☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 12, 2013 10:49 pm

· #96338
ווען גיי איך שטארבן?
נעמט נישט אריין מיין שפעט געביורן ווערן און חשבון.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:39 pm

· #96360
[quote="זר זהב"]אה.. כאנישט געכאפט. איך ווייס נאך יעצט נישט וואס 3D מיינט[/quote]
איך האב נישט געוואלט פאוסטן אין תורה ומחשבה, ס'קומט עכט נישט אריין דארט.

אזא בילד ווי דעם קען מען נאר געהעריג זען מיט ספעציעלע גלעזער.



מאטי » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:54 am

· #96379
ס׳דא בילדער וואס אויב מקאנצענטרירט זיך שטארק קומט ארויס א 3d בילד ג״פ ברענג אהער

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 17, 2013 9:52 am

· #97596
RENEWAL
Renewal איז אן ארגון וואס שאפט נירען פאר נצרכים.
מיין שאלה וואס כ'וויל וויסן איז דאס פאלגענד.
ווען איר זעהט אן עד אין די צייטונגען, אז רינאועל זיכט א ניער פון א נדבן וואס איז TYPE וכו' זייער וויכטיג פאר אן מיידל 19 יאר אלט, אדער א 50 יעריגער איד מיט א גרויסע משפחה. - וואס גייט אייך אריבער דאן אין קאפ:
א) כ'ווייס ניטאמאל וואספארא Type איך בין..
ב) נע, ס'דא גענוג אידן מיט בעסערע הערצער ווי מיר, זיי וועלן שוין מנדב זיין..
ג) וואס בין איך שולדיג אז ה' ברענגט יסורים אויף א צווייטען?
ד) אפשר טאקע, אבער האב איך דען צייט דערצו?
ה) אפשר טאקע, אבער מיין משפחה וועט נישט מסכים זיין..

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 17, 2013 11:01 am

· #97618
כבין סעלפיש כוויל נישט דורך גיין מעדיקל פראצעדרן פאר א צווייטען ווען איך קען נישטאמאל.
סאיז נישט ריכטיג כווייס. פארדעם מיש איך שנעל איבער דעם בלעטעל.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 17, 2013 1:45 pm

· #97689
אלס איינער וואס האט א קרוב וואס איז אדורכגעגאנגען דעם פראצעדור פון מנדב זיין א ניר, און קענענדיג די ארגענאזאציע RENEWAL פון דער נאנט, קען איך אביסל דעם מצב דארט, און עס איז קלאר אז נישט יעדער מענטש איז געקנאטן פון דעם זעלבן טייג וואס קען אזוי מנדב זיין נירן. רחמנות אליינס איז נישט גענוג, מען דארף האבן די דרייסטקייט זיך צו לייגן הונטערן מעסער, און ליגן אפאר טעג אין שפיטאל מיט אביסעלע ווייטאגן. אמת, די REWARD פון ראטעווען א נפש אחת מישראל, די גוטע געפיל וואס באגלייט א גאנץ לעבן, וועגט איבער פי כמה די מינדערוויכטיגע יסורים וואס ווערט פארשוואונדן נאך עטליכע טעג, און די איבריגע שוועריגקייטן און סופפארט טוט RENEWAL צוהעלפן און מסדר זיין, פונדעסטוועגן דארף א מענטש זיין "ראוי" צו דעם, און נישט יעדער קען דאס באווייזן. מאנכע ציטערן פון א מעסער און פון בלוט ווי פונעם מלאך המות, אנדערע לאכן די יסורים אין פנים און גיבן זיך גרינגער אנייצע דערמיט, ס'איז ווי א מענטש.

רינועל האט דעריבער א פאליסי אז זי בעט נישט קיינעם, דער רצון צו געבן דארף קומען פון זיך אליין, און אפילו דער וואס וויל שוין יא מנדב זיין, דארף דורכגיין געוויסע פראצעדורן זיכער מאכן אז ער/זי איז טאקע ראוי לאותה איצטלא, און איז געזונט און שטארק כראוי וכיאות, און אז עס איז נישט פאראן קיין ערנסטע ווידערשטאנד מצד די משפחה (שטענדיג מאכט זיך אז א מאן/ווייב אדער עלטערן וואס שטעלן זיך דערגעגן), און נאכדעם וואס מען זעהט אז עס איז א 100 פראצענטיגע שידוך, גייט מען ווייטער.

