☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל

ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13684
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 11:15 am

· #444933
ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל
רבותיי: איך בין געקומען צו א שטארקע מסקנא. (א החלטה האביך נאכנישט.). אז אני הקטן, בערל בעל עגלה בין די מערסטע איגנארירטער שרייבער דא אויף קאווע שטיבל.

קיין פונקטליכע סטאטיסטיק האביך נאך דערווייל נישט. נאר איך בין מסופק אויב ס'לוינט זיך אריינצולייגן די כוחות צו מאכן א פונקטליכע סטאטיסטישע שטודיע. אבער איך זעה אז איך רעד צו מיר אליין.

איך האב נעכטן בערך 11 אזייגער ארויפגעלייגט 2 תגובות אין 2 אנדערע אשכולות. איינס איז שטארק מעניני דיומא. איבער דעם קאראנא וויירוס. און דערווייל, 24 שעה שפעטער איז נאכנישט דא קיין איין איינציגע תגובה. פון לייקס רעד איך שוין אפילו נישט. ווען אין די זעלבע צייט זענען אויפגעמאכט געווארן 2 אנדערע אשכולות. און ביינאכט איז שוין געווען 2 בלעטער פון תגובות און א באמבארדירונג פון לייקס.

איך הייב אן צו טראכטן אז אויב איך רעד ממילא נאר צו מיר אליין פארוואס דארף איך רעדן ברבים. איך קען דאך רעדן ביחידות. אזוי ווי גימפל אין האלץ קאמער...!

איך ווילל הערן א דעת תורה און א דעת בעה"ב אויב אזא בריה שפילה ונבזה דארף ממשיך זיין צו באלעמוטשען דעם חשוב'ן עולם מיט אומ-אינטרעסאנטע און ווערטלאזע מיינונגען. איך זאג עס נישט מכח עניוות. נאר איך האב איינגעזעהן דעם אמת...!

דולה ומשקה » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 11:33 am

· #444938
berlbalaguleh

איך האלט שוין נאך דעם, בשעתו האב איך זיך אויך אפגערעדט, שלום געמאכט מיטן מצב, דער תוצאה פון דעם גאנג איז אבער אז צוביסלעך הערט מען אויף צו שרייבן. אין קאוועשטיבל נייעס ווערט נאר געשריבן דורך נייע שרייבערס וואס ביז צוויי צו דריי יאר ווערן זיי אויך נעלם.

מי אני » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 11:46 am

· #444939
Re: ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל
‏איי געס איך קען מיטפילען...

ולגופו של ענין גלייב איך אז דאס אז מ׳לייקט נישט אדער מ׳רעספּאנד נישט, איז ל״ד א ראיה אז מ׳ליינט עס נישט (חוץ אויב ס׳איז בדרך שאלה, ואפילו בזה קען עס פשוט דויערן צייט ביז מ׳ענטפערט, ווי למשל מיט דיין שאלה דא).

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 11:56 am

· #444942
דולה ומשקה: און די אנדערע אידן וועלכע האבן אויסגעדרוקט סימפאטיע און פארשטאנד פאר מיינע געפיהלן...!

איך האבמיך טאקע געוואונדערט פארוואס דו שרייבסט שוין מער נישט. איך האב אייביג שטארק הנאה געהאט פון דיינע מאמרים. וואו דו האסט ארויסגעוויזן ברייטע בקיאות און ידיעות אין פאקטן און מצבים וועלכע זענען נישט געווען ברייט באקאנט ביים עולם. טאקע א שאד...!

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 12:29 pm

· #444954
ר' בערל, כ'האב שטארקע סימפטיע מיט אייך, אבער גערעכט זענט איר נאכאלס נישט, ווייל אויף דע וועלט זאגט מען נאר הפסדים ביי צוויי פלעצער, מצוה טאנץ און לוויות. חוץ מזה פארגעס פון אנדערקענונג.

איך האף אז מיט דעם, מלאך טוב בע"כ יענה נחמתני בני נחמתני...

I love you ושפתיים ישק מיט social distancing בלע"ז..

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 12:32 pm

· #444956
טויש דיין ניק נאמען אפשר וועט עס העלפן

דולה ומשקה » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 12:34 pm

· #444957
[ציטאט אראפגענומען]

בכלל נישט קיין קשיא, אפשר גאר נעריש.
עס מיינט נישט אז כל כל תגובה ותגובה תהלל ה'ניק'. נאר עס מיינט בעיקר אז דער 'דרייוו' איז נישט דא, נישט יעדע טעמע האט איינער וואס צוצולייגן - אבער אויב האט איינער טאקע יא מיט וואס צו רעאגירן דאן פארוואס לאזט ער זיך טאקע נישט הערען?

ווייסטו וואס, איך האב נישט קיין כח דערצו, מיין מיינונג איבער דעם נושא האב איך שוין געשריבן עטליכע יאר צוריק זיך עס נאר אויף ערגעץ ווי אינעם טיפע תהום. וימצא נחת.

@berlbalaguleh עמו אנכי בצרה, דער פארלוסט איז נישט דיינס, נאר גאר קאווע שטיבל זעלבסט וואס דערלייגט דערפון, עס ווערט לאנגווייליג ווען מ'זעהט אז עס איז נישט קיין נייעס און נישט דער מינדעסטע טרעפיק.

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 12:37 pm

· #444958
קאצקע ציקער
טויש דיין ניק נאמען אפשר וועט עס העלפן

ווי אזוי זאגט ער אויף די לעצטע געדאנק? געטוישט די נאמען פון חיים ש. צו משה ש.

How about פון בערל בעל עגלה צו שמערל בעל עגלה..

מי אני » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 12:37 pm

· #444959
ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל
[ציטאט אראפגענומען]
אינטרעסאנט. ווייל אין די קאנטעקסט פון סאליפסיזם און אין דעם אז אפשר זענען אלע קאנשעסנעסעס באמת איינס, וואס אויף דעם האט זיך cictim’s חוזק תגובה וואס איך האב צוגעלינקט אויבן זיך באצויגן, אויף דעם האט מען געזאגט אז ס׳קומט אויס מזה אז מ׳רעדט ממילא אלס צו זיך אליינס (און פון דעם האט זיך cictim’s חוזק מאכן זיך גענומען. הגם על פי הודאתו איז משמע אז ער האט דאס נישט פארשטאנען...).

