☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:12 pm

· #141861
ס'נישט דא קיין אוטאמאטישע וועג עס צו טוהן, נאר אסאך קאפי פעיסט. למשל ווילסט ציטירן קליינע שטיקלעך פון מיר, קאפי די end quote און begin quote און יעדע פלאץ וואו דו ווילסט אריינשרייבן עפעס, פעיסט אריין דאס וואס דו האסט געקאפיט. כזה:
[/quote]

[quote="געפילטע פיש"]

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:22 pm

· #141869
אדער שרייב די קאוד הנ"ל מעניולי.

petergrifin » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 7:57 pm

· #141938
ויי אזוי קען איך ארויפלייגן א אודיא קליפ פון מיין ענדרויד פאון?

סלינקי » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:26 pm

· #141942
נוץ דראפבאקס

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:28 pm

· #142238
געפילטע פיש
newkave
פארוואס וואונטשט קיינער נישט 'זר זהב' לכבוד זיין 8000'טען תגובה?

אונז זענען שוין מלומד בניסים.

היינו טעמא דשמונת אלפים והיינו טעמא לתשעת אלפים.
איך וויל דערמאנען די הנהלה זאל שוין אנגרייטן און מאכן עפעס א ספעציעלע אוואטאר פאר א "שר עשרת אלפים", (אפשר עפעס א בילד פון אחשורוש און המן)
הכונו!!

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:26 am

· #142298
כ'וויל וויסן.... אהמממממ..... אויב כ'מעג פרעגן וואס איך וויל פרעגן..... מעג איך?

משה געציל » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:28 am

· #142299
אוקמה קאווע אחזקתיה, מאחורי פליז.

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:31 am

· #142302
נו אלול...
מיין שאלה איז...... וואס האט השי"ת פון דעם אז איך גיי ברענען אין גי בן הינום?
ס'טוט דאך וויי.. ס'הייס,.. ועוד

משה געציל » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:37 am

· #142306
מיינסט אוודאי נישט דיר...
מען רעדט צום טאכטער און מען מיינט דעם שניר... איי גאט די מעסעדזש...
לאמיתו, ווער זאגט אז גאט האט עפעס דערפון? די בריאה איז אוועק געשטעלט געווארן מיט א יושר'דיגע סיסטעם; פאר גוטס ווערט מען באלוינט און פאר שלעכטס באשטראפט. דיין רבי אין חדר האט דען הנאה געהאט ווען ער האט דיר דערלאנגט מנה אחת אפים?

נולד מאוחר » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:41 am

· #142307
א צווייטע עוולה מאכט דאס יושר ?

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:43 am

· #142308
גראדע פלעגט ער זאגן אז ס'טוט אים זייער וויי...
אבער, משה געציל, דער רבי אין חדר האט געשלאגן על שם העתיד, אבער גיהנום איז שוין ווען אלץ איז אפגעטוהן געווארן. ועוד, האט דען ה' נישט געקענט מאכן אן אנדערע סיסטעם? ער איז דאך א כל יכול.

משה געציל » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:45 am

· #142309
אן אריינגיין אין די עולה פון א מלמד וואס גיבט קלעפ ווייל ער איז אין א צושטרויבעלטע גוסטע, איז אבער דא אמאל א געוויסע מהלך וואס שטראפן איז א נארמאלער זאך? (שוין נישט קיין קלעפ, עס איז עכט נישט קיין יושר, טוביה חטא זינגיד מינגיד, עס טוט עכט דעם רבי'ן אסאך מער וויי...)

משה געציל » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:47 am

· #142310
קאווע, ער האט יא געקענט, איז וואס? דאס איז אבער נישט קיין נארמאלער דרך?

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:51 am

· #142312
משה געציל
מיינסט אוודאי נישט דיר...
מען רעדט צום טאכטער און מען מיינט דעם שניר... איי גאט די מעסעדזש...
לאמיתו, ווער זאגט אז גאט האט עפעס דערפון? די בריאה איז אוועק געשטעלט געווארן מיט א יושר'דיגע סיסטעם; פאר גוטס ווערט מען באלוינט און פאר שלעכטס באשטראפט. דיין רבי אין חדר האט דען הנאה געהאט ווען ער האט דיר דערלאנגט מנה אחת אפים?

