☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ביקורת המקרא - 101

ביקורת המקרא - 101

129 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13871
בלאט: 1 2 3

מאטי » זונטאג יוני 13, 2021 7:11 am

· #475497
רביה''ק זי''ע
מי אני
(הגם די חילוק איז בעצם אז די פראבלעם פון ״דעת תורה״ איז בעיקר ווען עס ווערט געזאגט/גענוצט אויף א פעלד אינדרויסן פון ״תורה״. משא״כ דא איז עס אין דעם פעלד פון עקספּערטיִז גופא.)
א גוטע קעגנארגומענט, אבער די אמת׳ע קעגנארגומענט איז ווי צפור דרור האט שוין געשריבן לגבי עוואלוציע, ד.ה. אז אפילו אויב די טעאריעס פון די מבקרי המקרא און אבן עזרא און רשב״ם זענען אפגעפרעגט איז עס נאכנישט קיין ראיה צו די חרדישע נאראטיוו, און אז די מאנגעל אין הוכחות שטערן דיר נישט צו דיין אמונה אינעם חרדישן נאראטיוו דארפן די אבן עזרא׳ס פירושים דיך אויך נישט צו שטערן. געווענליך ווען איך זעה די תירוצים און ארגומענטן פון די אזויגערופענע ״מאמינים״ ווערט מיין צד אויף די אמת׳ע אמונה (וואס זיי רופן כפירה עפ״ל) נאר שטערקער, כ׳מיין אויב דאס איז די גאנצע וואס זיי האבן צו זאגן זאלן זיי ענדערש בלייבן שטיל ווייל זיי שיסן זיך נאר אין די פיס מיט׳ן זיך צוטוהן מאכן פונעם נושא, אז דו האסט געגלייבט ביז אהער גלייב ווייטער און לאז די מבקרי המקרא געמאך.



די אמת'ע counterargument איז, די מבקרים אליינס זאגן נישט קיין זיכערע רעזולוציעס, זיי שרייען נישט "DH אמת ותורתו אמת" דאס וואס בערמאן טענה'ט קוקט עפעס אויס וויי ביידע זייטן (אלטרע מאמינים און אלטרע ביבל קריטיקס) האלטן אז זייער וועג איז אמת אויפן זעלבן לעוועל

הקטן » זונטאג יוני 13, 2021 8:21 am

· #475498
מאטי

די אמת'ע counterargument איז, די מבקרים אליינס זאגן נישט קיין זיכערע רעזולוציעס, זיי שרייען נישט "DH אמת ותורתו אמת" דאס וואס בערמאן טענה'ט קוקט עפעס אויס וויי ביידע זייטן (אלטרע מאמינים און אלטרע ביבל קריטיקס) האלטן אז זייער וועג איז אמת אויפן זעלבן לעוועל


זיי שרייען מיט א זיכערקייט, אז משה איז זיכער נישט אמת, ותורתו איז זיכער נישט אמת ...
גערעכט, די בייבעל קריטעקער קען נישט זאגן גארנישט אויף קיין אמת, ער טרייט, אבער זיין חבר זאגט דאך ממש פארקערט פין אים
זיין חבר'ס קריטיק אויף זיין מהלך איז אין רוב פעלער אסך שטערקער וואו די קריטיק וואס ער האט אנגעלייגט אויף תורת משה...

occam's razor אליין וואלט אים געדארפט ציריק ברענגן צי "תורת משה", נאר דער אמת איז "תורת משה" געגעבן דארך גאט איז קיינמאל נישט געווען ביי אים אן hypothesis

מאטי » זונטאג יוני 13, 2021 8:42 am

· #475500
זיי צווינגן קיינעם צו עסן cheeseburgers

רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 13, 2021 9:54 am

· #475501
זיי זאגן אז תורת משה איז יא אמת. תורת הקטן וואס ער פרובירט אריינקוועטשן אין תורת משה דאס איז נישט אמת, און זיי האלטן אז לויט תורת משה מעגן זיי עסן טשיעזבורגערס.

הקטן » זונטאג יוני 13, 2021 10:03 am

· #475502
מאטי
זיי צווינגן קיינעם צו עסן cheeseburgers

גערעכט, און בערמאן טענה'ט נישט אז זיי צווינגען יא צו עסן cheeseburgers
זיי זאגן מיט א זיכערקייט אז תורת משה האט נישט גאט איבערגעגעבן פאר משה.
פארקערט וואו דער מאמין

ביידע קלעמס ווערן געמאכט מיט די זעלבע מאס זיכערקייט און האבן אבסעלאטע השלכות ווען ס'קימט צי cheeseburgers

און א יעדען פאל, איז דא נישט קיין קאנטעסט וואספארא פיינע מענטשען זיי זענען

פאר איך פארגעס
וועלקאם בעק @מאטי - לאנג טיים נא סי

berlbalaguleh » זונטאג יוני 13, 2021 2:50 pm

· #475529
הקטן עט אל: אויב איינער גלייבט נישט אז ..."משה אמת ותורתו אמת"... איז ער סתם א נאר אויב האלט זיך צוריק פון עסן טשיעזבורגערס. און חזיר געפרעגלט אין פוטער. און ער טרינקט צו א קאווע מיט מילעך...!

אויך. אויב ער גייט נישט שבת אינדערפריה אין סופערמארקעט טון זיין שאפינג. און זיין ווייב די קינדער דאקטארין טוט נישט די לאנדרי. דאמאלס איז זי סתם א פוילע...!

הקיצור: אויב איינער גלייבט נישט אז משה אמת ותרתו אמת. און אז תורה איז מן השמים. דאמאלס איז ער סתם א נאר אויב ער האלט סיי וועלכע פון די מצוות...! ווייל וואס עטליכע שרייבערס האבן אויסגעטראכט דארף איהם/איהר גארנישט מחייב זיין...!

ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים. ונתן לנו תורת אמת...!

אונז שטייען אין די זייט און אונז לאכן פון אט די (פארלוירענע) באשעפענישן...!

רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 13, 2021 2:54 pm

· #475530
א רב וואס גלייבט אינעם פסוק פון לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל אז רבנים האבן א כח צו טוישן און מבטל זיין מצוות (כמבואר באשכול זה) און ער איז נישט מבטל די איסור פון עסן טשיעזבורגערס און חזיר געפרעגלט אין פוטער איז סתם א נאר, און אויב איז ער נישט מתיר צו גיין שבת אינדערפריה שאפינג איז ער סתם א פוילער, וגו׳.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 13, 2021 2:56 pm

· #475531
רביה"ק זי"ע: פרעגט די גמרא. מאי קא משמע לן... וואס לאזט ער מיך הערן...?!

רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 13, 2021 2:57 pm

· #475532
אז נאראנים זענען דא פון ביידע זייטן.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 14, 2021 10:46 pm

· #475647
רביה"ק: יא. אבער דאס איז נישט געווען מיין הויפט נקודה. מיין הויפט נקודה איז געווען (און איז נאכאלץ). אז אמונה בה' ובתורתו איז די באטערי. אן דעם ארבעט נישט די גאנצע מערכת. אז אויב איינער איז נישט קיין מאמין איז א שאד זיין גאנצע ארבעט און אנשטרענגונג סיי פון מקיים זיין מצוות עשה און סיי פון זיך צוריקהאלטן פון עובר זיין אויף מצוות לא תעשה...!

הקטן » דינסטאג יוני 15, 2021 9:59 am

· #475703
berlbalaguleh
אבער די משניות און גמרא האבן יא איבערגעלאזט א קלארן ..."פוטפרינט"... איבער ווער, וואס און אפילו ווען (בערך) זיי האבן דאס געזאגט. אפילו דער פונקטליכער דאטום פון די דיסקוסיעס שטייט נישט קלאר ארויסגעשריבן איז אבער דא אנדערע שריפטן, ווי מדרשים, וועלכע טוען אנצייכענען דעם יאר און תקופה פון די דעוועלאפמענט. דער סדר הדורות ברענגט א סאך אראפ זמנים ווען געוויסע הויפט וויכטיגע סטעיטמענטס זענען געזאגט געווארן...!




רבי יהודה הנשיא-רבינו הקדוש איז כלל ישראל'ס "הירא" ווען ס'קימט צי משניות!
כאטש ער האט סך הכול נישט מער וואו מלקט געווען אלטע משנות וואס זענען איבער געגעבן געווארן מדור לדור - טאקע מיט די נעמען פין די מן דאמרין!
א גאר גרויסע דגש ווערט געלייגט אויף איבער זאגן א מאמר בשם אמרו. אפילו ווען די מאמר איז נישט נוגע להלכה בכלל..

אויב איז דא א תנא קמא וועט די גמרא אסך מאל פאברענגן גאנצע בלעטער צי דערגיין ווער דאס איז.
דערנאך איז דא די כללים ואס זענען אפגעהיטן געווארן דארך די דורות וואו למשל:
סתם מתניתין רבי מאיר, סתם תוספתא רבי נחמיה, סתם ספרא רבי יהודה, סתם ספרי רבי שמעון, וכלהו אליבא דרבי עקיבא. (סנהדרין, דף פ"ו, עמוד א')

רב אשי און רבינא זענען די הירא'ס ווען ס'קימט צי תלמוד בבלי!
אויך דארט איז די ארבעט געווען מלקט זיין. מער ווייניגער געמאכט קאט-ענד-פעסט.
רבינא האחרון קען גאר זיין האט געטון נאך ווייניגער. נאך אלץ זענען די נעמען פארצייכנט געווארן "רב אשי ורבינא סוף הוראה"!

רבי יוחנן איז דער הויפט פיגאר וואס איז געווען אינוואלווד מיט תלמוד הירושלמי
כאטש ירושלמי איז קיינמאל נישט פארענדיגט געווארן און איז נישט דארך געגאנגען די פראסעס וואו בבלי - ס'איז ציגעלייגט געווארן אסך אויך נאך זיין צייט און אלעס מיט די נעמען.


משה די לאון איז די הויפט שפילער און ברענגען אינז די זוהר!
אזא ספר וואו דער זוהר הקדש, וואס איז מייחס מענלי צי רבי שמעון בר יוחאי, האט זיך נישט אריין געריקט ביי כלל ישראל אזוי אים באמערקטערהייט.



תורת משה ווערט געריפן תורת "משה" אין נ"ך
און ווערט געקאווט אין נ"ך מיט'ן לשון וואס שטייט אין תורת משה.

ווער ווייסט אפשר האבן דאס די "מחדשים" דארט אריין געשווערצט

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 15, 2021 4:19 pm

· #475746
הקטן: אזוי ווי די ציונים האבן אריינגעשווערצט דאס וואס שטייט אין די הקדמה צום ספה"ק ויואל משה (אין מערסטע דרוקן אויף דף ח') וואו דער סאטמאר'ע רבי זי"ע רעדט איבער אונזער באציאונג צו די מדינה היינטיגע צייטן...!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 28, 2021 9:23 am

· #476753
א זיס שטיקל האב איך יעצט געטראפן אויף וויקיפעדיע אינעם ערך אויף די ערשטע רבי יהודה החסיד, וז״ל:

פירושו של רבי יהודה החסיד לתנ"ך

בשנת 1975, פרסם הרב החוקר יצחק שמשון לנגה את החיבור "פרושי התורה לר' יהודה החסיד" מתוך כתבי יד עתיקים. הטקסט הבלתי מצונזר של ר' יהודה החסיד מכיל מעט עמדות הנראות חורגות מן הפרשנות המקסימליסטית לאמונת תורה מן השמים בנוגע לתוספות אנושיות לטקסט המקראי בנוסח ביקורת המקרא. כך למשל, כתב ר' יהודה החסיד כי את הפסוק (בספר בראשית) 'וישם את אפרים לפני מנשה' כתב יהושע בן-נון או אנשי כנסת הגדולה; או שחלק מפרשת שמונה המלכים שמלכו באדום (בספר בראשית) נכתבה על ידי אנשי כנסת הגדולה; או ששירת ישראל על הבאר (בספר שמות) הייתה בעצם 'הלל הגדול' הנמצא בתהלים; או שבארה של מרים לא הייתה ולא נבראה. קטעים אלה עוררו סערה בעולם החרדי. בעקבות לחצים של רבנים חרדיים (למשל: הרב משה פיינשטיין וראה למטה), נאלצה הוצאת הספרים להוציא דפים חדשים לספר, כשהקטעים הביקורתיים נמחקו.

לעומת זאת הרב משה פיינשטיין כתב שפירוש התורה של רבי יהודה החסיד מזויף הוא, ואינו של רבי יהודה החסיד, והאריך לבאר שהמזייף הוא גם שקרן וגם אפיקורס.

איין הערה האב איך נאר אויף רמ״פ, די פירוש איז אפיקורסת ווייל ס׳איז מזוייף אדער ווייל ס׳איז אפיקורסת מוז זיין אז ס׳איז מזוייף? 😂

ומי הוא שרואה את אלו כופרין ואינו כופר...

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 28, 2021 10:01 am

· #476754
רביה"ק זי"ע: איך האב נישט געזעהן דעם מאמר פון הגרמ"פ. אבער לויט ווי איך קען זיינע לשונות, איז דאס 2 באזונדערע זאכן. ולא זו, אף זו קתני...! נישט נאר איז דער פירוש מזויף. נאר דער מזייף איז אויך געווען אן אפיקורס...!