דאס איז אבער פונ׳ם פערספעקטיוו פונ׳ם שרייבער. משא״כ פונ׳ם פערספעקטיוו פונ׳ם איגנארירער גייט טאקע אויסקומען פון דעם זעלבן הנחה אז ער איגנארירט טאקע זיך אליין; יעדע מענטש אליין, ווען ער איגנארירט א צווייטן, איגנארירט זיך אליין...

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 12:42 pm

· #444960
מי אני

וואס טוט זיך מיט כשאני לעצמי @מי אני...?

מי אני » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 12:49 pm

· #444962
Re: ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל
איז אזוי. רעדן רעד איך צו זיך אליינס ממילא וככל הנ״ל, און איך (פרוביר) נישט צו איגנארירן אנדערע (זעה למשל די רעישיאוֺ פון מיינע לייקס געגעבן צו מיינע לייקס באקומען...), ממילא עכ״פ ״איגנארירן״ איגנאריר איך מיך נישט אליין... 😉

(יעצט האב איך זיכער נישט איגנארירט... מעטא...)

נהורא נפישא » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 12:59 pm

· #444963
מי אני
איז אזוי. רעדן רעד איך צו זיך אליינס ממילא וככל הנ״ל, און איך (פרוביר) נישט צו איגנארירן אנדערע (זעה למשל די רעישיאוֺ פון מיינע לייקס געגעבן צו מיינע לייקס באקומען...), ממילא עכ״פ ״איגנארירן״ איגנאריר איך מיך נישט אליין... 😉

(יעצט האב איך זיכער נישט איגנארירט... מעטא...)

מי אני, לאמיך יעצט נעמען די געלעגנהייט אויסדרוקן מיינע געפילן איבער דיין ברייטהארציגקייט פון אנערקענען א צווייטענס געשרייבעכץ נאכאמאל און נאכאמאל כאטש ס'קען זיך דוכטן ווי א קול קורא במדבר. ווייס אבער אז איך שעץ דיינע ידיעות ווי אויך דיין עניוות, כ'האב פשוט נישט די צייט זיך מתעמק צו זיין אין די לעצטערע תקופות אין געשרייבעכעצער וואס זענען נישט געשריבן אביסל אויף א לייכטערן פארנעם למען ירוץ הקורא בו אבער זאל דאס דינען אלס אן אנערקענוג פון דיין ברייטקייט אין שעפערישקייט כה לחי.

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 1:36 pm

· #444971
מי אני
איז אזוי. רעדן רעד איך צו זיך אליינס ממילא וככל הנ״ל, און איך (פרוביר) נישט צו איגנארירן אנדערע (זעה למשל די רעישיאוֺ פון מיינע לייקס געגעבן צו מיינע לייקס באקומען...), ממילא עכ״פ ״איגנארירן״ איגנאריר איך מיך נישט אליין... 😉

(יעצט האב איך זיכער נישט איגנארירט... מעטא...)

כ'האף די רעדסט חאטש אין פראנט פון א שפיגעל. אזוי פארדינסטו אויכעט א שיינע אודיענץ...

חוקר ודורש » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 2:04 pm

· #444976
א גוטן רבי בערל בעל עגלה, צו זאגען אז איר זענט די מערסטע איגנארירטע ניק איז ווייט פון אמת, געב נאר א קוק ווי סאך תגובות (אפי׳ גוטע) האבען נישט קיין שום לייקס אדער תגובות, און אין ראנג פון לייקס שטייסטו פון די העכסטע פון אלע ניקס, גראדע האב איך געקוקט וואס די האסט געשריבען נעכטען נאכט, איין תגובה באשטייט פון צוויי שורות, אין די צווייטע שרייבסטו אז אין רוסלאנד הערט מען נישט פון קיין טויטע ציליב די ווייריס אקעי פיין, דערנאך שרייבסטו א קאנספיראסי לגבי צפון קארעא וואס איז זיכער נישט אמת. אבער על פי רוב זענען דיינע תגובות זייער באטעמט און זאפטיג און איך מיין אז די באקומסט יא לייקס און די עולם האט הנאה געב נאר א קוק וואס איינער האט געשריבען אויף אייך פאריגע מוצ״ש.
און פאר דיר @דולה ומשקה זאג איך אז די האסט עפעס גוט צו זאגען, זאג! און די עולם האט הנאה.

צפור בודד » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 2:36 pm

· #444981
דער עולם האט געמיינט אז איר זענט פון די שוכני עפר. אזוי, איר זענט גאר פון די יחידי סגולה וואס לעבן נאך? איז אוודאי קומט אייך לייקס כפליים כיוצאי מקוואות.

ביבער » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 3:09 pm

· #444986
מי אני
‏איי געס איך קען מיטפילען...

ולגופו של ענין גלייב איך אז דאס אז מ׳לייקט נישט אדער מ׳רעספּאנד נישט, איז ל״ד א ראיה אז מ׳ליינט עס נישט (חוץ אויב ס׳איז בדרך שאלה, ואפילו בזה קען עס פשוט דויערן צייט ביז מ׳ענטפערט, ווי למשל מיט דיין שאלה דא).

מפני כמה סיבות האב איך שוין לאנג צוריק אפגעמאכט אז @מי אני איז א סאפיטיקירטער AI באט פון גוגל צו וועם. וואס איז זייער ציל? אפשר עקספערמענטירן AI אויף אידיש? אויף אויבער חכמים? ווער ווייסט.

