☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

נופת צופים » זונטאג מערץ 22, 2015 1:52 am

· #260383
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
<a class="postlink" href="https://zaltzvaser.wordpress.com">https://zaltzvaser.wordpress.com</a>

סענט פראם מיי קאושער פאון

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 22, 2015 2:39 am

· #260390
נופת צופים
https://zaltzvaser.wordpress.com

סענט פראם מיי קאושער פאון

נופת צופים: ייש"כ פאר ברענגען דעם לינק. צו ערשט האביך מיך דערשראקן אז דער ארטיקל (אין זאלץ וואסער) באשרייבט מיך. ווייל איך האב אט אזעלכע פאנטאזיעס. צו זיין א מולטי ביליאנער און נאכאלס אנהאלטן די בעל עגלה פאסטן. נאר אויכעט איינס פון מיינע פאנטאזיעס און חלומות איז, אויב איך וועל בעז"ה (איך ווייס נישט צו אין דעם גילגול אדער אין נעקסטן) ווערן א ביליאנער, און פארמאגן גרויסע בילדינגס אין לאנדאן און מאנהעטן, וועל איך בלי"נ מנדב זיין עטליכע באסעס פאר די ישיבות וואו איך האב שוין געדרייווט. אויך וועל איך געבן חנוכה און פורים געלט פאר די קאסטומערס. נישט אז זיי זאללן דארפן געבן פאר מיר.

נאר אפילו אלס פשוט'ער בעל עגלה, אזוי ווי איך בין היינט. אן די בילדינגס און פעקטאריס, האביך שוין אויכעט געהאט די זכיה צו געבן חנוכה געלט פאר א טייל פון מיינע קאסטומערס. ווער ס'ווייסט דעם ענטפער אויף די היכי תימצא איז געלאדנט צו שרייבן דעם ענטפער דא אויף קאווע שטיבל. ווער ס'וועט צו טרעפן דעם ריכטיגן ענטפער וועט אפשר קענען באקומען (אויב כ'וועל ווערן א גרויסער עושר) בלי"נ א פרייז פון $10,000 דאללער...!

חאצקעל שניידער » זונטאג מערץ 22, 2015 8:08 am

· #260404
איך אויך
חאצקעל שניידער
כהאב געטראפן עפעס א אידישע סייט מיטן נאמען זאלץ וואסער וויסט איינער וואס דאס איז?

ווייסט טאקע נישט?

ניין פון וואו דארף עך צעוויסען?!

אבי גערעדט » זונטאג מערץ 22, 2015 8:11 am

· #260405
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דאס איז א שרייבער פון אייוועלט וואס נאכן פאוסטן זיינע סחורה אויף אייוועלט לייגט ער זיי ארויף אויפן זאלץוואסער בלאג (גאנץ א געשמאקע פעדער גראדע)

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 22, 2015 12:27 pm

· #260437
פון וואו ווייסן אלע גבאי צדקה, בפרט די קמחא דפסחא עסקנים, מי ומי ההולכים? פון וועמען צו נעמען און וועמען צו טיילן? פארוואס יעדע יאר קומען צו מיר די עסקנים בעטן א נדבה, אבער קיינער איז נאך קיינמאל נישט געקומען אפפערן אפאר דאלער פאר יו"ט וועלכע איך קען קוים אדורכשוויצן?

הוגה » זונטאג מערץ 22, 2015 12:34 pm

· #260439
א גבאי פון די קופת עזרא האט מיר אמאל געזאגט אז א יעדע איד מוז אנטייל נעמען אין קמחא דפסחא, אדער נעמט מען אדער גיבט מען. (איך בין נישט פולקאם מסכים, אבער איך הער די נקודה.) ממילא קלער איך אז היות דו גיבסט פארדעם באקומסטו נישט. דער וואס גיבט נישט דער באקומט.

.

לעיקוואד » זונטאג מערץ 22, 2015 12:39 pm

· #260440
שמעקעדיג
פון וואו ווייסן אלע גבאי צדקה, בפרט די קמחא דפסחא עסקנים, מי ומי ההולכים? פון וועמען צו נעמען און וועמען צו טיילן? פארוואס יעדע יאר קומען צו מיר די עסקנים בעטן א נדבה, אבער קיינער איז נאך קיינמאל נישט געקומען אפפערן אפאר דאלער פאר יו"ט וועלכע איך קען קוים אדורכשוויצן?

