זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אבער פארדעם זאל ער שרייבן אזא שארפע לשון איז נישט מסתבר,
ער איז געווען א גדול נישט סתם א טשעפעניאק ומכ״ש עס צו לייגן אין א ספר
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
כפי זכרוני האב איך געהערט אמאל פון א געוויסן רב, ער האט עס נאכגעזאגט פונעם בן איש חי, אז מען זאל האבן צוויי שטעקענעס צו שלאגן די ווייב, איינס פאר די ריינע טעג, און די אנדערע פאר די אומריינע משום היכר.
און איך וויל טאקע וויסן, אויב איינער האט אפשר א מקור דערצו.
ס'דא עפעס א רמב"ם אז מ'זאל נישט צופיל שלאגן די ווייב, איינער ווייסט ? אבער דאכט זיך אז די רמ"א איז שארף קעגן דעם (די רמ"א איז דאך געווען אן אשכנזי).
א אידכפי זכרוני האב איך געהערט אמאל פון א געוויסן רב, ער האט עס נאכגעזאגט פונעם בן איש חי, אז מען זאל האבן צוויי שטעקענעס צו שלאגן די ווייב, איינס פאר די ריינע טעג, און די אנדערע פאר די אומריינע משום היכר.
און איך וויל טאקע וויסן, אויב איינער האט אפשר א מקור דערצו.
לכאורה איז עס נגד הלכה נגיעה אומריינע טעג איז אסור אפי׳ נגיעה ע״י דבר אחר
ס׳האט גארנישט מיט ספרדים און אשכנזים ס׳שטייט בפירוש אין די תורה צענדליגע פלעצער אז פרויען זענען סוג ב׳ ווי למשל והוא ימשול בך, זיי האבן נישט קיין רעכטן פאר קיין ירושה וכדומה וכדומה, אזוי איז עס געוועהן אין די אלטע צייטן ביי אלע קולטורן די ספרדים האבן נאר אסאך שפעטער איוואַלווד ווי די אשכנזים , דאס אלעס!
איז מעגליך אויב מרופט איינעם צי צוקומען גלייך צום וואויסמעיל און קענען גלייך זאגען די מעסעדש און נישט ברויכען צו רעדן צום בע״ב??
אויף ווערייזען קען מען שיקן א וו"מ דירעקט צו יענעם פון די וו"מ מעניו "send a message"
די נאמבער פון דר. ראטענשטיין פון בארא פארק וואס טוט אין אלערגיעס?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
בן אדםס'דא עפעס א רמב"ם אז מ'זאל נישט צופיל שלאגן די ווייב, איינער ווייסט ? אבער דאכט זיך אז די רמ"א איז שארף קעגן דעם (די רמ"א איז דאך געווען אן אשכנזי).
בן אדם טייערע
איך האב נאר געהאט א שאלה צו סאיז געווען ביי די ספרדים אז מהאט זיי אנגעקוקט ווי אן עם בפני עצמו–אן עם הדומה לבהמה אבער הכאה איז קלאר אסור עי׳אבה״ע סי׳קנ״ד סעיף ג׳ עבירה הוא בידו ... ויש ביד בי״ד לייסרו ....
און וועגן די רמב״ם וואס די ברענגסט כמיין סאיז א טעות מהשאלה באבן העזר סי׳ פ סעיף ט״ו והרמבם אישות פרק כא כל אשה שתמנע מלעשות מלאכתה מן המלאכות שהיא חייבת בה כופין אותה ועושה אפילו בשוט והראבד חולק בשוט אסור רק מנכין מכתובתה וכדומה וכן פוסק הרמא
אין אסאך אחרונים טייטשן אז אין אזא מצב האט די מאן א רעכט להכות אבל כל ימי הייתי מצטער על פירוש זה ווייל ס׳שטייט נישט אז די בעל איז כופה רק כופין אותה היינו מי שעליו לכפות היינו בי״ד פונקט אזויווי לויט די ראבד ועומדים לשיטתי׳ אז כופין נאר שלא ע״י שוט וואס לויט זיי אראפ רעכענען כתובה וכדומה ליקט זיכער אויף בי״ד דווקא
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
רויטע וואנצעסדי נאמבער פון דר. ראטענשטיין פון בארא פארק וואס טוט אין אלערגיעס?
