☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:04 pm

· #385613
נו, דאס איז דאך דאס גאנצע עניין פון כפרה שלאגן. הכנעה און תשובה. הודאה און עזיבת החטא. און חרטה...!

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין. דער אופן ווי דאס כפרה שלאגן ווערט פראקטיצירט דאהי אין ניו יארק איז שרעקליך. שומו שמיים. ס'איז פארבונדן מיט א סאך נייע איסורים. אנגעהויבן פון צער בעלי חיים. ווי מ'פייניגט אויס די הינדלעך. אן א טראפ וואסער אין די היצן. און חילול השם איום ונורא. און הונאה. וואס גרעניצט זיך מיט גניבה און גזילה. אלעס ווייל די געלט גייציגע סוחרים וויללן אריינכאפן ווי מער געלט.

אין מאנטריאל יצ"ו מיט יארן צוריק איז עס פראקטיצירט געווארן אויפ'ן ריכטיגן וועג. מר. בערקאוויטש. דער טשיקן סוחר האט ארויפגעלייגט א ..."טעג"... מיט'ן נאמען אויף א יעדן טשיקן. און נאכדעים וואס מ'האט עס אפגעפליקט און כשר געמאכט האט מען עס דעליווערט צו דעם קאסטומער אהיים. און ווער ס'האט געוואלט האט עס געקענט אוועקגעבן פאר צדקה. אט דאס איז די כוונה פון דעם טייערן מנהג פון שלאגן כפרות...!

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:22 pm

· #385614
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ר' בערל; למעשה שלאגט איר כפרות מיט טשיקענס אדער איר דרייט אפאר גרינע אין גאד ווי טראסט בלעטעלך העכערען קאפ??

ישראל גלויבער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:16 pm

· #385615
berlbalaguleh
נו, דאס איז דאך דאס גאנצע עניין פון כפרה שלאגן. הכנעה און תשובה. הודאה און עזיבת החטא. און חרטה...!

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין. דער אופן ווי דאס כפרה שלאגן ווערט פראקטיצירט דאהי אין ניו יארק איז שרעקליך. שומו שמיים. ס'איז פארבונדן מיט א סאך נייע איסורים. אנגעהויבן פון צער בעלי חיים. ווי מ'פייניגט אויס די הינדלעך. אן א טראפ וואסער אין די היצן. און חילול השם איום ונורא. און הונאה. וואס גרעניצט זיך מיט גניבה און גזילה. אלעס ווייל די געלט גייציגע סוחרים וויללן אריינכאפן ווי מער געלט.

אין מאנטריאל יצ"ו מיט יארן צוריק איז עס פראקטיצירט געווארן אויפ'ן ריכטיגן וועג. מר. בערקאוויטש. דער טשיקן סוחר האט ארויפגעלייגט א ..."טעג"... מיט'ן נאמען אויף א יעדן טשיקן. און נאכדעים וואס מ'האט עס אפגעפליקט און כשר געמאכט האט מען עס דעליווערט צו דעם קאסטומער אהיים. און ווער ס'האט געוואלט האט עס געקענט אוועקגעבן פאר צדקה. אט דאס איז די כוונה פון דעם טייערן מנהג פון שלאגן כפרות...!

און נאך אלע עבירות, נאך אזא פארציע לשון הרע.

ישראל גלויבער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:27 pm

· #385616
בן אדם
וויפיל אידן זענען געהארגעט געווארן אין די צווייטע וועלט מלחמה; און אויך, וויפיל מענער, וויפיל פרויען און וויפיל קינדער.

זעקס מיליאן יודען.
מענטשן זענעןן געווען אסאך מער, די שאלה איז צו מ'קען רופן לויט דיר ציוניסטן, יודען. אבער א בן אדם - ווער ס'ווערט גערופן הייסט עס איז געשטארבן אסאך מער.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 2:26 am

· #385637
דער גאלדענער אדלער
ר' בערל; למעשה שלאגט איר כפרות מיט טשיקענס אדער איר דרייט אפאר גרינע אין גאד ווי טראסט בלעטעלך העכערען קאפ??

