☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 27, 2013 8:52 pm

· #128725
די אייבישטער.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 8:58 pm

· #128729
וויזוי פארשטייט מען דאס ביים ציילן די אידן סיי די וואך און אויך אין במדבר די צאהל קומט אייביג ארויס פאר יעדן שבט א איווען נומער. זיבען הונדערט טויזענט מיט 350. אדער 200 טויזענט מיט 400. קיינמאל נישטא עפעס טשעינדזש?

הא?

סאשי פיש » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:28 pm

· #128732
געפילטע פיש
די אייבישטער.

@געפילטע פיש וואס איז פשט פון די ענטפער???

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:34 pm

· #128734
סאשי פיש
געפילטע פיש
די אייבישטער.

@געפילטע פיש וואס איז פשט פון די ענטפער???

ער מיינט צו זאגן אז דער אויברשטער האט געגעבן חכמה פאר די גוים דאס צו מאכן אז אידן זאלן קענען געהעריג רופן קול מבשר פון די קעטסקיל בערג

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:42 pm

· #128745
זר זהב
וויזוי פארשטייט מען דאס ביים ציילן די אידן סיי די וואך און אויך אין במדבר די צאהל קומט אייביג ארויס פאר יעדן שבט א איווען נומער. זיבען הונדערט טויזענט מיט 350. אדער 200 טויזענט מיט 400. קיינמאל נישטא עפעס טשעינדזש?

הא?

חת"ס ד"ה אשר פקד.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:48 pm

· #128748
ונבנתה!!!!!!!!!!

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:48 pm

· #128767
סאשי פיש
געפילטע פיש
די אייבישטער.

@געפילטע פיש וואס איז פשט פון די ענטפער???

כ'האב מיך אריינגעלייגט אין די מצב פון א טאטע וואס זיין יונגעל פרעגט עם עפעס וואס ער ווייסט נישט די ענטפער.

טאטי, ווי אזוי פליעט א עראפלאן?
טאטע: ווייל אזוי האט די אייבישטער געמאכט.

טאטי, ווער האט געמאכט אז די לייט זאל ליכטיג מאכן?
די אייבישטער.

(פארשטייט זיך אז בעצם איז עס אמת, די אייבישטער איז דאך דער מי שאמר והיה העולם, אבער די גלאטע תירוץ "די אייבישטער" קומט פון איגנאראנץ, נישט אמונה.)

וואו קומט עס דא אריין? סא'חילוק!?

atmybest » פרייטאג יוני 28, 2013 12:13 pm

· #128861
פארוואס האב איך אזוי ווינציג לייקס?

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 28, 2013 12:27 pm

· #128866
זעהט אויס אז אין צימעס טיילט מען נישט.

מאטי » פרייטאג יוני 28, 2013 1:39 pm

· #128894
atmybest
פארוואס האב איך אזוי ווינציג לייקס?

ווען דו וואלסט פארשטאנען פארוואס, וואלסטו מסתם געהאט מער לייקס. Ouch!

קאמענטירער » פרייטאג יוני 28, 2013 3:01 pm

· #128916
יעצט איז אין די נייעס איבער די אנטלויף פון סנודען און ער פארלאנגט "אזיל רעכט ״ פון רוסלאנד, וואס מיינט אזיל רעכט? כ׳קען באגיין פאברעכנס און דערנאך בעטן אזיל רעכט? און וואס איז בכלל די מושג פון בירגער? קען איך זיין א בירגער פון עטליכע לענדער?

boxcover » פרייטאג יוני 28, 2013 7:01 pm

· #128978
אזיל רעכט (asylum) איז א באגריף אז א מענטש וואס ווערט גע'רודפ'ט פין זיין היימלאנד (ממילא איז נישט דא ווער זאל זיך אננעמען פאר אים\איר), זאל א צווייטער לאנד אים\איר אריין נעמען. אמאל איז דאס אריין-נעמען נאר געווען א באגריף אין די מאדערענע מערב לענדער, אבער היינט זעהט מען שוין די עגיפטישע, גריכישע און איזראעיליס ווי זיי נעמען אריין יענעמס מורד, געווענליך וואס ס'לוינט זיי.

זר זהב » פרייטאג יוני 28, 2013 7:18 pm

· #128983
און יא, מ'קען זיין א בירגער פון מערערע לענדער

אבגד » מוצ"ש יוני 29, 2013 11:38 pm

· #129042
קול מבשר איז געווען פארנומען פאריגע וואך מיט די גוי וואס האט געשאסן די שומרים וואלונטירן, ער זאגט אז די שומרים האבן געהאט רעכט ווייל די גוי האט זיך אויפגעפירט אומלעגאל, וואס זענען די אומלעגאלע זאכן וואס דער גוי האט געטוהן?

קאווע טרינקער » מוצ"ש יוני 29, 2013 11:47 pm

· #129046
גילוי ערוה.

יין שרף » מוצ"ש יוני 29, 2013 11:56 pm

· #129052
אפילו ביי אונז אין שטיבל איז גילוי פון די ערגסטע עבירות...

אבגד » זונטאג יוני 30, 2013 12:09 am

· #129070
האבן א ניק אין קאווע שטיבל איז א ערוה????

