שמעקי די בארביקיו איז גרייט?
זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ספּעציעל צו #קול_העולם_אידיש:
ספּעציעל צו #קול_העולם_אידיש:
אין די לעצטערע טעג איז די וועלט אויף מיט א נייע סמארטפאון געים "פּאוקימאן", און עס איז גאר געווארן א הויפט נייעס אין די העדליינס צוליב פארשידענע אינצידענטן וואס האבן פאסירט אין פארבינדונג מיט'ן נייעם שפיל. אין קורצן ארבעט דער שפיל אזוי: דער שפילער זעהט אינעם שפיל א לעבעדיגע מאפע, פונקט ווי אין א געווענליכע "דזשי-פּי-עס" און דער ציהל איז ארומצוגיין און כאפן פארשידענע מענטשעלעך. אבער אנשטאט ארומצוגיין פשוט מיט'ן רוקן די פינגערס אויפן סקרין זיצנדיג ביי זיך אינדערהיים, דארף מען זיך פאקטיש אויפהייבן און ארומגיין אין גאס, צומאל ווייטע גאסן און מיילן, צו קענען כאפן די פארשידענע סארט מענטשעלעך און פיגורן.
דער געים איז ארויסגעגעבן געווארן דורך די "נינטענדא" פירמע, וועלכע איז געווען גאר פאפולער אין די 1990'ער יארן אבער איז געשרומפן זינט דאן. יעצט מיט'ן נייעם "פּאוקימאן" געים, זוכט די פירמע צוריקצוקומען אויף די מאפע און אירע סטאקס זענען שוין טאקע געשפרונגען מיט 40 פראצענט זינט זיי האבן פארעפנטליכט דעם געים מיט בלויז א וואך צוריק, און איר געשאצטע ווערד ביי אינוועסטירער איז געשטיגן מיט 9 ביליאן דאלער!
דער געים געבט אליינס ארויס אנווייזונגען פאר'ן שפילער וואו ארום זיך ער קען גיין טרעפן די מענטשעלעך, און אויך איז דא אן אפציע אז מען קען 'אראפשטעלן' אליינס א מענטשעלע אויף א געוויסע ארט און אנדערע שפילער דארפן אהינקומען און עס כאפן. דער שפיל ארבעט אז ווען דער מענטש קומט עכט פיזיש אן צום ארט וואו א מענטשעלע איז אראפגעשטעלט געווארן, קען ער דאס 'כאפן' וויבאלד די דזשי-פּי-עס סיגנאל איז לעבעדיג און כאפט אויף אז ער איז אנגעקומען צום ארט וואו עס געפונט זיך אזא מענטשעלע. אט די פאקטן האבן געברענגט צו פארשידענע מאדנע העדליינס אין די לעצטערע טעג.
אן איינוואוינער אין מאסעטשוסעטס האט זיך פאריגע וואך געטראפן אז זיין פארקינג לאט איז געווען בלאקירט מיט עטליכע קארס, ווען שפילערס פונעם געים זענען געפירט געווארן מיט אנווייזונגען אז איין אזא מענטשעלע באהאלט זיך אויס אין יענעמס פארקינג לאט; א צווייטע מער שרעקעדיגע אינצידענט איז געווען אין ווייאמינג, ווען א יוגענטליכער האט פרובירט צו כאפן א ספעציעלע "וואסער מענטשעלע" און איז געפארן מיט א שיפל אויפן "ביג ווינד" טייך, און האט אנטדעקט א טויטן קערפער! דער אינצידענט ווערט אויסגעפארשט, צי פארשוינען האבן נישט דירעקט אויסגענוצט דעם שפיל דורכ'ן אנשטעלן אז דער קערפער זאל אנטדעקט ווערן.
היינטיגע וואך זונטאג האט פאסירט נאך א שרעקעדיגע אינצידענט אין מיזורי, ווען א גרופע פון רויבער האבן געשפילט דעם שפיל און אראפגעשטעלט א לאקאציע פון א מענטשעלע אין א טונקעלע ארט אונטער א געביידע און האבן דארטן געפלאנט צו בארויבן "פּאוקימאן" שפילער וועלכע וואלטן אומוויסנדיג אהינגעקומען צו 'כאפן' דעם מענטשעלע. אזוי אויך באריכטן פילע שפילערס אז דער געים פירט זיי אין געפארפולע פלעצער, וואו זיי זענען אומגעפאלן און געליטן וואונדן.
