☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 14, 2015 2:59 pm

· #247915
א גרויסן דאנק אלע מגיבים, אבער כ'רעד נישט פון דעם. איך זוך די גלאטע שיינע באלבאטישע קוטשמע, אזאנס וואס פאסט פאר א וויליאמסבורגער ראסער.

געוואלדיג » מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:17 pm

· #247918
דו ביסט זיכער נישט איינס

ונבנתה העיר » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:53 pm

· #248448
ווער האט מחדש געווען און איינגעפיהרט די - לדעתי קינדערישן און אומב'טעמ'טן - ניגון מיט וועלכע מען דרש'ענט אויף די ראדיא?

מאטי » פרייטאג יאנואר 16, 2015 1:11 pm

· #248451
וואו אין ספר יואל (די עכטע) שטייט בפירוש אז ס'גייט קומען א היישעריק-שטורעם?

chusid » זונטאג יאנואר 18, 2015 1:33 am

· #248589
איך ליין קיינמאל די בלאט, יעצט איז מיר אויסגעקומען עס צו ליינען זע איך אז ביי ביבי נתניהו שרייבן זיי נישט שר"י. ווידער אויפן זעלבען עמוד שרייבן זיי שמעון פרס שר"י. מאי שנא פרס מביבי?

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 18, 2015 1:43 am

· #248591
פרעג זיי עס אליינס בכתב, דורך א בריוו צו דער בלאט. זיי וועלן זיך דערקוויקן דערמיט, נאך יארן לאנג פרובירן אויסצוטראכטן אייגענע-פאבריצירטע בריוון. וועסט זיך איינקויפן עוה"ב.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 18, 2015 1:57 am

· #248593
chusid
איך ליין קיינמאל די בלאט, יעצט איז מיר אויסגעקומען עס צו ליינען זע איך אז ביי ביבי נתניהו שרייבן זיי נישט שר"י. ווידער אויפן זעלבען עמוד שרייבן זיי שמעון פרס שר"י. מאי שנא פרס מביבי?

ווייל פרס האט נאך מצער געווען דעם רבי זי"ע בימים ההם.

שיח ושיג » מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:22 am

· #248844
פארוואס רופן אלע וומסב"גער אידן די "פעליסעידס פארקוועי" די "פאליסיידס"? איך פארשטיי אז מען טוישט אין יעדער שפראך ווערטער לויט די הברה אין וועג פון רעדען אבער איך זעה נישט קיין שום סיבה צו זאגן פאליסיידס. קודם די "פע" איז פון די נארמאלע אידישע גראמאטיק, אין "סעידס" קען מען אויך זאגן, פונקט אזוי ווי מען זאגט דאס ענגלישע ווארט CAKE אויף אידיש אויך "קעיק".

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:48 am

· #248851
שווערע דאגות !

דריידל » מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:06 pm

· #248884
מיר ווינדערט פארוואס זיי רופן "היויס" סטריט "יוס" סטריט

א איד » מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:41 pm

· #248889
מיר ווינדערט פארוואס מען זאגט נייף און נישט קנייף
ווי אויך נייט און נישט קנייט

שלמה המלך » מאנטאג יאנואר 19, 2015 3:56 pm

· #248898
מיך ווינדערט פארוואס עטס גייטס נישט ארבייטען!

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:06 pm

· #249636
מאטי
ירח בן יומו
פארוואס האט פאפא זובה געווען דערמאנט צו ווערען דורך יעדער בדחן?

כ'מיין אז היינטיגע צייטן איז שוין נישטא דער קראנקהייט אז מענטשן זענען זובה.

Moti , you made me smile

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:10 pm

· #249638
שמן זית
דו ווילסט באמת וויסן פארוואס דייקא פאפא האט זוכה געווען דערצו?..
כ'האב פאר דיר א פשוטע עצה, שפאציר אריין אהין פאר א וויילע, נאכדעם עמער רעדן.... גוט??

