☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

בת קול » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:58 pm

· #413028
יין שרף
איך זוך ASAP א מורה הוראה מובהק (געווענטליך איבער די פופציג..) מיט עקספיריענס אין הוראה, מענטשליכקייט און פארשטיין צו medical needs/conditions. (נישט קיין משנ"ב צו שו"ע הרב איד..) און פארשטייט זיך ברייטע פלייצעס. (נישט ווייל איך זוך דוקא א היתר/קולא, נאר איינער וואס האט נישט מורא אויף זיין שיקול הדעת, בין להקל ובין להחמיר).

אויב איינער ווייסט א נאמען/נאמבער ביטע שיקן ע.ס.ע.פ . ייש"כ.
(הלוואי ווען איך האב נאך היינט הגאון רש"ז אורבאך זצ"ל..)

ר' מיכל שטיינמעץ פיט רוב דיסקריפשאן. איך ווייס נישט ווי גוט ער קען זיך אויס מעדיקעלי.

שמעון וואלף » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:06 am

· #413039
אפשר ר' יודל גרובער

יהושע חיים » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:18 am

· #413040
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
בת קול
יין שרף
איך זוך ASAP א מורה הוראה מובהק (געווענטליך איבער די פופציג..) מיט עקספיריענס אין הוראה, מענטשליכקייט און פארשטיין צו medical needs/conditions. (נישט קיין משנ"ב צו שו"ע הרב איד..) און פארשטייט זיך ברייטע פלייצעס. (נישט ווייל איך זוך דוקא א היתר/קולא, נאר איינער וואס האט נישט מורא אויף זיין שיקול הדעת, בין להקל ובין להחמיר).

אויב איינער ווייסט א נאמען/נאמבער ביטע שיקן ע.ס.ע.פ . ייש"כ.
(הלוואי ווען איך האב נאך היינט הגאון רש"ז אורבאך זצ"ל..)

ר' מיכל שטיינמעץ פיט רוב דיסקריפשאן. איך ווייס נישט ווי גוט ער קען זיך אויס מעדיקעלי.
איך קען זאגן פון עקספיריענס אז ער איז גוט און ער האט ברייטע פלייצעס און ער איז כמעט אייביג עוועיליבל

נאר קום גוט צוגעגרייט ווייל ער האט נישט קיין נערווין אויסצוהערן לאנגע דרשות

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:20 am

· #413041
איך טראכט גאר, אפשר רבנים וואס זענען אפילעאירט מיט הצלה וכדו' קענען זיין בעסער.
אין מאנסי ווייס איך אז בעלזא דיין, ר' בצלאל טובי' וועטענשטיין איז מרבני הצלה, און ער לערנט פאר פאר זיי הלכות שבת, פקו"נ וכדו'.
ווער נאך זענען מעדעקלי באקאנטע רבנים? (למשל האט חברה הצלה פון ב.פ. צו וויליאמסבורג פראמינענטע פוסקים, וואס פיטן מיין דיסקריפטשאן?)

איין מורה הוראה וואס מען האט מיר רעקאמענדירט, א משיב תשובות רבות, וחיבר כמה ספרים שו"ת וכדו', און ער אליינס שרייבט נאך כמה מעדיקל תשובות (אין די נייע מהדורא) ושוב העירינו וכו' שהמציאות אינו ממש כמו שכבתי, והחולק יחלוק וצ"ע

קוקי » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 8:33 pm

· #414034
וואס איז די נומער פון 'פלינק' פעקל סערוויס

יין שרף » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 8:35 pm

· #414036
קוקי
וואס איז די נומער פון 'פלינק' פעקל סערוויס

845-425-0000
(גוגל האסטו..?)

מארמאראשער » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 7:14 pm

· #414493
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
א רעסעפי פאר א קליינע געשמאקע פשעווארסקע קוגל

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

קוקי » זונטאג אקטאבער 21, 2018 2:03 pm

· #414833
וואס עפעס זאגט מען 'חוזק' אויף איינעם וואס איז אויסגעשפילט. ס'טייטשט דאך שטארקייט?

סקרן » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 8:37 pm

· #415815
האב איך יעצט באקומען א טעלעפון קאל אויף מיין סעלפון כדלהלן:
Hello did you win the mega millions last week if yes press 1 if not you can be the winner by donating .......
ווייטער האב איך נישט אויסגעהערט איך האב אלייך געדריקט 1 ווילענדיג הערן וואס זיי האבען צו אפפערן פאר דער וואס האט יא געוואנען.

