☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

החוקר » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 6:40 pm

· #353810
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מיש-נייעס
ווייסט עמיצער צו עס איז דא א אידישע ווארט "מעשניק"
און אויב יא וואס די באדייט דערפון איז
יישר כח

אויב די קענסט געבן די context פון ווי די האסט עס געזען, קען מען אפשר העלפן.

מעשה'ניק קען מאכן סענס?

מיש-נייעס » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 6:44 pm

· #353811
החוקר
מיש-נייעס
ווייסט עמיצער צו עס איז דא א אידישע ווארט "מעשניק"
און אויב יא וואס די באדייט דערפון איז
יישר כח

אויב די קענסט געבן די context פון ווי די האסט עס געזען, קען מען אפשר העלפן.

מעשה'ניק קען מאכן סענס?


איך דארף איבערקוקען איך וועל דיר שיקן

וואס קען מעשה'ניק מייינען?

געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 7:10 pm

· #353814
מעשעניק ווייס איך נישט, אבער מעשענע מיינט קופערנע

הוגה » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 7:25 pm

· #353818
מעש איז brass, א brass מנורה איז א מעשנע מנורה. קען זיין אז עפעס איז מעשניק מיינט עס אז עס איז פון מעש.

גראף » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 7:41 pm

· #353820
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איך האב שוין געזעהן אין אלטע אידיש ווי ''יענער איז געווען א בעל מעשעניק'' און מען האט זיך געדארפט היטען וכו'.

שלום על ישראל » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 8:20 pm

· #353830
גראף
איך האב שוין געזעהן אין אלטע אידיש ווי ''יענער איז געווען א בעל מעשעניק'' און מען האט זיך געדארפט היטען וכו'.

פילייכט איז קופער געווען 'סלענג' פאר ביליגע קוויליטעט. כ'פראביר נאר...

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 8:35 pm

· #353839
קען זיין א מליצה אויף מהיעשה'ניק וואס איז געווען א ברייט באנוטצטע טערמין.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 12:01 am

· #353869
איך אויך: איך האלט אויך אזוי. א ראיה צו דיין טעאריע פון פארגרייזטע אידישע ווערטלעך...אויפ'ן ווערטל..."כל ולך"...האביך געהערט א אידענע זאגן ..."קאך ו'לאך"...:
אויפ'ן מאמר..."יש דברים בגו" האט אן אמהאאארעץ אמאל געזאגט..."יש גוי בדבר"...!
איך האב געהאט א קאלעקשן פון פאלקס ווערטלעך וועלכע זענען פארגרייזט געווארן. נאר אינמיטן שרייבן האביך אלעס פארגעסן... 😂 🙄

קלוגע יודל » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 2:17 am

· #354302
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווי קען מען כשר'ן כלים אין בארא פארק דורכ'ן יאר, נישט נאר פאר פסח?

בן אדם » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 8:37 am

· #354306
טעג - 53/New utrecht

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 11:21 am

· #354317
😂 😂

גרויסע מענטשעלע » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 11:39 am

· #354319
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
Settings to print out Der Veker on 11 x 17 papers?

קלוגע יודל » מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 8:29 pm

· #354359
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
קלוגע יודל
ווי קען מען כשר'ן כלים אין בארא פארק דורכ'ן יאר, נישט נאר פאר פסח?


בן אדם
טעג - 53/New utrecht

גוווט
יעצט צום שאלה, ווי קען מען כשר'ן טעפ א גאנץ יאר?

גליקלעך » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:16 pm

· #355628
איך זיך א שטיקל וואס איך האב דאכט זיך געזען אויף די סייט, ווי איינע פון די שרייבערס לייגט אראפ ווי די אייבערשטער איז נישט געווען צופרידן פונעם לבוש וואס די אידן זענען געגאנגען ביז די לעצטע הונדערט יאר, ביז די באשעפער האט געזען די לבושים וואס מען גייט היינט, האט די באשעפער אפגעאטעמט..

שוין פרובירט צו סירטשן, איך קען עס נישט טרעפן.

איינער קען ארויסהעלפן ביטע?

טאמבל סאס » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:24 pm

· #355629
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10408">viewtopic.php?t=10408</a><!-- l -->
דאס?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

גליקלעך » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:34 pm

· #355631
גראדע אויך נישט שלעכט.. העמיר עס דורכליינען מיט יישב הדעת, ישר כח.

