. כ׳געדענק אז קוגל איז מדת היסוד, אבער קען זיין אז כ׳מאך א טעות.

זר זהב » דאנערשטאג יולי 5, 2012 3:20 am

· #21838
שבת איז דער 7טע טאג. "דג" באטרעפט 7, "מרק" באטרעפט 7 מספר קטן, "בשר" אויך 7. ("קגל" אויך 7...)

-- אין מס שבת קי"ח שטייט "ואמרו במה מענגו בתבשיל של תרדין ודגים גדולים"

"געפילטע פיש" איז לויט גוגעל אפיר געקומען צוליב וואס מ'האט מורא געהאט פון איסור בורר מיט ביינער פיש. באקאנט איז אבער אז געפילטע פיש שטאמט פון די ארימע אידן וואס האבן גענומען די פסולת פון די פיש און געמאכט אן איינגעמויזעכטס וואס איז פארוואנדעלט געווארן אין געפילטע פיש. -- (מיט קאטשעניא!!) אויך מיר ארעם...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92