זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געפילטע פישסא אויב ע"פ הלכה וואלט מען געמעגט גנב'נען וואלסטו נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט דעם?
אויב יענער איז פארמעגליכער און ער וועט נישט וויסן דערפון וואלט איך נישט געהאט א פראבלעם דערמיט אויב ס'איז אויסגעהאלטן להלכה
עקזעקטלי!
איך רעד נישט פון מאכן אן ארגאניזירטע רויבעריי, אבער ווי מען קען א שווינדל טון אינטערן טיש, פארוואס'זשע נישט, איך קען דאך נאר פארדינען און כ'האב נישט וואס צו דערלייגן.
(קען אויך זיין אז כ'וואלט עס נישט געטון צוליב "מענטשליכקייט", כ'ווייס נישט)
שמעקעדיגעקזעקטלי!

אויב וואלט עס געווען מותר וואלט דאך עס יעדער געטון. קומט נישט אריין מענטשליכקייט דא. יענעמ'ס געלט וואלט געווען אזוי ווי יעדנ'ס שעמפו אין מקוה, איך נעם פון דיר און דו פון מיר
יעצט ווייס איך שוין ווער עס נוצט מיין שעמפו!
און איך ווייס ווער ס'נוצט מיינס!
יעצט ווייס איך שוין ווער ס'נעמט די לעפל פון די קאפי.
כ'זע מ'דארף טאקע אויפוועקן יענע עטיקס אשכול.
עטיקס איז א טו וועי סטריט בלויז
ישמעאל הכהןפארוואס האט דע גאז סטאנציע אויף 44 און פארט העמילטאן געטוישט פון געטטי צו עקסאן
רוב גאז סטאנציעס זענען פרענשייסיס, דאס הייסט אז זיי דארפן באצאלען גרויס געלט פאר די ברענד צו קויפן די גאז. געטי געהערט פאר luke oil פון רוסלאנד. ס'זעהט אויס ווי די פרענשייס איז מיד געווארן פון האנדלן מיט luke oil און באשלאסן צו גיין מיט exxon. כ'האב באמערקט די זעלבע זאך אין ניו זשורסי לעצטענס מיט צוויי סטעישענס. זעהט אויס די רוסן זענען געווארן מער greedy.
sour pickleWhere can have a spell check for Hebrew (not for money
נוץ גוגל סערטש אדער גוגל קראם.
ס'איז א האלבע שעה צום זמן און איבער הונדערט אידן זענען יעצט אויף קאווע שטיבל!!
אידן זענט איר משוגע צו וואס? גייטס מאכטס שבת ערבתם ? עשרתם? הכנתם את הנר ?
אונז זעמער די יעקעס וואס דעקן שוין דעם טיש דאנערשטאג נאכט נאך סאפער.
בענדזשאמין פרענקליןס'איז א האלבע שעה צום זמן און איבער הונדערט אידן זענען יעצט אויף קאווע שטיבל!!
אידן זענט איר משוגע צו וואס? גייטס מאכטס שבת ערבתם ? עשרתם? הכנתם את הנר ?
העי קאלם דאון.... האסט שוין עפעס פאר מלוה מלכה?
חובעלע ,גיי ווייטער מיט דיין הקהה את האטיס מיסיע. האסט מיר צושמייכעלט.
פארמעקט, שוין נישט נוגע.
כ'וואלט נישט געצאהלט ווייל איך באקום עס בחינם יעדע פאר יאר. יא.. איך האב שיר פארגעסען... די דייפירס קאסט מיך יא.
איז דא ערגעץ אויסגעשמוסט די גדר ווער סהייסט א פריוואטער מענטש אז מטאר נישט דיסקאסען דא אין שטיבל?
כהאב געשריבען עפעס איבער איינע פון די מערסטע פאפאלער אידשע פרומע סעלעברעטיעס און מהאט מיר געמעקט און געווארנט.
כפארשטיי די הארבקייט פון רעדן איבער פריוואטכ מענטשען אבער אז מענטש גייט פאבליק איז לכוארה א צווייטע מעשה, ניין?
לאמיר זאגן נחום ראזנבערג טאנץ פון דאך אדער גט זיך מעג מען נישט דא דערמאנען? וואס האלט דער עולם?
