דער עולם דארט פראבירט אויך אויסצוגעפונען.
זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92
שוין א לענגערע צייט וואס איך זוך צו קויפן רעגולער וועדשטעבל קנישעס – ואיננו. איך ווייס אז קאמערשעל קיטשנס קויפן דערפון אייער-באקסעס; א קליין באקסל אבער אין גראסערי איז נישטא צו געפינען. אלץ וואס איז דא איז פאטעטא קנישעס און עפל טורנאויווערס. איך האב שוין געזוכט אין מערערע געשעפטן, גרויסע ווי קליינע צוגלייך. אויב עמעץ דא איז באהאוואנט מיטן קניש-ביזנעס אדער ליגט סתם אזוי אין דער אכילה ליניע ווערט געבעטן זיך מעלדן. תזכה למיץ
אוי דו נער.... מעק שנעל דיין תגובה, שיק אריין א טשעק פאר התאחדות און הייב אן צו פארקויפן די אייטעם!
די ברידער פין ר' יעשעיעלע
אפשר ווייסט איינער ווי די ברידער פין ר' שייעלע קרעסטיכער ליגט ? someplace head in New York or New Jersey or Queens
ברוך שאמראפשר ווייסט איינער ווי די ברידער פין ר' שייעלע קרעסטיכער ליגט ? someplace here in New York or New Jersey or Queens
איך האב געדרוקט דעם קנעפל "צייכן אהן אשכולות ווי געליינט און למעשה גייט עס מיר אויף די נערוון, איז דא א וועג פון איהר צוריקברענגען צום אמאל? (אהן אריינסיינען מיט מיין אנדערע ניק...)
איך זוך די פאנט וואס זעט אויס ווי געשריבן פון א טייפרייטער. ווייסט איינער ווי אזוי דאס רופט זיך?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עני מאנאספעיס פאנט
https://typekit.com/fonts?classification=monospaced
https://typekit.com/fonts?classification=monospaced
איך האב עס אויך אמאל געדארפט ניצן, ס'דא צענדליגע סארטן, נישט אלעס איז די זעלבע. כ'האב געגוגלד typewriter fonts ס'איז אסאך לינקס פאר דעם. דא איז איינס http://www.dafont.com/theme.php?cat=113. קענסט דאנלאדען בחינם.
פאר אידיש?
אה אידיש, כ'וועל קוקן שפעטער אין גראפיק פאלדער.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יואבשוין א לענגערע צייט וואס איך זוך צו קויפן רעגולער וועדשטעבל קנישעס – ואיננו. איך ווייס אז קאמערשעל קיטשנס קויפן דערפון אייער-באקסעס; א קליין באקסל אבער אין גראסערי איז נישטא צו געפינען. אלץ וואס איז דא איז פאטעטא קנישעס און עפל טורנאויווערס. איך האב שוין געזוכט אין מערערע געשעפטן, גרויסע ווי קליינע צוגלייך. אויב עמעץ דא איז באהאוואנט מיטן קניש-ביזנעס אדער ליגט סתם אזוי אין דער אכילה ליניע ווערט געבעטן זיך מעלדן. תזכה למיץ
פראביר זיי
https://www.google.com/search?q=the+che ... ate=kp:xpd
רויטע וואנצעסאה אידיש, כ'וועל קוקן שפעטער אין גראפיק פאלדער.
כ'האב גארנישט געטראפן אין פאלדער. אנליין זעה איך אבער עפעס וואס איז גאנץ נאנט צו געוויסע טייפרייטערס:
http://www.ffonts.net/Pecan_-Sonc_-Hebrew.font
אדער דאס:
http://www.ffonts.net/Hebrew-Regular.font
@ברסלבער
פון ווי קומען די מרכז הרב סטיל מענטשן פון דערהיים? קומען זיי פון די אייראפעישע שטעטלעך?
פון ווי דען? תימן אדער מאראקא?

chusidלמעשה זעט מען אבער נאר ארטדאקסישע אידן ... לעבן מיט די מהלך המחשבה אבער אנדערע מאכן יא א עיקר פון דע וועלט.
אשפ"ג 😂
הוגהchusidלמעשה זעט מען אבער נאר ארטדאקסישע אידן ... לעבן מיט די מהלך המחשבה אבער אנדערע מאכן יא א עיקר פון דע וועלט.
