☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:22 am

· #185069
קאווע טרינקער
חבר בד"ץ עדה החרדית אין וויליאמסבורג שבירושלים הרב אולמאן,

דאס איז גוט 😂 😂 😂

לאליפאפ » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:49 am

· #185076
@יואב די שטעקענעס וואס רביים און רבנים האבן זיך איינגעפירט צו גיין דערמיט, האבעך אמאל געהערט אז לכתחילה איז עס געווען בכוונה ס'זאל דינען אלס הפסק (מחיצה סטיל) צווישן דעם רב/רבי און פארבייגייענדע גוים צו גויטעס.

@קאווע טרינקער רב אולמאן מיינעך האלט פשוט קאונט פון די עדה'ס הסכמות, וואטעווער.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 1:35 pm

· #185150
איש עברי
איך מיין אז במקור איז עס געמאכט ארויסצושטעקן ווען מ'ווארט פאר א היטש, אזוי האב איך געזעהן צדיקים מדורות הקודמים זיך פירן, מיט די צייט איז נשתכח געווארן די עיקר

דער הייליגער זידיטשויב'ער רבי, ר' שלומ'קע אייכנשטיין זי"ע פלעגט נוצן דעם הייליגן שטעקן צו האקן אויפ'ן טראנק (אדער ווינדאוס) פון א קאר וועלכער האט זיך נישט געוואלט אפשטעלן פאר איהם. 😎 😂 🙄 😕 😛 😳 😢 😮

לאליפאפ » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 2:20 pm

· #185166
כ'וויל וויסן וויאזוי ווערן אנגערופן דעי סארט פלעסטיק מענטשעלעך וואס ווערן גענוצט אלס די לאגא פון קאווע שטיבל און אין א טוץ עדווערטייזמענטס לעצטנס?

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 3:09 pm

· #185185

רפאל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 3:13 pm

· #185189

לאליפאפ » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 3:21 pm

· #185190
שכוח אייך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 4:19 pm

· #185212
שטילע אינגערמאן
רויטע וואנצעס
שומרים איז גרייט על כל שניי באל שלא תבא. כאפן די שקצים וואס ווארפן שניי באל'ס אויף אידישע באסעס.

וועגען דעים איז די טראק געפארקט פאר אפאר וואכן אויף 52 אין 13? הייסט דאס איז די פלאץ ווי די גוים באווארפן די מענטשהייט? פששש נאך א מזל די זאגסט מיר, מער גיי איך נישט אהין.
אבער וואס האט די טראק מיט כאפן די גוים? מ'לויפט זיי נאך מיטן טראק? כ'מיין א קאר וואלט געווען בעסער.
העי,@berlbalaguleh האט מען דיין באס שוין טאקע באווארפן אויף דער קארנער?

יפה שאלת, ר' שטילע אינגערמאן: היינט איז שוין אכשר דרא, ב"ה. די שקצים ורמשים ווארפן שוין נישט מער (כמעט) שניי-באללס אויף אידישע באסעס. אבער מיט א צען-פופצן יאר צוריק איז דאס געוועהן זייער פארשפרייט. און דאס האט יא צו טון מיט אנטיסעמיטיזם. ווייל אויף די גוי'אישע באסעס האבן זיי נישט געווארפן. נאר אויף די אידישע. די זעלבע איז געווען האלאווין מיט ווארפן אייער. זיי האבן נאר געווארפן אויף אידישע באסעס און קארס. 🙄 😎 😛 😳 😢 😮

אי איתמר » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:38 pm

· #185251
פאוואס זענען דא מענטשען וואס שפירען פאר וויכטיג אז זיי מוזען באלאנגען צו א פארטיי/קולט, מוזען האבן א רעבע, אין סיי וואספארא סעיטמענט/דרשה די רבי זז''ג, וועט נאר זאגען איז עס דפח''ח צוקער זיס[כאילו די רבי איז עפיס א בעבי מיט א פעמפער וואס האט אן עקסטרע חן, סיי וואס ער טוהט/זאהגט איז צוקער זיס]
ווי אזוי ווערט מען אזוי משוגע לאותו דבר(אחר) ?