דערווייל מיט א טשיקן. נישט קיין בראקקאלי טשיקן...!

ישראל גלויבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:55 pm

· #385670
berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער
ר' בערל; למעשה שלאגט איר כפרות מיט טשיקענס אדער איר דרייט אפאר גרינע אין גאד ווי טראסט בלעטעלך העכערען קאפ??

דערווייל מיט א טשיקן. נישט קיין בראקקאלי טשיקן...!

ס'נייע מנהג אין ווישניץ, מ'שלאגט מער נישט מיט עופות, נאר מיט בני יואל

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:44 pm

· #385679
ישראל גלויבער:ס'קען זיין אז אין וויזשניץ שלאגט מען כפרות מיט בני יואל אדער בני ישמעאל (להבדיל). אבער איך בין נישט קיין וויזשניצער...!

יהודי פשוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 2:33 pm

· #385686
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אנאנים שרייבט אז די נייע וועקער גייט ווי מצה וואסער, איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן וואס איז דאס מצה וואסער וואס גייט אזוי גוט? איך האב עס שוין געזיכט אין אלע געשעפטן אבער נישט געטראפן

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 3:15 pm

· #385691
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יהודי פשוט
אנאנים שרייבט אז די נייע וועקער גייט ווי מצה וואסער, איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן וואס איז דאס מצה וואסער וואס גייט אזוי גוט? איך האב עס שוין געזיכט אין אלע געשעפטן אבער נישט געטראפן
ס'קען זיין ס'מיינט מצה וואס ווערט געמאכט פון וואסער, וואס אלע לויפן עס קויפן, ווי טייער ס'זאל נישט זיין, ביז נאך פסח איז נישטא קיין זכר דערפון

הבל וריק » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 3:20 pm

· #385692
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יהודי פשוט
אנאנים שרייבט אז די נייע וועקער גייט ווי מצה וואסער, איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן וואס איז דאס מצה וואסער וואס גייט אזוי גוט? איך האב עס שוין געזיכט אין אלע געשעפטן אבער נישט געטראפן

ס'איז דייעריע שעפעלע. דייעריע.

יין שרף » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 4:38 pm

· #385697
מצה וואסער מיינט א שיסעלע קאלט וואסער וואס מען נוצט ביים מצות באקן צו אפקילן הענט ווען מען קנעט די טייג, אז עס זאל נישט צו שטארק ווארעם ווערן און מחמיץ זיין די טייג. און די שיסל מוז מען כסדר אויסגיסן, ווייל עס ווערט חמץ. (ע"פ גמרא פסחים, מי תשמישו של נחתום. ובזמנינו כתבו הפוסקים דאין נוהגין כן)

יהודי פשוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 5:31 pm

· #385702
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
בעיקר וואס איך וויל פארשטיין איז אזוי, אויב יעדע אייטעם וואס גייט גוט זאגט מען אז עס גייט אזוי ווי מצה וואסער, מיט'ן "כ" הדמיון (כמצה וואסער) אויב אזוי פארוואס האט נאך קיינער נישט גע'עפענט א קאמפעני וואס זאל פראדוצירן מצה וואסער אליין? מען וואלט לכאורה געדארפט ממש רייך ווערן דערפון??

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 8:24 pm

· #385714
יהודי פשוט
אנאנים שרייבט אז די נייע וועקער גייט ווי מצה וואסער, איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן וואס איז דאס מצה וואסער וואס גייט אזוי גוט? איך האב עס שוין געזיכט אין אלע געשעפטן אבער נישט געטראפן

יהודי פשוט: איך האב מצה וואסער וויפיל דו ווילסט. איך קען עס דיר פארקויפן. מיין רבי זעיכער צאאדיק ליבראאכעה האט עס גיבענטשט איידער ער איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה און די אראלים האבן מנצח געווען די מצוקים. די גאנגבארע פרייז איז $30...00 א 3/4 ליטער (750 מילי ליטער.) ס'קומט אין פארשיעדענע שטארקייטן. אנגעהויבן פון 40 פרוף ביז 170 פרוף...!

