זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
ונבנתה העירפארוואס איז דער אוצר פון ווערטער/מושגים אזוי ארים ביי דעם אלגעמיינעם היימישן איד? וויפיהל ווייסן פון 'agree to disagree'?
עס וואונדערט מיר וועלכע איז די סיבה און וועלכע די מסובב, ווייל מען וויל נישט קענען אזא מושג דערפאר איז מען פרעמד פון די ווערטער, אדער איז עס גאר פארקערט, א מאגערער ווערטער אויסוואהל ברענגט מאגערע מושגים?
עס איז אפשר א שטיקל חידוש, אבער כ'מיין אז עס איז אן ערענסטע צד, נישט זיין באקאנט מיט די ווערטער ברענגט אז דער מושג 'agree to disagree' דרוקט זיך נישט אויס אינעם למעשה'דיגן לעבן.
@יידל האט פאראיאר געשריבן א לאנגע אשכול אויף די נושא.
chusidאיז דא א העכערע רעיט פון מענטשן אויף פילן- כדורים ביי די היימישע עולם ווי אין די אלגעמיינע גאס?
עס איז אוממעגיך צו וויסן, ווייל ביי אינז באהאלט מען אלעס, (ווייל ס'קען שאטן פאר שידוכים, די צווייטע צד נעמט דאך נישט קיין פילן, בפרהסיא) 🙂
chusidאיז דא א העכערע רעיט פון מענטשן אויף פילן- כדורים ביי די היימישע עולם ווי אין די אלגעמיינע גאס?
איך וועיס נישט...! אבער דאס דערמאנט מיך א גוט ווערטל פון קאני ראטנבערג ע"ה. ער האט געזאגט אז 80% מענטשן אין ראדני זענען אויף פיללן...אבער די פראבלעימען האמיר פון די איבעריגע 20% וועלכע זענען נישט אויף פיללן... 😂 🙄
ניגון המיוחס ליעקב אבינו ע"ה
איך האב געליינט וועגן דעם הייליגן ניגון המיוחס ליעקב אבינו ע"ה אויף דעם לינק: <a class="postlink" href="http://www.derech.net/nigunim-yakov-avinu.htm">http://www.derech.net/nigunim-yakov-avinu.htm</a>
אויב איר ווייסט וואו איך קען דאס טרעפן און הערן, ביטע לאזט מיר וויסן. יישר כח
צוקלאפטע הושענאאיך האב געליינט וועגן דעם הייליגן ניגון המיוחס ליעקב אבינו ע"ה אויף דעם לינק: <a class="postlink" href="http://www.derech.net/nigunim-yakov-avinu.htm">http://www.derech.net/nigunim-yakov-avinu.htm</a>
אויב איר ווייסט וואו איך קען דאס טרעפן און הערן, ביטע לאזט מיר וויסן. יישר כח
גיי אויף די ליובאוויטשע וועבזייטלעך. זיי האבן עס אויף זייער אוצר ניגוני חב"ד.
I have it. If you read notes, I'll attach it
📎 Yakov Avinus Song.jpg
פישל'ע העררינגצוקלאפטע הושענאאיך האב געליינט וועגן דעם הייליגן ניגון המיוחס ליעקב אבינו ע"ה אויף דעם לינק: <a class="postlink" href="http://www.derech.net/nigunim-yakov-avinu.htm">http://www.derech.net/nigunim-yakov-avinu.htm</a>
אויב איר ווייסט וואו איך קען דאס טרעפן און הערן, ביטע לאזט מיר וויסן. יישר כח
גיי אויף די ליובאוויטשע וועבזייטלעך. זיי האבן עס אויף זייער אוצר ניגוני חב"ד.
ביטע לייג אריין א לינק צו דעם, אויב איר קענט. יישר כח
אגב, דער מקור צו דעם וועט ידידינו
@ברסלבער אודאי וויסן און קענען בעסער אויסשמועסן. עס איז א ליקוטי מוהר"ן:
דע, כי יעקב אבינו כששלח את בניו - עשרת השבטים - ליוסף, שלח עמהם ניגון של ארץ ישראל, וזה סוד: "קחו מזמרת הארץ בכליכם" - בחינת זמר וניגון ששלח על ידם ליוסף.. דע לך, שכל רועה ורועה יש לו ניגון מיוחד, לפי העשבים ולפי המקום שהוא רועה שם.. וזה בחינת "מכנף הארץ - זמירות שמענו" (ישעיה כ"ד, טז), היינו - שזמירות וניגונים יוצאים מכנף הארץ על ידי העשבים הגדלים בארץ ועל ידי הרועה שיודע הניגון.. ועל כן יעקב אבינו, אף שלא היה יודע אז שהוא יוסף, רק כפי מה שספרו לו השבטים הנהגותיו של יוסף, שלח לו ניגון השייך לשר כמותו. כי יעקב רצה לפעול אצלו על ידי הניגון, מה שהיה צריך, על כן שלח לו אותו הניגון של ארץ ישראל. וזהו שאמר לבניו: 'קחו לכם מזמרת הארץ בכליכם - והורידו לאיש מנחה, מעט צרי ומעט דבש, נכאת ולט בטנים ושקדים'.. כי הניגון נעשה מגידולי הארץ האלה.
