☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 10:50 pm

· #44847
ידען
פארוואס דארף מען ארויסדייעלען מיט א 1 פאר די עריע קאוד אבער ווען מע קאלט פון א סעלפאן דארף מען נישט לייגען די 1 פאר דעם?

מענין לענין:

Dialing for Conundrums
A mind-tingling conundrum, posed by email today by reader George D:

“If the phone companies require you to dial a 1 before a phone number and you fail to do it, you get a pre-recorded message telling you that you forgot to dial the 1.

“But if they can detect the fact that you forgot to add it, then why don’t they just electronically add it and
send the call through? (Or even eliminate the need for it, as cellphones do?)”

I must say, I sure as heck don’t know the answer…

.גענומען פון דא

גלעזעלע » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 11:28 pm

· #44862
[ציטאט אראפגענומען]


יידל (דער פון די נפלאות הבורא אשכול...), אדער ווער אימער עס ווייסט: וואס זאגן די היינטיגע חכמי הניתוח?[/quote]
כמובן שטימט דאס בכלל נישט מיט היינטיגער אנאטאמישער וויסנשאפט. עס זענען פאראן גולגולת דיפערענצן צווישן די מינים, אבער גארנישט פון דעם נאטור פון וועלכע דער בן איש חי האט נאכגעזאגט פון זיין-צייטיגע וויסנשאפטלער.[/quote]
זעהט אויס אז ווי נאר מען האט ערפינדען די Epidural וואס רעדאצירט די חבלי לידה. האט מען אויבען אנגעהויבען פראדעצירן די נייע שיפמענט פרויען אן דעם גלגולת אייגענארטיגקייט.

גוטזאגער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:03 pm

· #44963
וואס כוויל שוין פונלאנג וויסען
אונטער וועמענס הנהגה ווערט די ליבאביטשע קהילה געפירט היינט צוטאגס און בכלל וויאזוי ארבעט זייער סיסטעם פון שלוחים ?
איך האב גהערט אז אלע פלעצער ווי מען קען גיין אויף שלוחית איז שוין פארנומען קען איינער קאנפארמען?

ידען » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:12 pm

· #44966
כאב אויך געהערט אז סע דא ליינס פאר יעדע opening.

דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:43 pm

· #45051
גוטזאגער
אונטער וועמענס הנהגה ווערט די ליבאביטשע קהילה געפירט היינט צוטאגס און בכלל וויאזוי ארבעט זייער סיסטעם פון שלוחים ?
איך האב גהערט אז אלע פלעצער ווי מען קען גיין אויף שלוחית איז שוין פארנומען קען איינער קאנפארמען?


רבי יהודה קרינסקי וואס איז טאטאל בעה"ב אויף די נכסים פון מרכז לעניני חינוך פירט דאס איז אן, גענויע מיט דער זעלבע הנהגה ווי דער דער רבי נ"ע האט דאס אנגעפירט, דער רבי האט איהם שוין איבערגעגעבן בחייו כללים ופרטים רבים באופן הנהגה.

ער האט איבערגענומען מרכז לעניני חינוך כתוב וחתום בכתב יד פון דער רבי הן עפ"י התורה והן ליגאל אינטערגעשריבען מטעם המדינה. דערפאר האט קיינער נישט אין קען קיינער מערער זיין אויף איהם. די ליגאלע שריפטן האט דער רבי נ"ע אנגעהויבן אין דער דריטע טאג וואס ער איז געזעצן שבעה נאך אשת נעוריו הרבנית חי' מושקא ע"ה חודש שבט שנת תשמ"ח.

ער איז באחריות אויף אלע פון די פיר טויזענט שלוחים כ"י, ער קען יעדנס נאמען ושם אשתו וילדיו, ער טיילט אן פונקטליך וועלעכע שליח גייט ווי, לויט ווי אזוי דער נייע שליח האט אויס געפילט זיין בויגען אין נאך צווי אינטערוויא וואס ער האט געהאט מיט דעם מאן אליין און דער צווייטער אינטערוויא ביידע אינאיינעם.

יעדיע שליח דארף קענען זיין א בעל קורא, בעל תוקע, מוהל, שוחט, אין קענען הלכות סופרות. דאס איז בכלל נישט אזוי פשוט ווי מ'מיינט, יעדער שליח וואס די זעסט וואס פארט ארויס צו די מרחקים איז בקי הן בלימוד והן במעשה אין די געביטן.

