☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

קאמענטירער » פרייטאג יוני 14, 2013 12:49 am

· #124918
נולד מאוחר
קאמענטירער
איך בין געווען און גאס און איך האב באטראכט די בעזים טראק, קודם זעה איך ווי האלב פראצענט פון די שמוץ בלייבט אויף דיגאס, אבער וואס איך וויל פארשטיין איז, אויב די בעזים איז געמאכט פון אייזערנע שמאלע שטעקעליך פ״וו קומט נישט קיין פונקען ווען עס רייבט זיך אויף די ערד? ווען איך רייב אייזען שנעל קומען פונקען פ״וו זעט מען עס נישט ביי די גארביטש טראק?

וואס עפעס אייזן? מיר קוקט עס אויס אזויווי די קאמערשיאל בעזעמס.

איך זע אז סאיז פון אייזען פון די אפגעבראכענע שטיקלעך אלץ בחור פלעג איך עס נוצעןדי אייזענדל צו פיקען, אויב עס איז פון אן אנדערע מאטיריעל וואלט זיך שנעל אויסגעדינט און נאך אפאר קערן אפאר גאסען וואלט גארנישט געבליבן פונעם בעזים

נולד מאוחר » פרייטאג יוני 14, 2013 1:09 am

· #124930
פיקען וואס, שלעסער?

קאמענטירער » מאנטאג יוני 17, 2013 11:39 am

· #125448
קאמענטירער
וויאזוי צאלט א רעגורינג געלט פאר א צווייטע רעגורנג למשל די יו. עס. איז שולדיג פאר כינע געלט וואזוי האט מען געבארגט דאס געלט און וויאזוי באצאלען זיי עס דורך קרעדיט קארט? אדער אפשר על המחי'ס

boxcover » מאנטאג יוני 17, 2013 6:35 pm

· #125587
קאמענטירער
איך בין געווען און גאס און איך האב באטראכט די בעזים טראק, קודם זעה איך ווי האלב פראצענט פון די שמוץ בלייבט אויף דיגאס

האלב פראצענט? אויב האלב, איז דאס 50 פראצענט. אויב טאקע א האלבע פראצענט, דאן איז עס א ריזיגע סוקסעס.

מאראנצןזאפט » מאנטאג יוני 17, 2013 9:59 pm

· #125637
ווייסט איינער די נומער פון טעג, אדער קען מיר איינער אנצייגן וויאזוי צו בלאקירן טוויטער דורך k9.
און וואס טו איך אויב איך געדענק נישט די פעסווארד?

קאמענטירער » מאנטאג יוני 17, 2013 10:32 pm

· #125652
פ״וו איז דא אזויפיל מענטשען וואס לאזן זיך צאלען טייער געלט פאר א פעינטינג? איך האב געליינט אז די ארט אינדעסטרי באטרעפט א גוטע פאר ביליאן דאלער א יאר, אוןוויאזוי קען קאסטען א בילד אפאר מיליאן דאלער וואספארא ווערט אדער פאכמאנישקייט קען שוין ליגען אין אן אפגעמאלען בילד?

זר זהב » מאנטאג יוני 17, 2013 10:33 pm

· #125653
כ'האב געוואלט עפענען אן אשכול מיט'ן נאמען "זאכן וואס איך וועל קיינמאל נישט פארשטיין" , דיין שאלה וואלט דארט אריינגעגאנגען

קאמענטירער » מאנטאג יוני 17, 2013 10:36 pm

· #125656
צוזאמען מיט דיין תגובה... די מיינסט עס ערנסט? אדער סארקאסטיש?

זר זהב » מאנטאג יוני 17, 2013 10:37 pm

· #125657
איך מיין ערנסט.

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 17, 2013 10:44 pm

· #125660
מאראנצןזאפט
ווייסט איינער די נומער פון טעג, אדער קען מיר איינער אנצייגן וויאזוי צו בלאקירן טוויטער דורך k9.
און וואס טו איך אויב איך געדענק נישט די פעסווארד?