מי אני » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 3:22 pm

· #444987
ערשט קלערט מען אז איך בין מער ווי איין מענשט (און נישט עפ"י סאליפסיזם הנ"ל והמסתעף), און יעצט קלערט מען אז איך בין גאר (וואס מאנכע רעכענען) די נעקסטע שטאפל אין הומען עוואלושען - AI...
נו, ווער איז גרייט צו מאכן דעם טורינג טעסט?...
😛

אזוי ווי איך האב דארט געזאגט נעם איך דאס אן ווי א געוואלדיגע קאמפלימענט. ייש"כ.

ואגב בזה (הגם אזא סארט פראגראם איז מער געאייגענט/בעסער אויף פיקציע/פאלשקייט ווי איידער אמת'ע מדע. איך גלייב (עםם... האף...) אז וואס איך שרייב איז פונ'ם צווייטן סארט ווי איידער די ערשטע...).

ביבער » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 3:32 pm

· #444988

בכל אופן ביזטו גוט, צו גוט פאר מיר אז איך זאל דיר ענטפערן... 😉

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 4:56 pm

· #444998
קאצקע ציקער
טויש דיין ניק נאמען אפשר וועט עס העלפן

קאצקע ציקער: או.קעי. איך גיי מיך רופן ראש ישיבה. רשכבה"ג. אוי. דער נאמען איז שוין דא...עושר. נגיד. חכם. אויבער חכם. אונטער חכם. אה... די אלע נעמען זענען שוין דא...!

ניין. איך וועלל מוזן פארבלייבן מיט מיין אלטן נאמען. בערל בעל עגלה. א באלאגאלע בלייבט א באלאגאלעה...!

כוכב » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 5:03 pm

· #444999
הייליגער ר' בערל, פונקט האב איך לעצטנס געטראכט אז דו פעלסט און פונקט האב איך מיך געפרייט דיך צו זען צוריק, כ'האב עס נאר נישט אראפגעשריבן. אבער מיין נישט פאר איין רגע אז איינער איגנארירט דיך.
ס'איז שווערע צייטן, נישט אלעמאל איז דער טראפיק דא אזוי איי איי איי, איך ווער אויך פלענטי איגנארירט און איך נעם עס נישט אלץ קיין אינסאלט. בכלל איז דא דא א קולטור אז מ'מוז נישט צו יעדע רעאגירן און מ'ליינט, מ'האט הנאה, אמאל פארגינט מען יא אדער נישט דעם לייקל און מ'גייט זיך ווייטער.
דערפאר טייערער ר' בערל, עס טוט מיר לייד אז דו פילסט איגנארירט ווען ס'איז ממש נישט אזוי, דו ביזט פון די פני העדה, פון די מערסט געשעצט ניקים, נישטא קיין איין וועטעראן שרייבער וואס קען זאגן אז ער האט נאכנישט הנאה געהאט פון ר' בערל, מיט די סמייליס צו אן די סמייליס, די עקסיוז מיי פרענטש אשכול איבער רש"י איז דאך לעגענדאר, וכהנה רבות.
גיי אן מיט דער עבודת הקודש און אין דער צייט וואס זקני שארית עמך בית ישראל כאפן ליידער געהרגעטע מכות איז אונזער אלעמענס וואונטש אז דו זאלסט האבן לאנגע געזונטע יארן און אונז קענען פירן קעגן משיח'ן אויף דיין געלע באס בב"א.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 6:05 pm

· #445001
אז מ'רעדט שוין, האבעך אמאל אנגעטראפן א היימישער אויף ספר הפנים וועלכע דרייט זיך דא אין שטיבל אבער איז נישט איינגעשריבן, און אויף מיין פראגע פון וועלכע ניקס ער האט די מערסטע הנאה זאגט ער מיר בערל בעל-עגלה. אוודאי זענען דא נאך ניקס פון וועלכע ער האט הנאה, למשל רבינו הקדוש רעדט צום זאך אבער ער רוב מאל פארשטייט ער נישט וואס רבינו הקדוש רעדט בכלל... אבער בערל בעל-עגלה פארציילט פשוט'ע שיינע מעשה'לעך וואס ער קען פארשטיין.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 8:17 pm

· #445011
וואלווי
קאצקע ציקער
טויש דיין ניק נאמען אפשר וועט עס העלפן

ווי אזוי זאגט ער אויף די לעצטע געדאנק? געטוישט די נאמען פון חיים ש. צו משה ש.

How about פון בערל בעל עגלה צו שמערל בעל עגלה..

וואלווי: ייש"כ.דו האסט מיך געמאכט לאכן. אזוי ווי אייביג. מיט דיינע טרעפליכע ווערטלעך. חזק ואמץ. אזוי ווי מ'זאגט אין ענגליש (געשריבן מיט אידישע אותיות. אזוי ווי רש"י'ס בלע"ז'ן) קיעפ איט אפ...!

ס'זענען געווען נאך 2-3 שרייבערס מיט א שטארקן סענס אוו היומאר. וועלכע האבן מיך אייביג געמאכט לאכן. וואו זענען זיי פארשוואונדן געווארן. וחבל על דאבדין...! נאר ס'איז מעגליך אז זיי זענען מגולגל געווארן אין איינע פון די נייע שרייבערס...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 8:28 pm

· #445015
חוקר ודורש
א גוטן רבי בערל בעל עגלה, צו זאגען אז איר זענט די מערסטע איגנארירטע ניק איז ווייט פון אמת, געב נאר א קוק ווי סאך תגובות (אפי׳ גוטע) האבען נישט קיין שום לייקס אדער תגובות, און אין ראנג פון לייקס שטייסטו פון די העכסטע פון אלע ניקס, גראדע האב איך געקוקט וואס די האסט געשריבען נעכטען נאכט, איין תגובה באשטייט פון צוויי שורות, אין די צווייטע שרייבסטו אז אין רוסלאנד הערט מען נישט פון קיין טויטע ציליב די ווייריס אקעי פיין, דערנאך שרייבסטו א קאנספיראסי לגבי צפון קארעא וואס איז זיכער נישט אמת. אבער על פי רוב זענען דיינע תגובות זייער באטעמט און זאפטיג און איך מיין אז די באקומסט יא לייקס און די עולם האט הנאה געב נאר א קוק וואס איינער האט געשריבען אויף אייך פאריגע מוצ״ש.
און פאר דיר @דולה ומשקה זאג איך אז די האסט עפעס גוט צו זאגען, זאג! און די עולם האט הנאה.