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:45 pm

· #185273
אי איתמר
פאוואס זענען דא מענטשען וואס שפירען פאר וויכטיג אז זיי מוזען באלאנגען צו א פארטיי/קולט, מוזען האבן א רעבע, אין סיי וואספארא סעיטמענט/דרשה די רבי זז''ג, וועט נאר זאגען איז עס דפח''ח צוקער זיס[כאילו די רבי איז עפיס א בעבי מיט א פעמפער וואס האט אן עקסטרע חן, סיי וואס ער טוהט/זאהגט איז צוקער זיס]
ווי אזוי ווערט מען אזוי משוגע לאותו דבר(אחר) ?

האסט דא געפרעגט צוויי באזונדערע שאלות,
1 פארוואס איינער פיהלט אז ער מוז געהערן צו א חסידות,
2 פארוואס אלץ וואס ער הערט בשם זיין רבי איז ציקור זיס,

איך קען נישט מער מיט שטימען מיט דער איינער וואס וויל ערגעץ געהערן, היינט אויף די וועלט געבט א חסידות/פארטיי אויסער געווענדליך זייער אסאך באקוועמליך קייטן,
ח''ו טאמער איינער מוטשט זיך חתונה צו מאכן איז דא א קופת חתנים
טאמער איינער האט שוואכע קינדער געווענדליך וועט זיין חסידות האלטן זיינע קינדער לענגער אין ישיבה ווי ווען ער וואלט געווען א פרעמדע,
רוב חסידות האבן ביקור חולים, גמח''ן צו בארגן געלט, בארגן חפצים, וגו'
אין געווענדליך לייכטער א שידוך צוטוען אין די חסידות,
ימים טובים בכלל געבט א חסידות גאנץ אסאך צו צום דאוונען טישן,

אויף דיין צווייטע שאלה בין איך טאקע מיט די צונג אינדרויסען,

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:47 pm

· #185275
אי איתמר
פאוואס זענען דא מענטשען וואס שפירען פאר וויכטיג אז זיי מוזען באלאנגען צו א פארטיי/קולט, מוזען האבן א רעבע, אין סיי וואספארא סעיטמענט/דרשה די רבי זז''ג, וועט נאר זאגען איז עס דפח''ח צוקער זיס[כאילו די רבי איז עפיס א בעבי מיט א פעמפער וואס האט אן עקסטרע חן, סיי וואס ער טוהט/זאהגט איז צוקער זיס]
ווי אזוי ווערט מען אזוי משוגע לאותו דבר(אחר) ?

זהו סוד עגל הזהב

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:37 pm

· #185280
דער תירוץ איז: דר'עולם איז געשלאגען אין נידריג זעלבס זיכערקייט.

סאו וואט » זונטאג פעברואר 23, 2014 2:40 pm

· #185678
איז ר' מענדל בן מהר"א מסאטמאר יחי' א בן יחיד?
פארוואס הארט מען נישט און מ'זעהט נישט פון זיינע אנדערע ברודערס?

גם כי אלך » זונטאג פעברואר 23, 2014 5:28 pm

· #185733
קאווע טרינקער
דער תירוץ איז: דר'עולם איז געשלאגען אין נידריג זעלבס זיכערקייט.

דער תירוץ אויף דעם איז אז רוב מענטשן האבן די נאטור מיטצוגיין מיט די סביבה און עס פארענטפערן, גענוי ווי מערסטנס מענטשן האבן נישט ליב מודה צו זיין אז זיי האבן געמאכט א טעות, גלייכן זיי נישט דאס צו אנערקענען אויף זייערס א פארטיי אדער פירער. ס'איז בלויז נארמאל.