חסיד פון ליטא » מאנטאג יוני 28, 2021 11:32 pm

· #476801
Re: ביקורת המקרא - 101
רביה''ק זי''ע
א זיס שטיקל האב איך יעצט געטראפן אויף וויקיפעדיע אינעם ערך אויף די ערשטע רבי יהודה החסיד, וז״ל:

פירושו של רבי יהודה החסיד לתנ"ך

בשנת 1975, פרסם הרב החוקר יצחק שמשון לנגה את החיבור "פרושי התורה לר' יהודה החסיד" מתוך כתבי יד עתיקים. הטקסט הבלתי מצונזר של ר' יהודה החסיד מכיל מעט עמדות הנראות חורגות מן הפרשנות המקסימליסטית לאמונת תורה מן השמים בנוגע לתוספות אנושיות לטקסט המקראי בנוסח ביקורת המקרא. כך למשל, כתב ר' יהודה החסיד כי את הפסוק (בספר בראשית) 'וישם את אפרים לפני מנשה' כתב יהושע בן-נון או אנשי כנסת הגדולה; או שחלק מפרשת שמונה המלכים שמלכו באדום (בספר בראשית) נכתבה על ידי אנשי כנסת הגדולה; או ששירת ישראל על הבאר (בספר שמות) הייתה בעצם 'הלל הגדול' הנמצא בתהלים; או שבארה של מרים לא הייתה ולא נבראה. קטעים אלה עוררו סערה בעולם החרדי. בעקבות לחצים של רבנים חרדיים (למשל: הרב משה פיינשטיין וראה למטה), נאלצה הוצאת הספרים להוציא דפים חדשים לספר, כשהקטעים הביקורתיים נמחקו.

לעומת זאת הרב משה פיינשטיין כתב שפירוש התורה של רבי יהודה החסיד מזויף הוא, ואינו של רבי יהודה החסיד, והאריך לבאר שהמזייף הוא גם שקרן וגם אפיקורס.

איין הערה האב איך נאר אויף רמ״פ, די פירוש איז אפיקורסת ווייל ס׳איז מזוייף אדער ווייל ס׳איז אפיקורסת מוז זיין אז ס׳איז מזוייף? [emoji38]

ומי הוא שרואה את אלו כופרין ואינו כופר...
ס'גייט נאך ווייטער, שפעטער האט מען געטראפן אין ספר ציוני (א מקובל בתקופת הראשונים) וואס איז מצטט דעם ר' יהודה החסיד (איבער די שירה דאכציך) און הגרמ"פ ז"ל איז אויך מפקפק אויף דעם ציוני (וואס איז געווען אנגענומען ביז דאן).

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 28, 2021 11:54 pm

· #476802
אנדערע זענען מפקפק אין רמ״פ און פטור אן עסק, און אזוי איז אויך מער אויסגעהאלטן על פי הלכה, עד אחד במקום שני עדים אינו כלום. הדא הוא דכתיב על דאטפת אטפוך.

**יעצט נאכקוקענדיג דעם אגרות משה זעה איך אז ער זאגט נישט אז די פירושים פונעם ציוני/רבי יהודה החסיד זענען נישט אמת, ער זאגט נאר אז ס׳איז כפירה, און מיר ווייסן דאך פונעם אברבנאל אז כפירה און אמת זענען לאו דווקא א סתירה. לויט דעם קען אלעס שטימען, דער ציוני האט עס געשריבן ווייל ס׳איז אמת, רמ״פ האט עס נישט ליעב געהאט ווייל ס׳איז כפירה טראץ וואס ס׳איז אמת. און ביידע זענען גערעכט, סיי ס׳איז אמת און סיי ס׳איז כפירה וקלו וקלו דברי אלקים חיים.

תוהו ובוהו » דינסטאג יוני 29, 2021 12:59 am

· #476806
Re: ביקורת המקרא - 101
אויפן ציוני זאגט ער 'הביא בלי עיון', אבער אויף ריה''ח זאגט ער ס'מזויף, ועל דרך שנפסק בכל הפוסקים שריה''ח אינו אפיקורס, וגם נפסק שזה אפיקורסות. הוי אומר מזויף הוא..

(אויפן ציוני קען ער נישט זאגן מזויף ווייל ס'אן אלט ספר, ווידער ריה''ח איז א אומבאקאנטע כת''י..)

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 29, 2021 5:28 am

· #476817
רביה''ק זי''ע
אנדערע זענען מפקפק אין רמ״פ און פטור אן עסק, און אזוי איז אויך מער אויסגעהאלטן על פי הלכה, עד אחד במקום שני עדים אינו כלום. הדא הוא דכתיב על דאטפת אטפוך.

**יעצט נאכקוקענדיג דעם אגרות משה זעה איך אז ער זאגט נישט אז די פירושים פונעם ציוני/רבי יהודה החסיד זענען נישט אמת, ער זאגט נאר אז ס׳איז כפירה, און מיר ווייסן דאך פונעם אברבנאל אז כפירה און אמת זענען לאו דווקא א סתירה. לויט דעם קען אלעס שטימען, דער ציוני האט עס געשריבן ווייל ס׳איז אמת, רמ״פ האט עס נישט ליעב געהאט ווייל ס׳איז כפירה טראץ וואס ס׳איז אמת. און ביידע זענען גערעכט, סיי ס׳איז אמת און סיי ס׳איז כפירה וקלו וקלו דברי אלקים חיים.

רביה"ק זי"ע: גיי פארצייל עס פאר די לאבוסעס (אזוי ווי מ.וו) וועלכע האבן געמאכט פאוני קאללס צו ר' מעישעה ווייל ס'איז זיי נישט געפעללן (די ראצערס) ר' משה'ס א פסק...!

כרם זית » דינסטאג יוני 29, 2021 9:26 pm

· #476882
דאס איז אבער זיכער אז רביה"ק (המזויף) איז אן אפיקורוס, כדין מבזה תלמיד חכם.

אגב, ר׳ מנשה קליין אין תשובה נעמט זיך יא אן אויף די ספר. און רש"ז איז כמדומה געווען פארעוו, לאזנדיג דריקן אן די שטיקלעך.

דאס איז אבער זיכער, אז נישט חתנה האבן מיט צוויי ווייבער איז זיכער א צוגעלייגטע פסוק...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 29, 2021 9:35 pm

· #476883
כרם זית
דאס איז אבער זיכער אז רביה"ק (המזויף) איז אן אפיקורוס, כדין מבזה תלמיד חכם.

פארקערט, איך נעם מיך אן פאר די כבוד פון רבי יהודה החסיד, רבי מנחם ציוני, רשב״ם, און אבן עזרא. אויב עפעס איז איינער אנדערש אן אפיקורוס פאר׳ן זיי מבזה זיין, טינק אבאוט איט.

