☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

יין שרף » זונטאג מערץ 22, 2020 2:19 am

· #444085
אויב אזוי איז די וואקסין זייער פשוט. אריינשפריצן פאר יעדעם אין די בלוט אביסל פון די וויירוס.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 24, 2020 2:35 pm

· #444222
יין שרף: די אלע מעדיצינישע טעאריעס וואס אונז ווארפן מיר דא ארויס זענען גוט איבערצושמועסן איבער א גלעזל (אדער צוויי) יין שרף. אין ריעל לייף האבן זיי נישט קיין שום ווערד. ווייל אונז זעמיר נישט קיין ביאלאגיסטן...!

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 25, 2020 3:44 pm

· #444280
אנשטענדיגע יוד: יא. ער איז א איד. אן אנשטענדיגע יוד. א געוועזענער סטודענט און אימיגראנט וועלכער איז געקומען פון רוסלאנד. און א פאפולערער דאקטאר. וועלכער איז ביז לעצטנס געווען אן אינטעגראלער טייל פון די חסיד'ישע קאמיוניטי אין קרית יואל. וועלכער האט געטריי געדינט די אינטרעסן פון די איינוואוינערס פון די שטאט. נאר זיין לעצטער ארויסטריט און דערקלערונג אז רוב עולם אין קר"י איז אנגעשטעקט מיט דעם קאראנא וויירוס צוליעב נישט לייגן גענוג א גרויסן געוויכט אויף די ערנסטקייט פונ'ם מצב, האט ארויסגענומען די עסטאבלישמענט פון די כלים...!

ער האט ציטירט א טעסט וואס מ'האט אדורכגעפיהרט אויף 14 מענטשן פון די קאמיוניטי. און 9 מענטשן האבן געהאט א פאזיטיוון טעסט פאר קאראנא. דאס איז 64.28פראצענט. ד.ה. אז רוב מענטשן אין קר"י זענען אנגעשטעקט מיט דעם וויירוס.

די פראבלעם מיט זיין סטעיטמענט איז אז דער סעמפל איז צו קליין און באגרעניצט אז ס'זאלל זיין רעפרעזענטאטיוו פון די באפעלקערונג. אויך האט מען נישט גענומען אין באטראכט די עידזש פון די סעמפל טעסט נעמערס.

דאס האט זיי ארויסגענומען פון די כלים. און זיי האבן איהם שטארק ארונטערגעריסן און אפגעפרעגט זיין פראפעסיאנאליזם און אויטאריטעט צו זאגן דיעות אין די עניינים, בכלל. אויך האבן זיי געשריגן בכל תוקף אז זיי נעמען אן די שטרענגסטע מיטלען כדי צו פארהיטן די צושפרייטונג פון דעם וויירוס.

איך ווילל נישט זאגן אז דר. זעלענקא האט דא געהאט א מעגליכע קאנפליקט אוו אינטערעסט. ווייל ער האט ממציא געווען א מעגליכע רפואה פאר די וועלכע זענען באטראפן געווארן מיט סימפטאמען פון די מחלה. ער האט איינגעשפריצט א געוויסע מעדיצין אדער קאמבינאציע פון מעדיצינען פאר עטליכע פאציענטן. און זיי זענען ב"ה בעסער געווארן. אזוי ווייט אז דאס האט געצויגן די אויפמערקזאמקייט פון פרעזידענט טראמפ און זיין שטאב.

וואלווי » זונטאג אפריל 5, 2020 2:36 am

· #445266
[ציטאט אראפגענומען]


ווענדזיך, אויב ער וועט איבערלעבן די קראנע קריזיס...

וואלווי » זונטאג אפריל 5, 2020 12:47 pm

· #445308
[ציטאט אראפגענומען]


מיינסט עס ערענסט? ער איז נפטר געווארן אין תשנ"ד...?

יהודי פשוט » מאנטאג אפריל 6, 2020 12:13 am

· #445425
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[ציטאט אראפגענומען]
אז מ'רעדט שוין פון דעם, איז טאקע כדי מברר צו זיין, וואס איז זייער פלאן צו זאגן ווען די רבי גייט ווערן 151? זיי פלאנען אנצוהייבן פון פריש? בלייבן ביים לעצטן קאפיטל? צולייגן קאפיטלעך?