יא. ר' חוקר ודורש: קודם א יישר כח פאר זיך יעצט אנרופן. אויסער דעם ליגט מיר אין קאפ עטליכע יישר כח'ס וואס דו האסט מייר געגעבן אויף תגובות...!

דיין ניק האט זייער א שיינעם הדרת פנים. די שיינע לעכטיגע צורה רופט ארויס גרויס רעספעקט. וואס דו זאגסט איז שוין נישט אזוי אינטרעסאנט...לאל...!אבער ס'קען זיין אז דא ליגט דער הונט באגראבן. ווי מיין רבי אין חדר פלעגט צו זאגן...! פאר א פערד און וואגן און זיין טרייבער האט קיינער נישט קיין גרויס דרך ארץ...לאל...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 8:43 pm

· #445018
צפור בודד
דער עולם האט געמיינט אז איר זענט פון די שוכני עפר. אזוי, איר זענט גאר פון די יחידי סגולה וואס לעבן נאך? איז אוודאי קומט אייך לייקס כפליים כיוצאי מקוואות.

ציפור בודד: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן אז איך בין שיעור נישט אראפגעפאללן פון מיין בענקל. פון דעם אליינס וואלט איך (ח"ו) שוין געקענט ווערן פון די שוכני עפר...!

איך בין זיכער אז אויב איינער פון די שוכני עפר זאללן צוריקקומען און שרייבן אויף קאווע שטיבל וואלט געווארן א רעש אין די גאנצע וועלט. די אמעריקאנער רעבישע בעלי מופתים און בעלי מתקני עין הרע און די ארץ ישראל'דיגע בעלי מקובלים וואלטן שוין געהאט א ראיה אז תחיית המתים איז שוין דא. איי מענטשן שטארבן נאך. דאס איז א מין ריסייקלינג. אזוי ווי די ניקס אויף קאווע שטיבל. א סאך פון די ניי איינגעשריבענע ניקס זענען גילגולים פון די אלטע ניקס...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 8:59 pm

· #445021
נהורא נפישא
מי אני
איז אזוי. רעדן רעד איך צו זיך אליינס ממילא וככל הנ״ל, און איך (פרוביר) נישט צו איגנארירן אנדערע (זעה למשל די רעישיאוֺ פון מיינע לייקס געגעבן צו מיינע לייקס באקומען...), ממילא עכ״פ ״איגנארירן״ איגנאריר איך מיך נישט אליין... 😉

(יעצט האב איך זיכער נישט איגנארירט... מעטא...)

מי אני, לאמיך יעצט נעמען די געלעגנהייט אויסדרוקן מיינע געפילן איבער דיין ברייטהארציגקייט פון אנערקענען א צווייטענס געשרייבעכץ נאכאמאל און נאכאמאל כאטש ס'קען זיך דוכטן ווי א קול קורא במדבר. ווייס אבער אז איך שעץ דיינע ידיעות ווי אויך דיין עניוות, כ'האב פשוט נישט די צייט זיך מתעמק צו זיין אין די לעצטערע תקופות אין געשרייבעכעצער וואס זענען נישט געשריבן אביסל אויף א לייכטערן פארנעם למען ירוץ הקורא בו אבער זאל דאס דינען אלס אן אנערקענוג פון דיין ברייטקייט אין שעפערישקייט כה לחי.

נהורא נפישא: ייש"כ. איך ווייס אז דו האסט נישט גערעדט צו מיר יעצט. אבער דאך וועלל איך אריינלייגן מיינע 2 סענט. קודם זאלסטו וויסן אז איך שעץ זייער שטארק דיינע תגובות ומאמרים. זיי זענען זייער שטארק היקף'דיג. און איך האב הנאה צו ליינען.

בדרך כלל שרייב איך ווייניג אין חקירות און העמק דבר. נישט אז איך קען נישט. איך קען ב"ה גאנץ גוט חקר'נען. און פילאזאפירן. נאר פשוט. איך זעה נישט דערין קיין שום נוצליכקייט אדער תועלת. אין ענייני אמונה איז ביי מיר אלעס זייער פשוט, ב"ה. איך האב נישט קיין שום קושיות איבער די מציאות והנהגת הבורא. אדער איבער אמיתת והשתלשלות קבלת התורה. צווייטנס. ס'ברענגט נישט קיין שום נוצן. ווייל אפילו מ'זאלל חקרנ'ען פאר שעות און אנפולן גאנצע בלעטער מיט פילאזאפיע מוז מען נאכאלץ אויפשטיין אינדערפריה און גיין אין דזשאב (פאר אדער נאכ'ן דאווענען). מ'מוז נאכאלץ באצאלן דעם רענט אדער מארגידזש. און די פעימענטס אויפ'ן קאר...!

איך שרייב בדרך כלל ..."אףף דהע קאףף"... כמו שאמרתי באשכול אחר...! טאקע אזוי ווי דו האסט געזאגט. למען ירוץ בו הקורא...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 9:08 pm

· #445025
ביבער
מי אני
ערשט קלערט מען אז איך בין מער ווי איין מענשט (און נישט עפ"י סאליפסיזם הנ"ל והמסתעף), און יעצט קלערט מען אז איך בין גאר (וואס מאנכע רעכענען) די נעקסטע שטאפל אין הומען עוואלושען - AI...
נו, ווער איז גרייט צו מאכן דעם טורינג טעסט?...
😛

אזוי ווי איך האב דארט געזאגט נעם איך דאס אן ווי א געוואלדיגע קאמפלימענט. ייש"כ.

ואגב בזה (הגם אזא סארט פראגראם איז מער געאייגענט/בעסער אויף פיקציע/פאלשקייט ווי איידער אמת'ע מדע. איך גלייב (עםם... האף...) אז וואס איך שרייב איז פונ'ם צווייטן סארט ווי איידער די ערשטע...).