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג יולי 1, 2021 12:40 am

· #476974
Re: ביקורת המקרא - 101
תוהו ובוהו
אויפן ציוני זאגט ער 'הביא בלי עיון', אבער אויף ריה''ח זאגט ער ס'מזויף, ועל דרך שנפסק בכל הפוסקים שריה''ח אינו אפיקורס, וגם נפסק שזה אפיקורסות. הוי אומר מזויף הוא..

(אויפן ציוני קען ער נישט זאגן מזויף ווייל ס'אן אלט ספר, ווידער ריה''ח איז א אומבאקאנטע כת''י..)

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
אז די רשב"א זאל מצטט זיין פון א ספר אז מ'מעג בועל זיין אן אשת איש וואלט מען אויך געזאגט הביא בלי עיון?

רביה''ק זי''ע » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 12:13 am

· #481534
היינט האב איך מיך עפעס אנגעשטויסן אין דעם בלאג וואס רעדט איבער די שייכות פון ראש השנה און דעם Akitu festival, ער זאגט נישט קיין מורא׳דיגע חידושים נאר איין פאראגראף איר מיר געפאלן וואו ער צוטיילט צווישן ״הויעכע ביבלישע קריטיק״ (וואס איך קען פארשטיין פארוואס א פרומער איד זאל האבן א פראבלעם דערמיט) און ״נידעריגע ביבלישע קריטיק״ (וואס מ׳טרעפט שוין אין ראשונים און איך קען בשום אופן נישט פארשטיין וויאזוי מ׳קען עס לייקענען, סיידן אז איינער האט אן ענין צו בלאפן), וז״ל:

Now, as for the High Criticism claims that Rosh HaShanah has its origins and timing in the Akitu festival of ancient Babylon, I first need to explain what “higher criticism” is. Sadly, it was a method of Biblical criticism that was very popular in the eighteenth, nineteenth and early twentieth century but has now fallen into disfavor based on the windfall of archaeological evidence gathered over the last 150 years. “Lower” or textual criticism is a way of evaluating the Biblical text via actual documents–one can use it to evaluate textual differences between manuscripts. It is useful when manuscripts don’t match up exactly, as in the case between the modern Masoretic Hebrew Bible and the earlier manuscripts found in the Dead Sea Scrolls. But Lower criticism uses actual evidence. Higher criticism, on the other hand, is a very subjective approach to the text that is highly dependant on theories and sometimes, purely wishful thinking. Higher criticism is based on some pretty significant assumptions–and challenges the legitimacy and authorship of the Scriptures. According to much of higher criticism, the Torah was not written by Moses, who might have been nothing but a fictional character–but was penned during and after the Babylonian exile by various groups. Higher criticism is where the ideas of the “Deuteronomy hypothesis,” lunar sabbath, and the Babylonian Akitu origins of Rosh HaShanah came from. Higher criticism tends to want to find “natural” and “non-divine” origins in everything–it actively undermines the historical authenticity of the Bible’s claim that it was written when it was claimed to be written, and by who it was claimed to be written. Sabbath just has to be tied to ancient lunar cycles, it couldn’t possibly be divinely ordained, and the Feasts need to be explained away as copies of Canaanite celebrations, again, they can’t possibly be of divine origin. According to this line of thinking, the Jews in exile, desperately seeking to remain a people, wrote the Bible in order to give their beliefs more credibility. That is the nutshell view of higher biblical criticism. It has also greatly affected many teachings about the origins of Christianity, many of which are based on unproven or disproven theories.

Anyway, the idea that Rosh HaShanah is based on Akitu is completely unsubstantiated–purely theoretical. Not only is there no proof, but there are factors weighing against it. First of all, I have no reason to believe the Bible was first written during the exile. I believe that the Bible is telling the truth when it talks about Moses writing everything down. Heck, I believe that Moses, Aaron, Mirian, Abraham, Isaac and Jacob are real people. I believe they celebrated the Feasts, all of them, before the exile. I don’t think that the priestly class created the Bible as job security. You can call those wild assumptions, but I presume that no one would take the time to read this if they didn’t take the Bible as a truthful document.

מאטי » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 8:57 am

· #481550
איך זע נישט פארוואס צוטרעפן און משווה זיין פון אנדערע קולטור'ן אין מזרח הקדום מוז גערופן ווערן קוואט אן קוואט "הויעכע קריטיק" האט נישט דער רמב״ם געשריבען אזוי לגבי קרבנות? ס'איז כלל נישט קיין סתירה צום ''עלעמענט אף דעוויניטי" ס'איז שכל'דיג צו זאגן אז ריטועלס זאלן האבן ענדליכקייטן צו די ארומיגע קולטורן

מיין אמת » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 10:03 am

· #481556
Re: ביקורת המקרא - 101
נאך מער ה' האט געגעיבען די תורה פאר די מענטשען וואס האבען געלעיבט אין יענע סארטן קאלטור'ן אין זיי געטיטשט די מערסטע וויפיל מ'האט געקענט לויט די דעמאלטסדיגע לעוועל פין די מענטשהייט

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

לייבל שטילער » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:38 am

· #481562
אפילו די תורה אליינ'ס האט נישט מורא געהאט צו רופן די שלש רגלים 'חג האסיף, הקציר וכו'.

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 3:27 pm

· #482047
די ערשטע טעג יו״ט סוכות בין איך געווען ביי מיין ברידער. די ווייב זיינער, מיין שוועגערין, האט א חבר׳טע א דאקטאר וואס איז מאדערן-ארטאדאקס און איר מאן איז אן אדוואקאט. זיי זענען אריבערגעקומען צו מיין ברידער פאר איין סעודה. בתוך די שמועס האבן זיי זיך אויסגעדרוקט אז ״זיי האַסן חסידים״ אלס זייער זיין רעפּרעסיוו צו פרויען וכדומה. וממילא שמועסענדיג מיט׳ן מאן האבן אונז גערעדט פון זיין אַווערזשען צו חסידיזם ומיסטיקה בכלליות און אז ער האלט נישט פון קדמות ספר הזוהר.

