☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

איך אויך » מאנטאג מאי 30, 2016 6:47 pm

· #335380
האסט דאך יא ארויס די זאך. אם אין דעת הבדלה מנין?

שמיטשיק » מאנטאג מאי 30, 2016 10:08 pm

· #335423
וואס איז פשט פון די "ראנג" פראצענט % אונטער געוויסע ניקים?

וואס דארף עס באדייטן? פארוואס האבן געוויסע ניקים יא און געוויסע נישט? איז א העכערע נומער א מעלה אדער פארקערט?

געוואלדיג » דינסטאג מאי 31, 2016 11:17 am

· #335489

בת קול » דינסטאג מאי 31, 2016 1:17 pm

· #335510
פרייוויליג
בין איך דער איינציגסטער דא וואס איז שרעקליך צומישט איבער דעם אידענטיטעט פון @שבת אחים? וויפיל איך האב פראבירט ארויסצוהאבן זיינע שיטות ווער איך נאכמער און מער צומישט און צוטומלט. איך האב אמאל געמיינט אז ער וואוינט אין אהייא, היינט ווער איך געוואור אז ער וואוינט אין סטעטן איילענד. איך האב פאר א קורצע צייט געמיינט אז ער איז א רמב"ם איד, ווער איך היינט געוואור אז ער איז גאר א בודהיסט. פאר א געוויסע תקופה האב איך געמיינט אז ער איז א שטארקע גלויביגער איד, אבער צום סוף בין איך אנטוישט געווארן אז די דיוויין איז ביי אים מוטל בספק. דורכאויס דעם איצטיגער קאמפיין כאפ איך שווער זיין אבסעסיע מיט בערני. אמאל מיין איך אז ער איז זאגאר א איד מיט א געשוירן בערדל וואס וואוינט אין ווערמאנט און קאמפיינט מיט בערני, דערנאך הער איך אז ער פארמאגט גאר א בארד וואס וואוינט און סטעטן איילענד. איז ער א מארקסיזט? א סאושעליסיט? א קעפעטיליזט? אדער א וועדזשעטעריען?

געשריבן טאקע סארקאסטיש, אבער די צומישעניש איז אין א ערנסטע מינע.

און איז ער א וויזניצער אדער א וועדזשעטעריאן?
פאררופט ער זיך א מאנספערזאן אדער איז ער גאר א טראנסגענדערניק?

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 31, 2016 1:23 pm

· #335511
וואסי פשט אז די זון שיינט און באקט אויף כוח, אבער ווערט פאר 15 סעקונדעס שוואכער, און תיכף דערנאך קומט ער צוריק מיט זיין שטארקייט?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 31, 2016 1:25 pm

· #335512
דער צדיק הדור האט זיך איינגעדרימעלט פאר א פאר סעקונדעס

בן אדם » דינסטאג מאי 31, 2016 2:41 pm

· #335522
ס'איז געוואנדן לויט די צאל עראפלאנען וואס דרייען זיך אין די לופט.

איש חזון » דינסטאג מאי 31, 2016 3:38 pm

· #335538
געוואלדיג

ראַנג מיט א פת"ח.
(נישט ווי איך פלעג מיינען אז דאס איז מיט א קמץ...).

גראף » מיטוואך יוני 1, 2016 7:45 pm

· #335832
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אז איך וויל כאפען א טבילה און דער פילטער לויפט איז די טבילה גארנישט אדער יא (אן אריין גיין טבילה כהיום). ווי אויך השקה?

גראף » מיטוואך יוני 1, 2016 7:55 pm

· #335836
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נו?

