☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

boxcover » דינסטאג יולי 2, 2013 4:02 pm

· #130145
קאמענטירער
ווען לייגט מען די קאמע{,} ? מקען עס לייגען אפי׳ אינמיטען פון א זאץ?

כאטש איך האלט אינמיטען א זאץ, דאך לייג איז אריין די קאמע (פסיק).

קאמענטירער
און אויב איינער האט געדולד זאל ביטע מסביר זיין וואו סקומט און די נעמען פון די סימבאלען: ; , :, /, {}, [ ], ־,- ,׳

פאר כ'נעם זיך צו די ארבייט, דארף איך קלאר-מאכן אז איך גיי נאר רעדן פון לשון הקודש, יודיש און ענגליש. אין אנדערע שפראכן האבען איטליכער פונקטואציע אן אנדערע באדייט.

; - א סעמיקאלאן (נקודה-פסיק). ווערט גענוצט אלץ א הפסק צווישען א זאץ און א נייע זאץ וואס איז באהאפטן צו די פריערדיגע זאץ. אין ענגליש וועט די נייע זאץ מיטאמאל זיך אנהויבן מיט א אפפערקעיס (גרויסע אלפאבעט), אויסער אז סקומט פארן ווארט (למשל א נאמען פון א מענטש\שטאט). למשל עס איז פארהאן ידועה; עס נעמט גארנישט אוועק פון די בחירה.
עס ווערט אויך גענוצט אלס א העכערע אפשייד ווי די אלגעמיינע קאמע. למשל: ביי די אסיפה, איז געווען - צווישען אנדערע: משה רבינו, דער עבד נאמן; אהרן הכהן, א עלטערען ברידער; און יהושע בן נן, א תלמיד.
עס קען אויך גענוצט ווערן אן אנדערע וועג; איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי...

: - א קאלאן (נקודתיים). ווערט גענוצט אין לשה"ק אלץ א פסיק נאך א פסוק. אין יודיש, ענגליש און נאך ווערט דאס גענוצט צו אנווייזען פאר א ציטיר (quote). למשל ער האט געשריגען: האלט! אדער צו אנווייזען פאר א ליסטע. למשל די ארבעה אבות נזיקין: שור, בור, מבעה והבער. אדער צו אנגרייטן פאר א דראמאטישע זאץ. למשל איך האב נאר איין ברירה: איך וועל דיך מוזען קנס'ן. אויך אין א שמועס צווישען עטליכע באטייליגטע. למשל זרח: העלא? משה: איז דאס די ארבייטס-פארמיטלונג?

/ - א סלעש אדער בעק-סלעש (לוכסן אדער קו נטוי). ווערט גענוצט אנשטאט די ווארט "אדער." למשל רוף מיך ווער ער\זי קומט אהיים.

{} און [] - ברעקעטס (סוגריים). די {} הייסט א געקראזעלטע ברעקעטס, און די [] הייסט עקעדיגע ברעקעטס. אין ענגליש ווערט די לינקע חלק פון יעדע סעט גערופן די עפענונג ברעקעט, און די לינקע: שלוסיג\ענדע; אין לשה"ק און אידיש איז פארקערט, כמובן. (באמערק ווי אין די פארגאנגענע זאץ, האב איך גענוצט די קאלאן, סעמיקאלאן, סלעש, קאמע און - זעלבספארשטענדליך די פינטל. אאפס: יעצט גענוצט די דעש)
דאס איז אויסער די <> וואס זענען שפיציגע ברעקעטס (ווערן אויך גענוצט איינצעלדיג אלס ווייניגער-פון אדער מער-פון סימבאלן).

- - דעש (קו מפריד). עס ברעכט אמאל איבער א זאץ, און גיבט א געלעגענהייט צו אטעמען. למשל די א.ד. משל ביי די אסיפה, איז געווען - צווישען אנדערע. אדער צו באהעפטן צוויי וערטער. למשל בעק-סלעש אדער ארבייטס-פארמיטלונג. אויך איז די דעש (נאר די ען-דעש) גענוצט פאר א רענדזש (וויאזוי זאגט מען דאס אין אידיש). למשל די רמב"ם זצ"ל (ד'תתצ"ח-ד'תתקס"ד).
עס זענען פארהאן א עם-דעש (M) און א ען-דעש (N); א M איז ברייטער ווי א N, און די עם-דעש איז אביסל ברייטער\לענגער ווי די ען-דעש. די מער-באנוצטע ען-דעש ווערט באקומט א ליידיגע-אָרט (space) פאר און נאך די דעש. די עם-דעש—וואס ווערט כמעט נישט גענוצט ביי די אלגעמיינער עולם—איז ממש מחובר, אזוי ווי איך האב עס גענוצט אין די דאזיגע זאץ.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 2, 2013 5:37 pm