איך פלעג אמאל בימי חורפי אייננעמען 2 רביעית'ן (בערך 7 אונצעס) א יעדע נאכט איידער איך האב געמאכט הכנות צו זאגן קריאת שמע שעל המיטה. נאר לעצטנס פיהר איך מיך אז איך בין נאר טועם פון אט די הייליגע משקה ( פרוף114 און העכער) אום שב"ק ביי קידושא רבא. אויך א יעדן מוצאי תענית האביך געהאט א מנהג זיך צו דערכאפן דאס הארץ מיט בערך 2 1/2 רביעית'ן. הני מילי אויב מ'דארף נישט גיין דעם נעקסטן טאג ארבעטן...!

יהודי פשוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 9:46 pm

· #385725
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ר' בערל: אויב יעדעס מאל איר האט געטרונקען פון דעם האט איר באצאלט דעם פרייז וואס איר שרייבט דא, דאן זענט איר לכאורה אמאל געווען אן עושר!

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:59 am

· #385741
יהודי פשוט: איך ווייס נישט אויב אן עושר. נאר א פלעשל משקה האטציך ביי מיר ליידער נישט געהאלטן אפילו א וואך...!

וואלווי » מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:25 pm

· #385814
יהודי פשוט
בעיקר וואס איך וויל פארשטיין איז אזוי, אויב יעדע אייטעם וואס גייט גוט זאגט מען אז עס גייט אזוי ווי מצה וואסער, מיט'ן "כ" הדמיון (כמצה וואסער) אויב אזוי פארוואס האט נאך קיינער נישט גע'עפענט א קאמפעני וואס זאל פראדוצירן מצה וואסער אליין? מען וואלט לכאורה געדארפט ממש רייך ווערן דערפון??


ס'איז יענס געלעכטער. די אלע וואסער קאמפאניס מאכן מער און מער געלט יעדעס יאר, און גאר לעצטענס איז אריינגעגעבן געווארן א קלאגע אין געריכט א קעגען פאלאנד ספרינגס אז זיי זענען פול אף ש* און ס'איז ניטאמאל פון א ספרינג, און אונז נער'נים קויפן גאלאנען נאך גאלאנען פון דעם. וואס איז געשון מיט פשוטע וואסער וואס אונזערע עלטערען האבן געטרינקען פאר טויזענט יאר?

אפשר איז די סאראטאגא ווישי וואסער געווען די מצה וואסער וואס די זוכסט. (ווער געדענקט?...)

קורקלענד » מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:40 pm

· #385815

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אקטאבער 1, 2017 12:02 am

· #385819
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואלווי שרייבט;

""אפשר איז די סאראטאגא ווישי וואסער געווען די מצה וואסער וואס די זוכסט. (ווער געדענקט?...)""

ס'קומט פסח יעצט?? וואס האסטו דיך דערמאנט פון סאראטאגא ווישי וואסער??? סאם האו האבן עס די עלטערע דור געטרינקן, און שטייטסעך נאר פסח, די קליינע גרינע פלעשעלעך מיט די געלע לעבעלס דערויף.

ווען מ'האט עס דעליווערט האט מען געקענט זעהן אז פסח איז אט דא, וואס ווישי דייקא, האט מיט פסח פארשטיי איך עד היום הזה נישט, קען זיין וויבאלד ס'האט געהאט א זאלציגן טעם, אבער איין זעך געדענק איך נאך יא דערפון, נאך א פולע פסח'דיגע סעודה צו נאך די סדרים, האט מען אראפ געטרינקן א צוויי גלעזעלעך, און אלץ איז געווען מסודר, ס'געווען אזוי ווי פיינע קאלטע ביר נאך א טשולענט.