נייע בתי חב"ד ווערט כסדר געעפענט אויך, נאכען אויספארשן דער מקום, דער סביבה, צו ס'וואוינט א איד דארט, וכו' וכו', אלעס גענויע ווי ווען דער רבי האט געלעבט. יעדער גרויסע באשלוס מאכט אבער רבי יהודה קרינסקי אינאיינעם מיט די רבני הבי"ד דליבאוויטש קראון הייטס, אזוי אויך האט דער מרכז א באורד פון זיבען מענטשען, ווי מ'מאכט בחירות לפי הצורך בענינים העומדים על הפרק, צו ווערען א מיטגליד פון דעם באורד איז בכלל נישט אזא גרינגע און פשוטע ענין, זיי זיצען אויף א קאסע פון שווערע מיליון דוללארען, אין דאס ווערט טאקע געפירט ווי א ריזיגע פארצווייגטע קאפארעישאן. דער סיסטעם אינען מרכז איז זייער גוט אהער געשטעלט, ס'פאהרט אן קיין איינציגע מכשול אדער מחלוקה כל שהוא זייט יענעם יום הנמהר והמר ג' תמוז תשנ"ד לפ"ק.

זאל טאקע דער גרויסע זכות פונעם מייסד מגין זיין אויף אונז אלע במליצה ישרה.

פריינדליך » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:53 pm

· #45058
דולה ומשקה

יעדיע שליח דארף קענען זיין א בעל קורא, בעל תוקע, מוהל, שוחט, אין קענען הלכות סופרות. דאס איז בכלל נישט אזוי פשוט ווי מ'מיינט, יעדער שליח וואס די זעסט וואס פארט ארויס צו די מרחקים איז בקי הן בלימוד והן במעשה אין די געביטן.......


זיי האבן צוויי ערליי שלוחים היינט צוטאגס, אויף יעדע לאנד אדער געגענט האבן זיין איינעם א גאר געלונגעם מענטש, אינטער אים האבן זיי פלענע מענטשן אזוינע וואס מען ריפט פוס גייער סאלדאטען, די פוס גייער דארפן נישט האבן די אלע מעלות, און זיי האבן נישט די אלע מעלות זיי זענענן כפוף אינטער דעם גרויסען שליח וואס ער האט די מעלות,

גוטזאגער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:08 pm

· #45064
אז מען רעדט שוין וואס איז די ביגאראפיע פון הרב קרינסקי
און וואס איז זיין שטעלונג אויף די מלך המשיח פראגע

דער רב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:43 pm

· #45222
גוטזאגער
אז מען רעדט שוין וואס איז די ביגאראפיע פון הרב קרינסקי
און וואס איז זיין שטעלונג אויף די מלך המשיח פראגע


ער האלט נישט מיט די משיח'סטען וואס האלטען זייער רבי'ן פאר משיח.

ער האלט זיך אליינס פאר דעם מנהיג פון הב"ד, דהיינו "רבי" בשם המושאל.

ער גיט נישט קיין "דאלארען" צי יעדען, נאר פאר די שלוחים וואס האלטען פין עם.

ממלה האלט ער זיך אליינס כאילו ער איז אליינס עפעס א מין "רבי", וואס באלעבאטעוועט ווי יעדער רבי, מאכט אלע גרעסטע דיסישענס.

וואס נאך איז דער טייטש "רבי" אויסער קאנטראל? ממלה האלט ער זיך אליינס אלס משיח!

www.yudelkrinsky.com

דולה ומשקה » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:08 am

· #45426
פריינדליך
דולה ומשקה

יעדיע שליח דארף קענען זיין א בעל קורא, בעל תוקע, מוהל, שוחט, אין קענען הלכות סופרות. דאס איז בכלל נישט אזוי פשוט ווי מ'מיינט, יעדער שליח וואס די זעסט וואס פארט ארויס צו די מרחקים איז בקי הן בלימוד והן במעשה אין די געביטן.......