· #130208
איך וויל וויסן וויאזוי מ'עפענט א CD?
נישט די געלט CD
איך רעדט פון א מוזיק אלבום וכדומה.
וויאזוי רייסט מען אויף די פארמאכטע פלסטיק?

משה געציל » דינסטאג יולי 2, 2013 6:29 pm

· #130228
מיטוואך דארנעשטאג (ווען פרייטאג איז נישט ר"ח) מיט די נעגל, זונטאג-דינסטאג מיט די ציין.
-------
אז מען רעדט שוין, כ'וויל וויסן צו קופערניקוס האט אין סטאק א גאנצע הויפן וועלקאם בעק-תשובת המשקל ארטיקלעך, און ווען ער איז אין די גוסטע שיסט ער ארויס איינס און באווייזט זיך פאר אפאר טעג, אדער ער שיבט ארויס פרישע סחורה ווען עס פאקט אים אן צוריק צו קומען?
למאי נפק"מ?! כ'בין פלעין נייגעריק. ועוד, כ'ברויך וויסן וואספארא כוונות מכוון צו זיין אין מקוה -וואס כידוע קען מען מיט א הייסע טינק אלעס פויל'ען- אים צוריק צו זען.

קאמענטירער » דינסטאג יולי 2, 2013 8:08 pm

· #130256
רבותי! איך ווייס נישט צו די עולם ווייסט דערפון "די קאווער פון די ידיעות באקס איז אפען" כאפטס אריין!!!
@boxcover
א גרויסע שכח פארן אראפלייגען אזא שיינע ארבעט אבער לשלימות הענין וויל איך קלאר מאכען סאיז טאקע נישט דא קיין חילוק צווישען די סארטען ברעקעטס? ( [ { <
אין וויאזוי הייסט די אויבער שטרעכיל אין ענגליש׳'? און די מירכא כפילא״" און זייער באנוץ אגב סאיז א חילוק צווישען די גראדע אדער שיפע ׳״' "? אה פאר איך פארגעס אביסעל אינפא איבער די @ סימבאל
כהאף אז ווייל סאיז פשוטע זאכען איז עס נישט שווער צו ענטפערן אוי א הערצליכע דאנק.

boxcover » דינסטאג יולי 2, 2013 9:12 pm

· #130271
קאמענטירער
רבותי! איך ווייס נישט צו די עולם ווייסט דערפון "די קאווער פון די ידיעות באקס איז אפען" כאפטס אריין!!!
@boxcover
א גרויסע שכח פארן אראפלייגען אזא שיינע ארבעט אבער לשלימות הענין וויל איך קלאר מאכען סאיז טאקע נישט דא קיין חילוק צווישען די סארטען ברעקעטס? ( [ { <
אין וויאזוי הייסט די אויבער שטרעכיל אין ענגליש׳'? און די מירכא כפילא״" און זייער באנוץ אגב סאיז א חילוק צווישען די גראדע אדער שיפע ׳״' "? אה פאר איך פארגעס אביסעל אינפא איבער די @ סימבאל
כהאף אז ווייל סאיז פשוטע זאכען איז עס נישט שווער צו ענטפערן אוי א הערצליכע דאנק.

א דאנק פאר די דאנקעס, @קאמענטירער.

@ - די "עט" סיגנאל\סימבאל (כרוכית אדער שטרודל 🙄 ). עס פלעגט אמאל אנגערופען ווערן די אמפערסאט, אפעטעיל אדער קאמערשאל-עט. היינט איז עס אממערסטענס באנוצט פאר די אימעיל אדרעס צו אפטיילן די באנוצער פון די דאמעין (די מעיל סערווער) נאמען, און גאר-לעצטענס אלס א טוויטער יוזער-נאמען. מען קען דאס אויך נוצען אין א שמועס. למשל איך בין @ קאווע-שטיבל.

