☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

ונהפך הוא » מיטוואך יולי 21, 2021 11:25 pm

· #478132
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מי אני
ונהפך הוא
[.
I never tried to imply "1)". And for the second one, your whole idea relies around the accuracy of reformed epistemology, and not evidentialism, which I fail to see the reason for.

True. Though, as mentioned, evidentialism itself is ultimately lacking in regard to metaphysical claims; the aforementioned analogy to moral/ethical beliefs and values. Unless you ground it in a purely evolutionary etc. perspective which itself introduces an array of difficulties/weaknesses [e.g. is/ought etc.].[/quote]Right, but not exepting evidence for something, doesn't allow you to use other methods without good reason.

Sent from my SM-G781U using Tapatalk

מי אני » מיטוואך יולי 21, 2021 11:30 pm

· #478133
Due to metaphysical domains not falling within the remit of evidence, this can provide the avenue and reason for other epistemological methods. It dovetails with the shortcomings of Logical Positivism

ונהפך הוא » מיטוואך יולי 21, 2021 11:32 pm

· #478134
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
It may provide the Avenue, but why would it provide a reason?

Sent from my SM-G781U using Tapatalk

מי אני » מיטוואך יולי 21, 2021 11:43 pm

· #478136
If it’s a rational epistemological method for ascertaining “knowledge” in that regard, and there is inherently no avenue for evidentiary claims or counterclaims (which can be conceded has more warrant), is that not reason enough? You can advance a Wittgensteinian argument “Whereof one cannot speak, thereof one must be silent”, but that would preclude both arguments for and against - which seemingly leave the theist at his status quo (if he is silent by acknowledging its limits).

ונהפך הוא » מיטוואך יולי 21, 2021 11:52 pm

· #478137

First of all, it isn't like it's widely accepted. And no, it wouldn't leave us at status quo, it would mean, there's no reason to believe in Fidelism, then there's no reason to believe free will is intrinsically good, which would leave open my original question, "why did God create evil?"

Sent from my SM-G781U using Tapatalk

ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 21, 2021 11:56 pm

· #478138
פארוואס די העק איז די שמועס אין ענגליש????
ונהפך הוא זעהט אויס צו האבן נאר או ענגלישע קי באורד... אבער מי אני און רביה"ק, אין ענגליש איז דא גענוג אזעלכע שמועסן... פארוואס נישט שרייבן אין אידיש?

ונהפך הוא » מיטוואך יולי 21, 2021 11:58 pm

· #478140
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ליב צו וויסן
פארוואס די העק איז די שמועס אין ענגליש????
ונהפך הוא זעהט אויס צו האבן נאר או ענגלישע קי באורד... אבער מי אני און רביה"ק, אין ענגליש איז דא גענוג אזעלכע שמועסן... פארוואס נישט שרייבן אין אידיש?
וואס א חילוק?

Sent from my SM-G781U using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 22, 2021 6:34 am

· #478148
שמעו נא רבותיי: לויט ווי כ'זעה טוט זיך דא א שטורעם. זה בונה וזה סותר. דעו לכם רבותיי אז ..."פילאזאפיע"... איז נישט מיין ..."קאפ אוו טי"... כאטש איך קען מיך א ביסל אויס דערין. נאר איך האב נישט ליעב (ס'ציעט מיך נישט) עוסק צו זיין דערין. אויסער ווען די היץ גייט אזוי שטארק ארויף אז ס'רירט ממש אן מיין אמונה. דאמאלס ווארף איך מיך אריין אין דעם שמועס. עד שיד'י מגעת. אדהערווייז, האביך אנדערע דאגות. דער רמב"ם און ר' סעדיה גאון. און אריסטו און די אנדערע פילאזאפן זאללן געזונטערהייט רוען אין לעכטיגן גן עדן. אדער דארט וואו זיי זענען. איך האב ארויסגעטשעקט...!

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יולי 22, 2021 6:52 am

· #478150
ונהפך הוא
ליב צו וויסן
פארוואס די העק איז די שמועס אין ענגליש????
ונהפך הוא זעהט אויס צו האבן נאר או ענגלישע קי באורד... אבער מי אני און רביה"ק, אין ענגליש איז דא גענוג אזעלכע שמועסן... פארוואס נישט שרייבן אין אידיש?
וואס א חילוק?