אשפ"ג 😂
סאבקאנשעס איז דאס די מיינדסעט ביי אונז
דאס איז אבער די joke. די דיסקאנעקט פון רעטאריק צו רעאליטעט.
chusidדי בליק אז דע וועלט איז נאר א פרוזדור דארף לכאורה זיין קלאר פאר יעדע גלויביגער ווייל דע וועלט מאכט נישט קיין סענס און האט נישט קיין עכטע ווערד ( ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמנה שנה.. ) נאר גאט שוקט אונז דא פאר א מישאן-גאול און די עכטע וועלט איז עולם הבא. למעשה זעט מען אבער נאר ארטדאקסישע אידן און אפשר אראבער לעבן מיט די מהלך המחשבה אבער אנדערע מאכן יא א עיקר פון דע וועלט. וואסי פשט?
נאר א מתנגד קען אזוי רעדן אויף די וועלט, חז"ל האבן געזאגט "יפה" שעה אחת בתשובה ומעשים טוובים יותר מכל חיי העולם הבא
ביי אונז האט מען געזאגט אז ווען זיי וואקסן אויף זאגט מען 'א שאד אז מען האט זיי טאקע נישט אויפגעגעסן'...
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יינגעלע.
1. מ'זאגט א ווערטעל אז ס'איז לכבודו פונ'ם רמ''א וואס איז היינט איז אויך זיין יארצייט, וכן שמעתי מהגה''צ אב''ד וואודרידזש שליט''א.
2. די פקחות איז טאקע נאר וועגען זיין עלטער. אז א צען יעריג קינד רעדט שוין ווי א אכצען יעריגע צולייגער איז דאס פקחות. ווען ער טוט אזוי ביי די דרייסיג איז דאס קינדעריש.
3. נו, וואס האסטו געמיינט? דו ליינסט נישט דער איד יעדער וואך וויפיל נשים צדקניות האבען זיך צוזאמען געקומען און מנדב געווען גיגאנטישע סכומים פאר'ן צוועק? אזוי דארף מען שרייבען און פארטיג

וואסי פשט אז ל"ג בעומר האבן א גרויסער פראצענט חרדים רעשעס?
(כ'האב קיינעם נישט בודק געווען בין רגלים, פשוט באזירט אויף דער סטיל געוואקעכץ מיט די פיס ווי א קליין בריקל.)
(כ'האב קיינעם נישט בודק געווען בין רגלים, פשוט באזירט אויף דער סטיל געוואקעכץ מיט די פיס ווי א קליין בריקל.)
chusidדי בליק אז דע וועלט איז נאר א פרוזדור דארף לכאורה זיין קלאר פאר יעדע גלויביגער ווייל דע וועלט מאכט נישט קיין סענס און האט נישט קיין עכטע ווערד ( ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמנה שנה.. ) נאר גאט שוקט אונז דא פאר א מישאן-גאול און די עכטע וועלט איז עולם הבא. למעשה זעט מען אבער נאר ארטדאקסישע אידן און אפשר אראבער לעבן מיט די מהלך המחשבה אבער אנדערע מאכן יא א עיקר פון דע וועלט. וואסי פשט?
איך זע נישט מיט וואס די ארטאדאקסישער אידן האבן א טיפערע משמעות אין די מהלך החיים. אפשר קענסטו זיין אביסל מער ספעסיפיק וואס ביי דיר מיינט ארטאדאקסיש. אויב מיינסטו חסידים, איז דער ענטפער אז חסידים האבן בכלל נישט קיין בעסערע בליק אין לעבן. נישט ווייל זיי גייען מיט שווארצע חאלאטן און ברייטע ברימען געבט דאס זייער מחשבה אן אויבערהאנט איבערן חומר. איך קען אסאך חסידים וואס זענען אינעם פילן חסידישע טראגע און זענען נאקעט פון יעדן מין באגריף צו פרוזדור. און צו דיין קשיא בעצם, טאקע דאס איז די נסיון החיים אז מען זאל נישט פארגאפט ווערן אויף די וויסטע וועלט, און עס באלאנגט נישט דוקא צו א קאטעגאריע מענטשן.
די אראבערס מאן דכר שמם? א פארשאלטענע אכזריות'דיגע פאלק וואס פראבירט נאכצומאכן אידישע געזעצן. פון זיי רעדסטו?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
געוואגטער יינגעל, נא דיר די נומערען וויפיל מענטשען זענען געווען אין מירון היי יאר. http://www.timesofisrael.com/92-injured ... unt-meron/
איינער זאגט מיר אז די וויזניץ מאנסי רבי לאזט נישט פרויען שטיפן קעריזשעס אויף די גאס. קען דאס איינער באשטעטיגן?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שמעון וואלףאיינער זאגט מיר אז די וויזניץ מאנסי רבי לאזט נישט פרויען שטיפן קעריזשעס אויף די גאס. קען דאס איינער באשטעטיגן?