גענומען פון וויקיפידיע. אינטערסאנט, ס'שטייט דארט אז די סימבאל איז רעגיסטרירט צו קאמפאני.

' - די אויבערשטרעכל אדער אפאסטראפי (אפוסטרוף). די אמת'ע פארמאט איז געדרייט (כזה: ’), אבער למען הפשטות לייענט זיך עס עפ"ר אלס '. עס ווערט גענוצט צו פארטרעטן איינס אדער עטליכע אותיות. למשל don't אדער haven't (נישט ווי אנדערע שרייבן have'nt) אדער אפילו goin' home (פאר קילע).
אויך ווערט עס גענוצט צו צושטעלן פארטרעטערשאפט פאר א חפץ אדער פלאץ. למשל משה'ס פלאץ אדער ניו יארק'ס גאווערנער.

סאשי פיש » דינסטאג יולי 2, 2013 9:19 pm

· #130277
איך זע אז עס איז אפען די באקס פון ידועת פרעג איך איבער מיין קשיא
boxcover
קאמענטירער
רבותי! איך ווייס נישט צו די עולם ווייסט דערפון "די קאווער פון די ידיעות באקס איז אפען" כאפטס אריין!!!
@boxcover

[/b].

סאשי פיש
איך בין יעצט אין קאנטרי און איך שטיי און ווינדער זיך איבעראל איז דא עלעקטריק פאלס און וואלד און ווי נישט...
ווער האט עס געלייגט?
ווי אזוי האט מען עס בכלל געקענט לייגען?

boxcover » דינסטאג יולי 2, 2013 9:41 pm

· #130283
סאשי פיש
איך בין יעצט אין קאנטרי און איך שטיי און ווינדער זיך איבעראל איז דא עלעקטריק פאלס און וואלד און ווי נישט...
ווער האט עס געלייגט?
ווי אזוי האט מען עס בכלל געקענט לייגען?

וואס איז דען די שאלה? מען מאכט א לעכל אין דער ערד, מען שטיפט די סלופּ אריין און מען שלעפט דראָט פון איין סלופּ צו די אנדערע.

סאשי פיש » דינסטאג יולי 2, 2013 9:45 pm

· #130284
מען האט דורכגעהאקט וועלדער און פעלדער?
עס איז געגאנגען מיט א חשבון וווי יא און ווי נישט?
אויב יא פארוואס?
ווער האט עס געלייגט ? עליקטריק ? טעלפאן?

קאמענטירער » דינסטאג יולי 2, 2013 9:46 pm

· #130286
מיינע צוויי צענטס...
פונקט ווי וואסער און סוער איז דא איבעראל ווי מענטשען וואוינען דאס זעלבע איז מיט עלעקטער, די חילוק איז נאר אז (געווענליך) וואסער און סוער בויט די שטאט אדער די מוניצופאלע רעגורינג איז עלעקטער בויט א פריוואטע קאמפעני כ׳שטעל מיך פאר אז מעגליך די ארבעטערס האבן אפגעשניטן די ביימער צו ערמעגליכן מזאל קענען צוקומען, און שפעטער איז עס צוריק געווארען באוואקען מיט ביימער.

boxcover » דינסטאג יולי 2, 2013 9:56 pm

· #130290
סאשי פיש
מען האט דורכגעהאקט וועלדער און פעלדער?
עס איז געגאנגען מיט א חשבון וווי יא און ווי נישט?
אויב יא פארוואס?
ווער האט עס געלייגט ? עליקטריק ? טעלפאן?

אינדזשענירן האבן געשטעלט די מעין גריד, און יעדע קאמיוניטי ציט דערפון לעקטער, געווענליך לויפט דאס טאקע פאראלאל מיט די ראוד.