@משה געציל די קשיא איז אסאך שטערקער, דער אייבערשטער איז דאך א כל יכול, איז פארוואס האט ער נישט געקנט מאכן דער גהינום זאל זיין עפעס א מין זיסער געשמאקער זאך? נאך אלעמען איז דאך עס נישט קיין נקמה אקציע, מ'וויל דאך פשוט אויסוואשן דיין נשמה, נא האט ער דאך געקענט מאכן אז דורך עסן טשולענט און ליינען קאווע שטיבל זאל די נשמה ווערן ריין.

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:53 am

· #142314
משה געציל
קאווע, ער האט יא געקענט, איז וואס? דאס איז אבער נישט קיין נארמאלער דרך?

ווער מאכט אפ וואס א נארמאלער דרך איז? דער באשעפער. ער קען דאך מאכן דער דרך זאל זיין אז א עונש פילט גאר געשמאק! פארגעס נישט דער אייבערשטער קען 'אלעס'.

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:54 am

· #142316
וואלסט פארגינען אזא סארט גיהנם פאר אייכמאן ימ״ש?

משה געציל » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:55 am

· #142317
אז ער איז א כל יכול איז בכלל נישט שייך צו פראבירן צו פארשטיין. א גאט וואס מען קען מסביר זיין איז נישט קיין גאט.

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:00 am

· #142319
שמעקעדיג
וואלסט פארגינען אזא סארט גיהנם פאר אייכמאן ימ״ש?

נאכאמאל דאס וואס אונז פארשטייען אז אייכמאן דארף א פיינע ווארעמע גהינם איז נאר ווייל אזוי האט השי''ת אריינגעלייגט ביי מענטשן אין קאפ. לו יהא אז אונז ווערמיר באשאפן מיט א גאנץ אנדערע הילוך מחשבה וואלטן מיר אנדערש געטראכט, דער אייבערשטער קאן דאך אלעס.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:01 am

· #142320
שער הגמול פונעם רמב"ן איז זייער קלאר מסביר די גאנצע געשעפט. די עיקר פוינט פון גהנים איז נישט נקמה אדער עונש וואס אונז פארשטייען אלץ עונש. די פוינט איז אז יעדע נשמה איז א חלק אלוקי וואס דארף זיכוך צו ווערן פאראייניגט. זיכוך קומט נאר אויפן מהלך אין גהנים. וואס אונז האלטן אלץ גהנים איז גשמיות'דיגע משוגים. אונז ווייסן נישט באמת וואס דארט טוט זיך. ואידך זול גמור ס'איז א לאנגע מעשה עיי"ש.

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:02 am

· #142322
משה געציל
אז ער איז א כל יכול איז בכלל נישט שייך צו פראבירן צו פארשטיין. א גאט וואס מען קען מסביר זיין איז נישט קיין גאט.

וואס טייטש ס'נישט שייך צו פארשטיין? אויסער דער באקאנטער פאראדאקס צו דער אייבערשטער קען באשאפן א שטיין וואס ער אליין קען נישט אויפהייבן, האב איך נישט געהערט קיין שום ערנסטער קשיות אויפן מושג כל יכול.

יואב » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:05 am

· #142324
אינעם http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/171804/ איז געוועזן אן אינטערסאנטע כמעט מעשה שהיה, איבער די גוטע-שלעכטע צושטאנד אינעם גהינם, ווערסעס די גן עדן.

משה געציל » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:07 am

· #142327
אליצפן
משה געציל
אז ער איז א כל יכול איז בכלל נישט שייך צו פראבירן צו פארשטיין. א גאט וואס מען קען מסביר זיין איז נישט קיין גאט.

וואס טייטש ס'נישט שייך צו פארשטיין? אויסער דער באקאנטער פאראדאקס צו דער אייבערשטער קען באשאפן א שטיין וואס ער אליין קען נישט אויפהייבן, האב איך נישט געהערט קיין שום ערנסטער קשיות אויפן מושג כל יכול.

אז ער איז א כל יכול איז פשט אז ער נישט מוגבל צו קיין שום גיבולים, נישט קיין מציאות'דיגע ווי באשאפען א יש מאין. און נישט קיין לאגישע ווי פראבירן צו פארשטיין זיינע חשבונות.

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:08 am

· #142328
רויטע וואנצעס
שער הגמול פונעם רמב"ן איז זייער קלאר מסביר די גאנצע געשעפט. די עיקר פוינט פון גהנים איז נישט נקמה אדער עונש וואס אונז פארשטייען אלץ עונש. די פוינט איז אז יעדע נשמה איז א חלק אלוקי וואס דארף זיכוך צו ווערן פאראייניגט. . וואס אונז האלטן אלץ גהנים איז גשמיות'דיגע משוגים. אונז ווייסן נישט באמת וואס דארט טוט זיך. ואידך זול גמור ס'איז א לאנגע מעשה עיי"ש.