Sent from my SM-G781U using Tapatalk

פאראן מערערע צווישן אונז וואס ענגליש איז בלויז זייער "צווייטער" שפראך.... (איז נישט דאס די גאנצע סיבה פאר די עקזיסטענס פון קאווע שטיבל?)

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 22, 2021 8:32 am

· #478151
ליב צו וויסן
פארוואס די העק איז די שמועס אין ענגליש????
ונהפך הוא זעהט אויס צו האבן נאר או ענגלישע קי באורד... אבער מי אני און רביה"ק, אין ענגליש איז דא גענוג אזעלכע שמועסן... פארוואס נישט שרייבן אין אידיש?

עם עקש תתפל עם טרולל תטרולל

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יולי 22, 2021 9:31 am

· #478153
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ליב צו וויסן
ונהפך הוא
ליב צו וויסן
פארוואס די העק איז די שמועס אין ענגליש????
ונהפך הוא זעהט אויס צו האבן נאר או ענגלישע קי באורד... אבער מי אני און רביה"ק, אין ענגליש איז דא גענוג אזעלכע שמועסן... פארוואס נישט שרייבן אין אידיש?
וואס א חילוק?

Sent from my SM-G781U using Tapatalk

פאראן מערערע צווישן אונז וואס ענגליש איז בלויז זייער "צווייטער" שפראך.... (איז נישט דאס די גאנצע סיבה פאר די עקזיסטענס פון קאווע שטיבל?)
לאו דוקא, מענטשן וגם אני הקטן בתוכם, האבן פשוט ליב אידיש צוליב דעם וואס מיר זענען אויפגעוואקסן דערמיט און ס'איז א רייכע אינטערעסאנטע שפראך מיט שיינע אינטערעסאנטע אויסדריקן. אבער נישט ממש ווייל ענגליש איז א צווייטע שפראך. כ'שטעל מיך פאר אז די מערהייט שרייבערס דא קענען גוט ענגליש.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:45 am

· #478157
רביה''ק זי''ע
ליב צו וויסן
פארוואס די העק איז די שמועס אין ענגליש????
ונהפך הוא זעהט אויס צו האבן נאר או ענגלישע קי באורד... אבער מי אני און רביה"ק, אין ענגליש איז דא גענוג אזעלכע שמועסן... פארוואס נישט שרייבן אין אידיש?

עם עקש תתפל עם טרולל תטרולל

LOL..

תרמב » דאנערשטאג יולי 22, 2021 2:01 pm

· #478163
ליב צו וויסן
רביה''ק זי''ע
ליב צו וויסן
פארוואס די העק איז די שמועס אין ענגליש????
ונהפך הוא זעהט אויס צו האבן נאר או ענגלישע קי באורד... אבער מי אני און רביה"ק, אין ענגליש איז דא גענוג אזעלכע שמועסן... פארוואס נישט שרייבן אין אידיש?

עם עקש תתפל עם טרולל תטרולל

LOL..

לאל כצ"ל

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 22, 2021 3:40 pm

· #478169
תרמב: דיין אויסבעסערונג (כצ"ל) איז נישט קיין אויסבעסערונג. ווייל ..."לאל"... אין ענגליש איז די מקור...!

ועוד. ביטע טייטש מיר איבער אויף אידיש די ראשי תיבות פון לאל...!

תוהו ובוהו » דאנערשטאג יולי 22, 2021 3:46 pm

· #478170
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אולי 'שא''ה' פאר ש'יס א'ויס ה'ילכיג

<a class="postlink" href="https://r.tapatalk.com/shareLink/topic?url=http%3A%2F%2Fwww%2Ekaveshtiebel%2Ecom%2Fviewtopic%2Ephp%3Ft%3D480&share_tid=480&share_fid=154059&share_type=t&link_source=app">https://r.tapatalk.com/shareLink/topic? ... source=app</a>

קורקלענד » דאנערשטאג יולי 22, 2021 3:47 pm

· #478171
אשפּ''ג

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 22, 2021 3:52 pm

· #478174
קורקלענד: דאס איז אויך א ראשי תיבות פון ענגלישע ווערטער...לאל...!