בין איך די איינציגע צו באקומען אזא קאלל?
טאמער נישט האט איהר אויך געדריקט 1?

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 8:42 pm

· #415820
סקרן: איך (און נאך א סאך אנדערע מענטשן) האבן אויך באקומען דעם פאון קאלל. ביי מיר איז געשטאנען אויף די קאללער איי. די...."בריעגער פעמילי"...נאכדעים זאגט מען אז ביי די גויים זענען פארהאן סקעמערס, גנבים און שווינדלערס...און ביי אונז נישט...?!

איך וועלל פאראפראזירן א מאמר חז"ל. וואס כאטש ס'איז ארויסענומען פונ'ם קאנטעקסט...אבער דאך... וה' הטוב יכפר...!

די גמ' זאגט..."רוב גנבי ישראל"...קענמען אפשר זאגן בדרך צחות..."רוב ישראל גנבי"...!

פליישיג » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 7:42 pm

· #416532
ווען איז די חתונה פון בן הגה''צ אב''ד סאטמאר וומס''ב?

טמיר » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 12:56 am

· #417131
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אויפן פאון איז דא עפפס וואס נוצן א געוואלד מיט דאטא אין סטארעדזש אהן א נארמאלע סיבה. לדוגמא, מיין גוגל שיטס עפפ פארנוצט 114 מ"ב דעטע חוץ פון וואס די עצם עפפ פארנוצט, בשעת די עצם דעטע וואס ליגט אין די פיילס איז מאקסימום אפאר מ"ב. איר ווייסט וויפיל סעלס דארפן זיין פיל צי מאכן א עקסעל שיט איין מב גרויס?

שלום על ישראל » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 10:13 am

· #417152
טמיר
אויפן פאון איז דא עפפס וואס נוצן א געוואלד מיט דאטא אין סטארעדזש אהן א נארמאלע סיבה. לדוגמא, מיין גוגל שיטס עפפ פארנוצט 114 מ"ב דעטע חוץ פון וואס די עצם עפפ פארנוצט, בשעת די עצם דעטע וואס ליגט אין די פיילס איז מאקסימום אפאר מ"ב. איר ווייסט וויפיל סעלס דארפן זיין פיל צי מאכן א עקסעל שיט איין מב גרויס?

האסטו אסאך פיילס\פאלדערס אנגעשטעלט אלס "אָפליין"?

טמיר » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 9:18 pm

· #417196
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שלום על ישראל
טמיר
אויפן פאון איז דא עפפס וואס נוצן א געוואלד מיט דאטא אין סטארעדזש אהן א נארמאלע סיבה. לדוגמא, מיין גוגל שיטס עפפ פארנוצט 114 מ"ב דעטע חוץ פון וואס די עצם עפפ פארנוצט, בשעת די עצם דעטע וואס ליגט אין די פיילס איז מאקסימום אפאר מ"ב. איר ווייסט וויפיל סעלס דארפן זיין פיל צי מאכן א עקסעל שיט איין מב גרויס?

האסטו אסאך פיילס\פאלדערס אנגעשטעלט אלס "אָפליין"?

איך רעדט נישט פון דרייוו נאר פון שיטס, וואס ניצט זייער ווייניג פלאץ, און איך זענען רוב נישט אפליין. עס איז נאר איין דוגמא, למשל גוגל עפפ פרעסט אויך משונהדיג אסאך פלאץ. סך הכל דארף ער האלטן די דעטע פון אלע סירטשעס וכדומה, דארף נישט אויפנעמען מער ווי עטליכע ק"ב

שלום על ישראל » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 2:21 pm

· #417570
וועלכע פאון האסטו? אייפאן אדער ענדרויד?

וואס געשעהט אויב דו מעקסט אויס די עפפ און ברענגסט עס צוריק?

ב.ד.וו. א ספרעדשיט קען ווערן גאר שווער, אפילו מיט ווייניג דאטא, אויב עס פארמאגט פארמאטונג וכדומה

טמיר » פרייטאג נאוועמבער 30, 2018 1:10 am

· #417621
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שלום על ישראל
וועלכע פאון האסטו? אייפאן אדער ענדרויד?

וואס געשעהט אויב דו מעקסט אויס די עפפ און ברענגסט עס צוריק?