משולם שטיינפעלד » זונטאג יוני 30, 2013 12:13 am

· #129072
אבגד
קול מבשר איז געווען פארנומען פאריגע וואך מיט די גוי וואס האט געשאסן די שומרים וואלונטירן, ער זאגט אז די שומרים האבן געהאט רעכט ווייל די גוי האט זיך אויפגעפירט אומלעגאל, וואס זענען די אומלעגאלע זאכן וואס דער גוי האט געטוהן?

האט ער געמאלדן די תוצאה פונעם טרייעל אדער ער מעלדט נאר גוטע נייעס?

אבגד » זונטאג יוני 30, 2013 12:16 am

· #129074
משולם שטיינפעלד
אבגד
קול מבשר איז געווען פארנומען פאריגע וואך מיט די גוי וואס האט געשאסן די שומרים וואלונטירן, ער זאגט אז די שומרים האבן געהאט רעכט ווייל די גוי האט זיך אויפגעפירט אומלעגאל, וואס זענען די אומלעגאלע זאכן וואס דער גוי האט געטוהן?

האט ער געמאלדן די תוצאה פונעם טרייעל אדער ער מעלדט נאר גוטע נייעס?

איך בין נישט קיין שומע קבוע, אבער פאריגע וואך האט ער געזאגט אז מהייבט אהן נאכאמאל וועגן מ׳האט געטראפען פרישע קלאגעס, גיי ווייס!
אפשר האט ער מגלה געווען מער ווי איין ניק דא? איך ווייס נישט, פרעגטס ״יין שרף״....

אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 12:45 am

· #129098
קאמענטירער
וואס מיינט אזיל רעכט?

אידיש'ער אפטייטש פון asylum

אבגד » זונטאג יוני 30, 2013 1:16 am

· #129116
Um... Um.....
איך הער דיין שפעקולאציע...

אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 1:28 am

· #129123
.

boxcover » זונטאג יוני 30, 2013 1:29 am

· #129124
אריין אין טערמינאלאגיע אשכול

שמעקעדיג » זונטאג יוני 30, 2013 1:30 am

· #129126
אנא בכח גדולת

ונבנתה העיר » זונטאג יוני 30, 2013 2:03 am

· #129141
ווער איז רעבעצין צפורה העלער פון המודיע'ס קנין?

די וואך האט זי א מאמר בנוגע וואס אנדערע טראכטן אויף מיר מיט'ן קעפל 'they think, therefore i am?', א שפיל אויפן פילאזאפישן ווארט I think, therefore I am, גאנץ שיין פאר א היימישע פרוי, ניין?

אז מען רעדט שוין, @געפילטע פיש [ס'איז מיר גוט, אויף צו קענען טעגן מוז מען ארויסשרייבן די גאנצע נאמען?...], קענסט שוין אפ-שטויבן די ניין-טעג'דיגע חתימה...

boxcover » זונטאג יוני 30, 2013 2:14 am

· #129153
ונבנתה העיר
ווער איז רעבעצין צפורה העלער פון המודיע'ס קנין?

די וואך האט זי א מאמר בנוגע וואס אנדערע טראכטן אויף מיר מיט'ן קעפל 'they think, therefore i am?', א שפיל אויפן פילאזאפישן ווארט I think, therefore I am, גאנץ שיין פאר א היימישע פרוי, ניין?

אז מען רעדט שוין, @געפילטע פיש [ס'איז מיר גוט, אויף צו קענען טעגן מוז מען ארויסשרייבן די גאנצע נאמען?...], קענסט שוין אפ-שטויבן די ניין-טעג'דיגע חתימה...

א שרייבערין פון אסאך ליטעראטור.

יואב » זונטאג יוני 30, 2013 8:03 am

· #129200
צו טוהן אויך די גוים ברומען אזא לאמיר דאס רופן "ניגון" צווישן זיך וואשן די הענט און מאכן דעם מוציא?
אקעי, זיי וואשן זיך נישט די הענט, און מאכן נישט קיין מוציא. תיובתא.
איז אבער דא א פאל, אדער עקזעסטירט בכלל די באגריף פון זיך אונטערברימען?
אויב נישט, ווען האט זיך דאס אנגעפאנגן ביי אידן?
ואם תמצי לומר 'אין סענז סטריט', איכא למפרך ס'איז דאך פארהאן הייליגע לייט וועלעכע ברומען,
און אידענטיפעצירן זיך דווקא מיט קרייזן וועלעכע דעמאניסטריט הארטטנאקיגע שטאלצע אפאזיציע צו סאטמאר.