און אינטערעסאנט איז ס'קומט ניטאמאל פון סאראטאגא
אויפן פלעשעל איז געשריבן "סאראטאגא סטייל"

וואלווי » זונטאג אקטאבער 1, 2017 12:13 am

· #385820
פאר'ן יונגען דור וואס אפשר האבן דאס נאר נאך טועם געוען במעי אמן:
📎 28ozvichy.jpg

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אקטאבער 1, 2017 12:27 am

· #385824
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואלווי
פאר'ן יונגען דור וואס אפשר האבן דאס נאר נאך טועם געוען במעי אמן:
כ'געדענק נאר די קליינע באטעלעך, דאס מוז זיין פון פאר מיינע צייטן.

וואלווי » זונטאג אקטאבער 1, 2017 12:30 am

· #385825
אדער פארקערט, ווען ס'געווארן נאך מער אכשר דרא און מ'טרינקט נאר מים חיים. די באטעל זעט אויס מער מאדערן מן הסתם איז עס נאך די קליינע קיוט באטעל תקופה וואס דעמאלטס האט מען עס נישט געקויפט ביי אונז ווי "מצה וואסער".

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 1, 2017 2:18 am

· #385835
דער גאלדענער אדלער
וואלווי
פאר'ן יונגען דור וואס אפשר האבן דאס נאר נאך טועם געוען במעי אמן:
כ'געדענק נאר די קליינע באטעלעך, דאס מוז זיין פון פאר מיינע צייטן.

דער גאלדענער אדלער: זיכער. מיין שווער, ע"ה האט נישט געקענט זיך זעצן צום סדר אדער צו די שבת'דיגע סעודה אויב ס'איז נישט געווען א קעיס פון די גרינע באטלעך אין שטוב. ביז זיין טאכטער (מיין ווייב, שליט"א) האט עפעס אנגעהויבן נישט גוט פילן. און דער דאקטער האט פעסטגעשטעלט אז דאס קומט פון טרינקען צו פיהל סאראטאגא/ווישי וואסער. האמיר אויפגעהערט צו טרינקען פון אט די משקה. זייט דאמאלס האבן זיי געהאט אן עקאנאמישע ירידה, רח"ל...!

סקרן » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 4:05 pm

· #386081
וואס איז געשעהן מיט אינזער @ליטוואק ער לאזט זיך אזוי אראפ און לאזט די א"ג עדאלטס אהנפיר'ן זייערע מעשה סאטמאר און צודרייען אלע נארמאלע אשכולות פון גיוס צו בראקעל צו מאיר פרוש אא"וו??
עצה טובה קמ"ל @ליטוואק לאז אים אפ וועט ער צוריק דיין צו טוויטער און אונז אפלאזן

סקרן » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 4:06 pm

· #386082
צו אומן

יעלה ויבא » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 4:17 pm

· #386085
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווי קען מען קויפן א פאלדינג בעט אין ב"פ חוץ פון whillemes?

lead, follow, or get out of the way!

מיר'ער בחור » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 7:12 pm

· #386106
ענייני רגש
געווענדליך סתם אזוי בין איך מער א קעלטערע מענטש בטבע, אבער ס'קען זיך מאכן צומאל אז ווען איך הער א שטארק רגש'דיגע ניגון/תנועה, וועט עס מיר ממש ברענגן צו וויינען בלי שום קשר צו די ווערטער פון די ניגון, איך מיין צו זאגן, אז ס'קען נישט זיין אז די נושא/ווערטער פונעם ניגון איז דאס וואס ברענגט ארויס די געוויין, ווייל די נושא איז אין רוב פעלער נישט עפעס וואס אינטערעסירט מיך עקסטער שטארק, איז מיין שאלה צו ס'קען זיין אז אין סוב קאנטשעס רעדט די נושא יא צו מיר, אדער איז דא עפעס אנדערש וואס באדערט מיך אין די תקופה אזוי שטארק עד כדי כך אז ווען anything וועט נאר צורירן צו די געפילן פון מיין הארץ וועט זיך עס בעל כורחו אויסגיסען, אדער אפשר שטימט עס מיט דעם וואס כ'האב אמאל געהערט אז יעדע מענטש דארף וויינען א יעדע כך וכך זמן (עפעס וועגן די אויגן זאלן זיך אויסוואשן... בערך אזוי) אין אפשר גאר אן אנדערע סיבה אינגאנצען, btw ס'מאכט זיך נאר אין געוויסע תקופות, (וואס איך האב נישט געזעהן -עכ''פ אויבנאויף- דווקא אז עפעס עקסטער זאל מיך באדערן אין יענע תקופות) ?