נא דאס איז דאך וואס אונז מוטשענען זיך דא צו פארשטיין, אויב זוכט כביכול נישט קיין נקמה מיט קיין עונשים, וואלט ער דאך אלס כל יכול געדארפט קענען מאכן אז דער זיכוך זאל קומען דורך גוטס און נישט דורך פייער אדער שרעקעדיגע נחשים וכדו' כמבואר בראשית חכמה.
בכלל ווי קען מען זאגן ''זיכוך קומט נאר אויפן מהלך אין גהנים''? דער הקב''ה איז בעה''ב און ער קען מאכן אז זיכוך זאל קומען אויף וועלכער וועג ס'שמעקט אים נאר. וכי יש מי שיאמר לו מה לעשות?

משה געציל » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:10 am

· #142329
[ציטאט אראפגענומען]

נע, וואס פארשטייט דער מארק צו א שבת הגדול דרשה אויפ'ן פילן מאגן, א בלאט גמרא שבת פאר'ן דאווענען, א גלעזעל שנאפס ביים ליינען... גיי לערן מיט א גוי ברטנורא.

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:14 am

· #142331
משה געציל
א גאט וואס מען קען מסביר זיין איז נישט קיין גאט.

דו רעדסט אזוי ברייט וועגן גאט כאילו עס דרייען זיך געטער אויף די גאסן. ס'איז אזוי ווי איך דריק זיך אסאך מאל אויס, א קאווע וואס האט נישט קיין צוקער איז קיין קאווע נישט..

משה געציל » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:16 am

· #142334
סליחה, האסט מיר נישט גוט פארשטאנען, דאכט זיך אז איך האב אמאל געהערט בזה"ל בשם ר' אביגדור מיללער זצ"ל.
למעשה?

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:20 am

· #142336
אליצפן
רויטע וואנצעס
שער הגמול פונעם רמב"ן איז זייער קלאר מסביר די גאנצע געשעפט. די עיקר פוינט פון גהנים איז נישט נקמה אדער עונש וואס אונז פארשטייען אלץ עונש. די פוינט איז אז יעדע נשמה איז א חלק אלוקי וואס דארף זיכוך צו ווערן פאראייניגט. . וואס אונז האלטן אלץ גהנים איז גשמיות'דיגע משוגים. אונז ווייסן נישט באמת וואס דארט טוט זיך. ואידך זול גמור ס'איז א לאנגע מעשה עיי"ש.

נא דאס איז דאך וואס אונז מוטשענען זיך דא צו פארשטיין, אויב זוכט כביכול נישט קיין נקמה מיט קיין עונשים, וואלט ער דאך אלס כל יכול געדארפט קענען מאכן אז דער זיכוך זאל קומען דורך גוטס און נישט דורך פייער אדער שרעקעדיגע נחשים וכדו' כמבואר בראשית חכמה.
בכלל ווי קען מען זאגן ''זיכוך קומט נאר אויפן מהלך אין גהנים''? דער הקב''ה איז בעה''ב און ער קען מאכן אז זיכוך זאל קומען אויף וועלכער וועג ס'שמעקט אים נאר. וכי יש מי שיאמר לו מה לעשות?

צו דיין ערשטע שאלה האב איך שוין גשריבען: "וואס אונז האלטן אלץ גהנים איז גשמיות'דיגע משוגים". אונז ווייסמיר טאקע נישט צו מ'באקומט יסורים. אפשר באקומט מען א שויער מיט א מעסאזש. מיין פוינט: אונז ווייסן נישט וואס טייטשט יסורים אין א עולם רוחני.

צו דיין צווייטע שאלה האב איך שוין געשריבן: ''זיכוך קומט נאר אויפן מהלך אין גהנים''. דאס הייסט אויפן מהלך פון הקב"ה.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:21 am

· #142337
[ציטאט אראפגענומען]

הקב"ה. ס'איז איינע פון די 13 אני מאמין'ס.

משה געציל » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:21 am

· #142338
[ציטאט אראפגענומען]

פויא! שטיסל מאקסימאם...

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:26 am

· #142341
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Problem_of_Hell">http://en.wikipedia.org/wiki/Problem_of_Hell</a>

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:29 am

· #142343
נע, איך מיין ער קען עס פשוט נישט עפארדן.