ונבנתה העירקאווע טרינקערממש יעצט געזעהן בלמדי הדף, אין ספר "שבת של מי", אז פרק במה אשה און במה בהמה גייען אינאיינעם, - כי לא לחנם הלך וכו'.
אראפ פון זינען?
פשוט פשט איז ווייל ביידע רעדן ענדליכע ענינים, במה בהמה יוצאה - במה אשה יוצאה.
אבער אודאי איז אויך דא רמז דרוש און סוד...
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווען איך האב אלס קינד געהערט די זשאוק בשם דעם שבת של מי, האט מיר דאן א תלמוד חכם אויפגעקלערט אז דאס איז ארויסגענומען פון קאנטעקסט. אין שבת של מי שטייט א ווארט בדרך הלצה אויפן סמיכות פון במה אשה במה בהמה יוצאת, אז א פרוי וואס טראגט ליידער שבת, איז דומה צו א בהמה. (בבחינת וויינבערגער'ס מילך קעסטלעך).
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
א גיטע פשט אבער בפשטות רעדט ער נישט פון טראגן עיי״ש
(אפילו פאר א דוגמה איז נישט כדי מדמה צוזיין אמאליגע גדולים צו דעם וויינבערגער אן זאגן להבדיל וכדומה)
איז דא ציווישען יעדע פרק אזא ווערטל ?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
בן אדםאיז דא ציווישען יעדע פרק אזא ווערטל ?
א מליצה אזוי ווי אסאך ספרים אבער נישט ווערטלעך
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
קאמענטירעראיז מעגליך אויב מרופט איינעם צי צוקומען גלייך צום וואויסמעיל און קענען גלייך זאגען די מעסעדש און נישט ברויכען צו רעדן צום בע״ב??
Call slydial 267-759-3425 then enter the person's number and you'll be connected straight to his voice mail
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
רויטע וואנצעסדי נאמבער פון דר. ראטענשטיין פון בארא פארק וואס טוט אין אלערגיעס?
7184359876
ייש"כ. איך זוך עס שוין א לאנגע צייט.
וואו קען איך טרעפן באשרייבונגען אויף אידיש פון די בראשית יארן פון די סאטמארע מוסדות על אדמת אמעריקע?
דאכציכמיר אז די צייטונג האט געהאט א פארזעצוג "די בראשית יארן אין אמעריקא" בערך צוואנציג יאר צוריק ווי ס'איז געווען באשריבן אלץ איבער סאטמאר, לאו דווקא די מוסדות.
פראביר אריינרופן ביי זיי אין אפיס, אפשר וועלן זיי דיר קענען העלפן
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יונה לאנדא האט א בוך באשרייבענדיג זיין יוגנט אין סאטמאר חדר.
ווי אויך איז דא דער מבצר בוך, וואס איז ארויסגעקומען ביי א יסוד איתן.
@שמערל, מבצר איז דאכט זיך נאר פון די ישיבה און נישט פון די מוסדות. ווי אזוי הייסט די בוך פון יונה לאנדא?
[ציטאט אראפגענומען]
"ווער איז דאס 'מע'", פלעגן מיינע עלטערן מיך תמיד פארווארפן. איך למשל וואלט לחלוטין נישט געשריגן אויף דיר. ברענג וויפיל משלים דו ווילסט.
כ'האב אמאל געהערט פשט – גראדע ביי א אידישער שבע-ברכות – פארוואס ס'שטייט א דאפעלטער לשון "יחי ראובן ואל ימות", אז ער וועט לעבן וועט ער דאך נישט שטארבן.
נאר משה רבינו האט פאראויסגעזען אז ביי יעדער מעשה וועט שמעון קומען און דער'הרג'ענען ראובן, האט ער געזאגט, לאזט דעם ראובנ'ען לעבן.
פאר אונז חסידים אבער איז דאך בכלל נישט שווער. מ'ווייסמער דאך אז ס'קען אמאל זיין עמעץ זאל טאקע לעבן, דאס הארץ קלאפט, ער אטעמט, אבער בבחינת תפילה בלי כוונה כגוף בלי נשמה. די נשמה שלאפט, ס'איז נישט כל עצמותי תאמרנה, דער קאפ ליגט אין הבלי עולם הזה דאן איז דאס קיין לעבן.