ב.ד.וו. א ספרעדשיט קען ווערן גאר שווער, אפילו מיט ווייניג דאטא, אויב עס פארמאגט פארמאטונג וכדומה

ענדרויד. כהאב נישט פרובירט.

נאך א דוגמא. וועיז ניצט 48 מב דעטע אויסער די עפפ אליין. איך האב עס נאר געניצט 1 - 2 מאל.
גוגל עפפ, איבער 100 מב. אפילו א ליסט פון א מיליאן סירטשעס וועט נישט אויפנעמען אזויפיל פלאץ
טשעיס עפפ, איבער 200 מב! וואס האלטן זיי דארט?? אלעס די יוזער דעטע אויסער די עפפ אליין.
קראם, 164 מב!
גוגל פלעי, 110 מב!

שלום על ישראל » פרייטאג נאוועמבער 30, 2018 10:13 am

· #417642
טמיר
כהאב נישט פרובירט.

פרוביר

טמיר
וועיז ניצט 48 מב דעטע אויסער די עפפ אליין. איך האב עס נאר געניצט 1 - 2 מאל.

וועיז נוצט אסאך דאטא, און האט נישט אזויפיהל מיט וויפיהל איר נוצט. מערסטענס נוצט עס די מאפע אליינס, וואס לויד'ט זיך ביים ערשטע באנוץ. יעדע פרישע באנוץ, לייגט נאר צו עטליכע טעקסט שורות צו א פייל מיט די קאארדס.

טמיר
גוגל עפפ, איבער 100 מב. אפילו א ליסט פון א מיליאן סירטשעס וועט נישט אויפנעמען אזויפיל פלאץ

גוגל עפפ לייגט אוועק זייער אסאך אינפארמאציע איבער אייך. די בעסטע איז אויב איר האט אן אפציע איר צו בלאקירן ווען נישט אין באנוץ (בעקגראונד דאטא)

טמיר
טשעיס עפפ, איבער 200 מב! וואס האלטן זיי דארט?? אלעס די יוזער דעטע אויסער די עפפ אליין.

נישט זיכער, אבער מעגליך אז זי לאדענט אראפ אלע טראנזאקציעס פון ווייסעך-ווי-לאנג.

טמיר
קראם, 164 מב!

קוקיס און קעש (נישט געלד...) שטעל אן אז די קעש (cache) זאל זיל אויסליידיגען יעדעס מאל דו מאכסט עס צו

טמיר
גוגל פלעי, 110 מב!

ליידיג אויס די א.ד. קעש.

קוקי » זונטאג מערץ 17, 2019 12:36 am

· #426607
ווער האט געמאכט די קינדער טעיפס, ברוך אתה.. אין די 'מ' יארן.

ונבנתה העיר » זונטאג מערץ 17, 2019 12:45 am

· #426609
שרגא מרדכי בלומבערג.

קוקי » זונטאג מערץ 17, 2019 4:30 pm

· #426654
ונבנתה העיר
שרגא מרדכי בלומבערג.

יותר פרטים?

ונבנתה העיר » זונטאג מערץ 17, 2019 4:48 pm

· #426658
א בדחן. פרעג זיך נאך ביי די אונגארישע.

חתן בחור » זונטאג מערץ 17, 2019 9:32 pm

· #426690
אוי די נאסטאלגיע!

מאמעניו ענטפער מיר גיך...

קוקי » זונטאג מערץ 17, 2019 10:49 pm

· #426700
חתן בחור
אוי די נאסטאלגיע!

מאמעניו ענטפער מיר גיך...

יא טאקע די ניגון מאכט מיר טשילס.. פון נאסטאלגיע..
און כ'בין נייגעריג וועמענס איז אט דער ניגון, די גראמען קען זיין זיינס, אבער די מעלאדיע איז וועמענס?

איך אויך » מיטוואך אפריל 3, 2019 6:59 pm

· #427799
שיינע ניגון און געדאנק מיטן פולסטן תמימות. קענסט אפשר ליגן נאך ניגונים פונעם טעיפ? עס סאונד אינטרעסאנט.