בכל אופן ביזטו גוט, צו גוט פאר מיר אז איך זאל דיר ענטפערן... 😉

ביבער: מי אני איז אויסער זיינע געוואלדיגע ידיעות אין חכמת ה'פילאזאפיע אויך א גרויסער עניו. מ'קען דאס זעהן פון זיין ניק. ער פרעגט די רעטארישע שאלה..."מי אני"... דו קענסט דאס אריינטייטשן וויאזוי דו ווילסט...!

לבי ובשרי » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 9:17 pm

· #445026
שוין... האט זיך שוין פאר ר' בערל געלוינט צו עפענען דעם אשכול...

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 10:40 pm

· #445039
לבי ובשרי: יא. ב"ה. דו זעהסט וואס א ביסל עצבות קען צו ברענגען...לאל...! ייש"כ.

אמת וצדק » פרייטאג אפריל 3, 2020 12:03 am

· #445054
Re: ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל
[quote="berlbalaguleh"][quote=.[/quote]
בדרך כלל שרייב איך ווייניג אין חקירות און העמק דבר. [/quote]

א שאד אז רבי בערל וויל נישט שרייבען עניני מחשבת ישראל

Sent from my iPhone using Tapatalk

זעקעל » פרייטאג אפריל 3, 2020 3:52 am

· #445078
ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל
@קאצקע ציקער
טויש דיין ניק נאמען אפשר וועט עס העלפן

@קאצקע ציקער איך וועל דיר אפלערנען ווי א קאצקע׳ר ווארט, דהיינא אז זיכער מיינסטו מייעץ צו זיין @בערל בעל עגלה צו טוישן זיין ניק, וויבאלד ס׳הערשט א קאראנע, און די עולם איז איינגעשפארט אינדערהיים אין מען פארכט זיך ארויס צוגיין אינדרויסן כאפן א רייד מיט ר׳ בערל׳ס וואגן, ממילה איגנארירט מען אים רח״ל

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 3, 2020 9:01 am

· #445081
זעקל: ייש"כ. אויפצוקומען מיט אזא פשט'ל וואס איז גג על גג (אדער אפשר נאך בעסער) דארף מען האבן א ליטווישן מח. אפש גאר איז איינער פון זיינע זיידעס געווען א ליטוואק. איך קען דיר געבן דא א חשוב'ן ניק וואס ער רופטציך דער ליטוואק פון בודאפעסט. דו דארפסט זיך אדורכרעדן מיט איהם איבער פארשידענע עניינים העומדים על הפרק.

נאר כדי די וועלט זאלל זיך נישט טועה זיין, קענסטו דיך רופן דער ליטוואק פון דעברעצין אדער פון שאראש פאטאק...!

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 3, 2020 9:26 am

· #445082
[quote="אמת וצדק"][quote="berlbalaguleh"][quote=.[/quote]
בדרך כלל שרייב איך ווייניג אין חקירות און העמק דבר. [/quote]

א שאד אז רבי בערל וויל נישט שרייבען עניני מחשבת ישראל

Sent from my iPhone using Tapatalk[/quote]
אמת וצדק: איך זאג נישט אז איך שרייב גארנישט. אבער בדרך כלל איז מיר גארנישט שווער. אלע קושיות און ספיקות בענייני דת ואמונה זענען ביי מיר זייער קלאר, ב"ה. אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן אין אן אנדער'ן אשכול. אז מיין גאט איז א גוטער. ער פארלאנגט נישט קיין איבערגעטריבענע זאכן פון מיר. בעצם פון קיינעם. נאר אין משך פון יארן זענען אונזערע וואוילע אידן אויפגעקומען מיט זייערע אייגענע און אויסגעטראכטע בויכווייטאג. און מ'האט עס געמאכט פאר אן אינטעגראלער טייל פון דת משה וישראל.

יעצט בנוגע אמונה און גלייבן אין בריאת העולם. אדער השתלשלות ואמיתת קבלת התורה, האביך ב"ה נישט קיין שום פראבלעם צו גלייבן באמונה פשוטה אזוי ווי אונזערע היילגע רבי'ס האבן אונז געלערנט. אנגעהויבן פון די תנאים ואמוראים, דורך די גאונים, ראשונים ווי דער רמב"ם רא"ש ר"ת און דער ריטב"א און די אנדערע ראשונים ואחרונים זצ"ל. איך ווער נישט נתפעל און דערשרעק מיך נישט ווען עפעס א צודרייטער אפיקורס שרייבט נארישע דברי כפירה וועלכע מאכט אפילו נישט קיין סענס. מיין אמונה און קאממאן סענס איז גענוג שטארק זיך נישט צו דערשרעקן און אפילו שפעקולירן אויב ס'איז דא אפילו 1 % אמת אין זייערע ווערטער. ו

ס'זענען דא א טייל מענטשן וואס אויב זיי ליינען ערגעץ אז ס'איז געווען אמאל א מענטש מיט'ן נאמען האמוראבי, וועלכער האט געשריבן געזעצן וואס א טייל פון זיי זעהען אויס ענליך צו די געזעצן פון די תורה. מערסטנס בין אדם לחבירו, ווערן זיי שוין דערשראקן און זיי מיינען אז די תורה האט (ח"ו) נאכקאפירט זיינע געזעצן. איך ווייס נישט פונקטליך די השתלשלות פון האמוראבי'ס געזעצן. ווען און וואו זיי האבן זיך אנגעהויבן. איין זאך איז ביי מיר קלאר. אז די תורה הקדושה האט נישט נאכקאפירט פון זיינע געזעצן...!