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 6, 2020 12:18 am

· #445427
ווען מ'וועט האלטן ביי ענדיגן קפיטל ק"נ, וועט מען אנהייבן איבערזאגן די שיחות פונ'ם רעבי'ן...!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 6, 2020 12:28 am

· #445431
ווער זאגט אז ער גייט לעבן אזוי לאנג?

וואלווי » מאנטאג אפריל 6, 2020 12:30 am

· #445433
יהודי פשוט
[ציטאט אראפגענומען]
אז מ'רעדט שוין פון דעם, איז טאקע כדי מברר צו זיין, וואס איז זייער פלאן צו זאגן ווען די רבי גייט ווערן 151? זיי פלאנען אנצוהייבן פון פריש? בלייבן ביים לעצטן קאפיטל? צולייגן קאפיטלעך?


אנהייבן זאגען בלעטער בבא בחרא.

היכי תמצא פון זיין א ליובאוויטשער און ברעסלבער אויף איין מאל...

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 6, 2020 12:39 am

· #445436
וואלווי: ווייל די ליובאוויטשער רבי לעבט פונקט אזוי ווי ר' נחמן מ'ברסלב. זיי זענען אין זעלבן היכל אין גן עדן...!

וואלווי » מאנטאג אפריל 6, 2020 12:53 am

· #445439
berlbalaguleh
וואלווי: ווייל די ליובאוויטשער רבי לעבט פונקט אזוי ווי ר' נחמן מ'ברסלב. זיי זענען אין זעלבן היכל אין גן עדן...!


די חילוק איז נאר, אז ליובאוויטש קומט מען פון רוסלאנד קיין אמעריקא, ברסלב גייט מען פון אמעריקא קיין רוסלאנד...

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 6, 2020 1:00 am

· #445441
וואלווי: א מ'רעדט שוין. ס'איז דא א רוסיש חסידות וואס האט מערסטנס אונגערישע אידן אלס חסידים. ס'איז פונקט אזוי ווי די פאפא רבי זאלל האבן די מערסטע רוסישע אידן אלס חסידים...!

אליעזר מארקס » מאנטאג אפריל 6, 2020 2:31 pm

· #445476
file:///C:/Users/%D7%A4%D7%99%D7%A9%D7%A8/Videos/whatsapp/WhatsApp%20Video/%D7%9E%D7%99%D7%9C%D7%99%D7%95%D7%9F%20%D7%93%D7%95%D7%9C%D7%A8.mp4

cictim » מאנטאג מאי 18, 2020 1:09 am

· #448832
דר זעלענקא לערנט זיך אויס Priorities אין מאנרוי
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1dZYIZu-iseJ22ntaVL3TpKPwF39nmAe2/view">https://drive.google.com/file/d/1dZYIZu ... nmAe2/view</a>

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 18, 2020 4:00 am

· #448847
cictim: ייש"כ. פייערדיגע ווערטער. דר. זעלענקא ברענגט ארויס זיין הארץ ווייטאג און כפיית טובה פון די פאליטישע מאכערס אין קרית יואל. דאס אלעס נאכדעים וואס ער האט אזוי געטריי געדינט די איינוואוינערס דארט. און ווי ער זאגט אליין. אז ער האט א סאך אנדערע געלעגנהייטן אויפצובויען א פראקטיס סיי וואו. און דאס צאללן זיי איהם צוריק. בלויז פאר די אייגענע שמאלע (און קארופטע) אינטרעסן פון געלט און כבוד...ה' ירחם...!

יודישע שרייבער » מיטוואך מאי 20, 2020 9:50 pm

· #449162
cictim
דר זעלענקא לערנט זיך אויס Priorities אין מאנרוי
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1dZYIZu-iseJ22ntaVL3TpKPwF39nmAe2/view">https://drive.google.com/file/d/1dZYIZu ... nmAe2/view</a>

@cictim, שוין דערנאך, ער האט זיך פארמאל אפגעזאגט....
<a class="postlink" href="https://vosizneias.com/2020/05/20/watch-prominent-kiryas-joel-doctor-abruptly-resigns-will-leave-community/">https://vosizneias.com/2020/05/20/watch ... community/</a>

כרם זית » מיטוואך מאי 20, 2020 11:22 pm

· #449177
[ציטאט אראפגענומען]

