☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

שליח » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:03 am

· #149641
גוגל קען ליינען פריוואטע הודעות?!
screenshot.1.jpg

אגב, "זע פריוואטע הודעות" איז לכאורה א טעות, ס'דארף שטיין "קוקט".

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:16 am

· #149661
זארג נישט, נישט דיינע פריוואטע הודעות. גוגל'ס ראבאט גייט דורך יעדע לינק אויפן פעידזש און אינדעקסט עס, גייט עס אויך אריין אין קאנטראל פאנעל און אין די אינבאקס, און אפשר לייענט עס דארט די פריוואטע הודעה וואס יעדע באנוצען באקומט נאכן זיך איינשרייבן.

שליח » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:28 am

· #149665
אהא. Stay Calm With Gefilte Fish 🙂 .
גראדע געדענקט איך נישט כ'זאל באקומען א פריוואטע הודעה ביים איינשרייבן. דיסקרימינאציע? 😉

I'm back » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:32 am

· #149667
טאמער וויל איך איינער זאל אויספירן עפעס א שליחות פאר מיר, קען איך בעטן @שליח זאל עס טון פאר מיר, אדער איז דאס נאר א ניק נאמען צו קענען שריייבן דא?

יואב » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:40 am

· #149672
וואסי פשט מ'זאגט זיי "מיר" געזונט, האב "מיר" א גמר חתימה טובה אא"וו. איך זאל זיין געזונט פאר מיר, און זיי "דיר" געזונט, און האב "דיר" א גמר חתימה טובה. פארוואס זאלסטו זיין געזונט פאר מיר? וועמענס טובה איז דאס, מיינס אדער דיינס אדער קיינעמס?

@לעיקוואד, האט דאס עפעס א שייכות צו סאציאליזם?

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:55 am

· #149678
שליח
אהא. Stay Calm With Gefilte Fish 🙂 .
גראדע געדענקט איך נישט כ'זאל באקומען א פריוואטע הודעה ביים איינשרייבן. דיסקרימינאציע? 😉

שוין אריבער א לאנגע תקופה זייט איך האב מיך איינגעשריבן, אפשר באקומט מען טאקע נישט. אבער כ'האב יעצט געטשעקט, אויב איז מען אויפן אינבאקס פעידזש אפילו אויב מ'לייענט נישט קיין הודעה ווייזט עס אויך "זע פריוואטע הודעה".

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:44 pm

· #149874
איך מיין אז די פשוטע פשט איז אז עס איש א קיצור זיי דיר און מיר געזונט. אבער אוודאי איז יואב'ס כוונה אויך א גוטע כונה. כל ישראל ערבים זה לזה, א צוויטער מענטש'ס טובה איז מיין טובה.

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 9:30 am

· #149989
לעיקוואד
איך מיין אז די פשוטע פשט איז אז עס איש א קיצור זיי דיר און מיר געזונט. אבער אוודאי איז יואב'ס כוונה אויך א גוטע כונה. כל ישראל ערבים זה לזה, א צוויטער מענטש'ס טובה איז מיין טובה.

זייער א דוחק'דיגן פשט. בבחינת האב מיר און זיי מיר.

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 10:03 am

· #149993
[ציטאט אראפגענומען]

און האט מיט סאציאליזם גארנישט? א געווינס פאר די קאפיטאליסטן!

שליח » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:15 am

· #150142
ר' @חכם באשי, אויב מעג איך פרעגן, זענט איר טאקע דער פון וועמען מ'רעדט דא?
אויב יא, וואלט איר געקענט אהער צוריקשלעפן אייער ידיד ר' @ישבב הסופר?

ישבב הסופר » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:44 pm

· #150196
נדרשתי ללא שאלוני, והימים קצרים והמלאכה בהם מרובה על כן ארשום קנצי מילין. החכם באשי דנן אינו חכם באשי של פורום אוצה"ח, כיון שההוא אינו שולט בשפת אידיש. וממילא הם כשני יוסף בן שמעון הדרים בשני ערים נפרדים, ולא הרי זה כהרי זה.

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:58 pm

· #150201
@ישבב הסופר וואס קאסט אסאך,

אייך האבן זיך נישט דערמאנט אז אזוי ווי דער היינטיגע טאג קען מען שוין מעגלעך איבערטייטשען פון די הייליגע צונג צו אידיש, נעבן די האנט פון גוגעל טראנסלעיט.

