☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

איך אויך » מאנטאג אפריל 29, 2013 9:35 pm

· #110000
און איך וויל דיוועלאפן א 'ווענוס קראנטש טעאריע' ,תכלית וויפיל מזומנים קען איך מאכן דערפון?

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 29, 2013 9:40 pm

· #110002
איך מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס עמיצער פארענפערט מיר א פראגע וואס איך פרעג דא. א דאנק געפילטע.
אבער דא מוז דאך אויך זיין א סטארטינג פוינט. ערגעצוואו האט זיך דאס אנגעהויבן.

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 29, 2013 9:47 pm

· #110007
מסתם די זעלבע וועג ווי אזוי ס'האט זיך אנגעהויבן אין די ביג בענג טעאריע, וואס דאס איז:מ'ווייסט נישט פונקטליך. ס'דא אפאר טעאריעס, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז נישט דא קיין אנגענומענע אייניגע טעאריע, נאר ס'מוטל במחלוקת. די פראבלעם איז אז ס'איז אוממעגליך צו וויסן, ווייל די laws of phisics as we know it האט זיך אנגעהויבן א ביליאנסטל פון א סעקונדע נאכן ביג בענג, און פארדעם איז אוממעגליך (לעת עתה) צו וויסן אויף זיכער וואס ס'איז געווען דארט.

זר זהב » מאנטאג אפריל 29, 2013 10:10 pm

· #110011
כ'וועל נישט ווארטן פאר אן ענטפער אין די ''אינטערעסאנטע לינקס'' אשכול, סוועט נעמען צו לאנג. וואס גייט פאר דא אין די ספעיס ווידעא? פארוואס פליעט ער נישט אין די לופט? נאר די עסן, און מערקט ווי אויך זיין זייגער האווערט ארום זיין האנט...

יידל » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:28 pm

· #110445
כ'שטעל זיך פאר אז ער איז צוגעבינדן צו עפעס, ניין?

זר זהב » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:36 pm

· #110453
אז יידל ווייסט נישט זאל איך וויסן?...

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:37 pm

· #110454
אין אנדערע ווידיאס זעט מען עם יא ארום שוועבן, וועט מען מוזן זאגן ווי יידל.

זר זהב » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:40 pm

· #110455
קוק דעיע. און קוק ביי 4 מינוט וויזוי ער מאנעווירט זיך ארום, זיי האקן א טאג דארט.

מאטי » מיטוואך מאי 1, 2013 10:56 am

· #110678
איז דא א פארוויילונגס פלאץ ווי ס׳איז נאכגעמאכט ספעיס אזוי אז מען שפירט נישט קיין גראוואטי? איך וואלט געקענט באשטיין צו זיין דארט מיט מיין כנגדו what a fantasy ?

וואלפה » מיטוואך מאי 1, 2013 11:14 am

· #110692
איך זיך צי דינגען א קאר פאר די קעמפ וואכן
ווי איז די ביליגסטע פלאץ

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 1, 2013 11:39 am

· #110714
@מאטי, אויב קענסטו נישט עפארדען צו גיין קיין ספעיס, איז די נעקסט בעסט טינג א זערא גראוויטי פלייט, ס'קאסט אינגאנצען $4950 א מענטש, און זיי געבן דיר א 90 מינוטיגע רייד אין א עראפלאן וואס סימיולירט וואגלאזקייט (weightlessness), דרייסיג סקונדעס אויף א מאל, דאס ווערט געטוהן דורך פליען זייער שנעלל אויף ארויף, און דערנאך מאכן א nose dive אויף אראפ, און בשעת די עראפלאן פליט אראפ שנעל (freefall) שפירט זיך כאילו ס'נישט דא קיין גראוויטאציע.