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 8:11 pm

· #386110
מירער בחור: דער חשוב'ער מאמענט מאגאזין האט יעצט ארויסגעגעבן די נפשי אפטיילונג. איך מיין אז זיי האבן אויכעט א מחלקה פאר בריוו שרייבער. בבקשה ווענד דיך צו זיי. זיי וועללן זיכער האבן א פיתרון פאר דיין דילמא. חוץ דעם קענסטו דיך אייביג ווענדן צו איינס פון די הונדערטער פסיכאלאגן וועלכע זענען נרשם אין די דפי זהב. מאך נאר זיכער אז דער דאקטער נעמט מעידקעיד. סליחה. דו ביסט דאך אין די מיר'ער ישיבה. מוזסטו פרעגן ביי דיין קופת חולים...!

ישראל גלויבער » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 4:09 pm

· #386187
כ'וויל וויסן ווען הייסט א רבי רשכבה''ג? ווען די גבאים דיסיידן אזוי? אדער ווען ער איז טאקע דער רבן של 'כל' בני הגולה?
און ווער איז באמת געווען דער רשכבה''ג זייט די שואה?

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 4:50 pm

· #386194
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ישראל גלויבער
כ'וויל וויסן ווען הייסט א רבי רשכבה''ג? ווען די גבאים דיסיידן אזוי? אדער ווען ער איז טאקע דער רבן של 'כל' בני הגולה?
און ווער איז באמת געווען דער רשכבה''ג זייט די שואה?
ס'גייט ביי די סייז

סקרן » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 4:59 pm

· #386199
ס'גייט ביי וועם סאטמאר אינדארסט

יהודי פשוט » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 5:46 pm

· #386205
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
"מיין" רבי איז אלעמאל דער רשכבה"ג און יענעמ'ס נישט

ישראל גלויבער » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 7:40 pm

· #386214
לדעתי איז נאכן שואה געווען דער בעלזער רב ר' אהרן זי''ע דער רבי פון אלע גלייך, קיינער האט זיך נישט אפגעטיילט פון זיין מרות. אלע איבריגע זענען געווען א טעות הדפוס מיט די געטריבענע טיטלען. לדעתי!

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג אקטאבער 9, 2017 2:49 pm

· #386348
בין איך דא געגאנגען חאלאמויעד האלטן, איך מוטשע זיך מיטן קינדער, געב צו עסען, נעם אין טוילעט, שטיי אויפן ליין, כאפ טיקיטס!!

בשעת מיין עגמ״נ האב איך באמערקט אפאר פרוי׳ן מיטשען זיך אליין מיטן קינדער, אן א מאן צום הילף, נאכן קארנפירמן מיטן ווייב אז זיי זענען אלע חתונה געהאט, נישט געגט, וויל איך פארשטיין פארוואס קענען זייער מענער זיצן אין פארקינג לאט אין וואטשען יו טוב אבער איך טאמער זאג איך פארן ווייב כגיי א רגע אין טוילעט מאכט זי א דריי מיטן פנים, כאילו מאך אין די הויזן.

אפשר וועגען דעים טאר מען נישט קוקן אויפן פרויען

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 9, 2017 4:05 pm

· #386352
זייערע מענער זענען געבליבען אין בית המדרש מיט א קצות נתיבות. לאז דיין ווייב אליינס דרייווען די קאר, און דו וועסט ווערען א גרויסע תלמיד חכם.