אישתישבי » דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:50 pm

· #478206
ונהפך הוא
מי אני
If it’s a rational epistemological method for ascertaining “knowledge” in that regard, and there is inherently no avenue for evidentiary claims or counterclaims (which can be conceded has more warrant), is that not reason enough? You can advance a Wittgensteinian argument “Whereof one cannot speak, thereof one must be silent”, but that would preclude both arguments for and against - which seemingly leave the theist at his status quo (if he is silent by acknowledging its limits).
First of all, it isn't like it's widely accepted. And no, it wouldn't leave us at status quo, it would mean, there's no reason to believe in Fidelism, then there's no reason to believe free will is intrinsically good, which would leave open my original question, "why did God create evil?"

Sent from my SM-G781U using Tapatalk

ווער בין איך אריין צו רעדען אין אזא געהויבענע שמועס. אבער צו פארענטפערען דער מורא'דיגע צ"ע פין פון ונהפוך, פארוואס האט דער אויבערשטער באשאפען שלעכטס? ובורא רע זאגט דער פסוק.

איז דאך באקאנט דער מעשה מיט דער ר"ר זושא, דער מגיד האט געשיקט איינער וואס האט נישט פארשטאנען דער חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה, ווי אזוי איז דאס מעגליך? האט דער ר"ר זושא געזאגט אז ער פארשטייט אויך נישט, וואס איז דאס רעה בכלל?

און לכאורה איז שווער אויף דער ר"ר זושא, א"כ אז עס איז נישטא קיין רע, פארוואס זאגט דער גמרא זעלבסט חייב וכו' על הרע? עס איז דאך נישטא קיין רע!

אבער נלע"ד אז דאס זאגט דער גמרא לויט דער ר"ר זושא, חייב אדם זיך אויסצוארבעטען, אז ער זאל איינזעהן אז עס נישטא קיין רע. און דעמאלס איז עס כשם שמברך על הטובה.

און ווען דער תורה זאגט ראה נתתי לפניך את המות ואת הרע, ובחרת בחיים, מיינט עס צו זאגען אז דו זאלסט איינזעהן אז עס איז נישטא קיין רע דורך דיין בחירה אין טוב.

האמיר דא א גאנצע אנדערע פשט און בחירה, און שלעכטס, וקושיא מעיקרא ליתא.

תוהו ובוהו » פרייטאג יולי 23, 2021 12:31 am

· #478217
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אישתישבי

און לכאורה איז שווער אויף דער ר"ר זושא, א"כ אז עס איז נישטא קיין רע, פארוואס זאגט דער גמרא זעלבסט חייב וכו' על הרע? עס איז דאך נישטא קיין רע!

מ'קען נישט פרעגן אויף ר' זושא פון א גמרא, ער נעמט דאך זיינע זאכן פון דארט ווי די גמרא נעמט ותנא הוא ופליג.

אישתישבי » פרייטאג יולי 23, 2021 8:48 am

· #478232
תוהו ובוהו
אישתישבי

און לכאורה איז שווער אויף דער ר"ר זושא, א"כ אז עס איז נישטא קיין רע, פארוואס זאגט דער גמרא זעלבסט חייב וכו' על הרע? עס איז דאך נישטא קיין רע!

מ'קען נישט פרעגן אויף ר' זושא פון א גמרא, ער נעמט דאך זיינע זאכן פון דארט ווי די גמרא נעמט ותנא הוא ופליג.

גוט געזאגט.

אבער אויף א פסוק אויך?

דוראק » מאנטאג יולי 26, 2021 5:17 pm

· #478348
אפשר זאָל אַ מנהל צוזאַמענשטעלן אַלע הודעות פון דער איצטיקער איבערשרײבעניש בענין צדיק וטוב לו און זיי אַרײנשטעלן אין אַ באַזונדער אשכול?

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 27, 2021 6:53 am

· #478384
דוראק: דאס איז אן ארבעט פאר דעם מהר"ם (מלובלין) אדער מהרש"א. ניט פאר א מנהל פון א אינטערנעט וועב זייט...!

וואלווי » מיטוואך יולי 28, 2021 2:30 pm

· #478551
אויב ר חיים קאניעווסקי, ר' יעקב מאיר שכטר, וכדו' וואלטן געוואוינט דא אין בארא פארק, וואלטן געלד געבערס נאכאלטס אויס געטוהן די טעניס שארטס, אנגעטוהן מיט שיינע הוט וכו', און געצאלט גרויסע געלטער זיך צו לאזן כאפן בילדער מיט זיי...?