גראף » מיטוואך יוני 1, 2016 8:20 pm

· #335843
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דעס האב איך געהאט געגוגלט אבער וואס פסק'נן די חסידים?[WINKING FACE]

יהושע חיים » מיטוואך יוני 1, 2016 11:49 pm

· #335904
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
לויט ווי איך דענק איז מען מחמיר נאר אויף א טבילה דאורייתא אז עס זאל האבן השקה און אן קיין פילטער

פאר א מאן (וואס גייט נישט אויף די הר הבית) איז נישט מן התורה (אויך נישט מדרבנן) קען זיך ארינטער טינקען בשעת די פילטער ארבעט

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

הגיון » דאנערשטאג יוני 2, 2016 5:02 pm

· #336057
איינער ווייסט צו א טאשן זייגער וואס מען האט כמעט נישט גענוצט קען מען ארויסנעמען די ווערד דערפון? איך וואלט דאס לפחות אויפגעטוישט מיט א האנט זייגער.

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג יוני 2, 2016 5:43 pm

· #336065
נאר אויב ס'האט נישט דיין נאמען אריינגעקריצט קענסט עס פארקויפן פאר א חתן.

אדערווייס קען מען גארנישט טוהן דערמיט.

קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:18 pm

· #336123
גראדע קען מען יא עפעס טון,

ס'דא אין וומס''ב איינער וואס קויפט אפ גאלד ער קומט אראפ מייניך, און ער נעמט ארויס די זייגער, און וועגט אפ די גאלד, און אזויפיל לויט די מארקעט פרייז באקומסטו קעש. אגב אפילו די מארקעט פרייז פאר גאלד האלט הויעך, אבער מ'באקומט זיכער נישט צוריק אפילו העלפט די ווערט פון א גאלדענע חתן זייגער

יא צייט איז טייער...

קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:35 pm

· #336138
לכבוד העניך'ס שאלה צי א קינד'ס לעבן איז עכט חשובער ווי אן עלטערן'ס (עפעס אזוי)
האב איך געטראכט, מען זעהט אסאך קארס האבען באמפער סטיקערס ''בעבי אן באורד'', וואס מיינען זיי אז מיט בעביס אן באורד וויל מען נישט מאכען אן עקסידענט מיט די קאר און עלטערע מענטשען וויל מען יא מאכן עקסידענטס?

ירח בן יומו » דאנערשטאג יוני 2, 2016 11:45 pm

· #336149
הגיון
איינער ווייסט צו א טאשן זייגער וואס מען האט כמעט נישט גענוצט קען מען ארויסנעמען די ווערד דערפון? איך וואלט דאס לפחות אויפגעטוישט מיט א האנט זייגער.

הגרח"ק איז מעורר לעצטענס אז מ'טאר נישט גיין מיט קיין האנט זייגער, עס איז א איסור פון לא ילבש.

יהושע חיים » פרייטאג יוני 3, 2016 12:07 am

· #336153
איך מיין אז עס איז נישט לעצטענס, נאר ער האט אלעמאל אזוי געהאלטן\געזאגט.

פרייוויליג » פרייטאג יוני 3, 2016 12:18 am

· #336156
Give me a break

ירח בן יומו » פרייטאג יוני 3, 2016 12:39 am

· #336159
איר קענט עס אויסטרייען, מ'גייט אריין צו עם און מ'באקומט א פסק. מיט א ברכה.

משולם שטיינפעלד » פרייטאג יוני 3, 2016 6:40 am

· #336177
קאמענטירער
לכבוד העניך'ס שאלה צי א קינד'ס לעבן איז עכט חשובער ווי אן עלטערן'ס (עפעס אזוי)
האב איך געטראכט, מען זעהט אסאך קארס האבען באמפער סטיקערס ''בעבי אן באורד'', וואס מיינען זיי אז מיט בעביס אן באורד וויל מען נישט מאכען אן עקסידענט מיט די קאר און עלטערע מענטשען וויל מען יא מאכן עקסידענטס?

בעיבי אן באורד סיינס

פרייוויליג » פרייטאג יוני 3, 2016 9:21 am

· #336184
ירח בן יומו
איר קענט עס אויסטרייען, מ'גייט אריין צו עם און מ'באקומט א פסק. מיט א ברכה.