TAG website

Resetting a lost or forgotten K9 password
How to block a website in K9

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג יוני 17, 2013 10:57 pm

· #125666
[ציטאט אראפגענומען]

ממי שאמרו טייערער, ווען איינער פעלט אן אפשניט פון חודש א האלב קומט מען נישט צוריק אזוי נישט מיר נישט דיר אין עפעס א פארווארפענע אשכול מיט א תגובה'לע איבער בילדער און ארט, כאילו דו שרייבסט און ביסט מגיב דא טעגליך, קופערניקוס אין אזא מצב וואלט שוין געמאכט זיבן אשכולות, פארוואס ער איז אוועק, און פארוואס ער איז צוריקגעקומען. כ'פארשטיי נישט יעדער איז אזוי עמאשינעל ווי קופערניקוס אבער קאם אן, מאך עפעס א ווינט. פארצייל עפעס ווי דו האסט פארבראכט עפעס פון די עשרת השבטים, פון די הרי חושך, פון באליוויא פון די יאגדעס פעלדער, אבער עפעס!! . א חודש און האלב איז א שיעור וואס מען דארף שוין מאכן פון דאסניי א אשר יצר אתכם בדין אין א בית ההקברות, מען דארף שוין פון פריש מחדש זיין די לבנה און מען דארף שוין פון פריש זיך שערן די האר, אןו מען דארף שוין פון פריש צאלן די ביללס, בקיצור עס איז א זמן הראויה להתכבד. ר' איד מאכטס אייך וויסענדיג אביסל כבוד המקום.
בכל אופן יהי בואך לשלום

newkave » מאנטאג יוני 17, 2013 11:33 pm

· #125674
פארוואס וואונטשט קיינער נישט 'זר זהב' לכבוד זיין 8000'טען תגובה?

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 18, 2013 12:05 am

· #125681
newkave
פארוואס וואונטשט קיינער נישט 'זר זהב' לכבוד זיין 8000'טען תגובה?

אונז זענען שוין מלומד בניסים.

קאמענטירער » דינסטאג יוני 18, 2013 12:39 am

· #125688
זר זהב
כ'האב געוואלט עפענען אן אשכול מיט'ן נאמען "זאכן וואס איך וועל קיינמאל נישט פארשטיין" , דיין שאלה וואלט דארט אריינגעגאנגען

נו אדרבא! וויאזוי זאגט נאר די גמ׳קריינא דאיגרתא איהו לי פרוונקא

זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 1:23 am

· #125690
איך געב דיר דעם כבוד. שוין צייט זאלסט עפענען אן אשכול. איך האב שוין גענוג אויף מיין אקאונט

Big Boy » דינסטאג יוני 18, 2013 10:59 pm

· #126125
קאמענטירער
פ״וו איז דא אזויפיל מענטשען וואס לאזן זיך צאלען טייער געלט פאר א פעינטינג? איך האב געליינט אז די ארט אינדעסטרי באטרעפט א גוטע פאר ביליאן דאלער א יאר, אוןוויאזוי קען קאסטען א בילד אפאר מיליאן דאלער וואספארא ווערט אדער פאכמאנישקייט קען שוין ליגען אין אן אפגעמאלען בילד?

Some pay because they understand it. Some because they have nothing better to do with their money. Some buy it for investment because they know other people or meuseums or investors will buy it for more so it becomes like stocks or commodities.

boxcover » מיטוואך יוני 19, 2013 10:06 am

· #126225
Big Boy
קאמענטירער
פ״וו איז דא אזויפיל מענטשען וואס לאזן זיך צאלען טייער געלט פאר א פעינטינג? איך האב געליינט אז די ארט אינדעסטרי באטרעפט א גוטע פאר ביליאן דאלער א יאר, אוןוויאזוי קען קאסטען א בילד אפאר מיליאן דאלער וואספארא ווערט אדער פאכמאנישקייט קען שוין ליגען אין אן אפגעמאלען בילד?