דו זאגסט דעי כלל אויף אלע פאפא בתי מדרשים, אדער נאר אין ווילי?

דריידל » פרייטאג יאנואר 23, 2015 8:03 am

· #249695
הערטס אויף מיט די נערישקייטן. איך פאל אריין דא דארט אין פאפא און איך קען זאגן אז די סאטמערע קענען זיך גיין לערנען נארמאלקייט אין פאפא. רוב פאפענע וואס איך קען זענען אויסטערלישע פיינע מענטשן און ווייט פון נערנים. איך וואלט מיך עניטיים משדך געווען מיט א פאפענער ענדערש ווי א סאטמערע סעלפיש אויבער חכם.

אפשר » פרייטאג יאנואר 23, 2015 10:17 am

· #249718
שיח ושיג
פארוואס רופן אלע וומסב"גער אידן די "פעליסעידס פארקוועי" די "פאליסיידס"? איך פארשטיי אז מען טוישט אין יעדער שפראך ווערטער לויט די הברה אין וועג פון רעדען אבער איך זעה נישט קיין שום סיבה צו זאגן פאליסיידס. קודם די "פע" איז פון די נארמאלע אידישע גראמאטיק, אין "סעידס" קען מען אויך זאגן, פונקט אזוי ווי מען זאגט דאס ענגלישע ווארט CAKE אויף אידיש אויך "קעיק".

Barber
וואלסטו געזאגט "בערבער"

יואב » זונטאג יאנואר 25, 2015 1:39 pm

· #249984
איז אמת אז דער וואס האט ערצייגט דעם שאלעשידעס בילקעלע איז דער זעלבער מח וואס האט אויסגעטראפן פערטל שיך?

chusid » זונטאג יאנואר 25, 2015 8:20 pm

· #250085
וואס איז דאס ' מיס איזריעל' מיט וואס די נייעס איז ביזי?

ישראל קאפקע » זונטאג יאנואר 25, 2015 8:23 pm

· #250086
וואס איז דאס ווייסט איינער?
<a class="postlink" href="https://furshrit.wordpress.com">https://furshrit.wordpress.com</a>

אויסגערוט » מאנטאג יאנואר 26, 2015 12:44 am

· #250113
chusid
וואס איז דאס ' מיס איזריעל' מיט וואס די נייעס איז ביזי?

עס איז דא איבער דער גאנצער וועלט א פארמעסט וואס הייסט א beauty pageant דאס מיינט אז מ'פארמעסט זיך אין יעדער מדינה ווער עס איז די שענסטער און דער געווינער באקומט דער טיטל פון יענער מדינה צב"ש מיס אמעריקא. נאכדעם קומען זיך אלע געווינערס צאם און דער געווינער פון זיי ווערט געקרוינט אלס miss universe. דעס פאסירט יעדעס יאר נאכאמאל.

אבי נישט ביי אידן........

chusid » מאנטאג יאנואר 26, 2015 2:20 am

· #250116
אויסגערוט
chusid
וואס איז דאס ' מיס איזריעל' מיט וואס די נייעס איז ביזי?

עס איז דא איבער דער גאנצער וועלט א פארמעסט וואס הייסט א beauty pageant דאס מיינט אז מ'פארמעסט זיך אין יעדער מדינה ווער עס איז די שענסטער און דער געווינער באקומט דער טיטל פון יענער מדינה צב"ש מיס אמעריקא. נאכדעם קומען זיך אלע געווינערס צאם און דער געווינער פון זיי ווערט געקרוינט אלס miss universe. דעס פאסירט יעדעס יאר נאכאמאל.

אבי נישט ביי אידן........

עפעס קוקט אויס ווי ס'איז א מיס איזריעל קעגן א מיס לבנון, וואס עפעס דע צוויי? זי איז דער שענסטער אין ישראל?