מוזיק עקספערט » מיטוואך אקטאבער 11, 2017 11:45 am

· #386431
עס רעדט זיך יעצט עפעס אין די נייע וועגן שפאניע און קאטאלאניע, איינער ווייסט פינקטלעך וואס דארט גייט פאר???
איך בין אינגאנצן צומישט

מיר'ער בחור » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 2:46 am

· #388189
איז דא עפעס א נפקא מינה אין וועלכע שעות דורך די מעת לעת איינער לייגט זיך שלאפן לגבי די מאס אויסגערוהטקייט שפעטער איבער'ן טאג?
שטעקט עפעס אמת אין דאס וואס מ'זאגט אז איין שעה פאר צוועלף אזייגער איז ווערט שווה בשווה מיט צוויי שעה דערנאך?

טרויבן88 » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 11:04 am

· #388916
איך וויל קויפן קלאוד סטארעדזש ווי איך וועל ארויפלייגן אלע שאוס וואס די עולם דא ברויכט. עפענען אן אקאונט פאר יעדע סעזאן איז אן אויסמוטשענדע ארבייט. יעצט עס זענען דא קאמפעני'ס וואס פארקויפן לעבנסלענגליך סטארעדזש (לענגער ווי טויט שטראף...). עס קאסט געלט. איך ווייס נאכנישט וויאזוי איך וועל עס פינאנצירן... @החוקר ניצט א קאמפעני pcloud וואס זעט אויס זייער גוט, זיי אפערן סטרימינג וואס איז מוראדיג. זייער פרייז איז 250 פאר 2 טעראבייט פארן לעבן, איך וויל עס קויפן. ווייסט אפשר איינער דא פון א בעסערע קאמפעני מיט א בעסערע פרייז?

טמיר » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 11:56 am

· #388935
איך האב נישט קיין תירוץ צו די שאלה. אבער איך וויל דא אפלאדירן טרויבן88 פארן זיין אן עוסק בצרכי ציבור באמונה "שלא ע"מ לקבל פרס". ממנו ילמדו וכן יעשו!

לגבי די שאלה. די פרייז סאונדט זייער ביליג. למשל גוגל מיין איך בעט פאר אזא אמאונט פון דעטע איבער 200 א יאר

אן עסקן » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 9:54 am

· #389226
.

אן עסקן » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 12:37 pm

· #389250
.

ווייל אזוי » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 8:23 pm

· #389481
ביר
ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי א ליטווישע שבת האב איך געזען אז ער ברענגט ארויס אפפ ברענד ביר איך געדענק אפילו נישט די נעמען אבער נארמאלע ביר א שטייגער ווי קורס, באדווייזער, קאראנא איז נישט געווען, (אין אן אנדערע פאל האב איך עס אויך באמערקט) איז מיין שאלה פון ווי נעמט זיך די אלע הרי אררט און צו'חוש'טע ביר פארוואס קענען זיי נישט האבן קיין נארמאלע ביר???

אפשר @ליטוואק פון בודאפעסט וועט וויסן, אדער א צווייטער.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 8:25 pm

· #389482
פאר דעם דארף מען גוט מעיין זיין אין דער ספה"ק הגאון פון הרב דוב אליאך. מ'קען אויך קוקען אין דער חסידים ומתנגדים, וואס ביידער בענדער קען מען קויפען אויף עמעזאן, דורך זוכען chassidim umisnagdim. זיי ווערן פארקויפט אין עקסטערע בענדער.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:31 pm

· #389717
דער אמת איז, ענק אמעריקאנער זענען א באנדע יויויס, עטץ ווייסט נישט וואס ס'מיינט ביר. מ'נעמט פלעיווארד סעלצער, מ'מאכט איהם אייז קאלט אז מ'זאל גארנישט קענען טועם זיין, און דאס הייסט ביר.

קויף א סטאוט ביר, אדער א פארטער ביר, טרינק עס נישט קאלט און נישט ווארעם, פאמעלאך זיפצען און טועם זיין מיט די נאז, און דעמאלס וועסטו וויסען וואס הייסט ביר.

און דאס איז די זעלבע פאלק וואס מאכט iced tea. א מין מהלך, מ'נעמט טיי און מ'טרינקט איהם קאלט!

