☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:01 am

· #382348
וואס האט וואלווי מיט דראגס?

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:24 am

· #382349
ווייל ס'איז גוט.

ווי אזוי האט יענער געזאגט? ער עסט טאמעטא דיפ ר"ה ווייל ס'איז גוט און ער וויל האבן א גוט יאר

חסידים ראשונים היו שוהין....
📎 קנאביס.png

געוואלדיג » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 8:59 am

· #382383
דו ווייסט אוודאי אז די בילד האט מיט חסידים ווי איך מיט אייוועלט, נעה, נאך ווייניגער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:17 am

· #382384
יענער בילד איז פון דער בעל שם, נאר נישט דער פון מעזשיבוזש. דאס איז דער בעל שם פון לונדון

איש את רעהו » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:54 am

· #382390
די וואס האסן רב"י זצ"ל און זיינע ספרים ודעותיו, קענען אמאל זעהן די ווארהייט וואס טיט זיך מיט אינזערע ברודער און שוועסטער באר"י ווען מען נייט זיי צו גיין נגד התורה ?

newkave » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:03 am

· #382391
וואס מיינסטו צו זאגן?

diff » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:04 am

· #382392
דעס איז א שייכות צו פינף תגובות ארויף. א בילד איז משפיע

איש את רעהו » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:20 am

· #382395
newkave
איש את רעהו

די וואס האסן רב"י זצ"ל און זיינע ספרים ודעותיו, קענען אמאל זעהן די ווארהייט וואס טיט זיך מיט אינזערע ברודער און שוועסטער באר"י ווען מען נייט זיי צו גיין נגד התורה ?

וואס מיינסטו צו זאגן?

איך האב געשמועסט מיט איינעם א לעיקוואדער, יענער האסט שטארק רב"י זצ"ל יעצט פאר די יומדה"ל קומט מיר אויס צו שמועסן מיט אים איבער ימי חייו,
מתוך דבריו איז מיר אויסגעקומען די פראגע וואס איז פין די זאכן וואס איך וויל וויסן, צו איינער מיט האס און שנאה, קען אמאל זעהן די מציאות וואס גייט פאר.

diff » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:25 am

· #382396
יא

newkave » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:43 am

· #382402
איש את רעהו
newkave
איש את רעהו

די וואס האסן רב"י זצ"ל און זיינע ספרים ודעותיו, קענען אמאל זעהן די ווארהייט וואס טיט זיך מיט אינזערע ברודער און שוועסטער באר"י ווען מען נייט זיי צו גיין נגד התורה ?

וואס מיינסטו צו זאגן?

איך האב געשמועסט מיט איינעם א לעיקוואדער, יענער האסט שטארק רב"י זצ"ל יעצט פאר די יומדה"ל קומט מיר אויס צו שמועסן מיט אים איבער ימי חייו,
מתוך דבריו איז מיר אויסגעקומען די פראגע וואס איז פין די זאכן וואס איך וויל וויסן, צו איינער מיט האס און שנאה, קען אמאל זעהן די מציאות וואס גייט פאר.

ווער איז רב''י?

newkave » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:43 am

· #382403
diff
יא

שעקוי אךפ ארע נענ פערן

diff » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:46 am

· #382404
ברוך תהיה
newkave
איש את רעהו

איך האב געשמועסט מיט איינעם א לעיקוואדער, יענער האסט שטארק רב"י זצ"ל יעצט פאר די יומדה"ל קומט מיר אויס צו שמועסן מיט אים איבער ימי חייו,
מתוך דבריו איז מיר אויסגעקומען די פראגע וואס איז פין די זאכן וואס איך וויל וויסן, צו איינער מיט האס און שנאה, קען אמאל זעהן די מציאות וואס גייט פאר.

ווער איז רב''י?

דער וואס ר' לייטנער לאזט נישט גיין צו זיין ציון. סאיז ווי דער כותל

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:19 pm

· #382453
ליטוואק פון בודאפעסט
יענער בילד איז פון דער בעל שם, נאר נישט דער פון מעזשיבוזש. דאס איז דער בעל שם פון לונדון

אין בודקין מן המזבח ולמעלה, אודאי נישט ווען ס'קומט להקטיר קטורת...