עכ"פ, נישט יעדער איז געמאכט צו מנדב זיין. אויב קענסטו ממש נישט הערן דערפון, איז עס נישט פאר דיר, מיש טאקע איבער דעם בלעטל, אבער אויב שפירסטו יא א רצון דערצו, אפשר טאקע לייג צו אביסל קאפ דערצו, עס איז א זכיה פון חסד בגופו וואס מען קען נישט משער זיין ביז מען גייט דאס אדורך, און אז דו וועסט עס טון, וועסטו האבן א געהויבענע געפיל פאר די רעסט אוף יאאר לייף.

זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:50 pm

· #98467
פארוואס איז נישטא מער די פסח אויספארקויף פון "סעד ועזר" מהרז"ל אזוי ווי אלע יארן

איינער ווייסט?

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:54 pm

· #98470
זיי זאגן אז מיט אביסעל שאפפען קען מען טרעפן פאר ביליג אין די לאקאלע געשעפטען, ע"כ איז זייער יערליכע הפסד נישט שווה פאר די קליינע שכר וואס דר'עולם פארדינט.
די לאקאלע געשעפטען זענען זייער צופרידען דערפון.

זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:56 pm

· #98475
גוט, איך האלט אז ס'געווען אן עולה כלפי די געשעפטן.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:59 pm

· #98477
זר זהב
גוט, איך האלט אז ס'געווען אן עולה כלפי די געשעפטן.

אמת. א גאנץ יאר שרייבסטו אויף אין געשעפט. פלוצים פסח האסטו קעש צו באצאלן פאר "סעד"?

זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 2:02 pm

· #98479
גראדע מיינע גראסעריס וואו איך שאפ לאזן נישט אויפשרייבן, צו סעד פלעג איך נישט גיין.

דאס איז נייעס פאר מיר וואס דו זאגסט אז זיי פלעגן האבן שאדן.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 19, 2013 2:05 pm

· #98483
פיינעלי, איך האב "נייעס" פאר דיר.
בד"וו, ווען האסט א תירוץ אויף "פשפש ולא מצא" לאז דער עולם וויסן. ביי.

זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 2:16 pm

· #98487
די קשיא איז דאך, איז דען ביטול תורה נישט אן עבירה, וואס הייסט "ולא מצא"? דער תירוץ איז פשוט. יענער "מפשפש" איז א נאיווער, ער לערנט מיט א תמימות אין די בלויע גמרות נישט וויסענדיג אז ס'גייט אלעס צו די אנדערע זייט ליידער. דערפאר איז אים נישט בייגעפאלן צו קלערן אז זיינע יסורים האט מיט ביטול תורה צו טון.

קומען אונז חז"ל לערנען אז ס'באמת שייך צו זיין א פשפש ולא מצא און נאך אלס זיין א מבטל תורה!

ה' ישמרנו מהם ומהמונם, ונזכה לקבל פני משיח צדקנו באנפין נהירין בב"א.

זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 2:22 pm

· #98490
אוןו דאס קען אפשר זיין בדרך רמז, יתלו ב'ביטול תורה.. "ביטול" בלוי טריף

זר זהב » פרייטאג מערץ 29, 2013 3:56 pm

· #100395
מוז מען צינדן שבת ליכט וואו מ'שלאפט אדער קען מען דארט וואו מ'עסט ביידע שבת סעודות???

יידל » פרייטאג מערץ 29, 2013 3:58 pm

· #100397
עס איז גלייכער דארט וואו מ'שלאפט ווייל וואו מ'עסט איז נאר תוספות אורה. אבער געוויסע פירן זיך עפעס צו לאזן אפן א לייט וואו מ'שלאפט און צינדן וואו מ'עסט.

זר זהב » פרייטאג מערץ 29, 2013 3:59 pm

· #100398
מיינסט אין די הויז וואו מ'שלאפט, נישט א לייט אין בעדרום?

יידל » פרייטאג מערץ 29, 2013 4:05 pm

· #100399
א לייט וואס שיינט אריין אין בעדרום איז גענוג.

