☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:24 am

· #163619
אז דו ווייסט נישט אז דו ביסט באגליקט געווארן, גייט דאך די פסכעלאגיע נישט ארבייטן, וועסט נישט וויסן אז דו קענסט מער shoppin.

רפאל » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:20 pm

· #163628
שמעקעדיג
דו מאכסט מיין שאלה שטארקער. זאלן זיי אן מיין רשות געבן וויפיל בענעפיטן זיי ווילן, און מיר לאזן וויסן אז איך בין באגליקט געווארן! פארוואס דארפן זיי מיין הסכמה?

זיי מיינען נישט דיר, דו ביזט שוין סיי ווי זייער קאסטומער. זיי מיינען בעיקר אז נאך מענטשן זאלן נעמען זייער קארטל ווייל עס האט די אלע בענעפיטס. און עס קומט זיי אויס אסאך ביליגער ווען זיי אפערן עס נאר, און מיטן חשבון אז נישט יעדער וועט אפלייען פאר עס, אזוי שפארן זיי זיך שווערע געלטער און זיי בלייבן מיט די בענעפיט אז מענטשן ווייסן אז זיי געבן גוטע בענעפיטס.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:42 pm

· #163633
נישט ריכטיג, ווייל איך אליין פארמאג מערערע טשעיס קארטלעך שוין לאנגע יארן, און זיי ענדיגן מיר נישט בעטן ווי אימער איך גיי און שטיי אז איך זאל מסכים זיין זיך צו לאזן באגליקן. און אזוי איז מיט דיסקאווער און נאך קאמפאניס.

רפאל » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:46 pm

· #163635
סוכ"ס קומט זיי אויס ביליגער ווען דו מוזט מסכים זיין ווי ווען זיי זאלן דיר באגליקן אן פרעגן.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 5:50 pm

· #167528
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען ביי א לייוו קאנצערט, צוליב סיבות שונות. אבער איך וואטש זיי אפט אויפן קאמפיוטער.
מאנכע מאל זעה איך אינמיטן דעם ווידעאו אנדערע סינערי'ס, ווי צב"ש אויב שוועקי זינגט 'אם אשכחך ירושלים' וועט מען זעהן קורצע אריינגעבלענדטע קליפס ווי מענטשן שאקלען זיך ביים כותל, אדער אויב ער זינגט 'מאמע רחל CRY' וועט מען זעהן הארציגע בילדער פון די וועלט מלחמה, א.א.וו.

וויל איך וויסן, אויב דאס זעהט מען ביים קאנצערט אויך? אויב יא, וואו זעהט מען עס? אויב נישט, פארוואס אויפן DVD ווייזט מען עס יא?

סאשי פיש » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 6:30 pm

· #167532
@שמעקעדיג ביי אסאך קאנצערטס איז דא א סקרין אונטער די זינגער׳ס/שפילער׳ס, דארטען שפילט מען אויף די כותל/צווייטע וועלט מלחמה וכו׳ וואס עס קומט אריין צו די ניגון.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 9:13 pm

· #167553
אפט מאל לייען איך אין די היימישע צייטונגען און בראשורן ווי שעדליך די קאווע שטיבלעך אויפן אינטערנעט זענען. ווי שטארק עס מאכט קאלט. השכלה מיט ציונות.

וויל איך וויסן. פון וואו ווייסן זיי די אינפארמאציע? זייער שבת גוי קען דען ליינען אידיש?

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 10:04 pm

· #167558
שמעקעדיג
אפט מאל לייען איך אין די היימישע צייטונגען און בראשורן ווי שעדליך די קאווע שטיבלעך אויפן אינטערנעט זענען. ווי שטארק עס מאכט קאלט. השכלה מיט ציונות.

וויל איך וויסן. פון וואו ווייסן זיי די אינפארמאציע? זייער שבת גוי קען דען ליינען אידיש?