משה געציל » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:29 am

· #142344
אה... ב"ה, איך האב נאך דעם פינטל... איינער האט מיר פריער באזונגען אז איך רעד ווי אן אפיקורס... ניחמתנו...

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:30 am

· #142345
רויטע וואנצעס

צו דיין ערשטע שאלה האב איך שוין גשריבען: "וואס אונז האלטן אלץ גהנים איז גשמיות'דיגע משוגים". אונז ווייסמיר טאקע נישט צו מ'באקומט יסורים. אפשר באקומט מען א שויער מיט א מעסאזש. מיין פוינט: אונז ווייסן נישט וואס טייטשט יסורים אין א עולם רוחני.

צו דיין צווייטע שאלה האב איך שוין געשריבן: ''זיכוך קומט נאר אויפן מהלך אין גהנים''. דאס הייסט אויפן מהלך פון הקב"ה.

בקיצור דו ביסט מסכים אז הייפאטעטיש איז מעגליך אז דער זיכוך פון גהינום איז גאר א געשמאקער זאך? מי יודע אפשר לוינט זיך אפילו אנצוקומען דארט.
למעשה שטימט דאך אז ס'זאל זיין אזוי, ווייל דער אייבערשטער איז א טוב ומטיב לכל און אויב קען ער אלס כל יכול מאכן אז דער גהינם זאל זיין גאר געשמאק אין באטעמ'ט פארוואס זאלן מיר נישט אננעמען אז ער טוט טאקע אזוי?

יואב » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:34 am

· #142346
קופי, מדי דברו בו, האב איך זיך טאקע אונטערגעהערט א שמועס צווישן עטליכע ערלים די וואך. זיי זענען ביזי געווען דרשנן, "זאלן די אידן וויסן די תאווה פון בועל זיין א פראש דעצעמבער דעם פינף אין צוואנציגסטן הארט פארן עלות, נאכן עסן חזיר פלייש געקאכט אין מילעכיגע נעגל וואסער, וואלטן זיי שוין לאנג געדראפט זייער רעליגיע". כ'האב דאן באקומען הרהורים צו די גוים וואלטן זיך טאקע מגייר געוועזן פאר א דארנעשטאג אן תחנון. שוין, מעשה ייצר. כ'פראביר מסיח דעת זיין, אבער...

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:34 am

· #142347
.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:35 am

· #142348
אליצפן
רויטע וואנצעס

צו דיין ערשטע שאלה האב איך שוין גשריבען: "וואס אונז האלטן אלץ גהנים איז גשמיות'דיגע משוגים". אונז ווייסמיר טאקע נישט צו מ'באקומט יסורים. אפשר באקומט מען א שויער מיט א מעסאזש. מיין פוינט: אונז ווייסן נישט וואס טייטשט יסורים אין א עולם רוחני.

צו דיין צווייטע שאלה האב איך שוין געשריבן: ''זיכוך קומט נאר אויפן מהלך אין גהנים''. דאס הייסט אויפן מהלך פון הקב"ה.

בקיצור דו ביסט מסכים אז הייפאטעטיש איז מעגליך אז דער זיכוך פון גהינום איז גאר א געשמאקער זאך? מי יודע אפשר לוינט זיך אפילו אנצוקומען דארט.
למעשה שטימט דאך אז ס'זאל זיין אזוי, ווייל דער אייבערשטער איז א טוב ומטיב לכל און אויב קען ער אלס כל יכול מאכן אז דער גהינם זאל זיין גאר געשמאק אין באטעמ'ט פארוואס זאלן מיר נישט אננעמען אז ער טוט טאקע אזוי?

אזוי סאך ווייס איך יא, אז ס'איז עפעס א אנדערע סארט יסורים. יסורים פון א עולם רוחני ווי ס'איז נישט דא עולם, שנה, נפש. אונזער נשמות זענען בעולם הזה מוגבל דורך אונזער גשמיות'דיגע מוחות וואס איז מוגבל דורכן גוף, ממילא איז נישט מעגליך פאר אונז צו קריכן העכער אין הבנה.

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:40 am

· #142349
רויטע וואנצעס

אזוי סאך ווייס איך יא, אז ס'איז עפעס א אנדערע סארט יסורים. יסורים פון א עולם רוחני ווי ס'איז נישט דא עולם, שנה, נפש. אונזער נשמות זענען בעולם הזה מוגבל דורך אונזער גשמיות'דיגע מוחות וואס איז מוגבל דורכן גוף, ממילא איז נישט מעגליך פאר אונז צו קריכן העכער אין הבנה.