משה געציל » פרייטאג מערץ 29, 2013 4:32 pm

· #100409
דאכט זיך אז במקום אכילה אפילו עס איז נאר תוספות אורה איז ענדערשט צו צינדן ווייל עס דא א ריבוי שמחה, משא"כ אין בעדרום וואס די צינדן איז נאר אלטס שלא יכשל, הגם מיר פסק'נן אז מען מאכט יא א ברכה דערויף (יו"כ) דאך זענען דא וואס לערנען אז מען מאכט נישט קיין ברכה דערויף.
ד"א לחדודא בעלמא, ווי אין הלכות הדלקת הנירות איז דא א הלכה וואס בויט זיך ארום די פסק פון א פרוי?

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 29, 2013 6:07 pm

· #100436
די מאמע פון פרישה
בנוגע יום טוב.

משה געציל » מוצ"ש מערץ 30, 2013 8:45 pm

· #100460
גאט איט קאווע!

קאווע טרינקער » מוצ"ש מערץ 30, 2013 9:28 pm

· #100467
פארוואס קען מען נישט ניצן געהעריגע בשמים?

איחוד פעלד » מוצ"ש מערץ 30, 2013 9:42 pm

· #100469
עס איז דא נאך א זאך צוליב א פסק פין א פרוי.

ווער ווייסט?

איחוד פעלד » מוצ"ש מערץ 30, 2013 9:42 pm

· #100470
קאווע טרינקער
פארוואס קען מען נישט ניצן געהעריגע בשמים?


די נעגלעך האבען עפעס א חשש חימוץ.

משה געציל » מוצ"ש מערץ 30, 2013 11:20 pm

· #100496
איחוד פעלד
עס איז דא נאך א זאך צוליב א פסק פין א פרוי.

ווער ווייסט?

א תשובה אין מנחת יצחק נישט צו עסן קיין עק פון קיין ברויט אלטס אל תטוש.

ידען » מוצ"ש מערץ 30, 2013 11:53 pm

· #100500
קאווע טרינקער
די מאמע פון פרישה
בנוגע יום טוב.

וואס?

משה געציל » זונטאג מערץ 31, 2013 12:37 am

· #100513
ידען
קאווע טרינקער
די מאמע פון פרישה
בנוגע יום טוב.

וואס?

שבת כידוע מאכט מען די ברכה נאך לעכט צינדן, אפילו עס איז דאך דא א כלל אז "כל המצוות מברך עליהן עובר לעשייתן", אפ"ה וויבאלד עס איז דא א שיטה וואס לערנט אז דורך די ברכה איז מען מקבל שבת, און איינמאל מען האט מקבל שבת געווען קען מען דאך נישט צינדן, מאכט מען די ברכה נאכן צינדן. (דאס איז די סיבה פארן צודעקן די אויגן תיכף נאכן צינדן, כדי מען זאל נישט הנאה האבן פון די ליכט פארן ברכה).
לפי"ז יו"ט וואס מען מעג דאך צינדן לעכט, וואלט מען געברויכט צו מאכן די ברכה פארן צינדן, און אזוי האט טאקע געלערנט די מאמע פון די פרישה. למעשה די מג"א דארטן דינגט זיך (דאכט זיך אז ער דריקט זיך אויס מיטן לשון "אין חכמה לנשים"), און ער האלט אלטס "לא פלוג" זאל מען טון ווי שבת, אסאך אחרונים נעמען יא אן ווי דער מאמע פונעם פרישה.

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 31, 2013 12:47 am

· #100516
וואס איז די בעסטע וועג איבערווארמען מצה?

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 31, 2013 12:55 am

· #100518
נולד מאוחר
וואס איז די בעסטע וועג איבערווארמען מצה?

די שאלה איז נישט וויאזוי. נאר וואו-אין טאוסטער אווען? וואו מ'באקט א גאנץ יאר חמץ! 😳

ידען » זונטאג מערץ 31, 2013 12:56 am

· #100519
אין חכמה לנשים? אריין אין פרויען רעכטען אשכול..

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 31, 2013 1:32 am

· #100526
berlbalaguleh
נולד מאוחר
וואס איז די בעסטע וועג איבערווארמען מצה?

די שאלה איז נישט וויאזוי. נאר וואו-אין טאוסטער אווען? וואו מ'באקט א גאנץ יאר חמץ! 😳

וואס עפעס אין חמץ'דיגע טויסטער?