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:45 pm

· #389726
ריכטיג: אבער לפי האמת איז דא א גרויסער חילוק צווישן ענגלישע טיי וואס מ'קאכט אויף פון פרישע טיי בלעטער. און די סארט אינסטענט טיי וואס מ'פארקויפט אין אמעריקע אין טיי בעגס. אז דו וועסט אמאל טרינקען די סארט טיי וואס איז פריש אויפגעקאכט פון טיי בלעטער וועסטו זיך וואונדער'ן פארוואס דו האסט נאך אמאל געטרינקען די אנדערע סארט, וואס איז געמאכט פון די אפפאל פון די טיי בלעטער. די סיבה פארוואס טיי איז אזוי פאפולער אין ענגלאנד איז (לפענ"ד) ווייל ענגלאנד האט אמאל געהערשט אויף אינדיע. אן פון דארט קומט די טיי בלעטער...!

מ'דערציילט אז דער יורש העצר פון די בריטישע מלוכה פרינץ טשארלס אף ווינדזאר ירום הודו, איז אמאל געווען אויף א באזוך אין ווייסן הויז. און מ'האט איהם מכבד געווען מיט א טיי. לויט דעם דרך פון אמעריקע. מ'האט געלייגט א גלאז הייס וואסער. און נעבן דעם א טי בעג. און דער הויכגעשעצטער, ספאוילד פרינץ האטציך ארומגעשפיעלט דערמיט. נישט וואוסנדיג וואס מ'דארף צו טון מיט דעם...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:45 pm

· #389727
[ציטאט אראפגענומען]

דו טרינקסט טיי אן מילך? וויי איז דיר.
נאר מסתמא האסטו עס קיין מאל נישט געטרינקען ווי עס דארף צו זיין. מ'דארף לייגען אביסל מילך אין אן אנגעווארעמטע גלאז, און אויף דעם גיסען דער הייסע טיי. און נישט נוצען instant tea למען ה'.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:58 pm

· #389733
[ציטאט אראפגענומען]

שלום: דיין פעדער קוקט אויס פיין גליטשיג, האסטוך איינגעהאנדעלט א נייעם רויטע פארקער? ס'דערמאנט פון מיין מלמד ווען ער פלעגט זיך קראצן די אויער דערמיט.
עניוועי האסט פארגעסן צוצולייגן, פיינע פרישע ווארעמע קימל ברויט, המן טאשן מיט מאן, אראק ברוינפען, פרון דזשוס מיט א לוילעך סענקע קאפי.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 4:36 am

· #389755
מדחי אל דחי.....
המן טאשען קומען מיט מן און נאר מיט מן. נישט די היינטיגע מאדערנע מנהגים פון טשאקאלאד אדער לעקוואר.

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 7:12 am

· #389758
גערעכט סארא חוצפה צו באשמיצן דעם באליבטן מון אוזני המן. כ'וועל דיר פארציילן א סוד אז מון קעיק איז אויך גוט געשמאק, אבער נאר געציילטע בעיקעריס מאכן עס און אויך נישט אייביג.

אישתישבי » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 7:23 am

· #389760
איך בין מוחה אויף דעם וואס מען רעדט וועגן המן טאשען פאר חנוכה. בשעת חדוותא חדוותא. יעצט איז די צייט צו רעדן פין פאנטשקעס.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 11:57 am

· #389777
ליטוואק פון בודאפעסט
מדחי אל דחי.....
המן טאשען קומען מיט מן און נאר מיט מן. נישט די היינטיגע מאדערנע מנהגים פון טשאקאלאד אדער לעקוואר.

דער מקור פון דעם נאמען..."המן טאשן"...נעמט זיך פון יעקיש דייטש. דער אריגינאלער נאמען איז געווען..."מאן טאשן"...פון דעם איז געווארן המן טאשן...! אונז קענמיר זיין גאנץ רואיג אז המן הרשע האט געהאט אין זיינע טאשן אנדערע זאכן ווי א קוקי אנגעפולט מיט מאן. דארט האט ער געהאלטן די גזירה פון פארניכטונג פון די אידן...!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92