נעגעל וואסער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:32 pm

· #382458
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ליטוואק פון בודאפעסט
יענער בילד איז פון דער בעל שם, נאר נישט דער פון מעזשיבוזש. דאס איז דער בעל שם פון לונדון

ריכטיג. אבער דאס איז שוין אן אנגענימענער טעות, און אלע היימישע אויסגאבעס. והנך להם לישראל.
אגב, ווי קען איך ליינען מער וועגען דעם בעל שם פון לונדון? פון די ביסל וואס איך האב געליינט אויף איהם זעהט ער אויס צו זיין עפעס גאר א מיסטיריעזער פארשוין. עפעס א ביכל איז דא צו קויפן אנליין?

יוסף שרייבער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:03 pm

· #382468
איך דארף אי''ה נעקסטע וואך צו זיין ביי דעם אספן וואס האט היינט דעם ארגינאלען בילד אין זיין באזיס, פאר $36 וועל איך מזכיר זיין ביז 5 נעמען.

אויף דעם בע''ש מלאנדאן איז דא א בוך מבעל שד לבעל שם פון מיכאל אורון.

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:26 pm

· #382470
יוסף שרייבער
איך דארף אי''ה נעקסטע וואך צו זיין ביי דעם אספן וואס האט היינט דעם ארגינאלען בילד אין זיין באזיס, פאר $36 וועל איך מזכיר זיין ביז 5 נעמען.

אויב ס'העלפט פאר מייז I'm in

נעגעל וואסער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:39 pm

· #382479
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יוסף שרייבער
איך דארף אי''ה נעקסטע וואך צו זיין ביי דעם אספן וואס האט היינט דעם ארגינאלען בילד אין זיין באזיס, פאר $36 וועל איך מזכיר זיין ביז 5 נעמען.

אויף דעם בע''ש מלאנדאן איז דא א בוך מבעל שד לבעל שם פון מיכאל אורון.

כ'האב געזוכט דעם ביכל א שטיקל צייט אבער אהן הצלחה. א דאנק פארן ברענגען א לינק. שוין באשטעלט.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:45 pm

· #382480
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואלווי
יוסף שרייבער
איך דארף אי''ה נעקסטע וואך צו זיין ביי דעם אספן וואס האט היינט דעם ארגינאלען בילד אין זיין באזיס, פאר $36 וועל איך מזכיר זיין ביז 5 נעמען.

אויב ס'העלפט פאר מייז I'm in
פאר מייז האבעך א גוטן עקסטורמינעיטאר

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 5:06 am

· #382513
דער גאלדענער אדלער
וואלווי
יוסף שרייבער
איך דארף אי''ה נעקסטע וואך צו זיין ביי דעם אספן וואס האט היינט דעם ארגינאלען בילד אין זיין באזיס, פאר $36 וועל איך מזכיר זיין ביז 5 נעמען.

אויב ס'העלפט פאר מייז I'm in
פאר מייז האבעך א גוטן עקסטורמינעיטאר

פאר 36 דאלער, און ער שטעלט צו א סעודה אויך?

diff » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:55 am

· #382525
דער גאלדענער אדלער
וואלווי

אויב ס'העלפט פאר מייז I'm in
פאר מייז האבעך א גוטן עקסטורמינעיטאר

עפעס איז געשען מיט די קאץ

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:56 am

· #382526
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
diff
דער גאלדענער אדלער
וואלווי

אויב ס'העלפט פאר מייז I'm in
פאר מייז האבעך א גוטן עקסטורמינעיטאר

עפעס איז געשען מיט די קאץ
ס'אנטלאפן

diff » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 10:11 am

· #382529
צו טרעפען א אבידה איז די בילד יא מסוגל. אדער
adopt a kitten for free

גראף » מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 9:51 pm

· #384840
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וויפיל אזייגער גייט מען זאגן מוצ''ש סליחות אין ראחמיסטריווקע שול ב.פ. ?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