עקספערטן זאגן אז כאטש איין גוטע זאך קומט ארויס דערפון, אז יוגענטליכע וועלכע פלעגן ביז היינט זיצן אינדערהיים צוגעשמידט צום סמארטפאון, קאמפיוטער א.ד.ג., הייבן זיך כאטש אויף און גייען פיזיש ארום אין גאס בשעת'ן שפילן דעם שפיל, וואס דאס איז געזונטע איבונגען. עטליכע ביזנעסער און ריטעיל געשעפטן האבן אויך געזאגט אז זיי האבן שוין גענוצט דעם שפיל אריינצושלעפן קאסטומערס צו זיך אין געשעפט, דורכ'ן אראפשטעלן א מענטשעלע פאר שפילער צו טרעפן, אין סאמע צענטער פונעם געשעפט. בלייבט איבער צו זעהן וואס עס וועט זיך אויסקאכן מיט'ן שפיל און צי די רעגירונג וועט נעמען עפעס שריט דערקעגן.

קוקט צו וואס אדיקשאן דערגרייכט................
קאמענטירערוואס הייסט פארוואס ער האט נישט? מנהסתם איז עס א פראסעס, און סאיז נישט זיין פרנסה, יעצט פארט ער די וועג איז ער אינטערסירט צו מאכען אפאר דאלער אין די זייט דארף צו ווייזען אויף עפעס? איך פרעג וויל סליגט מיר אין קאפ אז שומרים האט געווארנט אז מזאל קיינמאל נישט זיך אריינזעצן אין א קאר אן די פלעיטס
עס איז שוין איינמאל א פראסעס, און ס'קאסט צייט, געלד וכדומה, אבער די שטיינער ליגט אויף יעדעמ'ס וועג, און צו באשלוסען צו אויסקרויזן די סיסטעם, איז די ערשטע טריט צו א אונטערערדיש און שאטן. נישט קיין ווינדער די שומרים זאגן צו אוועקשטיין.
אויב ר' ישראל-מעם סויפער, המכונה פליפ-פלאפ, וואלט געגאנגען נאך געלט, און אריינגעקלאפט צו ר' בערל באלעגאלע אינדערהיים פאר א נדבה, ווי אזוי וואלט אים ר' בערל אויפגענומען?
מיט א צובראכענע טעלער ג'ירשנט פונעם דייטש.
איך אויךמיט א צובראכענע טעלער ג'ירשנט פונעם דייטש.
איך אויך: כמו שאמרו חכז"ל...(סיי די שאלה און סיי די תשובה)( ...גג על גג...... 😂
ר' בערל, לאמיר הערן קלאר, מיט אלע פרטים!
שמעקעדיגר' בערל, לאמיר הערן קלאר, מיט אלע פרטים!
שמעקעדיג: דיין שאלה (שאלת חכם חצי תשובה) און דעם חכם'ס תשובה...ודפח"ח, וד"ל, ודו"ק, וי"ל. ולהשומע יונעם ותבוא עליו ברכת טוב...וואס הייסט ביי די הייליגע אידן אין ווילי-פעסט טוב...? מ'האט דאך אלעס גע'אסר'ט...גוטע, געשמאקע 7 לעיער, ראלאש קעיק מיט זיסע סאודע פון מים חיים... 😂 🙄
[ציטאט אראפגענומען]
ריכטיג: זיין טאטע הייסט דען יונה...?
וועלכע רביצין, און צו וועלכע חסידות געהער זי...? זי הייסט ציפורה מלכה שפיצר...!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
berlbalaguleh[ציטאט אראפגענומען]
ריכטיג: זיין טאטע הייסט דען יונה...?
יא ר' יונה פילאפ ז"ל
פארוואס זענען פיל אט"ד אזוי אנגעווייטוגט אויף די חרדים?
איך האב מיר לעצטנס אנגעשטויסן אין עטליכע יוטוב קליפס וואו עקס חרדים ווערן אינטערוויועט, און כמעט איבעראל זעה איך די זעלבער תופעה, אז אט די אידן זענען גאר שטארק אנגעווייטוגט אויף די חרדים, אזש, טייל פון זיי פארקרומען דעם פנים פאר אפשיי, ווי פון א נאצי אדער מאלעסטער, ממש טראומאטיזירט.