דער זעלבער יענטא וואס פירט די גאנצע קהילה זאגט זיי אויס.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 22, 2015 12:42 pm

· #260441
שמעקעדיג
פון וואו ווייסן אלע גבאי צדקה, בפרט די קמחא דפסחא עסקנים, מי ומי ההולכים? פון וועמען צו נעמען און וועמען צו טיילן? פארוואס יעדע יאר קומען צו מיר די עסקנים בעטן א נדבה, אבער קיינער איז נאך קיינמאל נישט געקומען אפפערן אפאר דאלער פאר יו"ט וועלכע איך קען קוים אדורכשוויצן?

שמעקעדיג: איך שיק זיי שוין אריין דיין אדרעס... 😂 ...אויב איך ווייס עס... 🙄 דו זאלסט דיך נישט וואונדערן ווען דער גרויסער ריידער רענטל טראק וועט זיך אפשטעללן א טאג פאר עיו"ט פארנט פון דיי הויז און וועט אפ-לאדענען מכל טוב וטוב לכבוד יו"ט...!

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 22, 2015 12:43 pm

· #260443
הוגה
א גבאי פון די קופת עזרא האט מיר אמאל געזאגט אז א יעדע איד מוז אנטייל נעמען אין קמחא דפסחא, אדער נעמט מען אדער גיבט מען. (איך בין נישט פולקאם מסכים, אבער איך הער די נקודה.) ממילא קלער איך אז היות דו גיבסט פארדעם באקומסטו נישט. דער וואס גיבט נישט דער באקומט.

.

דאס איז א ווארט וואס מ'זאגט נאך בשם צדיקי אמת. וועלכע צדיקי אמת, זאג איך נישט. ווייל סאיז קרוב צו א חשש גילוי... 😂 🙄

מאטי » זונטאג מערץ 22, 2015 2:48 pm

· #260475
שמעקעדיג
פון וואו ווייסן אלע גבאי צדקה, בפרט די קמחא דפסחא עסקנים, מי ומי ההולכים? פון וועמען צו נעמען און וועמען צו טיילן? פארוואס יעדע יאר קומען צו מיר די עסקנים בעטן א נדבה, אבער קיינער איז נאך קיינמאל נישט געקומען אפפערן אפאר דאלער פאר יו"ט וועלכע איך קען קוים אדורכשוויצן?

ווען ס'איז אזוי אנגעזעצט, אז די בושות פון בעטן הילף איז א קלענערע דאגה ווי דער מצב אליינס.

הויזן טראגער » זונטאג מערץ 22, 2015 7:29 pm

· #260539
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די אונינג איז אפן אין די פענסטער איז פארמאכט.
אהההה נישט בייגעפאלן...

ונבנתה העיר » זונטאג מערץ 22, 2015 10:32 pm

· #260581
וואס איז די עיקר פסיכאלאגישע סיבה וואס איז גורם צער ביי אזא מעשה ווי די זיבן פארברענטע קינדער.

איז עס די עצם געשעהניש, ווי עס זעהט לכאורה אויס במושכל ראשון.

אדער, איז עס די סוב-קאנטשעס געפיהל אז סאמהאו וואלט מען עס געקענט פארמיידן, עס איז כאילו אן עקסטרע קרעדיט טויט.

למשל, ווען עס וואלט געווען א סכום קבוע וידוע מראש אז צעהן מענטשן שטארבן יעדע יאהר יונגערהייט, נאר ווער און וויאזוי וואלט געווען א סורפרייז, וואלט אויך געווען אזא צער?

ולאידך גיסא, ווען קיינער וואלט נישט געשטארבן פון הויכע עלטער, וואלט יעדע טויט מיטגעברענגט אזא צער, נאר כהיום איז עס נישט אזוי מצער ווייל עס איז ידוע מראש [און סוב-קאנטשעסלי אינאינווענטיבעל]?