די זעלבע איז לגבי בריאת העולם. איך דערשרעק מיך נישט ווען דער צודרייטער פראפעסאר דארווין זאגט אז די וועלט האטציך אליין באשאפן דורך א גרויסע עקספלאזיע. און אלעס האטציך דעוועלאפט אין משך פון ביליאנען יארן. איך בין פעסט ביי די אמונה פשוטה אזוי ווי ס'שטייט אין חומש אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט אין זעקס טעג. און ער האט גערוהט דעם זיבעטן טאג, שבת. יא. דאס יא. דער אייבישטער האט אריינגעגעבן אין די בריאה דעם כח אז די זאכן טוישן זיך אין משך פון צייט. א טייל זאכן פון מעטאבאליזם פון די מענטשן און חיות האבן זיך געטוישט אין משך פון טויזנטער יאר. מ'קען נאך מאריך זיין אין די עניינים. אבער ס'איז גענוג פאר יעצט...!

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 3, 2020 9:46 am

· #445085
דו הייבסט אן אז דו "גלייבסט באמונה פשוטה" דאן גיבסטו א שמעלץ אריין 2 פאראגראפן ווי כאילו דו "ווייסט", איז כ'האף וועסט נישט ברוגז זיין ווען כ'זאג דיר אז פון דיינע פאר שורות זעהט מען אז דו ווייסט נישט וואס ער זאגט.. במילא קענסטו אוודאי נישט וויסן אז ער איז א צודרייטער..

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 3, 2020 10:14 am

· #445093
ליעב צו וויסן: אויב איך ווייס יא וואס ער זאגט. אדער וואס איך זאג. איז יעצט א קליינער חילוק. די עיקר איז אז אויב דו. אזוי ווי די איבריגע פסעוודא אינטעלעקטואלן (איי בעטשא אז דו ווייסט נישט וואס דער טערמין מיינט.) מיינען אז צו זיין אן אפיקורס און א כופר בעיקר איז קאאל, האסטו דיך זייער שטארק טועה געווען...!

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 3, 2020 12:05 pm

· #445108
berlbalaguleh
בדרך כלל איז מיר גארנישט שווער. אלע קושיות און ספיקות בענייני דת ואמונה זענען ביי מיר זייער קלאר, ב"ה.

מיר איז ב"ה אויך גארנישט שווער. 😂

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 3, 2020 5:39 pm

· #445173
berlbalaguleh
ליעב צו וויסן: אויב איך ווייס יא וואס ער זאגט. אדער וואס איך זאג. איז יעצט א קליינער חילוק. די עיקר איז אז אויב דו. אזוי ווי די איבריגע פסעוודא אינטעלעקטואלן (איי בעטשא אז דו ווייסט נישט וואס דער טערמין מיינט.) מיינען אז צו זיין אן אפיקורס און א כופר בעיקר איז קאאל, האסטו דיך זייער שטארק טועה געווען...!

געוואלדיג.. האסט אריינגעזאגט א שטאך ווארט (ווי כאילו דו קענסט מיר...) יעצט האסטו געוואונען און דארווין בלייבט דער צודרייטער..

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 3, 2020 5:43 pm

· #445174
רבי רעב בערל: נישט גלייבן אלעס קען זיין זייער ווייטאגליך (בפרט פאר איינעם וואס איז אויפגעוואקסן אין אונזער סביבה) ס'מיינט אבער נישט אז מ'איז נעריש...

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 3, 2020 6:04 pm

· #445180
ליעב צו וויסן:אנטשולדיג אויב דו האסט עס גענומען פערזענליך. ערשטנס האביך נישט געזאגט אויף דיר אז דו ביסט (ח"ו) א צודרייטער. צווייטנס. ס'איז טאקע א ברייטער טערם. און דארווין איז נישט געווען קיין גאסן יונג. ער איז געווען א סייענטיסט. און ער האט געשריבן זיינע טעאריעס נאך ערנסטע, לאנגיאריגע אבזערוואציעס. אבער דאך. די אונטערשטע שורה איז אז ביי עפעס א פונקט האט ער געמאכט א טעות.

דאס מיינט נישט אז מ'טאר נישט דעבאטירן זיינע טעאריעס. זיכער מעג מען. און מ'דארף. דער חובת הלבבות שרייבט אין די הקדמה אז מ'דארף קומען צו אמונה דורך חקירה. ווייל סוכ"ס זענען דא אזוי ווי אין יעדע דעבאטע צדדים לכאן ולכאן. איך האב בדרך כלל גערעדט פון מיר פערזענליך. אז ביי מיר זענען די דאזיגע ספיקות זייער קלאר. דאס מיינט אבער אז מ'דארף אויסהערן א פארקערטע מיינונג אויך...האב א גוטן און לעכטיגן שבת...!

כפתור » פרייטאג אפריל 3, 2020 6:07 pm

· #445181
ר' בערל, דיינע תגובות זענען אלעמאל צום זאך און זייער באלערנדיג. ווען איך קען ווען אזוי גוט שרייבען מיט אלע הלכות גרעמער וואלט איך אסאך מער געשריבן. ליידער האב איך נישט געהאט אזא גוטע שרייב רבי.
איך וויל אסאך מאל לייקען אבער איך בין פויל מיך אריינצושרייבן. אפשר קענען די באערדע טוישן אז מ'זאל קענען לייקען אפילו מ'איז נישט אריינגעשריבן.

אינגערמאנטשיקל » זונטאג אפריל 5, 2020 2:31 pm

· #445335
הרבני החסיד הישיש רבי בערל שליט"א עמו"ש לאויש"ט:
שוין יארן לאנג וואס איך ליין דיינע הארץ-דערפרישענדע תגובות און באמערקונגען, באשיינפערליך נאך איידער דיין האר-קאליר האט זיך געביטן אויף גרוי ווייס.

זעהענדיג דיין הארץ עסעניש אז איר ווערט איגנארירט האב איך באשלאסן גענוג איז גענוג און איך מוז דיר געבן א ברייטן לייק.

(מיין ערשטע תגובה דא אין שטיבל, זאהל זיין לזכות הרבנית סאשע לרפו"ש)

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 6, 2020 12:29 am

· #445432
טייערע בערעלע
זייט וויסן אז אן בערעלע איז נישטא קיין קאווע שטיבל!
ווי די ווייסט זענען מיר כמה פעמים נישט געווען אן די סעים פעיזש, אבער דאס איז דאך געווען אזוי אנגענעם. מיר האבן סאך מער אין קאמאן ווי זאכן וואס מער דיסאגריען, און ווען איך זעה א תגובה'לע פון דיר איז עס כמים קרים על נפש עייפה.