און ווי ס'גייט דאס באקאנט ווארט: "א איד קען אמאל אפלעבן אכציג יאר אויף דער וועלט, און ער ווייסט ניטאמאל אז ער האט בכלל נישט געלעבט".
[ציטאט אראפגענומען]
ווייל ווען ראובן בארגט געלט פון שמעון, איז עס העכערע זאכען. ווען די רבנים מיט רבי'ס בארגען געלט, ווערט עס שוין מחלוקת. און דאס איז מבזה קדשי בני ישראל!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ראובן שמעון בארגן מזנה איז די משל די רבנים זענען די נמשל(יעדער אין זיין פלאץ)
[ציטאט אראפגענומען]
למעשה, היינט איז דאך דא אזויפיל נעמען נאך אונזערע רבי'ס. ווי יואלי, זלמן לייב, יעקב יוסף, אברהם מרדכי, חיים מאיר, וכהנה וכהנה. איז דעמאלטס הדרא קושיא'ס געוואגטער לדוכתה, מען קען דיך יא נוצן די רבי'ס זי"ע פונקט ווי די אבות הקדושים ???
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[ציטאט אראפגענומען]
מעשה אבות סימן לבנים ממשיכן השפעות להנמשל
רוב מאל איז די משל אזאך וואס קען נישט געשען דאי לאו וואלט עס געווען די נמשל די אבות הקדושים זענען למעלה מהשגותינו אויף וואס מען פרעגט נישט קיין קשיות ווי אזוי קען עס פאסירן
אין ווישניץ לערנט מען דער לאנגע יבמות רש"י אויף דער רבי'ס קינדער
<a class="postlink" href="http://www.toratemetfreeware.com/online/f_00869.html#HtmpReportNum0015_L2">http://www.toratemetfreeware.com/online ... Num0015_L2</a>
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
diffאין ווישניץ לערנט מען דער לאנגע יבמות רש"י אויף דער רבי'ס קינדער
<a class="postlink" href="http://www.toratemetfreeware.com/online/f_00869.html#HtmpReportNum0015_L2">http://www.toratemetfreeware.com/online ... Num0015_L2</a>
פאר א נמשל
די שאלה איז אויף משלים
ס'איז באקאנט אין דער עולם הישיבות אז די מירער תלמידים האבען געלאכט פון די יח"ל תלמידים ווען זיי זענען ביידער געווען אין שאנחיי ביים קריג. "זיי מיינען די שווערקייט פון יבמות איז דער יחצאל רש"י!"
יעצט האט דער וויץ שוין אן אנדערע'ן פשט.
שמואל שלום שלמהביי די חסידישע איז עס געשען ערגעץ וואו ביי די תלמידי בעש"ט (דוכט זיך די דריטע דור). די ערשטע איז געווען אין חב"ד. ביי די ליטווישע איז עס א זאך וואס האט אנגעהויבן פאסירן הארט פארן צווייטער וועלט קריג, בפרט אין סלאבאדקע און אין וואלאזשין. ביי די מאדערנע האט זיך עס נאכנישט אריינגעכאפט (אפשר ווייל די קינדער זענען טאקע נישט ראוי ממלא צו זיין מקום אביהם וד"ל...)
אנטשולדיגט מיר אלע אבער די זאך האט זיך אנגעהויבן ערגעץ ווי ביי אהרן הכהן...
און איך וועל דיר געבן א קליינע ליסטע וההמשך יבוא וייל מיין חברותא ווארט.