😃 האט מיר געזאגט איינער וועלכע איז געוועזן ביין כינוס השלוחים, מען זאגט דארט די קאפיטל פון די קומנדיגע יאר אויך, אז עס איז געווען א שארטקאוט.
און אויף וואלווי'ס ספיקות וויל איך זאגן. א) וואדקע הארגעט באצילן. ב) אלעמאל האט מיר געוואונדערט די משיחיסטן, אויב דער רבי קען נישט שטארבן, איז וואס פעלט אויס שרייען ''יחי''??? ודוק.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 12, 2020 8:12 am

· #451461
[ציטאט אראפגענומען]


ברור לכולנו ורואים במוחש שהרבי שליט"א מנהיג אותנו כיום בכל ענין בפרט ובכלל, וכל דבר שקשור לרבי בודאי הוא בהשגחה-פרטית בשייכות עם מצב אנ"ש ומצב כלל ישראל.

העובדה שדוקא בימים אלו, בהם כללות אנ"ש זקוקים להתעוררות רחמים רבים, בתוככי כלל אחב"י וכל העולם כולו, זכינו להכנס לשנת ה-118 להולדת הרבי נשיא הדור שליט"א, ולהתחיל לומר את הקאפיטל הארוך ביותר, ה"תמניא אפי" – ודאי אינה במקרה.

מובן ופשוט אם-כן, ולא נצרכה אלא לזירוז, שכל אחד ואחת מאנ"ש ובני-ביתם, אפילו אם רק בשם חסיד חב"ד יכונה, יקדיש פרק זמן בכל יום בשנה זו לומר בחשק, בעונג ובשמחה, את מזמור קי"ט בתהילים, הקאפיטל של הרבי. וכפי שהרבי ציטט בענין זה את דברי הרבי הריי"צ "שהזכות של הרביים יומשך אליהם!".

אין זו חלילה 'מעמסה' עבורנו, לומר את הפרק קי"ט הארוך, אדרבה, כדברי החסיד ר' זלמן בוטמן ע"ה, זוהי שמחה ועונג גדול עבורנו, להקדיש יותר זמן להיות קשור לרבי על-ידי אמירת הפרק של הרבי, ולזכות לברכה גדולה יותר ולהתקשרות גדולה יותר עם הרבי.


נא דיר דיין תשובה

שאראש-פאטאק » פרייטאג יוני 12, 2020 11:30 am

· #451475
berlbalaguleh
וואלווי: ווייל די ליובאוויטשער רבי לעבט פונקט אזוי ווי ר' נחמן מ'ברסלב. זיי זענען אין זעלבן היכל אין גן עדן...!

קיינמאל נישט געהערט אז מען זאל האלטען אז ר' נחמן לעבט?

קאך_לעפל » פרייטאג יוני 12, 2020 11:57 am

· #451479
אז מען רעדט שוין פון רבי נחמן, וואלט איך פארגעלייגט וואס עס עגבערט מיר שוין א לאנגע וויילע.

די ברעסלבער זאגן, אז רבי נחמן האט געזאגט, אז ווער ס'וועט קומען צו זיין קבר און זאגן דעם תיקון הכללי וועט ער ארויסציען פון גיהינום מיט די פאות.
ווען רעדט זיך דאס? אן תשובה? אדער מיט תשובה? אויב מיט תשובה, דאן פארוואס דארף איך אייגענטליך רבי נחמן? מיר האבן דאך דעם סלחן לישראל ומחלן לשבטי ישרון בכל דוד ודור זעלבסט, ווידעראום אן תשובה, דערמאנט מיך דאס פון א צווייטע רעליגיע וואס רופט זיך קריסטנטום. וואס ביי זיי אויב נעמט אריין יעזעס אין הארצן איז מען פאזיכערט צו א פארצייאונג אויף אלע זינד! כ'גלייב נישט אז רבי נחמן האט גזאגט אז ער איז ווי יעזעס. ס'שיינט אז די ברעסלבער האבן פילייכט אויסגעבארגט דעם באגריף אז גלויבן אין עמיצען פארצייט אלע זינד פון די שמייליגע קריסטן...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 12, 2020 12:06 pm

· #451485
א ברסלב'ער האט מיר אמאל געזאגט אז דאס גיין צום רבי'ן וועט פאראורזאכן דיין תשובה. דער רבי וועט דיר ארויס שלעפן פון גיהנם דורך דיין תשובה. ער וועט דיר צווינגן תשובה צו טון.