ווי אזוי טוישט מען די נאמען פון א אשכול?
רעדיגער, און טויש די נאמען
ס'ארבייט נישט ביי מיר 😞
טאמער ביסטו די פותח האשכול, טויש די קעפל אין די "טעמע" באקסל העכער'ן הודעה.
אבער נאך א געוויסע צייט אפשניט אדער מספר הודעות נאכדעם קען מען שוין נישט רעדאגירן. אויב איז דאס די קעיס ווענד זיך צו איינער פון די מנהלים\גבאים\אחראים.
וואס איז די RATIO צווישען ערנסטע תגובות און וויצען/צינישע ענטפערס/ליצנות, אין קאווע שטיבל?
און איז עס אנדערש ווי די ratio ביי שמועסען סתם אזוי מחוץ לקאווע שטיבל?
דו מיינסט אז ס'איז ערגער דא, אדער בעסער?
איך מיין אז די רעינדזש פון ערענסקייט איז פשוט ברייטער דא ווי אין ריל לייף, ווייל די עולם איז מער אפן צו רעדן זאכן וואס מ'רעדט נישט אין שול. ממילא איז דא מער ליצנות פון איין זייט, אבער אויך מער ערענסטע טיפזיניגע דיסקוסיעס וואס דו וועסט אויך נישט טרעפן אין שול.
איך בין אהיימגעקומען פון קאנטרי האב איך געזען א גרינע טעקסי וואס מיינט עס?
ווייסט איינער ווער אלי וואלגעלענטער פין איי בי אי נויז ? האט זיך געלאזט וואקסען א בארד. ווייסט איינער פשט?
סאשי פישאיך בין אהיימגעקומען פון קאנטרי האב איך געזען א גרינע טעקסי וואס מיינט עס?
איראן רוקט זיך צוביסליך אריין
פאר א שטיק צייט צירוק פרשת ראה איז און גליון בצלא דמהימנותא פון קלויזענבורק'ער רבי רבי הירש מיילעך פון נתניה
געוועהן געדרוקט גאר א לאנגע שמועס פון אים מיט זיינע שוואגערס ועוד, איבער צען בלעטער שמועס, וואס איז געוועהן
ביום שבת קודש.
יעצט וויל איך וויסען ווי אזוי ס'גייט צו. ווערט עס געדרוקט מזכרון מפי השומעים?
וואס איז בכלל נישט מסתבר, ווייל ס'זייער אלאנגע שמועס, מיט אסאך איינצעלהייטען, מראי מקומות, וכדומה,
און ווי אויך איז עס געוועהן אויף אפרוה, ווי ס'נישטא צופיל שומעים?
אדער רעקאדירט מען עס בלי בושה ביום השבת קודש?
האטס נישט קיין טעות. דעס אז איך בין זיי חושד פאר מחללי שבתות איז אפגערעד. מיין שאלה איז נאר, ווי האבען זיי נישט קיין בושה פאר דער גאס?
צו מיינען זיי אז דער גאס גייט עס אפקויפען, אז אלעס איז זכרון מפי השומעים? אתמהה? ואנכי תמ"ה תמ"ה אקרא?
סאו וואטפאר א שטיק צייט צירוק פרשת ראה איז און גליון בצלא דמהימנותא פון קלויזענבורק'ער רבי רבי הירש מיילעך פון נתניה
געוועהן געדרוקט גאר א לאנגע שמועס פון אים מיט זיינע שוואגערס ועוד, איבער צען בלעטער שמועס, וואס איז געוועהן
ביום שבת קודש.
יעצט וויל איך וויסען ווי אזוי ס'גייט צו. ווערט עס געדרוקט מזכרון מפי השומעים?
וואס איז בכלל נישט מסתבר, ווייל ס'זייער אלאנגע שמועס, מיט אסאך איינצעלהייטען, מראי מקומות, וכדומה,
און ווי אויך איז עס געוועהן אויף אפרוה, ווי ס'נישטא צופיל שומעים?
אדער רעקאדירט מען עס בלי בושה ביום השבת קודש?
האטס נישט קיין טעות. דעס אז איך בין זיי חושד פאר מחללי שבתות איז אפגערעד. מיין שאלה איז נאר, ווי האבען זיי נישט קיין בושה פאר דער גאס?
