☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

בן אדם » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:02 pm

· #305240
ר' מענדעלע רימינובער איז אויך געווען גאנץ א @גרויסע מענטשעלע

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:07 pm

· #305242
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יא גערעכט.

אבער פארוואס עפעס האט מען עס אונגענומען.

חוץ אז די היימישע דריי גודס זאלן מאכן א לעבן אויף אינז.

רפאל » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:08 pm

· #305243
א ליקוט איבער דעם ענין.
<a class="postlink" href="https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q=&esrc=s&source=web&cd=8&cad=rja&uact=8&ved=0CGAQFjAHahUKEwiGkruAt9HIAhUI2D4KHQtVAeY&url=http%3A%2F%2Fladaat.info%2FGilionot%2F20151017%2F%5B1441%5D%25D7%2594%25D7%259E%25D7%25A0%25D7%2594%25D7%2592_%25D7%25A0%25D7%2597.pdf&usg=AFQjCNE9Nh8JapvnpSeZjgqkCkZP79tnvw&sig2=EW4Iup7p9jE9AUPBfsi8Gg&bvm=bv.105454873,d.cWw">https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q ... 4873,d.cWw</a>

בן אדם » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:15 pm

· #305244
גרויסע מענטשעלע


חוץ אז די היימישע דריי גודס זאלן מאכן א לעבן אויף אינז.

די נישט היימישע קענען מאכן אסאך א בעסערע לעבן אויף דיר ווי די סטייל האלט זיך אין איין טוישן

ירא שמים » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 5:25 pm

· #305611
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די זעלבע וואס האט דעזיגנירט די האמבורג

יהושע חיים » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 6:56 pm

· #305622
אמאל האט מען נישט אזוי געקוקט וואס טוהט יענער וואס איז שענער וכו' וכו' דעריבער האבן זיי געטיהן וואס עס איז זיי געווען באקוועם משא"כ די אינגערע

יעלה ויבא » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 6:04 am

· #305715
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
את חטאי אני מזכיר אלס בחור וואוינענדיג אין א קאלטע מדינה פלעג איך גיין מיט א קוטשמע.

יהושע חיים » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 9:00 am

· #305723
וואס איז די זינד? אז די ביסט געווען אביסל ווארים?

petergrifin » זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:25 pm

· #306053
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
לייענדיג דער איד זעה אז צוויי פון די גרעסטע ביר קאמפאניס האבן א דיעל ווי איינער קויפט אפ דער אנדערע, און טאמער דער דיעל גייט נישט אדורך למעשה צוליב למשל אנטי-טראסט געזעצן אין פילע לענדער דארף דער קויפער באצאלן דריי ביליאן דאללער קנס (!) פאר דער וועמען זיי האבן געוואלט אפקויפן.

וואס איז פשט פון דעם? אסאך מאל איז עס איינער פון די תנאים וואס קאמפאניס זענען גרייט צו צאלן א גרויסע קנס אויב עס פאלט דורך.

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:07 pm

· #306501
איך האב אויסעהערט היינט קאלמע-וואסער און איך הער ביי די אינטערוויוס ווי דער ברייער מעלדט מיט פאטאס, דעם טאג פיר יאר צוריק וועט.... קיינמאל נישט פארגעסן וכו', בין איך נייגעריג צו וויסן צו דאס איז א הבטחה אז דער באטרעפנדער וועט קיינמאל נישט ליידן פון אלצהיימערס אדער וואס?

נשמת אדם » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 3:47 pm

· #307503
ווי אזוי קען מען דאונלאודן פון יו טוב, אויב מען קען,

א דאנק

Chuchem » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 4:28 pm

· #307510
Savemedia.com

כ'פלעג עס ניצן,

YouTube also has a new subscription service called 'YouTubeRed', where you can watch video's offline.
They charge $9.99 a month

טמיר » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 4:33 pm

· #307511
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ס'איז פאראן א גוטע אומזינסטע עפפ פאר ענדרויד (אייפאון ווייס איך נישט) געריפן tubemate וואס טוט די דז'אב זייער גוט. מען קען עס נישט באקומען אויף גוגל פלעי, מען דארף גיין צו זייער וועבסייט

נשמת אדם » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 4:38 pm

· #307513
יישר כח @chuchem.

ירא שמים » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 11:00 am

· #307993
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איז דא א וועג ווי צובאקומען בלאג פאוסטס די גאנצע ארטיקל אויף אימעיל נישט נאר א לינק?

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 8:49 am

· #308861
איך לייען לעצטנס אסאך איבער די מס"נ פון פארווארפענע אידן איבער די וועלט וועלכע זענען חוזר בתשובה און לאזן זיך מל'ען אויף דער עלטער. איך באוואונדער עס.

