☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

זבולון » פרייטאג אפריל 22, 2016 9:31 am

· #330495
@שמעקעדיג
ארגינעל, אמאליגע צייטן איז נישט געווען אזא מושג פון א הכשר, יעדער איד איז געווען בחזקת כשרות, אלס דער באקאנטער כלל ״עד אחד נאמן באיסורים״ (ועיין רש״י ריש מסכת גיטין).

שפעטער, ווען עס האט זיך אנגעפאנגען מחלוקת׳ן צווישן כלל ישראל, בעיקר לגבי שחיטות, איז געווארן אזא מושג אז מ׳עסט נישט ביי אנדערע. (ועיין בשו״ת אדמו״ר הזקן - סימן ?? אז לגבי די כלים - אפילו בני יומן - זאל מען קיינמאל מחמיר זיין. דאס הייסט אז מ׳טאר נישט זיך אינגאנצן מתנזר זיין פון א צווייטע איד׳ס בישולים, אלס זיין חזקת כשרות).

פסח, האבן כלל ישראל אנגענומען אסאך חומרות, משום חומרא דחמץ, אבער לגבי יו״ט אחרון הקילו. (כמבואר בשו״ת הנ״ל, כמדומה בסימן ו׳ או ז׳).

יהושע חיים » פרייטאג אפריל 22, 2016 10:51 am

· #330500
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מחלוקת ט"ז און רמ"א אויב היינט איז יעדער איד בחזקת כשרות (כמדומה בסימן קט"ו)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 26, 2016 7:07 pm

· #330701
[ציטאט אראפגענומען]

שבת איז עס אסור אלס עלעקטעריק, נישט אלס כתיבה

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 27, 2016 1:11 am

· #330730
וואס לייגט אבערלאנדער אריין אין זיין פסח'דיגע מעקוראאנס אזדש כ'קען נישט סטאפן זיי צו עסן?

בן אדם » מיטוואך אפריל 27, 2016 4:39 am

· #330738
צו יוצא זיין דעם 'זיך מישן' מיט אלע שיעורים.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך מאי 4, 2016 7:46 pm

· #331674
@אנאנים א לייק מיינט בכלל ביי דיר עפעס? יעדער מאל די שרייבסט א תגובה באווארפט מען דיר.
אלץ וואס פרעג איך? פשוט ווייל איך היט זייער אויף מיין לייקס, כ׳געב נאר ווען כ׳האב באמת הנאה פון איינער אין איך וויל יענער ווייזען אז איך עפרשיעט עיהם, (איך האף אויך אז מלייקט מיר נאר אויפ אזעלעכע אופנים, איך ווער נערוועז ווען מלייקט מיר אין די וועלט אריין), נו, אין טאמער מיין טייערע לייק רעדט בכלל נישט צו דיר, צו וואס ניצן מיינע לייקס?

בן אדם » מיטוואך מאי 4, 2016 8:54 pm

· #331688
אוודאי, א גראבע מענטש קען אויך ווערן הונגעריג..

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 5, 2016 12:02 am

· #331731
פארוואס איז די געלעכעל פון א אייער - נאכן קאכן - מער הייס ווי די ווייסע ארום?

וכדומה.. » דאנערשטאג מאי 5, 2016 3:45 am

· #331739
די גאנצע פעטנס פון די איי ליגט נאר אין די געלעכל און דערפאר ווערט דאס אסאך הייסער.

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג מאי 5, 2016 10:51 pm

· #331911
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווי קען מען קויפן קליינע לג בעומר שיסערס פאר קינדער wholesale?

בן אדם » מיטוואך מאי 11, 2016 6:48 pm

· #332713
איינער ווייסט ווי מ'קען באקומען א מדינת ישראל פלעג?

שטילע אינגערמאן » מיטוואך מאי 11, 2016 6:51 pm

· #332714
די נטורא קרטא האבן, זיי לייגן אוועק במשך די גאנץ קאלי כדיג יאר כדי צו פארברענען אויף פורים.

בן אדם » מיטוואך מאי 11, 2016 7:36 pm

· #332718
זיי פארקויפן עס אויך?