עלעקטאריק איז אלץ געקומען פאר טעלעפאן.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 2, 2013 10:45 pm

· #130306
טעלעפאן ארבעט דורך עלעקטריק. (איז עלעקטריק.). נאר דער היינטיגער (פאר די לעצטע 80 יאר) סיסטעם פון עלעקטריק דיסטריביושן (סופליי פון שטראם) איז אמאל נישט געווען. ס'איז געווען אויף גאר א קליינע שטח וואו די מאשין (דזשענערעיטאר) איז געשטאנען און פון דארט האט מען געצויגן ווייערס אויף א פאר בלאקס. דער היינטיגער סיסטעם ארבעט דורך טראנספארמערס, וועלכע ברענגען דעם עלעקטרישן שטראם ארויף צו א שטארקן כוח. (500,000 וואלטס) אזוי קען עס לויפן הונדערטער מייל. און אין די רעזידענש'ל געגנטן ווערט עס צוריק פארשוואכט צו 120 אדער 220 (208) וואלטס. פאר'ן טעגליכן באנוץ.

newkave » מיטוואך יולי 3, 2013 2:59 pm

· #130463
וואס איז פשט פון די q נאך יעדער תגובה פון @big boy ?

Big Boy » מיטוואך יולי 3, 2013 3:16 pm

· #130472
newkave
וואס איז פשט פון די q נאך יעדער תגובה פון @big boy ?


If I dont write a alphabet after the sentence, the period shows up on the right side. Like now.

boxcover » מיטוואך יולי 3, 2013 4:18 pm

· #130495
ס'איז פארהאן אן אנדערע עצה: שרייב אין אידיש.

יין שרף » מיטוואך יולי 3, 2013 4:41 pm

· #130500
ג"א מצטרף עם כיסוי קופסא, כ'גלייב אז ס'איז דא גענוג פורומים אין אנגלית, דא האבן זיך צוזאמגענומען א קבוצה ערליכע אידן וואס קענען נישט צוקוקען צום פירצה הדור פוi רעדן די טריפה'נע שפת המדינה ענגליש, און האבן געפענט א פורום אויף טאטע לשון אידיש, בעט מען די מהרסים זאלן אויפהערן מיטן מכשיל זיין אידן!

ווען משיח וועט קומען וועט ער אנווייזן אויף קאווע שטיבל "צו זיי בין איך געקומען!" צו די וואס האבן זיך געהאלטן שטארק ביים נסיון הדור אuן נישט אריינגעמישט שפת המדינה מיט שפת היאור, נאר די שפת אמת אידיש!
יא! משיח האט נאך צו וועם צו קומען!

אני מת לחיות » דאנערשטאג יולי 4, 2013 11:03 am

· #130710
פארוואס ווען מעסווייפט א קרעדיט כארד דארף מען נישט אריין פאונטשען א 4 # קאוד וואס דאס וועט העלפען אז קיינער וועט נישט קענען גנבענען א קרעדיט כארד אנד נוצען בלא רשות הבעלים. פונקט ווי א דעביט כארד. דאס קען סייווען מיליענס פאר די קרעדיט כארד קאמפעניס

איך אויך » דאנערשטאג יולי 4, 2013 8:34 pm

· #130883
אין אסאך מדינות דארף מען טאקע סיינען.

אבגד » דאנערשטאג יולי 4, 2013 9:06 pm

· #130891
און סיינען קען דאך יעדער!
איז מען דען בודק די חתימה??

אני מת לחיות » דאנערשטאג יולי 4, 2013 9:21 pm

· #130895
סיינען איז גאר נישט און בעטן איי די בעטמען נישט עני וועי די איינציגסטע זאך וואס גייט זיכער מאכן אז סאיז נישט קיין גניבה איז א קאוד וואס נאר די אמתע בעל הבית וועט האבן

סאשי פיש » זונטאג יולי 7, 2013 12:05 am

· #131135
צו איינער איז אינטערסירט אין מיינע פיקטשערס וואס איך האלט אין איין ברענגען?

אבגד » זונטאג יולי 7, 2013 12:24 am

· #131139
סאשי פיש
צו איינער איז אינטערסירט אין מיינע פיקטשערס וואס איך האלט אין איין ברענגען?

וואס איז די שאלה, אוודאי!!! (קוק דא)

מאראנצןזאפט » זונטאג יולי 7, 2013 11:38 am

· #131180
סאשי פיש
צו איינער איז אינטערסירט אין מיינע פיקטשערס וואס איך האלט אין איין ברענגען?