דאס זעלבע האב איך געזעהן ביי אזויפיל אפגעפארענע וועמען איך האב באגעגנט פערזענליך, מען קען רעדן פון פארשידענע ענינים מיט א גלאטקייט און שמייכל, אבער ווען עס קומט צו רעדן פונעם חרדישן סיסטעם, ווערט דאס פנים פארקנייטשט און פארקרומט ווי מען רעדט פונעם אינקוויזיציע.
ביי טייל, ווען מען פרעגט זיי צו זיי גלייבן אין א גאט, ענטפערן זיי ספאנטאניש מיט אפשיי, ווייטוג, און אפגעבריטקייט, "נישט אין א חרדישער גאט!
מיין באשיידענער פראגע איז דא, "פארוואס?
איך פלעג אלעמאל וויסן אז די עוזבי ה׳ ותורתו זענען א באנדע קאלטע בוליס מיט סאדיסטישער האס קעגן שלומי אמוני ישראל די תמימי לב. דער שייגעץ האב איך געוויסט איז געווען דער מחוצף און רודף, און דער עלטערער ערליכער איד איז געווען דער איידעלער נרדף וואס שלינג די ווייטוג פונעם חוצפה׳דיגן יוגנט.
און דא זעה איך פלוצלים אז אט די שקצים רעדן מיט טראמאטיזירנדער ווייטוג פון דעם נכבא אל הכלים׳דיגער געזעלשאפט.

בוזט מלמד זכות אויף זיי? זייער גוט, אזוי דארף זיין
berlbalagulehוועלכע רביצין, און צו וועלכע חסידות געהער זי...? זי הייסט ציפורה מלכה שפיצר...!
אויב זי הייסט שפיצר, מסתם סטוטשין(54). האלב סטוטשין הייסען שפיטצער און ס'דא אפאר רעביצין'ס דארט.
בן אדםberlbalagulehוועלכע רביצין, און צו וועלכע חסידות געהער זי...? זי הייסט ציפורה מלכה שפיצר...!
אויב זי הייסט שפיצר, מסתם סטוטשין(54). האלב סטוטשין הייסען שפיטצער און ס'דא אפאר רעביצין'ס דארט.
דו וועסט זיין שטארק סורפרייזט, אזוי ווי איך, ווען דו וועסט אויסגעפונען ווער זי איז עכט...דו האסט שוין מסתמא געזעהן איהר פיקטשער צענדליגע מאל...!
יא. כ'האב געהערט אז זי איז א צאנזער אייניקל ר"ל
פארוואס זעהט מען נישט קיינעם'ס פראופייל פיקטשער א פיקטשער פון רעגן?
בן אדםיא. כ'האב געהערט אז זי איז א צאנזער אייניקל ר"ל
בן אדם: אז דו וועסט הערן ווער דאס איז וועסטו זיכער זאגן אז נישט...נאר מ'קען נישט וויסן...!
איך ווייס פון וועמען דו רעדסט, און דאס האב איך געהערט אויף איר. ועיין היטיב בדברי שהוספתי האותיות 'ר"ל' לרמז שאכן אין לה אותה השקפות כמו מנשה טעלער וישראל משה פליפ-פלאפ (משהו כזה) ויואל סופר ודומיהם, וגם לא ההשקפות של האגודאים למיניהם.
בן אדםאיך ווייס פון וועמען דו רעדסט, און דאס האב איך געהערט אויף איר. ועיין היטיב בדברי שהוספתי האותיות 'ר"ל' לרמז שאכן אין לה אותה השקפות כמו מנשה טעלער וישראל משה פליפ-פלאפ (משהו כזה) ויואל סופר ודומיהם, וגם לא ההשקפות של האגודאים למיניהם.
בן אדם: יא. אבער דו חלומ'סט נישט אז דאס איז נישט קיין אנדערע ווי ציפי לבני. איך בין אויכעט געווארן געשאקט ווען כ'האב נאכגעקוקט אויף גוגל.
אז מ'רעדט שוין. וועל איך דיך פרעגן א שאלה איבער אן אנדער'ן ל"ו צדיק... ווער הייסט יודל איציק בן אהרן לייב...?!
