☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

אויסגערוט » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:17 pm

· #226316
וואס איז דער מקור פון זאגן "קוץ-קוץ" ווען איינער צעהיסט זיך

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:31 pm

· #226323
אויסגערוט
וואס איז דער מקור פון זאגן "קוץ-קוץ" ווען איינער צעהיסט זיך

דאס וועסטו מיזן אנפרעיגן ביי איינע פון די אונגערישע באבעס... 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

אויסגערוט » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:33 pm

· #226325
אבער מיינע פוילישע און רוסישע באבעס שרייען עס דער העכסטער

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:40 pm

· #226327
אויסגערוט
אבער מיינע פוילישע און רוסישע באבעס שרייען עס דער העכסטער

ביי מיר האבן עס די אונגערישע באבעס געשריגן... 😂 😂 😂 🙄 😂 😠 😛 😳 😉 😮

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:50 pm

· #226364
רויטע וואנצעס
EZ off אדער WD-40.

Wd40 העלפט נישט, און EZ off נעמט אראפ די shine.
@רויטע וואנצעס עפעס בעסער ביטע.

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:13 pm

· #226369
די בלעך איז פון זילבער?

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:25 pm

· #226370
ס'דא צוויי סארטן? וואס ווילהעלם פארקויפט דאס האב איך.

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:26 pm

· #226371
פארוואס נוצטו עס אז דו דארפסט די shine דערפון?

אפטעמיסט » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:27 pm

· #226373
ווען כ'שיק אן אימעיל פון gmail און ס'ליגט נאך אין sent וואס מיינט עס, אז יענער האט עס נאכנישט געליינט?

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:34 pm

· #226376
קאווע טרינקער
רויטע וואנצעס
EZ off אדער WD-40.

Wd40 העלפט נישט, און EZ off נעמט אראפ די shine.
@רויטע וואנצעס עפעס בעסער ביטע.



ווילאנג האסטו געלאזט די WD-40 זיצן? ס'דארף זיין פאר א שטיק צייט.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:27 pm

· #226382
אפטעמיסט
ווען כ'שיק אן אימעיל פון gmail און ס'ליגט נאך אין sent וואס מיינט עס, אז יענער האט עס נאכנישט געליינט?

ניין. עס פארבלייבט אינעם sent folder לעולמי עד אחוץ אויב דו פארמעקסט עס.

אפטעמיסט » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:29 pm

· #226384
סארי, כ'רעד נישט ווען ס'איז "אין" דעם sent רובריק, נאר אז ס'איז דא א נומער "1" אויפ'ן טיר.

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:32 pm

· #226386
שמעקעדיג
אפטעמיסט
ווען כ'שיק אן אימעיל פון gmail און ס'ליגט נאך אין sent וואס מיינט עס, אז יענער האט עס נאכנישט געליינט?

ניין. עס פארבלייבט אינעם sent folder לעולמי עד אחוץ אויב דו פארמעקסט עס.

למען הפונקטליכקייט, נישט אויף 'אייביג', עווענטועל גייסטו אריבערגיין דיין סטארעדזש לימיט, און די אלטע גייען זיך פארמעקן.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:47 pm

· #226391
פארוואס גיי איך אריבערגיין? איך קויף אלץ צו נאך סטארעדזש!
און אפילו טאמער נישט מעקט זיך נישט אויטאמאטיש אויס די אלטע, נאר עס קומען נישט קיין נייע מעסעדזשעס.

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:12 am

· #226395
[ציטאט אראפגענומען]


<a class="postlink" href="http://www.picresize.com/">http://www.picresize.com/</a>

קליגער אינגערמאן » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:14 am

· #226396
די גריגסטע וועג צו רידעצירן א בילד איז געוועזן דורך שיקן אויף וואטסעפפ (צ'אפ) צו מיר אליינס און זיי טיען די ארבייט וואס מ'ברוך... כנלענ"ד אדער קען מען עס טיען דורך נאך הינדרעט אנדערע וועגן אשר אי אפשר לפרטם כי רבים הם..
געפילטע ביסט דא ?