דערנאך איז דא אן אנדערע מענטליטעט פון מענטשן וואס וועלן אלס יא טרעפן די לעכער און אפלאכן פון די גאנצע זאכן, די סארט מענטשן קענסטו אפט אויך טרעפן מודה זיין אז ער איז באגאנגען א נארישקייט, די סארט האבן ליב ארויסצוגיין פון זיך און קוקן ווי א דרויסנדיגער, סיי לגבי די פארטיי-חסידות און אויך לגבי זיך.

petergrifin » זונטאג פעברואר 23, 2014 5:54 pm

· #185737
פארוואס איז דא מענטשן וואס ווען זיי שרייבן א בריוו צו איינע פון די אידישע צייטונגן מאכן זיי זיכער צו
אינטער שרייבען בן או'א'מר כ'ק געפעפערטער הויזן שליטא וחדבן כ'ק געפימפעלטע בעקישע זצ'ל מברוקלין
קווינס עקספרעסווע?

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 23, 2014 6:02 pm

· #185740
אפשר צו ווייזן אז דאס איז אקטואלי אן אמת'ן בריוו נישט ווי אלע אנדערע א"ג בריוון

אי איתמר » זונטאג פעברואר 23, 2014 6:44 pm

· #185746
גם כי אלך
קאווע טרינקער
דער תירוץ איז: דר'עולם איז געשלאגען אין נידריג זעלבס זיכערקייט.

דער תירוץ אויף דעם איז אז רוב מענטשן האבן די נאטור מיטצוגיין מיט די סביבה און עס פארענטפערן, גענוי ווי מערסטנס מענטשן האבן נישט ליב מודה צו זיין אז זיי האבן געמאכט א טעות, גלייכן זיי נישט דאס צו אנערקענען אויף זייערס א פארטיי אדער פירער. ס'איז בלויז נארמאל.

דערנאך איז דא אן אנדערע מענטליטעט פון מענטשן וואס וועלן אלס יא טרעפן די לעכער און אפלאכן פון די גאנצע זאכן, די סארט מענטשן קענסטו אפט אויך טרעפן מודה זיין אז ער איז באגאנגען א נארישקייט, די סארט האבן ליב ארויסצוגיין פון זיך און קוקן ווי א דרויסנדיגער, סיי לגבי די פארטיי-חסידות און אויך לגבי זיך.

כ'פארשטיי נישט צו דו ענטפערסט אדער פרובירט זיך צו פארענטפערן,
@שטילע האט גענטפערט ס'איז א גוטע זאך ווען איינער איז א נצרך..[וויסעך נאר נישט פארוואס ער וואונטש עס פאר יעדעם..]
@מאטי האט גענטפערט על פי סוד,
@קאווע זאגט צום פוינט
אפשר העלמיר האבען די זכיה @יאיר מבין פתיים זאל עס אביסעל מסביר'ן

שטילע אינגערמאן » זונטאג פעברואר 23, 2014 7:30 pm

· #185753
אי איתמר

@שטילע האט גענטפערט ס'איז א גוטע זאך ווען איינער איז א נצרך..[וויסעך נאר נישט פארוואס ער וואונטש עס פאר יעדעם..]
@מאטי האט גענטפערט על פי סוד,
@קאווע זאגט צום פוינט
אפשר העלמיר האבען די זכיה @יאיר מבין פתיים זאל עס אביסעל מסביר'ן

ח"ו כ'האב נישט געזאגט ס'איז א גוטע זאך צו זיין א נצרך, אונז זאלן אלע נישט דארפן צוקימען צו קיינער, אבער ליידער ליידער זאגט די מציאות נישט אזוי, די מציאות איז אז "כמעט" יעדער איז עפעס נהנה פון געהערן צו א חסידות, איינער ליידער געלט, א צווייטע האט שוואכע קינדער אין די מוסדות נעמען בעסער קער אזוי ווי פריער געשמוסט, איינער איז סתם א באגלייט אינם רבי אין ווארט ארויס פאר א גוט ווארט, איינער דארף וויכטיג שריים ביים טיש וגו'. אבער מציאות זאגט אז רוב מענטשען וואס געהערן ערגעץ זענען מער נהנה פונם פלאץ, ווי איידער די פלאץ נהנה פון זיי.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:51 pm