עס מוז אפי' נישט זיין אז איך רעד אפי' פון אן ארטיקל, עס איז מעגליך געווען א קליינע תגובה מיט בערך די ווערטער וואס איך האב אויבן געשריבן, וואס איז מיר זייער געפאלן די געדאנק שבו.

(קען זיין איך מאך א טעות און עס איז נישט געווען דא, איך האב עס נאר געליינט ערגעץ אנדערש?)

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 12:40 am

· #355831
יעצט איז פונקט פארקערט אז א ביייק פארט קעגען דו טרעפיק און די קלאפסט אריין און עם אז דאס זיין שולד , אויב פארט מיט די טרעפיק איז ער סעיף.

החוקר » פרייטאג דעצעמבער 2, 2016 1:08 am

· #356032
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג: עס איז נישט ריכטיג וואס די זאגסט/קלערסט, צוליב עטליכע סיבות.

מען זעהט דיך נישט קומען
ווען מענטשן און בעיקר קארס דארפן אריבערגיין אדער זיך איינדרייען אויף אן איינזייטיגע וועג (one way) איז די טבע צו קוקן נאר אויף די זייט ווי מען איז געוואוינט אז עס קען קומען א קאר.

די קענסט נישט זען קיין טראפיק שילדן
היות אלע אנווייזונגען זענען אויף איין זייט קען מען עס נישט ליינען.

העדלייטס וועלן שיינען
דאס איז אויך פשוט.

דרייווער וועלן צומישט ווערן
אויב לדוגמא א דרייווער קומט אן צו א שמאל פלאץ ווי עס איז נישט דא גענוג פלאץ פאר א קאר און א בייק, קען די קאר זיך פארשטייטערן צום זעלבן שנעלקייט ווי די בייק, כדי נישט אריינצוהאקן, אויב אבער קומט די בייק אנטקעגן און עס איז נישט דא קיין צייט זיך אפצושטעלן, פאסירט אן אומגליק.

צום לעצט, זאכן פאסירן שנעלער
לכאורה אויפן ערשטן סיבה קען מען זאגן אז די פראבלעם קען זיין ביי פיסגייער אויך. איז די סיבה אז אלעס פאסירט שנעל, אויב לדוגמא א קאר פארט אויף 40 און ער קלאפט אריין אין א בייק וואס פארט אויף 20, איז זעץ אויף 20, ווייל דאס איז די חילוק, משא"כ אז די בייק קומט אנטקעגן וואלט געווען די זעץ 60, די זעלבע זאך וואלט אלעס פאסירט אין א דריטל די צייט וואלט געווען ווייניגער צייט צו רעאגירן.

טמיר » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 10:42 am

· #356560
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פארוואס דארפן נישט אראנדזש דזשוס מאנופעקטשערעס שרייבן אויפן לעיבל אז מען לייגט אריין פלעיווארס?

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 11:36 am

· #356563
טמיר
פארוואס דארפן נישט אראנדזש דזשוס מאנופעקטשערעס שרייבן אויפן לעיבל אז מען לייגט אריין פלעיווארס?


זיי דארפען יא, (אויב מען לייגט אריין)

טמיר » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 2:26 pm

· #356591
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
קוק דא <a class="postlink" href="https://www.google.com/search?q=the+truth+about+commercial+or+orange+juice&ie=utf-8&oe=utf-8">https://www.google.com/search?q=the+tru ... 8&oe=utf-8</a>
בקיצור, קאמערשעל אראנדזש דזשוס גייט דורך א פראסעס "deaeration" -דאס איז חוץ די פעסטערייז פראססעס- וואס נעמט ארויס די אקסעדזשין פון די זאפט און מאכט עס טעם'לאז און עקלדיג. שפעטער לייגט מען אריין ארטיפישעל "טעיסט פעקס" צו נאכמאכן די טעם פון ארגינעלע אראנדזש דזשוס. למעשה בלייבט נישט פון די ארגינעלע אראנדזשעס נישט די פלעיוואר און נישט די נוטרישענס.
דאס אלעס איז נישט קיין טעאריעס אדער קאנספעראציעס, נאר קלארע פאקטן פון אומצאליגע מקורות.
אגב, איך מיין אז מיט גרעיפדזשוס טוט מען די זעלבע זאך

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 4:26 pm

· #356609
פשוט אזוי. ווי אזוי מיינסטו קען קדם טעיסטן חודש נאך חודש יאר נאך יאר פונקט די זעלבע טעיסט און ווען די קויפסט טרויבן טעיסט עס יעדע מאל אנדערש? געהערט מפי א בעל מכשיר וואס טוהט דאס טעגליך.