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 22, 2015 10:41 pm

· #260585
ווער האט אפגעמאכט אז מרמז צו זיין אויף יא, ריקט מען די קאפ פון אויבן אויף אראפ, און פאר ניין, ריקט מען פון רעכטס צו לינקס?
נ. ב. ס'ליגט מיר אין זכרון אז ס'איז דא עפעס א רש"י וועגן דעם

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 22, 2015 10:51 pm

· #260590
שמעון וואלף
ווער האט אפגעמאכט אז מרמז צו זיין אויף יא, ריקט מען די קאפ פון אויבן אויף אראפ, און פאר ניין, ריקט מען פון רעכטס צו לינקס?
נ. ב. ס'ליגט מיר אין זכרון אז ס'איז דא עפעס א רש"י וועגן דעם

שמעון וואלף: די רש"י איז בדרך צתות. אז ווען יעקב אבינו האט געטענה'ט מיט זיין חשוב'ן שווער לבן פארוואס ער האט איהם אויסגעפאפט און געגעבן לאה שטאטס רחל, האט דער צאדיק לבן געזאגט...לא יעשה כן במקומנו...איז דער ווערטל אז לבן האט געזאגט פאר יעקב ווען ער האט געפרעגט אויב די איז רחל. האט ער געשאקלט מיט'ן קאפ וואס ערגעץ אנדערש מיינט עס אז יא. האט לבן געזאגט..."לא...די וועג פון זאגן ניין...יעשה כן במקומנו...ביי אונז הייסט עס יא... און פארקערט אויך.... 😂 🙄

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 22, 2015 10:53 pm

· #260593
א שיין ווארט, אבער נישט דאס האב איך געמיינט. ס'שטייט קלאר ארויס אז ווען מ'זאגט יא שאקלט מען מיט'ן קאפ.

קינד_אן_קייט » זונטאג מערץ 22, 2015 11:00 pm

· #260597
ונבנתה העיר
וואס איז די עיקר פסיכאלאגישע סיבה וואס איז גורם צער ביי אזא מעשה ווי די זיבן פארברענטע קינדער.

איז עס די עצם געשעהניש, ווי עס זעהט לכאורה אויס במושכל ראשון.

אדער, איז עס די סוב-קאנטשעס געפיהל אז סאמהאו וואלט מען עס געקענט פארמיידן, עס איז כאילו אן עקסטרע קרעדיט טויט.

למשל, ווען עס וואלט געווען א סכום קבוע וידוע מראש אז צעהן מענטשן שטארבן יעדע יאהר יונגערהייט, נאר ווער און וויאזוי וואלט געווען א סורפרייז, וואלט אויך געווען אזא צער?

ולאידך גיסא, ווען קיינער וואלט נישט געשטארבן פון הויכע עלטער, וואלט יעדע טויט מיטגעברענגט אזא צער, נאר כהיום איז עס נישט אזוי מצער ווייל עס איז ידוע מראש [און סוב-קאנטשעסלי אינאינווענטיבעל]?

דאכט זיך, אז פסיכאלאגיש גערעדט איז דא פארשידנארטיגע אופנים וויאזוי דאס צו ערקלערן.

ס׳זענען דא אזעלכע וואס א טראגעדיע פיטערט זייערע אייגענע פחדים, זיי מאלן זיך אליין אויס אין יענעם מצב און ווערן געליימט פון שרעק. א חלק דערפון קען אפילו זיין הנאה (תת-הכרה), וכמאמר החכם: ״די גרעסטע הנאה איז כאפן א געזונטן פראסק״.

באופן כללי צושטערט אזא מעשה דער Bubble פון ׳חיים טובים׳, און ס׳שטופט מענטשן בעל כורחם זיך צו ספראווענען סיי מיט׳ן צער פון חיים עלי אדמות און סיי מיט׳ן כסדר׳דיגער געפאר פון טויט אשר כפסע בינו לבין המציאות. לעבן מיט אומזיכערקייט, איז געפערליך אומבאקוועם און דאס צושאקלט דעם מענטשן.

בפרט ווען א טראגעדיע איז אויף א גרעסערן און אומגעווענליכער פארנעם, שפירן מענטשן א הילפסלאזיגקייט, דער לוסט פון לכה״פ ״איבערלאזן א זכר״ (און איינרעדעניש כאילו דאס גיבט ווערדע פאר׳ן לעבן למפרע) ווערט פארטייבט און צושרויפט ווען ס׳מאלט זיך אויס א רעאליטעט אז אינגאנצן דאס פארקערטע איז אויך נעבאך שייך ל״ע.