שטותים והבלים גדולים ונוראים צו זאגן אויף א האנט זייגער לא תלבש.

קאמענטירער » פרייטאג יוני 3, 2016 12:53 pm

· #336247
וויאזוי הייסט די פלעסטיק וואס מרעפט איין אייטעמס און מיט א בלויער ציט מען עס צוזאם? און זאל זוין זיין אין איינוועגס א לינק צו איינער וואס פארקויפט עס פאר א גוטע פרייז

קאמענטירער » פרייטאג יוני 3, 2016 12:54 pm

· #336248
וויאזוי הייסט די פלעסטיק וואס מרעפט איין אייטעמס און מיט א בלויער ציט מען עס צוזאם? און זאל שוין זיין אין איינוועגס א לינק צו איינער וואס פארקויפט עס פאר א גוטע פרייז
ישר כח מתחילה..

וואלווי » פרייטאג יוני 3, 2016 1:03 pm

· #336249
shrink wrap

קאמענטירער » זונטאג יוני 5, 2016 3:28 pm

· #336582
פעניס פון וועלעכע יאר און צוריק קען עס זיין מער ווערט ווי א סענט?

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 5, 2016 4:53 pm

· #336595
קאמענטירער
פעניס פון וועלעכע יאר און צוריק קען עס זיין מער ווערט ווי א סענט?

1909

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 5, 2016 4:54 pm

· #336596
די קעניג פין אמעריקע
קאמענטירער
פעניס פון וועלעכע יאר און צוריק קען עס זיין מער ווערט ווי א סענט?

1909

ס׳ איז אבער נישט ווערט מער ווי 2 דאללער

איש חזון » מיטוואך יוני 8, 2016 1:50 pm

· #337216
ווען מען שרייבט אן הודעה און מען וויל דערמאנען א געוויסע חבר החדר, קודם כל פארוואס איז דער מנהג צו לינקען צו יענעם'ס פראפייל? און אויך, איז דא א שארטקאט צו דעם אדער מען דארף גיין אויפזיכן דעם פראפייל עס צו קענען לינקען?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 8, 2016 2:16 pm

· #337223
מ'שרייבט די נאמען און מ'סעלעקט די נאמען און מ'קליקט אויף TAG, אזוי אטאמאטיש ווערט יענער געטעג'ט

איש חזון » מיטוואך יוני 8, 2016 3:40 pm

· #337240
א דאנק אייך הרב @ליטוואק פון בודאפעסט.

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 8, 2016 11:47 pm

· #337334
וואסי פשט וואס לעצטענס אסאך טוויטער אקאונטס לייגן ארום זייער (((נאמען)))
?

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:13 am

· #337339
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איז דא א וועג ארויס פון גיין קויפן בלומען פאר שבועות?
די בלוט גייט מער ארויפ אין קאפ נאר פון טראכטן פון שטיין אין ליין אין א פיצקעלע געשעפט צוקוועטשט ווי הינדלעך אין א פישקע אין חצר פון ביהמ״ד ערב יו״כ, פאר א שעה אנדערט האלב אין דערנאך פארגעסען די טשיקאווע נעמען פון hydrendges מיט orchides .
סאיז נישט פאר מיר די מעשה

Chuchem » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:24 am

· #337342
<a class="postlink" href="http://metro.co.uk/2016/06/05/people-are-putting-echoes-around-their-names-on-twitter-heres-why-5925002/">http://metro.co.uk/2016/06/05/people-ar ... y-5925002/</a>

Chuchem » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:37 am

· #337344
שטילע אינגערמאן
איז דא א וועג ארויס פון גיין קויפן בלומען פאר שבועות?
די בלוט גייט מער ארויפ אין קאפ נאר פון טראכטן פון שטיין אין ליין אין א פיצקעלע געשעפט צוקוועטשט ווי הינדלעך אין א פישקע אין חצר פון ביהמ״ד ערב יו״כ, פאר א שעה אנדערט האלב אין דערנאך פארגעסען די טשיקאווע נעמען פון hydrendges מיט orchides .
סאיז נישט פאר מיר די מעשה