כ'האב גראדע יא איר געמיינט...
וועגן יידל איציק האט מען שוין אמאל גערעדט דא ערגעץ. אונזער געטרייער מעיאר ע"ה
וועגן יידל איציק האט מען שוין אמאל גערעדט דא ערגעץ. אונזער געטרייער מעיאר ע"ה
בן אדםכ'האב גראדע יא איר געמיינט...
וועגן יידל איציק האט מען שוין אמאל גערעדט דא ערגעץ. אונזער געטרייער מעיאר ע"ה
איין זאך מוז מען איהם געבן קרעדיט. כאטש ער איז געווען א שייגעץ (א האומאו היינטיגע צייטן וואלט מען שוין געזאגט א...לגב"ט) איז ער אבער געווען א שטאלצער איד. ר'האטציך נישט געשעמט מיט זיין אידישן נאמען. ער האט פאר א יעדן פארציילט אז ער הייסט יודל איציק. ס'דא אפילו אן ארטיקל אין די ניו יארק מעגעזין וואו ער פארציילט אז ער הייסט נאך א זיידן יודל איציק וואס ר'איז געווען באוואוסט אין רוסלאנד אז ער האט נישט מורא געהאט צו פיהרן מלחמה אפילו מיט די קאזאקן. ער (דער זיידע) איז געווען אן אונטערוועלטניק וואס א יעדער האט געציטערט פאר איהם. כך סיפר...!.
אויב ידידנו החדש @מודיעין וואוינט אין מודיעין\עילית.
וועלכע טראומע איז ידידינו ר' בערל אריבער אלס קינד וואס אלס רעזולטאט פון דעם איז זיין סעלף עסטים יורד געווען למטה מעשרה טפחים עד כדי כך אז ער זעהט אין יעדעם א געלונגענער שרייבער חוץ פון אין איהם אליין וואס השי"ת האט געפירט אז זיין ניק איז פונקט בעל עגלה און לשיטתו איז עס עפעס מער דערנידערונג ווי למשל קאווע טרינקער, און עפעס מיינט ער אז אונז האלטן אז קאווע טרינקער טרינקט קאווע כסדר און בערל טרייבט א פערד, לא מיניה ולא מקצתיה...
געוואלדיג: ייש"כ. איך וויל נאר וויסן וואו און ווען דו האסט געהאט א געלעגנהייט מיך צו אנאליזירן. אויב ביסטו טאקע יא אזא גרויסער טעראפיסט וויל איך מאכן אן אפוינטמענט ביי דיר. מ'דארף זיך שטעללן אין ליין...? ס'איז א גרויסע וועיטינג ליסט...? דו נעמסט מעדיקעיד...?
לגבי מיין סעלף-עסטיעם. ס'איז ב"ה פיין. איך האב נאר אזויפיהל גאוה וויפיל די תורה ערלויבט. א שמינית שבשמינית. ס'העיסט א זעכצטנל... 😂 דו זעהסט ווי גוט איך קען רעכענען. איך האב ב"ה גראדואירט פון ישיבת--- ו--- מיט אויסצייכענונגען...! נאר איך האב א שטיקל כמו קאמפלעינט. א סאך מאל דאכט זיך מיר אז מיינע מאמרים און מיינונגען דא אויף קאווע שטיבל ווערן איגנארירט. אפשר רעד איך מיר איין... 😮

יא, דו רעדסט זיך איין!
און די איינרעדעניש, קומט ווארשיינליך פון די טראמא....
שלום על ישראליא, דו רעדסט זיך איין!
שלום על ישראל: יישר כח. וואס צאל איך...? דו נעמסט א קרעדיט קארטל...(כ'מיין א פ.ס.קארטל. אי.בי.טי. בלע"ז.(... 😂
שמעקעדיגאון די איינרעדעניש, קומט ווארשיינליך פון די טראמא....
שמעקעדיג: הער מיך אויס. ס'איז נישטא אזויפיהל ביזנעס פאר א יעדן...