געוואלדיג » דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:28 pm

· #332824
איך זעה צומאל ווען מען פארגעסט צו צומאכן דעם סקרין און פליגן מאכן זיך באקוועם ביי מיר אין שטוב, אז זיי וועלן זיך אלס דרייען ארום די טשענדילעיר אפליו בייטאג ווען עס איז אויסגעלאשן, איינער האט דאס שוין אויפגעמערקט? איינער ווייסט פארוואס?

טמיר » דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:07 pm

· #332846
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עס קען זיין וויבאלד זיי האבן געלייגט דארט אייער באנאכט

געוואלדיג » דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:08 pm

· #332847
אינטרעסאנט, פארדעם פליען זיי ארום אונטער דעם?

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:27 pm

· #332850
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
זיי לייגן אייער נעבן וואסער ניין? קראן, נעגל וואסער וכדומה. סתם אזוי וואלט איך געטראכט סהאט מיט טראנסווערס אריענטעישאן <a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Transverse_orientation?wprov=sfla1">https://en.wikipedia.org/wiki/Transvers ... prov=sfla1</a>
אבער זע וואס דער לינק זאגט דא. אבדזשעקטס זיי זאלן וויסן וואו זיי זענען, האבן וואו צו רועהן און עקסערמענטס וואס זיי לאזן איבער. <a class="postlink" href="http://gurumagazine.org/askaguru/why-do-flies-circle-around-in-the-middle-of-the-room/">http://gurumagazine.org/askaguru/why-do ... -the-room/</a>

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טמיר » דאנערשטאג מאי 12, 2016 11:05 pm

· #332858
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
טאמבעל, אז ביזט יא אזא סייענטיסט, פארוואס דרייט מען די צינג ווען מען שלעפט א שווערע פעקל?

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 13, 2016 7:22 am

· #332885
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מ'דרייט? איך פארשטייף צוזאם מיינע ראכען/דזשאז. אדער לייג מיינע הענט איינע אויף דאס אנדערס.
כווייס נישט פארוואס

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טמיר » פרייטאג מאי 13, 2016 3:34 pm

· #332938
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואו שטייט אז רשב"י האט געזאגט אז יעדער וואס טוט פאר זיין כבוד דארף באקומען די ישועה וואס ער דארף?

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

בן אדם » פרייטאג מאי 13, 2016 3:38 pm

· #332941
פארוואס פאלט דיר איין אז ער זאל האבן געזאגט אזאנס?

גר ותושב » פרייטאג מאי 13, 2016 3:58 pm

· #332946
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עס שטייט אין קול מבשר

טאמבל סאס » זונטאג מאי 15, 2016 7:53 am

· #333008
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אמאל ווען איך האב געדרוקט אויף א ניק'ס פראופייל אין טעפטאלק, דערנאך אויף posts, האב איך געקענט זעהן אשכולות אנגעפאנגען דורך יענעם ניק דורך דרוקן אויף started, אדער תגובות, דורך דרוקן replies

סטארטעד ארבעט נישט מער ביי מיר.
עמיצער ווייסט פארוואס?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 19, 2016 12:35 pm

· #333755
וויפול פראצענט מענטשן דערלעבן נישט ביז די זיבעציג?

מ'קען טרעפן פארשידענע סטאטיסטיקס אנליין אבער איך וויל וויסן די פראצענט ביי אין, וכידוע די ח"ס בכמה מקומות אז מ'קען נישט ברענגן קיין ראי' פון גואישע גופים אויף אידישע.

מיין שאצונג איז אז 10-15% מאכן עס נישט ביז די זיבעציג

חברהמאן » דאנערשטאג מאי 19, 2016 12:41 pm

· #333756
איך וולט געזאגט קרוב צי 25%

איש חזון » מאנטאג מאי 23, 2016 4:44 pm

· #334207
איז די בילד אין די אוועטער פון @הוגה א בילד פון אים זעלבסט? אויב יא, ווער איז דאס?

א איד » מאנטאג מאי 23, 2016 6:52 pm

· #334230
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איש חזון
איז די בילד אין די אוועטער פון @הוגה א בילד פון אים זעלבסט? אויב יא, ווער איז דאס?

די זעלבע שאילה האב איך אויף איש חזוןס אוועטער?

הוגה » מאנטאג מאי 23, 2016 8:58 pm

· #334255
איש חזון
איז די בילד אין די אוועטער פון @הוגה א בילד פון אים זעלבסט? אויב יא, ווער איז דאס?