נאר זיין משפחה נישט די חסידים
און דאכט זיך אז דישונסקיא פירט זיך אויך אזוי
וואסי פשט?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מען שלעפט די קינדער מיט די הענט
מן הסתם איז דאס עפעס א חשש תולש אדער חורש
מן הסתם איז דאס עפעס א חשש תולש אדער חורש
און די חשש איז נאר שייך ביים רבי'נס משפחה ביי די חסידים נישט?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מער פון דעם ווייס איך נישט
chaimsמער פון דעם ווייס איך נישט
דאס איז שוין א סקווירא מנהג 😂
עס וואונדערט מיר.
די סאטמארע האבן א שיטה וואס די מדינה איז אפגעפרעגט און נישט אויסגעהאלטן מחמת פארשידענע טעמים.
למעשה איז דא א מדינה, פינטל! זיי פיגורירן און גייען אהן.
יעצט, ביי די שרעקליכע ערדציטערניש אין נעפאל האט פאר סאם ריעזן די מדינת ישראל גאווערמענט שטארק גענימען א מיסיע (ווי באקאנט) מיטן ארויסהעלפן די ארטיגע געפלאגטע לאנד אריינגיסנדיג דארט מיליאנען אין אלע סארטן הילף ממש אויף א פארנעם וועלכע ווערט איבעראל אויסגעלויבט.
איז מיין פראגע לויט די סאטמארע שיטה אזוי.
איז עס א קידוש השם די גאנצע הילף אפעראציע דארט צוליב וואס די נעפאלעזער/קאטמאנדוי שוטים האבן נישט קיין השגה פון מבחין זיין צווישן פרומע אידן ביז פרייע אידן און אלעס איז ביי זיי אינטער א סטיגמע פון בלויז
"אידן" (און ווען זיי באקימען הילף פון די איזראעליס וואס געבן זיך אהן אלץ אידן נעמען זיי עס אויף מיט רעספעקט און זיי לויבן השם יתברך) אדער איז די מצוה פון קידוש שם שמים נישט גילטיג ביי דעם פאל?

די מדינה איז זיכער אסור. אויב האבן זיי געמאכט א קידש השם, האבן די יעניגע זיכער א מצוה, דאס טיט אבער בכלל נישט פארקלענערן דעם חילול השם וואס זיי מאכן אויף אנדערע פלעצער
נייעסטיקערדי מדינה איז זיכער אסור. אויב האבן זיי געמאכט א קידש השם, האבן די יעניגע זיכער א מצוה, דאס טיט אבער בכלל נישט פארקלענערן דעם חילול השם וואס זיי מאכן אויף אנדערע פלעצער
אפשר טוט דאס יא באלאנסירן די א.ג. חילול ה׳? אם אתה מאמין שאפשר לקלקל ודע שאפשר לתקן. עס איז נישטא קיין גרעסערע תשובת המשקל אויף חילול ה׳ ווי קידוש ה׳.
קידוש ה' הייסט ווען מ'ווייזט אויף דער גליק און דער חשיבות פון דינען דער אויבעשטער. ווען א מענטש לערנט תורה און היט מצוות און ער פיהרט זיך אויף אין א וועג אז ס'איז קענטיג אז זיין תורה האט געווירקט אויף איהם און ער איז אן אויסגע'ארבעטער מענטש, זעט יעדער מענטש אז היטען תורה איז א געוואלדיגע זאך, און דער אויבעשטער'ס נאמען איז באליבט ביי מענטשען. ווידער ווען א מענטש זעט אז אידען וואס היטען דער אויבעשטער'ס תורה ווערען נישט אויסגע'ארבעט, מיינט ער אז היטען תורה איז נישט גליקליך און ער קוקט אן דער אויבעשטער מיט א שלעכט אויג.
ווען א איד היט נישט קיין תורה און מצוות, ער איז א מומר אדער אפילו א תינוק שנשבה בין העכו"ם, מ"מ זיין מעשים קומען פון א פרעמדען מקור א פרעמדען מוסר ספר. ט'וואס איז דער קידוש ה' אז ער טוט עפעס וואויל? דאס האט נישט מיט'ן כלומר'שט 'איסור' פון ציונות. דאס אז זייערע מעשים קומט נישט פון קיין תומ"צ לאזט נישט אזעלכע אקטען אנגערופען ווערען 'קידוש ה''. א פיינער זאך אפשר, אבער מיט קידוש ה' האט עס נישט.