Some pay because they understand it. Some because they have nothing better to do with their money. Some buy it for investment because they know other people or meuseums or investors will buy it for more so it becomes like stocks or commodities.

אויסגעלאזט די עיקר: אסאך (לאמיר אים רופען דער דאזיגער) קויפען - כאטש ער פארשטייען נישט דערצו, און האַסט עס אפילו - ווייל דער יעניגער וועט אים ארויפקוקען פארן האבען א טעיסט. אין די סעים טיים, האט דער יעניגער אויך נישט קיין פארשטאנד צו ארט, אבער וויל ווייזען פאר דער דאזיגער אז ער האט דאס ארויס...

אבער - אלל דזשוקס אסייד - האב איך לעצטענס עקווייערד א שטיקל טעיסט צו ארט, אלבייט נישט די ווילדע פעינט שפריצען...

זר זהב » דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:47 pm

· #126731
ווייסט איינער צי יעדע זאך אין א דאקומענטערי איז אין ריעל טיים אדער איבערגעמאכט? למשל איך קוק יעצט די דאקומעטנ פון פלייט 800, א צווייטער פילאט באריכט אז ער זעהט פלייט 800 אין פלאמען, ווער האט דאס רעקארדירט? און ס'דא נאך אסאך וואס מאכט ווינדערן צו ס'איז ''לייוו''

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 20, 2013 4:10 pm

· #126733
די גרעסערע חלק פון א דאקומענטערי איז געווענטליך איבערגעשפילט.

newkave » דאנערשטאג יוני 20, 2013 4:44 pm

· #126739
גבאים פון רביס באקומען א גרויסע פעי טשעק?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 20, 2013 4:54 pm

· #126741
newkave
גבאים פון רביס באקומען א גרויסע פעי טשעק?

גיי פרעיג. מאך א סורוועי. גיי צו אלע גבאים פון די רעבעס שליט"א און פרעיג זיי. נאכדעים קום צוריק און געב א רעפארט אין קאווע שטיבל. דער עולם, אדער לכה"פ איך, פייגערט צו וויסן. מ'האט שוין נישט קיין אנדערע דאגות אחוץ דעים.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 20, 2013 5:00 pm

· #126744
משה גבאי ווייסעך קלאר מאכט 20 אלפים א יאר קעש עובר לסוחר

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 20, 2013 5:41 pm

· #126752
פון גבאות? ס'איז צו ווייניג. חוץ דעים האט ער דאך אנדערע ביזנעס.

newkave » פרייטאג יוני 21, 2013 12:30 am

· #126973
איינער האט געשריבן דא ערגעץ אז מען קען קאנעקטן א לעפטאפ צו די סקרין אין א האטעל.
איינער קען מיר אפשר צו ווייזן?

געפילטע פיש » פרייטאג יוני 21, 2013 12:36 am

· #126974

newkave » פרייטאג יוני 21, 2013 12:38 am

· #126975
געפילטע פיש

איך האב דיר ליב!!!!

געפילטע פיש » פרייטאג יוני 21, 2013 12:38 am

· #126976
העי, נישט אין פאבליק.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 21, 2013 1:00 am

· #126979
איך האב עס געשריבן.
דיין לעפטאפ דארף האבן א HDMI קאנעקטאר, רוב לעפטאפס פון די לעצטע 2-3 יאר האבן איינס, פריערדיגע ע"פ רוב האבן עס נאך נישט,
דער סקרין אינעם האטעל דארף זיין א דיזשיטעל (די דינע פון די לעצטערע יארן, נישט די אמאליגע גראבע-בייכיגע), און אויך האבן א קאנעקשאן פאר HDMI
דארפסטו דיר בלויז פארשאפן א HDMI קעיבל, ווי לאנג דו ווילסט ס'זאל זיין, קענסט עס טרעפן אויף עמעזאן אדער אין סיי וועלכע עלעקטראניק געשעפט און אפילו אין וואלמארט, וזהו.

געפילטע פיש » פרייטאג יוני 21, 2013 1:21 am

· #126985
יא יא, איך האב צוגעלינקט צו דעם.