זיי ליינען נישט, וועגן דעם טאקע האבן זיי פאלטשע אינפארמאציע.

atmybest » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 10:56 pm

· #168004
איך.האלט אינמיטן שרייבן א בריוו און איך ווייס נישט וויאזוי צו שרייבן די דאטום.
ווייל איך בין נישט זיכער אויב מארגן איז אלף שמות אדער נישט.
העלפ! !

ישמעאל הכהן » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 10:57 pm

· #168006
מארגן איז זיכער אלף שמות ווייל דיו לבא מן הדין להיות כנידון.

און אז דו שרייבסט שוין יא א בריוו שרייב עס מיט הארץ קענסט נישט וויסן אפשר וועט זי זיך מרחם זיין און צוריקומען צו דיר.

דער עיקר איז האב הצלחה.

דער (פינטעל) איד » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:01 pm

· #168204
וואס איז דעיס? <a class="postlink" href="http://youtu.be/7onsbzWJp1E?t=5m">http://youtu.be/7onsbzWJp1E?t=5m</a>

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:03 pm

· #168206
א ישראלי פילם.
<a class="postlink" href="http://www.imdb.com/title/tt2219514/">http://www.imdb.com/title/tt2219514/</a>
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Fill_the_Void">http://en.wikipedia.org/wiki/Fill_the_Void</a>

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:15 pm

· #168334
שמעקעדיג: היות איך בין בטבע א נייגעריגער, וויל איך פארשטיין פשט אין דיין געמעקטע הודעה. דער קאמענט זאגט "צו ערנסט פאר סארקאזם". צו איז דיין הודעה צו ערנסט פאר'ן סארקאסזם וואס גייט פאר אויף דעים פעידזש. אדער איז דיין (געוועזענע) הודעה צו סארקאסטיש פאר דעם ערנסטן סאבדזשעקט וואס ווערט דא באהאנדלט. ילמדינו רבינו 😕 🙄 😃

ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:48 pm

· #168824
איז דא א ביאור עפ”י שכל הקר ענדערש צו קויפן די לאטערי ווען עס האלט ביי א האלב-ביליאן דאלער ווי ווען עס האלט ביי צוואנציג מיליאן?

MickyMouse » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:03 pm

· #169048
ניין. ס׳סתם אן אימפולס.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:01 pm

· #169308
ונבנתה העיר
איז דא א ביאור עפ”י שכל הקר ענדערש צו קויפן די לאטערי ווען עס האלט ביי א האלב-ביליאן דאלער ווי ווען עס האלט ביי צוואנציג מיליאן?


די שאנס איז אסאך מער ביי 20 מיליון פשוט ווייל זיי האבן נישט נאך א ביליאן מענטשען אינעם גורל וואס ריקען זיך ערשט אן ווען ס'קומט אן צו 100 מיליון. גיי פארשטיי א פאני וועלט.

ונבנתה העיר » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:00 am

· #169344
די שאנסן זענען לכאורה נישט תלוי אין וויפיהל מענטשן זענען אינעם גורל.

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:08 am

· #169347
נאר אין?

ונבנתה העיר » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:11 am

· #169350
וויפיהל מעגליכע צירופים עס זענען דא אין די נומערן.

דאכציך אז היינט איז די שאנס פון צוטרעפן די ריכטיגע צירוף איינס אין 200 עפעס מיליאן.

מאטי » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:52 am

· #169355
176 milion

ונבנתה העיר » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:58 am

· #169357
לעצטענס האבן זיי עפעס ארומגעטוישט, היינט איז עס איינס אין 258,890,850.