שפעטער אינעם שמועס, וואו ס׳האט זיך אביסל פארקירעוועט און עס איז אריינגעקומען, האב איך מיר ערלויבט צו זאגן אז ספר דניאל איז לכאורה געשריבן געווארן אן ערך פון 300-400 יאר נאך די תקופה וואס עס פארציילט איבער. דאס איז באזירט אויף דעם אז די טעאלאגישע דאקטרינעס און די עפּאַקעליפּטיק/אחרית הימים טעמעס און מהלכים דערין האבן אָנגעהויבן בסתם צו פּראַפּאַגעיטן אין יענע תקופה (כדוגמת ספר זכריה וואס מ׳האט טאקע געליינט אויף יו״ט) און מען טרעפט עס נישט פריער, עס האט אין זיך ווערטער וואס (עפ״י פילאלאגיע) זענען נישט גענוצט געווארן אין די תקופה וואס עס אָנגעבליך פארציילט איבער, קיין איינע פון די ספרים וואס מ׳ווייסט יא זענען געשריבן אין פריערדיגע תקופות ציטירן נישט פון זיינע רייד (און חוקרים נעמען אָן אז הגם ספר יחזקאל דערמאנט יא א מענטש דניאל איז ער אבער א מיטישע פיגור) וכו׳ וכו׳. עס האט אים געשטערט און ער האט מיר אָנגעהויבן צו אטאקירן (עד האָמינעם (טאקע אזוי ווי א חסיד וואס ער האַסט…)) און צו רופן א ״קאַנספּירעסי גלויבער״, הלמאי איך האלט אז דער מחבר פונעם ספר האט פאלשערהייט געשריבן כאילו זיי זענען (די אנשי כנה״ג) פון די פריערדיגע דורות נישט לאנג נאך דניאל, ווען די נבואות׳ן דערינען זענען נאך נישט מקויים געווארן [למשל בנוגע מלכות יון], און דער מחבר האט געוואלט פאר׳נאַר׳ן מענטשן. ער האט גע׳טענה׳ט אז די מסקנות פון די חוקרים דערין זענען נישט מאסגעבענד און מ׳דארף בלייבן ביים הנחה אז עס איז געשריבן געווארן אין די געגענט פון די תקופה וואס עס רעדט זיך איבער; וואס קומט ארויס פון די ספר אליין. (ענליך האבן אונז גע׳טענה׳ט לגבי מגילת קהלת.)

האב איך אים געפרעגט אז וואס איז די חילוק בין זה, וואס ער וויל נישט אָננעמען די מסקנות פון די חוקרים (די צו וואס זיי זענען אלע מער-ווייניגער מסכים), און ספר הזוהר וואו ער נעמט זיי יא אָן? (וכידוע קען מען לכאורה מאכן א שטערקערע קעיס פאר׳ן זוהר אז עס ווערט צוגעברענגט, עכ״פ חלקים דערפון, שוין פון פריער, ווי איידער פאר ספר דניאל.) איה״נ אז, צב״ש, די טענה פון דאס אז עס ווערט נישט צוגעברענגט פון פאר די תקופה וואס די חוקרים געבן אָן איז בעצם טאקע אַן ארגומענט פון איגנארענץ אבער ביים זוהר געבט ער דאס יא אָן אלס א טענה לחזק. דארט האט ער אויך נישט די פראבלעם אז ס׳איז א ״קאנספּירעסי״ פון די מחבר(ים) דאס אָנצוגעבן אלס רשב״י׳ס ווערק (ותלמידיו) וואס שטייט אויך בפירוש אין ספר.

ער האט זיך גענומען מאכן חילוקים וואס כ׳האב נישט אינגאנצן פארשטאנען. ער האט אויך געהאט גע׳טענה׳ט אז איך פארלאז זיך צי שטארק אויף די עקספּערטן׳ס קאָנסענסוס. האב איך אים געזאגט אז איך זעה נישט דערין א גרויסע חילוק צווישן זיך פארלאזן אויף די עקספּערטן אין דעם (מיט אן איבערבליק פון טענותיהן וראיותיהן) און צווישן זיין אָננעמען, צב״ש, קלימאט טויש און אז עס איז (בעיקר) אנטראָפּאָדזשעניק [מכח מענטשן] וואס ער נעמט יא אָן, נישט זייענדיג א קליימעטאַלאַדזשיסט און גלייבענדיג די עקספּערסטן׳ס קאָנסענסוס אין דעם (מיט אן איבערבליק פון טענותיהן וראיותיהן). ער האט אויך געמאכט עפעס א חילוק דערין וואס כ׳האב נישט געהעריג פארשטאנען. איך האב איינגעזעהן אז כלתה אלי הרעה און ער ווערט אלס מער און מער צוהיצט (זיין ווייב האט זיך גענומען אפרעדן אז איך רעד כפירה) און איך בין געבליבן שטיל געבענדיג אים דאס לעצטע ווארט.

די געדאנק איז אז פאר׳ן זוהר, פאר וועלכעס ער האט נישט קיין דאגמאטישע הנחה קדומה איבער איר אָטענטישקייט לגבי וואס עס געבט אָן אין זיך, גייט ער אָננעמען די קריטיסיזם איבער איר אָטענטישקייט און זיי זענען ביי אים באמת מאסגעבענד. משא״כ דארט וואו ער האט א דאגמאטישע הנחה קדומה איבער איר אָטענטישקייט (וואס רירט שוין אָן אין זיין עצם אידענטיטעט אויך) וועט ער אט די זעלבע טענות נישט אָננעמען. אזוי ווי פרידריך שלייערמאכער האט געזאגט, ״עס איז נישט אז איך גלייב אינעם בּייבּל און דעריבער גלייב איך אין ג-ט. נאר ווייל איך גלייב אין ג-ט דעריבער גלייב איך אינעם בּייבּל [אז עס איז דברו, אינערענט וכו׳ וכו׳].״ והיינו נמי טעמא פון זיין קעגן בּיבּלישע מינימעליזם בכלל וכל המסתעף ממנה.

תוהו ובוהו » דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 6:55 pm

· #482051
Re: ביקורת המקרא - 101
Like
ווען @מי אני און @בערל בעל עגלה קומען זיך צאם אין א תגובה..[emoji3]

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 8:33 pm

· #482052
זאגסט, ווייל ספר דניאל איז דאך סעט בימי הפרסיים, און ווי אויך טענה׳ט דר. טשוּן-ליאָנג סיאָ אז קהלת, וואס אויף דעם איז אויך געווען די דין ודברים, איז אויך מימי הפרסיים. נו, איז ווען מען וויל דורכטוהן דעם ״מי״ המחבר פון די ספרים, עכ״פ וועלכע תקופה, און די דין ודברים איז מימי הפרסיים, דארף מען אויך דעם ״דוב״ אשר הפרסיים נמשלו בו (עיין לדוגמא במגילה יא. וביומא עז.)… 😃

‏וממילא איז עס ״like״, נישט ״love״, ווייל זיי זענען דאך צנוע בתשמיש (ברכות ח:)…

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 12:46 pm

· #482065
מי אני
(און חוקרים נעמען אָן אז הגם ספר יחזקאל דערמאנט יא א מענטש דניאל איז ער אבער א מיטישע פיגור)

סתם למען הפונקטליכקייט, די ספר יחזקאל דערמאנט א מענטש מיט׳ן נאמען דנאל, נישט דניאל. בכלל איז די צאמשטעל צווישן דנאל מיט דניאל א שטיק לצנות ווייל דניאל איש חמודות קומט בכלל נישט אריין צווישן נח און איוב, די גוי׳אישע צדיקים וואס גאט וועט ראטעווען ווען אלעס ארום זיי גייט כאדאראם. ווי אויך, לויט יענעם, וואלט די סדר געדארפט זיין נח איוב ודניאל, נישט נח דנאל ואיוב ווי ס׳שטייט אין פסוק.