איך מיין אז ס'איז נישט די ערשטע מאל די רעדסט פון אויפהערן שרייבן דא. ליסטען, גענוג געווען דערמיט, הער אויף! די נערווען זענען יעצט שוואך און די טראגסט א גרויס אחריות.

אגב, האסט שוין לאנג נישט מעלה געווען זכרונם פון סנדר עפשטיין המכונה לעיזר דייטש און מנשה פילאפף /י. מ. סופר וכת דלהון. ס'איז דיין פליכט איבערצוגעבן פאר'ן יונגן דור וואס געדענקן נישט די בראשית יארן ווי די היימישע צייטונגען האבן אויסגעקוקט.

בערל, ווי לאוו יא! יו ראק!!!

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 6, 2020 12:45 am

· #445438
אינגערמאנטשיקל
הרבני החסיד הישיש רבי בערל שליט"א עמו"ש לאויש"ט:
שוין יארן לאנג וואס איך ליין דיינע הארץ-דערפרישענדע תגובות און באמערקונגען, באשיינפערליך נאך איידער דיין האר-קאליר האט זיך געביטן אויף גרוי ווייס.

זעהענדיג דיין הארץ עסעניש אז איר ווערט איגנארירט האב איך באשלאסן גענוג איז גענוג און איך מוז דיר געבן א ברייטן לייק.

(מיין ערשטע תגובה דא אין שטיבל, זאהל זיין לזכות הרבנית סאשע לרפו"ש)

אינגערמאנטשיקל: ייש"כ. איך זעה אז ס'האט געהאלפן. ווייל איך הער אז רעבעצין סאשע שתליט"א פיהלט שוין ב"ה א סאך בעסער. לרפו"ש בתוך שאר חולי ישראל. אמן...!

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 6, 2020 12:55 am

· #445440
שמעון וואלף
טייערע בערעלע
זייט וויסן אז אן בערעלע איז נישטא קיין קאווע שטיבל!
ווי די ווייסט זענען מיר כמה פעמים נישט געווען אן די סעים פעיזש, אבער דאס איז דאך געווען אזוי אנגענעם. מיר האבן סאך מער אין קאמאן ווי זאכן וואס מער דיסאגריען, און ווען איך זעה א תגובה'לע פון דיר איז עס כמים קרים על נפש עייפה.

איך מיין אז ס'איז נישט די ערשטע מאל די רעדסט פון אויפהערן שרייבן דא. ליסטען, גענוג געווען דערמיט, הער אויף! די נערווען זענען יעצט שוואך און די טראגסט א גרויס אחריות.

אגב, האסט שוין לאנג נישט מעלה געווען זכרונם פון סנדר עפשטיין המכונה לעיזר דייטש און מנשה פילאפף /י. מ. סופר וכת דלהון. ס'איז דיין פליכט איבערצוגעבן פאר'ן יונגן דור וואס געדענקן נישט די בראשית יארן ווי די היימישע צייטונגען האבן אויסגעקוקט.

בערל, ווי לאוו יא! יו ראק!!!

שמעון וואלף: ייש"כ. וואס זאלל איך זאגן... החייתנו... קיימתנו... ניחמתני...! נאר דער עיקר טעם וואס איך האב אויפגעהערט מיט מיין פעיוואריט האבי, נעמליך צו שרייבן איבער ר' סענדער דער דייטש, וויאזוי דער עולם אין יענע צייטן האט איהם גערופן. אויך וועגן הרב י.מ. סופר המכונה מנשה פליפ פלאפ. אבער דער עיקר וועגן ר' סענדער. ווייל איין חשוב'ער מעמבער פון קאווע שטיבל האט א שטארקע סענסיטיווקייט צו דעם. איך בין גרייט איינצולייגן געלט, און איך וועלל נאך אפשר האבן די זכייה צו ווערן סוירפרייזט אז ער איז גאר זיין זיידע... אדער אנ'אנדער קרוב...! אבער לפי האמת, מייניך דא גארנישט קיין שלעכטס. ווייל איך האב אייביג מעריך געווען ר' סענדער מיט זיין אינטעללידזשענס און געוואלדיגע ידיעות. איך האב מיך א סאך געלערנט פון איהם...! קיין איינער פון די היינטיגע שרייבערס קען זיך נישט פארגלייכן צו זיין פראפעסיאנאליזם אין שרייבן אידיש...!

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 6, 2020 7:46 am

· #445453
ר' בערל האסט מיר געמאכט וויינען.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 6, 2020 3:04 pm

· #445478
שמעקעדיג: וואסי, דו טוסט תשובה. קום לאמיר צוזאמען תשובה טון...השיבנו ה' אליך ונשובה. חדש ימנו כקדם...!

סאנטיאגא » מוצ"ש אפריל 11, 2020 9:18 pm

· #445648
בערל זיסער... מ'טאר נישט זיין אומזיכער מיט זיך ס'איז די ערגסטע זאך פאר א מענטש און האט א שטארקן אימפעקט אויף די מענטל העלט און דיסארדערס (וואס אונז אלע האמיר כאטש איינס)

כ'בין אויך א סענסיטיוו'ער, און אמאל קען מען שפירן ווי די אייגנארטיגקייט שטערט פון אריינפיטן אין א פובליק ענוויירמענט, אפגערעדט ווען מ'קען זיך נישט פערזענליך איינער דעם אנדערן. דו ביזט ווארשיינליך מער פעמעינין אויפן ספעקטרום, ווייל זיי דארפן וועלידעישן אויף זייערע ווערטער און בכלל ווערטער פאר זיי איז א וויכטיגע זאך.