קאך_לעפל » פרייטאג יוני 12, 2020 12:16 pm

· #451486
בקיצור גאר נישט מיט די פיאות פון גיהנום צו טאן! דער רבי ווען בלויז צווינגן תשובה צו טאן. גוט! כ'שפאר מיר א טיקעט קיין אומאן. מיך דארף מען ב''ה נישט צווינגן תשובה צו טאן. און די דאזיגע לויטע וואס מען דארף צווינגן תשובה צו טאן, פארן ווארשיינליך נישט קיין אומאן.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 12, 2020 12:18 pm

· #451487
אית תשובה ואית תשובה

ווען דו וועסט לייגן א בערני סטיקער אויף דיין טלית בארטל, וועסטו וויסן אז דו האסט תשובה געטון

קאך_לעפל » פרייטאג יוני 12, 2020 12:23 pm

· #451488
יא! און רבי מרדכי נישכיזער איז געווען א גוטער איד!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 12, 2020 12:46 pm

· #451490
וואס האסטו קעגן צימעס? צימעס איז א גוטע מאכל!

קאך_לעפל » פרייטאג יוני 12, 2020 12:54 pm

· #451493
מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחל. ס'איז א דייטליכע גמרא.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 12, 2020 12:59 pm

· #451496
וויאזוי ביסטו אנגעקומן צו דיין מחילה יעצט?

יודישע שרייבער » מאנטאג יולי 6, 2020 4:41 am

· #453803
איינער קען מיר ביטע זאגן ווער איז אט דער רבי שלמה וואס רעדט אין זיין סוכה?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 6, 2020 6:27 am

· #453805
יודישע שרייבער
איינער קען מיר ביטע זאגן ווער איז אט דער רבי שלמה וואס רעדט אין זיין סוכה?

דאס איז הרב שלמה פריפלד

ונבנתה העיר » מוצ"ש יולי 18, 2020 11:37 pm

· #454691
ונבנתה העיר
די כינעזער וואס קלויבן צוזאמען גאנצע וועגענער פון פלאסטישע באטלעך ארויסצונעמען פון זיי דעם פינף-צענטיגן ריפאנד, לייגן זיי נישט אריין מער ווי פינף צענט קאלאריעס אין זייער השתדלות צו גיין, זוכן און טראגן דעם באטל?
📎 20200718_231221_compress1.jpg

ישן מלא חדש » זונטאג יולי 19, 2020 8:02 pm

· #454737
קאך_לעפל
אז מען רעדט שוין פון רבי נחמן, וואלט איך פארגעלייגט וואס עס עגבערט מיר שוין א לאנגע וויילע.

די ברעסלבער זאגן, אז רבי נחמן האט געזאגט, אז ווער ס'וועט קומען צו זיין קבר און זאגן דעם תיקון הכללי וועט ער ארויסציען פון גיהנם מיט די פאות.
ווען רעדט זיך דאס? אן תשובה? אדער מיט תשובה? אויב מיט תשובה, דאן פארוואס דארף איך אייגענטליך רבי נחמן? מיר האבן דאך דעם סלחן לישראל ומחלן לשבטי ישרון בכל דוד ודור זעלבסט, ווידעראום אן תשובה, דערמאנט מיך דאס פון א צווייטע רעליגיע וואס רופט זיך קריסטנטום. וואס ביי זיי אויב נעמט אריין יעזעס אין הארצן איז מען פארזיכערט צו א פארצייאונג אויף אלע זינד! כ'גלייב נישט אז רבי נחמן האט געזאגט אז ער איז ווי יעזעס. ס'שיינט אז די ברסלב'ער האבן פילייכט אויסגעבארגט דעם באגריף אז גלויבן אין עמיצען פארצייט אלע זינד פון די שמייליגע קריסטן...


א גוטן ר' קאך לעפל. אפשר זענט איר מיר מסביר די גמרא אין סוטה אז דוד האט געזאגט אכט מאל בני אבשלום, אבשלום בני שבע להוציאו משבעה מדורי גיהנום ואחד לאתיי לעלמא דאתי.

ווען רעדט זיך דאס? אן תשובה? אדער מיט תשובה? אויב מיט תשובה, דאן פארוואס דארף אבשלום צוקומען צו דוד? מיר האבן דאך דעם סלחן לישראל ומחלן לשבטי ישרון בכל דוד ודור זעלבסט, ווידעראום אן תשובה, דערמאנט מיך דאס פון א צווייטע רעליגיע וואס רופט זיך קריסטנטום.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יולי 23, 2020 6:08 pm

· #455025
פון ווי נעמסטו אז די ברעסלאווער זאגן דאס "פארן" טוהן די עבירה.. אפשר איז דאס אויך נאר געזאגט געווארן אויף לאחר המעשה?