צו מיינען זיי אז דער גאס גייט עס אפקויפען, אז אלעס איז זכרון מפי השומעים? אתמהה? ואנכי תמ"ה תמ"ה אקרא?
דאס זעלבע קענסטו פרעגן ווי אזוי מ'קען געדענקן די צוואנציג קשיות און פופצן בחינות פון א רבי'ס פרייטג-צו-נאכטיגע תורה.
סאשי פישאיך בין אהיימגעקומען פון קאנטרי האב איך געזען א גרינע טעקסי וואס מיינט עס?
טעקסי'ס פאר די בארא'ס.
זיי מער מסביר
ישר
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2012/04/30/nyregion/new-yorks-new-taxi-is-green-literally.html?_r=0">http://www.nytimes.com/2012/04/30/nyreg ... .html?_r=0</a>
איך פארשטיי נישט. די עולם אישי'ט מיך אין גרויסן אז זיי ווילן מיך דא אין די שטיבל, אבער קיינער פרעגט זיך נישט נאך אויף מיר?
atmybestאיך פארשטיי נישט. די עולם אישי'ט מיך אין גרויסן אז זיי ווילן מיך דא אין די שטיבל, אבער קיינער פרעגט זיך נישט נאך אויף מיר?
איך האב דיך נישט גע'אישי'ט, סא פרעג די נעקסט גיי. און הייב נישט אן מיטן נאר ארויס פון בוד.
אין אן אנדערע אשכול ליין איך
מנשה לוסטיגhttp://www.youtube.com/watch?v=GbXqOOPYYrg&list=PL5FE12511BB75EE97&index=1
די נאבעלע חסד פון סאטמאר.
כ'האב געקוקט אביסל, זעהט אויס שרעקעדיג.
וואס איז די אנדערע צד מעשה?
atmybestאיך פארשטיי נישט. די עולם אישי'ט מיך אין גרויסן אז זיי ווילן מיך דא אין די שטיבל, אבער קיינער פרעגט זיך נישט נאך אויף מיר?
איך יא. וויאזוי גייט עס דיר? וויאזוי פילסטו אין בריאות? וואס טוען די קינדער? שוין אהיימגעקומען פון קעמפ? וואס איז מכח פרנסה? איהר האט שוין (פרישע( חלות איף שבת? שוין געוועין אין מקוה? טועמיה? גוט שבת!
ווער איז בעל הבית אויף אלע געימס ווי למשל שאך, טשעקערס, סטארטיגא, איינער איז בעל הבית דערויף? אדער יעדער קען עס פארקויפען?
רוב פון די געימס באלאנגען פאר'ן public domain, און די אינטעלעקטואלע פראפיטי באלאנגט נישט פאר קיינעם, אדער פאר יעדעם.
פארוואס אויף אלע הצלה אמבולענסעס ווי אויך די גוי'אישע EMT's שטייען די ווערטער אויפן פראנט ווינדשילד פארקערט?
כדי מען זאל עס קענען ליינען פון די שפיגל
Think about it
אביסל מער פונקטליכער
כדי דער דרייווער אין די אוטו פארענט פונעם אמבולנס, זאל זעהן די ווארט ליינבאר אין זיין שפיגל
פארוואס האבן נישט די פאליציי און פייער טראקס אויך די זעלבע?
שמעקעדיגפארוואס האבן נישט די פאליציי און פייער טראקס אויך די זעלבע?
ווייל מ'הערט אזאנא קולות אז ס'פעהלט בכלל נישט אויס ס'זאל שטיין עפעס..
טעפלשמעקעדיגפארוואס האבן נישט די פאליציי און פייער טראקס אויך די זעלבע?
ווייל מ'הערט אזאנא קולות אז ס'פעהלט בכלל נישט אויס ס'זאל שטיין עפעס..
איך מיין אז קיינער מאכט נישט קיין העכערע קולות ווי א פרישער לע לא הצלה מעמבער וואנאבי מיט טויזנט לייטס אויף יעדן אינטש פונעם קאר.
גערעכט איז גערעכט..
ווען עסט א מענטש אסאך און ווערט גראב?