זיי האבן צוויי ערליי שלוחים היינט צוטאגס, אויף יעדע לאנד אדער געגענט האבן זיין איינעם א גאר געלונגעם מענטש, אינטער אים האבן זיי פלענע מענטשן אזוינע וואס מען ריפט פוס גייער סאלדאטען, די פוס גייער דארפן נישט האבן די אלע מעלות, און זיי האבן נישט די אלע מעלות זיי זענענן כפוף אינטער דעם גרויסען שליח וואס ער האט די מעלות,


דאס איז נאר אין פארנומענע שטאט וואס עטליכע בתי חב"ד, וואס איינער פון זיי פירט אויך א תומכי תמימים מיט א בית רבקה און אנדערע וואויל טעטיגע ארגאנזאציעס, דעמאלס איז אויך א הויפט.
ביסט גערעכט אז יעדער סטעיט באזונדער האט איין הויפט שליח, אבער פארשטייט זיך אפילו אין איין סטעיט זענען פארהאן צוויי געגענטער וואס זענען היפוך מקצה אל הקצה.
אויסער אמעריקא איז נישט אזוי דא א הויפט שליח, אויך איז דאס תלוי ווי יונג דער נייע שליח איז, ווי לאנג ער איז שוין שליח,

איחוד פעלד » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:15 am

· #45430
איך האב אייביג געמיינט אז די שליח דארף קענען מסדר זיין גיטין וקדושין אויך.

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 3:47 pm

· #45542
איך וואלט געוואלט וויסן אויבּ כו אב אדער כא כסלו וואלט געפאלן אום ה אייר צו מוואלט געזגט תחנון און סאטמ

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 3:51 pm

· #45545
און אויך טאמער וואלט געפאלן יום כיפור אום שביעי של פסח צו מען וואלט געזאגט "חג המצות הזה" אדער "יום הכיפורים" ווילסטו אויך וויסן?

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 3:52 pm

· #45546
דו גולם! די חכמים האבן אזוי אויסגעשטעלט דעם לוח אז ס'זאל קיינמאל נישט קענען אויספאלן אום ה' אייר.

מורינו הרב » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 3:55 pm

· #45547
איך וויל וויסן, ווען עס איז געווארן אז ראש-השנה איז א יום הדין?

אין די תורה געפינען מיר דאס נישט, און בזמן הבית איז בפשטות נישט געווען אזא מושג.

סא, ווען און ווי אזוי איז דאס געווארן?

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 4:31 pm

· #45556
שמעקעדיג
און אויך טאמער וואלט געפאלן יום כיפור אום שביעי של פסח צו מען וואלט געזאגט "חג המצות הזה" אדער "יום הכיפורים" ווילסטו אויך וויסן?
אויב ביסט סארקאסטיש נעווער מיינד. איך רעד הייפאטעדיקלי אויב וואלט די יארצייט אדער יום הצלה געפאלן אין זעלבן טאג וואו דער יום המר ו...... וואס מוואלט געטון

גוטזאגער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:32 pm

· #45614
ווייסט איינער איבער די באגעגעניש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע מיט דער מנהיג פון ליבאביטש ווען און וואו עס איס געווען און וואסערע ענינים איז געווען עולה על שולחן מלאכים ?ש

גלעזעלע » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:08 pm

· #45699
ידען
פארוואס דארף מען ארויסדייעלען מיט א 1 פאר די עריע קאוד אבער ווען מע קאלט פון א סעלפאן דארף מען נישט לייגען די 1 פאר דעם?


צוזאמגעקלעבט פון תירוצים אנליין:

Prior to the mid-60s there was no such thing as 'dialable' long distance; one had to dial '211' to get routed to a 'Long Distance Operator' so the call could be manually connected. Circa 1967, "DDD" (Direct Distance DIaling) was gradually introduced around the country. At that time a "1" prefix was adopted so that subscribers would know that they were indeed dialing a Long Distance number (similarly, a "0" prefix was also adopted for such calls as "Person-to-Person", "Collect", etc calls. The telephone functions taken for granted today did not exist --outside of development labs. In fact, very few telephone sets had 'Touch-Tone", virtually all phone had 'rotary dials', which was the reason for using a "1" prefix for DDD --it was viewed as adding the least amount of additionally dialing effort, since the digit 1 represented the shortest turn/spin of the dial.