דאס איז זייער וועבסייט.
www.gozerog.com/

וואלפה » מיטוואך מאי 1, 2013 5:26 pm

· #110832
די קליפ ווי מען צושניידט א מענטש אין האלב און לעבט ווייטער ווי דער האן אן קיין קאפ איז מיר אויסערגעווענליך אינטערסאנט,
איינער קען אפשר מסבר זיין ווי אזוי דאס ארבעט
<a class="postlink" href="http://db.tt/dMyte6jY">http://db.tt/dMyte6jY</a>

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 1, 2013 8:49 pm

· #110921
איך קען נישט שרייבן אן ארטיקל מיט א הפסקה אינצווישן. זיכער נישט א הפסקה פון א טאג צוויי דריי. כ'מוז עס שרייבן אין איין ציה.
זענען דא נאך אזעלכע?
אדער אפשר שרייבט יעדער אזוי?!

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 1, 2013 10:37 pm

· #110983
וואלפה
די קליפ ווי מען צושניידט א מענטש אין האלב און לעבט ווייטער ווי דער האן אן קיין קאפ איז מיר אויסערגעווענליך אינטערסאנט,
איינער קען אפשר מסבר זיין ווי אזוי דאס ארבעט
<a class="postlink" href="http://db.tt/dMyte6jY">http://db.tt/dMyte6jY</a>

blogs.howstuffworks.com/2010/12/01/understanding-magic-16-%E2%80%93-the-unbelievable-chainsaw-accident-by-kevin-james/

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:51 am

· #111070
קאווע טרינקער
מיין לעצטע צ'ענס צו פרעגן אין דעם אשכול. ביזדערווייל בלייב אים אומוויסענד, ממש אז כ'שמעהם צו ווייזען מיין פנים פאר בית דין של ערב ראש השנה.
איך וויל וויסן:
ווער זענען די אייניקלעך פון די פארקאש בחור וואס איז ליידער אומגעקומען - צווישען נאך 6 מיליאן אידן - ביים WWצווויי?
אין די "עלים לתרופה", וואך איין וואך אויס, איז דא אן "הנצחה" פאר דעם בחור. יעדע וואך מיט אן אנדערע קעפל.
"הרנינו גוים עמו"; "דם עבדיו השפוך"; "זכרון קדוש"; וכו'.

יעדעס מאל איך נעם דעם בלעטל אין האנט קוק איך ערשט אויף עמוד ד' צו זעהן, אולי, אפשר די וואך שטייט שוין "הונצח על ידי...."

ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ, ס'איז אוועק א בחור ביים קריג! א הימל געשריי!

דברי תורה עניים במקום אחד ועשירי"ם במקום אחר, אויף די פאדערשטע זייט פון עלים לתרופה איז דא א קליינע באקסל וואס ווערט נתגלה ווער דער בחור איז. נתנדב ע"י וואלף ובנו יוסף זיכערמאן לע"נ דעם פארקאש בחור, וואלף זיכערמאנס א פעטער.

מאטי » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:51 am

· #111106
געפילטע פיש
@מאטי, אויב קענסטו נישט עפארדען צו גיין קיין ספעיס, איז די נעקסט בעסט טינג א זערא גראוויטי פלייט, ס'קאסט אינגאנצען $4950 א מענטש, און זיי געבן דיר א 90 מינוטיגע רייד אין א עראפלאן וואס סימיולירט וואגלאזקייט (weightlessness), דרייסיג סקונדעס אויף א מאל, דאס ווערט געטוהן דורך פליען זייער שנעלל אויף ארויף, און דערנאך מאכן א nose dive אויף אראפ, און בשעת די עראפלאן פליט אראפ שנעל (freefall) שפירט זיך כאילו ס'נישט דא קיין גראוויטאציע.

דאס איז זייער וועבסייט.
www.gozerog.com/

איז דאס די איינציגע וועג אוועקצונעמען גראוואטי ? איך בין נישא קיין גרויסער פיזיקער. אבער קען מען דען נישט לייגן אין א שטוב א שטארקע וואקיום סיסטעם פון אויבן וואס זאל אייניג מאכן דער כח המשכה פון אונטען און אזוי שאפן אן אטמאספערע אן גראוויטאציע?