איך וויל נאר וויסן אויב להלכה דארף מען אדורכגיין די יסורים? מען טאר זיך נישט איינשלעפן דעם פלאץ ווי ביי אן אפעראציע? איז עס א ענין דווקא צו שפירן?

יהושע חיים » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 9:45 am

· #308869
עס איז א מחלוקת, למעשה מאכט מען יא לאקעל ענעסטיזיע ביי א ברית פון א גדול, אבער דער היילונג טוט נאך אלס זייער וויי

וכדומה.. » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:25 am

· #308879
שמעקעדיג, זאלסטו וויסן אז א קליין קינד וואס ווערט געמל'ט שפירט פונקט אזוי די יסורים, סיי בשעת מעשה און סיי די נאכווייען, איך פארשטיי אז ער האט נישט די ברירה צו זאגן יא אדער ניין, אבער פארוואס זאל מען נישט איינשלעפן אדער געבן פעין ריליעווער פארן קינד פונקט ווי דו פארשטייסט פאר א גרויסע?

(אגב, איז דא דאקטורים וואס האלטען אז די טראומע וואס די קינד גייט אדורך קען האבן א לאנג טערם עפעקט אויף זיי)

ירא שמים » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:12 am

· #308898
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
חדש אסור מן התורה
און די דוקטורים פונקט ווי די יונים זוכן זיי אויסצורייסען די מצווה פון מילה, איין טאג איז עס מציצה בפה איין טאג איז עס טראומע, אבער סוועט ענק גארנישט העלפן פונקט ווי פאר די יונים.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:18 am

· #308901
וכדומה..
שמעקעדיג, זאלסטו וויסן אז א קליין קינד וואס ווערט געמל'ט שפירט פונקט אזוי די יסורים, סיי בשעת מעשה און סיי די נאכווייען, איך פארשטיי אז ער האט נישט די ברירה צו זאגן יא אדער ניין, אבער פארוואס זאל מען נישט איינשלעפן אדער געבן פעין ריליעווער פארן קינד פונקט ווי דו פארשטייסט פאר א גרויסע?

(אגב, איז דא דאקטורים וואס האלטען אז די טראומע וואס די קינד גייט אדורך קען האבן א לאנג טערם עפעקט אויף זיי)

שני תשובות בדבר,
איינס, לויט רוב עקספערטן האט נאך א פיצל קינד נישט אזא הרגש ווי ערוואקסענע, ממילא איז די ווייטאגן נישט גענוי די זעלבע ווי ביי א גדול,
צווייטענס, א גרויס חלק פון די ווייטאג קומט פון די שרעק בעפאר, די מחשבה ארום די זאך, די נערוועזקייט, און אפילו נאכן מילה איז פאראן די זארג ווילאנג עס וועט נעמען צו פארהיילן, שלישי למילה איז דאך די יסורים שטארקער, בבחי' יוסיף דעת יוסיף מכאוב; משא"כ ביי א פיצל קינד וואס ווייסט נישט וואס טוצעך דא, איז עס בלויז א קורצע דורכגאנג. בכלל האט א קינד א ספעציעלע רואיגקייט, עס שלאפט דאך רוב טאג, און ליגט זארגלאז אין די מאמע'ס האנט 'כגמול עלי אמו' מיט א רואיגקייט וואס נאר א פיצל קינד קען האבן, ממילא איז שווער צו זאגן אז די יסורים זענען די זעלבע און עס האט א לאנג-טערמיניגע אפעקט אויף שפעטער. (מצד שני פון א קטן פעלט די שמחה של מצוה און סיפוק הנפש נאכן אדורכגיין אזא אקט).

טמיר » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:44 am

· #308908
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
קוק ווי שנעל רוב בעיביס בארואיגען זיך נאכדעם. ווען מען וואלט עס געטון צו אן עלטערע קינד וואלט ער נאך יעצט געוויינט

chusid » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 5:05 pm

· #308973
איז אגודת ישראל ד'אמריקע א חרדישע ארגאנאזאציע אדער מאדערן-ארטאדאקס? זיי האבן יעצט א קאנווענשן ווי עס זענען דא רעדנער וואס רעדן היפש אפען מיינדיד

געוואלדיג » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 5:10 pm

· #308977
מאכט טאקע דאמינא די קאצקא צוקער נאר פאר די היימישע באנוץ פון עס צוטיילן אויף פיר אין די קאווע פון 11 פארטאגס פאר תפילת שחרית כמנהג רבינו, אדער האבן די גוים אויך עפעס א באנוץ פון דעם?