דאס איז א בילד פון א דעקל פון א געוויסע נומער פון די מאמענט מאגאזין, וואס האט געהאט א באשרייבונג אויף ר' זלמן גרויז, באטיטלנדיג אים אלץ 'הוגה' דעות. יעצט בלייבט נאר איבער צו שפעקולירן אויב איך בין טאקע רבי זלמן אדער נישט...

.

בן אדם » מאנטאג מאי 23, 2016 9:18 pm

· #334258
אסאך האלטן דאך דאך אז ר' זלמן איז א געפערליכער... (כ'ווייס אליינס נישט וואס), סאו וואס איז די שאלה בכלל?

איש חזון » דינסטאג מאי 24, 2016 4:40 pm

· #334391
בעמח''ס הברי והשמא?
הייסט דער בילד איז אט דער ר' זלמן גרויז?

איש חזון » דינסטאג מאי 24, 2016 4:43 pm

· #334392
א איד
איש חזון
איז די בילד אין די אוועטער פון @הוגה א בילד פון אים זעלבסט? אויב יא, ווער איז דאס?

די זעלבע שאילה האב איך אויף איש חזוןס אוועטער?

(דאס איז דער חזון איש בצעירותו, יעצט בלייבט נאר איבער צו שפעקולירן אויב איך בין טאקע דער חזון איש אדער נישט...)_

הוגה » דינסטאג מאי 24, 2016 5:11 pm

· #334394
איש חזון
בעמח''ס הברי והשמא?
הייסט דער בילד איז אט דער ר' זלמן גרויז?

יא.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך מאי 25, 2016 8:51 pm

· #334615
וועלכע ניק האט די מערסטע ליב לייקס?

קל וחומר » מיטוואך מאי 25, 2016 8:52 pm

· #334616
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
לול

בן אדם » מיטוואך מאי 25, 2016 9:09 pm

· #334622
דער ניק וואס האט (לכאורה) די מערסטע ליב לייקס, וואס איז זיין געוועזענע ניק.

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 27, 2016 3:12 pm

· #334907
אז איינער וויל נישט האלטן קעש אין באנק משום סיבות שונות , איז א סעף דיפאסיט באקס אין באנק די בעסטע אפציע? אדער גמ"ח איז בעסער ? אדער אפשר א סעף אינדערהיים?

הוגה » פרייטאג מאי 27, 2016 3:21 pm

· #334908
אין א סעיף דיפאזעט באקס איז דיין געלט נישט אינשורד און פון צייט צו צייט הערט מען אז מען האט באראבעוועט א באנק וואולט. אבער עס קומט נישט צו נאנט צו די צאל מענטשן וואס האבן פארלוירן זייער געלט אין גמח'ן. דער אמת איז אז קיין איינס איז נישט סעיף. אשר על כן בין איך מייעץ צו צוטיילן די געלט ביי א צאל אנדערע גמח'ן, א טויזנט ביי יעדער. נאך אפאר טויזנט אין די סעיף דיפאזיט באקס. נאך אפאר טויזנט אין דער היים. די מערסטע סעיף איז צו בארגן די געלט צו באקאנטע וועמען דו טראסט, אויב מעגליך מיט ערבים. אויך דא, בארג נישט מער ווי 5-10 טויזנט דאלער פער מענטש.

.

שבת אחים » פרייטאג מאי 27, 2016 3:24 pm

· #334909
נולד מאוחר
אז איינער וויל נישט האלטן קעש אין באנק משום סיבות שונות , איז א סעף דיפאסיט באקס אין באנק די בעסטע אפציע? אדער גמ"ח איז בעסער ? אדער אפשר א סעף אינדערהיים?

קענסט עס מיר געבן אלץ א שומר חינם.

גמח׳ן קען מען נישט טראסטן געהריג.

א סעיף אינדערהיים אויב איז עס נישט כשר געלט דארפסטו מורא האבן פאר א באזוך פון די רשעים די אנטיסעמיטן.

אויב סאיז נישט כשר איז א סעיף דיפאזיט באקס די זעלבע פראבלעם.