Order online,
<a class="postlink" href="http://www.proflowers.com/discount-flowers-ssv">http://www.proflowers.com/discount-flowers-ssv</a>

<a class="postlink" href="http://www.fromyouflowers.com/deliver/same-day">http://www.fromyouflowers.com/deliver/same-day</a>

<a class="postlink" href="http://www.1800flowers.com/cheapflowers?flws_rd=1">http://www.1800flowers.com/cheapflowers?flws_rd=1</a>

אהרן » דאנערשטאג יוני 9, 2016 1:33 am

· #337349
שטילע אינגערמאן
איז דא א וועג ארויס פון גיין קויפן בלומען פאר שבועות?
די בלוט גייט מער ארויפ אין קאפ נאר פון טראכטן פון שטיין אין ליין אין א פיצקעלע געשעפט צוקוועטשט ווי הינדלעך אין א פישקע אין חצר פון ביהמ״ד ערב יו״כ, פאר א שעה אנדערט האלב אין דערנאך פארגעסען די טשיקאווע נעמען פון hydrendges מיט orchides .
סאיז נישט פאר מיר די מעשה

פאר אנאנים וועסטו זיצען אין טרעפיק און כאפן קלעפ, אבער א שושנה לכבוד יו"ט דערמאנט דיר פון די הינדלעך עיו"כ..

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יוני 9, 2016 1:37 am

· #337350
אהרן
שטילע אינגערמאן
איז דא א וועג ארויס פון גיין קויפן בלומען פאר שבועות?
די בלוט גייט מער ארויפ אין קאפ נאר פון טראכטן פון שטיין אין ליין אין א פיצקעלע געשעפט צוקוועטשט ווי הינדלעך אין א פישקע אין חצר פון ביהמ״ד ערב יו״כ, פאר א שעה אנדערט האלב אין דערנאך פארגעסען די טשיקאווע נעמען פון hydrendges מיט orchides .
סאיז נישט פאר מיר די מעשה

פאר אנאנים וועסטו זיצען אין טרעפיק און כאפן קלעפ, אבער א שושנה לכבוד יו"ט דערמאנט דיר פון די הינדלעך עיו"כ..

גלייכסט צו כאפן קלעפ פון א פרוי מיט שטיין אין ליין פאר א שעה? סארא דמיון??

אהרן » דאנערשטאג יוני 9, 2016 1:40 am

· #337353

🙂

Bpjew » זונטאג יוני 26, 2016 8:21 pm

· #339161
Which service is best to use upstate in the mountains

שלי שלך » זונטאג יוני 26, 2016 11:32 pm

· #339176
מער ווייניגער ווערייזאן.
At&t איז גוט אין ליבערטי און כ'האב געהערט אז אין מאנטיסעלא אויך.

אהרן » מאנטאג יוני 27, 2016 11:27 am

· #339197
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איך זיך א ביליגע compact all in 1 printer, וואס איז מיין בעסטע אפשען?
דערווייל האב איך געטראפן דאס די פראבלעם מיט דעם איז אז עס האט נישט קיין אוטומעטיק פידער פאר די סקענער, איך וואלט אויך געקענט באשטיין אביסל קלענער און ביליגער.

א דאנק פון פאראויס.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 27, 2016 11:34 am

· #339199
זעה דא

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8430">viewtopic.php?f=25&t=8430</a><!-- l -->

גראף » מאנטאג יוני 27, 2016 1:29 pm

· #339212
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איך וויל וויסן פארוואס ווען איינער שרייבט עפעס באקומט יענער אפשר לאמיר זאגן צוויי אדער דריי לייקס און ווען ממש דערנאך קומט א צווייטע און קוואט יענעמס תגובה אן צולייגען עפעס אייגענס באקומט די צווייטע פינף לייקס. פארוואס האסטו נישט געלייקט די ערשטע?