בן אדם » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 5:28 pm

· #308983
chusid
איז אגודת ישראל ד'אמריקע א חרדישע ארגאנאזאציע אדער מאדערן-ארטאדאקס? זיי האבן יעצט א קאנווענשן ווי עס זענען דא רעדנער וואס רעדן היפש אפען מיינדיד

כל הלומד תורה לשמה זוכה לדברים הרבה

א איד » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 12:10 am

· #309039
געוואלדיג
מאכט טאקע דאמינא די קאצקא צוקער נאר פאר די היימישע באנוץ פון עס צוטיילן אויף פיר אין די קאווע פון 11 פארטאגס פאר תפילת שחרית כמנהג רבינו, אדער האבן די גוים אויך עפעס א באנוץ פון דעם?

דו מיינסט אז דו גוים טרינקען נישט קיין קאווע?

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 12:41 am

· #309045
ער רעדט דאך פון קאצקע צוקער (נישט די ניק), ער האט נישט געפרעגט וועגן קאווע (נישט די שטיבל)...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:07 pm

· #309410
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יעדע קינד חתונה מאכען קאסט דריי פיהר נסיעות קיין חו"ל. א געלונגענע משולח מאכט פיפצען אויבינו1דאללאר א נסיעה. חתונה מאכען קאסט אסאך מער ווי דעם.

טמיר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:47 pm

· #309415
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[ציטאט אראפגענומען]

מיין קשיא איז אוואו זענען אלע אנדערע? למעשה דרייען זיך נישט דורך א יאר מער ווי 500 משולחים. וואס טוען די אנדערע טויזענטע וואס האבן נישט קיין נארמאלע דזשאב?
און וויסן זאלסטו אז אפילו די גליקליכע וואס האבן יא א דזשאב, איז עס קוים גענוג צו דעקן בקושי די טעגליכע קאסטן. אויף חתונה מאכן מאן דכר שמיה.
לפי זכרוני פארדינט א מלמד בערך 300 דאלאר א וואך.
סא פארגין זיי דעם דאלאר מיט א שמייכל, און אפילו ער קומט די צווייטע מאל

בת קול » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 3:41 pm

· #310177
וואס געשענט צו טרענס מענטשן נאכן טויט?
דא האט איר א באריכט איבער מעי פלג, א טרענס וואס האט זיך גענומען דאס לעבן.
<a class="postlink" href="http://forward.com/news/325306/may-peleg-transgender-suicide-cremation-battle/">http://forward.com/news/325306/may-pele ... on-battle/</a>

ווי וועלכע גענדער ווערט א טרענס גערעכנט נאכן טויט?

פרייוויליג » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:12 pm

· #310421
עמיצער ווייסט וואס איז פשט פון די וואסער אין ארץ ישראל? עס איז הערליך געשפאלטן, איז דאס נאטורליך? וואס איז די נאמען?
📎 photo12334184457677611.jpg

געוואלדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:56 pm

· #310428
דאס איז די דרום חלק פום ים ימלח ווי עס זענען געמאכט געווארן קליינע לעיק'ס צו ארויס נעמען זאלץ און מינעראלן פונעם ים.

petergrifin » מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 7:34 pm

· #310618
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דיין סוכה שטייט נאך?

רויטע וואנצעס » מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 8:20 pm

· #310625
ס'איז ממש א ווייטאג ווי די ים המלח ווערט גערעפיט דורך קאמירציאלע אינטערעסן.

וכדומה.. » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 10:28 am

· #311773
וויפיל איז די עוורידש באס דרייווער / באס רבי טיפ?

@berlbalaguleh

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 11:15 am

· #311775
וכדומה..
וויפיל איז די עוורידש באס דרייווער / באס רבי טיפ?

@berlbalaguleh

$25.00...!

א איד » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 11:48 am

· #311784
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
berlbalaguleh
וכדומה..
וויפיל איז די עוורידש באס דרייווער / באס רבי טיפ?

@berlbalaguleh

$25.00...!

בערל כהאב געכאפט די מעססעדזש, ווען דו שרייבסט ווען פערציג, געב איך דיר עס, קוקט אויס דו האסט קליינע השגות.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 11:54 am

· #311785
ער רעדט דען פון השגות? ער רעדט דאך פון פאקטן, וויפיל דער עוורידזש איז וואס ער באקומט, ניין?
זעהט אויס אז די עלטערן האבן ענדערש קליינע השגות. אדער אפשר גאר זייערע ארבייטס-געבער...

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:08 pm

· #311793
א איד
berlbalaguleh
וכדומה..
וויפיל איז די עוורידש באס דרייווער / באס רבי טיפ?

@berlbalaguleh

$25.00...!

בערל כהאב געכאפט די מעססעדזש, ווען דו שרייבסט ווען פערציג, געב איך דיר עס, קוקט אויס דו האסט קליינע השגות.