אויסגערוט » דינסטאג יאנואר 27, 2015 2:09 am

· #250374
דער סקופ איז געווען אז איינער וואס רעפרעזענט אן אראבישער לאנד נאכדערצו לבנון זאל ל"ע פארברענגען און נאך שמייכלען מיט א ציוני היל"ת.

צו זי איז דער שענסטער... זעט זיך אויס אז די בני ברק'ער און מאה שערים מיידלעך האבן זיך נישט משתתף געווען

chusid » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:49 am

· #250763
דע נאכט האבן זיך אראפ געלאזט הינדערט שוטרים קיין פאנאוויטש אין בני ברק און ארעסטירט 25 בחורים, די סיבה האב איך נישט ארויס, איינער ווייסט די פשוטע פאקטן?

בעל מדות » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 2:52 am

· #250766
ביי אינז אין ישיבה קטנה פלעגן אויך קומען פאליציי נאכדעם וואס מען האט זיי גערופן מיט פאלשע באריכטן...(נאר א ווערטל)

יואב » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:45 pm

· #250819
ביי וועלכן צדיק אדער גרופע פון חסידים האט זיך אפציעל אנגעפאנגען דעם מאדנעם און אומגעזונטן מנהג פון נעמען און עסן שיריים.

(ביטע נישט ברענגען יענעם ירושלמי.)

שמעקעדיג » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:39 pm

· #250997
אין די לענדער ווי אוסטראליע און סאוט אמעריקע ווי דער ווינטער און זומער איז פארקערט ווי ביי אונז, ווען זאגן זיי מוריד הגשם און ותן טל ומטר?

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 9:33 pm

· #251008
שמעקעדיג
אין די לענדער ווי אוסטראליע און סאוט אמעריקע ווי דער ווינטער און זומער איז פארקערט ווי ביי אונז, ווען זאגן זיי מוריד הגשם און ותן טל ומטר?

מעשה שהיה: הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל, ווען ער איז געווען דער רב אין מאנטעווידעא, אורוגוויי, וואו ס'איז אויך דער זעלבער סדר ווי אין אויסטראליע, האט אמאל אהנגעפרעגט די שאלה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל. די תשובה איז געווען אז מוריד הגשם זאגט מען אזוי ווי די גאנצע וועלט. און ותן טל ומטר לברכה זאל מען זאגן ביי "כי אתה שומע תפילת כל פה"...!...ווען ס'איז ווינטער אין יענע מדינה. ד.ה. נאך פסח...!

Yossy » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 10:07 pm

· #251012
יואב
ביי וועלכן צדיק אדער גרופע פון חסידים האט זיך אפציעל אנגעפאנגען דעם מאדנעם און אומגעזונטן מנהג פון נעמען און עסן שיריים.

(ביטע נישט ברענגען יענעם ירושלמי.)

נאדיר א פסוק. סאיז גאר א געזינטע זאך . וַעֲבַדְתֶּם אֵת ה' אֱלֹהֵיכֶם וּבֵרַךְ אֶת לַחְמְךָ וְאֶת מֵימֶיךָ וַהֲסִרֹתִי מַחֲלָה מִקִּרְבֶּךָ: שמות (כג, כה)
אויב א איד דינט דעם באשעפער קומט אריין א ברכה אין זיינע שיריים אין איז מסוגל אויף כל טוב .. יעצט דארפסט נאר טרעפען א איד וואס דינט דעם באשעפער אין טיילט שיריים.......

שמעקעדיג » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 10:38 pm

· #251017
מאכט סענס, אולי וועגן דעם שרייבט די תורה והסירותי מחלה מקרבך, צוליב די זשערמס..

ירח בן יומו » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 10:58 pm

· #251024
אין בית המקדש איז געווען לחם הפנים, און אלע בשר קדשים פאר די כהנים

מאטי » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 11:08 pm

· #251026
שמעקעדיג
מאכט סענס, אולי וועגן דעם שרייבט די תורה והסירותי מחלה מקרבך, צוליב די זשערמס..