אויך איז גוט צו וויסן, לאזט זיך נישט פארפירן צו קויפן טייערע HDMI קעיבעלס. נישטא קיין שום נפקא מינא ציווישן די קעיבעל וואס קאסט 1.99 און די אנדערע וואס קעסט פערציג טאלער, נישט קיין חילוק וואס דער סעילסמאן פראבירט דיר צו פארקויפן א קאץ אין בויך.

משה געציל » מאנטאג יוני 24, 2013 11:28 pm

· #127589
ווען איז דער עלות מארגן אין ניו יארק? (נישט אין ציריך),

ונבנתה העיר » מאנטאג יוני 24, 2013 11:32 pm

· #127591
4:14.

קאמענטירער » דינסטאג יוני 25, 2013 3:29 am

· #127642
אזוי ווי יעדע סטעיט האט א כח צו מאכען אייגענע געזעצן קומט אויס אז יעדע פלאץ האט חסרונות און מעלות אזוי ווי ס׳דא פלעצער ווי ס׳דא שטרענגערע געזעצן און סאיז דא סטעיט׳ס וואס האבען הויכע שטייער אזוי ווי דא ניו יארק וואס האט נעמט די מערסטע טעקס פון גאנץ ״יונייטעד סטעיט׳ס!" אין ניו העמפשיר איז דא א לאזונג ליוו פרי אר דיי״ וואס סמיינט ווייס איך נישט, בין איך נייגעריג וועלעכע סטעיט לוינט זיך די מערסטע צו וואוינען פאר סתם אן ארבעטער (בלויע קאלנער)? 

boxcover » דינסטאג יוני 25, 2013 7:40 am

· #127648
fodors.com רעדט דערוועגן.

יואב » מיטוואך יוני 26, 2013 8:02 am

· #128080
פארוואס לאזן כמעט אלע גארביזדש בעגס ארויס די זעלבע גרוך?
אפגזעהן צו די מיסט באשטייט פון מילעכיגס, פליישיגס, חמץ, קטניות, אדער אפילו טריפות ר"ל.

boxcover » מיטוואך יוני 26, 2013 8:55 am

· #128090
יואב
פארוואס לאזן כמעט אלע גארביזדש בעגס ארויס די זעלבע גרוך?
אפגזעהן צו די מיסט באשטייט פון מילעכיגס, פליישיגס, חמץ, קטניות, אדער אפילו טריפות ר"ל.

דאס איז נישט די גרוך פון די מוסט; דאס איז די גרוך וואס די באקטיריע - וואס עסן מיסט - לאזן ארויס.

יואב » מיטוואך יוני 26, 2013 8:58 am

· #128091
boxcover
יואב
פארוואס לאזן כמעט אלע גארביזדש בעגס ארויס די זעלבע גרוך?
אפגזעהן צו די מיסט באשטייט פון מילעכיגס, פליישיגס, חמץ, קטניות, אדער אפילו טריפות ר"ל.

דאס איז נישט די גרוך פון די מוסט; דאס איז די גרוך וואס די באקטיריע - וואס עסן מיסט - לאזן ארויס.

מקור?

boxcover » מיטוואך יוני 26, 2013 9:19 am

· #128093
יואב
boxcover
יואב
פארוואס לאזן כמעט אלע גארביזדש בעגס ארויס די זעלבע גרוך?
אפגזעהן צו די מיסט באשטייט פון מילעכיגס, פליישיגס, חמץ, קטניות, אדער אפילו טריפות ר"ל.

דאס איז נישט די גרוך פון די מוסט; דאס איז די גרוך וואס די באקטיריע - וואס עסן מיסט - לאזן ארויס.

מקור?

קאמאן נאלעדזש. אבער זעה דא.

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 26, 2013 2:03 pm

· #128183
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1465">viewtopic.php?f=10&t=1465&start=175</a><!-- l -->
וואס איז טאקע פשט?