א איד: נישט איך האב קליינע השגות. דער עולם...זאג נאר. כ'האב נעכטן געטראפן אין דיין ענוועלאפ א פופציגער...אפשר האסטו בטעות אריינגעלייגט אן איבעריגן 25'ער. היינט נאכמיטאג, ווען איך קום אן צו דיין סטאפ וועל איך דיר געיבן טשענדזש...בלי"נ...!

א איד » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:09 pm

· #311795
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דאס איז פאר די באס רבי

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:15 pm

· #311799
שמעקעדיג
ער רעדט דען פון השגות? ער רעדט דאך פון פאקטן, וויפיל דער עוורידזש איז וואס ער באקומט, ניין?
זעהט אויס אז די עלטערן האבן ענדערש קליינע השגות. אדער אפשר גאר זייערע ארבייטס-געבער...

שמעקעדיג: ברוך שכיוונתי לדעתך הקדושה... 😂

לית דין בר נש » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 2:13 pm

· #312163
וואס איז היינט פארגעגאנגען אויף 50 ביי 16? (אנטקעגן איבער עפל באנק)
די גאס איז גיוועהן אפגעשפארט עס איז גיוועהן דוירט פאליציי אויך האב איך גיזעהן דוד גרינפעלד ריפארטע"ס וכו'

בן אדם » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 2:16 pm

· #312164
מ'האט דארט א נאמען געגעבן א גאס אין אנדענק פון רבי מיכאל בער ווייסמאנדל

קול הלשון » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 2:30 pm

· #312165
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וועלכע דענטיסט די עולם ניצט אין וויליאמסבורג

פריש וואסער » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 2:45 pm

· #312167
רויטע וואנצעס
ס'איז ממש א ווייטאג ווי די ים המלח ווערט גערעפיט דורך קאמירציאלע אינטערעסן.

אם קרית לא שנית, ואם שנית לא שלשת, ואם שלשת לא פירשו לך.
מקרא מלא דיבר הכתוב (יחזקאל מ"ז י"א) בנוגע ים המלח:
"בִּצֹּאתָיו וּגְבָאָיו וְלֹא יֵרָפְאוּ, לְמֶלַח נִתָּנוּ"

טמיר » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 6:23 pm

· #312190
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס איז די ערשטע מקור אז זאת חנוכה איז גמר החתימה? לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז עס איז נאר א וויץ

ירא שמים » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 12:52 am

· #312225
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
און כתבי רח״ו ווערט עס נישט געברענגט אבער אפשר פון די אייראפעאישע מקובלים כהרמ״ע מפאנו.

chusid » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 9:20 pm

· #312606
וואס איז געווען די ציל פון גרונדען אגודת ישראל? איז דאס געווען אויפן חשבון צו זיין א פארטיי אין א"י? ווייל וויקיפידיע שרייבט אז זיי האבן שוין געהאט א קאנדידאט אינעם פוילישען פארלימענט.
נאך שרייבט וויקיפידיע אז עס איז געגרינדעט געווארען נאך א וואוט פון קאנגרעס הציוני אין יאר 1912 אז זיי שטיצן נישט רעליגיעזע ישיבות, רעדן זיי פון ווען עס וועט זיין א מדינה אדער האבן זיי געטיילט געלט אין אייראפע אויכט?

שלום על ישראל » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 9:39 pm

· #312611
chusid
וואס איז געווען די ציל פון גרונדען אגודת ישראל? איז דאס געווען אויפן חשבון צו זיין א פארטיי אין א"י? ווייל וויקיפידיע שרייבט אז זיי האבן שוין געהאט א קאנדידאט אינעם פוילישען פארלימענט.
נאך שרייבט וויקיפידיע אז עס איז געגרינדעט געווארען נאך א וואוט פון קאנגרעס הציוני אין יאר 1912 אז זיי שטיצן נישט רעליגיעזע ישיבות, רעדן זיי פון ווען עס וועט זיין א מדינה אדער האבן זיי געטיילט געלט אין אייראפע אויכט?

אגודת ישראל איז געדרינדעד גאווארן צו פארמירן א פאקט פון ארטאדאקסישע אידען קעגען די ציוניזם און מזרחי באוועגונג.

ירא שמים » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:39 pm

· #312630
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
סאיז געווען ספעציעל געגן ציונים? איך מיין סאיז געווען סתם אויף צו געבן א פארטייאישע פראנט פאר שלומי אמוני ישראל אין יענע שווערע צייט

געוואלדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:46 am

· #312686
ווי ירא שמים זאגט
ירא שמים
סאיז געווען סתם אויף צו געבן א פארטייאישע פראנט פאר שלומי אמוני ישראל אין יענע שווערע צייט


נאך מער אין זייער ערשטע אסיפה - נאך פאר קאטאוויץ - איז קלאר באשטימט געווארן אז ארץ ישראל זאל דייקא נישט זיין די הויפט אגענדע.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92