יעצט, דארף דאס ברומען זיין דווקא דורכן נאז?
די צד צו זאגן אז יא, איז ווייל מ'זעהט דאך די חברה ברומען ברוח אפם, בלתי הרמת קול.
דאס איז אבער פארשטענדליך, וויבאלד פארן מאכן המוציא טאר מען דאך נישט אויסרעדן.
(און דא קומען די לטאים אריין אין בילד. הייסט דאס אויסגערעדט אדער נישט).
הא תינח עמך אידן וועלעכע ברומען בלויז פאר המוציא, קען מען אזוי אריינזעצן.
אויבן אן אידן אבער, ברומען דאך א גאנצן צייט חוץ ווען זיי שאקלן לולב מיט א צווייטנס האנט, און מיט דעם אלעם ברומען זיי מיט די נאז.
ועוד, אפילו סתם אידן, שרייען דאך און פיסקעווען "נא נו נו נאא נעה" פארן המוציא, און דאס טוהן זיי דאך יא מיטן מויל.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 30, 2013 8:51 am

· #129206
שמעקעדיג
רפדוני בתפוחים
איך וויל אויך וויסן פשט אין אייער ניק, אבגד. א ב ג פארשטיי איך, ס'דאך ראשי תיבות אנא בכח גדולת, אבער וואס איז דער דל"ת?

אנא בכח גדולת

לכאורה איז זיין ברית נאמען אברהם ברוך, וזהו:
א'ברהם ב'רוך ג'דול ד'עה...

אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 9:00 am

· #129211
תפלה עושה מחצה.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 30, 2013 9:02 am

· #129213
נקמה? 🙄 😂
ניטאמאל ברכת התורה געזאגט...
ס'איז זונטאג!

boxcover » זונטאג יוני 30, 2013 9:26 am

· #129231
יואב
צו טוהן אויך די גוים ברומען אזא לאמיר דאס רופן "ניגון" צווישן זיך וואשן די הענט און מאכן דעם מוציא?
אקעי, זיי וואשן זיך נישט די הענט, און מאכן נישט קיין מוציא. תיובתא.
איז אבער דא א פאל, אדער עקזעסטירט בכלל די באגריף פון זיך אונטערברימען?
אויב נישט, ווען האט זיך דאס אנגעפאנגן ביי אידן?
ואם תמצי לומר 'אין סענז סטריט', איכא למפרך ס'איז דאך פארהאן הייליגע לייט וועלעכע ברומען,
און אידענטיפעצירן זיך דווקא מיט קרייזן וועלעכע דעמאניסטריט הארטטנאקיגע שטאלצע אפאזיציע צו סאטמאר.

יעצט, דארף דאס ברומען זיין דווקא דורכן נאז?
די צד צו זאגן אז יא, איז ווייל מ'זעהט דאך די חברה ברומען ברוח אפם, בלתי הרמת קול.
דאס איז אבער פארשטענדליך, וויבאלד פארן מאכן המוציא טאר מען דאך נישט אויסרעדן.
(און דא קומען די לטאים אריין אין בילד. הייסט דאס אויסגערעדט אדער נישט).
הא תינח עמך אידן וועלעכע ברומען בלויז פאר המוציא, קען מען אזוי אריינזעצן.
אויבן אן אידן אבער, ברומען דאך א גאנצן צייט חוץ ווען זיי שאקלן לולב מיט א צווייטנס האנט, און מיט דעם אלעם ברומען זיי מיט די נאז.
ועוד, אפילו סתם אידן, שרייען דאך און פיסקעווען "נא נו נו נאא נעה" פארן המוציא, און דאס טוהן זיי דאך יא מיטן מויל.

די גוים וויסלען (wheesling) אל דע טיים. די פאנדעמענטאלע אונטערשייד איז אז די ברומעריי ברענגט שמחה (די סארט וואס איז מותר אין די דריי ואכען) און די גוי׳ס פייפעריי ברענג הולולות (קיינמאל קיין ערגערס). זיי וואשן זיך נישט אבער די ערל אין חדר פלעגט זיך אונטערפייפן בעת ער האט געוואשן די ערד.

בנוגע די שאלה פון הפסק ברכה, איז דאך עס לצורך סעודה. ניין?

געפילטע פיש » זונטאג יוני 30, 2013 1:11 pm

· #129293
פארשער זאגן אז ברומען במקורו שטאמט פון קוהען.

אבגד » זונטאג יוני 30, 2013 2:32 pm

· #129327
קאווע טרינקער
שמעקעדיג
[ציטאט אראפגענומען]

אנא בכח גדולת

לכאורה איז זיין ברית נאמען אברהם ברוך, וזהו:
א'ברהם ב'רוך ג'דול ד'עה...

האט עטס נישט געזעהן וואס "יין שרף" פסק'נט?

יין שרף » זונטאג יוני 30, 2013 2:44 pm

· #129336
שטייט און גמרא מער צום סוף פון מסכת יומא (כ'געדענק נישט פונקליך וואו) אז זינגען א ניגון איז נישט קיין הפסק, וועגען דעם האבן געוויסע צדיקים זיך אונטער געזינגען א לידל נאכן זיך וואשן כדאי עס זאל נישט זיין א לאנגע הפסק, ווי אויך זענען דא רבנים וואס ברומען נאכ'ן גיסן מים אחרונים ביזן בענטשען.
ווען איך גיי אין ביסקיס צווישן גאל ישראל און שמו"ע זינג איך אויך (בקול רם) אין ביה"כ כדאי עס זאל נישט זיין קיין הפסק... 😂

berlbalaguleh » זונטאג יוני 30, 2013 4:29 pm

· #129386
אההה... דעיס אי געוועין דער ניגון וואס ס'האטצעך מיר געדאכט אז כ'האב געהערט. ווען כ'בין אריבערגעגאנגען דעם ביהכ"ס. ס'איז געוועןין אזא מתיקות'דיגער ניגון אויף לא-ל אשר שבת מכל המעשים ביום השביעי.