(ליקוטי מוהר"ן תניינא ס"ג.)
אויף וועלכע רויזן גיבט ר' פישעלע (ניין נישט יענע ר' פישעלע ,עס איז דא נאך איינס על ישראל הדרתו בק''ש) א רעיטינג און אויף וועלכע נישט?
ס'דרייט זיך ארום א קליפ ווי יענקי לעמער זינגט די national anthem ערגעץ וואו. ווייסט איינער וואו דאס איז, און וואס די מעשה אונטער דעם איז?
אין "שמייכל" פארעם האט איינער ארויפגעלייגט א שמועס פון מייקעל סעוועטש מיט א ראביי. וויל איך פרעגן צי עמעצער ווייסט אפשר ווי סאיז די חז"ל פון וואס ער רעדט אז דער אייבערשטער שיקט דונערן אדער בליצן פאר מענטשן וואס האבן קרומע הערצער. סאיז מיר זייער נייטיג צו וויסן. יישר כח
ברכות די לעצטע פרק נ''ט א'.
shem-tovאין "שמייכל" פארעם האט איינער ארויפגעלייגט א שמועס פון מייקעל סעוועטש מיט א ראביי. וויל איך פרעגן צי עמעצער ווייסט אפשר ווי סאיז די חז"ל פון וואס ער רעדט אז דער אייבערשטער שיקט דונערן אדער בליצן פאר מענטשן וואס האבן קרומע הערצער. סאיז מיר זייער נייטיג צו וויסן. יישר כח
אמר ר' אלכסנדרי אמר ר' יהושע בן לוי לא נבראו רעמים אלא לפשוט עקמומית שבלב שנאמר והאלקים עשה שייראו מלפניו
(ברכות נט עא)
שכח רבי משולם וכוכב
וואס איז פשט אז רוב שרייבער דא אין קאווע שטיבל זענען סאטמערע געבוירענע? אלע אנדערע צוזאמען זענען עטליעסט אזוי גרויס ווי סאטמאר
chusidוואס איז פשט אז רוב שרייבער דא אין קאווע שטיבל זענען סאטמערע געבוירענע? אלע אנדערע צוזאמען זענען עטליעסט אזוי גרויס ווי סאטמאר
ס'הייסט. דו פרעגסט א קשיא אויף א מציאות. א פאקט...?
לכאורה ווייל רוב אידיש רעדנדע אידן אין אמעריקע זענען סאטמארע
ס איז דא דערויף א לענגערע און א קורצערע תירוץ. די קורצע איז אז די סאטמארע האבען די גרעסטע פראצענט וואס פאלגן נישט זייערע רבי'ס וואס זאגן אז די נעט איז מותר נאר לצורך פרנסה.
איך בינישט קיין היפאקריט איך אליינס פאלג אויך נישט אבער איך טראכט אסאך מאל צו מיר אז איך בין פראוד צו דאווענען אין א שטיבל ווי עס דאווענען בערך 120 אינגעלייט וואס צווישן זיי געפינען זיך א מאקסימום פון 12 סמארטפאונס ומתוכם קענען אפשר 4 אזא זאך ווי אייוועלט און אולי צוויי ווייסן פון ק''ש צו זאגן.
וויאזוי ארבייט די תגובה לייקס ראנגען?
12% פון וואס, פון די לייקס אויף דעם אשכול? % פון לייקס היינט? געלייקט דורך צוועלף פראצענט פון די ליינער?
חוץ פון די דריטע אפציע זע איך נישט וואס די לייק ראנג מאכט מיר קלוגער איבער ווי בא'לייקט' א תגובה איז ביי די ליינער.
📎 Screenshot_2014-12-23-13-30-14-1.png
איך מיין אז ס'מעסט זיך לויט די פראצענט פון אלע קאווע שטיבל מעמבערס וואס האבן געלייקט.