בן נון » מיטוואך יולי 28, 2021 3:03 pm

· #478553
וואלווי
אויב ר חיים קאניעווסקי, ר' יעקב מאיר שכטר, וכדו' וואלטן געוואוינט דא אין בארא פארק, וואלטן געלד געבערס נאכאלטס אויס געטוהן די טעניס שארטס, אנגעטוהן מיט שיינע הוט וכו', און געצאלט גרויסע געלטער זיך צו לאזן כאפן בילדער מיט זיי...?

אויך וויל איך וויסן פארוואס ווען איך גיי קיין מירון טרעף איך נאר אמעריקאנע אידן אזוי אויך ביים כותל און קבר דוד
אבער ווען איך גיי צו די סטעטשא אוו ליבערטי אדער די עמפייער סטעיט בילדינג אויב טרעף איך א איד איז עס דייקא א ישראלי
פארוואס ווען איך בין און אויסלאנד פונקט דעמלטס כאפט מיר א תשיקה צו גיין צו די זאא(טיר גארטן) בעת וואס ווען איך בין אינדערהיים בין איך קנאפע אינטערעסירט און בראנקס זאוו?
איך ווינדער מיך פשט וואס איז די לאגיק ביהיינד איט

וואלווי » מיטוואך יולי 28, 2021 3:11 pm

· #478555
בן נון

די אמת'ע תירוץ איז, אז דארט ווי א מענטש וואוינט און דארף גיין ארבייטן איז נישטא קיין געהעריגע ליידיג צייט אדער אפילו אינטערעסע צו פארברענגן צו פול, און אודאי איז נישט דא די ערדזש צו "אריינכאפן". משא"כ אויף וואקאציע אין א פרעמד לאנד איז די גאנצע זיין דארט נאר פאר פארוויילינג

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 29, 2021 7:04 am

· #478593
בן נון
וואלווי
אויב ר חיים קאניעווסקי, ר' יעקב מאיר שכטר, וכדו' וואלטן געוואוינט דא אין בארא פארק, וואלטן געלד געבערס נאכאלטס אויס געטוהן די טעניס שארטס, אנגעטוהן מיט שיינע הוט וכו', און געצאלט גרויסע געלטער זיך צו לאזן כאפן בילדער מיט זיי...?

אויך וויל איך וויסן פארוואס ווען איך גיי קיין מירון טרעף איך נאר אמעריקאנע אידן אזוי אויך ביים כותל און קבר דוד
אבער ווען איך גיי צו די סטעטשא אוו ליבערטי אדער די עמפייער סטעיט בילדינג אויב טרעף איך א איד איז עס דייקא א ישראלי
פארוואס ווען איך בין און אויסלאנד פונקט דעמלטס כאפט מיר א תשיקה צו גיין צו די זאא(טיר גארטן) בעת וואס ווען איך בין אינדערהיים בין איך קנאפע אינטערעסירט און בראנקס זאוו?
איך ווינדער מיך פשט וואס איז די לאגיק ביהיינד איט

בן נון: מ'קען זאגן בדרך צחות. ווייל ווען דו ביסט אין די בראנקס כאפט דיך נישט אן קיין חשק/תאוה צו גיין זעהן די חיות אין זאא. ווייל דארט דרייען זיי זיך ארום אויף די גאסן...!

סעגאל » זונטאג אוגוסט 1, 2021 9:11 pm

· #478710
יעצט דארף שבת אחים שרייען אז די ביסט א ראסיסט. אין די בראנקע איינוואנער אין זייערע בראדערס זענען נישט קיין חיות.

מאנטריאל » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 6:05 pm

· #479085
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איז דא אזא מציאות אז א גוף פון א צדיק האלט זיך מאכן שטארבן אזוי ווי מען פארציילט אויף ר יוחנן סלאנימער אויכעט אויפן רבי ר מיילעך

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

מאנטריאל » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 6:06 pm

· #479086
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
*נאכן שטארבן

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

בן נון » זונטאג אוגוסט 8, 2021 12:25 am

· #479111
איך בין שטארק נייגעריג פון ווי קומט די זאך פון נישט ארויס זאגן א מחלה נאר זאגן יענע מעשה וכו’ איז עס א נייע משגעת
סאיז באקאנט אז געוויסע זאגן נישט ארויס די ווארט מעסער דאכצך עפעס אזא סארט חסידישע קפידא אבער ביי קענסער איז עס געווארן נחלת הכלל אשטייגער ווי חיים יענקל איז נעבעך אוועק פון יענע מעשה ל”ע

תוהו ובוהו » זונטאג אוגוסט 8, 2021 12:59 am

· #479115
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אפשר קומט עס פון the-one-who-shall-not-be-named פון הארי פאטער..