קאמענטירער » זונטאג יוני 30, 2013 6:30 pm

· #129416
אין די נייעס פון די פראצעס פין דשארש זימערמאן איז געווען באריכטעט אז זיין אדוואקדאט האט אנגעפאנגען מיט א ניק-נאק וויץ.
וואס מיינט ניק-נאק?
און איך בין אויך זייער נייגעריג וואס איז געווען די מורא׳דיגע וויץ וואס דער לויער האט עס געמוזט זאגען (אפילו סאיז געווען) אין די אומריכטיגע צייט?

boxcover » זונטאג יוני 30, 2013 7:27 pm

· #129429
קאמענטירער
אין די נייעס פון די פראצעס פין דשארש זימערמאן איז געווען באריכטעט אז זיין אדוואקדאט האט אנגעפאנגען מיט א ניק-נאק וויץ.
וואס מיינט ניק-נאק?
און איך בין אויך זייער נייגעריג וואס איז געווען די מורא׳דיגע וויץ וואס דער לויער האט עס געמוזט זאגען (אפילו סאיז געווען) אין די אומריכטיגע צייט?

היינו הך. די וויי איז א נאק-נאק וויץ.

א נאק-נאק וויץ גייט געווענדליך אזוי:
איך זאג דיר נאק נאק (אזוי ווי איינער קלאפט אויף די טיר)
דו ענטפערס מיר (אויב דו קאפארירסט מיט מיין לצנות) האו איז? (ווער איז דארט?)
און איך ווען ענטפערן - לאמיר זאגען - הוא יפתח לבינו

און דער לויער (?) מאכט דארט זיין וויץ וואס פירט אויס א חוזק אויף זיך זעלבסט. מען זאל נישט וויסן פון קיין צער.

ביי דע ביי, דיר לץ האט אריינגעפירט זאגענדיג אז ס׳איז נישטא קיין בעסערע געלעגענהייט צו מאכן אזא סארט וויץ, ווי ביי א מערדער משפט. עס איז שוין גארנישט קיין וויץ.

קאמענטירער » זונטאג יוני 30, 2013 9:05 pm

· #129454
איך אנטשולדיג מיך אויב איך עס נערווירט איינעם די מיינע קשיות אבער די קשיא איז מיר שוין שווער א לענגערע צייט און נישט אלעמאל האב איך די געלעגנהייט עס צו פרעגן ממילא וועל איך יעצט אויס נוצען די געלעגנהייט און איך וועל עס פרעגן:
וואס מיינט
רעכטע\לינקע קאנסערטיווע\ליבעראלע רעפובליקען\דעמעקראטן ?
און וואס איז דער חילוק צווישען זיי?
מען קען זיין א רעכט-קאנסערטיוו-רעפובליקען?
און וואס איז פשט אז א מענטש דערקלערט זיך אז ער איז א דעמאקראט אויף אגאנץ לעבן? די פארטיי שטימט טאקע אלעמאל לויט זיינע אינטרעסן?
די קשיות שטערט מיר אין די עולם זאל זיך נישט שעמען צו ענטפערן, האלבע תירוצים ווערן אויך אנגענומען....

קאמענטירער » זונטאג יוני 30, 2013 9:10 pm

· #129457
איך אנטשולדיג מיך אויב איך עס נערווירט איינעם מיינע קשיות אבער די קשיא איז מיר שוין שווער א לענגערע צייט און נישט אלעמאל האב איך די געלעגנהייט עס צו פרעגן ממילא וועל איך יעצט אויס נוצען די געלעגנהייט און איך וועל עס פרעגן:
וואס מיינט
רעכטע\לינקע קאנסערטיווע\ליבעראלע רעפובליקען\דעמעקראטן ?
און וואס איז דער חילוק צווישען זיי?
מען קען זיין א רעכט-קאנסערטיוו-רעפובליקען אאוו?
און וואס איז פשט אז א מענטש דערקלערט זיך אז ער איז א דעמאקראט אויף אגאנץ לעבן [?] (וויפיל מאל האסטו געהערט אז א פאליטישען האט געטוישט פארטיי)די פארטיי שטימט טאקע אלעמאל לויט זיינע אינטרעסן?
די קשיות שטערט מיר אין די עולם זאל זיך נישט שעמען צו ענטפערן, האלבע תירוצים ווערן אויך אנגענומען....

boxcover » זונטאג יוני 30, 2013 11:26 pm

· #129524
קאמענטירער
איך אנטשולדיג מיך אויב איך עס נערווירט איינעם די מיינע קשיות אבער די קשיא איז מיר שוין שווער א לענגערע צייט און נישט אלעמאל האב איך די געלעגנהייט עס צו פרעגן ממילא וועל איך יעצט אויס נוצען די געלעגנהייט און איך וועל עס פרעגן:
וואס מיינט
רעכטע\לינקע קאנסערטיווע\ליבעראלע רעפובליקען\דעמעקראטן ?
און וואס איז דער חילוק צווישען זיי?
מען קען זיין א רעכט-קאנסערטיוו-רעפובליקען?
און וואס איז פשט אז א מענטש דערקלערט זיך אז ער איז א דעמאקראט אויף אגאנץ לעבן? די פארטיי שטימט טאקע אלעמאל לויט זיינע אינטרעסן?
די קשיות שטערט מיר אין די עולם זאל זיך נישט שעמען צו ענטפערן, האלבע תירוצים ווערן אויך אנגענומען....