נעה מיר האט מען אייביג געזאגט אז דער סארט גערעדאכץ אז ס'איז עפעס 'א העכערע' מין פייער/יסורים איז נאר געמאכט צו ברואיגן דעם געוויסנביסן. למעשה קוקט מען אריין אין ראשית חכמה ועוד זעהט מען אז ס'איז אן אלטמאדישע פייער מיט פייערדיג נחשים ועקרבים וכו' וכדו', עכ''פ ס'זעט נישט אויס צו זיין עפעס צופיל העכערס.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:53 am

· #142355
דאס אז די אייבישטער איז געווען "מוגבל", געארבייט "זעקס" טעג און גערוהט "איינס" פארשטייט מען יא? נאר די תירוץ איז אז מ'דארף אלעס מסביר זיין פאר אונז אויף א גשמיות'דיגע וועג. וואס איז באמת נאר א משל צו די רוחניות'דיגע וועג. ווייל אונז וואלטן נישט פארשטאנען בשעת'ן זיין אין א גוף. די זעלבע אפלייט צו ראשית חכמה.

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:58 am

· #142356
רויטע וואנצעס
דאס אז די אייבישטער איז געווען "מוגבל", געארבייט "זעקס" טעג און גערוהט "איינס" פארשטייט מען יא? נאר די תירוץ איז אז מ'דארף אלעס מסביר זיין פאר אונז אויף א גשמיות'דיגע וועג. וואס איז באמת נאר א משל צו די רוחניות'דיגע וועג. ווייל אונז וואלטן נישט פארשטאנען בשעת'ן זיין אין א גוף. די זעלבע אפלייט צו ראשית חכמה.

נא נא הלוואי שיהא כדבריך. אבער בפשטות קוקט נישט אויס אזוי.

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:13 am

· #142378
לענ"ד איז דאס נאר א מעלה, און אפילו נישט קיין שאלה.
אפשר ביסטו מיר מסביר, וואס אויף דער וועלט זאל אפהאלטן א מענטש פון באגיין די גרעסטע אומרעכטן, טאמער האט ער נישט קיין יראת העונש? עס וואלט דאך געווען א פחד פון א הפקר וועלט, איש את רעהו חיים בלעו!

אביגדור » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:33 am

· #142380
בספרו של רבי יהודה פתייעה.

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:46 pm

· #142403
שמעקעדיג
לענ"ד איז דאס נאר א מעלה, און אפילו נישט קיין שאלה.
אפשר ביסטו מיר מסביר, וואס אויף דער וועלט זאל אפהאלטן א מענטש פון באגיין די גרעסטע אומרעכטן, טאמער האט ער נישט קיין יראת העונש? עס וואלט דאך געווען א פחד פון א הפקר וועלט, איש את רעהו חיים בלעו!

די רעליגיע און עטיקס אשכול שלאפט שוין צו לאנג, איינער דארף עס אויפוועקן.

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:58 pm

· #142407
שמעקעדיג
לענ"ד איז דאס נאר א מעלה, און אפילו נישט קיין שאלה.
אפשר ביסטו מיר מסביר, וואס אויף דער וועלט זאל אפהאלטן א מענטש פון באגיין די גרעסטע אומרעכטן, טאמער האט ער נישט קיין יראת העונש? עס וואלט דאך געווען א פחד פון א הפקר וועלט, איש את רעהו חיים בלעו!

ניין, וואס האלט אפ מענטשן איז דער פחד פון די רעגירונג נישט פון גהינם. די גמרא זאגט אילמלא מוראה של מלכות איש וכו', נישט אילמלא מוראה של גהינם. און דאס קען מען זיך אליינס איבערצייגן ווייל די פלעצער וואס האבן נישט קיין געהערייגע רעגירוונג מיט פאליציי וכדו' ( סאמאליע, תימן, ועוד) איז ממש א הפקר וועלט, מ'הרג'עט, מ'גנב'ט, און דער פחד פון גהינם העלפט א רעטעך.

יואב » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:02 pm

· #142408
דו דארפסט זיין גוט דעספערעט פארן ברעטל.