ויש עוד הרבה בזה.

הוגה » זונטאג מערץ 22, 2015 11:00 pm

· #260598
פארוואס זענען מאשין מצות פיר-עקעדיג? ווי שווער איז עס צו מאכן רינדעכיגע מאשין מצות?

.

יין שרף » זונטאג מערץ 22, 2015 11:23 pm

· #260605
לכאורה ווייל מען מאכט איין גרויסע טייג, און דאס ווערט צוטיילט אין צענדליגע מצות. אויב מאכט מען עס רינדיג פארלירט מען טייג פון צווישן די מצות. משא״כ סקווער מצות גייט די קארנער פון איין מצה ביז די נעקסטע.

chusid » זונטאג מערץ 22, 2015 11:39 pm

· #260619
אויכט בין איך נייגעריג אויב די טרויער איז דירעקטירט צו די טויטע וואס זיי באדערט יעצט גארנישט... אדער טרויערט מען טאקע אויף א אמת'ע פראבלעם און דאס איז די צער פון די נאנטע משפחה החיים אתנו, ווען די חזון איש איז געגאנגען מנחם אבל זיין די סטייפלער נאך עפעס א טראגעדיע ווי דאכט זיך 2 קינדער זענען אוועק (די פינקטליכע דעטאלן געדענק איך נישט) האט דער חזון איש געזאגט: א מינוט פארן שטארבן לעבן זיי דאך..א מינוט נאכדעם איז דאך אויכט נישט קיין פראבלעם איז די גאנצע אבילות אויף די רגע פון יציאת נשמה?! די אנוועזענדע האבן עס אנגעקוקט אלץ קאלט בלוטיג אבער די סטייפלער האט געזאגט אז דע ווערטער האט אים די מערסטע מחזק געווען.

chusid » זונטאג מערץ 22, 2015 11:40 pm

· #260621

כוכב » מאנטאג מערץ 23, 2015 5:52 pm

· #260869
לעצטנס זע איך אסאך דעם אויסדרוק קיינער גיט נישט קיין דעקל. ס'דארף מסתמא צו זיין במקום קיינער גיט נישט קיין ש*ט אבער קען איינער עלעבארירן וואו א דעקל קומט אין די פוקטשער?

petergrifin » מאנטאג מערץ 23, 2015 6:20 pm

· #260888
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עפעס האב איך אמאל געליינט אין צימעס וועגן דעקלעך, איך ווייס נישט אויב ס'האט א שייכות.

איך אויך » מאנטאג מערץ 23, 2015 6:43 pm

· #260900
איך וויל אויך פארשטיין.

יין שרף » מאנטאג מערץ 23, 2015 6:44 pm

· #260902
לכאורה פארדרייט פון "קיינער געט נישט קיין דעם"

ישראל קאפקע » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:32 pm

· #261024
וואס איז די מעדיצינישע טערמין פאר די ניי אידענטיפיצירטע סיזאנעל דיסארדער וואס באטרעפט ק"ש ליינער דורכאויס עטליכע וואכן אין פרילינג, ניקס נעמען זיך פלוצלינג באפאלן איינער דעם צווייטן, טשעפענען און אפשפעטן רענדאמלי, כאטש די פונקטליכע סימפטאמען זענען נאכנישט אינגאנצן קלאר. די ערשטע שטודיעס דייטן אז אז די הויפט אורזאך איז די סטרעס וואס מען איז אונטער פון די בני בית וואס זענען זעלבסט אונטער סטרעס פון די שטויב-איז-חמץ-פאוביע...

וואס איז די מעדיצינישע טערמין דערפאר, און וואס קען לינדערן די סימפטאמען?
📎 2015-03-23_22.50.59~01.jpg

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:20 am

· #261109
הערשט יעצט באמערק איך טאקע אויפן בילד אז דער רעכטער מענטשעלע איז א מרים יד, אויסגעשטרעקט די הענט גרייט אראפצושמירן א פראסק פארן שותף זיינעם!