(ישבב היקר,
לא זכרתם שכהיום כבר אפשר לתרגם מלשון הקודש לאידיש, על ידי תירגום-גוגל.)

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 1:03 pm

· #150204
ישבב הסופר
נדרשתי ללא שאלוני, והימים קצרים והמלאכה בהם מרובה על כן ארשום קנצי מילין. החכם באשי דנן אינו חכם באשי של פורום אוצה"ח, כיון שההוא אינו שולט בשפת אידיש. וממילא הם כשני יוסף בן שמעון הדרים בשני ערים נפרדים, ולא הרי זה כהרי זה.

ואני הייתי מתנסח כך:

...כיון שהוא לא שולט בשפת האידיש, כנראה שמדובר בשני יוסף בן שמעון שגרים בשתי עיירות נפרדות, ולא הרי זו כהרי זו.

תראה, לשון הקודש של הספרים האידישאים זה לא אותו לשון הקודש של אלו שזו שפת האם שלהם.

ישבב הסופר » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:06 pm

· #150235
לא הרי זו כהרי זו? [העיירות] (הערים) הם הנושאים, או ה'יוסף בן שמעון'ים?
ולמה אתה מעדיף 'עיירה' על 'עיר'? הרי לשון הגמ' הוא חיישינן לשני יב"ש הדרים בעיר אחת".
כל דברי הדר"כ צ"ת

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:26 pm

· #150244
@ישבב הסופר, סופר לא סתם.

קאמענטירער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:10 pm

· #150255
זאכען וואס איך וויל וויסען
וועלכע אשכול איז די גרעסטע דא אין שטיבעל?

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:15 pm

· #150259
קען באשטיין צו וויסן
ס'נישט אזוי וויכטיג, אבער אז כ'וואלט געקענט באשטיין צו וויסן.
דא, בערך ביי 7:00 זאגט אן עסקן, בנוכחת אדמו"ר מהר"א מסאטמאר, פאר קאומו, וואס איז געקומען בין כסא לעשור צו נעמען א ברכה לקראת די בחירות "דא - וואו מ'האט אים אויפגענומען - איז די רבי'ס סוכה, ס'איז א הייליג פלאץ, די רבי האט געפילט אז דא איז פאסיגע פלאץ אייך אויפצונעמען..."

מיין שאלה איז, איז א סוכה הייליג פאר סוכות?

צווישען אנדערע זעהט מען די רעבעצין. מסתמא, just in case קאומאו וועט רעדן אין עברית, זאל זיין איינער ווער ס'קען איבערטייטשען.

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:36 pm

· #150262
ישבב הסופר
לא הרי זו כהרי זו? [העיירות] (הערים) הם הנושאים, או ה'יוסף בן שמעון'ים?
ולמה אתה מעדיף 'עיירה' על 'עיר'? הרי לשון הגמ' הוא חיישינן לשני יב"ש הדרים בעיר אחת".
כל דברי הדר"כ צ"ת

כוונתי להגיד, שאם אני הייתי אותו חכם באשי, אני הייתי מתנסח בעברית צחה, ולא בלשון קודש של הספרות האשכנזי. 😉

ישבב הסופר » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:38 pm

· #150263
*האשכנזית
🙄

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:16 pm

· #150270
קאמענטירער
וועלכע אשכול איז די גרעסטע דא אין שטיבעל?

די "וועבערמאן סומאטאכע". מיט 140 בלעטער. א יעדער איינער וואס קען האלטן א פענסיל אדער דרוקן אויף א קיבארד האטצעך צופירט די הענט און געלאזט הערן זיין מיינונג. 😂

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:22 pm

· #150273
איז דאס ווייל יעדער מענטש שפיערט מיט א צוויטנס צער אדער ווייל יעדער מענטש גלייכט מאחורי?

