☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:45 pm

· #139795
איך לייג דאך בילדער און אסאך מאל מאכט זיך אזוי למשל איך לייג צוויי בילדער און איין בילד גייט אויסקומען די לעצטע פון א פעזיש און די צווייטע אויף א נייע פעזיש
און כמעט קיינער זעט נישט די ערשטע בילד ווייל מען גייט גלייך צו די נייעסטע פעזיש
איז דא א וועג איך זאל קענען זען אז דאס גייט זיין די לעצטע תגובה פון א פעזיש?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:21 pm

· #139830
פארוואס מיינסטו אז מען גייט גלייך צו די נייעסטע פעידזש?

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:26 pm

· #139833
איך זע וויפעל מאל מען האט עס געקוקט
גיי קוק ביי יעדע לעצטע איז עס די ווייניגסטע געזען געווארען

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:40 pm

· #139837
ס'ווערט די ווייניגסטע געזעהן ווייל מ'זעט עס נאר איינמאל, אבער די ערשטע פאר אויף א פעידזש ווערן איבערגעזעהן יעדע מאל ס'קומט צו א נייע תגובה אויפן פעידזש.

אבער אויב ווילסטו דוקא וויסן, אונטן לעבן די פעידזש נאמבער וועסטו זען א מספר פון הודעות, יעצט שטייט עס ביי 1208, ס'דא 25 הודעות אויף א פעידזש, דאס מיינט אז מיין תגובה איז די אכטע אויף די פעידזש, סא ווען ס'וועט האלטן ביי 1226 וועט זיך אנהויבן א נייע פעידזש. די זעלבע מיט 1251, 1276, און 1801.

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:43 pm

· #139840
די כלל איז 25 הודעות נישט קיין חילוק א ווארט צו א בילד?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:45 pm

· #139842
קיין חילוק.

יין שרף » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:05 pm

· #139863
זר זהב
פארוואס געווינט קיינמאל נישט א היימישע איד די גרויסע דזשעקפאט לאטערי? באשעפער

!...If you wanna know what money means by G-D,look for whom he gave it

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:50 pm

· #139890
זר זהב
פארוואס געווינט קיינמאל נישט א היימישע איד די גרויסע דזשעקפאט לאטערי? באשעפער

אפשר ווייל ווען א היימישער געווינט וועסטו קיינמאל נישט וויסן דערפון.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:52 pm

· #139892
אין ניו יארק איז דער געזעץ (דערווייל) אז מ'קען נישט בלייבן אנאנעמיס

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:02 pm

· #139901
איך האלט אז דאס איז טאקע ממש רחמי ה' אז א איד געווינט עס נישט אין ניו יארק.
איך בין נישט מקנא דעם איד וואס געווינט דעם לאטערי און אלע אידן וועלן געוואר ווערן ווער דאס איז.
לאמיר מופן קיין אריזאנע, דארטן קען מען בלייבן אנאנים, וועסטו שוין זעהן ווי ה' וועט דיר העלפן און דו וועסט געווינען.........

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:36 pm

· #139936
זר זהב
אין ניו יארק איז דער געזעץ (דערווייל) אז מ'קען נישט בלייבן אנאנעמיס

איך גלייב מ'קען הייערען א פראקסי, איינער וואס זאל גיין קלעימען אז ער האט עס געוואנען, און מ'זאל אויסארבעטן אז יענער זאל דיר מוזן געבן דאס געלט, פאר שיין באצאלט פארשטייט זיך. ווען איך וועל געווינען וועל איך מיך אריינלייגן אינעם נושא, דיה לצרה בשעתה.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:37 pm

· #139937
געפילטע פיש
דיה לצרה בשעתה.

😂

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:38 pm

· #139939
אבער ווען דו וועסט געווינען וועסטע נישט צוקריקקומען דא... וועסט ניטאמאל געדענקען דיין ניק

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:39 pm

· #139941
געפילטע פיש האט די גביר פונקט ווי די ארעמאן.

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:40 pm

· #139946
זר זהב
אבער ווען דו וועסט געווינען וועסטע נישט צוקריקקומען דא... וועסט ניטאמאל געדענקען דיין ניק

לכאורה פארקערט, ער וועט האבן מער צייט ער וועט פארגעסן פון די ארבעט.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:42 pm

· #139947
זר זהב
אבער ווען דו וועסט געווינען וועסטע נישט צוקריקקומען דא... וועסט ניטאמאל געדענקען דיין ניק

פארוואס עפעס, ווען איך געווין וועלן איך און דו ביידע נישט האבן קיין דזשאבס, און מ'וועלמער קענען דא פארברענגען א גאנצע טאג...

יא, מרס. גליקמאן האקט, און האט צוגעראפן.

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:45 pm

· #139948
געפילטע פיש
פארוואס עפעס, ווען איך געווין וועלן איך און דו ביידע נישט האבן קיין דזשאבס, און מ'וועלמער קענען דא פארברענגען א גאנצע טאג...

יא, מרס. גליקמאן האקט, און האט צוגעראפן.