שטאפענע קאפעליטש » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:43 am

· #226406
ס'האנדלט זיך וועגען א פלעי וואס גייט פאהרקומען חוה''מ פאר קינדער,
זייער שיין, מ'מאכט גוט גרעפיקס, שפילט געימ'ס אז ס'יא דא טיקיטס, ס'נישט דא מער טיקיטס, אלץ אז די קינדער זאלן שלעפן די טאטע'ס קויפן טיקיטס, זייער פיין.
כ'שטיי אין ביהמ''ד כ'הער א קופקע ''טאטע'ס'' שמוסן וועגען די פלעי, נישט מער נישט וויניגער, טאטע'ס מיט גרויסע טעלעפאונען אין מיני ווען'ס זענען פארנומען מיט א קינדער פלעי,
שפעטער זעה איך אויף איי וועלט טוט זיך בלעטער אויף בלעטער איבער די שפיל, ער גייט עקטן, יענעקפר איז א פעסטע יחצאל וגו',
כ'וויל וויסן טאמער ענק שפילען ביינאכט מיט די קינדערס טוי'ס, מאכסט מיט די מענטשי'ס א חתונה? בויסט מיט די לעגא'ס א פארקינג לאט?

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:39 am

· #226464
איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת, מענטשן מיט פארדזשאווערטע DVD קעפ קענען נישט פארשטיין די אפגעהיטענע אינגעלייט...

געדיכטע » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:27 am

· #226485
שטאפענע קאפעליטש
ס'האנדלט זיך וועגען א פלעי וואס גייט פאהרקומען חוה''מ פאר קינדער,
זייער שיין מ'מאכט גוט גרעפיקס, שפילט געימ'ס אז ס'יא דא טיקיטס, ס'נישט דא מער, אלץ די קינדער זאלן שלעפן די טאטע'ס קויפן, זייער פיין.
כ'שטיי אין ביהמ''ד כ'הער א קופקע שמוסט וועגען די פלעי, נישט מער נישט וויניגער, טאטע'ס מיא גרויסע טעלעפאונען אין מיני ווען'ב זענען ב איי וועלט טוט זיך בלעטער איבער די שפיל,
כ'וויל וויסן טאמער ענק שפילען ביינאכט מיט די קינדערס טוי'ס, מאכסט מיט די מענטשי'ס א חתונה? בויסט מיט די לעגא'ס א פארקינג לאט?

כאכאכא פון וואס רעדט מען דא? איך וויל וויסן צי די אלע חברה דא גייען ביינאכט.... דאס איז דאך וואס זיי רעדן דא בייטאג???
כאכאכא

דריידל » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:32 am

· #227348
וואס איז די ראשי תיבות פון הי"ד, איז עס השם יקום דמו, מלשון הפסוק דם עבדיו יקום אדער איז עס השם ינקום דמו, מלשון נקמת דם עבדיך השפוך.

איך פארשטיי אז ביידע קענען זיין אמת, אבער איך בין נייגעריג צו ס'איז דא עפעס א מקור וואס די ארגינעלע ר"ת איז געווען.

לית דין בר נש » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:50 am

· #227355
די צווייטע איז ריכטיג ינקום!

שאולדיספריםפאקער » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:58 am

· #227356
לית דין בר נש
די צווייטע איז ריכטיג ינקום!

מהיכן דנתנו

איך אויך » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:45 pm

· #227465
שוין געזעהן ביידע הונדערטער מאל ,איך גלויב נישט אז יש הכרע בדבר.

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 12:14 am

· #227624
שטאפענע קאפעליטש
ס'האנדלט זיך וועגען א פלעי וואס גייט פאהרקומען חוה''מ פאר קינדער,
זייער שיין, מ'מאכט גוט גרעפיקס, שפילט געימ'ס אז ס'יא דא טיקיטס, ס'נישט דא מער טיקיטס, אלץ אז די קינדער זאלן שלעפן די טאטע'ס קויפן טיקיטס, זייער פיין.
כ'שטיי אין ביהמ''ד כ'הער א קופקע ''טאטע'ס'' שמוסן וועגען די פלעי, נישט מער נישט וויניגער, טאטע'ס מיט גרויסע טעלעפאונען אין מיני ווען'ס זענען פארנומען מיט א קינדער פלעי,
שפעטער זעה איך אויף איי וועלט טוט זיך בלעטער אויף בלעטער איבער די שפיל, ער גייט עקטן, יענעקפר איז א פעסטע יחצאל וגו',
כ'וויל וויסן טאמער ענק שפילען ביינאכט מיט די קינדערס טוי'ס, מאכסט מיט די מענטשי'ס א חתונה? בויסט מיט די לעגא'ס א פארקינג לאט?