קול דודי » דאנערשטאג מאי 2, 2013 4:51 am

· #111110
moti107

איז דאס די איינציגע וועג אוועקצונעמען גראוואטי ? איך בין נישא קיין גרויסער פיזיקער. אבער קען מען דען נישט לייגן אין א שטוב א שטארקע וואקיום סיסטעם פון אויבן וואס זאל אייניג מאכן דער כח המשכה פון אונטען און אזוי שאפן אן אטמאספערע אן גראוויטאציע?

וואקיום האט נישט קיין ״כח המשכה״ כשלעצמו. מ׳דארף עפעס זאל שטופן פונ׳ם אנדערע זייט פונ׳ם וועקיום. מ׳קען טאקע מאכען א גרויסע פען וואס זאל בלאזן אויף ארויף און מ׳זאל פליען אין די לופט, און ס׳דא אזעלכע פלעצער, אבער דאס שפירט זיך ווי מען שפרינגט פון א פליגער (סקיידייווינ״ג), נישט ווי זערא גרעוויטי. די איינציגסטער וועג צי שפירן ווי גלייך ס׳איז נישטא קיין גרעוויטי איז זיין פארמאכט אין א זאך וואס פאלט אליינס דורך די כח פון גרעוויטי, וואס איז טאקע וואס פאסירט און א ספעי״ס שאטע״ל. ווייל באמת, דארט ווי די שאטע״ל פליט, איז פאראן (כמעט) די זעלבע גרעוויטי ווי דא. נאר וואדען, די שאטע״ל אליינס פאלט די זעלבע שנעל ווי אלעס וואס ליגט דערינען.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 2, 2013 4:58 am

· #111111
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/111080">viewtopic.php?p=111080#p111080</a><!-- l -->

(וועלקאם בעק קול דודי).

קול דודי » דאנערשטאג מאי 2, 2013 5:16 am

· #111112
ונבנתה העיר
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=111080#p111080

(וועלקאם בעק קול דודי).

אה, שכויח ונבנתה פארן אזוי שיין מסביר זיין. פארוואס איז דאס צוויי באזינדערע אשכולות?

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:46 am

· #111174
ונבנתה העיר
(וועלקאם בעק קול דודי).

ווילקאמען, שוין לאנג נישט געזען.

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:50 am

· #111176
קול דודי איך טראכט אסאך פון דיר. כ'האב מיך פארגעשטעלט דיך זיצן אין א גרויסע לערן קלאס, אויסהערנדיג א לעקציע פון א אויסגעקראכענעם קאפ, וואס צייכנט אומ'בחנט'ע פארעמען אויף א בלעקבארד.

קול דודי » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:44 pm

· #111403
טאמבל סאס
קול דודי איך טראכט אסאך פון דיר. כ'האב מיך פארגעשטעלט דיך זיצן אין א גרויסע לערן קלאס, אויסהערנדיג א לעקציע פון א אויסגעקראכענעם קאפ, וואס צייכנט אומ'בחנט'ע פארעמען אויף א בלעקבארד.

טאמבל סאס מיין פריינד, איך האב שוין געענדיגט זיצן אין קלאס א צייט צוריק. די אויסגעקראכענע קאפ? באלאנגט צו מיר היינטיגע צייטן.

ידען » פרייטאג מאי 3, 2013 10:26 am

· #111558
די בלאט שרייבט א ארטיקעל וועגען רעגען וואסער אויב סע געזונט אדער שעדלעך. אינמיטען שרייבען זיי אז סינק וואסער איז זייער נישט געזונט און סע האט שעדלעכע קעמיקעלס.

וואס מיינט עס?

כאב אמאל געהערט אז סינק וואסער איז פינקט די זעלבע געזונט ווי באטעל וואסער.