יעדער באלעקט זיך דערמיט, און לייקס ווערן בעיקר גענוצט אלס א הסכמה און אינדארסמענט פאר דער אינהאלט, וואס איז נישט אזוי ווייט שייך ביי בילדער, ספעציעל ווען דו ברענגסט זיי אי די הונדערטער, וואלט מען געדארפט א ספעציעלן סעקרעטערי אייך צו באלייקן פון צופרי ביז ביינאכט.
אבער איר זאלט אנגיין מיט א פרישקייט. איר גיט אסאך צו צו אונזער שטיבל, ספעציעל יעצט אין דער זומער, און זאלן זיין געבענטשט דאס ווינטל וואס האט אייך אהערגעבלאזן!

לאליפאפ » זונטאג יולי 7, 2013 2:50 pm

· #131208
וואס איז נחום כ״ץ׳נס עכטע ניק דא אין קאווע. זיין אשכול איז געשריבן זייער קאווע נוסח

טעפל » זונטאג יולי 7, 2013 4:04 pm

· #131217
יא סושי גיי אהן, סאיז געוואלדיג!

berlbalaguleh » זונטאג יולי 7, 2013 8:40 pm

· #131239
סאשי פיש
צו איינער איז אינטערסירט אין מיינע פיקטשערס וואס איך האלט אין איין ברענגען?

איך האב דיר געגעיבן א לייק און א ייש"כ אין א תגובה. און גארנישט.דו מאכסט זיך נישט וויסנדיג. איך בין א ביסל באליידיגט. 😂

קאמענטירער » זונטאג יולי 7, 2013 9:30 pm

· #131252
פ״וו טאר מען נישט כאפן קיין בילדער און א געריכט צימער?

boxcover » זונטאג יולי 7, 2013 10:24 pm

· #131270
אני מת לחיות
פארוואס ווען מעסווייפט א קרעדיט כארד דארף מען נישט אריין פאונטשען א 4 # קאוד וואס דאס וועט העלפען אז קיינער וועט נישט קענען גנבענען א קרעדיט כארד אנד נוצען בלא רשות הבעלים. פונקט ווי א דעביט כארד. דאס קען סייווען מיליענס פאר די קרעדיט כארד קאמפעניס

אוי בוי, די ספעלינג, ביטע.

א פין נומער פאר יעדע קרעדיט קארד טשארדזש וועט דראסטיש פארלענגערן די ליניע ביי די קאשיער. אויך, אסאך געשעפטן האבען נישטאמאל קיין הארדווער (קיפעד) פאר די 4-דידזשיט קאוד, א שטייגער ווי א פולע-סערוויס גאז סטאנציע, די וועיטערער וואס נעמט דיין קארטל פון דיין טישל, די שנארער אין ביהמ"ד וכדומה. נאך א גרויסע פראבלעם איז אפליין פראסעסונג. וויאזוי וואלט דער מוכר (merchant) געוויסט אויב דו ווייסט טאקע די ריכטיגע פין נומער אויב זיין סיסטעם איז אפליין, און ער שרייבט נאר אפ דיין נומער? (זעה שפעטער אן עצה דערפאר.)

אבגד
און סיינען קען דאך יעדער! איז מען דען בודק די חתימה??

געוויסע יא, אבער כמעט קיינער נישט. אמאל פלעג זיין אן עצה צו שרייבן Please ask for a photo ID אויף די מקום החתימה, אבער היינט - אז קיינער קוקט סיי ווי נישט - איז עס גארנישט ווערט.

אני מת לחיות
סיינען איז גאר נישט און בעטן איי די בעטמען נישט עני וועי די איינציגסטע זאך וואס גייט זיכער מאכן אז סאיז נישט קיין גניבה איז א קאוד וואס נאר די אמתע בעל הבית וועט האבן

ביזט זייער גערעכט. אבער די ריכטיגע עצה לפענ"ד איז די סיסטעם וואס אייראפע האט שוין איינגעפירט פאר די לעצטע 10 יאהר. ווער עס איז לעצטנעס געפארן אין סייוועליכער אייראפישער לאנד, איז מסתם געווארנט געווארן צו טוישן זיין קארטל אז עס זאל האבן די אריינגעבויטע טשיפ. עס ווערט אנגעפירט דורך די קאמפאני טשיפ ענד פין (chip-and-PIN), ווי יעדעס קארטל האט אן אריינגעבויטע טשיפ וואס האט דארט די פין נומער (ענקריפטעד, פארשטייט זיך), און אפילו די פראסעסינג מאשין איז אפליין, קען עס וויסן צו די פין איז ריכטיג. רוב אייראפישע אטאמאטישע מאשינען (למשל ווענדינג מאשינען, פארקינג גאראדזשעס, טרעין בילעטן, סעלוו סערוויס גאז סטאנציעס וכדומה) נעמען נישט קיין קארטן אן די טעכנאלאגיע.