כנלפע"ד

למעשה ווייסן רוב גוים נישט די חילוק פון א איד מיט א בארד און א קנאבל ווי א איד א חלוני. סא ווען א "איד" טוט א גוטע זאך איז עס מקדש שם שמים אפגעזען פון זיין יונערפאם.
מענין לענין, פאלגענד איז א ציטאט פון 'דער בלאט' וואו זיי פראבירן צו דאקטערען די עולם אז מדינת ישראל עקזעסטירט נישט. זיי האבן נישט אויסגערעכנט ישראל צווישן אנדערע לענדער וואס האבן געשיקט הילף פאר נעפאל.
מענין לענין, פאלגענד איז א ציטאט פון 'דער בלאט' וואו זיי פראבירן צו דאקטערען די עולם אז מדינת ישראל עקזעסטירט נישט. זיי האבן נישט אויסגערעכנט ישראל צווישן אנדערע לענדער וואס האבן געשיקט הילף פאר נעפאל.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אויב איינער מאכט אן אנשטעל כאילו ער טוט איינעם א טובה, איז דאס א קידוש ה'? די זעלבע ווען גויים מיינען אז א איד טוט עפעס מחמת זיין אידישקייט ווען למעשה האט עס נישט קיין שייכות.
און דער מציאות דיינע אז גויים ווייסען נישט קיין חילוק איז גאנץ לעכערליך. זיי ווייסען דען נישט וואס מיינט עס רעליגיעז? איינער וואס פיהרט זיך אויף אנדעריש? ווען אזא איינער איז מחזיר א גרויסע אבידה צו ער העלפט א מענטש, פארשטייען זיי גוט אז דאס איז די פירות פון זיין רעליגיעזהייט.

ליטוואק פון בודאפעסטדי זעלבע ווען גויים מיינען אז א איד טוט עפעס מחמת זיין אידישקייט ווען למעשה האט עס נישט קיין שייכות.
הייסט אז ווען דו טוסט אמאל א טובה פאר איינעם איז עס מחמת דיין אידישקייט? סאו בעצם וואלסטו געווען א פרא אדם, קיינמאל פאר קיינעם קיין טובה געטון, אבער מה אעשה שהתורה צוויתנו...
ניין, די תורה האט אויסגעאיידלט די מידות.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עי׳ בריש ס׳ לקוטי אמרים החילוק בין החסד שעושים ישראל לזו שעושין העכו״ם.
וואס איך וויל וויסען
פוו זענען אלע (שטעקעליך) זייגערס וואס מעדווארטייזט אנגעשטעלט אויף צען צו צוויי ? די שאלה איז נישט פוו די צייט נאר ווען האט מען זיך אפגעשמועסט צו אדווארטייזען אויף די ספעציפישע צייט ?
פרייוויליג.
מענין לענין, פאלגענד איז א ציטאט פון 'דער בלאט' וואו זיי פראבירן צו דאקטערען די עולם אז מדינת ישראל עקזעסטירט נישט. זיי האבן נישט אויסגערעכנט ישראל צווישן אנדערע לענדער וואס האבן געשיקט הילף פאר נעפאל.
דער איד רעכנט אויס
קאמענטירערפוו זענען אלע (שטעקעליך) זייגערס וואס מעדווארטייזט אנגעשטעלט אויף צען צו צוויי ? די שאלה איז נישט פוו די צייט נאר ווען האט מען זיך אפגעשמועסט צו אדווארטייזען אויף די ספעציפישע צייט ?
דאס נעמט זיך ווייל זיי ווילן ווייזן וויאזוי די שטעקלעך זעען אויס אויסגעשפרייט און נאך אפאר סיבות
http://mentalfloss.com/article/22461/wh ... nd-watches

נישט צעהן צי צוויי נאר צעהן מינוט צו צעהן און פון דעם נעמט זיך די ארטסקרול? בוך מיט דעם נאמען.
סאיז יא אנגעשטעלט אויף צען צו צוויי, אדער צען נאך צען, ווענציך וואו די קליינע איז און וואו די גרויסע איז, אבער נישט צען צו צען, וואס דאס מיינט ביידע זענען אויפן צענערל
סארי געמיינט צעהן נאך צעהן.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
http://www.cnn.com/2015/05/14/us/philad ... erailment/
ווער איז דער היימישער איד וואס זיין דברי חכמה ווערען דא אנגעצייכענט? וואס וויל ער?
ווער איז דער היימישער איד וואס זיין דברי חכמה ווערען דא אנגעצייכענט? וואס וויל ער?