ברסלבער » פרייטאג מאי 3, 2013 10:42 am

· #111562
א דענטיסט האט מיר אמאל געזאגט אז איך זאל טרינקן אסאך סינק וואסער ווייל עס איז זייער גוט פאר די ציין, עס האט אין זיך פלארייד.
איך האב אים געפרעגט וועגן טרינקן מילך, האט ער מיר געזאגט אז מילך איז אויך גוט, אבער די שטאטישע סינק וואסער איז נאך בעסער.

איציק » זונטאג מאי 5, 2013 7:31 am

· #111855
ידען

ווען האט זיך געטוישט דער ענין פון א גדול בישראל. ווען איז עס געווארן א ירושה ענין, און פארוואס האבן די המון עם מסכים געווען צו אזא מהלך ווען מען זעט זייער קלאר אז אפט איז עס ממש א קארופציע.

ערשט יעצט געזעהן די פראגע. אפשר האט שוין איינער דא אין אשכול אייך אנגעצייגט די גמרא אין שבת טו. "והתניא הלל ושמעון גמליאל ושמעון נהגו נשיאותן (לפני) הבית מאה שנה"...

berlbalaguleh » זונטאג מאי 5, 2013 12:44 pm

· #111960
ברסלבער
א דענטיסט האט מיר אמאל געזאגט אז איך זאל טרינקן אסאך סינק וואסער ווייל עס איז זייער גוט פאר די ציין, עס האט אין זיך פלארייד.
איך האב אים געפרעגט וועגן טרינקן מילך, האט ער מיר געזאגט אז מילך איז אויך גוט, אבער די שטאטישע סינק וואסער איז נאך בעסער.

פילטער יוכיח. איך דארף טוישן די פילטערס אין קאך א יעדע פיר וואכן. און די אפגענוצטע זענען זייער שווער. אנגעפילט מיט שמוץ און דזשערמס.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 5, 2013 1:02 pm

· #111964
משולם שטיינפעלד
קאווע טרינקער
ווער זענען די אייניקלעך פון די פארקאש בחור וואס איז ליידער אומגעקומען - צווישען נאך 6 מיליאן אידן - ביים WWצווויי?

דברי תורה עניים במקום אחד ועשירי"ם במקום אחר, אויף די פאדערשטע זייט פון עלים לתרופה איז דא א קליינע באקסל וואס ווערט נתגלה ווער דער בחור איז. נתנדב ע"י וואלף ובנו יוסף זיכערמאן לע"נ דעם פארקאש בחור, וואלף זיכערמאנס א פעטער.

אזוי? ייש"כ. א שטיין אראפ פון הארץ.
אז מ'רעדט שוין, און אז דו האסט דעם עלים לתרופה פאר דיין אויגן, גיב א קוק אויף דעם "ף" פון יוסף. פארוואס איז דאס אין אנדערע פאנט?

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 10, 2013 2:57 pm

· #113929
איז NESHER פון בארא פארק 13TH AVENUE ארויס פון ביזנעס?

מאראנצןזאפט » פרייטאג מאי 10, 2013 5:01 pm

· #113949
איך האב עבירות, א געפערליכע, ווייסט איינער א לייכטע שנעלע מיטל צו רייניגן א קאמפיוטער (בחנם).

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 10, 2013 5:30 pm

· #113964
מאראנצןזאפט
איך האב עבירות, א געפערליכע, ווייסט איינער א לייכטע שנעלע מיטל צו רייניגן א קאמפיוטער (בחנם).

אויף עבירות העלפט תשובה, פאר א וויירוס, ווענדט זיך אין די עבירה, גיב אביסל אינפארמאציע איבער איר.

מאראנצןזאפט » פרייטאג מאי 10, 2013 5:37 pm

· #113968
כ'האב נישט קיין אנונג, ס'האט פאסירט פון אן אומגעוואונשענע ליק דא אויף קאווע שטיבל.
ס'איז אזא פאלשע בראוזער וואס עפענט זיך אנשטאט גוגל קראום.