אגב, אין עטליכע סטעיטס, אריינגערעכענט אין קאליפארניע, פארלאנגט די געזעץ פונעם מוכר (merchant) צו בעטן א פאטא איידי. דאס מיינט נאכנישט אז מען פאלגט.

אן אנדערע עצה וואלט אפשר געווען א בילד פונעם בעל הבית אויפן קארטל, ווי ס'איז שוין פארהאן פון געוויסע בענק.

אבגד » זונטאג יולי 7, 2013 10:33 pm

· #131278
boxcover

אגב, אין עטליכע סטעיטס, אריינגערעכענט אין קאליפארניע, פארלאנגט די געזעץ פונעם מוכר (merchant) צו בעטן א פאטא איידי. דאס מיינט נאכנישט אז מען פאלגט.

אן אנדערע עצה וואלט אפשר געווען א בילד פונעם בעל הבית אויפן קארטל, ווי ס'איז שוין פארהאן פון געוויסע בענק.

די עצה פון יוראפ איז געוואלדיג, אבער א פאטא איידי אדער א בילד אויפ׳ן קארד איז נישט אלעמאל גוט ווייל וואס איז ווען איך געב פאר מיין קינד מיין קרעדיט קארד צו גיין איינקויפן, וואס וועט אים העלפן דעם טאטענ׳ס איידי, אפשר האט דער גנב גע׳גנב׳ט יענעם׳ס בערזל מיט׳ן קרעדיט קארד און איידי און שיקט זיין קינד איינקויפן, און אוודאי א בילד אויפ׳ן קארד העלפט נישט פאר דעם, און מאכן אז נאר די קארד האלדער זאל קענען איינקויפן איז זייער נישט פראקטיש.

boxcover » זונטאג יולי 7, 2013 10:39 pm

· #131283
קאמענטירער
פ״וו טאר מען נישט כאפן קיין בילדער און א געריכט צימער?

קודם כל די פאקטן: די יו.עס. סופרים קאורט האט גע'פסק'נט אין 1981 אין די קעיס טשענדלער וו.ס. פלארידע, אז סטעיטס מעגען ערלויבן בילדער און ווידעאס אין געריכט און עס הייסט נישט ווי מען נעמט אוועק די רעכטן פון די אנגעקלאגטער. זינט דאן האבן שוין רוב סטעיטס (כ'מיין אז אלע אויסער צוויי) געגעבן רשות. פעדעראלע געריכטן זענען א אנדערע מעשה. עס איז פארהאן די זון-שטראל געזעץ וואס איז נאך נישט אדורך, כאטש וואס עס איז שוין אויפגעברענגט געווארן אין קאנגרעס עטליכע מאל. סופרים קאורט ריכטער דוד סאוטער האט אמאל געזאגט over my dead body ווען מען נאט גערעדט פון אריינברענגען קעמרעס אין די סופרים קאורט.

אז דו פרעגסט מיך, וועט די גאנצע קארט צימער א סירקוס סיי ווען מען האט נאך אריינגעלאזט א קעמרע איז געריכט. די ריכטיגע סיבה איז אבער מסתמא ווייל עס איז געווענדליך א פרייוועסי אישו.

newkave » דינסטאג יולי 9, 2013 9:48 am

· #131777
איך וויל וויסן-
האט מען נעכטן געבראכן די רעקארד מיט די מערסטע געמעקטע תגובות?