ערענסט גערעדט, איז עס מסתמא די עלטסטע וועג פון דילען מיט שרעקעדיגע מיסטישע מושגים (ע''ע סמאל ולילית)

הקטן » זונטאג אוגוסט 8, 2021 10:43 am

· #479134
אל תפתח פה לשטן
דאס רעדט פין זאגן עפעס שלעכט אויף זיך אדער אויף אן אנדערן, נישט אוועקשטיין פין א ווארט

Nanach » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 9:23 am

· #479212
ווען האט זיך אנגעהויבן די זאך אז פרויען דארפן גיין מיט סליפס? ווער האט עס איינגעפירט?

אינדיבידואל » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 11:59 am

· #479218
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איך ווייס נישט אויב עס באלאנגט דא , אבער איך האב נישט געטראפן קיין אנדערע אשכול ,איך זיך א ביך וואס איז מסביר אריסטו׳ס פיזיקס , וואס איז בעיקר focused אויף מסביר זיין דו פילוזאפישע מושגים , אין דירעקט נישט קיין מתרגם אדער פראבירט צו שרייבן אויף זיין סגנון

Sent from my iPhone using Tapatalk

קאך_לעפל » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 1:21 pm

· #479221
האסט געשעקט ביי הצלחה ספרים סטאר?

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 9:38 pm

· #479262
קאך לעפל: ייש"כ. איך זוך אויך א בוך אדער ספר וואס איז מסביר אלע שיטות פון פילאזאפיע. נאר צוערשט דארף איך מיך ספראווען וויאזוי צו באצאלן די רענט, מארגעדזש און קאר ליעס. און נאך 500 אנדערע וויכטיגע עניינים.

אויך. מיין ווייב לערנט דעם דף היומי.... א יעדן טאג קומט זי און זי זאגט אז זי דא(ר)ף דאס און די אנדערע...!
ווען איכ'ל פארטיג ווערן מיט אלע מינדערוויכטיגע פראבלעמען וועלל איך מיך (בלי"נ) נעמען צו חקר'נען פילאזאפיע...! וואס אריסטו האט געזאגט. צי ער איז גערעכט געווען. אדער נישט. און וואס דער רמב"ם זאגט אין מורה נבוכים...!

אדערוויילע (כלשון הרב דוראק שליט"א) באדערט מיך נישט די אלע פראגעס...!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 9:44 pm

· #479263
ר׳ בערל: איר זענט דאך שוין קעניינעהארע א בן שבעים, אם לא עכשיו אמתי? וואס וועסטו טוהן ווען דו וועסט ארויפקומען אויבן נאכ׳ן 120 און אריסטו זצוקללה״ה וועט דיר פארהאלטן פארוואס דו האסט נישט געלערנט זיינע ספרים, וואו וועסטו זיך פארשטעקן פאר בושה?

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 9:50 pm

· #479265
רביה"ק זי"ע: איכ'ל איהם שיקן צו די באנק. און די קאר ליעסינג קא...!

וואלווי » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:27 pm

· #479482
וועלעכע פון די מתי מצוה פון די לעצטע פאר צרה'טע יאהר א האלב האט מעורר געווען די וויכטיגע אגענדעס פון ר' אהרן ט"ב, ר' אברהם שארר, סאדיגורער רעבעצין, חברים, וכו' צו ארויפשפרינגן אין איין וואך צו ראטעווען "אנדערע" פון פארפארן מדרך הישר...?

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:31 pm

· #479484
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
רביה''ק זי''ע
ר׳ בערל: איר זענט דאך שוין קעניינעהארע א בן שבעים, אם לא עכשיו אמתי? וואס וועסטו טוהן ווען דו וועסט ארויפקומען אויבן נאכ׳ן 120 און אריסטו זצוקללה״ה וועט דיר פארהאלטן פארוואס דו האסט נישט געלערנט זיינע ספרים, וואו וועסטו זיך פארשטעקן פאר בושה?
חיים גראדע וועט עם אריינוויקלען אין אויבערראק[emoji23]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 5:24 pm

· #479590
דער גאלדענער אדלער: דער אייבערשטער זאלל מיך אפהיטן אז חיים גראדע זאלל זיין מיין מליץ יושר. איך האב טאקע געליינט א סאך פון זיינע סיפורי מעשיות,. אבער ביים בי"ד של מעלה איז דאס נישט קיין ארטיקל...!