אבער מ'טאר נישט אויפגעבן, די מעלה פון נישט קריגן שטענדיג א ריספאנס איז אז ס'טרייבט דעם פעדער, אויב איך באקום נישט קיין ענטפער, וועל איך מיך נאכמער אנשטרענגען אויפצוקומען מיט בעסערע חומר, כ'וועל מאכן מער ריסורטש, מער סיפליפיצירן מיינע ארטיקלען, יעדער טראכט דאך אנדערש, פארשטייט אנדערש, לערנט אפ דיינע ווערטער אנדערש, די תוצאה איז: רייכערע ווערק, און בעסערע קאמיניקירונג.

האועווער, מ'טאר זיך נישט אינגאצן אראפקלאפן, קוק וויאזוי דו ליינסט אפ עפעס פון יענעם און שטעל דיך פאר ווי דו ביזט דער שרייבער, דו וועסט נישט אלס גלייך ענטפערן רייט? קען זיין כ'האב א טעות. פוינט איז; אמאל איז דא מענטשן וואס ליינען און האבן הנאה אבער זיי קומען נישט אייביג אן צו ריפלייען. און אלס איז דא צוריקגעצויגענע מענטשן און לעומת זה outspoken people סא אטאמאטיש איז דא פיל מער ליינער ווי שרייבער, אזוי איז אייביג. די אלע זאכן לאמיר זיך האלטן פאזיטיוו!

סאנטיאגא » מוצ"ש אפריל 11, 2020 9:32 pm

· #445649
און א זייטיגע נקודה. ס'איז דא די חלק פון Discovery פונקט ווי א בוך, א אינפלוענסער, א פילזאף, איז דא אזעלכע וואס ווייסן פון יענעם צו זאגן נאך פאר דו ביזט געבוירן און ווידער אזעלכע וואס ווערן הערשט יעצט געוואר, במה דברים אמורים; פאראן מענטשן וואס ווייסן פון קאווע שטיבל זינט איר געבורט, אנדערע דריי יאר שפעטער, און געוויסע ווערן יעצט געוואויר... סא די intervals פון ווען א זאך ווערט באשאפן אויפן געוועב ביז ס'קומט אן צו יעדעם אויפן טיש איז אנדערש.

און נאכדעם איז דא די interval פון ווען מ'הייבט אן ליינען, ביז ווען מ'שרייבט זיך איין, ביז ווען מ'הייבט אן ארויפשטעלן תגובות, און לאמיר נישט פארגעסן אז די איין תגובה אין די איין אשכול איז נאר א טפה מן הים אנטקעגן די 441297 הודעות בסך הכל און 12660 אשכולות בסך הכל...

אני הקטן ווייס שוין פון דעם פלאץ בערך 4 אהאלב יאר, זיך איינגעשריבן האב איך זיך מיט ווייניגער ווי א יאר אהאלב צוריק, זיך גענומען שרייבן האב איך א קארגע יאר מיט דריי חדשים צוריק, און בשעתו בכלל נישט אקטיוו, אלעס דויערט.

און בערל צו זיין פון די top 5 most liked ניקים איז עפעס א קלייניקייט?

מיינונגזאגער » מאנטאג יולי 13, 2020 9:32 am

· #454420
Re: ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל
berlbalaguleh
רבותיי: איך בין געקומען צו א שטארקע מסקנא. (א החלטה האביך נאכנישט.). אז אני הקטן, בערל בעל עגלה בין די מערסטע איגנארירטער שרייבער דא אויף קאווע שטיבל.

קיין פונקטליכע סטאטיסטיק האביך נאך דערווייל נישט. נאר איך בין מסופק אויב ס'לוינט זיך אריינצולייגן די כוחות צו מאכן א פונקטליכע סטאטיסטישע שטודיע. אבער איך זעה אז איך רעד צו מיר אליין.

איך האב נעכטן בערך 11 אזייגער ארויפגעלייגט 2 תגובות אין 2 אנדערע אשכולות. איינס איז שטארק מעניני דיומא. איבער דעם קאראנא וויירוס. און דערווייל, 24 שעה שפעטער איז נאכנישט דא קיין איין איינציגע תגובה. פון לייקס רעד איך שוין אפילו נישט. ווען אין די זעלבע צייט זענען אויפגעמאכט געווארן 2 אנדערע אשכולות. און ביינאכט איז שוין געווען 2 בלעטער פון תגובות און א באמבארדירונג פון לייקס.

איך הייב אן צו טראכטן אז אויב איך רעד ממילא נאר צו מיר אליין פארוואס דארף איך רעדן ברבים. איך קען דאך רעדן ביחידות. אזוי ווי גימפל אין האלץ קאמער...!

איך ווילל הערן א דעת תורה און א דעת בעה"ב אויב אזא בריה שפילה ונבזה דארף ממשיך זיין צו באלעמוטשען דעם חשוב'ן עולם מיט אומ-אינטרעסאנטע און ווערטלאזע מיינונגען. איך זאג עס נישט מכח עניוות. נאר איך האב איינגעזעהן דעם אמת...!
ניט ריכטיג, איך בין א שטארקער אנהענהענגער

Sent from my iPhone using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 14, 2020 12:24 am

· #454518
סאנטיאגא: ייש"כ פאר מיך פסיכאאנאליזירן. און וואו פונקטליך איך באלאנג אויפ'ן ספעקטרום. (דעם מעסקיולין/פעמינין. אדער דעם אוטיזם).

איך בין דווקא נישט אזוי סענסיטיוו. און איך ווער נישט אזוי שנעלל באליידיגט. אויך רעד איך מיר נישט איין קיין קינד אין בויך. נאר ווען איך זעה א נאכאנאנדן פעטערן, הייב איך אן צו טראכטן...אפשר. אולי. טאמער דאך.. נאר דו האסט א פאר שטארקע נקודות. וואס איך נעם אן מיט'ן גאנצן הארץ. ווייל איך האלט אז אינטראספעקשן איז א גוטע זאך. און מ'קען נאר וואקסן פון דעם...! יישר כח פאר די קאמפלימענטס...!

קאצקע ציקער » דינסטאג יולי 14, 2020 2:25 am

· #454524
ר' בערל איז א legend
בלאט: 1 2