זר זהב » פרייטאג מאי 10, 2013 5:38 pm

· #113970
ס'דא אן אנאנס פון CHEVRE פראזען סטראבעריס מיט רעצעפט וויזוי צו מאכן א גוטע מילכיע סמודי. א האלבן גאללאן קליינס מילכיגע אייס קריעם, א קאפ צוקער, און 2 פעקלעך ''חברה'' סטראבערי, מ'צומאלט עס און ס'יאמי.
ווייסט איינער צי די זעלבע רעסיפי ארבעט מיט בודק פראזען סטראבעריס?

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 10, 2013 5:39 pm

· #113971
האסט בכלל א וויירוס טשעקער?

פאר ווינדאוס 8 קומט שוין איינס אריינגעבויעט פון מייקראסאפט, ווינדאוס 7 קענסטו עס דאונלאודן
<a class="postlink" href="http://windows.microsoft.com/en-us/windows/security-essentials-download">http://windows.microsoft.com/en-us/wind ... s-download</a>

בנוסף דערצו, אינסטול די פאלגענדע:
<a class="postlink" href="http://www.malwarebytes.org">http://www.malwarebytes.org</a>

אדער דאס
<a class="postlink" href="http://www.lavasoft.com/">http://www.lavasoft.com/</a>

און לאז אלעס סקענען א פולע סקען. האפענטליך וועסטו געהיילט ווערן פון די עבירות.

מאראנצןזאפט » פרייטאג מאי 10, 2013 5:43 pm

· #113974
יידל זאגט איך זאל פרובירן avg
ס'איז עפעס א ישועה?

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 10, 2013 5:46 pm

· #113976
יא, אויך גוט.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 10, 2013 5:49 pm

· #113981
מ'דארף מאכן א תקנה, אז מ'קען נישט פרעגן נייע שאלות איידער די לעצטע ווערט פארענטפערט.
איך האב געפרעגט וועגן NESHER, איינער געדענקט נאך?
איך קען נישט אזוי גיין ווייטער... איך דארף וויסן... רוקט ער זיך אן מיט זיינע עבירות בפרהסיא.. נו!
😐

ידען » פרייטאג מאי 10, 2013 7:22 pm

· #113996
איציק
ידען

ווען האט זיך געטוישט דער ענין פון א גדול בישראל. ווען איז עס געווארן א ירושה ענין, און פארוואס האבן די המון עם מסכים געווען צו אזא מהלך ווען מען זעט זייער קלאר אז אפט איז עס ממש א קארופציע.

ערשט יעצט געזעהן די פראגע. אפשר האט שוין איינער דא אין אשכול אייך אנגעצייגט די גמרא אין שבת טו. "והתניא הלל ושמעון גמליאל ושמעון נהגו נשיאותן (לפני) הבית מאה שנה"...

איך פארשטיי נישט

ידען » פרייטאג מאי 10, 2013 7:23 pm

· #113997
מאראנצןזאפט
יידל זאגט איך זאל פרובירן avg
ס'איז עפעס א ישועה?

טריי עס.

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 10, 2013 7:42 pm

· #114000
מאראנצןזאפט
כ'האב נישט קיין אנונג, ס'האט פאסירט פון אן אומגעוואונשענע ליק דא אויף קאווע שטיבל.
ס'איז אזא פאלשע בראוזער וואס עפענט זיך אנשטאט גוגל קראום.