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:59 am

· #169358
ווייל זיי האבן צוגעלייגט נומבערס צו די לאטארי נומבערן

רויטע וואנצעס » מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 6:10 pm

· #169429
ווי אזוי מאכט מען א ווארט זאל לינקען צו א צווייטע פלאץ דא אין שטיבל?

sefish » מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 6:13 pm

· #169430
היילייט די ווארט און קליק url דא אויבן און לייג אריין דעם לינק

רויטע וואנצעס » מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 6:17 pm

· #169431

גד החוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:47 am

· #170794
אין די שאץ קאמער פון גד החוזה ליגט א אוצר פון בילדער פון בנש"ק'ליך, בילדער פון די קינדער פון אדמורי"ם, קען איך עפענען א באזונדערע אשכול פארדעם, אדער גייען זיי אריין אין די קאטעגאריע פון "יחידים" און "פריוואטע" מענטשען, אעפ"י וואס זיי זענען זענען כסדר נעבען זייער פאהטער מדי שבוע בשבוע אין די בילדער מאגאזינען.

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:53 am

· #170795
א רבי'ש קינד דארף מען אויך דן זיין על שם העתיד, ווען זיי וועלן דאך זיין פון די גרויסע מנהיגים פון דער קומענדיגער דור, זענען זיי שוין מעכשיו פאבליק פיגורס.

מ גפני » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:54 am

· #170796
קודם הייב אן מ'וועט דיך נישט חוסם זיין פארדעם, די ערגסטע וואס קען געשען איז אז מ'וועט עס אראפנעמען אויב ס'איז קאנטראווערסיאל

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 3:39 pm

· #170918
YOUTUBE האט א אפציע צו פארמעקן היסטארי, אבער איך ווער צודרייט יעדעס מאל איך עפן עס אויף קומט ארויף עטליכע ווידעאוס "רעקאמענדירט פאר מיר", נישט קיין נפק"מ וויפיל איך פרוביר פטור צו ווערן דערפון.
איך האב אפאר מאל געוואטשט פון נעשאנעל דזשיאגרעפי פון אמעריקאנער ערגסטע תפיסות. יעצט יעדן מאל איך צינד אן דעם יוטאב קומט מיר ארויף ווידעאוס פון שווארצע חיות אין תפיסה.
וויל איך וויסן, ווי אזוי ווער איך פטור דערפון? איך האב געטרייט צו סערטשן אנליין פאר א עצה, אבער איך בין געבליבן מיטן צונג אינדרויסן.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 3:48 pm

· #170921
יוטאב איז איין שטיק מעסס. לעצטענס קען איך נישט געהעריג זען קאמענטס

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 3:53 pm

· #170925
@שמעקעדיג א ריכטיגע נקודה. ביי עמעזאן האב איך די זעלבע פראבלעים. כ'האב איינמאל נאך געקוקט די פרייז פון טיילענאל אין יעדער מאל איך עפען די הוים פעיז ברנגט ער מיר א גאנצע פארמעסי.

ברסלבער » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 3:58 pm

· #170926
@שמעקעדיג. עס איז דא viewing history און באזונדער search history, דארפסט אויסמעקן ביידע.
נאך בעסער איז אז פאר די מעקסט אויס די היסטארי מאך אויך pause viewing history און אויך pause search history.
דאס דארף צו ארבעטן בעז"ה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:40 pm

· #170935
שטילע אינגערמאן
@שמעקעדיג א ריכטיגע נקודה. ביי עמעזאן האב איך די זעלבע פראבלעים. כ'האב איינמאל נאך געקוקט די פרייז פון טיילענאל אין יעדער מאל איך עפען די הוים פעיז ברנגט ער מיר א גאנצע פארמעסי.

הא הא, א פארמעסי?.. דו ביסט גוט. אבער עמעזאן גיבט דיר א אפציע צו פאררעכטן די רעקאמענדאציעס, משא"כ יוטוב, וואס גייט לעצטנס בארג אראפ אינאיינעם מיט אלע פראדוקטן פון גוגל. זיי שטעלן צו טויזענט אומגעבעטענע אפציעס ביי יעדע סערוויס זייערע, אבער די פאר וויכטיגע זאכן וואס מען דארף ווי לופט צום אטעמען, לאזט ער דיר הענגען ווי "הענגאוטס". משוגענע גוגל! כסילים מתי תשכילו?