החוקר » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 5:53 pm

· #356616
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
סי. בי. סי. האט געהאט א שוי דערוועגן
<a class="postlink" href="https://youtu.be/8e4CEm9yybo">https://youtu.be/8e4CEm9yybo</a>

החוקר » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 6:09 pm

· #356618
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
טמיר
פארוואס דארפן נישט אראנדזש דזשוס מאנופעקטשערעס שרייבן אויפן לעיבל אז מען לייגט אריין פלעיווארס?

יעצט צו ענטפערן די פראגע, היות די פלעיוואר ווערט אויך געמאכט פון אראנדזשעס דארפף מען נישט שרייבן אז מען האט "צוגעלייגט" עפעס.

מפוזרי » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 3:08 pm

· #356848
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מיש-נייעס
ווייסט עמיצער צו עס איז דא א אידישע ווארט "מעשניק"
און אויב יא וואס די באדייט דערפון איז
יישר כח

מה-יעשהניק =ליידיג-גייער

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 3, 2017 12:40 am

· #358649
גאווערנער קאומא האט לעצטנס באשלאסן צו טוישן א גרויסע חלק פון די ניו יארק טאלל בודקעס צו 'קעשלעסס' - ד.ה. עס וועלן נישט זיין מער קיינע קעש ליניעס, נאר עלעקטראנישע ליניעס. מען וועט באצאלן דורכ'ן אי.זי.פעסס, אדער וועט דער קאמפיוטער כאפן א בילד פונעם קאר און נאכשיקן א בילל אויף דער פאסט. דערווייל איז דער וואשינגטאן בריק נישט צווישן די וועלכע גייען זיך טוישן. אבער וואס איך וויל וויסן, פאר די וואס נוצן קאר-פול, ווי אזוי וועט די עלעקטראנישע מאשינקע וויסן דערפון?

די גאנצע זאך שמעקט אייגענטליך נישט צו גוט. פארשידענע פראבלעמען קען פאסירן פון דעם איבערגאנג, כאטש כו"ע מודי אז דאס איז דער צוקונפט. גיט למשל א קוק דא
<a class="postlink" href="http://reason.com/blog/2016/12/28/new-yorks-cashless-toll-road-program-a-r">http://reason.com/blog/2016/12/28/new-y ... rogram-a-r</a>

מיר'ער בחור » דינסטאג יאנואר 3, 2017 6:17 am

· #358662
פארוואס ווערט די נייע פרעזידענט יר"ה איינגעשוואוירען ערשט אינעם צוואנציגסטען פארוואס נישט january 1 ?

שלום על ישראל » דינסטאג יאנואר 3, 2017 10:43 am

· #358671
מיר'ער בחור
פארוואס ווערט די נייע פרעזידענט יר"ה איינגעשוואוירען ערשט אינעם צוואנציגסטען פארוואס נישט january 1 ?

עס איז פארהאן עטליכע סיבות מ'דארף בכלל ווארטן. אגב, ביז בערך 80 יאהר צוריק פלעגט מען איינשווערן דעם נייעם פרעזידענט ערשט אין מארטש.

פארגעס נישט: די אישו אז נישט [נאָר] אז דער ניי-ערוויילטער פרעזידענט קען קוים ווארטן צו כאפן דעם שטוהל, נאר די גאנצע פעדעראלע רעגירונג פונקציאָנירט נישט געהעריג מיטן ארויסגייענדיגע פוילע קאטשע (lame duck) פרעזידענט, און ס'איז א שאד די געווארט. די וויילע ווערט אנגערופן "Secession Winter". זעה דא.