· #186004
פארוואס מאכן אלע סעילס לייט און קורסעס געבער און עווענטס פראדוצירער זייערע אקציעס אין אזעכע קליינע פלעצער? יעדעס מאל וואס זיי אדווערטייזן, אפילו די ערשטע מאל, שרייט מען מיט די גרעסטע אותיות אויפן פלאקאט "פלעצער זענען באגרעניצט"!
קענסט נישט נעמען אביסל א גרעסערע לאקאציע, און אזוי ארום פארדינען נאך אפאר קאסטומערס???......
#באגרעניצטע_מענטשן

נולד מאוחר » מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:00 pm

· #186038
וואס האט די נומבער 10-4 מיט כהאב געהערט?

יין שרף » מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:28 pm

· #186051
נולד מאוחר
וואס האט די נומבער 10-4 מיט כהאב געהערט?

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Ten-code">http://en.wikipedia.org/wiki/Ten-code</a>

גיבור » מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:51 pm

· #186065
וויאזוי לייג איך א לינק צו א תגובה פון קאווע שטיבל ?

יין שרף » מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:06 pm

· #186077
גיבור
וויאזוי לייג איך א לינק צו א תגובה פון קאווע שטיבל ?

די קליינע ווייסע קעסטל לעבן יעדע תגובה איז די לינק צו די תגובה, (אם יהיה כשנים, ליין עס! וועט עס דערנאך ווערן כשלג ילבינו)
כזה ראה, כאן לפני הקריאה כאן לאחר הקריאה...
Capture.JPG Capture1.JPG

טיטאניק » מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:11 pm

· #186080
סאו וואט
איז ר' מענדל בן מהר"א מסאטמאר יחי' א בן יחיד?
פארוואס הארט מען נישט און מ'זעהט נישט פון זיינע אנדערע ברודערס?

א גיטע קאשע!
לכאורה וויל דער טאטע אז איין זין זאל איבער נעמען דאס רעביסטעווע און ער זאל דאס זיין
פארוואס?
אין טראכט אולי ווייל ער איז דער עלסטער
אדער ווייל אזוי

טיטאניק » מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:11 pm

· #186082
petergrifin
פארוואס איז דא מענטשן וואס ווען זיי שרייבן א בריוו צו איינע פון די אידישע צייטונגן מאכן זיי זיכער צו
אינטער שרייבען בן או'א'מר כ'ק געפעפערטער הויזן שליטא וחדבן כ'ק געפימפעלטע בעקישע זצ'ל מברוקלין
קווינס עקספרעסווע?

מען זאל וויסען קלאר אז נישט זיי זענען עפעס און נישט זייער פאטער איז עפעס געווען און זייער שווער אויך נישט
3 מאל דרעק

גיבור » מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:54 pm

· #186158
יין שרף
גיבור
וויאזוי לייג איך א לינק צו א תגובה פון קאווע שטיבל ?

די קליינע ווייסע קעסטל לעבן יעדע תגובה איז די לינק צו די תגובה,

יישר כח פארן ענטפערן !
יעצט וואס דארף איך טון אויב איך וויל דיר שיקן צו א תגובה וואס איך האב געשריבן ערגעץ אנדערש ?

יין שרף » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:47 pm

· #186255
גיבור
יין שרף
גיבור
וויאזוי לייג איך א לינק צו א תגובה פון קאווע שטיבל ?