The FCC categorizes Verizon as an 'ILEC' (Incumbent Local Exchange (telephone) Company; this means that they existed prior to the Bell System divestiture in 1984 and are required to observe certain operational standards to permit reasonable interconnectivity with their network(s) and any new 'CLEC' Competitive Local Exchange (telephone) Company. Comcast is considered to be a 'CLEC' and as such only has to adhere to such standards to permit their connection to the public switched network. Comcast is also a VOIP provider and thus creates many of its own rules as it sees fit --VOIP providers use many proprietary rules. While this may seem advantageous to many people, it does create consumer confusion such as you have encountered with the 1+ access.

In reality, it is an old remnant from electromechanical switching systems (pre- electronic switches) and is not really needed in today's network. In fact, many US localities have a 1+ 'permissive' dialing plan --meaning the call will go through with,or without, the 1+ (cellular does in fact work permissively).

און קורצן: עס איז לכתחילה געווארן איינגעשטעהלט צו פארמיידען דעם קאנסומער בטעות דיילן א נומער וואס ווערט פארעכענט אלס לאנג-דיסטענס, און אומוויסענדיג ארויפטרייבן א הויכען בילל. עס האט געדינט ווי א סימן אז מען לייגט צו אן איינס דאן וועט מען באצאלען לאנג-דיסטענס פרייזען. ( די נומער איינס איז געווען די קורצטע דרייען אויף א דייעל ) .
די סטענדערד איז פארבליבען איינגעפירט בלויז ביי די אלטמאדישע לענדסליין. ווידער אלע פארגעשריטענע טעכנעלאגיעס ווי סעלפונס אדער וואויפ, האבן דאס נישט אדאפטירט.

ונבנתה העיר » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:54 pm

· #45714
גוטזאגער
ווייסט איינער איבער די באגעגעניש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע מיט דער מנהיג פון ליבאביטש ווען און וואו עס איס געווען און וואסערע ענינים איז געווען עולה על שולחן מלאכים ?ש

דער סאטמאר'ער רב ז"ל ביים ליובאוויטש'ער רבי ז"ל אות כ"ח און ווייטער.

דער ליובאוויטש'ער רבי ז"ל ביים סאטמאר'ער רב ז"ל פעידש 144 און 145.

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:40 am

· #45774
פארוואס איז אייביג דא טרעפיק ביי די קאסקיאסקי בריק נעבן וויליאמסבורג?
גלייך דערנאך פליעט מען.

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:37 am

· #45802
because its up the hill and big vehicles are slowing down.

גוטזאגער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 10:41 am

· #45821
אויב מען טאר קיינמאל נישט פארען מיט א וויהקעל העכער ניינציג פארוואס קען די ספיד און יעדע קאר ארויפגיין העכער פון הונדערט

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:02 am

· #45838
מיינסט צו פרעגן פארוואס דער יאפּאנעזער סי אי או פון האנדא מנדבות לבו הטוב טוט עס נישט ? אדער פארוואס דער פעדעראלער גאוו. האט נישט אזא געזעץ. לכאורה נישט קאנסטוציאנל.

גוטזאגער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:33 am

· #45883
לויט וויאזוי איך ווייס איז די גאן לאבי די דריט שטערקסטע לאבי נאך לעיבאר און עיפאק איז עס אמת
און וואס איז די מצב היינט צוטאגס און וואנשיגטאן און אפי לאקאל זענען די פאליטישאנס קארופורט נעמען כאבאר אדער זיי ארבעטן אפי נישט לטובת די וויילער וכדומה?

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:03 pm

· #45894
על פי הלכה דארף אן אדמו"ר ריפארטן קוויטל געלט אלס אינקאם? איז שייך דינא דמלכותא דינא ביי דעם?

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:04 pm

· #45895
דארף א בדחן רעפארטן?

משולם שטיינפעלד » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:28 pm

· #45937
דולה ומשקה


יעדיע שליח דארף קענען זיין א בעל קורא, בעל תוקע, מוהל, שוחט, אין קענען הלכות סופרות. דאס איז בכלל נישט אזוי פשוט ווי מ'מיינט, יעדער שליח וואס די זעסט וואס פארט ארויס צו די מרחקים איז בקי הן בלימוד והן במעשה אין די געביטן.