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 8, 2019 12:35 pm

· #429946
מה זאת? פאר ישעיהו הפטורות?
📎 IMG-20190508-WA0000.jpeg

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 8, 2019 12:48 pm

· #429947
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ישעיהו איז די מערסטע גענוצטע נביא, ממילא קויפט מען דאס ערשט. איך האב אבער קיינמאל נישט געזען קיין הכנסת ספר נביאים

אין ליובאוויטש ליינט מען נישט פון א קלף?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך מאי 8, 2019 12:50 pm

· #429949
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ונבנתה העיר
מה זאת? פאר ישעיהו הפטורות?
📎 IMG-20190508-WA0000.jpeg
ס'מוז זיין ס'דא עפעס א סגולה באהאלטן אינטערדעם, כ'האב געמאכט א גוגל סוירטש אבער גארנישט געפונען

אגרות צפון » מיטוואך מאי 8, 2019 1:13 pm

· #429951
איך האב שוין אמאל מיטגעהאלטן א הכנסת ספר מלכים אין קרית ספר.
זעט אויס אז ווען מ`זוכט צו מאכען א טראסק איז דאס א גוטע געלעגנהייט.

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 8, 2019 1:15 pm

· #429952
ליטוואק פון בודאפעסט

אין ליובאוויטש ליינט מען נישט פון א קלף?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ניין.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 8, 2019 2:30 pm

· #429954
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אם בקלף להפטרה עסקינן, דא האט איהר פון די לעצטיגע ישרון פון דער אינטרעסאנטע רב אין בני ברק, הרב שריה דבליצקי זצ"ל (דער זיידע פון איש_ספר פון דער פורום אוצה"ח).

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 8, 2019 2:47 pm

· #429955
א הכנסה איז אייביג א געוואונטשענע זאך...

shem-tov » מיטוואך מאי 8, 2019 11:09 pm

· #429989
וואס גייט פאר מיט סאדיגערע רבי פון ארץ ישראל אז ער האלט זיך אויף פסח אין לעיקוואד. אלעס מסודר האף איך

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 8, 2019 11:44 pm

· #429990
ער שפירט זיך נישט אזוי גוט. ער איז נאכאלץ אין אמעריקע.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 9, 2019 6:40 am

· #430004
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
הער אויף מיט די סופערסטישענס. ער האט קענסער און לכאורה מאכט ער דא טריעטמענטס.

רפואה שלמה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מאטי » זונטאג מאי 12, 2019 3:18 pm

· #430231
חתן בחור
אוי די נאסטאלגיע!

מאמעניו ענטפער מיר גיך...

ס'איז דא א קינדער טעיפ "אברהמ'לע" דארטן שפילן זיי דעם זעלבן מעלאדיע אויף די ווערטער "מיין זיידע באבע כ'האב אייך זייער זייער ליב"

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך מאי 22, 2019 8:33 am

· #430871
פארוואס אלע שחורים שמעקן (=שטינקען...) מיט דעם זעלבען שמעק ?

וואלווי » מיטוואך מאי 22, 2019 10:21 am

· #430880
שמחהלע קאפשטיק
פארוואס אלע שחורים שמעקן (=שטינקען...) מיט דעם זעלבען שמעק ?

און די יודען?...

וואלווי » מיטוואך מאי 22, 2019 10:27 am

· #430884
וואס געשענט ווען איינער לאזט צוואה, כדרך הצדיקים וואס הארעווען ביים טיש מיט א גמרא כל ימי חייהם, אז לאחר אריכות ימים ושנים, זאל מען עם באהאלטען אין די ברעטער פון דעם טיש, ווייל אזוי וועט ער דאך גראד אריינפליען אין גן עדן, אבער וואס טוט זיך אויב למעשה פלעג ער לערנען אויף אן אייזענעם טיש?

מ'קען דאך נישט מאכן אן ארון פון אייזען, איז וואס בלייבט? יהא מונח עד שיבא אליהו?

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 22, 2019 11:04 am

· #430888
וואלווי: דו ביסט חושד אונזערע היינטיגע אדמורי"ם אז זיי לערנען ביי א פשוט'ן אייזערנעם טיש. זיי לערנען ביי א 4,000 דאללער'דיגן געפאלישט'ן טיש געמאכט פון די טייערסטע הארדוואוד. איז טאקע דא א פראבלעם. צי די יורשים וועללן מסכים זיין צו צוהאקן אזא טייערע שטיק פוירניטשור. פאר'ן טאטן וועט גוט זיין א פשוט'ע ברעט. געמאכט פונ'ם שטענדער וואו ער פלעגט זיך מסגף זיין און לערנען שטייעדיג...!