עס איז דא א רייע אישוס, וואס ווערט גרופירט אין קאטעגאריעס, וואס, געוואנדן צו וועליכער חדר איר געהערט, וועט איר נעמען א געוויסע צד. איך וועל אויך מקדים זיין אז עס געשענט אסאך - ספיציעל לעצטענס - אז איין פארטיי נעמט צו (היידזשעקט) אן אישו וואס די אנדערע איז דער ריכטיגער אדוואקאט פאר די אישו.

איך גיי שרייבן נאר אויף די שפיץ פונעם שפיץ, ווייל יעדע אישו האט צווייגען עד אין סוף. שפעטער, ווער דער עולם וועט אינגעידזשן אין א שמועס, וועט מען מעריך זיין דארט ווי דער נייגער שטייגט.

אויך, אין יעדער אישו, ווי עס איז פארהאן א רעכטע און לינקע מהלך, קען זיך יעדער אינדיווידועל קלויבען א דרך ממוצע וואס איז אביסל מער רעכטס אדער אביסל מער לינקס, און מוז נישט דוקא קיין צו קיין איין עקסטרעם, אפילו פאר סיי-וועליכער אישו. דער פראבלעם איז אבער אז פאליטיק (אפילו אידישע) איז אלץ אויך געווען א ספארט, ווי די צד, די פארטיי, די חסידות איז הייליג. איינמאל מען פאלט אריין אין אזא מצב, ווערט מען אלס מער און מער אומ-זעלבסשטענדיג, ווייל מער דארף גיין מיט די פארטיי און שוואנג.

די קאטעגאריעס

פיסקעל
די רעכטע לאגער וועט האלטען צוויי וויכטיגע כללים פאר די אויגען. (א) מען דארף לעבען מיט א חשבון, און (ב) מיינס איז מיינס, און אן קיין גאר-וויכטיגע סיבה קענסטו עס נישט אוועקנעמען. דערפאר וועלען געווענליך די רעכטע פארלאנגען ווייניגער שטייער און א באלאנסירטן בודזשעט (לא כן היה בימי בוש השני יר"ה, בל זהו כללו של דבר). אויך וועלען געווענליך די רעכטע אלץ אויסקוקען ווי זיי נעמען זיך מער אן פאר די רייכע (אדער ווי זיי האבען עס חיעב אנצורופען: די מיטעל-קלאס).
די לינקע לאגער וועט האלטען אז סאסייעטי (דער עולם) איז מחיוב זיך צו זארגען פאר די נויטבאגערפטיגע. ממילא איז יושר אז מען נעמט פון די רייכע און מען געט פאר די ארעמע; ווי מער, אלץ בעסער. דערפאר וועלען געווענליך די לינקע פארלאנגען צו העכערן די שטייער אויף די רייכע כדי צו קענען גיבן פרישע הילף פאר די ארימערע (און זיי לייגן צו: די מיטעל-קלאס). אויך וועלען געווענליך די לינקע אלץ אויסקוקען ווי זיי נעמען זיך מער אן פאר די ארבייט קלאס.
דער אמת איז אבער אז בייטע זייטן שלעפען וויפיעל געלד זיי קענען נאר פאר זייערע פערזענליכע נגיעות. ווייניג מאל וועט מען זעהן א קאנסערוואטיווער זאל נישט כאפען א מוציא פאר זיין דיסטריקט\סטעיט כדי צו העלפן באלאנסירטן די בודזשעט. עס איז אויך פארהאן א דערהער אז די לינקע גייען אין הויקער אריין וואס די ארימע האבען צו עסן; זיי ווילען נאר אז די ארימע זאלן אויפשטעלן זייערע לייפסטיילס געבויעט אויל הילף פון די רעגירונג (לייען: ליבעראלע רעגירונג), כדי יבוא יום הדין און מען שטימט אין די וואלען, וועט דער עני וואוטען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאט.

סאשעל
די רעכטע זענען אין אלגעמיין פאר מאָראַלישקייט, טראַדיציע (זעה קאנסטיטוציע) און טראַדיציאָנאלע דרך החיים. די רעכטע וועלען דערפאר זיין קעגן די השגה אז די רעגירונג זאל אנערקענען תואבה שידוכים.
די לינקע זענען אין אלגעמיין אויפגעקלערט און קילער. די לינקע וועלען דערפאר זיין אפען פאר אלע קראנקע השגות (און אפילו אינסעסט).
דער אמת איז אבער אז די רעכטע שטערט נישט-נאר אז די רעגירונג זאל אנערקענט תואבה, האר עס שטערט זיי סתם ווען די LGBT מיינדען זייער אייגענע ביזנעס, אבער דאס איז א חלק פון די פאליטיק.