יעצט אנגעפרעגט ביי א ארבייט קאלעגע, א ליובאוויטשער, וואס האט זיך אנגעגעבן פאר שליחות, ולא עלתה בידו עדיין, און דריי פון זיינע ברודער זענען אקטיווע שלוחים.

ער זאגט מיר אז בעל קורא און בעל תוקע קען יעדער איינער.....
מוהל און שוחט איז א גרויסע מעלה אבער עס איז נישט קיין פארלאנג.
לגבי הלכות סופרות, זאגט ער אז מען מוז עס נישט קענען מער ווי סיי וועלכע אנדערע הלכות. יעדע שליח האט א ספעציעלע מענטש (כעין א הויפט שליח פון א זאון) וועמען צו רופן און פרעגן אלעס וואס מען איז מסופק.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:10 pm

· #46044
גוטזאגער
אויב מען טאר קיינמאל נישט פארען מיט א וויהקעל העכער ניינציג פארוואס קען די ספיד און יעדע קאר ארויפגיין העכער פון הונדערט

ספיד לימיטס זענען נאר אין פאבליק ראודס, און אמאל דארף מען יא קענען פארן שנעלער, אין פאל פון עמערדזשענסי.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:38 pm

· #46053
גוטזאגער
אויב מען טאר קיינמאל נישט פארען מיט א וויהקעל העכער ניינציג פארוואס קען די ספיד און יעדע קאר ארויפגיין העכער פון הונדערט


זעה דא פאר מער אינפארמאציע

ידען » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:25 pm

· #46073
אין ווילי האט מען געטוישט לעצטענס די סטריט סיינס. וואס איז שלעכט געווען מיט די אלטע גרעסערע סיינס?

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:27 pm

· #46074
ווייל די היינטיגע "קטנות" המוחין קענען נישט פארנעמען אזעלכע גרויסע סיינס (דזשאסט קידינג 😂 )

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:34 pm

· #46078
ידען
אין ווילי האט מען געטוישט לעצטענס די סטריט סיינס. וואס איז שלעכט געווען מיט די אלטע גרעסערע סיינס?


בלומבערג האט ליב קליינע גלעזלעך סאדע און קליינע סטריט סיינס! (נאר גרויסע פארקינג שטראפן פארנעמט ער יא.)

וויצן אין א זייט.
די סיטי האט געמאלדן אז מען גייט צוביסלעך איבערלייגן נייע סיינס אויף די גאסן מיט LOWER CASE ווערטער, נישט אלעס קעפיטעל, וויבאלד דער מח לייענט עס שנעלער אפ און עס איז א גוטע רעצעפט פאר ווייניגער עקסידענטס.

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:41 pm

· #46085
שמעקעדיג
וויבאלד דער מח לייענט עס שנעלער אפ

האט עס יא עפעס מיט קטנות המוחין הייסט 😉

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 8:59 pm

· #46151
פוטער אויף א באל העלפט אדער סאיז א באבע מעשה?

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:05 pm

· #46188
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס זאגסטו אז ס'איז אן איינרעדענישט, האסט עס פראבירט?

גוטזאגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:17 pm

· #46319
וואס מיינט "עסייען" אינטערסאנט מען טרעפט איך האב עס געזען שטיין נאר אויף די אלטע יידישע ביכער מען זעהט עס נישט אויף די היינטיגע ביכילעך

ידען » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:46 pm

· #46741
אסאך מענטשען האקען אויף התאחדות הכשר אז סע גארנישט ווערט, און די זעלבע מענטשען וועלען עסן זאכען מיט זייער הכשר, וואסי פשט?

סע נאר א דוגמא . די זעלבע איז ביי אנדערע זאכן אז מענטשען זענען זיך אליינס סותר.

ידען » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:52 pm

· #46743
[ציטאט אראפגענומען]

מע לייגט עס אין וואסער סע זאל וואקסען א בלים פון די קערל.

וואס הייסט אז די אוואקאדא זאל זיך האלטען פריש? אן די קערל?

זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:53 pm

· #46744
זיי האקן אויף התאחדות ווייל ס'איז א קיהלע זאך צוטין.

ידען » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:04 pm

· #46747
גוטזאגער
וואס מיינט "עסייען" אינטערסאנט מען טרעפט איך האב עס געזען שטיין נאר אויף די אלטע יידישע ביכער מען זעהט עס נישט אויף די היינטיגע ביכילעך

essay
noun
1. a short literary composition on a particular theme or subject, usually in prose and generally analytic, speculative, or interpretative.
2. anything resembling such a composition: a picture essay.
3. an effort to perform or accomplish something; attempt.