איך האב עס באמערקט און איך וויל עס פשוט פארשטיין.

בן אדם » מאנטאג יוני 27, 2016 1:31 pm

· #339213
די סיסטעם איז אזוי פראגעמירט.

געוואלדיג » מאנטאג יוני 27, 2016 1:45 pm

· #339214
צומאל אויב איז מען איינשטימיג מיט נאר מיט די נקודה פון דעם ערשטן כותב, וויל מען נישט לייקן יענעמס גאנצע תגובה ווייל מען איז נישט מסכים מיט די גאנצע אבער יענע איין נקודה איז מען יא איינשטימיג און מען לייקט.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 27, 2016 4:54 pm

· #339241
גראף
איך וויל וויסן פארוואס ווען איינער שרייבט עפעס באקומט יענער אפשר לאמיר זאגן צוויי אדער דריי לייקס און ווען ממש דערנאך קומט א צווייטע און קוואט יענעמס תגובה אן צולייגען עפעס אייגענס באקומט די צווייטע פינף לייקס. פארוואס האסטו נישט געלייקט די ערשטע?

איך האב עס באמערקט און איך וויל עס פשוט פארשטיין.

גראף: ייש"כ. דו האסט ממש אויסגעכאפט די ווערטער פון מיין קיבאורד. נאר ס'דא א תירוץ אויף דעם. ס'נישט אייביג (כמעט קיינמאל) וואס מ'זאגט. נאר ווער ס'זאגט...למשל ווען בערל בעל עגלה זאגט עפעס איז עס עפ"י רוב נישט אינטרעסאנט. ווייל וואס קען דען און וואס פארשטייט דען א באלאגאלעה, חוץ צו שמייסן די פערד, און זיי געבן צו עסן. אבער ווען אזא אויפגעקלערטער און הויכגעשעצטער ניק ווי.... (יו נאו הו יו אר...! זאגט עפעס א נארישקייט, באווארפט מען איהם מיט לייקס. און ר'באקומט א גאנצע שורה מיט שטערנדלעך... 😂 🙄 😈

גראף » מאנטאג יוני 27, 2016 5:15 pm

· #339250
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
@געוואלדיג איך מיין טאקע ווען מען קוואט די ''גאנצע'' תגובה נישט נאר א חלק.

שלום על ישראל » מאנטאג יוני 27, 2016 5:23 pm

· #339252
berlbalaguleh
גראף: ייש"כ. דו האסט ממש אויסגעכאפט די ווערטער פון מיין קיבאורד. נאר ס'דא א תירוץ אויף דעם. ס'נישט אייביג (כמעט קיינמאל) וואס מ'זאגט. נאר ווער ס'זאגט...למשל ווען בערל בעל עגלה זאגט עפעס איז עס עפ"י רוב נישט אינטרעסאנט. ווייל וואס קען דען און וואס פארשטייט דען א באלאגאלעה, חוץ צו שמייסן די פערד, און זיי געבן צו עסן. אבער ווען אזא אויפגעקלערטער און הויכגעשעצטער ניק ווי.... (יו נאו הו יו אר...! זאגט עפעס א נארישקייט, באווארפט מען איהם מיט לייקס. און ר'באקומט א גאנצע שורה מיט שטערנדלעך... 😂 🙄 😈

לאמיr זעהן צו ס'ארבייט

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 27, 2016 5:23 pm

· #339253
פארוואס האט שוין דער אשכול כמעט אזויפיהל בלעטער ווי דער "וועבערמאן סומאטאכע" אשכול...151/157...?

קאמענטירער » מיטוואך יוני 29, 2016 8:55 pm

· #339562
וואס מיינט דער צעטיל? דהיינו וואס ליגט אונטער דעם? אויב איינער קען זיך די פרטים בכבוד הראוי
תמיה.JPG