זר זהבאיך וויל וויסן מער איבער די חסידות סלאנים
נישט געוואוסט אז ס'דא א ווייסע און א שווארצע!
שוין באלד מער קאלירן ווי אין קאווע שטיבל.
סלאנים איז א שטילע חסידות וואס בלאזן נישט איבער די וועלט (ביידע סלאנימ'ס) די בילדער פון די רבי'ס וועסטו טרעפן אויפן נעט, פיל ווייניגער ווי אנדערע קלענערע רבי'ס מיט ווייניגער חסידים. עס איז זייער אן אנגעצויגענע חסידות, וואס פאדערט פון זייער עולם זייער אסאך, בעיקר פנימיות'דיגע עבודה, לאנגע דאווענענ'ס מיט טיפע מחשבה.
זייערע ניגונים איז אויף א סטייל וואס מען דארף פארשטיין דערצו. מען דארף ליגן דערין כדאי צו האבן א געשמאק דערין, אבער עס איז זייער טיפע ניגונים, וואס נעמט ארויס די נשמה פון א מענטש (א בחינה פון שטילע וואסערן גראבן טיף).
די מחלוקת צווישן די ווייסע און שווארצע, האט זיך אנגעהויבן ווען דער פריעדיגע רבי - דער ברכת אברהם - פלעגט מאכן פון זיך גארנישט, בשעת זיין איידעם - בעל נתיבות שלום - איז געווען זייער כאריזמיסטיש און אנגעפירט מיט די פעולות און די ישיבה פון די חסידות. דעמאלס האבן זיך אנגעהויבן פאליטיק, וויבאלד מענטשן האבן געשפירט אז דער איידעם וויל איבערנעמען דעם שווער. עס איז געווארן צוויי חבורות: די חסידים פונעם רבי'ן, וועמען מען האט גערופן 'די שווארצע', און חסידים פונעם ראש-ישיבה וועלכע האבן באקומען דעם נאמען 'די ווייסע'. שפעטער, ווען דער איידעם איז בפועל געווארן רבי בחייו פון זיין שווער (א מיסע טעות לדעתי), האבן זיך די שווארצע אפיציעל אפגעטיילט, קודם האט מען געדאוונט אין שטוב פון רבי'ן, און ווען דער רבי איז נסתלק געווארן איז געווארן דערפון צוויי חסידית'ן.
עווענטואל האבן די שווארצע אויפגענומען א רבי, אן אייניקל פונעם פריעדיגן רבי, מיטן נאמען רבי אברהם וויינבערג, וועלכע פירט זיין חסידות מיט א שארפקייט, מיט א פולן קאנטראל. די ווייסע האבן געהאט זייער רבי, דער נתיבות שלום וואס איז ברייט באקאנט אין די וועלט צוליב זיינע תוכנ'דיגע ספרים, וואס איז געווארן א נחלת הכלל, אויך ביי נישט סלונימער חסידים.