לאדיך אפ » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:05 pm

· #46748
פארוואס איז עס קיהל?

זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:08 pm

· #46751
לאדיך אפ
פארוואס איז עס קיהל?

צו בארגן א פראזע פון א באקאנטן פיגור: ווער ס'פארשטייט פארשטייט

ידען » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:27 pm

· #46759
איך ווייס אויך נישט וואס איז אזוי קיהל דערמיט.

ידען » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:29 pm

· #46762
איז אמת אז צושטאפען די נאז ווען מע סניזט איז נישט געזונט פאר די הארץ?

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:27 am

· #46789
זאג מיר נישט!
איך שטאפ עס אלץ צו...

לאדיך אפ » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:45 am

· #46797
מעג מען מאכן התרת נדרים ביינאכט?

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:45 am

· #46798
ניין

ידען » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:58 am

· #46805
איך האב א פאר מינוט צוריק געמאכט התרת נדרים.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:08 am

· #46809
אינטערעסאנט. כ'געדענק אז מ'קען נישט ביינאכט

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:18 am

· #46852
אז מען רעדט שוין פון זאכן וואס איך וויל וויסן, און פון התרת נדרים, לאמיך שוין פרעגן א שאלה וואס איך וויל שוין יארן לאנג פארשטיין:

וואס איז פשט פון מאכן יעדן יאר באזונדער התרת נדרים?
צום סוף נאכן מתיר זיין, מאכט יעדער א "מסירת מודעה" אז מהיום והלאה, וועלן אלע נדרים זיין בטל ומבוטל "מעתה ועד עולם".
זיי וועלן נישט חל זיין, לא שרירין ולא קיימין, ס'איז גארנישט ווערד.
לכאורה, מיט די ווערטער זענען מיר שוין געקאווערד, ווי אונזער אייגענע ווערטער, "מעתה ועד עולם".
פארוואס'זשע נאכאמאל יאר-איין-יאר-אויס?

חוץ מזה וואס איך ווייס ביי מיר אז איך אליין בין ווייט פון דעם גאנצן ענין, איך מאך נישט קיין נדרים, איך נעם זיך נישט אונטער קיין קבלות, און ווען איך זאג שוין יא עפעס צו איז עס געווענליך "בלי נדר".
אבער כ'רעד שוין נישט פון מיר. על הכלל כולו יצא.
מה זה ועל מה זה?

יידל » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:55 am

· #46864
זר זהב
אינטערעסאנט. כ'געדענק אז מ'קען נישט ביינאכט

שולחן ערוך יורה דעה הלכות נדרים סימן רכח סעיף ג
כיצד היא ההתרה, יאמר לו ג' פעמים: מותר לך, או שרוי לך, או מחול לך, (בכל לשון שיאמר), (ב"י בשם הרמב"ם), אפילו מעומד, ובקרובים, ובלילה, ובשבת, אפילו אם היה אפשר לו מאתמול לישאל עליו, ובלבד שיהיה לצורך השבת, כגון שנדר שלא לאכול או ליבטל מעונג השבת. וחרמי צבור, נהגו להתיר אף על פי שאינם לצורך השבת.


נאר ווייסט וואס נאך דער מחבר שרייבט? גיב א קוק:
שולחן ערוך יורה דעה הלכות נדרים סימן רכח סעיף א
מי שנדר ונתחרט, יש תקנה ע"י חרטה, א ואפילו נדר באלהי ישראל. כיצד יעשה, ילך אצל חכם מומחה, דגמיר וסביר, ואם אין יחיד מומחה ילך אצל שלשה הדיוטות, והוא דגמירי להו וסבירי וגם יודעים לפתוח לו פתח, ויתירו לו. והאידנא אין מומחה שיהא ראוי להתיר ביחיד.


זאגטס'זשע טייערע אידן, וויפיל פון די דריי הדיוטות וואס האבן אייך מתיר נדר געווען ווייסן וואס לפתוח לו פתח מיינט, איך רעד שוין נישט פון אייגענטליך פותח זיין פתחים?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92