די צענטער פאר קאנסטיטוציענאלע פאראנטווארטלעכקייט שרייבט אז עס פלעגט אמאל נעמען אסאך לענגער צו צוזאמנעמען און ציילן די שטימעס פון אלע שטאַטען, און דערפאר מען קודם געמאכט א לענגערע וואַרט, און שפעטער פארקורצערט ווען באנען און אויטאמאבילן זענען אריין אין באנוץ.

אסאך טענה'ן אז מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע קען מען עס נאך מער פארקורצערן צו בלויז טעג, אבער אנדערע טענה'ן אז עס פעלט יא אויס אביסל פאוואליע. אין די יאהר 2000 - און אויך היי יאהר - האט מען געזעהן די מעלה פון האבן אביסל צייט זיך צו מסדר זיין מיט פראבלעמאטישע שטאַטן און איבערציילונגען. ווי אויך דארף דער ניי-ערוויילטער פרעזידענט אביסל צייט זיך צו לערנען די א"ב פון די פאזיציע (חוץ טראמפ וואס האלט אז צייט-פארברענגעריי).

למעשה ווערט די איינשווערונג צערעמאָניע אדורכגעפירט מיט גרויס פאמפע, און דאס נעמט צייט צו פלאנירן. כ'רעד נישט פון די לאגיסטישע פלאנירונגען (ווי ראדני פארענטשעס און סאנדעל'ס מייקס...), ווייל דאס קען מען אנהייבן פאר מ'ווייס ווער עס איז דער ערווילטער קאנדידאט. כ'רעד פון ווער עס וועט רעדן, די רעדעס, און אפילו ווער עס וועט זיין אויף די אויספלאנירונג וועד. קיין וויץ.

סקרן » מיטוואך יאנואר 4, 2017 2:45 pm

· #358879
פארוואס ווען מען דריקט אויף אקטיווע אשכולות קומט נישט ארויף די צימעס אשכולות?

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 4, 2017 3:37 pm

· #358887
עס איז געווען וואלן דערוועגן, נמנו וגמרו אז עס זאל נישט ערשיינען
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1045">viewtopic.php?f=4&t=1045</a><!-- l -->

דא רעדט מען שוין אביסל דערוועגן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/25748">viewtopic.php?p=25748#p25748</a><!-- l -->

מיש-נייעס » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 6:43 pm

· #359053
פארוואס זינגט מען ביי יעדע חתונה ממש יעדע... מען הייבט אן עוד ישמע און נאכדעם ישיש עליך, איך פארשטיי אז די ווערטער זענען די מערסטע פאסיג אזוי אנצוהייבן א חתונה אבער עס מאכט נישט קיין סענץ ממש ווי א הלכה למשה מסיני

מיש-נייעס » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 6:48 pm

· #359055
א מזל טוב און א מזל טוב...
וואס איז פשט פון די ניגון ובכן צדיקים וכו' וכו' א מזל טוב און א מזל טוב. וואסערע שפרך איז דאס? גריכיש? א מזל טוב און א מזל טוב, אדער אפשר איז עס אין מיט א י' איין מזל טוב אייינגעפאקט "אין" א צווייטע מזל טוב
און אויב איז דאס נישט גענוג, שוין... איינער האט געמאכט א ניגון עס איז איהם אזוי אויסגעקומען צו זינגן, אבער איך זעה עס זענען שוין דא נייע ניגונים מיט די ווערטער, כאילו עס וואלט געווען א פסוק: א מזל טוב און א מזל טוב...
בדרך הלצה האב איך שוין געהערט, אז דאס איז א חסורי מיחסרא והכי קתני א מזל טוב פאר'ן רבי'ן און (פאר'ן ברודער וואס קען זיך נישט באטייליגן מחמת איבה טוט מען אויך וואונטשן) א מזל טוב...!

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 11:24 pm

· #359091
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

החוקר » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 11:45 pm

· #359092
כ'פארשטיי נישט, וואס ווילסטו וויסן?

גרויסע מענטשעלע » פרייטאג יאנואר 6, 2017 6:57 am

· #359143
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פארוואס איז עס נישט עפראווד ? מה בין קאווע שטובע ל..... ?

mevakesh » פרייטאג יאנואר 6, 2017 10:25 am

· #359151
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
גרויסע מענטשעלע
פארוואס איז עס נישט עפראווד ? מה בין קאווע שטובע ל..... ?