הקטן » דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:05 pm

· #455028
ליב צו וויסן

פון ווי נעמסטו אז די ברעסלאווער זאגן דאס "פארן" טוהן די עבירה.. אפשר איז דאס אויך נאר געזאגט געווארן אויף לאחר המעשה?

אבשלום האט נישט "געוויסט" אז דוד וועט אים ארויסשלעפן "פארן" טון די עבירה, און האט נישט געקענט זאגן שלום עלי נפשי

איינער וואס גייט ארים מיט די מחשבה נאכן טון די עבירה - די רבי וועט שוין קער נעמען, אדער דאס איז געווען באשערט, ווייסט שוין פין דעם "פארן" טון די עבירה

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:33 pm

· #455029
הקטן
ליב צו וויסן

פון ווי נעמסטו אז די ברעסלאווער זאגן דאס "פארן" טוהן די עבירה.. אפשר איז דאס אויך נאר געזאגט געווארן אויף לאחר המעשה?

אבשלום האט נישט "געוויסט" אז דוד וועט אים ארויסשלעפן "פארן" טון די עבירה, און האט נישט געקענט זאגן שלום עלי נפשי

איינער וואס גייט ארים מיט די מחשבה נאכן טון די עבירה - די רבי וועט שוין קער נעמען, אדער דאס איז געווען באשערט, ווייסט שוין פין דעם "פארן" טון די עבירה


סוי תשובה איז א סוד פאר מען טוט די עבירה?

די שמועס איז געווען דא אויב עס איז נאך עפעס חוץ פון תשובה, אבשלום און ברעסלאוו פארמאגן ענליכקייטן..

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:42 pm

· #455032
ליב צו וויסן
די שמועס איז געווען דא אויב עס איז נאך עפעס חוץ פון תשובה, אבשלום און ברעסלאוו פארמאגן ענליכקייטן..

נאך איינער וואס האט אן ענליכקייט...

בעצם איז דער געדאנק אז א צדיק זאל ראטעווען פון עונשים נישט אזא גרויסע חידוש, ס'שטייט שוין אין נביא ישעיה און אין גמרא אז משיח ליידט יסורים פאר די אידנ'ס עבירות אנשטאט זיי, אויך זעהט מען אפאר מאל אין גמרא אז א צדיק באשיצט אויפ'ן דור פון עונשים.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:38 pm

· #455041
וואס איז די קאשע געמישעכץ דא?..

די טענה אויף ברעסלאוו איז געווען היתכן צו זאגן אז איינער קען ארויסנעמען פון גיהנם? ממ"נ מיט תשובה אדער אן תשובה וכו

איז געקומען אן ענטפער אז מען זעהט שוין אזא זאך פון פריער, So די קשיא איז נישט אויף ברעסלאוו נאר אויף די פריעדיגע.

איז וואס איז די געמויזעכץ דא צו ברעסלאווער חסידים טוהן עבירות על דעת זה צו נישט וכו?..

איז פאראן איינער וואס קען פארענטפערן די קשיא וואס קאך לעפל האט געפרעגט?

הדסים » דאנערשטאג יולי 23, 2020 11:43 pm

· #455053
איך בין נישט באקאנט מיט ברעסלעוו, אויך נישט מיט דוד און אבשלום. אבער פארוואס קען מען נישט זאגן פשוט, עס מיינט אז ער וועט אים העלפן תשובה טון.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 23, 2020 11:45 pm

· #455054
אויב אזוי קען מען דאך די זעלבע אריינטייטשן אין נצרות אויך, ענדלט עס ווייטער.

דוראק » פרייטאג יולי 24, 2020 5:31 am

· #455063
דאָס האָט ניט ממש מיטן נושא, אָבער דער שמועס האָט מיר דערמאָנט אָן דעם.