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:25 pm

· #150275
חכם באשי
ישבב הסופר
לא הרי זו כהרי זו? [העיירות] (הערים) הם הנושאים, או ה'יוסף בן שמעון'ים?
ולמה אתה מעדיף 'עיירה' על 'עיר'? הרי לשון הגמ' הוא חיישינן לשני יב"ש הדרים בעיר אחת".
כל דברי הדר"כ צ"ת

כוונתי להגיד, שאם אני הייתי אותו חכם באשי, אני הייתי מתנסח בעברית צחה, ולא בלשון קודש של הספרות האשכנזי. 😉

זה כמו "הרב" ישראל מ. סופר שמתלונן בעיתון (מתמרמר בצייטונג, כלשון קדשו.) שהס"מ ר"ל הכשיל את עם ישראל (הס מלהזכיר) עם השפה הטמאה אשר הציונים בדו מליבם, ר"ל מהאי דעתא , טפוי, פוי, פוי. 🙄 .

סאו וואט » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:26 pm

· #150562
וועלעכע רבי האט איינגעפירט אדער געוועהן דער ערשטער צו טאנצען דער מחילה טאנץ?

אליצפן » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:00 pm

· #150575
וואו קען מען באקומען א כשר'ע אתרוג פאר ביליג? כ'מיין נישט דער גארבידזש וואס מ'פארקויפט אויף דרייצן, כ'זוך א דיסינט אתרוג פאר בערך פערציג, פופציג דאללאר.

I'm back » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:01 am

· #150803
איז מעגליך אזא זאך ווי גוגל'ען א בילד,.צו וויסן ווי עס קומט פון?

אליצפן » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:07 am

· #150807
יא, מ'כאפט אן דעם בילד און מ'דרעגט עס אריין צו דער סערטש באר פון גוגל אימעדזשיס.

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:42 am

· #150814
אליצפן
יא, מ'כאפט אן דעם בילד און מ'דרעגט עס אריין צו דער סערטש באר פון גוגל אימעדזשיס.

גייט צו images.google.com/ און קליקט אויפן קעמרא אינעם סוירטש באר, דאן האט איר די אפציע ארויפצולאדענען א בילד אדער אריינלייגן א לינק צום בילד אויב איז עס אנליין.

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:44 am

· #150815
וואס איז די מעשה, מ'ווארט שוין יארן פאר א ווידיא און מוזיק סורטש. איי געיס די טעכנעלאגיע איז נאך נישט פארטיג.

נולד מאוחר » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:00 am

· #150822
אליצפן
וואו קען מען באקומען א כשר'ע אתרוג פאר ביליג? כ'מיין נישט דער גארבידזש וואס מ'פארקויפט אויף דרייצן, כ'זוך א דיסינט אתרוג פאר בערך פערציג, פופציג דאללאר.

45$

אליצפן » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:07 am

· #150824
רויטע וואנצעס
וואס איז די מעשה, מ'ווארט שוין יארן פאר א ווידיא און מוזיק סורטש. איי געיס די טעכנעלאגיע איז נאך נישט פארטיג.

אוודאי איז דא. עס הייסט shazam, ס'איז איינס פון די מערסטע פאפולערע עפפס אין די וועלט.
מ'זינגט ארין א ניגון און עס זאגט דיך וועלכע ניגון עס איז.

אליצפן » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:13 am

· #150825
געפילטע פיש
אליצפן
יא, מ'כאפט אן דעם בילד און מ'דרעגט עס אריין צו דער סערטש באר פון גוגל אימעדזשיס.

גייט צו images.google.com/ און קליקט אויפן קעמרא אינעם סוירטש באר, דאן האט איר די אפציע ארויפצולאדענען א בילד אדער אריינלייגן א לינק צום בילד אויב איז עס אנליין.

מיין וועג איז פיל פשוטער און גרינגער, דארפסט גארנישט קאפירן און פעיסטן, כאפ אן דעם בילד און שליידער עס אריין אינעם סוירטש באר. אט למשל זענען די רעזולטאטן וואס כ'האב באקומען נאכן אריינווארפן דיין אוואטאר אין די סוירטש באר.

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 10:17 am

· #150860
אליצפן
רויטע וואנצעס
וואס איז די מעשה, מ'ווארט שוין יארן פאר א ווידיא און מוזיק סורטש. איי געיס די טעכנעלאגיע איז נאך נישט פארטיג.

אוודאי איז דא. עס הייסט shazam, ס'איז איינס פון די מערסטע פאפולערע עפפס אין די וועלט.
מ'זינגט ארין א ניגון און עס זאגט דיך וועלכע ניגון עס איז.