די איינציגסטע עצה קויף א קליינע פייער-פראף סעיף און האלט די סעיף ביי א צווייטן אינדערהיים/אפיס וועמען איר טראסט, א משפחה מידגלידער אדער א גיטע חבר.

אהרן » פרייטאג מאי 27, 2016 3:57 pm

· #334918
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
לכאורה די בעסטע איז צו מאכן א אקאונט אויף א צוויטענס נאמען וואס קען יא, למשל דיין טאטע אדער דיין שווער, פארשטייט זיך די בעקראונד טשעק וועל איך לאזן פאר דיין פארשטאנד, אין ער זאל דיר געבן פאוער אף אטערני אויף דעם אקאונט, ממילא האסטו די פולע בעלות דעראויף אבער די אקאונט איז נישט דיינס.

גר ותושב » פרייטאג מאי 27, 2016 4:12 pm

· #334921
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אויב דארפסטו נישט די געלט פאר א שטיק צייט דעמאלט פארבארגט עס פאר א באקאנטע וואס איר טראסט.

*א מצוה באקומט איר זיכער

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 27, 2016 5:22 pm

· #334936
אהרן
לכאורה די בעסטע איז צו מאכן א אקאונט אויף א צוויטענס נאמען וואס קען יא, למשל דיין טאטע אדער דיין שווער, פארשטייט זיך די בעקראונד טשעק וועל איך לאזן פאר דיין פארשטאנד, אין ער זאל דיר געבן פאוער אף אטערני אויף דעם אקאונט, ממילא האסטו די פולע בעלות דעראויף אבער די אקאונט איז נישט דיינס.

אלץ שטייער העלפט נישט די עצה

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 27, 2016 5:24 pm

· #334938
הוגה
אין א סעיף דיפאזעט באקס איז דיין געלט נישט אינשורד און פון צייט צו צייט הערט מען אז מען האט באראבעוועט א באנק וואולט. אבער עס קומט נישט צו נאנט צו די צאל מענטשן וואס האבן פארלוירן זייער געלט אין גמח'ן. דער אמת איז אז קיין איינס איז נישט סעיף. אשר על כן בין איך מייעץ צו צוטיילן די געלט ביי א צאל אנדערע גמח'ן, א טויזנט ביי יעדער. נאך אפאר טויזנט אין די סעיף דיפאזיט באקס. נאך אפאר טויזנט אין דער היים. די מערסטע סעיף איז צו בארגן די געלט צו באקאנטע וועמען דו טראסט, אויב מעגליך מיט ערבים. אויך דא, בארג נישט מער ווי 5-10 טויזנט דאלער פער מענטש.

.

איז די טירחה פון האבן געלט צישפרייט ווערט פאר די זייער קליינע טשענס אז סגייט זיין א גניבה אויף די סעיף דיפאסיט באקס?

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 27, 2016 5:26 pm

· #334939
שבת אחים
נולד מאוחר
אז איינער וויל נישט האלטן קעש אין באנק משום סיבות שונות , איז א סעף דיפאסיט באקס אין באנק די בעסטע אפציע? אדער גמ"ח איז בעסער ? אדער אפשר א סעף אינדערהיים?

קענסט עס מיר געבן אלץ א שומר חינם.

גמח׳ן קען מען נישט טראסטן געהריג.

א סעיף אינדערהיים אויב איז עס נישט כשר געלט דארפסטו מורא האבן פאר א באזוך פון די רשעים די אנטיסעמיטן.

אויב סאיז נישט כשר איז א סעיף דיפאזיט באקס די זעלבע פראבלעם.

די איינציגסטע עצה קויף א קליינע פייער-פראף סעיף און האלט די סעיף ביי א צווייטן אינדערהיים/אפיס וועמען איר טראסט, א משפחה מידגלידער אדער א גיטע חבר.

די רשעים וויסען אז מהאט א סעיף דיפאסיט באקס? כמיין ציפרעגן סאיז אויף מיין סאשעל אזוי ווי א באנק אקקונט?

שבת אחים » פרייטאג מאי 27, 2016 5:35 pm

· #334942
יא.

הוגה » פרייטאג מאי 27, 2016 5:40 pm

· #334943
נולד מאוחר
איז די טירחה פון האבן געלט צישפרייט ווערט פאר די זייער קליינע טשענס אז סגייט זיין א גניבה אויף די סעיף דיפאסיט באקס?