גרויסע מענטשעלע » מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 10:40 pm

· #384841
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
גראף
וויפיל אזייגער גייט מען זאגן מוצ''ש סליחות אין ראחמיסטריווקע שול ב.פ. ?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

די פלעצער וואס מזאגט מוצאי איז אדער 12:50 אדער 1

גראף » מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 10:41 pm

· #384842
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שכוח

Sent from my XT1096 using Tapatalk

ישראל גלויבער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:44 pm

· #384962
פארוואס גייט מען אין ווישניץ פארקערט די הוט

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:16 pm

· #384976
ווייל אמאל, ווען גויים זענען אויכעט געגאנגען הוטן, האבן זיי געהאט די בענד אויף די לינקע זייט. האבן די אידן געוויזן אז זיי גייען אנדערש...!

דאס איז איינס פו די טעמים...! ס'קען אויך זיין אז איינמאל איז די רבי אוריסגעגאנגען אויפ'ן גאס מיט די הוט אנגעטון פארקערט. און די חסידים האבן געמיינט אז דאס איז א מנהג. האבן זיי עס אנגענומען אלס מנהג...!

ישראל גלויבער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:09 pm

· #384988
און דאס איז די סיבה פארוואס מ'גייט פלאכע הוטן אויך?

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:52 pm

· #385032
ישראל גלויבער: איידי בהוטן וקאפעלוטשן עסקינן עמיר שוין פארציילן פון וואו ס'נעמטציך די פלאטשיגע ביבער הוטן. והנה: אין א שטעטל איז געווען א הוטן מאכער, וועלכער האט צוגעשטעלט אלע הוט באדערפענישן פאר'ן גאנצן שטעטל און די געגנד ארום. איין טאג קומט אריין צו איהם א בכבוד'יגער איד . א סוחר. מיט א לאנגע און ברייטע בארד צוטיילט אויף העלפט. און ער באשטעלט ביי איהם נישט ווייניגער ווי פופציג הוטן. ער האט איהם דערלאנגט א ברייטע אנגאבע (דעפאזיט, בלע"ז). און ער האטציך אויכעט נישט געדינגען איבער די פרייז. און ר'האט געזאגט אז די באשטעלונג מוז זיין פארטיג ביז 2 טעג. דער הוט סוחר האטציך גענומען פלייסיג ארבעטן כדי פארטיג צו מאכן דעם ארדער אין צייט. אינמיטן די ארבעט האט ער באמערקט אז ער וועט נישט האבן גענוג סחורה פאר אלע באשטעלטע הוטן. האט ער גענומען טראכטן וואספארא עצה מ'קען זיך דא געבן. צו גיין קויפן נייע סחורה איז נישט געווען מעגליך אין די קורצע צייט. איז ער געפאללן אויף א המצאה. ער האט פון א יעדן הוט אראפגשניטן א פאר אינטשעס אדער סענטימעטער. און ווען דער קאסטומער איז געקומען איבערנעמען דעם ארדער האט ער איהם איינגערעדט אז דאס איז די נייע סטייל...און אזוי איז געווארן די סטייל פון די פלאטשיגע הוטן...!

ישראל גלויבער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:04 pm

· #385034
וואס איז די נמשל

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:07 pm

· #385035
נמשל כבהמות נדמו...!

ישראל גלויבער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:09 pm

· #385037
ווער

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:14 pm

· #385039
דער וועם דוד המלך אדער דער דובנער מגיד האט געמיינט...!

סקרן » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 12:41 pm

· #385070
פארוואס אין א לוח איך האב נעכטן ערהאלטן שטייט ערב ראש השנה תשע"ט "תכלה שנה וקללותי'"????

diff » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 1:05 pm

· #385074
מסתם א סיסטעם מוסדות לוח

תנחום » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 3:50 pm

· #385083
סקרן
פארוואס אין א לוח איך האב נעכטן ערהאלטן שטייט ערב ראש השנה תשע"ט "תכלה שנה וקללותי'"????

'אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה'.

סקרן » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 4:25 pm

· #385089
אבער ווער זאגט דער קומענדיגע יאהר וועט זיין אזוי שלעכט?

יין שרף » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 7:34 pm

· #385102
הליכות שלמה, מדברי הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל
IMG_20170919_193301.jpg

סקרן » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:40 pm

· #385199
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?time_continue=22&v=ExATbkCv2VE">https://www.youtube.com/watch?time_cont ... xATbkCv2VE</a>
א אידישער מיידל וואס האט זיך געלאזט טויפן אויפ'ן הר הבית צום מוסלומענישער גלויבונג און האט לעצטער וואך אפגעמאכט צוריקצוקומען
אזוי טוהט מען ביי א חוזר חוזרת בתשובה? א ספר תורה מיט א נוסח?

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:01 pm

· #385203
ומי כעמך ישראל גוי אחד: אין ארץ ישראל זענען אפילו די גויים אידן. די עיקר אויף די 2'טע ווידיא וואס מ'זעהט א מאמע מיט איהרע צוויי קינדער גייען באזוכן א פארצייטישע, אונטערערדישע מקוה...!

תנחום » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:46 am

· #385267
סקרן
אבער ווער זאגט דער קומענדיגע יאהר וועט זיין אזוי שלעכט?

אנגעפילט מיט דריי טעג יומטובס...

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:10 pm

· #385332
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ע״פ הלכה מעג מען זאגן סליחות קודם חצות אלץ אז מזאגט נישט הד׳ הד׳ ?

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:14 pm

· #385333
אפשר קען מען זאגען כקורא בתורה מיט די טראפן

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:27 pm

· #385336
ס'איז דא אסאך מנינים קודם חצות, וואס טועהן זיי ?

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:49 pm

· #385347
זיי פרעגן נישט קיין קשיות

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 7:43 am

· #385382
אסאך פוסקים האבען עס שטארק פארדאמט, ובפרט עפ"י קבלה. מ׳זאגט נאך פון ר׳ משה אז באמת טויג עס נישט, נאר וויבאלד ס׳איז נישט מדינא דגמרא, קען מען עס נישט אסר׳ן ממש. הרב אלישיב האט שטארק גערעדט קעגען.

איך מיין אז ס׳איז א מאדערנע זאך, פארצייטענס האט עס קיינער נישט געטוהן. די גאנצע ענין פון סליחות איז דאך באשמורת, ווען ס׳איז א שעת רחמים. אפילו נאך עלות שטייט שוין אין פריערדיגע (מטה אפרים ועוד) אז מ׳האט שוין מקיל געווען, אבער פאר חצות נישט.

יין שרף » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:38 pm

· #385422
הליכות שלמה, מדברי הגאון רבי שלמה זלמן אורבאך זצ"ל
IMG_20170926_133635.jpg IMG_20170926_133453.jpg

ישראל גלויבער » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:05 pm

· #385518
פארוואס שטייט 'בני אדם' יושבי חושך וצלמוות. בן אדם איז א נידריגערע נאמען ווי אנוש אדער איש אדער גבר?

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:53 am

· #385531
מסתמא ווייל ס'איז באזירט אויפ'ן פסוק אין תהילים קפיטל ק"ז (הודו)..."יושבי חושך וצלמוות. אסירי עני וברזל. כי המרו אמרי א-ל"...!

ישראל גלויבער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 3:50 pm

· #385591
berlbalaguleh
מסתמא ווייל ס'איז באזירט אויפ'ן פסוק אין תהילים קפיטל ק"ז (הודו)..."יושבי חושך וצלמוות. אסירי עני וברזל. כי המרו אמרי א-ל"...!

ממילא? וועגן דעם שטייט נישט ילידי ארץ יושבי חושך? אדער בני אנוש אסירי עני וכו'? ס'משמע אז 'בן אדם' איז א נידריגע נאמען - א זינדיגער א נידערטרעכטיגער