בכלל באַ אונז איז דאָ אַ וואָרט אַז דרײ זאַכן מוזן משפיע זײן אויף אַ מענטשן. דער וואָס טרינקט בראָנפן מוז ווערן שיכור, און אַז ניט – האָט ער ניט געטרונקען גענוג; דער וואָס איז רײך מוז זײן אַ משוגענער, און אַניט – איז אַ ראי' אַז ער האָט אַלץ ניט גענוג געלט; דער וואָס לערנט חסידות מוז אויסגעאיידלט ווערן, און אַז ניט – דאַרף ער לערנען נאָך חסידות.

בקשר מיט דעם, אָט איז אַ וואָרט פון דעם רבי'ן נ״ע בקשר מיט דעם וואָס מ'רעדט דאָ צי ס'איז פאַראַנען (אָדער צי עס קאָן געמאָלט זײן) „סגולות” אויף צו זײן אַ געהעריקער איד:
ומה יהי' אם ילמדו חסידות שלש פעמים ביום? הלא לערנען חסידות העלפט אײך ניט, הערן חסידות העלפט אײך ניט! מ'דאַרף טאָן, מ'דאַרף אַליין טאָן, מ'דאַרף זיך מעורר זײן און נאָך אַמאָל מעורר זײן.
ושאל א': אַז מ'גיסט וואַסער אויף אַ שטיין אף שהאבן לא יעשה מאומה הוא נימוח? והשיב: כן הוא - אם הוא כאבן ממש, אבל אם אמור יאמר האבן: אני אבן, קילחו מים עלי שאהי' נימוח, ואני בעצמי לא אעשה מאומה, זאת לא!

ליב צו וויסן » פרייטאג יולי 24, 2020 8:28 am

· #455067
הדסים
איך בין נישט באקאנט מיט ברעסלעוו, אויך נישט מיט דוד און אבשלום. אבער פארוואס קען מען נישט זאגן פשוט, עס מיינט אז ער וועט אים העלפן תשובה טון.


ווייל ס'איז נישט פשוט פשט... 😂

ליב צו וויסן » פרייטאג יולי 24, 2020 8:29 am

· #455068
הדסים
איך בין נישט באקאנט מיט ברעסלעוו, אויך נישט מיט דוד און אבשלום. אבער פארוואס קען מען נישט זאגן פשוט, עס מיינט אז ער וועט אים העלפן תשובה טון.


ווייל ס'איז נישט פשוט פשט... 😂

ישן מלא חדש » פרייטאג יולי 24, 2020 12:56 pm

· #455082
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די נידון דא איז געוועין צו עס איז דא א מושג אז א צדיק העלפט א אנדערע מדינה של גהינום און יא דאס זעט מען ביי דוד און דאס זעט מען ביי ר מאיר און אחר ועוד הרבה מקומות עס האט גארנישט מיט קריסטן.
אויב איינער זינדיגט אדעתא דהכי גייט עס אריין אין די גדר פון אחטא ואשוב וכו'
וד"ל

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

וואלווי » מאנטאג יולי 27, 2020 11:46 am

· #455231
איז דא אזא בחינה אין אונזערע צייטן אז א מענטש זאל זיך אזוי אויסארבעטען ווי די אבות העולם?

למשל, דוד המע"ה וואס איז געווען פון די שענסטע און גרעסטע ביי כלל ישראל, האט דער באשעפער נישט געוואלט זאגען יום מותו, נאר די טאג פון די וואך כמבואר בגמ' באריכות. אבער, מ'דערציילט, אז דער הייליגער חוזה האט געזאגט אז זיינע שונאים וועלען ניטאמאל קענען טרינקען א גלעזל לחיים ביום מותו, דהיינו ת"ב, וואס איז גאר א פונקעטליכע טאג אין חודש! קען גאר זיין אז די חוזה איז נתעלה געווארן נאך מער ווי דוד המע"מ?

ובאמת, האט אבער דער חוזה נישט געהאט די געלעגענהייט אויס צו שפילן די שטן אזוי ווי דהע"ה, ווייל מ'טאר דאך נישט לערנען ת"ב ווייל פיקודי ה' ישרים וגו'. קען זיין פארדעם האט מען עם יא מגלה מן השמים יום מותו, אבער מעיקרא דדינא טרעפט מען נישט היינט הייליגערס ווי די אבות העולם.

וצע"ג...

כרם זית » מאנטאג יולי 27, 2020 12:20 pm

· #455234
קאן זיין אז דער חוזה האט נאר געוויסט אז ער גייט שטארבן ווען מקען נישט עסן...
ערנסט גערעדט: וויסן זאכן איז לאו דוקא תלוי במדריגות, זכור את אשר שכרו בלעם בן בעור.