שו"ת דברי חיים חו"מ ח"ב סי' לב
רמב"ם פ"א ממלכים ה"ז
רמ"א יו"ד סי' רמה סי' כב
מהר"ם שיק יו"ד סי' רכח
ועיין עוד שדי חמד אסיפת דינים ערך חזקה דמצווה סי' ז סי' לח
ועין עוד באריכות בשו"ת אבני נזר יו"ד סי' שי"ב
עיין עוד שו"ת חתם סופר או"ח (כמדומה לי. כאפ מיך נישט ביים ווארט. איך שרייב פון אויסעווענדיג) סי' יב וסי' יג
ועוד ועוד וואס איך וועך נאכקיקען און צוברענגען מיט די צייט
אה און שיעור נישט פארגעסן הברי והשמא און די באבובער (45) פסק..................... 😉
ביטע נישט צאם מישן. כהנים, מלוכה, רבנות, חזנות, מכח צידקות, אלס האט אנדערע שורשים מיט דינים און אפילו מחלוקת ווי אזוי מ'רעכנט עס. המראי מקומות נכונים.
דער אריגינעלער שאלה איז געווען אויף א גדול בישראל, נישט א פאסט'ן. און טאקע ס'איז אין ערגעץ נישט דא. מעשיך יקרבוך ומעשיך ירחקוך. נאר ביי ריעל עסטעיט געשעפטען ווי רעביסטיווע וכדו' פאסט אזא זאך. דער בריסקער רב האט נישט איבערגעלאזט קינדער גדולי הדור, און ר' משה פיינשטיין נישט ווי אויך דער חפץ חיים. דער וואס האט געהאט ריעל עסטעיט האט עס מוריש געווען און ווער נישט האט נישט.
דער 'מועצת היתומים', ווי הרב שך האט עס אנגערופען, איז טאקע א זאך פון נאכ'ן קריג. פאר'ן קריג האט דער אמרי אמת געהערש'ט, אבער דער שפ"א איז נישט געווען פאררעכענט ווי א וועלט'ס גדול. דער אמרי אמת האט עס פון זיך אליינס געהאט. הרי"ד מבעלזא האט געפיהרט א דור, אבער זיין זון האט שוין נישט. ועוד ועוד
די בריסקער רב האט נישט געהאט קיין פאסט'ן? ר' משה האט נישט געהאט קיין פאסט'ן?
זייערע קינדער זענען טאקע געבליבן מיט'ן פאסטן , אבער אן די.....
(און א סייד נאוט, ר' משה'ס עלסטער זון, ר' דוד איז פאר סום ריזען נישט אויפגעכאפט געווארן אפילו אנדערע גדולים קומען נישט אן צו זיינע פאדעשוועס).
די פאסטענע'ס קענען גייען בירושה, אבער דער גדלות און דער הנהגה פון זייער תלמידים איז נישט אריבערגעגאנגען.
ר' דוד פיינשטיין לאזט זיך נישט. פראביר רעדען צו איהם. ער וויל נישט וויסען פון גארנישט. איך האב פראבירט איהם צו פרעגען זאכען וואס דארפען א גרויסע פוסק, אבער ער לאזט זיך נישט, וואס זאל מען טוהן? ביין עולם איז ער אנערקענט אלס גאר גרויס, אבער למעשה קען מען גארנישט טוהן. לעצטענס גייט ער נאך געלט פאר דער כולל פון הרב מיכל פיינשטיין זצ"ל אין ב"ב, און ער קומט קיין לעיקוואוד און דער עולם שטופט זיך אין דער מאסן איהם צו געבען שלום. אבער אויף למעשה איז שווער עפעס צו האבען פון איהם. חבל.
בן אדםביטע נישט צאם מישן. כהנים, מלוכה, רבנות, חזנות, מכח צידקות, אלס האט אנדערע שורשים מיט דינים און אפילו מחלוקת ווי אזוי מ'רעכנט עס. המראי מקומות נכונים.