א אנדערע בראזער איז לאו דוקא א וויירוס.
סקען זיין דארפסט ציריק טוישן דיין דיפאלט בראזער און אנאינסטאלן די קראנקע.
פעסט דא די נאמען פין דיין פאלטשע בראזער.

petergrifin » זונטאג מאי 12, 2013 12:57 am

· #114074
װי אזוי זאל איך מאכן הבדלה מרס. גריפין תחי׳ לאזט מיך נישט מאכן הבדלה אויף די טיש אזוי אז ס׳זאל אראפרינען מיט א שפע
אויף דער פלאר װי מײן טאטע זאל זײן געזונט טוט.
זאל איך מאכן הבדלה אין דער זילבערנע טאץ? פלעסטיק טעלער? זילבער פאפיר?
די עיקר אז מײנע קינדער זאלן נישט חלילה דארפען משנה זײן פון אונזער אויסגעטרויטענע מסורה

ידען » זונטאג מאי 12, 2013 2:44 am

· #114092
פרייטיג האבעך נישט געשניטען מיין נעגעל ווייל סע געווען ר"ח און מע טאר נישט אבער דאנערשטיג האט מען אויך נישט געמעגט ווייל אויב מע שנייד דאנערשטיג קען עס וואקסען שבת ווייל דריי טעג נאך מע שנייד עס הייבט עס וואקסען און מע טאר נישט מאכען וואקסען.

ווי קען מען וויסן מער וועגען ווען נעגעל הייבט אן וואקסען?

ברסלבער » זונטאג מאי 12, 2013 11:43 am

· #114182
petergrifin
װי אזוי זאל איך מאכן הבדלה מרס. גריפין תחי׳ לאזט מיך נישט מאכן הבדלה אויף די טיש אזוי אז ס׳זאל אראפרינען מיט א שפע
אויף דער פלאר װי מײן טאטע זאל זײן געזונט טוט.
זאל איך מאכן הבדלה אין דער זילבערנע טאץ? פלעסטיק טעלער? זילבער פאפיר?
די עיקר אז מײנע קינדער זאלן נישט חלילה דארפען משנה זײן פון אונזער אויסגעטרויטענע מסורה

מיין טאטע זאל זיין געזונט גיסט אויך אראפ אויף דער ערד, אבער איך האב משנה געווען און איך גיס איבער בלויז אין א פלעסטיק טעלער.
אבער באמת ווען מען קוקט נאך די מקורות איז דאס בכלל נישט קיין שינוי נאר פונקט פארקערט.

דער רמ"א שרייבט (או"ח רצו, א) ונוהגין לשפוך מכוס של יין על הארץ, קודם שסיים בורא פרי הגפן, כדי שלא יהיה הכוס פגום. וטעם השפיכה, דאמרינן: כל בית שלא נשפך בו יין כמים אין בו סימן ברכה, ועושין כן לסימן טוב בתחלת השבוע.
און דער טורי זהב זאגט אויף דעם, ותו נראה דאין מנהג זה יפה לברך ברכה ולשפוך על הארץ דאין לך בזיון ברכה גדול מזה דמאחר שבירך על מיני שתיה אסור לשפוך הימנו, אלא נראה לנהוג, שבשעה שממלאין הכוס של ברכה להבדלה ימלאנו על כל גדותיו וישפוך עוד בענין שישפוך על הארץ מחמת שהכלי מלא מאוד.
ובעיקר הפירוש של אומרים כל בית שאין נשפך בו יין וכו'.. נתכונו לומר שלא יתרגז אדם בביתו, אפילו אם יארע לו היזק - דהיינו שכבר נשפך יין בשוגג אל ידי שום אחד מבני הבית, ודרכן של בני אדם להתרגז בשביל זה. על כן אמר, כל בית שאין היין שנשפך בשוגג נחשב לו כאילו היה מים, אלא אדרבא מתרגז, אין בו סימן ברכה, דאמרינן בפרק קמא דסוטה: בכל בית שיש בו רוגז הוא סימן לעניות, חס ושלום.

קומט אויס אז דער עיקר נקודה איז צו מאכן א סימן אז אפילו ווען עס גיסט זיך אויס עפעס זאל מען זיך נישט רעגן, עס זאל שטענדיג זיין א רוהיגע פרייליכע אטמאספער אין שטוב, ולפי"ז ווען איך זאל גיסן די הבדלה וויין אויף דער ערד וועט ווערן אנגעצויגן אין שטוב וא"כ מה הועילו חכמים בתקנתן? און דערפאר פיר איך זיך נישט צו גיסן אויף דער ערד טאקע פארן זעלבן סימן טוב אז מען זאל זיך נישט רעגן.