די רעדסט אזוי כאילו יעצט האסטו יא א דזשאב.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:46 pm

· #139949
כאילו, הע...

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 7:37 pm

· #140009
איך האף אז געפילטע פיש וועט געווינען דעם לאטא וועט ער אונז אויך קענען געבן סעמען פיש נישט נאר געפילטע.

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 9:54 pm

· #140060
געווען אמאל צייטען וואס סעלמאן איז געווען א מאכל עשירים הא? כ'ווייס נישט צו די סעלמאן איז ביליגער געווארען אדער די אנדערע איז ארויף מיט די פרייז.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:14 pm

· #140069
פיש איז היינט אסאך טייערער פון פלייש, נארמאל איז עס 9.99 א פונט, רוב פליישן זענען ווייניגער (סארי פארן אוועקגיין פון ענין)

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:14 pm

· #140071
וועלכע פלייש?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:22 pm

· #140076
וועלכע פיש?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:32 pm

· #140082
געפילטע, מ'האט גערעדט פון דיין עלטער פעטער סעלמאן.
זר, רוב meat לויפט צווישן 7 און 10 א פונט.

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:16 pm

· #140098
וואס איז מיט סאשי?......

boxcover » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 8:51 am

· #140162
סאשי פיש
וואס איז מיט סאשי?......

מצטמק ורע לו

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:36 pm

· #140490
וואס איז פשט אז ווען מען קויפט א עירליין טיקעט לייגט מען ארויף דיין נאמען און נאר דו קענסט עס נוצען?
איך צאל דערפאר פארוואס קען איך נישט טון מיט די טיקעט וואס איך וויל?

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:39 pm

· #140491
א משוגעת. מסתמא סעקיוריטי ריעזאנס, מען זאל וויסן זיכער מי ומי ההולכים.
איך האב שוין אמאל שאדן געהאט א טיקעט צוליב די משוגעת.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:39 pm

· #140493
פארוואס איז די פרייז פון קדם לייט גרעיפ דזשוס די זעלבע ווי די רעגולערע ג"דזש, ווען דער ערשטער האט האלב וואסער אין זיך? ס'וואלט געדארפט זיין האלב די פרייז

זר זהב » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:45 pm

· #140497
פארוואס ווען קויפסט א סוט אין א היימישע געשעפט צאלסטע מיט א קרעדיט קארד די רעגולערע טעג פרייז אזוי ווי מיט קעש, אבער ווען דו קויפסט א היט ביי א געוויסע היט סטאר פאר 175 דאלער וועלן זיי דיר רעכענען 20 דאלער טעקס אויב צאלסטע מיט א קרעדיט קארד?

גנבים רשעים.

הנה יום הדין

בדחן » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:46 pm

· #140498
זר זהב
פארוואס איז די פרייז פון קדם לייט גרעיפ דזשוס די זעלבע ווי די רעגולערע ג"דזש, ווען דער ערשטער האט האלב וואסער אין זיך? ס'וואלט געדארפט זיין האלב די פרייז


ווייל די וואסער איז געמישט מיט "קדם" גרעיפ דשוס - א גאר טייער און חשוב ארטיקעל - דערפאר איז עס אזוי טייער כאטש אז עס איז וואסער, ודו"ק.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:46 pm

· #140500
סארקאסטיק?

בדחן » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:46 pm

· #140501
יא

בדחן » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:49 pm

· #140503
זר זהב
פארוואס ווען קויפסט א סוט אין א היימישע געשעפט צאלסטע מיט א קרעדיט קארד די רעגולערע טעג פרייז אזוי ווי מיט קעש, אבער ווען דו קויפסט א חפץ ביי XYZ געשעפט פאר 175 דאלער וועלן זיי דיר רעכענען 20 דאלער קנס אויב צאלסטע מיט א קרעדיט קארד?


מן הסתם ווייל זיי האבן עס קודם פראבירט ביי די ערשטע 100 מענטשן און זיי האבן עס געצאלט, דערפאר האבן זיי פראבירט ביי די צווייטער 100 מענטשן און זיי האבן ווייטער געצאלט, און אזוי ווייטער פראבירען זיי עס אויס ביז מענטשן וועלן אויפהערן צו צאלען.

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:57 pm

· #140509
די תירוץ אויף אלע דריי קשיות איז איין תירוץ געלט מיט געלט מיט געלט

די עירליין וויל אז אויב דו קענסט נישט פארען זאלסטו עס נישט קענען איבערגעבען = געלט
קדם ווייסט אז דו דארפסט די דייעט קרעיפ זשאוז און די גייסט סיי ווי צאלען = געלט
קאבע ווייסט אז גייסט סיי ווי צאלען ווייל דו דארפסט זייער הוט א סוט אז די ביסט נישט צופרידען גייסטו גיין צום קאמפטישען וואס איז די זעלבע זאך = געלט

בדחן האקט כמעט די זעלבע פוינט

גאלד » זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:54 pm

· #140579
וואסי פשט פון די ד' ווען מ'שרייבט אפציעל א נאמען פון א חסידות למשל "קהל יטב לב ד'סאטמאר" "קהל מחזיקי הדת ד'בלעזא" "קהל שערי ציון ד'באבוב" וכדומה, וואס מיינט דאס דער ד'? וועלכער שפראך איז דאס? איז עס א ראשי תיבות, פון וואס? איך זעה נישט ווי אין לשה"ק אדער אידיש, דאס קען זיין אפשר אראמיש א גמרא לשון? כאפ איך אויך נישט פון ווי? איך האב עס אלס אפגעטייטש ווי "פון" "of" אבער ווי קומט עס צו א ד'???