מי אני » מוצ"ש אקטאבער 2, 2021 8:52 pm

· #482315
הרב חיים הירשנזון זאגט אין זיין מלכי בקודש אז נאר דער וואס זאגט אז [דער מענטש] משרע"ה בדה מלבו דברים ממש [בשאט נפש] איז דער וואס גייט קעגן די אכטע (און זיבעטע) עיקר פונעם רמב"ם. סתם בּייבּל קריטיק, העכערע און נידעריגע, איז נישט בכלל זה, הגם עס איז בגדר "פטור אבל אסור".

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 2, 2021 9:29 pm

· #482319
תוהו ובוהו
Like
ווען @מי אני און @בערל בעל עגלה קומען זיך צאם אין א תגובה..[emoji3]

תוהו ובוהו: דו מוזסט האבן רוח הקודש (אדער רוח הקאקאש). ווייל דו האסט פרעדיקטעד אז איך גיי לייקן מי אני'ס תגובה. איך האב ערשט געגעבן דעם לייק נאכדעם וואס כ'האב געליינט דיין תגובה...לאל

יעקב מעקסוועל » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 11:59 pm

· #482650
אזויווי מען האט נאכאמאל אנגעפאנגען בראשית, איז אינטערסאנט צו זען וואס שפרינגט ארויס פון די פרשיות, (איך בין נישט קיין מומחה אין ביקורת המקרא בכלל).

די ערשטע קאפיטעל אין די תורה הייבט זיך אן זייער סיסטעמאטיש. ער לייגט אראפ 7 טעג, קודם הייבט מען אן מיט תהו ובוהו, מען איז מסדר טונקל/ליכטיג, די וואסער, די יבשה, מען לייגט אראפ גראז, מען הענגט אויף די זון און די לבנה, מען מאכט פייגלעך, פיש, בהמות, חיות, און ענדליך קומט מען אן צום תכלית מען מאכט א מענטש זכר ונקיבה.

יעדן טאג איז מסודר פאר זיך, ויהי ערב ויהי בוקר. ווען די וועלט איז געענדיגט מאכט גאט א רו טאג אינעם זיבעטען טאג. אגב, ער שרייבט נישט וויאזוי גאט הייסט, ער רופט דעם באשעפער פשוט אלוקים.


ווען מען קומט אן צו קאפיטעל ב' פסוק ד' טוישט זיך די גאנצע זאך, מען זעט קלאר עס איז נישט די זעלבע שרייבער, און ער הייבט אן מיט א פרישקייט "אלה תולדות שמים והארץ בהבראם". די שרייבער ווייסט נישט בכלל פון די אנדערע פסוקים, ער הייבט אן די מעשה פון אנהייב. אויך באציט ער זיך צום באשעפער מיטן נאמען "הווי' אלוקים", די גאט הווי'.

ער שרייבט די מעשה אינגאנצען אנדערש פון פריער, און ער שרייבט נישט אזוי סיסטאמאטיש, נאר אסאך מער דראמאטיש און פאעטיש. "וכל שיח השדה טרם יהיה בארץ, וכל עשב השדה טרם יצמח". עס קומט ארויס א וואלקן און עס טרונקט אן די ערד, גאט מאכט אדם, בלאזט אריין חיות אין זיינע נאז לעכער, און די גן עדן ווערט איינגעפלאנצט מיט "כל עץ נחמד למראה וטוב למאכל..." עס פליסן טייכן, און יעצט גייט מען זוכן אן עזר כנגדו. נאכן קוקן צווישן אלע חיות בהמות און עופות און נישט טרעפן גארנישט, נעמט הווי' א ביין פון אדם אינמיטן שלאף און מאכט דערפון חוה.

אזוי בלייבט עס די זעלבע סטייל די מעשה פון די עץ הדעת, קין והבל, ביז קאפיטעל ה'. דארט הייבט זיך צוריק אן מיטן גאנצע סדר, "זה ספר תלדת אדם", זעט אויס צוריק צום ערשטען שרייבער. ער רופט דעם באשעפער אלוקים, ער רעכנט אויס אויף א סיסטעם ווער האט געבוירן וועם, און ווען מען איז געשטארבן. אפילו ווען ער דערמאנט א מעשה פון חנוך, מאכט ער נישט קיין דראמא דערפון, "כי לקח אותו אלוקים" און געגאנגען ווייטער...

קאפיטעל ו' גייט צוריק צום צווייטן שרייבער, און די דראמא פאנגט זיך אן... בני אלוהים זענען זיך משדך מיט די בנות האדם, גבורים ווערן געבוירן, מענטשן זענען שלעכט, "יצר מחשבות לבו רק רע כל היום" און הווי' האט חרטה אויף די גאנצע מעשה.


אבער נישט אלעס איז פארלוירן, נח מצא חן בעיני הווי'..!


המשך יבוא בעזרת הווי' ואלוקים והכהנים און די רעדאקציע...

תוהו ובוהו » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 12:23 am

· #482651
Re: ביקורת המקרא - 101
שיין אראפגעלייגט

איין קליינע הערה, אין פסוק איז נישטא קיין שום 'מעשה' מיט חנוך, ער איז בלויז געשטארבן יונג.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 12:25 am

· #482652
מ׳רעדט דאך אז מ׳גייט מיט׳ן הנחה אז די ספרים חיצונים וואס מאכן א גאנצע ברייטל פון דעם חנוך זענען פארפאסט געווארן, אדער לכה״פ צאמגעשטעלט געווארן, אין בערך דעם זעלבן תקופה, אבער דער טרוקענער שרייבער האט נישט געטראפן פאר וויכטיג צו רעדן דערפון.

תוהו ובוהו » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 12:42 am

· #482654
Re: ביקורת המקרא - 101
ספר חנוך איז געשריבן געווארן א שיינע פאר הונדערט יאר נאכן כתיבת בראשית סיי לויטן ממסד הדתי און סיי לויט מבקרי המקרא, אפגערעדט אז אין ''אנגענומענע'' אידישע מקורות איז עס אריין היפש שפעטער (אונקלס?)