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 31, 2013 1:34 am

· #100527
משה געציל
איחוד פעלד
עס איז דא נאך א זאך צוליב א פסק פין א פרוי.

ווער ווייסט?

א תשובה אין מנחת יצחק נישט צו עסן קיין עק פון קיין ברויט אלטס אל תטוש.


איך רעד אין הדלקת הנרות.

ונבנתה העיר » זונטאג מערץ 31, 2013 1:38 am

· #100528
צינדן מבעוד יום?

משה געציל » זונטאג מערץ 31, 2013 10:22 am

· #100589
דהיינו?

ונבנתה העיר » זונטאג מערץ 31, 2013 5:54 pm

· #100765
ר' יוסף דער זוהן פון פרישה ברענגט אין זיין הקדמה צום פרישה חיו"ד ביידע חידושים בשם זיין מאמע אשת הפרישה.

קודם איז ער איהר מורא'דיג משבח ווי זי פלעגט דאווענען און לערנען, און ווי זי פלעגט רעדן אין לערנען מיט די תלמידים פון פרישה, דערנאך שרייבט ער 'הביטו נא וראו את מה שהרגישה בטעות הנשים בהדלקתן הנרות ביום טוב, וטעותן בשתים' דא ברענגט ער וואס דו האסט געשריבן בנוגע די ברכה, און דערנאך איז ער ממשיך 'הטעות השני מה שנוהגות הנשים להדליק נרותיהן של יו"ט אחר שהתפללו הקהל ערבית ואחר יציאתם מבהכנ"ס לביתם קודם אכילה, וזה אינו נכון, התינח בליל יו"ט של גליות שהוא ספיקא דיומא ואסור להכין מיו"ט ראשון לשני, ראוי לעשות כן, אבל מה שנמשך מזה שנוהגות לדלוק גם בליל יו"ט ראשון כן זה אינו נכון, ויותר טוב מדינא להדליק הנרות ג"כ קודם תפלת ערבית ולקבל היו"ט בהדלקתן הכל כמו שעושין לכבוד שבת, שיהא הכל מוכן מיד בבואו מבהכנ"ס' עיי"ש המשך דבריו.

משה געציל » זונטאג מערץ 31, 2013 5:56 pm

· #100766
יישר כח, נישט געזען די פרישה אינדעווייניג נאר אין מג"א וואס ברענגט נאר אראפ די ערשטע חלק.

זר זהב » זונטאג מערץ 31, 2013 6:05 pm

· #100772
אין איד פון פרשת ויקרא איז געשריבן אזוי: "עס איז שוידערליך די אויסדרוקן וואס מ'זעהט אין די ציוניסטישע קאמיוניקאצעי מיטלען איבער דעם שרעקליכן אומגליק וואס האט פאסירט פאריגע וואך אין ברוקלין. וואס ווי פארשטענדליך וועלן מיר זיי נישט איבער'חזרן.

וואס איז דאס?

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 31, 2013 6:37 pm

· #100785
שוין אמאל געווען ווען דער איד האט זיך איינגעהאלטן מיט עפעס שלעכטץ קעגען די א.ג. ציונים?

זר זהב » זונטאג מערץ 31, 2013 6:42 pm

· #100787
אבער וואס איז דאס פון וואס זיי רעדן?

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 2, 2013 9:19 pm

· #100793
זר זהב
אבער וואס איז דאס פון וואס זיי רעדן?

מסתמא דער שרעקליכער עקסידענט וואו ר' נחמן גלויבער וזוגתו זענען נעבעך אומגעקומען. הגם ס'איז שוין געשען עטליכע וואכן צוריק. אין מוקדם ומאוחר באיד.

זר זהב » דינסטאג אפריל 2, 2013 9:36 pm

· #100797
דאס ווייסיך, כ'פרעג וואס דאס: "עס איז שוידערליך די אויסדרוקן וואס מ'זעהט אין די ציוניסטישע קאמיוניקאצעי מיטלען" - איז געווען

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 2, 2013 9:45 pm

· #100799
זר זהב
דאס ווייסיך, כ'פרעג וואס דאס: "עס איז שוידערליך די אויסדרוקן וואס מ'זעהט אין די ציוניסטישע קאמיוניקאצעי מיטלען" - איז געווען

לא ידעתי. אבער אויב עפעס, וואלט שוין דער א"י קארעספאנדענט פון בלאט י.ל. יאקאב שוין געזאגט עפעס איבער דעם נושא. זייט ער האט רעפארטעד אז מ'האט ארעסטירט דעם פויגל (נישט מענטשליכער) וועלכער האט שפיאנירט פאר מדינת ישראל האט ער נישט געברענגט קיין אינטרעסאנטע ידיעות.