ווען די פסוקים זענען געשריבן געווארן האט ה' - צוליב אומבאקאנטע סיבות - נאכנישט געוואלט אויסזאגן דעם סוד אז ס'פארהאן אזא זאך ווי זשערמס.

chusid » זונטאג פעברואר 1, 2015 9:04 pm

· #251190
וואס ליגט אין א פוטבאל געים אז דאס עטרעקט אפילו עלטערע באזעסענע מענטשן שפירן אז זיי מוזן מיטהאלטן די סופער באהל? שפילן מילא אבער מיטהאלטן אפען סקרין?

petergrifin » זונטאג פעברואר 1, 2015 11:50 pm

· #251230
װאס פארשטײט דען דער גוי...

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 2, 2015 9:09 am

· #251263
berlbalaguleh
שמעקעדיג
אין די לענדער ווי אוסטראליע און סאוט אמעריקע ווי דער ווינטער און זומער איז פארקערט ווי ביי אונז, ווען זאגן זיי מוריד הגשם און ותן טל ומטר?

מעשה שהיה: הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל, ווען ער איז געווען דער רב אין מאנטעווידעא, אורוגוויי, וואו ס'איז אויך דער זעלבער סדר ווי אין אויסטראליע, האט אמאל אהנגעפרעגט די שאלה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל. די תשובה איז געווען אז מוריד הגשם זאגט מען אזוי ווי די גאנצע וועלט. און ותן טל ומטר לברכה זאל מען זאגן ביי "כי אתה שומע תפילת כל פה"...!...ווען ס'איז ווינטער אין יענע מדינה. ד.ה. נאך פסח...!

אחד היה אברהם? דער ערשטער איד צו דאווענען שמונה עשרה אין אורעגוויי?
בערל... ביסט קלוגער פון דעם.

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 2, 2015 8:37 pm

· #251412
פארוואס ווען מ'וויל זאגן אז איינער ווייסט נישט עפעס זאגט מען "ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון"?

ישמעאל הכהן » מאנטאג פעברואר 2, 2015 8:41 pm

· #251413
איי געס איך ווייס נישט בחייכון וביומיכון

שמערל » מאנטאג פעברואר 2, 2015 8:43 pm

· #251414
יואב
ביי וועלכן צדיק אדער גרופע פון חסידים האט זיך אפציעל אנגעפאנגען דעם מאדנעם און אומגעזונטן מנהג פון נעמען און עסן שיריים.

(ביטע נישט ברענגען יענעם ירושלמי.)

אין גער איז נאך דא דער אלטער מנהג פון צוריקגעשטאנענע אידן און גויים צוגלייך, אז ביי א פארברענגן עסט מען פון איין טעלער, ווארשיינליך האבן אמאל די חסידים געגעסן צוזאמען מיטן רבי'ן ביים טיש, פון איין טעלער
און פארשטייט זיך אלס כבוד געווארט אז דער רבי זאל עסן די ערשטע.

ירח בן יומו » מאנטאג פעברואר 2, 2015 9:04 pm

· #251418
שמערל

און פארשטייט זיך אלס כבוד געווארט אז דער רבי זאל עסן די ערשטע.

כמבואר בשו"ע או"ח סימן קע

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 2, 2015 9:24 pm

· #251424
שמעון וואלף
פארוואס ווען מ'וויל זאגן אז איינער ווייסט נישט עפעס זאגט מען "ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון"?