די קליינע ווייסע קעסטל לעבן יעדע תגובה איז די לינק צו די תגובה,

יישר כח פארן ענטפערן !
יעצט וואס דארף איך טון אויב איך וויל דיר שיקן צו א תגובה וואס איך האב געשריבן ערגעץ אנדערש ?

right click, copy shortcut

פיטומי מילי » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:14 pm

· #186273
וועלעכע מלבישים מיינט די לעצטיגע קול קורא אין בארא פארק

משה געציל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:15 pm

· #186274
דענעם באגעבאס.

פיטומי מילי » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:17 pm

· #186275
טאקע א געפערליכע פרצה

דריידל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:33 pm

· #186281
פיטומי מילי
וועלעכע מלבישים מיינט די לעצטיגע קול קורא אין בארא פארק

עורות תחשים בעקיטשעס.
לעצטענס גייט עס אוט אף קאנטראל ווי יונגע בנש"ק'ליך באפיצן זיך מיט בגדים המיוחדים לרשכבה"ג.

נולד מאוחר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:40 am

· #186307
פיטומי מילי
וועלעכע מלבישים מיינט די לעצטיגע קול קורא אין בארא פארק

יענע וועלכע איך די און רבנים גלייכן דאס מערסטע.

פיטומי מילי » דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:08 am

· #186374
אויף דעם איז דאך דא א פשוטע עצה,
זאלן די רביציןס אויך גיין מיט די מלבישים אזוי וועלן די רבנים קוקן אויף ״זייער״ ווייבער נישט אויף ״יענעם׳ס״ ווייבער

שטילע אינגערמאן » דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:21 am

· #186377
זייערע ווייבער זענען גראבע טאנקען, זייער ווייבער מיט שיינע קליידער איז גארנישט אזוי שיין אויף א פרוי וואס דעגרייכט 250 פונט,
זיי וועלן אייביג קוקן אויף אונזער ווייבער,

מ גפני » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:10 pm

· #186656
דריידל
פיטומי מילי
וועלעכע מלבישים מיינט די לעצטיגע קול קורא אין בארא פארק

עורות תחשים בעקיטשעס.
לעצטענס גייט עס אוט אף קאנטראל ווי יונגע בנש"ק'ליך באפיצן זיך מיט בגדים המיוחדים לרשכבה"ג.

אה כ'האב טאקע געזען לעצטענס עדס פון G&G אז מ'פארקויפט שוין רבי'שע בגדים לכל מאן דהו אפילו אן א VIP PASS, דאס האט אויפגעפלאקערט דעם חרון אף הגדול הגיבור והנורא פון די רע-בילעך

shlomyg » מיטוואך מערץ 19, 2014 1:15 pm

· #191300
איך זיך א פלאץ ווי מ'קען קויפן גאקאכטע עסן לכבוד פסח מהדרין מין המהדרין פאר א משפחה וואס ס'איז נישטא היי יאר ווער ס'זאל קאכן איז דא אזא מציאות?

שטילע אינגערמאן » מיטוואך מערץ 19, 2014 1:37 pm

· #191306
shlomyg
איך זיך א פלאץ ווי מ'קען קויפן גאקאכטע עסן לכבוד פסח מהדרין מין המהדרין פאר א משפחה וואס ס'איז נישטא היי יאר ווער ס'זאל קאכן איז דא אזא מציאות?

וואס איז די פראבלעם? יעדער איינציגסטע פסח געט עוויעי עדווערטייזט אז זיי זענען מהדרין מן המהדרין אין זיי בראקן נישט. 😉

רויטע וואנצעס » מיטוואך מערץ 19, 2014 2:15 pm

· #191318
shlomyg
איך זיך א פלאץ ווי מ'קען קויפן גאקאכטע עסן לכבוד פסח מהדרין מין המהדרין פאר א משפחה וואס ס'איז נישטא היי יאר ווער ס'זאל קאכן איז דא אזא מציאות?

pomegranate
supermarket

משולם שטיינפעלד » מיטוואך מערץ 19, 2014 7:30 pm

· #191400
shlomyg
איך זיך א פלאץ ווי מ'קען קויפן גאקאכטע עסן לכבוד פסח מהדרין מין המהדרין פאר א משפחה וואס ס'איז נישטא היי יאר ווער ס'זאל קאכן איז דא אזא מציאות?