גוגל Now טוהט עס שוין אויך היינטיגע צייטן.

אליצפן
געפילטע פיש
אליצפן
יא, מ'כאפט אן דעם בילד און מ'דרעגט עס אריין צו דער סערטש באר פון גוגל אימעדזשיס.

גייט צו images.google.com/ און קליקט אויפן קעמרא אינעם סוירטש באר, דאן האט איר די אפציע ארויפצולאדענען א בילד אדער אריינלייגן א לינק צום בילד אויב איז עס אנליין.

מיין וועג איז פיל פשוטער און גרינגער, דארפסט גארנישט קאפירן און פעיסטן, כאפ אן דעם בילד און שליידער עס אריין אינעם סוירטש באר. אט למשל זענען די רעזולטאטן וואס כ'האב באקומען נאכן אריינווארפן דיין אוואטאר אין די סוירטש באר.

ביזט דאך גערעכט. כ'נישט געוויסט אז מ'קען דרעג'ן.

I'm back » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:06 am

· #150870
@אליצפן, @געפילטע פיש, קען מען דאס טון פון א סעלפאן?

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:11 am

· #150872
אליצפן
רויטע וואנצעס
וואס איז די מעשה, מ'ווארט שוין יארן פאר א ווידיא און מוזיק סורטש. איי געיס די טעכנעלאגיע איז נאך נישט פארטיג.

אוודאי איז דא. עס הייסט shazam, ס'איז איינס פון די מערסטע פאפולערע עפפס אין די וועלט.
מ'זינגט ארין א ניגון און עס זאגט דיך וועלכע ניגון עס איז.

פשיהההההההההההאאאאאאאאאאאאאאאאאאא!
א דאנק!

אליצפן » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:34 am

· #150888
I'm back
@אליצפן, @געפילטע פיש, קען מען דאס טון פון א סעלפאן?

@I'm back איך מיין אז מ'קען נישט, עכ''פ איך ווייס נישט וויאזוי מ'טוט עס.

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:44 am

· #150893
I'm back
@אליצפן, @געפילטע פיש, קען מען דאס טון פון א סעלפאן?

Google Goggles און נאך 3rd party apps.

נולד מאוחר » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 9:30 pm

· #151202
ווי שטייט אין די תורה שבכתב אז א נדה דארף זיך טובלן אין מקוה?

ונבנתה העיר » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 11:47 pm

· #151226
וואס הייסט 'דארף'? ס'איז דא נאך א וועג פטור צו ווערן פון טומאה?

נולד מאוחר » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 11:55 pm

· #151228
איך הער, סאיז למה לי קרא סברא הוא?
למעשה שטייט עס נישט?

ידיד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:01 am

· #151229
שאלה: איך האב נישט אן אייגענע סוכה. און איך וואלט יעצט נישט אריבער צו א צווייטן עסן , למעשה יעצט רעגנט מעג איך עסן אינדערהיים לכתחילה ?

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:23 am

· #151235
נולד מאוחר
איך הער, סאיז למה לי קרא סברא הוא?
למעשה שטייט עס נישט?

ואם תרצה רירט זי זיך דאך אליין אהן, און נוגע שטייט דאך יא...

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:28 am

· #151237
ידיד
שאלה: איך האב נישט אן אייגענע סוכה. און איך וואלט יעצט נישט אריבער צו א צווייטן עסן , למעשה יעצט רעגנט מעג איך עסן אינדערהיים לכתחילה ?

איר "מוזט" עסן אינדערהיים, אויסער אויב:

1) אייער ווייב קלינט אויף די 3-טאג-יו"ט-חזיריי און זי לאזט אייך נישט עסן אינדערהיים.

2) איר קענט באשטיין צו ווערן אנגערופן א "הדיוט".

3) איר זענט פון די סארט צדיקים'לעך וואס קענען האלטן דאס רעגן העכער'ן סוכה ביזווילאנג איר ענדיגט מעלה זיין די ניצוצות פון אייער פארציע.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:31 am

· #151239
ונבנתה העיר
נולד מאוחר
איך הער, סאיז למה לי קרא סברא הוא?
למעשה שטייט עס נישט?

ואם תרצה רירט זי זיך דאך אליין אהן, און נוגע שטייט דאך יא...