ישראל'טשע האסט א גוטן תביעת עין!

ונבנתה העיר » מוצ"ש מערץ 28, 2015 10:57 pm

· #262427
ונבנתה העיר
איז פארהאן א סענס אוו הומאר אויף יענע וועלט, אדער גייט אלעס צו מיט א יעקע'שע קאלטקייט?

פארשטייט ער צו א גוטן דזשאוק?

אזויפיל ווייס איך שוין, אז דער אויבערשטער פארשטייט צו סארקאסטיזם.

דער רמב"ם שרייבט אין א בריוו:

ועל דבר זה הזהירה התורה והעידה ואמרה ואם לא תשמעו לי, ואביא עליכם פורענות ותאמרו שאותן הפורענות אינן יסורין על חטאתכם, אלא קרי ומאורע כשאר המאורעות שארעו בקרי, אני אוסיף לכם מאותו הקרי. זה הוא שכתוב אם תלכו עמי קרי ... והלכתי עמכם בחמת קרי.

chusid » זונטאג מערץ 29, 2015 12:22 am

· #262443
פון ווי נעמט זיך די אויסלייג פון ווערטער פון @בן נריהו?
רעדט ער אויכט אזוי אדער איז דאס נאר אין שרייבן?

געוואלדיג » זונטאג מערץ 29, 2015 12:59 am

· #262452

געוואלדיג » זונטאג מערץ 29, 2015 1:01 am

· #262453
אוי, יעצט כאפ איך אז דו פרעגסט נישט וועגן נריה אדער נריהו, נאר ווגן זיין אויסשפראך סארי.

איך אויך » זונטאג מערץ 29, 2015 2:01 am

· #262466
האלטן האלט איך אז שפילן א שפיל שפילט ער.

ישראל קאפקע » זונטאג מערץ 29, 2015 3:51 pm

· #262565
איך האב שוין לאנג די שפעקולאציע, איך וואונדער זיך אויב אנדערע האבן עס אויך באמערקט.
איז ריכטיג אז אשדוד'ער אידן האבן די גרינגסטע איזראעלי אקצענט ווען זיי רעדן אידיש, נישט אזא העווי אקצענט ווי ירושלים, בני ברק און בית שמש למשל?

חאצקעל שניידער » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:07 am

· #263033
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
כהאב היינט געזען אין איינער פון די בלעטער וואס מלליגט אויס יעדן אינדעפרי אין די בתי מדרשים אז א נייע שטודיע ווייזט אז קאווע ווירקט געגן לעבער קענסער , כהאב אלעמאל געוויסט פון עמא דבר אז קאווע איז נישט געזונט , וויל איך וויסען צו סאיז טאקע אזוי.

ונבנתה העיר » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:18 am

· #263039

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 31, 2015 1:18 am

· #263072
די עצה איז אזוי. נעם אפאר צעטלעך, אבער לאנגע מיט אסאך פלאץ. יעדן טאג וואס דו זעהסט א נייע סטאטיסטיק שרייב עס אפ. אויף רעכטס שרייב די געזונטהייט בענעפיטן פון קאווע. און לינקס ווען דו לייענסט אז ס'קען שאדן פאר די קליינע פוס פינגער וכדומה. נאך א 6-7 יאר מאך א סך הכל, קוק ווער האט מער, די מעלות אדער חסרונות, ואחרי רבים להטות.

ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:21 am

· #263104
לויט ווי איך ווייס איז קאווע קיינמאל נישט געווארן פאררעכנט אלס שעדליך. אדרבה לויט אומצאליגע שטודיעס איז טרונקען קאווע (ביז עטליכע גלעזלעך א טאג) דווקא א געזונטע רוטין פאר א מענטש, מיט פילע פארשידנארטיגע בעניפיטן.

נופת צופים » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:27 am

· #263107
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ישראל קאפקע
איך האב שוין לאנג די שפעקולאציע, איך וואונדער זיך אויב אנדערע האבן עס אויך באמערקט.
איז ריכטיג אז אשדוד'ער אידן האבן די גרינגסטע איזראעלי אקצענט ווען זיי רעדן אידיש, נישט אזא העווי אקצענט ווי ירושלים, בני ברק און בית שמש למשל?