וואס פארשטייסטו נישט?
קאווע שטיבל איז דער עיקר פראבלעם פונעם אינטערנעט קיינעם גייט נישט אהן אז דו קוקסט שמיץ אדרבא באד דיך אין שמיץ אבער גיי אין שפאן

אפשר » פרייטאג יאנואר 6, 2017 10:55 am

· #359157
כ @מבקש ועוד לקרא, לכאורה קען זאגן אז אילו לא משומר אלא משום הא דיינו. די גרעסטע פראבלעם פון די אויטאריטעטן איז אזאנע פלעצער ווי קאווע שטיבל, ווי אחים לדעה זיצן צוזאמען און מ'שמועסט אויס מיט א אפענע מיינד כל מיני ענינים. די אלע אנדערע ב"ש איז נישט קיין פראבלעם אפילו.

לולי דמסתפינא וואלט איך אפילו געזאגט אז משומר בלאקירט ניטאמאל שמוץ ווייל עס איז קיינעמס פראבלעם אז מענטשן וואונדערן אויפן געוועב אויף די xxx סייטס.

הבן כי קצרתי מאוד

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יאנואר 8, 2017 10:45 pm

· #359320
קען זיי ס׳שוין דא א אשכול איבער דעם. אויב יא ביטע לינקען. וועלכע זאלץ/כעמיקאל וועט נישט שאדען מאכען פאר קאנקריט ווען מ׳ניצט עס ביי א שניי?

שלום על ישראל » זונטאג יאנואר 8, 2017 11:01 pm

· #359321
די קעניג פין אמעריקע
קען זיי ס׳שוין דא א אשכול איבער דעם. אויב יא ביטע לינקען. וועלכע זאלץ/כעמיקאל וועט נישט שאדען מאכען פאר קאנקריט ווען מ׳ניצט עס ביי א שניי?

לויט ווי כ'פארשטיי, איז עס OxyChem calcium chloride.

רשכבהג » זונטאג יאנואר 8, 2017 11:31 pm

· #359328
Sodium cloride. זייער שעדליך
Calcium chloride אביסעל שעדליך.
Potassium chloride נישט שעדליך אבער ארבייט נישט אזוי גיט ווען ס׳זייער קאלט.
Magnesium chloride נישט שעדליך אבער ארבעט נישט אזוי גיט ווען ס׳זייער קאלט.

קלוגע יודל » זונטאג יאנואר 8, 2017 11:56 pm

· #359331
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שמעקעדיג
גאווערנער קאומא האט לעצטנס באשלאסן צו טוישן א גרויסע חלק פון די ניו יארק טאלל בודקעס צו 'קעשלעסס' - ד.ה. עס וועלן נישט זיין מער קיינע קעש ליניעס, נאר עלעקטראנישע ליניעס. מען וועט באצאלן דורכ'ן אי.זי.פעסס, אדער וועט דער קאמפיוטער כאפן א בילד פונעם קאר און נאכשיקן א בילל אויף דער פאסט. דערווייל איז דער וואשינגטאן בריק נישט צווישן די וועלכע גייען זיך טוישן. אבער וואס איך וויל וויסן, פאר די וואס נוצן קאר-פול, ווי אזוי וועט די עלעקטראנישע מאשינקע וויסן דערפון?

די גאנצע זאך שמעקט אייגענטליך נישט צו גוט. פארשידענע פראבלעמען קען פאסירן פון דעם איבערגאנג, כאטש כו"ע מודי אז דאס איז דער צוקונפט. גיט למשל א קוק דא
<a class="postlink" href="http://reason.com/blog/2016/12/28/new-yorks-cashless-toll-road-program-a-r">http://reason.com/blog/2016/12/28/new-y ... rogram-a-r</a>

יענער קייט וואסער. יא איינער מיט א סוספענדירטע לייסענס באלאנגט נישט צו זיין אויפ'ן ראוד, נישט קיין נפקא מינה ווי 'לאו אינקאם' ער איז.

אפשר גאר איז דאס איינער פון די מעלות פון די קעשלעס טאללס.

קלוגע יודל » מאנטאג יאנואר 9, 2017 12:04 am

· #359334
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מיר'ער בחור
פארוואס ווערט די נייע פרעזידענט יר"ה איינגעשוואוירען ערשט אינעם צוואנציגסטען פארוואס נישט january 1 ?