עס איז קאמפערד צו די מערסטע לייקס וואס א איינציגער תגובה האט שוין באקומען.
וויאזוי האלט זיך וויקיפידיע אבעקטיוו? אויב יעדער קען דארט שרייבן וויאזוי ווערט עס נישט פול מיט שטותים?
זיי האבן א גבאים ראטאציע
אויב איינער שרייבט שטותים ווערט זיין אקאונט\IP געבלאקט.
איז פארהאן א סענס אוו הומאר אויף יענע וועלט, אדער גייט אלעס צו מיט א יעקע'שע קאלטקייט?
פארשטייט ער צו א גוטן דזשאוק?
אסאך חסידישע מעשיות ווי מען האט זיך צולאכט אויף יענע וועלט...
מ'זאגט אז ביי די לוי' פון ר' מרדכי ראקאווער (די משמח ביים הייליגע חוזה מלובלין) האט זיך די חוזה זי"ע צושמייכלט, נאך די לוי' האט ער פארציילט אז ווען די מלאכי חבלה זענען געקומען צו ר' מרדכי'ן האבן זיי איהם צום אלעם ערשט געפרעגט זיין נאמען (כידוע איז דא א גרויסע ענין אין געדענקען די יודישע נאמען ווען מ'קומט ארויף אויווען, די פסוקים לשמות אנשים פון סוף שמו"ע איז א סגולה אויף דעם), האט ר' מרדכי געזאגט אז ער הייסט גרונים
האבן די מלאכים געשריגן פארוואס זאגסטו גרונים די הייסט דאך מרדכי?
האט ער געזאגט "און אז די ווייסט פארוואס פרעגסטו?"
און אלע מלאכים האבן זיך צולאכט
האט די רבי פון לובלין אויסגעפירט אז ער האט דעמאלס מיט געלאכט מיט די מלאכים, ווייל אז ער זעהט אז ר' מרדכי וועט זיך שוין אן עצה געבען מיט די ב"ד של מעלה.
נאך די וואלן ווען יעדע פאעזיע וועט אריבערגיין אל בעליו מיט אלע לייקס אינאיינעם, גייט די בעל מחבר'ס לייק אויך מיטפארן???
אויב יא איז עס גאנץ א אינטערסאנטע היכי תמצא אז עס וועלן זיין דא ל"ו ארטיקלעך וואס די בעלי מחברים בעצמם האבן עס געלייקט. (מיט זייער זעלבע ניק!!!)
ס'איז א וויכטיגע לעקציע אין זיך אליין ליב האבן.
וואס איז די מעלה פון לייו מוזיק? רעקאדירטע מוזיק מיט גוטע ספיקערס איז נישט גוט?
ביי א וואן מען בענד ביסטי אפשר גערעכט אבער א געהעריגע בענד מיט א פויק און טראמפייטערס וכדומה איז קיין פארגלייך ווען ס'איז לייוו אדער רעקארדעט. ווען איך האלט מיט ווי ס'שפילט לייוו מוזיק פון די מוזיקאלישע אינסטראמענטן ברענגט עס מיך א געוויסע פרייליכקייט.
קען זיין מהאי טעמא זענען דא געוויסע פוסקים וואס זענען מתיר בימי הספירה וכדומה צו הערן רעקארדעט מוזיק. איי פארוואס איז וואן מען בענד אסור? קען זיין משום לא פלוג.
דריידלביי א וואן מען בענד ביסטי אפשר גערעכט אבער א געהעריגע בענד מיט א פויק און טראמפייטערס וכדומה איז קיין פארגלייך ווען ס'איז לייוו אדער רעקארדעט. ווען איך האלט מיט ווי ס'שפילט לייוו מוזיק פון די מוזיקאלישע אינסטראמענטן ברענגט עס מיך א געוויסע פרייליכקייט.
קען זיין מהאי טעמא זענען דא געוויסע פוסקים וואס זענען מתיר בימי הספירה וכדומה צו הערן רעקארדעט מוזיק. איי פארוואס איז וואן מען בענד אסור? קען זיין משום לא פלוג.
הייסט אין די הערן די מוזיק איז קיין נפקא מינה? עס איז נאר א חילןק ווען מען האט ליב צו קיקן אויפן זינגער-שפילער?
איז נישט 'די וואהלן אויסגאנג איז א שאק' אן אקסימאראן?
נישט אינגאנצען. כ'על עס מסביר זיין.