די ווילסט מיר זאגן אז סשטייט נישט און די תורה אז א נדה דארף גיין און מקוה?
א זבה שטייט יא? אויב יא פארוואס דארט איז נישט דא דיין סברא?

אליצפן » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:40 am

· #151240
נולד מאוחר

די ווילסט מיר זאגן אז סשטייט נישט און די תורה אז א נדה דארף גיין און מקוה?
א זבה שטייט יא? אויב יא פארוואס דארט איז נישט דא דיין סברא?

ניין, ס'שטייט נישט אין ערגעץ אין די תורה אז א נדה דארף גיין אין מקוה, אין פעקט איז דא א תוספות אין יבמות וואס ברענגט דריי אדער פיר שיטות הראשונים וואס דינגען זיך פון וואו מ'לערנט עס ארויס.
נו אריין אין מאחורי..

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:41 am

· #151241
נולד מאוחר
ונבנתה העיר
נולד מאוחר
איך הער, סאיז למה לי קרא סברא הוא?
למעשה שטייט עס נישט?

ואם תרצה רירט זי זיך דאך אליין אהן, און נוגע שטייט דאך יא...

די ווילסט מיר זאגן אז סשטייט נישט און די תורה אז א נדה דארף גיין און מקוה?
א זבה שטייט יא? אויב יא פארוואס דארט איז נישט דא דיין סברא?

<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_50520_60.pdf">http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 520_60.pdf</a>

<a class="postlink" href="http://www.col.org.il/pics/inbox/2405817_1577221.pdf#page=14">http://www.col.org.il/pics/inbox/240581 ... df#page=14</a>

אליצפן » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:52 am

· #151243
לשון התוספות מסכת יבמות דף מז: ד''ה במקום.
במקום שהנדה טובלת. טבילת נדה לא כתב קרא בהדיא ופי' רב יהודה גאון דנפקא לן בק"ו ממגעה דטעון טבילה וכ"ש היא עצמה ור"ת מפרש דנפקא לן מהא דדרשינן בע"ז (דף עה:) אך במי נדה יתחטא מים שהנדה טובלת בהם וכמה הם מ' סאה ורבינו יצחק פירש דנפקא מהא דדרשינן בפ' במה אשה (שבת דף סד:) תהיה בנדתה תהא בנדתה עד שתבא במים

משה געציל » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:34 am

· #151251
וויפיל צדיקים דרייען זיך אין מיינע געדערים פון אזויפיל גאלאנען פיש זאפט?

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:59 am

· #151257
אליצפן
לשון התוספות מסכת יבמות דף מז: ד''ה במקום.
במקום שהנדה טובלת. טבילת נדה לא כתב קרא בהדיא ופי' רב יהודה גאון דנפקא לן בק"ו ממגעה דטעון טבילה וכ"ש היא עצמה ור"ת מפרש דנפקא לן מהא דדרשינן בע"ז (דף עה:) אך במי נדה יתחטא מים שהנדה טובלת בהם וכמה הם מ' סאה ורבינו יצחק פירש דנפקא מהא דדרשינן בפ' במה אשה (שבת דף סד:) תהיה בנדתה תהא בנדתה עד שתבא במים

כפארשטיי נישט חז''ל אליינס האבן נישט קיין דרש, די ראשונים מאכן די דרשות דא?
קען עס דען זיין א דאורייתא?
די קוראים גייען דען נישט אין מקוה?

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:00 am

· #151258
משה געציל
וויפיל צדיקים דרייען זיך אין מיינע געדערים פון אזויפיל גאלאנען פיש זאפט?

אין די פיש זאפט דרייען זיך די גבאים.

petergrifin » זונטאג אקטאבער 6, 2013 2:07 am

· #154256
איך האב ספרינט סערװיס (סמארט פאון) שוין פאר יארן און כ׳שעלט זײ מסתם דרײ מאל א װאך מינומום װעגן דראפטד קאלס און נאו סערװיס עניװעיס איך בין עלעדזעבעל פאר אן אפגרעיד. איך װאוין אין ב.פּ. אבער איך ארבײט אלל אװער די פלעיס – די פײװ באראס,לאנג אײלענד,ניו זערסי.
װיל איך װיסן צי װערײזען װאלט געװען א בעסערע אפשען פאר מיך און צו ס׳ארבײט בעסער אין בילדינגס.