פארוואס מאכט מען נישט אז די ארויסגייענדיגע פרעזידענט (lame duck president) זאל נישט קענען טוהן דראסטישע שריט נאך די וואלן אן זיך אדורך רעדן מיט די פרעזידענט עלעקט?
א שטייגער ווי אבאמא האט אונז אנגעמאכט מיט כמה וכמה ענינים. למשל די UN רעזאלוציע וועגן מדינת ישראל, אדער ווי אסר'ן לעולמי עד צו גראבן פאר אויל און געוויסע געגענטער.

דאס איז אזעלכע זאכן וואס איז זייער קאנטראווערסיאל און ער וויל עס נישט מאכן אויב זיין פארטיי געווינט, אבער אויב די פרעזידענט'ס פארטיי האט שוין ממילא פארלוירן, וועט ער טיילן פליקעס פון רעכטס צו לינקס.

איז דאס נארמאל? עס וואלט געדארפט זיין א סטאטוס קווא אויף אלע זאכן בי די פרעזידענט עלעקט ווערט פרעזידענט, און אויף פרישע ענינים מוז זיך די פרעזידענט איבער שמועסן מיט די פרעזידענט עלעקט.

די עולם וויל דיך שוין נישט האבן פאר פרעזידענט, איז ווי אזוי קענסטו טוהן אזעלעכע דראסטישע שריט???

איך ווייס נישט פארוואס עס ווערט בכלל גערופן lame duck, ער טוט דא זאכן וואס ער וואלט קיינמאל נישט געטון און ער איז נאך א lame duck????

החוקר » מאנטאג יאנואר 9, 2017 12:22 am

· #359337
זייער פשוט, ווייל עס נישטא ווער עס זאל עס איינפירן. ממה נפשך, דער ארויסגייענדיגער פרעזידענט וויל נישט ווייל ער וויל טאקע יא די מאכט, און דער אריינקומענדיגער וויל דאך נישט דערלייגן טאמער דארף ער אויסניצן די געלעגנהייט, כשיבא יומו.
א בחינה ווי טראמפ וועט נישט טוישן יעצט די עלעקטארל קאלעדזש, הגם ער האט עס אראפגעריסן ווען ראמני האט פארלוירן.

ישראל גלויבער » דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:08 pm

· #360030
וואס מיינט א פילם פעסטיוואל?

איך אויך » דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:16 pm

· #360031
א פילם מיינט א פילם און א פעסטיוול מיינט א פעסטיוול.

ישראל גלויבער » דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:46 pm

· #360033
כ'זע אז מנשה לוסטיג האט געמאכט א פילם פאר א פעסטיוואל, וואס מיינט עס

בן אדם » מיטוואך יאנואר 18, 2017 10:49 am

· #360076
.

ווייל אזוי » מיטוואך יאנואר 18, 2017 4:58 pm

· #360100
ישראל גלויבער
כ'זע אז מנשה לוסטיג האט געמאכט א פילם פאר א פעסטיוואל, וואס מיינט עס


א פעסטיוואל איז אזוי ווי א שאו ס'קומט פאר יעדע יאר ווי מ'שפילט אויף אסאך פילם'ס, יעדער שיקט אריין וואס ער האט און זיי קלויבן אויס פון יעדע קאטעגאריע דראמע, הומער, אא"וו די פאר בעסטע, און מ'שפילט עס אויף במשך פון אפאר טעג און מענטשן פון טיאטער'ס קענען קומען זעהן און דינגען, קויפן און מאכן ביזנעס.

מנשה לוסטיג האט געעקט אויף א מאווי וואס שפילט אויס א אידישע לעבן און ס'איז אנגעקומען צו זיין ביי די פעסטיוואל.

ישראל גלויבער » מיטוואך יאנואר 18, 2017 8:47 pm

· #360128
ווי קומט עס פאר? אין אמעריקא אדער אין אייראפע

ווייל אזוי » מיטוואך יאנואר 18, 2017 9:06 pm

· #360130
ישראל גלויבער
ווי קומט עס פאר? אין אמעריקא אדער אין אייראפע


איך מיין אין אמעריקע.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92