מאראנצןזאפט » דינסטאג יולי 9, 2013 4:04 pm

· #131910
עס גייט מיר בנפשי צו וויסן וואס איז פשט אז אינעם האטעל צימער ווארט אפ א פלעשל 20 אונס ספרינג וואסער מיט א פרייז טעג פון 5 טאלער.
וואס איז דער עומק דערפון? צו מאכן געלט? הלא 99 פראצענט מענטשן רירן עס נישט צו, זאלן זיי בעטן א טאלער מער פאר'ן סטעי, וועלן זיי מאכן מער געלט. און דער וואס כאפט זיך נישט און פליקט אויף דעם פלעשל סך הכל בלייבט ער מיט א זויערן טעם אין מויל אז איר האט אים באראבעוועט.
דא טיילט איר זייפלעך אומזיסט אז ער זאל זיך גוט שפירן און דא ווילט איר אים אנפאטשן מיט א טייערן גלעזל וואסער?
ברור לי אז ס'דא דערינען א באהאלטענעם סוד, איך האב א הרגש דערינען, אז א מענטש זאל מער מכיר טובה זיין אלעס אנדערש זיי שטעלן צו מיט דעם וואס נישט פון אלעם קען ער געניסן , אבער איך ווארט צו הערן פונעם עולם. א דאנק.

boxcover » דינסטאג יולי 9, 2013 4:37 pm

· #131925
גראדע גאנץ פשוט. עס איז די פשוט'ע $5. איי ריק ארויף די שטוב-פרייז מיט $5, דאן וועט ער הייסן טייער. (שוין אפגערעדט מיט די היינטיגע פרייז-קאמפעריסאן נעטווארקס.) די זייפליך וועלן אפשר אויך אמאל נעלם ווערן, אזוי ווי די מאהלצייטן אויף די דאמעסטישע פליגערס.

די כלל גדול אין ביזנעס לגבי פרייזן, איז אז ווילאנג די עיקר (core) פרייז איז נידריג, קען מען נאכדעם רייסן שטיקער פאר יעדע נארישקייט, ווייל דו האסט באשלאסן עס צו ניצן. אפילו יעדער פארשטייט דאך אז דאס איז א חלק פון די עיקר, און עס האט געזאלט זיין אריינגערעכענט אין די פרייז.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:26 pm

· #132846
פון וואו האבן די west side גוים צייט?
ביי יעדע רויט לייט וואס שטעלט מיך אפ אויף די וועסט סייט הייוועי, ווער איך פארגליווערט מיט וואונדער.
דר'עולם לעבט דארט, איינער שפאצירט איינער לויפט, איינער אליין איינער מיט א זיווג, איינער קוקט אויף די וואסער איינער זיצט און ליינט א בוך. דאס גאנצע יקום דארט שרייט "כאילו כל מלאכתך עשויה", ס'הערש א גלאסענקייט, אויף אלע אידן געווינטשען, אבל אהה! ווען וועט דאס זיין? ווען האב איך אזא געלעגנהייט? יעדע רגע מוז עפעס אנדערשט טוהן. אויב ס'שוין יא דא אן איבריגע מינוט, רוקט זיך אונטער מנחה מעריב וואך נאכט טי פארטי.
פארוואס קענען דאס גוים יא באווייזען? האט דען גאט באשאפען broad walks פאר גוים בלבד?

פידלער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:12 pm

· #132863
ס'קוקט מיר נישט אויס ווי די קאווע טרינקערס דא האבן אזוי ווייניג צייט.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:14 pm

· #132865
Outch

פידלער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:18 pm

· #132867
נעה, כ'האב נישט געמיינט דיך in particular. אונז זעמער אלע דא צו פארברענגען. דא איז אונזער boardwalk.

מ גפני » פרייטאג יולי 12, 2013 10:33 am

· #132966
קאלטיסט'קע פון בית-שמש
איך האב מיך שוין אפאר מאל באגעגנט מיט די ווערטער דא אין שטיבל, ביטע מיר זאגן וואטס דע סטארי ביהיינד דאט

לעמיל » פרייטאג יולי 12, 2013 10:40 am

· #132969
א מעשה פון מאחורי

קעגן די נעט » מוצ"ש יולי 13, 2013 11:35 pm

· #133161
איז דער קראלע רבי פון ווילימסבורג א משפחה קרוב מיט הרב יואל מסאטמאר זצ"ל? ער געווען קראלי רב אינדערהיים

הוגה » זונטאג יולי 14, 2013 12:43 am

· #133203
פארוואס ווען איינער שרייבט מיט נקודות ווערן די שורות פארקערט אויף מיין ענדרויד סעלפאון, און איך קען עס נישט ליינען? ווי אזוי קען איך פארעכטן דער פראבלעם?