גרויסע רעגירונג און פעדעראליזם
די רעכטע זענען אין אלגעמיין פאר א מינימאלע רעגירונג בכלל, און א גאר-קליינטשיקער פעדעראלע רעגירונג (וואשינגטאן) בפרט. הכל מודים אז עפעס א רעגירונג דארף זיין אין וואשינגטאן, א שטייגער ווי אויסער מיניסטאריעם (Department of State), אבער ווי מער מען שטעלט ארויף אלס א פעדעראלע פליכט, אלץ מער ווערט די קאנסערטיווער (און עווענטועל אויך די מאדערעיט רעפאבליקען) אומבאקוועם. לויט די רעכטע, האבען זיי ענדערשט הנאה ווען אפילו די מיליטער איז לאקעלייזד פער שטאַט כשנים קדמוניות (נאכאמאל טראַדיציאָנאל) מיט די קאוסט גארד. ער וויל וואס-ווייניגער געזעצן פון אויבן.
די לינקע האבען הנאה פון א גרויסע צענטעראלע רעגירונג.

געזעץ און לאו אינפארסמענט
דער רעכטער איז דאך טראַדיציאָנאל און ער איז אויך שטרענג. איף יו דא די קריים, דא די טיים - אויב דו זינדיגסט, וועסטו ליידן, פארפאלען. ווען עס פאסירט אן עקסידענט אדער טעראר אקציע, וועט ער פארשטיין אז מען דארף נעמען די געזעץ אין די האנט אריין.
דער רעכטער איז דער אפען-מיינדעד, פרא-ארעמאן (טיפישער פארברעכער) און פארזארגער פאר די נויטבאדארפטיגער. ער זעהט א קרימינאלער אלס א רחמנות וואס איז דורכגעפאלען (און וועט אפילו אנרופען א מאלעסטאר, א קראנקער וואס דארף הילף), און וועט פארלאנגען א גרינגערע ארטייל אין געריכט. ווען עס פאסירט אן עקסידענט, וועט ער פארשטיין אז מען דארף מאכען פרישע גזירות אז עס זאל מער נישט פאסירן.

קאנסטיטוציע
(געהערט עכט צו געזעץ און לאו אינפארסמענט)
וויבאלד די קאנסטיטוציע איז געשריבען געווארען א לאנגע צייט צוריק, און האט א שפראך וואס איז מער ניחה פאר די רעכטע, וועלען די רעכטע אלץ שרייען אז מען דארף מדקדק זיין נישט צו טוישן די מסורה, ווייל אזוי קומט אים בעסער אויס. די לינקער שרייט אז די קאנסטיטוציע איז אוט אוו דעיט און עס איז צייט עס צו טוישן. די רעכטע שרייען צוריק "נו לאמיר זעהן, טויש". (איז איז היפש קאמפליצירט צו טוישן א הלכה אין די קאנסטיטוציע, און איוואלווד נישט נאר ביידע הייזער פון קאנגרעס, נאר אויך אלע 50 שטאטען. פרעג נישט.)

פרייהייט און גלייכבארקייט
(געהערט עכט צו סאשעל)
ווייניג אמעריקאנער ווייסן דאס, אבער די רעפאבליקאנער האבען - מכח זייער מאראלישע געוויסען - אנגעהויבן די מערכה אז מען זאל באפרייען די שווארצע קנעכט אין אמעריקע. און שפעטער אויך, אין די בראשית יאהרן פאר דיסעגריגאציע, האבען די רעפאבליקאנער געשטופט די פרייערע אגענדע.

ועוד

פאראדאקסן

פאראדאקס - מינאריטיס: כאטש (ווי געשריבען אין פרייהייט און גלייכבארקייט) די רעפאבליקאנער האבען געשטופט די פאר פרייהייט פאר די שווארצע, האבען די שווארצע שפעטער זיך אנגעקלעבט מיט די דעמאקראטן, ווייל זיי האבען א הויכע ארמקייט ראטע, און די פארגראמען האבען פארבלענדט זייער אויגען.

פאראדאקס - לאו אינפארסמענט: כאטש וואס די רעפאבליקאנער זענען פרא-לאו אינפארסמענט (ווי געשריבן אין געזעץ און לאו אינפארסמענט), האבען זיי דאך נישט ליעב דער גרויסע ברידער. און זיי וועלען אייביג האבען א געמישטע פילינג אין זייער הארץ איבער די עף. בי. איי..