אגב, אז קופי גלייכט טריסאמס מיינט נאך נישט אז דאס איז די אלטימאטישע תאווה עס ברויך יעדעם ארומנעמען. דאס פארשטייסטו למשל, אז הגם ער גלייכט א ראולי פאולי- רויט- האריגן- קרעציג- מיידל מיט צוזאמגעקלעבטע אויגן ברעמען, איז דאס נישט ממש די מקור התאווה פאר אנדערע.

אגב, איך קען מענטשן וועלעכע זענען גראדע יא נכשל געווארן. זיי זאגן אז וואלמארט איז נישט פון די פלעצער ס'איז מעורר ניסיונות, אבער זיי האבן מיר גאראנטירט ס'איז דא געוויסע ערטער מ'קען זיך איינקויפן אויף וואס תשובה צו טאהן.

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:14 pm

· #142412
אליצפן
שמעקעדיג
לענ"ד איז דאס נאר א מעלה, און אפילו נישט קיין שאלה.
אפשר ביסטו מיר מסביר, וואס אויף דער וועלט זאל אפהאלטן א מענטש פון באגיין די גרעסטע אומרעכטן, טאמער האט ער נישט קיין יראת העונש? עס וואלט דאך געווען א פחד פון א הפקר וועלט, איש את רעהו חיים בלעו!

ניין, וואס האלט אפ מענטשן איז דער פחד פון די רעגירונג נישט פון גהינם. די גמרא זאגט אילמלא מוראה של מלכות איש וכו', נישט אילמלא מוראה של גהינם. און דאס קען מען זיך אליינס איבערצייגן ווייל די פלעצער וואס האבן נישט קיין געהערייגע רעגירוונג מיט פאליציי וכדו' ( סאמאליע, תימן, ועוד) איז ממש א הפקר וועלט, מ'הרג'עט, מ'גנב'ט, און דער פחד פון גהינם העלפט א רעטעך.

איי דאנט נאו אבאוט יא, אבער ביי מיר ווייס איך אז גאר אסאך זאכן וואס איך וואלט זייער געוואלט טון - טוה איך נישט נאר צוליב'ן פחד פון דעם גיהנם.
איי מען זינדיגט דאך ממש יעדן טאג מיט פארשידענע עבירות און אבק-עבירות? אמת טאקע אז מען לעבט נישט מיט דעם פחד קאנסטענטלי ווי די פארצייטישע צדיקים, און בין גברא לגברא כאפט מען ליידער א לשון הרע'לע און אמאל א בליק ווי מען דארף נישט, און דערויף טאקע האבן מיר די ימי התשובה; אבער לכתחילה גיין בזדון לבי טון גראבע עבירות, דארט ציטער איך.
(ביי די רעגירונג איז אויך נישט בעסער. יעדער וועט אמאל ספידן און אדורכפארן סטאפ סיינס, אבער גיין זיך איינברעכן אין א באנק, דארט שווימט ארויף דער פחד. ריכטיג?)

איי נישט יעדער ציטערט? טאקע נישט ריכטיג. דערפאר דארף מען מער לערנען ספרי מוסר. און אויב לערנסטו נישט, דאן "it's on your own risk".

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:18 pm

· #142416
שמעקעדיג, דו רעדסט פון בין אדם לחבירו עבירות? נישט אבק לשה"ר, בין גברא לגברא, און קוקן וואו מ'טאר נישט, וועלכע בין אדם לחבירו'ס וואלסטו געטוהן ווען נישט די גיהנום?

sour pickle » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:28 pm

· #142424
Where can have a spell check for Hebrew (not for money

ישמעאל הכהן » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:29 pm

· #142426
פארוואס האט דע גאז סטאנציע אויף 44 און פארט העמילטאן געטוישט פון געטטי צו עקסאן

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:37 pm

· #142428
געפילטע פיש
שמעקעדיג, דו רעדסט פון בין אדם לחבירו עבירות? נישט אבק לשה"ר, בין גברא לגברא, און קוקן וואו מ'טאר נישט, וועלכע בין אדם לחבירו'ס וואלסטו געטוהן ווען נישט די גיהנום?

איך כאפ נישט דיין כוונה?
צב"ש לשון הרע, רכילות, אונאה, שקר, גניבה, איך ווייס וואס נאך?
צו אלעם האב איך שוין געהאט א געלעגנהייט, נאר איך האב זיך אפגעהאלטן צוליב יראת העונש. זאל איך מגולגל ווערן פארן גנב'ענען יענעמ'ס הונדערטער?

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:58 pm

· #142434
סא אויב ע"פ הלכה וואלט מען געמעגט גנב'נען וואלסטו נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט דעם?