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 26, 2013 3:34 pm

· #128223
איך קען נישט מער ווי שפעקולירן.
בדרך אפשר יכול להיות, די גאנצע זאך גייט דאך מיט א דאטע-באזע, א database איז אזוי ווי א גרויסע קאמפליצירטע פארצווייגטע שטייגן ליילעך (excel sheet), מיט טישן, זיילן, שורות, און צעלן (tables, columns, rows, cells), און יעצט ווען די קאווע שטיבל דאטאבאזע מישט אויף קאווע טרוינקערס פרופיל, קוקט עס אין די דעטאבעיס וויפיל תגובות ער האט, זיין פראפיל בילד, חתימה, לייקס, וכדו', ווי אויך קוקט עס וועלכע אשכול האט די העכסטע סומע (sum) תגובות. יעצט אז דו וועסט נעמען א שטייגן-בלאט און עס סארטירן לויט די סומע, און דו האסט מער ווי איין צעל מיט די זעלבע סומע וועט עס זיין אויף אן אנדערע סדר געוואנדען לויט וואס ס'איז געווען אויסגעשטעלט פריער. אויב איז עס געווען אויסגעשטעלט לויט די א"ב פריער וועט עס זיין אזוי, און אויב איז עס געווען אויסגעשטעלט לויטן דאטום פונעם לעצטן תגובה פריעט וועט עס ווייזן אזוי.

מאכט סענס?

אבגד » מיטוואך יוני 26, 2013 3:40 pm

· #128226
יא יא!!
וואס מ׳קען נישט אלץ משיג זיין בלויז מיט געפילטע פיש!
אשריך

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 26, 2013 4:07 pm

· #128241
אבגד
יא יא!!
וואס מ׳קען נישט אלץ משיג זיין בלויז מיט געפילטע פיש!
אשריך

אשריך? אשרינו!

זר זהב » מיטוואך יוני 26, 2013 4:19 pm

· #128256
אשרי! נו א בעל תפילה

איך אויך » מיטוואך יוני 26, 2013 5:12 pm

· #128295
וואס טוהט דער 'לייג צו אלס חבר' קנעפל ?

יין שרף » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:09 am

· #128436
איך אויך
וואס טוהט דער 'לייג צו אלס חבר' קנעפל ?

עיין כאן ותמצא נחת

אבגד » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:40 am

· #128514
וואס מיינט אשפ״ג?

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:46 am

· #128515
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/480">viewtopic.php?f=4&t=480</a><!-- l -->

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:47 am

· #128517
<a class="postlink" href="/post/7566">http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=7566#p7566</a>
yi.wikipedia.org/wiki/אשפ"ג
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/7577">viewtopic.php?p=7577#p7577</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/120073">viewtopic.php?p=120073#p120073</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/111278">viewtopic.php?p=111278#p111278</a><!-- l -->

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:02 am

· #128527
וואסי פשט פארוואס איך זעה נישט געוויסע ניקים ביי די ליסטע אונטען פון די וואס זענען דא געווען די לעצטע 24 שעה? כ'רעד פון ניקים וואס זענען נישט באהאלטן.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:21 am

· #128547
קען זיין אז אויף איינער פון די פלעצער פון וואו זיי לאג'ן אריין איז יא אנגעשטעלט צו זיין באהאלטן?
יא, כ'האב עס יעצט געטשעקט, כ'האב געעפענט א פרייוועט ווינדאו אין מיין בראוזער, אריין געלאג'ט באהאלטענערהייט, און מיין נאמען איז פארשוואונדען פון די ליסטע פון ווער ס'איז דא געווען, און אינטערעסאנט אבער אז ס'איז געבליבן אין די ליסטע פון ווער ס'איז יעצט דא.

סאשי פיש » דאנערשטאג יוני 27, 2013 3:57 pm

· #128641
פאלס
איך בין יעצט אין קאנטרי און איך שטיי און ווינדער זיך איבעראל איז דא עלעקטריק פאלס און וואלד און ווי נישט...
ווער האט עס געלייגט?
ווי אזוי האט מען עס בכלל געקענט לייגען?