כ'עלל דיר אויסזאגן א סוד. ווען די טאטעס וואלטן זיך נישט געשעמט (פארוועם?) וואלטן זיי געקויפט טיקעטס פאר זיך אליינס. די זעלבע איז מיט די קינדער טויס. א סאך דערוואקסענע מענטשן וועלכע האבן נאכנישט אויסגעגעיבן זייער קינדישקייט אלס קינד, וואלטן זיך זיכער אויך געשפיעלט מיט די לעגאס, און קארס און טראקס פון די קינדער...!

ונבנתה העיר » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 5:58 pm

· #227779
די כינעזער וואס קלויבן צוזאמען גאנצע וועגענער פון פלאסטישע באטלעך ארויסצונעמען פון זיי דעם פינף-צענטיגן ריפאנד, לייגן זיי נישט אריין מער ווי פינף צענט קאלאריעס אין זייער השתדלות צו גיין, זוכן און טראגן דעם באטל?

שטאפענע קאפעליטש » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 1:32 pm

· #228282
כ'האב אייביג געמיינט ס'דרייען זיך דא מער וויניגיר חסידישע וואילע אינגערלייט, פארשטייט זיך ס'דרייען זיך אויך איינער וואס איז אביסעל מער אויפגעקלערט, איינער אפשר ליידער א או.טו.דו. וגו'
אבער פונקט קוקנדיג אין א אנדערע וועבזייטל (געווארן געלינקט פון דא) זעה איך איינער שרייט אז דא דרייען זיך כופרים, מחלי שבת, שגצים גוים וגו', יענער גלייכט צו דער פלאץ מיט גילוי עריות אין שפיכת דמים
קען איינער מיך אויפקרלערן? וואס די העלל איז די עלעמענט דא? טאמער איז עס טאקע שוואך איז פאר מיר דא נישט קיין פלאץ.

אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 1:43 pm

· #228283
איך, למשל, עס גיד הנשה. אודה ולא אבוש.

בשבילי! » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 1:45 pm

· #228285
איך למשל זאג מזמור לתודה ערב יום הקדוש . ביטע אבער נישט פארשפרייטן ,, איך זוך נישט זיך צו רייצן .

הוגה » זונטאג אקטאבער 12, 2014 4:35 pm

· #228523
איך בין נישט מקפיד אלעמאל אויף "והיה על מצחו תמיד".

דריידל » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 7:07 am

· #228685
איך בין מקיל (מיט א היתר) אויף והיית משוגע

טאמבל סאס » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 7:26 am

· #228686
איך עס מיך דאס געזונט - אבר מן החי.

קאווע טרינקער » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 9:20 am

· #228691
איך האב עובר געווען אויף די שלש שבועות.

יין שרף » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 11:24 am

· #228710
קאווע טרינקער
איך האב עובר געווען אויף די שלש שבועות.

ווי אזוי? האסט דעמאלס געהערט מוזיק?

הרב_שלום » זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:30 am

· #229075
הקפה שניות
ווי אזוי זעהט אויס הקפה שניות
מען גייט קודם אהיים מאכען הבדלה אדער סאיז גלייך נאך מעריב
מען מאכט זיבן הקפות?
מען זאגט אתה הראת מיט אלע פסוקים וואס מען זאגט ביי יעדע הקפה?
מעג א איד פון חוץ לארץ אהין גיין?
היטע איבערגעבן א דעטאלע באריכט ווי אזוי עס זעהט אויס?

ידען » זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:50 pm

· #229147
ווער איז די יונגע מענטש וואס איז אלע מאל מיט ר׳ יחזקל ראטה?

מע קען נישט זעהן א בילד פון ר׳ יחזקל אהן איהם. אפי׳ א פרייוועט אינטערוויו איז ער אלע מאל דארט
📎 image.jpg

בשבילי! » זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:51 pm

· #229148
אייניקל

ידען » זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:52 pm

· #229149
בשבילי!
אייניקל

וועמעס זוהן?

וויזוי הייסט ער?

פארוואס פינקט ער איז געווארען אזוי נאנט מיט איהם?

בשבילי! » זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:46 pm

· #229173
ער הייסט ראטה ער איז זיין גבאי אפיציעל , דאס איז זיין ארבעט. ווייס נישט וועמעס זון

ידען » זונטאג אקטאבער 19, 2014 4:40 pm

· #229190
ידען
בשבילי!
אייניקל

וועמעס זוהן?