בכל אופן האט דאס נישט צוטוהן מיט ביקורת המקרא, פונקט ווי חז''ל'ס דראמאטישע סיפורים איבער אדם, אברהם וכו' וכו' האט נישט צוטוהן מיט ביקורת המקרא, ווילסט גלייבן גלייב, ווילסט פרעגן ווי דער אב''ע אויב ס'איז אמת פ''וו שטייט עס נישט, דאן גלייב נישט.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 10:02 am

· #482672
יעקב מעקסוועל: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיין אפשאצונג. רש"י זאגט דאך א טעם פארוואס אין אנהייב פרשה שטייט ..."אלוקים"... און שפעטער שטייט ..."ה' אלוקים"...ווייל אין אנהייב איז די וועלט באשאפן געווארן מיט די מידת הדין. און נאכדעם האט הקב"ה איינגעזעהן אז די וועלט קען נישט האבן קיין קיום. האט ער משתף געווען מידת הרחמים.

אויך דער סטיל פון שרייבן די פסוקים מוז נישט זיין אז ס'ענען געווען 2 אדער מערער שרייבערס און פארפאסערס, נאר אין אנהייב זאגט דער פסוק א כלליות'ידן בילד. און נאכדעם געט ער מער דיטעילס און טעמים...!

פאר מיר איז די תורה גוט אזוי ווי זי איז. איך זוך נישט קיין ביבל קריטיק. אויב פארשטיי איך עפעס נישט איז עס מיין פעלער. איך דארף מיך פלאגן דאס צו פארשטיין..

איך האב פונקט נעכטן געזעהן א קליפ פון א (רעפארם) ראביי, ראובן פייערסטאון. (אפילו) ער, ברוב צידקתו מאכט א שטארקע נקודה פארוואס ער ווילל נישט אנרופן די תורה/תנ"ך די אלד טעסטאמענט. נאר ער רופט עס ..."די היברו בייבל"...! ער טענה'ט אז די קריסטליכע פיהרערס האבן עס אנגערופן אזוי כדי צו ווייזן אז דער אלטער בונד/טעסטאמענט וואס דער אייבישטער האט געמאכט מיט די אידן איז שוין מער נישט גילטיג. אז דער אייבישטער האט געמאכט א נייעם בונד/טעסטאמענט מיט זיי, די קריסטן...!

יעקב מעקסוועל » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 12:32 pm

· #482684
ר' בערל, נישטא קיין שום סיבה זיך אריינצולייגן אין די ענינים, ראשונים און אחרונים זענען שוין מסביר גאר אסאך פירושים איבער אלע סתירות און חילוקים פון איין שטיקל תורה צו די אנדערע, על דרך פשט רמז דרוש און סוד, אויך קען מען אסאך פסוקים פארשטיין ע"פ קבלה. ווי דו שרייבסט, די תורה איז גוט ווי זי איז.

די גאנצע שמועס דא איז נאר פאר איינער וואס וויל יא רעדן איבער די ענין, עס איז נישט מחייב קיינעם.


תוהו ובוהו
איין קליינע הערה, אין פסוק איז נישטא קיין שום 'מעשה' מיט חנוך, ער איז בלויז געשטארבן יונג.

הייסט אפילו די ביסל דראמא וואס איך זע דארט איז אויך נאר פון מיין דמיון וואס איך ווייס פון אנדערע פלעצער, איך הער.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 10, 2021 8:39 am

· #482904
מי אני
הרב חיים הירשנזון זאגט אין זיין מלכי בקודש אז נאר דער וואס זאגט אז [דער מענטש] משרע"ה בדה מלבו דברים ממש [בשאט נפש] איז דער וואס גייט קעגן די אכטע (און זיבעטע) עיקר פונעם רמב"ם. סתם בּייבּל קריטיק, העכערע און נידעריגע, איז נישט בכלל זה, הגם עס איז בגדר "פטור אבל אסור".

אמאל פלעג איך זאגן אז איך בין פטור ווייל אונס רחמנא פטריה, ד.ה. ווען איך האב אנגעפאנגען לערנען ביקורת המקרא בין איך צוגעגאנגען מיט א מה נפשך, אויב איז ״אידישקייט״ אמת וועל איך דאך זיכער סוף כל סוף צוקומען צו דעם מסקנא סייווי ווייל איך זוך דאך דעם אמת (די כופרים רוצחים אפיקורסים בייבל קריטיקירער זענען דאך נאר דא להשמיד ולאבד און סתם קריטיקירן די הייליגע תורה, איך בין דאך אבער נישט פון דיע), ווידער אויב איז ״אידישקייט״ חס ושלום חלילה וחס נישט אמת איז דאך זיכער גוט, ווען מ׳זאגט מיר ווען פון פריער אז אידישקייט איז באזירט אויף אן אנדערן סארט ״אמת״ וואלט איך ווייט געשטאנען פון די אלע ספרים למיניהם כמטחוי קשת. אבער באמת בין איך אסאך מער ווי סתם אן אונס, ס׳איז א בחינה פון מתה מחמת מלאכה. ווען איך וואלט געווען א פרוי וואס מוז נישט לערנען וואלט מען מיר געקענט פרעגן ווער האט דיר געבעטן צו לערנען רשב״ם און אבן עזרא וואס שרייבן כפירה, אזויווי אבער איך בין א מאן וואס האט א מצות עשה דאורייתא צו לערנען תורה און איך האב פשוט געטוהן וואס איך האב געדארפט צו טוהן בין אין א מתה מחמת מלאכה מיט אלע מפרשים, צו די מאדערנע ביקורת המקרא בין איך נאר אנגעקומען שוין נאכ׳ן ווערן פאר׳סמ׳ט פונעם אבן עזרא וואס איינמאל כ׳האב שוין דארט געהאלטן האט עס שוין צופיל נישט אויסגעמאכט.

מי אני » זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:05 am

· #482908
אזוי הייבט ער טאקע אָן די תשובה (סעיף א): 📎 13007288-AC9A-42E8-B994-C37920111470.jpeg

מי אני » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 11:52 am

· #483046
דאס איז וואס דר. ריטשערד עליאט פריעדמאן שרייבט:

Until the past generation there were orthodox Christian and Jewish scholars who contested the Documentary Hypothesis in scholarly circles. At present, however, there is hardly a biblical scholar in the world actively working on the problem who would claim that the Five Books of Moses were written by Moses — or by any one person. (There are many persons who claim to be biblical scholars. I refer to scholars who have the necessary training in languages, biblical archeology, and literary and historical skills to work on the problem, and who meet, discuss, and debate their ideas and research with other scholars through scholarly journals, conferences, etc.) Scholars argue about the number of different authors who wrote any given biblical book. They argue about when the various documents were written and about whether a particular verse belongs to this or that document. They express varying degrees of satisfaction or dissatisfaction with the usefulness of the hypothesis for literary or historical purposes. But the hypothesis itself continues to be the starting point of research, no serious student of the Bible can fail to study it, and no other explanation of the evidence has come close to challenging it

לייבל שטילער » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 4:53 pm

· #483154
כפול

לייבל שטילער » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 4:54 pm

· #483155
פארוואס איז https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=48&t=14867&start=25#wrap אשכול פארשפארט און דאס איז אפען? כ'פרעג סתם פאר נייגער.