שמעקעדיג » זונטאג יולי 14, 2013 1:25 am

· #133218
דו נוצט נאך א אלטע ווערסיע פון אנדרויד, לכאורה גינגערברעד (ווערסיע 3.6) אדער למטה בקודש,
דו מוזט אפגרעידן צו אייזקריעם סענדוויטש (ווערסיע 4.0) אדער העכער וועט דער פראבלעם פארשוואונדן ווערן.

הוגה » זונטאג יולי 14, 2013 1:54 am

· #133235
שמעקעדיג
דו נוצט נאך א אלטע ווערסיע פון אנדרויד, לכאורה גינגערברעד (ווערסיע 3.6) אדער למטה בקודש,
דו מוזט אפגרעידן צו אייזקריעם סענדוויטש (ווערסיע 4.0) אדער העכער וועט דער פראבלעם פארשוואונדן ווערן.


איך האב זייער ליב אייז קרים סענדוויטש, אפילו פלעין אייז קרים איז אויך גוט... ווי אזוי אפגרעיד מען? וועט זיך אלעס אויסמעקן פון מיין טעלעפאון ווען איך טו עס?

berlbalaguleh » זונטאג יולי 14, 2013 11:18 am

· #133306
קעגן די נעט
איז דער קראלע רבי פון ווילימסבורג א משפחה קרוב מיט הרב יואל מסאטמאר זצ"ל? ער געווען קראלי רב אינדערהיים

דער קראלער רב פון וויליאמסבורג שטאמט פון די ספינקער גזע (ר' אביש). דאס האט מיט די סיגעטער גזע גארנישט, חוץ מחלוקת.

משה געציל » זונטאג יולי 14, 2013 11:40 pm

· #133608
איך וויל וויסן פארוואס עס באדערט מיר אזוי אז כ'בין נישט דורכגעפארן ניו דזשורסי נעמען געז, איך בין דאך נישט געפארן דארט ווייל די וועגען זענען געווען באקאקט בלשון נקיה, נא פאר די פינעף דאללער זיצן א עקסטערע שטונדע אין טרעפיק? פארוואס פאר א גוט יאר שפיר איך ווי איך האב דערלייגט א מיליאן דאללערדיגן דיל?

קעגן די נעט » מאנטאג יולי 15, 2013 12:00 am

· #133623
מוז דרינגעד וויסן
שאלה: איך פארמאג אן אמעריקאנער מיני ווען 10 יאר אלט און די גאז זייגער האט אויפגעהערט ארבייטן, דארף איך וויסן צו דאס וועט אויך אפעקטן דאס לעקטער פאמפ סימבאל וואס צינט זיך אן ווען דאס טאנק ווערט ליידיג? אויב ארבייט דאס ווייטער מוז איך נישט פיקסן דעם גאז גאדזש

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 12:06 am

· #133624
קויף דיר א פלעשל גאז, האלט עם אין טראנק על כל צרה שלא תבא, און פאר ביז די לעמפל צינדט זיך אן, אדער ביז די קאר שטעלט זיך אפ.

קעגן די נעט » מאנטאג יולי 15, 2013 12:07 am

· #133625
מיט איין פלעשל קען איך נישט איינשטעלן און בכלל איז נישט געזונט פאר אזא אלטן ווען אויסצוגיין פון גאז, ס'שעדיגט דעם ענדזשין

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 12:53 am

· #133637
אויב אזוי ווייס איך נישט וואס צו זאגן, פרעג א מעכאניקער.

הערשי » מאנטאג יולי 15, 2013 2:09 am

· #133647
צו ווייסט איינער אויב אן אראנדזש קלאון היטל באצייכענט א העליקאפטער לאנדונגס ארט?

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 15, 2013 7:19 am

· #133658
@ קעגן די נעט, ע"פ רוב וועט עס שעדיגן ביידע, דער ווייניג גאז ווארענונג קומט פון זעלבן מקור ווי דער ווייזערל.
@ געפילטע, זיך ארומצודרייען אין אויטא מיט א פלעשל גאז קען זיין א סכנה און איז נישט רעקאמענדירט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92