דאס דערמאנט מיך א גוט ווערטל (שוין כמה פעמים איבער געזאגט) בשם קוני ראטנבערג, ע"ה...80% פון עולם אין ראדני זענען אויף פיללן.אבער די פראבלעמען קומען פון די אנדערע 20%...ודפח"ח... 😂
מקען זען אסאך מאל ווען באשולדיגטע קומען אן אין געריכט פורבירען זיי צו פארשטעלן זייער געזיכט מיט סיי וואס זיי קענען, וואס מיינט עס? זיי זענען מער שולדיג מער אומשולדיג און וואס מיינט עס אויב מען זעט ליידער חסידישע אידען וואס פורבירען צו פארדעקן זייער פנים מיט ציצית אדער קאפעל, וויאזוי קוקט עס אן די גאס?
עס האט נישט מיט שולדיג אדער אומשולדיג, עס האט מיט בושות פון א בילד פון דעם מענטש.
אויב א שטיק צייט קוקט אויס ווי סהאט גענומען זייער לאנג איז עס א גוטע סימן? אדער ווען עס (פילט זיך ווי עס) לויפט אריבער זייער שנעל?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס איז פארקערטע/היפוך פון רוחניות ?
חמריות
ביליגוואס איז פארקערטע/היפוך פון רוחניות ?
גשמיות
בן אדםחמריות
חומר און צורה איז לכאורה א פיסיזישע אדער נישט פיזיש הגדרה
גשם און רוח איז מער געניצט אויף הנהגה מטרה אדער ווערט. געלט איז גשמיות וועגען דער ניץ דערפון תורה איז רוחניות וועגען דער ווערט דערפון.
ר' ביליג, אויב ביליג איז טייער וואס איז דער היפך פון טייער און וואס איז דער היפך פון ביליג?...
אולי דער סוף דבר אז ביליג איז באמת טייער!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איך לאז עטליכע מענטשן ניצן מיין עמעזאן פריים אקאונט. ווי אזוי קען איך באשטעלן עפעס אן זיי זאלן קענען זעהן וואס איך באשטעל?
און אנדערע ווערטער אנימענעס.
אדער איז עס מעגליך צו צוטיילען און געבן אנדערע לאג אין פעססווארדס אזוי ווי סוב-אקאונטס?
און אנדערע ווערטער אנימענעס.
אדער איז עס מעגליך צו צוטיילען און געבן אנדערע לאג אין פעססווארדס אזוי ווי סוב-אקאונטס?
גראףאיך לאז עטליכע מענטשן ניצן מיין עמעזאן פריים אקאונט. ווי אזוי קען איך באשטעלן עפעס אן זיי זאלן קענען זעהן וואס איך באשטעל?
און אנדערע ווערטער אנימענעס.
אדער איז עס מעגליך צו צוטיילען און געבן אנדערע לאג אין פעססווארדס אזוי ווי סוב-אקאונטס?
ודאי, דא א אפשען פון צו לייגן נאך פיהר מענטשן צום פריים.
זיי באקומען צוויי טעג שיפינג, אבער נישט עקסעס צו בחינוםדיג movies, אדער cloud storage.
כוואלט די זייער מייעץ געווען צו טוען אזוי, נישט באטאמט אז יעדער מאל זיי ריטורנען א פעקעל זאל עס היטן דיין עקאונט.
א שאד די זאלסט נישט נהנה זיין דערפון.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/gp/help/customer/display.html?nodeId=200444180">https://www.amazon.com/gp/help/customer ... =200444180</a>
אז איינער לייגט ארויף א קליפ אויף יוטוב פון מיר איז דא א וועג וויאזוי איך קען בעטן יוטוב זאל עס אראפנעמען?
יישר כח
קען מען זיך אליינס אויסטשעקן צו מען האט סיי וואספארא סארט קענסער? עפעס זאגוט מען אז ווי פריער מכאפט עס אלטס בעסערע טשאנסען איז דא פטור צו ווערן נאר אדאקטער קען עס אויסטשעקן? גראדע האביך נישט אויפגעכאפט אז מיין דאקטאר זאל עפעס טשעקן פאר קענסער ביי מיין יערלי טשעיקאפ
עס איז הימל און ערד און אלימפיקס.
וואס מיינט די אלימפיקס וואס פארנעמען די העדליינס די לעצטע צייט?
וואס מיינט די אלימפיקס וואס פארנעמען די העדליינס די לעצטע צייט?