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:18 pm

· #140752
אראמיש, מאן דאמר, בריך רחמנא דיהב, שבילי דנהרדעא, מלכותא דארעא, יו געט די פיקצ'ער. כ'ווייס טאקע נישט פון וואו די שטרעכל קומט, אפשר ווייל ס'עקסטערע שפראכן?

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:19 pm

· #140754
סאשי פיש
וואס איז פשט אז ווען מען קויפט א עירליין טיקעט לייגט מען ארויף דיין נאמען און נאר דו קענסט עס נוצען?
איך צאל דערפאר פארוואס קען איך נישט טון מיט די טיקעט וואס איך וויל?

טרעוועל עידזשענטס (איינער געדענקט זיי נאך?) פלעגן קענען טוישן נעמען ביז די לעצטע מינוט, אבער כ'מיין אז היינט זענען זיי שטרענגער פאר סעקיוריטי ריזענס.

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:21 pm

· #140757
איך ווייס אז זיי זענען זאך שטרענגער

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:33 am

· #140839
גאלד
וואסי פשט פון די ד' ווען מ'שרייבט אפציעל א נאמען פון א חסידות למשל "קהל יטב לב ד'סאטמאר" "קהל מחזיקי הדת ד'בלעזא" "קהל שערי ציון ד'באבוב" וכדומה, וואס מיינט דאס דער ד'? וועלכער שפראך איז דאס? איז עס א ראשי תיבות, פון וואס? איך זעה נישט ווי אין לשה"ק אדער אידיש, דאס קען זיין אפשר אראמיש א גמרא לשון? כאפ איך אויך נישט פון ווי? איך האב עס אלס אפגעטייטש ווי "פון" "of" אבער ווי קומט עס צו א ד'???


די ד' נעמט זיך ווי געפילטע זאגט פון אראמיש. און אראמיש האט די ד' צוויי באדייטן: פון אדער וואס. און לשה"ק באנוצט מען זיך מיטן מ' פארן ווארט פון, און די ווארט אשר פארן ווארט וואס.

לויטן ביזנעס דירעקטארי איז 48 די בבל'ישע באבוב (דבאבוב) און 45 די אר"י באבוב (מבאבוב).

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:37 am

· #140842
געפילטע פיש
כ'ווייס טאקע נישט פון וואו די שטרעכל קומט, אפשר ווייל ס'עקסטערע שפראכן?

די שטרעכל איז לכאורה אן עם-הארץ'עס, איך מיין אז מען זעהט עס נאר אויף געוויסע לעטער-העדס פון סאטמאר אין אמעריקא.

אגב איז מיר מיט דעם פארענטפערט געווארן פארוואס אויף די צעטלען אין סאטמאר ב"פ איז דא א שטרעכל נאך יעדע אות השימוש, למשל הרה"ק רי"י מ'סקווירא, באט דען עגען, יענער שרייבט אויך 'המשולם איגרא'...

אליצפן » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:28 am

· #140906
וואס מיינען די קליינע סימבאלן אויף די רעכטע זייט פון יעדן אשכול?

טעפל » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:51 am

· #140914
אליצפן
וואס מיינען די קליינע סימבאלן אויף די רעכטע זייט פון יעדן אשכול?

וועלעכע?

אליצפן » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:14 am

· #140925
דעיס דא.
📎 Screenshot_2013-08-12-03-11-21.png

טעפל » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:49 am

· #140928
דארט ווי ס'איז דא א סטאר מיינט אז די האסט דארט געשריבען אן הודעה.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:33 am

· #140983
שאלה:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/35632">viewtopic.php?p=35632#p35632</a><!-- l -->

תשובה:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/35906">viewtopic.php?p=35906#p35906</a><!-- l -->

אליצפן » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:41 pm

· #141824
ווען איך וויל ציטירן איינעם, אבער איך וויל נישט אראפברענגן יענעמס גאנצע שטיקל אויפאמאל, נאר איין שורה און דאן מגיב, און נאכדעם נאך א שורה און מגיב זיין אא''וו, וויאזוי טוט מען דאס?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:41 pm

· #141825
מ'אירעיסט

אליצפן » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:52 pm

· #141831
האסט נישט פארשטאנען מיין שאלה, איך וויל מיין תגובה זאל אויסזעהן אזוי.

אליצפן » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 3:53 pm

· #141854
נא @זר זהב דו ווייסט נישט וויאזוי מ'טוט עס?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92