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 3, 2013 12:23 am

· #100824
גארליץ באראפארק
אין די גארליצע הויף, אויף די 42סטע גאס, ליגען צוויי גרויסע קאונטעינערס איינס אויפן צווייטען.
מיין שאלה איז וואס ליגט דארט, און וויאזוי איז מען זיך משתמש מיטן אויבערשטען קאונטעינער, עס איז דאך אזוי הויעך?

ידען » מיטוואך אפריל 3, 2013 1:01 am

· #100828
וואס לייגט מען אריין אין די מצות אז א סאך מענטשען האבען צו טוהן מיט די מאגען?

באשטעטיגט » מיטוואך אפריל 3, 2013 1:07 am

· #100830
ידען
וואס לייגט מען אריין אין די מצות אז א סאך מענטשען האבען צו טוהן מיט די מאגען?

בליט

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 3, 2013 6:04 pm

· #101014
שאלה פון בערל באלעגאלע
berlbalaguleh
שמעקעדיג
לאדיך אפ
כ'האב שטארק געוואלט וויסן די מקור פון אידישע מאכלים. ווען האט זיך אנגעהויבן טשיקן זופ פאר פרייטאג צונאכטס? געפילטע פיש (נישט די ניק)? פערפעל? קוגל?


איך האב געהערט אז די חסיד׳ישע מאכלים האבן אן ענין ע״פ סוד, מרומז אין די ז׳ מדות. כ׳געדענק אז קוגל איז מדת היסוד, אבער קען זיין אז כ׳מאך א טעות.

thl'
איך, למשל, בין נישט בקי אין די ד' מדות (אדער די ז' מדות( . איך עס מיט כוונות האר"י. מה ארי דורס ואוכל וכו'. 🙄


וועלכע ד' מדות מיינסטו? ❓

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 3, 2013 8:15 pm

· #101045
שמעקעדיג
berlbalaguleh
שמעקעדיג
לאדיך אפ
כ'האב שטארק געוואלט וויסן די מקור פון אידישע מאכלים. ווען האט זיך אנגעהויבן טשיקן זופ פאר פרייטאג צונאכטס? געפילטע פיש (נישט די ניק)? פערפעל? קוגל?


איך האב געהערט אז די חסיד׳ישע מאכלים האבן אן ענין ע״פ סוד, מרומז אין די ז׳ מדות. כ׳געדענק אז קוגל איז מדת היסוד, אבער קען זיין אז כ׳מאך א טעות.

thl'
איך, למשל, בין נישט בקי אין די ד' מדות (אדער די ז' מדות( . איך עס מיט כוונות האר"י. מה ארי דורס ואוכל וכו'. 🙄


וועלכע ד' מדות מיינסטו? ❓

די פיהר מידות זענען געווען: סמאלל, מידיום, לארדזש און עקסטרא לארדזש.

ידען » מיטוואך אפריל 3, 2013 8:20 pm

· #101048
באשטעטיגט
ידען
וואס לייגט מען אריין אין די מצות אז א סאך מענטשען האבען צו טוהן מיט די מאגען?

בליט

😂

Let me rephrase

וואס ליגט אין די מצות אז סע מאכט אזא גערידער ביי מענטשען אפי' א טאג נאך עסען די רפואהדיגע מצות?

וואס ליגט אין עס מער ווי ברויט אז א סאך מענטשען וואס עסען עס (נישט יעדער אבער זייער א סאך מענטשען) קען מען נישט שטיין לעבען זיי?

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 5, 2013 8:31 am

· #101620
מיינע שאלות בלייבן אומפארענטפערט דאך וועל איך פראבירן נאכאמאל.
איך וויל וויסען וועלעכע בעקעריי פארקויפט געלע מצות לכבוד שבתגעלעמצות?

לעמיל » פרייטאג אפריל 5, 2013 11:29 am

· #101651
לכראורה די בעלזע מקוה אידען פרעיג איך אויך ער וועט וויסען פאר זיכער
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92