גיי צו צו א אינגערמאן אין ביהמ"ד וואס קען נוצן די איבריגע פאר דאלער, און פרעג אים צו זיין ווייב קען קאכן עקסטרע פארציאנען פאר גוט באצאלט.

וועסט מקיים זיין קמחא דפסחא למהדרין מן המהדרין.
עס וועט זיין כשר לפסח מהדרין מן המהדרין.
עס וועט זיין היימיש למהדרין מן המהדרין

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 19, 2014 8:32 pm

· #191415
משולם, פיין געזאגט, געטראכט דאס זעלביגע.

חביבי » מיטוואך מערץ 19, 2014 9:30 pm

· #191425
איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס איך קען נישט ארויף לייגען קיין פיקטשערס

נולד מאוחר » מיטוואך מערץ 19, 2014 11:42 pm

· #191448
וואס מיינט די קענסט נישט?
פון דיין פאן אדער pc?
וואספארא מעסעדזש באקימסטו?
כווייס נישט די ענטפער כוויל פשוט מאכן גרינגער פאר @געפילטע פיש

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:07 am

· #191451
לאמיך טרייען

📎 dmbtest.gif

יא ס'ארבעט.

נולד מאוחר » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:22 am

· #191457
געפילטע, בדוו כהאב שוין פראבירט אלעס פון מיין פאן קען איך נישט לייגען בילדער. כמיז ניצען קאפי.קאם וכדו'

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:25 am

· #191458
לאמיר פראבירן פונעם פאון.

📎 test1.gif

יא! ארבעט אויך!

חביבי » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:32 am

· #191474
איך רעד פון מיין פאן איך דריק אויף צי לייגען א פייל ער בעט מיך צי טשאזען א פייל אין נעכדעם קומט ארויף אז דע פייל קעם מען נישט ביילייגען
אויב איינער האט א תירוץ וואס די פראבלעם קען זיין זאל ביטע שרייבען

מאטי » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:44 am

· #191475
פייל איז צו גרויס.

חביבי » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:55 am

· #191477
מאטי
פייל איז צו גרויס.

וואס מיינט די פייל איז צי גרויס איך וויל ארויף לייגען א סינגעל פיקטשער

shlomyg » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:37 am

· #191488
משולם שטיינפעלד
shlomyg
איך זיך א פלאץ ווי מ'קען קויפן גאקאכטע עסן לכבוד פסח מהדרין מין המהדרין פאר א משפחה וואס ס'איז נישטא היי יאר ווער ס'זאל קאכן איז דא אזא מציאות?

גיי צו צו א אינגערמאן אין ביהמ"ד וואס קען נוצן די איבריגע פאר דאלער, און פרעג אים צו זיין ווייב קען קאכן עקסטרע פארציאנען פאר גוט באצאלט.

וועסט מקיים זיין קמחא דפסחא למהדרין מן המהדרין.
עס וועט זיין כשר לפסח מהדרין מן המהדרין.
עס וועט זיין היימיש למהדרין מן המהדרין

אדרבה, אויב איינער דא איז אינטערסירט צי נעמען די דזשאב לאזט מיר וויסן אין אישי

קליגער אינגערמאן » פרייטאג מערץ 21, 2014 12:56 am

· #191740
חביבי
מאטי
פייל איז צו גרויס.

וואס מיינט די פייל איז צי גרויס איך וויל ארויף לייגען א סינגעל פיקטשער

2 מעגעבייט איז די מעקס (אזוי האבן אינזערע חשובה מנהלים אנגעשטעלט) . א סינגעל פיקטשער קען אויך זיין אזוי גרויס.