ברסלבער
@שמעקעדיג. עס איז דא viewing history און באזונדער search history, דארפסט אויסמעקן ביידע.
נאך בעסער איז אז פאר די מעקסט אויס די היסטארי מאך אויך pause viewing history און אויך pause search history.
דאס דארף צו ארבעטן בעז"ה.

יישר, אבער שוין אלעס פרובירט צענדליגער מאל, ועלתה חרס בידי 😈 😈

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:48 pm

· #170940
יעצט זעה איך פון CNET עפעס,
לאמיר גיין פרובירן

<a class="postlink" href="http://howto.cnet.com/8301-11310_39-57612940-285/how-to-delete-and-pause-your-youtube-watch-history/">http://howto.cnet.com/8301-11310_39-576 ... h-history/</a>

און פון וויקי

<a class="postlink" href="http://www.wikihow.com/Clear-Your-YouTube-History">http://www.wikihow.com/Clear-Your-YouTube-History</a>

טאמבל סאס » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 11:49 pm

· #171275
וויפיל מאס ענערגיע (אדער עלעקטעריציטעט) ציעהן די אלע מיליאנע סמייליס וואס האלטן זיך אין איין שאקלען?

סאו וואט » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:50 pm

· #172200
אויב האב איך גע'פילטערט מיין לעפטאפ ביים טעג אפיס, און יעצט זאג איך זיי לא מעוקצך ולא מדובשך, כ'דארף נישט קיין פילטער.
קענען זיי נאך אלס שפיאנירען ווי איך גיי אלס און מיין קאמפיוטער? מיט א קאוד וואס זיי האבען אריינגעלייגט?

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יאנואר 1, 2014 12:16 am

· #172233
סאו וואט
אויב האב איך גע'פילטערט מיין לעפטאפ ביים טעג אפיס, און יעצט זאג איך זיי לא מעוקצך ולא מדובשך, כ'דארף נישט קיין פילטער.
קענען זיי נאך אלס שפיאנירען ווי איך גיי אלס און מיין קאמפיוטער? מיט א קאוד וואס זיי האבען אריינגעלייגט?

יעצט איז ביי דיך א שוואכע מינוט ווילסטו ארויס נעמן זייערע פילטער, מארגן וועסטו שוין רעדן אנדריש, לאז דיך נישט פונם יצר הרע, 😃

פרישער » מיטוואך יאנואר 1, 2014 6:21 am

· #172258
אקעי יעי איך בין אזוי פריילעך די באל איז געפאלן און טיימס סקווער ב"ה קיינעם גארנישט געשעין, יעעעעעעי סיז שוין די נייע 2014 ווער איז נישט פריילעך איצטער מי שלא ראה שמחה זו יעדער דארט איז אזוי האגל און קישקיש, קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז די שמחה,

יואב » מיטוואך יאנואר 1, 2014 1:33 pm

· #172349
וואס איז פשט אז מערסטענס בייגל געשעפטן, אדער רעסטוראנטן מאכן שוין נישט אייער שפייז "נאך" צוועלף אדער איינסע לאמיר זאגן. זיי דארפן געלט? ווער זענען זיי מיר איינצוטיילן ביז וויפיל אזייגער איך מעג עסן אייער שפייז, און פון וויפיל אזייגער איך בין געצווינגען צו נעמען טונא אדער אוועקאדא?

מ גפני » מיטוואך יאנואר 1, 2014 1:51 pm

· #172363
גערעכט יואב, מאך אויף אן עקסטערע אשכול פארדעם ווי יעדער וועט קענען מוחה זיין און אפשר וועט עס ברענגען צו א טויש

גאנצל » מיטוואך יאנואר 1, 2014 2:52 pm

· #172375
סאו וואט
אויב האב איך גע'פילטערט מיין לעפטאפ ביים טעג אפיס, און יעצט זאג איך זיי לא מעוקצך ולא מדובשך, כ'דארף נישט קיין פילטער.
קענען זיי נאך אלס שפיאנירען ווי איך גיי אלס און מיין קאמפיוטער? מיט א קאוד וואס זיי האבען אריינגעלייגט?