אלזא איך וועל דיר אביסעלע צו פארשטיין געבן וואס איך האב אויס געמישט
די ענין אז מען ירשנ'ט גדולה באיזה אופן שהוא בכל שום וחניכא דאית לי' איז אן גאר אלטע נושא וואס 'דאס' האט זיך אנגעהויבן ביי ירושת ''כהונה הגדולה'' - אויב די קינד איז געווען ראוי אפילו אויב ס'איז געווען אנדערער וואס זענען געווען אביסל מער פון די יורש און די ענין איז געווען אין אלע דורות נאר בדרך כלל זענען די קינדער פון א רב וואס זענען בכלל געווען ראוי שוין פון בימי אביהם געווען פארזארגט מיט א פאסטן האבן זיי זיך נישט אריין געשטיפט אינעם טאטענ'ס ארט משא"כ לאחר גילוי אור תורת מרן הבעל שם טוב זי"ע וואס דארטען איז געווען די ענין פון רבי אין דרך להתקרב לעבודתו יתברך אין צו זיין דיט ריכטיגע צינור פארן ציבור המקבלים וואס די אלע זאכן האבן צוטון מיט שורש נשמה במילא מתחילה אן איז אלעס געפארן אז די גרעסטע תלמיד איז געווארן די ממשיך הדרך לימים איז געווארן אז א גרויס טייל פון די רבי'ס זענען 'אויך' געווען רבנים איו שטעט ואס דארטען איז דאך יא שייך א ענין פון ירושה על פםי הלכה אין אויך וויבאלד חסידות האט אסאך אנדערע דרכים און יעדע חסיד האט געוואלט בלייבן ביים אלטען דרך זענען אויטאמאטיש די קינדער אויך געווארן ממלא מקום אין עניני השפעה פארשטיט זיך נישט איבעראל אבער בדרך כלל
וזה מבואר בתשובת דברי חיים הנ"ל אז די ריעל עסטעיט ווי מרופט עס קענען די קינדער ירש'נען משא"כ די חסידים זאלן זיי גיין ווי זיי ווילן אבער כנ"ל בדרך כלל האבן די עולם געוואלט האלטן צום אלטען דרך
משא"כ אינעם ליטווישען חדר וואס ס'האט גארנישט געהאט מיטן הנהגהת הישיבה (ווי דארט איז אגב יא אנגעגאנגען ירושה) נאר מיטן מאס כאריזימאטישקייט פונעם באטרעפענדען איז אויטאמאטיש געשען אז ענין פון ירושה עקזיסטירט נישט אויף אזא פארנעם (נאך מער ביים ליטווישען ציבור ווענט זיך אסאך אין די גרויסע מיילער והא ראי' הרה"ג ר חיים שאול גריינימאן שהיה החזון איש הקטן ואעפ"כ כיוון שהיה לו ה'חוצפה לחשוב לעצמו ולא כפי הוראת הרב שך איז געווארען אריין געשטיפט אינטערען קארפעט.....)
ולראי' הבאתי די אלע מראה מקומות אז מ'זעהט די ענין פון ירושה איוף שררה און אויף רבנות
די חלק אז אפילו קינדער וואס זענען נישט ראוי נעמען איבער אויטאמאטיש דאס חסידות (עיין ערך וויזניץ-מרכז ועיין פלג סאטמאר מהרז"ל ווי די גאנצע רבי איז נאר אבי נישט מהר"א) איז געשען נאכען קריג דייקא און איז טאקע איינע פון די ראיות אויפען סאטמארער נשתכח יסוד.. (און מהאי טעמא טאקע ביי מהרז"ל'ס חסידים איז די אמונה אין "אלע" רבנים וויניגער....)
כהאב גהאט געזען א פילעם א שטיק צייט צוריק כגעדענק נישט די נאמען, ווי די מעשה גייט אז די בן יחיד האט זיך דעטרונקען אינעם ים המלח כהאב אלעמאל געוואוסט אז אין די ים המלח קען מען זיך נישט דעטרענקען ווייל די וואסער איז צו געדעכט אדער קען זיין סאיז א מיטאס?
אגב די מעשה ענדיגט זיך זייער שלעכט וואסי פשט? כהאב שוין געזען עטליכע פילעמס וואס האבען אשלעכטע אויספיר(אוין סאיז דא אפי׳ אזאנע וואס די מעשה האט נישט קיין אויספיר בכלל)?
זאג נאר האט מען דיך נישט דערציילט אז מ'קען פראדיצירען פאלשע פילם'ס ??