אבזערוואציע
די מיטעל-קלאס איז באמת ווי די בני יואל פון קרית יואל. נעמליך יעדער הארגעט זיך היינט אז זיי זאלען געהערן צו זיך, אז ער נעמט זיך אן פאר זיי, און זיי בלייבן אבער אפגעשמיסען משני הצדדים. (סארי פאר די אומסענסיוויטיווע רייד)

קינות גירושין » מאנטאג יולי 1, 2013 12:00 am

· #129541
כגדענק סאיז דא א תשובה פון די מנח״י צו די פריערדיגע סקלונע רבי וואס האט עם גפרעגט, צו ממעג זיך אונטער זינגען צעווישען ברכת המוציא אין עסן די ברויט, ער פסקנט אז ממעג נישט ווייל סהייסט א הפסק אזוי ווי דיבור

קאמענטירער » מאנטאג יולי 1, 2013 10:15 am

· #129641
א גרויסן שכח פאר קאסטען דעקיל פארן זיך מיען און אפשרייבן די דעטאלירטען באריכט ישר כח!

יעצט וואס כ׳פארשטיי פון באקסקאווער׳ס באריכט איז אז רעכט איז דא איו אמעריקא די זעלבע ווי קאנסערטיוו- רופאבליקען ריכטיג? אויב אזוי וואס מיינט רעכט אין אנדערע לענדער? וו.צ.ב.ש. אין מדינת ישראל?

און ווי כ׳האב פארשטאנען אז איינמאל מאיז אנגעשלאסן אין א פארטיי פארטיידיגט מען די פארטיי אל די וועי ריכטיג? אויב אזוי וואספארא פארמאכטע קעפ וואס זיי זענען...

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 10:21 am

· #129644
קאמענטירער
און ווי כ׳האב פארשטאנען אז איינמאל מאיז אנגעשלאסן אין א פארטיי פארטיידיגט מען די פארטיי אל די וועי ריכטיג? אויב אזוי וואספארא פארמאכטע קעפ וואס זיי זענען...

אפשר בדחן וועט דיר בעסער קענען מסביר זיין.

אבער דאס איז טאקע א פראבלעם מיט די צוויי פארטייאיגע סיסטעם, אז איינער איז א פיסקעל קאנסערוואטיוו, איז א סאציאלע פראגרעסיוו, האט נישט וואו צו באלאנגען, קיין איין פארטיי איז נישט לרוחו, ממילא וועט ער זיין די סווינג וואוט וואס ביי יעדע עלעקשאן וועט ער וואוטן לויט ווי וואס ס'ליגט אויפן טיש. ס'איז נאריש צו זאגן אז איינער וואס סובסקרייבט צו געוויסע שיטות פון א פארטיי זאל מיט גיין מיט זיי אלל די וועי.

boxcover » מאנטאג יולי 1, 2013 3:15 pm

· #129760
קאמענטירער
יעצט וואס כ׳פארשטיי פון באקסקאווער׳ס באריכט איז אז רעכט איז דא איו אמעריקא די זעלבע ווי קאנסערטיוו- רופאבליקען ריכטיג? אויב אזוי וואס מיינט רעכט אין אנדערע לענדער? וו.צ.ב.ש. אין מדינת ישראל?

רעכטס וועט אלץ זיין מער טראַדיציאָנאל, פרא-הויכע-קלאס און שטרענג, בעת לינקס וועט אלץ זיין מער אויפגעקלערט, פרא-לויער-קלאס און לויזער.

ארץ ישראל איז א אינטערסאנטע משל. ווען מען קוקט אויף די לאקאלע פאליטיק אין ארץ ישראל, וועט די עבודה פארטיי (אדער, פאר ווער עס געדענקט נאך, די מפא"י) - וואס סערווירט די פרא-ארבייטער-קלאס - הייסן לינקס, און די ליכוד - א קאפיטאליסטישע פארטיי - איז רעכטס.

וכאן המקום צו פארריכטען א גרויסע עיקר: רעכטס איז פרא-קאפיטאליזם, און לינקס איז פרא-סאשעליזם.

קאפיטאליזם איז א עקאנאמישע סיסטעם וואס ס'רוב נארמאלע לענדער (מעריב וועלט) נוצט אפיציעל אין פרינציפ. א קאפיטאליסט גלויבט אז יעדער יחיד זאל וואס-מער אינדזשויען און הנאה האבען פון זיין יגיע כפו, אזוי וועט ער וועלן ארבייטען מער, און פראדוצירן מער - און ארויפארבייטען די עקאנאמיע. די איידיע איז אז אויב לאזט מען די באן פארן פון זיך אליין, וועט יעדער טוען זיין בעסטע, ווייל דאס איז פאר זיין אייגענע אינטערעסע. נאכמער, עס שאפט א קאמפעטיציע, און קנאת סופרים תרבה חכמה. בקיצור, יעדער פארדינט און יעדער וויל פארדינען מער, און מען דארף קיינעם נישט שטייען אויפן קאפ. די מעלה איז פשוט אז רייכקייט האט קיין גבול. די חסרון איז אז געלד-גייציגקייט קען ברענגען מענטשען צו טוען שלעכטס. די גייטציגקייט קען ברענגן קאראפציע, אבער עס קען ווערן שנעל אויפגעבראכען, ווייל אלעס איז געטריבען מיט פערזענליכע אינטערעסע, און איינעם וואס עס שטערט קען עס אפשטעלן. נאך א חסרון איז אז די ארימע בלייבן געווענליך אונטען (נישטא קיין הילף אים צו ארויפברענגן) און די רייכע ווערן נאר רייכער (אויב דאס הייסט א פראבלעם).