קענסטו דען אראפנעמען די פילטער אויב זיי האבן א קאוד ?

ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 1, 2014 4:02 pm

· #172383
פארוואס וועלן מענטשן זיך שפירן באקוועם צו בעטן א ציגארעטל אבער וועלן זיך שעמען צו שנארן זעכציג סענט?

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 1, 2014 4:03 pm

· #172385
פארוואס וועלן מענטשן רייכענען א ציגארעטל אבער נישט אראפשלינגען א קוואדער?

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 1, 2014 4:05 pm

· #172386
ונבנתה העיר
פארוואס וועלן מענטשן זיך שפירן באקוועם צו בעטן א ציגארעטל אבער וועלן זיך שעמען צו שנארן זעכציג סענט?

ווייל בעטן א ציגארעטל טוען עשירים אויך, משא"כ צו שנארן זעכציג סענט.

ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 1, 2014 4:11 pm

· #172388
אויף די עשירים גופא איז דאך די שאלה.
טאמבל סאס
פארוואס וועלן מענטשן רייכענען א ציגארעטל אבער נישט אראפשלינגען א קוואדער?

הכא במאי עסקינן אז עס פעהלט איהם זעכציג סענט צום דעניש.

סאו וואט » מיטוואך יאנואר 1, 2014 7:15 pm

· #172486
גאנצל
סאו וואט
אויב האב איך גע'פילטערט מיין לעפטאפ ביים טעג אפיס, און יעצט זאג איך זיי לא מעוקצך ולא מדובשך, כ'דארף נישט קיין פילטער.
קענען זיי נאך אלס שפיאנירען ווי איך גיי אלס און מיין קאמפיוטער? מיט א קאוד וואס זיי האבען אריינגעלייגט?


קענסטו דען אראפנעמען די פילטער אויב זיי האבן א קאוד ?


איך בעט זיי, זיי זאלן עס אוועק נעמען דארך טים וויווער?
ווייסט איינער דער תירוץ?

נולד מאוחר » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:21 am

· #173029
לעצטענס באמערקט דא אין שטיבעל אזא מין קאוד #איך פרעג סתם.
וואס מיינט עס?
יעצט זע איך סווערט א לינק.
וואסיפשט?

חולם » דינסטאג יאנואר 7, 2014 9:57 pm

· #174480
וויל וויסן פשט איך זע פאלמאנ'ס דרייווינג סקול עדווערטייזט אזוי "פארוואס קומט יעדער צו פאלמאנ'ס? ווייל דאס און דאס בלא בלא"
אויב קומט יעדער צו אים סיי ווי פארוואס פעלט אויס די עד? א שאד אידיש געלט.

אליצפן » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:08 am

· #175321
ווען איך כאפ א פיקטשער מיט מיין פאון, קומט עס געווענטליך אויס בערך א MB גרויס אדער מער. דער גרעסטער פיקטשער וואס מען קען לייגן דא אויפן שטיבל איז עטליכע הונדערט KB.

יעצט וויאזוי קען איך ארויפלייגן א פיקטשער געכאפט דורך מיין פאון אויפן שטיבל, אן עס טראנספערירן צו מיין קאמפיאטער און קלענער מאכן?

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:14 am

· #175322
גיי אריין די קעמרע סעטינגס און מאך די סייז (מעגאפיקסעל) פונעם פיקטשער קלענער, אדער קענסטו דאונלאודן א עפפ וואס ריסייזד די אימעדזש נאכן כאפן. אן אלטערנאטיווע מיטל איז ארויפצולייגן די פול סייז אימעדזש אויף א סייט כדוגמת tinypic.com און עס אריינלייגן אין די תגובה מיט די img פיטשער.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92