קאן זיין די סיבה ווייל די ירושלים-בית שמש אקצענט איז טאקע גאר א שטארקע, און אין בני ברק הערט מען געווענליך א שטארק ליטווישע אקצענט אריינגעמישט. משא"כ אין אשדוד איז דער רוב, חסידי'שע (און ווי אויך אסאך אמעריקאנער אפשטאמיגע)

ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:30 am

· #263108
נופת צופים
ישראל קאפקע
איך האב שוין לאנג די שפעקולאציע, איך וואונדער זיך אויב אנדערע האבן עס אויך באמערקט.
איז ריכטיג אז אשדוד'ער אידן האבן די גרינגסטע איזראעלי אקצענט ווען זיי רעדן אידיש, נישט אזא העווי אקצענט ווי ירושלים, בני ברק און בית שמש למשל?

קאן זיין די סיבה ווייל די ירושלים-בית שמש אקצענט איז טאקע גאר א שטארקע, און אין בני ברק הערט מען געווענליך א שטארק ליטווישע אקצענט אריינגעמישט. משא"כ אין אשדוד איז דער רוב, חסידי'שע (און ווי אויך אסאך אמעריקאנער אפשטאמיגע)

איך וויל קודם וויסן אויב אנדערע האבן אויך באמערקט/שטימען צו צו מיין הנחה.
דיין הסבר קוקט אויס ריכטיג.

chusid » מיטוואך אפריל 1, 2015 1:25 am

· #263401
וויאזוי קומען די מסתננים אריין קיין ישראל? וויאזוי שווערצט מען זיך אריין

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 1, 2015 8:06 am

· #263435
@אנאנים די סיבה פארוואס כל באי שער שווארץ סלאנים לא ישובון, איז צוליב דעם וואס דער רבי קריכט אריין אין ענינים שהצניעות יפה להם. נקוט כללא זו בידך, א יעדע פלאץ וואו דער רבי, מנהיג, איז עוסק אינעם מענטשעס פריוואטע, בעדרום, ווייבערישע, ענינים, ווערן די חסידים סטאק! די רבי נעמט זיי איבער אינגאנצן, אז זיי ווייסן שוין נישט וויאזוי ארויסצוגיין.

איך אויך » מיטוואך אפריל 1, 2015 10:41 am

· #263475
[ציטאט אראפגענומען]

רעק''א האט שויו געזאגט דעם טעם פארוואס מען כאפט די מוצא פונעם חתן בלייבט ער מיטן מצא.

זייגער » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 10:37 am

· #263788
וואס מיינט ודפח'ח?

נופת צופים » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:59 am

· #263796
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ודברי פי חכם חן

יואב » פרייטאג אפריל 3, 2015 11:41 am

· #264070
פאר די וועלכע זענען מקפיד נישט צו עסן קטניות דורכאויס פסח, וואס איז מיט קאווע, פארוואס איז דאס לידזשיט.

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 3, 2015 12:02 pm

· #264072
פון קאווע מאכט מען נישט קיין מעהל.

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 3, 2015 2:34 pm

· #264118
נאר אויב דו נוצט עס אלס hole in the sheet.

נופת צופים » פרייטאג אפריל 3, 2015 2:45 pm

· #264121
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
געפילטע פיש
נאר אויב דו נוצט עס אלס hole in the sheet.

אריין אין מאחורי, אבער שוין
[emoji1]

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 3, 2015 3:52 pm

· #264142
אין סקיוורא איז נאר דא איין צענטראלע פייער פאר די חמץ? איך זעה דער גאנצע שטאט ביים רבין'ס שריפה. אפשר קומען זיי זיך לערנען הלכות שריפת חסידים?
@שלום דין
@מנשה לוסטיג

נופת צופים » פרייטאג אפריל 3, 2015 3:55 pm

· #264143
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אין סקווירא, אויב דו ווילסט אן אייגענע פייער, געט מען דיר עס. ביג טיים.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 6, 2015 12:57 am

· #264230
ווייל היות רוב פון וואס ער רעדט איז איבריג, מוז ער באטאנען יעדע איבריגע זאך וואס פאלט אים ביי.