אסאך מאל זעט מען א מענטש וואס האט געלט, שיינע יוד, וכו׳ מיט א שיינע גרויסע בויך און מען זאגט ווייל עס גייט עם גוט עסט ער אזוי אפיטליך ער האט געלט צו גיין אין רעסטעראנט און זיך לאזען קאסטען און ער איז צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען
נאכדעם קען מען זען א מענטש קוים פרנסה, א שלעפער, וכו׳ מיט א שיינע גרויסע בויך און מען זאגט ווייל ער איז צובראכען/מיואוש האט ער זיך גענומען עסען אז כאטש דעמאלץ טראכט ער נישט פון זיינע צרות אדער ער טראכט וואס האב איך פון זיין דאר קיינער דארף מיך נישט עניוועי קיינער קוקט מיך עניוועי נישט אן פרנסה האב איך סייווי נישט לאמיך כאטש הנאה פון וואס איך קען און מון זעצט זיך עסען און ער איז צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען
וואס איז די אמת?
ביידע, נאר עס ווענט זיך ווי דער חמור שטייט איין?
אפגעזעהן וואס דער ענטפער איז - פון 'סאשי פיש' באקומט מען זיכער נישט קיין בייכל...
געווענליך ווען א מענטש איז בצער פארלירט ער וואג, ער האט א שוואכע אפעטיט, איך ווייס פון מערערע מענטשן צו וועמען עס האט פאסירט, ובגמ' מס' גיטין זעהען מיר שוין אז בשורה טובה תדשן עצם, און דער קייסער האט דעריבער נישט געקענט אנטאן זיין צווייטן שיך ביז מען האט אריבערגעפירט זיין שונא. אבער זיצן אסאך און נישט טון עקסערסייז איז אויך גורם גראבקייט, אסאך רבנים ליידן היינט דערפון.
berlbalagulehatmybestאיך פארשטיי נישט. די עולם אישי'ט מיך אין גרויסן אז זיי ווילן מיך דא אין די שטיבל, אבער קיינער פרעגט זיך נישט נאך אויף מיר?
איך יא. וויאזוי גייט עס דיר? וויאזוי פילסטו אין בריאות? וואס טוען די קינדער? שוין אהיימגעקומען פון קעמפ? וואס איז מכח פרנסה? איהר האט שוין (פרישע( חלות איף שבת? שוין געוועין אין מקוה? טועמיה? גוט שבת!
אלעס איז בסדר. איך האב נישט צופיל צייט צו שרייבן, וויבאלד איך דארף ענטפערן אלע אישי פראגן.
נאך איינער דא באקומט אזויפיל אין אישי?
atmybestberlbalagulehatmybestאיך פארשטיי נישט. די עולם אישי'ט מיך אין גרויסן אז זיי ווילן מיך דא אין די שטיבל, אבער קיינער פרעגט זיך נישט נאך אויף מיר?
איך יא. וויאזוי גייט עס דיר? וויאזוי פילסטו אין בריאות? וואס טוען די קינדער? שוין אהיימגעקומען פון קעמפ? וואס איז מכח פרנסה? איהר האט שוין (פרישע( חלות איף שבת? שוין געוועין אין מקוה? טועמיה? גוט שבת!
אלעס איז בסדר. איך האב נישט צופיל צייט צו שרייבן, וויבאלד איך דארף ענטפערן אלע אישי פראגן.
נאך איינער דא באקומט אזויפיל אין אישי?
יא איך: זילטש. נאדא. גארנישט. שעממי. ריען. נאטהינג. 😂
אקעי, די עולם פארלייגט זיך אויף מיר.
איך בין מוסר מודעה אז איך מאך א טשעינדזש. פון היינט און ווייטער בין איך א נייע מענטש. איך שרייב נישט אין צימעס, און איך וועל פרובירן צוצושטעלן שיינע ארטיקלען וכו,
אלרייט?
אז דער גבאי ראשי קלאפט אויס און רופט אויס הויך, וועלן מיר אודאי מסכים זיין.
ווער וויל דען נישט שיינע ארטיקלען? עס זאל טאקע זיין "עט-יור-בעסט"!
יעדער איז מסכים יעדער באשטייט... גוט שבת..!
ווי אזוי קען זיין אז דער ניק האט נאר 65 תגובות, און 67 זענען געשריבן געווארן אין צימעס?
📎 2013-08-28_14-55-45.jpg