די מער טירחא די מער שכר. די גרינגסטע איז צו לייגן אלעס אונטער די קושן, אבער עס איז די ווייניגסטע סעיף. אגב, די בעסטע איז צו האבן אלעס כשר וישר אין א באנק אקאונט וכדומה, אבער איך גלייב אז אויף אזעלכע עצות דארפסטו מיך נישט.

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 27, 2016 5:40 pm

· #334944
שבת אחים
נולד מאוחר
אז איינער וויל נישט האלטן קעש אין באנק משום סיבות שונות , איז א סעף דיפאסיט באקס אין באנק די בעסטע אפציע? אדער גמ"ח איז בעסער ? אדער אפשר א סעף אינדערהיים?

קענסט עס מיר געבן אלץ א שומר חינם.

גמח׳ן קען מען נישט טראסטן געהריג.

א סעיף אינדערהיים אויב איז עס נישט כשר געלט דארפסטו מורא האבן פאר א באזוך פון די רשעים די אנטיסעמיטן.

אויב סאיז נישט כשר איז א סעיף דיפאזיט באקס די זעלבע פראבלעם.

די איינציגסטע עצה קויף א קליינע פייער-פראף סעיף און האלט די סעיף ביי א צווייטן אינדערהיים/אפיס וועמען איר טראסט, א משפחה מידגלידער אדער א גיטע חבר.

די קליינע סעיףס האבן א קלענערע טשיענס פון גניבה ווי סעיף דיפאסיט גניבהס?

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 27, 2016 5:48 pm

· #334945
הוגה
נולד מאוחר
איז די טירחה פון האבן געלט צישפרייט ווערט פאר די זייער קליינע טשענס אז סגייט זיין א גניבה אויף די סעיף דיפאסיט באקס?

די מער טירחא די מער שכר. די גרינגסטע איז צו לייגן אלעס אונטער די קושן, אבער עס איז די ווייניגסטע סעיף. אגב, די בעסטע איז צו האבן אלעס כשר וישר אין א באנק אקאונט וכדומה, אבער איך גלייב אז אויף אזעלכע עצות דארפסטו מיך נישט.

די בעסעטע פאר וועם? פאר די רוגירונג?

הוגה » פרייטאג מאי 27, 2016 6:11 pm

· #334948
ניין, די בעסטע פון א סעיפטי שטאנדפונקט.

בן אדם » זונטאג מאי 29, 2016 6:03 pm

· #335074
וויפיל אידן זענען געהארגעט געווארן אין די צווייטע וועלט מלחמה; און אויך, וויפיל מענער, וויפיל פרויען און וויפיל קינדער.

פרייוויליג » מאנטאג מאי 30, 2016 1:37 pm

· #335298
בין איך דער איינציגסטער דא וואס איז שרעקליך צומישט איבער דעם אידענטיטעט פון @שבת אחים? וויפיל איך האב פראבירט ארויסצוהאבן זיינע שיטות ווער איך נאכמער און מער צומישט און צוטומלט. איך האב אמאל געמיינט אז ער וואוינט אין אהייא, היינט ווער איך געוואור אז ער וואוינט אין סטעטן איילענד. איך האב פאר א קורצע צייט געמיינט אז ער איז א רמב"ם איד, ווער איך היינט געוואור אז ער איז גאר א בודהיסט. פאר א געוויסע תקופה האב איך געמיינט אז ער איז א שטארקע גלויביגער איד, אבער צום סוף בין איך אנטוישט געווארן אז די דיוויין איז ביי אים מוטל בספק. דורכאויס דעם איצטיגער קאמפיין כאפ איך שווער זיין אבסעסיע מיט בערני. אמאל מיין איך אז ער איז זאגאר א איד מיט א געשוירן בערדל וואס וואוינט אין ווערמאנט און קאמפיינט מיט בערני, דערנאך הער איך אז ער פארמאגט גאר א בארד וואס וואוינט און סטעטן איילענד. איז ער א מארקסיזט? א סאושעליסיט? א קעפעטיליזט? אדער א וועדזשעטעריען?

געשריבן טאקע סארקאסטיש, אבער די צומישעניש איז אין א ערנסטע מינע.