וואלווי » מאנטאג יולי 27, 2020 12:33 pm

· #455237
כרם זית
קאן זיין אז דער חוזה האט נאר געוויסט אז ער גייט שטארבן ווען מקען נישט עסן...
ערנסט גערעדט: וויסן זאכן איז לאו דוקא לוי במדריגות, זכור את אשר שכרו בלעם בן בעור.


אויב די "ערנסט גערעדט" איז די בלעם צו שטעל, דעמאלטס איז דאס פיינע נייעס...

דוראק » מאנטאג יולי 27, 2020 1:18 pm

· #455239
וואלווי
איז דא אזא בחינה אין אונזערע צייטן אז א מענטש זאל זיך אזוי אויסארבעטען ווי די אבות העולם?

אַז אַ מענטש זאָל זיך אויסאַרבעטן, דאָס איז זיכער שייכות, און אַ חיוב אויף יעדן איינעם. ווי דער רמב״ם שרײבט קלאָר אין הלכות תשובה „כל אדם ראוי לו להיות צדיק כמשה רבינו או רשע כירבעם” און אין תנא דבי אליהו שטייט געשריבן „חייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי אברהם יצחק יעקב”.

דאָס אָבער וואָס דו טוסט וואָס אויף דיר ליגט, איז נאָך ניט מחייב אַז מ'וועט דיר געבן מלעמלה די בחינות וועלכע מ'האָט זיי געשאָנקען, וואָס דאָס איז אָפּהענגיק ניט נאָר אָן דעם מענטשנס עבודה, נאָר דאָס איז אַ מתנה מלמעלה וואָס קומט באופן פון „עבודת מתנה אתן את כהונתכם”. און על דרך ווי די מעלה פון נבואה, וואָס אַ מענטש קאָן זײן הולך בדרכי הנבואה ואף־על־פי־כן לא תשרה שכינה עליו. די בחינות וואָס קומען במתנה מלמעלה (פאַרשטייט זיך – נאָכדעם וואָס דער מענטש האָט זיך זעלבסט שוין דורכאויס געהאַט אויסגעלײטערט אויף ווי ווײט מעגליך), און איז אָפּהענגיק אויף כל מיני פאַקטאָרן ווי דער זמן (בזמן ביהמ״ק איז די וועלט געוועזן מער מסוגל אויף גילוי אלוקות), מקום (אין השכינה שורה אלא בארץ ישראל). און אָט־אָ די מעלות פון די אבות העולם איז לכאורה ניט שייכות פאַר קיין שום בן אדם הײנטיקע צײטן, ווי בנוגע לנבואה וואָס לא קם עוד נביא בישראל כמשה, ומשמתו חגי זכריה מלאכי פסקה נבואה, ואין קורין אבות אלא לשלושה וכו'.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 27, 2020 3:04 pm

· #455247
דער רבי פון לובלין איז אוועק אום תשעה באב, דאס קען איך גלויבן.
נאך דעם האט איינער געזען אז מ'קען יענעם טאג נישט טרינקן, האט ער געזאגט "איי, די מתנגדים מוטשן זיך דערפאר".
האט א צווייטע געזאגט, "וואס מתנגדים? וואס פארא מתנגדים האט דער רבי פון לובלין געהאט?"
שוין, האט מען געמוזט ממציא זיין מתנגדים, און נאך דעם א הבטחה זייערע צו טרינקן א לחיים ביים פטירה פון דער רבי פון לובלין, און פון דארט איז א קורצע שפאן ביז צום הבטחה פון דער רבי פון לובלין, און א מעשה איז געבוירן געווארן.
מזל טוב מזל טוב! לחיים פאר דעם אליינס!

נהורא נפישא » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 5:35 pm

· #456489
ווייסט אפשר וואס פאר א טערמין ווערט גענוצט אין סעקולארע געזעץ פאר די מושג פון תחילתו בפשיעה וסופו באונס

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 5:44 pm

· #456490
gross negligence?

נהורא נפישא » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 5:51 pm

· #456491
ונבנתה העיר
gross negligence?

ווי איך פארשטיי מיינט דאס דאך נאך מער ווי סתם לייכטיזינגקייט, שטארקע לייכזיניגקייט, גארנישט צוטאן כלפי די פועל יוצא.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92