קאמענטירערקען מען זיך אליינס אויסטשעקן צו מען האט סיי וואספארא סארט קענסער? עפעס זאגוט מען אז ווי פריער מכאפט עס אלטס בעסערע טשאנסען איז דא פטור צו ווערן נאר אדאקטער קען עס אויסטשעקן? גראדע האביך נישט אויפגעכאפט אז מיין דאקטאר זאל עפעס טשעקן פאר קענסער ביי מיין יערלי טשעיקאפ
דו קענסט שפירן א לימפ (lymph) און אפשר באמערקן אן אבנארמעליטי אויף די הויט, אבער מער-ווייניגער דארף מען אנקומען צו א דאקטער, און ער דארף אנקומען צו שווערע טעסטינג (לעבס וכדומה).
איך וויל נישט דא מאריך זיין, אבער מ'דארף זיין געווארנט נישט צו ווערן איבערגענומען מיט או.סי.די. איבער די ענינים, און ענדערש נעמען א מיטל וועג דורך עס אדורכשמועסן מיט א רופא תמידי (PCP) צו אפשאצן (assess) די ריסקס לויט דיין יאהרגאנג, מעדיצינישע היסטארי, און פאמיליע היסטארי. די טעסטס - און בעיקר די איבער-דיאגנאזירן - זענען פונקט אזא סכנה ווי נישט באמערקן די קענסער.
דאנט ווארי איך בין בכלל נישט פארנויעט כהאב מיר נאר סתם געוואונדערט אויב סאיז שייך אז איך זאל אליין קענען וויסען פון פאראויס א שכח פאר דיין תשובה
שמעקעדיגעס איז הימל און ערד און אלימפיקס.
וואס מיינט די אלימפיקס וואס פארנעמען די העדליינס די לעצטע צייט?
אלימפיקס (אידיש: אלימפיאדע) איז א ספארט שפיל וואס איז די פארמעסט פון אלע פארמעסטן, און קומט פאר יעדע פיר יאהר. עס ווערט אויסגעוועהלט א באזונדערע שטאט יעדעס מאל. די גאנצע באגריף - און איר נאמען - שטאמט פון די גריכישע קולטור.
עס זענען פארהאן באזונדערע ספארטן וואס ווערן געשפילט דארט (דייוון, שווימען, בעסקען באל, וכדומה), און יעדע ספארט האט א גאלדענע, זילבערנע און קופערנע מעדאל צו געווינען.
שמעקעדיגעס איז הימל און ערד און אלימפיקס.
וואס מיינט די אלימפיקס וואס פארנעמען די העדליינס די לעצטע צייט?
צו זיין קלאר איך ווייס אויך נישט פונקטליך ווי נישט ווי רעדט מען נישט פון דעם ביי אונז אזויפיל אלימפיקס דארף צו זיין א פארמעסט וואס אלע וועלטס לענדער האלטען אפ יעדע עטליכע יאר אין יעדעס מאל אין א נדערער לאנד צו ווייזען אחדות, אז נאצי דייטשלאנד האט אויך אפגעהאלטען די אלימפיקס, רוסלאנד איז אויך געווען א גאסט געבער נישט לאנג צוריק און דער רוס האט אויס געגעבן א גוזמא פון געלטערצו פארשאפען פרישע דערפער און פאטריבען צענדליגע אייואוינער פון זייערע היימען, סיי וואסערע נאך ידיעות ער וועילקאם
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נאך א חילוק איז דא. למשל יעצט איז די זומער אלימפעקס און ס'איז אויך דא ווינטער אלימפעקס. די זומער אלימפעקס איז גרעסער.
איעדע צוויי יאר איז דא אלימפעקס. יעצט אין 2016 איז די זומער אלימפעקס און אין 2018 גייט זיין די ווינטער אלימפעקס. אזוי קומט אויס סיי ווינטער און זומער געשעהנט איינמאל אין פיר יאר.
איעדע צוויי יאר איז דא אלימפעקס. יעצט אין 2016 איז די זומער אלימפעקס און אין 2018 גייט זיין די ווינטער אלימפעקס. אזוי קומט אויס סיי ווינטער און זומער געשעהנט איינמאל אין פיר יאר.
כהאב באמערקט ביי א איינעם וואס ער שוויצט ביים טרינקען סדא נאך איינער וואס האט אזא פענאמען? און פון וואס קומט עס?