יתרו » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 6:34 pm

· #483161
לייבל שטילער
פארוואס איז https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=48&t=14867&start=25#wrap אשכול פארשפארט און דאס איז אפען? כ'פרעג סתם פאר נייגער.

לייבי וואס האסטו אויסגעזאגט?? יעצט גייט דע רעבע פארשפארן דע אשכול אויך.

שפילער » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:48 pm

· #483299
יתרו
לייבל שטילער
פארוואס איז https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=48&t=14867&start=25#wrap אשכול פארשפארט און דאס איז אפען? כ'פרעג סתם פאר נייגער.

לייבי וואס האסטו אויסגעזאגט?? יעצט גייט דע רעבע פארשפארן דע אשכול אויך.

מסתם איז דעס זיין ציל

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:57 pm

· #483300
לייבל שטילער
פארוואס איז https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=48&t=14867&start=25#wrap אשכול פארשפארט און דאס איז אפען? כ'פרעג סתם פאר נייגער.

לכאורה ווייל דיעס אשכול איז נאר דן ״איבער״ ביקורת המקרא ווי איינער וואס קוקט צו פון די זייט און איז שוקל צדדים לכאן ולכאן, יענע אשכול ווידער קומט מיט א וועלטסאויסקוק כאילו ס׳נישט דא במציאות עפעס אנדערש אויסער ביקורת המקרא, ביקורת המקרא איז here to stay by hook or by crook, ס׳קען פשוט נישט זיין כפירה ווייל ס׳דאך אזוי אמת, אפילו די קעפל ״אן אפשאצונג איבער די תורה שריפטן״ מאכט א רושם כאילו מ׳קומט דא אנאליזירן עפעס אור-אלטע כינעזע שריפטן.

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:06 am

· #486113
📎 91A91E0E-4100-4DFF-8D33-F790AE980DB0.jpeg
הרב דר. נתן אופיר בשם דר. רפאל יהודה צבי ורבלובסקי. (אופיר אליינס האט דאס אביסל אויסגעברייטערט.)

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:26 pm

· #487830
📎 EC880EFA-8437-4F8F-BD30-B50349F2C6A1.jpeg
‏הרב דר. דוד ווייס-הליבני.

מי אני » דינסטאג יאנואר 18, 2022 12:22 pm

· #491941
דאס איז וואס דר. מאַרק צבי בּרעטלער ענטפערט אויף דר. יהושע בּערמאן:
Berman is correct that mainstream biblical scholars continue to debate exactly how the Torah came into being. So what? All academics, “even” scientists, debate and refine, or even change, their positions over time. Indeed, claiming that all parts of the Torah are equally ancient and accurate because scholars cannot agree on its precise compositional development is like saying that there is no evolution because scholars debate details of that process

. . .

Biblical scholarship is a discipline of the Humanities, where we must (proudly) acknowledge that we deal with likelihoods rather than scientific proofs. Like many academic fields, we collect evidence, debate what is evidence, debate how evidence should be interpreted, and consider how different pieces of evidence should be weighed — all the time trying to factor in our own biases, our own humanity

We must each be honest about our presuppositions, and less certain that we have discovered the correct answer, though we must present the most likely solution. We must be civil. And most importantly, for those of us who care about the Bible, its original meaning, and its composition, we must acknowledge that, as we try our best to find the most plausible answer, we will never answer such questions with certainty

מי אני » מיטוואך יאנואר 19, 2022 9:32 am

· #492043
לגבי הספר תורה שמצא חלקיהו הכהן שרייבט דער עיקרים (מאמר ג פכ״ב):
התורה שהיא בידינו היום לפי משך הקבלה מאבות לבנים היא שנתנה למשה בסיני בלי שנוי כלל, וזה כי בזמן בית ראשון שהיו הכהנים ומורי התורה בבית המקדש והתורה מפורסמת בפי הכל אי אפשר לה שתקבל שנוי, ואף על פי שהיו בהם מלכים עובדים עבודה זרה, כן גם כן היו נמצאים עמהם נביאים כל אותן הימים עד החרבן ומזהירין את ישראל על שמירת התורה. ומה שמצינו ביאשיהו שחרד חרדה גדולה על ספר התורה שמצא חלקיהו הכהן בית ה', לא שלא היה נמצא בידם ספר תורה או פתשגן כתב הדת, שהרי ירמיה הנביא היה קיים, אלא לפי שאמון ומנשה היו עובדי עבודה זרה ומכעיסין את השם, עד שאמרו רבותינו ז"ל כי מנשה היה קודר את האזכרות וכותב שם עבודה זרה תחתיהם, לפיכך חשש אחד מן הכהנים שאם יבא ליד המלך ספר התורה שכתב משה שיקדור את האזכרות שבו, ובעבור זה גנזו בין שורות הבנין, ואחר כך בימי יאשיהו אשר שב אל השם בכל לבבו ובכל נפשו ובכל מאדו ככל תורת משה, חפשו אחר הספר הזה ולא מצאוהו, וכשחזקו את בדק הבית מצאו חלקיה בין שורות הבנין והיה בעיניו כמוצא שלל רב, שלח אל המלך לאמר ספר התורה מצאתי, כלומר ספר התורה הידוע שעשה משה, ולא אמר ספר תורה מצאתי. ומה שחרד המלך יאשיהו על כך וקרע את בגדיו כששמע את דברי הספר, כבר פירשו רבותינו ז"ל בירושלמי טעם הדבר הזה, לפי שספר תורה שעשה משה לתחלתו הוא נגלל, ואותה שעה מצאוהו נגלל בפסוק יולך ה' אותך ואת מלכך אשר תקים עליך וגו', ולפיכך חרד המלך אותה חרדה שחרד, לא בעבור שהיתה התורה נשכחת מהם חלילה.

זוכער » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 10:23 pm

· #493183
לויט די דעבאנקד טעאריע אז דברים איז א שפעטערע געבעקס פון יאשיהו / עזרא אדער גאר גרוינעם,

וואס האבן זיי געוואלט איינרעדן דעם עולים-גוילם מיט דעם חומש דברים געבעקס:

1) אז זיי האבן געטראפן אור-אלטע שריפטן (דברים) וואס קומט נאך פון בארג סיני ס׳איז געווען באהאלטן און מ׳האט עס מכלומרשט יעצט געטראפן?
2) אז זיי האבן געזאגט אז גאט האט זיך מגלה געווען צו זיי יעצט (600 יאר נאך מעמד הר סיני) און גאט האט געהייסן צולייגן די נייע מצוות און פרשיות צום ארגינעלען בייבל?
בלאט: 1 2 3