סאשעליזם הייסט אז מיר זענען דא אלע צוזאם, זיך איינער דעם אנדערן ארויסהעלפן. א סאשעליסט עקאנאמיע בויט זיך מיט די חשבון אז יעדער יחיד האט א חלק אין די גרויסע בילד (big picture). אין אנדערע ווערטער, די גאנצע עקאנאמיע איז ווי איין גרויסע ארגאניזאציע מיט אלע מפורשים, און א יעדער אינדיווידועל האט א פאזיציע דערין. די ערשטע תוצאה פון אזא סיסטעם איז אז דיינס איז מיינס, ממילא איז זעלבספארשטענדליך אז - לטובת ה'ארגאניזאציע - גייט מען (אוועקנעמען) [טרענפערן] דיין געלד, און גיבן פאר ווי עס פעלט זיך אויס (transferring the wealth), כאילו ס'גייט פשוט צו א אנדערע דעפארטמענט. סאשעליזם גייט עפ"ר האנט-ביי-האנט מיט קאמיניזם [א]. די מעלה - וואס האט אויך א מורא'דיגע רייץ פאר די ארבייטס-קלאס - איז אז שלי שלך; דו וועסט האבן די שליסל צו מיין אוצר. די ארעמעלייט וועלן ווערן קער-גענומען. No one is left behind. די חסרון איז אז עס איז קואנטער-אינטואיט. פארוואס זאל איך זיך איבער-ארבייטן אז די ארגאניזאציע וועט שוין קער נעמען פון מיר. אויך איז די קאמיניזם פאקטאר א פארשטענדליכע חסרון. קאראפציע איז א כמעט-זיכערע זאך, ווי יעדע גרויסע קאמפאני, ווי גרעסער אלץ מער די ביוקראטיע און קאראפציע.

_______________________
[א] סאשעליזם גייט עפ"ר האנט-ביי-האנט מיט קאמיניזם: פארוואס איז דאס אזוי? איך וועל דאס - לעת - לאזן פאר אנדערע צו מסביר זיין. (אויסער די וואס וועלן עס אפ-פרעגן.)

boxcover » מאנטאג יולי 1, 2013 3:23 pm

· #129766
קאמענטירער
און ווי כ׳האב פארשטאנען אז איינמאל מאיז אנגעשלאסן אין א פארטיי פארטיידיגט מען די פארטיי אל די וועי ריכטיג? אויב אזוי וואספארא פארמאכטע קעפ וואס זיי זענען...

אוודאי קענסטו אננעמען א פארטיי אבער זיך נישט לאזן ווערן אריינגעשלעפט בלינדערהייט. למשל, דו קענסט ווערן א ראפאבליקען\קאנסערוואטיוו אבער זיך אננעמען פאר די אימיגראנט. אדער קענסטו ווערן א דאמאקראט\ליבעראל אבער בנוגע איראק קענסטו הנאה האבען אז מען האט ארויסגעשטעלט סאדאמ'ס קינדער פון די מוסדות.

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 3:29 pm

· #129770
פשט פשט ????
@אנאנים פארוואס ליגט די אינטערסאנטע בילדער וואס ברענגען א שמייכעל אין די קאווע שטיבעל פארום????

boxcover » מאנטאג יולי 1, 2013 3:32 pm

· #129773
סאשי פיש
פארוואס ליגט די אינטערסאנטע בילדער וואס ברענגען א שמייכעל אין די קאווע שטיבעל פארום????

זייט דו האסט ארויפגעלייגט די עסעדיגע אוואטער, זעה איך אינטערסאנטע בילדער איבעראל.

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 3:35 pm

· #129777
boxcover
סאשי פיש
פארוואס ליגט די אינטערסאנטע בילדער וואס ברענגען א שמייכעל אין די קאווע שטיבעל פארום????

זייט דו האסט ארויפגעלייגט די עסעדיגע אוואטער, זעה איך אינטערסאנטע בילדער איבעראל.

וואס איז די תירוץ??.... זיי עס בעסער מסביר

boxcover » מאנטאג יולי 1, 2013 3:46 pm

· #129786
סאשי פיש
boxcover
סאשי פיש
פארוואס ליגט די אינטערסאנטע בילדער וואס ברענגען א שמייכעל אין די קאווע שטיבעל פארום????

זייט דו האסט ארויפגעלייגט די עסעדיגע אוואטער, זעה איך אינטערסאנטע בילדער איבעראל.

וואס איז די תירוץ??.... זיי עס בעסער מסביר

אין יעדע פארום וואס דו האסט נאר אמאל געשריבן א תגובה, זעה איך די אינטערסאנטע בילד פון די עסעדיגע אוואטער.

קאמענטירער » דינסטאג יולי 2, 2013 10:25 am

· #130037
ווען לייגט מען די קאמע{,} ? מקען עס לייגען אפי׳ אינמיטען פון א זאץ?

און אויב איינער האט געדולד זאל ביטע מסביר זיין וואו סקומט און די נעמען פון די סימבאלען:
; , :, /, {}, [ ], ־,- ,׳