א בחינה פון "ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיין לעבן" (בחייכון איז טייטש אין ענקער לעבן)

Yossy » מאנטאג פעברואר 2, 2015 9:29 pm

· #251425
[ציטאט אראפגענומען]

כ`האב נישט געזאגט אייגענס . סשטייט אין ספרים
איך וועל נישט זאגען יעצט ווי , ווייל איך וויל דיר נישט מאכען פילען שלעכט פון וועם האסט חוזק געמאכט

בעל מדות » מאנטאג פעברואר 2, 2015 11:10 pm

· #251441
chusid
וואס ליגט אין א פוטבאל געים אז דאס עטרעקט אפילו עלטערע באזעסענע מענטשן שפירן אז זיי מוזן מיטהאלטן די סופער באהל? שפילן מילא אבער מיטהאלטן אפען סקרין?

נעם ארויס פון דיינע פראגע "עלטערע באזעצענע מענטשן" ווייל קיינער הייבט עס נישט אהן אלץ אן עלטערע מענטש, מען איז קליין און אלץ קינד ליגט מען שטארק אין ספארט'ס און ווען מען עלטערט זיך בלייבט מען פארליבט דערין, עס איז א פארשטענדליכע האבי וואס דיין פערזענליכקייט שפורט זיך אלץ א חלק דערפון זייענדיג שטאלץ דערמיט ביי יעדע געווינס און דאון ביי יעדע פארלוסט, אין פאקט איז ביי די נישט אידישע וועלט דא אסאך שידוכים וואס פאסירן נישט צוליב וואס ביים בעשוי ווערן זיי געוואויר אז די צווייטער איז א אנהענגער אין "פען" פון א צווייטע טיעם, עס איז ממש אין זייערע הערצער,

בעל מדות » מאנטאג פעברואר 2, 2015 11:14 pm

· #251442
יעצט וואס איך וויל וויסן איז, ווער קען מיך געבן ראט און טאט מיט א אוועטער, איך קען נישט באשליסן וואס צו לייגן, וועלכע בילד וועט מיך רעפרעזענטירן די בעסטע אלץ א בעל מדות,...

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 3, 2015 11:12 pm

· #251662
וויאזוי ווערט אן אייסיקל. ווען וואסער רינט ווערט דאך עס נישט פארפרוירן און ווען ס'איז פארפרוירן רינט עס נישט. די עיקר וויל איך פארשטיין וויאזוי ס'ווערט לענגער ביים שפיץ אונטן - פארוואס טראפט עס נישט אראפ?
📎 images.jpg

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 8:42 pm

· #251982
אויף די זעלבע וועג וויאזוי חלב ווערט ביי א ליכט דוק ותשכח

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 8:51 pm

· #251987
אדרבה, זיי מסביר ביידע

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 9:12 pm

· #251999
ווען די שניי אויפן דאך הייבט אן אויפלאזן הייבט דאס אן אראפ צו רינען, אבער נאר פון אויבן איז שוין גענוג ווארעם פון די זון צו ווערן צולאזט און ווען די וואסער קומט אן אונטן איז דאס שוין גענוג צוריק קאלט צו ווערן צוריק פארפרוירן און אזוי הייבט זיך אן א שפיץ ווייל נאך דעם קומט נאך א טראפ און ווען די טראפ קומט אן אונטן ווערט זי אויך פארפרוירן אונטער די ערשטע וכן הלאה.
די זעלבע מיט חלב די פייער לאזט אויף די חלב פון אויבן און ווען עס קומט אן אונטן ווערט דאס צוריק הארט וכדלעיל.

בעל מדות » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 9:27 pm

· #252006
[ציטאט אראפגענומען]

זאג, לערנסט אין ישיבה?

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 9:55 pm

· #252015
מ'שושקעט אויפן געוואגטן אינגעל וואס פלאצט אויס אין א הילכיגן געלעכטער נאכן עס איבער דרייען.

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 11:32 pm

· #252054
בבחינת כשזה קם זה נופל

chusid » מוצ"ש פעברואר 7, 2015 7:05 pm

· #252207
פארוואס זענען ( כמעט) אלע אינטעלעקטואלן, חוקרים, פילאזאפן, סייענטיסטן וכו' מענער און נישט פרויען? זענען מענער קליגער ווי פרויען?