וויזוי הייסט ער?

פארוואס פינקט ער איז געווארען אזוי נאנט מיט איהם?


א גוטע חבר שרייבט מיך :

ער הייסט יואלי. ברוך דודס זון. ער איז גבאי און פירט די ווערטשאפט. כידוע איז דא א ריס דארט צווישן ברוך דוד און משה ווייל ברוך דוד זיצט אויף די קאסע און לעבט א לעבן.
יואלי ארבעט אין קאנסטרוקשין און ער דרייווט א לעקסוס.

shem-tov » זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:34 pm

· #229270
פארוואס רופט דער בעלזא רב אן א"י פאלעסטין
יעצט געהערט א שטיקל פון די שטייענדיגע תורה פון בעלזא רב שליט"א בנוגע די אינטערנעט אז איינער וואס האט נישט קיין פילטער איז א חוטא ומחטיא. אינמיטן זאגט ער עפעס אז דא אין פאלעסטין הייסט א פילטער עפעס... כהאב נישט פונקטלעך פארשטאנען. הקיצור דאס איז מיר א חידוש אז ער רופט אן א"י פאלעסטין. איינער ווייסט פשט

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:36 pm

· #229271
Attention

לעיקוואד » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 12:07 am

· #229272
עס איז א רמז, אז זיך נישט נוצן מיט אונטערנעט איז בערך אזוי שכלדיג און תורהדיג ווי רופען ארץ ישראל פאלעסטינא ווייל אזוי האט עס געהייסען הונדערט יאר צוריק ואין לשנות ח''ו.

יאיר » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 12:41 am

· #229275
@איך אויך אלערט.
ביטע פארענטפער אויך פארוואס ער רופט עס אינטערנאַט.

ישראל קאפקע » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 6:54 am

· #229294
יאיר
@איך אויך אלערט.
ביטע פארענטפער אויך פארוואס ער רופט עס אינטערנאַט.

אינטערנאט מיינט dormitory אין אידיש, לכאורה מישט ער אויס די צוויי זאכן,

קרעמער1 » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 3:53 pm

· #229913
איך האב אין מיין באזיץ אן אמעריקנער צוואנציג דאלאר ביל פון יאַרע 1981 וואס די פּרינט איז נישט אין צענטער, ד"ה די גליון אויבן איז סאך ווייניגער ווי אונטן, און א 1993 וואס איז פארקערט, נעמליך אויבן איז די ליידיגע אביסל מער
אלזא וויל איך וויסן: איז דאס נארמאל, אדער א מיספרינט וואס איז מער ווערט? - אויב יא וויפיל?
אדער איז עס א פאלשע וואס ניטאמאל ווערט די פאפיר דערויף

אויף וויפל איך זעה, ווען איך לייג עס צו די לעכטיגקייט, צייגט עס עכט

אויב מעגליך ביטע צולייגן א לינק וואו מ'קען נאכקוקן די זאכן

א דאנק פון פאראויס

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 3:56 pm

· #229914
לייג א בילד און מ'וועט דן זיין דערין.

געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:36 pm

· #229941

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:31 am

· #230354
עס מאכט זיך צומאל אז איך וויל וויסן די היינטיגע עקסטשעינזש רעיט פאר אנדערע געלטער, למשל פון דאלער אויף שקל אדער יורא'ס.
וואו איז די בעסטע פלאץ צו טשעקן?

איך טשעק אייביג סיי גוגל און סיי בינג, אבער שטענדיג האבן זיי אנדערע ראטעס איינער פון צווייטן (הגם כמעט ענליך, אבער פארט אנדערש).
כ'פארשטיי זיי רייסן זיך ביידע ביי די קעפ, אבער עד כדי כך אז די מחלוקת אפעקטירט שוין ממש די עקסטשעינדזש ראטעס? ווי אזוי איז דאס מעגליך??

מאטי » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:06 pm

· #230363
Xe.com האבן א געשמאקן עפפ.

chusid » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:13 pm

· #230366
וואס איז פשט פינעם פארגלייך אין ויואל משה פונעם איסור פינעם מהר"ל ( אז אפילו ער איז באמת נחשט כופר דאך נקרא כפירה ) צו עבודה זרה בכפייה
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92