ביי געהעריגע וואלן איז דא polls וואס מען מעסט כסדר דעם דעת הקהל. אויב זענען די וואל אויסגאנגען אנדערש מיט אסאך פון דער poll איז עס א אפסעט - א שאק.
דא, איז אויך געוועהן א שטיקל בחינה פון polls. די אקטיווע שרייבערס האבן קאמענטירט איבער אלע ווערק, און מ'האט געקענט האבן א שטיקל בילד וועלכע שטיקל גייט לכאורה געווינען.
דערווייל, איז דער voting געוועהן אפען פאר יעדעם איינעם, אפילו נישט אקטיווע מעמבערס, סתם לייענערס למיניהם וועלכע האבן קוים מגיב געוועהן 20 מאהל (דער מספר וואלט לדעתי געדארפט זיין 100 תגובות) און האבן נישט גענומען קיין אקטיווע טייל אינעם דיסקאשען, און דאס האט געטוישט דער גאנצע אויסגאנג.
@כוכב@אנאנים
#lessonfornexttime
פארוואס אין די וועלט האט מארק זאקינבערג אויסגעקליבן דע כינעזע גויטע?
שיק אים א מעסעזש אויף פעיסבוק.
chusidפארוואס אין די וועלט האט מארק זאקינבערג אויסגעקליבן דע כינעזע גויטע?
ווייל כאטש ער הייסט צוקערבערג, איז ער אפגע'טעמפט פון א יעדן אידישן געפיהל. און ער זעהט נישט און שפירט נישט קיין שום חילוק פון א אידיש מיידל ביז א כינעזערין...!... 😳
וויפיל עס קאסט טורקישע פיסטעטשוס אין טערקיי
דא צאלט מען די הויזן פאר עטליכע ניסן
chusidפארוואס אין די וועלט האט מארק זאקינבערג אויסגעקליבן דע כינעזע גויטע?
און פארוואס דו האסט גענומען דיינס ווייסטו יא?
תשובה שלא מן הענין, ווער דא עס האט בכלל געקליבן זאל אויפהייבן די רעכטע האנט.
[ציטאט אראפגענומען]
כעלעמ'ער מגיד: ניין. לכאורה דאס איז גרינגער מסביר צו זיין. ווייל דער זשיד האט א באנק ביכל פון א פאר בעלאנעס. מיט א "ב"... 😂
[ציטאט אראפגענומען]
cuz she wants the money DUH
כעלעמער'ס איינציגע לייק, איז דאס געווען בלויז אויסצופרובירן צו ס'ארבייט? אדער איז באמת דא בלויז איין תגובה אינעם גאנצן שטיבל וואס איז, אין זיינע אויגן, ראוי לאותה איצטלא.
און יענע איין לייק איז... אויפן בשורה טובה אז ס׳איז דא א לייק קנעפל!
װער האט זוכה געװען דערצו? בד׳א פיר איך מיר װי די בעל תגובה, אז ער געט נישט געב איך איהם אויך נישט.
יין שרףאון יענע איין לייק איז... אויפן בשורה טובה אז ס׳איז דא א לייק קנעפל!
קיקט אויס דערווייל האט ער נאך נישט געזעהן א תגובה וואס איז ראוי פאר א לייק
קאצקע ציקעריין שרףאון יענע איין לייק איז... אויפן בשורה טובה אז ס׳איז דא א לייק קנעפל!
קיקט אויס דערווייל האט ער נאך נישט געזעהן א תגובה וואס איז ראוי פאר א לייק
אדער טראכט איך אז ער האט געלייקט די לייק איידוע, ער האט הנאה פון די לייקס נאר אז ער וועט קענען באקימען לייקס ... און בכלל נישט צו געבן
שישו מעי
די געשעפטן וואס הענגן גרויסע צעטלעך אז דא האט איינער געוואונען כך וכך געלט, איז דאס נישט א סיבה/סימן אז יעצט האבן זיי א שוואכערע שאנס צו געוואונען?
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/Gambler's_fallacy">http://en.m.wikipedia.org/wiki/Gambler's_fallacy</a>
די טשאנסן צו געווינען אזא לאטערי איז דאכדזעך איינס אין פיר הונדערט מיליאן, בשעת וואס די טשאנסן צו שטארבן פון א בליץ אדער באקומען א לייק פון כעלעמ'ר מגיד זענען איינס אין דרייסיג מיליאן. (אזוי ליגט מיר אין קאפ, קען זיין כ'בין אביסל off מיט די נומבערס.)