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
כהאב מיך היינט אפגעשטעלט פאר א מינוט ביינאכט ביי מיין שו״ע שיעור ביי די שער בלאט און ס׳איז מיר נתעורעור געווארן א זאך כ׳מיין אז עס איז א דבר פשוט ורציתי לפרסמו ווייל אויב ס׳איז דא איינער וואס ווייסט אנדערש זאל זיך קענען אנרופן
כ׳האב מיך אפגעשטעלט ביי די נאמען פון די רמ״א ר׳ משה איסרליש די וועלט זאגט איסרלי״ש״ מיט א ש מיט די פינטל אויף די רעכטע זייט–אויף די שיפע זייט– וכך אני הגולם אמרתי כמה פעמים ברבים בלי לתת לב אבער כ׳מיין אז ס׳קומט מיט די פינטל אויף די לינקע זייט – אויף די סטרעט זייט כמו איסרל׳ס משה –משה בן איסר כמו שהיה נהוג לקרות בשמות בזמנם
דעם שבת נאכמיטאג בינעך געווען ביי מיין זיידן א מלחמה איבערלעבער און ער'ט פארציילט פון די שרעקליכע איבערלעבענישן אין לאגער ביים מלחמה, האבן מיינע פעטער'ס און מומעס גערעדט וויאזוי די דורות פאלן אז זיידי וכל דורו האבן פארלוירן אלעס ביים מלחמה און דאך זענען זיי ווייטער אנגעגאנגן אין לעבן און היינט וועט איינער מאכט מיט טראמא ווערט מען אינגאנצן צודרייט..איך קלער אבער אז דאס האט מיט פארצייטישקייט ווי למשל די רעפיאזשיס פון אייסיס קענען עס אויכט גרינגער אננעמען ווי איינער פון א דעוועלאפד לאנד אפילו אויב האט ער פארדעם געהאט א גרינג לעבן ווייל די געפילן זענען נישט אזוי אויסגעאיידלט . די פארצייטישע מענטשן קענען שלאגן/ווערן געשלאגן גרינגער עס גייט ביידע וועגן און אינז זעמער נישט עפעס ווייניגער ווי די זיידעס, בינעך גערעכט?
וויל קענען[ציטאט אראפגענומען]
מעשה אבות סימן לבנים ממשיכן השפעות להנמשל
רוב מאל איז די משל אזאך וואס קען נישט געשען דאי לאו וואלט עס געווען די נמשל די אבות הקדושים זענען למעלה מהשגותינו אויף וואס מען פרעגט נישט קיין קשיות ווי אזוי קען עס פאסירן
געהערט פין איינעם אז די מלמד האט געוואלט זאגן א משל פין א גוי האט ער געזאגט א נאמען פין א גוי וואס געקלינט די בילדינג והיינו הך !
פארוואס ווי מער לייקס א מענטש באקומט ווערט ער מער און מער ראָנג?
קוק אונטער יעדע תגובה אונטער די לייקערס שטייט ווי ראנג ער איז.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פשוט איך וויל דיר מאכן מער ראנג
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
געוואלדיגפארוואס ווי מער לייקס א מענטש באקומט ווערט ער מער און מער ראָנג?
קוק אונטער יעדע תגובה אונטער די לייקערס שטייט ווי ראנג ער איז.
You are totally ראנג
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
געוואלדיגפארוואס ווי מער לייקס א מענטש באקומט ווערט ער מער און מער ראָנג?
קוק אונטער יעדע תגובה אונטער די לייקערס שטייט ווי ראנג ער איז.
ס'שטייט ראנג מיט א קמץ?
יש אם למסורת
פארוואס דארף הרב ישכר כץ שרייבן אויף אזא הויעך קלאסיגן ענגליש אז מען זאל זיך מוטשען צו פארשטיין?
וואס איז פשט פון א היימישע אינדאסטרי פון ווייטאמינען ווי למשל צאהלער? ס'קוקט נישט אויס ווי אלץ כשרות ווייל אין זייערע געשעפטן פארקויפען זיי גוישע אויכט און אויב זענען זיי סתם א ווייטאמין קאמפעני דאן פארוואס צילן זיי א היימישע אודיענץ? און בכלל אויב האבן זיי אזא גוטע ווייטאמין וואס איז פשט אז גאנץ אמעריקע האט גאס נישט?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווי נעמט זיך די מקור פין לערנען פירוש ארטסקרול אויפען דף? נישט ווייל די דריקער האט עס אריינגעלייגט? פארשטייט זיך ס׳ דארף זיין א שיינע פירוש ס׳ זאל אויפגעכאפט ווערען.