אגב, איינער האט מיר אמאל געפרעגט פארוואס איך זייף זיך יעדן טאג, דער רבי ז"ל (סאטמאר) האט זיך דאך נישט געזייפט נאר ערב פסח און ערב יוה"כ? היתכון אז איך בין משנה?
האב איך געענטפערט די זעלבע בחינה, דער רבי האט זיך טאקע נישט געזייפט, אבער ער האט אויך נישט געשטינקן, ממילא איך בין מקיים דעם שלא שינו מיט דעם וואס איך זייף מיך און איך שטינק נישט, ער האט עס געקענט באווייזן אן זייפן און איך נישט, און איך פארשטיי טאקע נישט די סאטמארע וואס זייפן זיך נישט און עס גייט יא ארויס א גרויך פון זיי, און מיט דעם זענען זיי משנה פונעם רביז"ל וואס האט נישט געשטונקען.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 12, 2013 6:19 pm

· #114382
הרב "עובדיה יוסף". איז יוסף זיין לעצטע נאמען?

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 6:24 pm

· #114384
יא.

"כ"ק אדמו"ר .... " איז דאס זיין ערשטע נאמען? מסתמא נישט, ווייל זיין טאטע האט שוין אזוי געהייסן...

ודי למבין » זונטאג מאי 12, 2013 6:31 pm

· #114385
ניין, עובדיה יוסף זענען זיין צווי ערשטע נעמען, (ע"ש ר' עובדיה סומך און יוסף ע"ש דער בן איש חי), שפעטער האט ער זיך געמאכט זיין צווייטע נאמען אויף א משפחה נאמען, זיין ברידערס משפחה נאמען איז "עובדיה". גיי פארשטיי...

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 6:35 pm

· #114386
פארוואס רופען זיך אלע זיינע קינדער נאר מיט זיין צווייטע נאמען?

ודי למבין » זונטאג מאי 12, 2013 7:38 pm

· #114407
ווייל נאר דאס איז זייער טאטעס משפחה נאמען. אזוי ווי דיין טאטע היסט למשל ר' תנחום טרינקער, ריפט מען דעם זון קאווע טרינקער און נישט קאווע תנחום טרינקער, ודו"ק

מאטי » זונטאג מאי 12, 2013 7:59 pm

· #114419
אין ווער זאגט אז טרינקער איז ס׳לעצטער נאמען אפשר הייסט ער קאווע טרינקער יאכענפלאסטער?

berlbalaguleh » זונטאג מאי 12, 2013 8:19 pm

· #114429
ודי למבין
ניין, עובדיה יוסף זענען זיין צווי ערשטע נעמען, (ע"ש ר' עובדיה סומך און יוסף ע"ש דער בן איש חי), שפעטער האט ער זיך געמאכט זיין צווייטע נאמען אויף א משפחה נאמען, זיין ברידערס משפחה נאמען איז "עובדיה". גיי פארשטיי...

בסמוכין לזה האב איך ערגעץ אמאל געליינט (נאר כ'האב געמיינט ס'איז פאנטאזיע) אז אינגערהייט איז זיין ערשטער נאמען געווען יוסף און זיין משפחה נאמען עובדיה. שפעטער האט ער עס איבערגעדרייט.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 8:22 pm

· #114431
ודי למבין
ווייל נאר דאס איז זייער טאטעס משפחה נאמען. אזוי ווי דיין טאטע היסט למשל ר' תנחום טרינקער, ריפט מען דעם זון קאווע טרינקער און נישט קאווע תנחום טרינקער, ודו"ק

אז דו בארעדסט מיך שוין...
זאג.
וד"ל איז אזויווי ס"ט פון חכם עובדיה?