ווען זיין רבי וועט זיין מיין מליץ יושר וועלל איך זיין צופרידן...! נו, ווער איז געווען דער רבי פון חיים גראדע...?!

Nanach » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 9:21 pm

· #479608
Nanach
ווען האט זיך אנגעהויבן די זאך אז פרויען דארפן גיין מיט סליפס? ווער האט עס איינגעפירט?

איז דא איינער וואס ווייסט?

תרמב » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:58 pm

· #479665
די זאכן געשעהן נישט פון איין טאג אויפן צווייטן, ס’האט זיך עוואלווד קודם האט עס געטון נאר א רביצין און נאכדעם די טעכטער שפעטער האט די פרומע שכנה נאכגעטון און אזוי ווייטער ביז יעדער טוט עס , אזא מין עוואלוציע........

Nanach » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 7:07 pm

· #479666
תרמב
די זאכן געשעהן נישט פון איין טאג אויפן צווייטן, ס’האט זיך עוואלווד קודם האט עס געטון נאר א רביצין און נאכדעם די טעכטער שפעטער האט די פרומע שכנה נאכגעטון און אזוי ווייטער ביז יעדער טוט עס , אזא מין עוואלוציע........

קודם שכוח פאר די התייחסות
דאס אז עס איז אזוי צוגעגאנגען פארשטיי איך, איך האב געמיינט צו פרעגן, וועלכע יארן איז עס געווארן איינגעפירט? איז עס שוין געווען פאר די מלחמה? איז דא עפעס א מקור צו אזא זאך אין א ספר (אפילו א לעצטיגער)?

שמעון וואלף » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 2:12 am

· #479991
איך האב גערעדט מיט א איד וואס איז אין חברה קדישא, און מ'האמיר גערעדט וועגן א רב וואס איז לעצטענס אוועק. זאגט מיר יענער, אז ער האט געמאכט די טהרה אויף יענעם רב און ער קען מעיד זיין אז דער רב איז געווען א געהויבענע איד. ער זאגט אז ס'זענען דא סימנים וואס מ'קען זעהן אויף די גוף.

וואס זענען די סימנים?

cictim » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 4:05 am

· #479994
מסתמא מיינט ער דאס:
<a class="postlink" href="https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=23380">https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=23380</a>

סעגאל » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 9:20 am

· #482020
נמחק

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 1:26 pm

· #482025
Nanach
Nanach
ווען האט זיך אנגעהויבן די זאך אז פרויען דארפן גיין מיט סליפס? ווער האט עס איינגעפירט?

איז דא איינער וואס ווייסט?

נאנאך: איך ווייס בכלל נישט אז פרויען גייען מיט סליפס. ס'אינטרעסירט מיך נישט צי יא אדער ניין. איך האב (דערווייל) וויכטיגערע דאגות איבער וואס זיך צו זארגן...!

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 1:31 pm

· #482026
רביה''ק זי''ע
ר׳ בערל: איר זענט דאך שוין קעניינעהארע א בן שבעים, אם לא עכשיו אמתי? וואס וועסטו טוהן ווען דו וועסט ארויפקומען אויבן נאכ׳ן 120 און אריסטו זצוקללה״ה וועט דיר פארהאלטן פארוואס דו האסט נישט געלערנט זיינע ספרים, וואו וועסטו זיך פארשטעקן פאר בושה?

רביה"ק זי"ע: פאר'ן רמב"ם האביך (א ביסל) מורא. דערפאר קוק איך אריין אין זיינע ספרים פון צייט צו צייט. אבער אריסטו דערשרעקט מיך אינגאנצן נישט. איך קען איהם אפשר ברענגען א פאר נייע (אויסגעביגלטע) הויזן. און א פאר לייטישע שיך...!

אויסגעהאלטן » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 2:30 am

· #486104
איך וויל וויסן: ווען ק"ש גייט זיך דערמאנען צו ריקן די זייגער