וואלווי » מיטוואך מאי 22, 2019 11:07 am

· #430889
יעצט וואס טוט זיך מיט די אלע טויטע הערשן אויפ'ן זייט פון די ראודס און הייוועיס, די נעבעך'דיגע זיסע הערשען וואס האבן אזוי טרטגיש קורצגעשניטן זייער איידעל לעבן. אזוי אויך די אלע לעכטיגע בעלי חיים וואס ליגען אזוי צו'מזיק'ט על אם הדרך. ווי אזוי ווערען זיי נעלם? ווען קיינער זעט נישט שפאצירן זיי אוועק?

וואלווי » מיטוואך מאי 22, 2019 11:11 am

· #430890
berlbalaguleh
וואלווי: דו ביסט חושד אונזערע היינטיגע אדמורי"ם אז זיי לערנען ביי א פשוט'ן אייזערנעם טיש. זיי לערנען ביי א 4,000 דאללער'דיגן געפאלישט'ן טיש געמאכט פון די טייערסטע הארדוואוד. איז טאקע דא א פראבלעם. צי די יורשים וועללן מסכים זיין צו צוהאקן אזא טייערע שטיק פוירניטשור. פאר'ן טאטן וועט גוט זיין א פשוט'ע ברעט. געמאכט פונ'ם שטענדער וואו ער פלעגט זיך מסגף זיין און לערנען שטייעדיג...!

האסט קיינמאל נישט געזעהן די רבי דער ברך משה לערנענדיג אין קאנטרי? ער זיצט דאך ביי אן אייזענעם פעטיא טיש. מיינסטו ס'ליגט היינט צוטאגס זעקס פוס אראפ אין אוהל רביה"ק?

נ"ב, ס'קען העלפען, פושט זיין די איבעיא, אז מ'נעמט אין אכט אז רוב צדיקים זענען אזוי שטארק טרוד טראגען די לאסט פון יודישע קינדער די פאר חדשים אין יאר וואס זיי זענען בביתם נאוה קודש, אז נאך א מזל אז זיי קענען נאכיאגען די לימודים אין די פרייע שעות אויף וועקאציע, זיצענדיג אויף א פעטיא, טערעס, צווישען ביימער, ים כ'וואליעס. ווי בדרך כלל איז די אוטדור פורניטשער פון אייזען...

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 22, 2019 11:27 am

· #430891
וואלווי: ס'וועטציך שוין טרעפן א איד וועלכער וועט עס טון פאר פרנסה. צושניידן (דורך וועלדינג) דעם הייליגן טיש. און אריינלייגן א ד' על ד' (טפחים) אינ'ם קבר פונ'ם צאדיק. נאר ביי א סאך רעבעס וועט מען מוזן אריינלייגן דעם זליבערנעם בעכער און די רונדעכיגע קעיק וואס לא ירד מעל שולחנם. בין בימות החמה. ובין בימות גשמים...!

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך מאי 22, 2019 11:38 am

· #430893
וואלווי
שמחהלע קאפשטיק
פארוואס אלע שחורים שמעקן (=שטינקען...) מיט דעם זעלבען שמעק ?

און די יודען?...

די וואס גייען נישט אין שויער זיי שטינקען פון שווייס בערך יעדער מיט די זעלבע פלעיווער...

יהורם דעם איידעלע » מיטוואך מאי 22, 2019 11:45 am

· #430894
וואלווי
יעצט וואס טוט זיך מיט די אלע טויטע הערשן אויפ'ן זייט פון די ראודס און הייוועיס, די נעבעך'דיגע זיסע הערשען וואס האבן אזוי טרטגיש קורצגעשניטן זייער איידעל לעבן. אזוי אויך די אלע לעכטיגע בעלי חיים וואס ליגען אזוי צו'מזיק'ט על אם הדרך. ווי אזוי ווערען זיי נעלם? ווען קיינער זעט נישט שפאצירן זיי אוועק?

אסאך פון די נבילות נעמען זיי צו'ם גן החיות און מ'שטעלט צו עסען פאר די לייבעלעך און אנדערע ווילדע חיות וואס זענען דארטן.

וואלווי » מיטוואך מאי 22, 2019 11:46 am

· #430896
שמחהלע קאפשטיק
וואלווי
שמחהלע קאפשטיק
פארוואס אלע שחורים שמעקן (=שטינקען...) מיט דעם זעלבען שמעק ?

און די יודען?...

די וואס גייען נישט אין שויער זיי שטינקען פון שווייס בערך יעדער מיט די זעלבע פלעיווער...

יעצט צירוק צו די שחורים? ווער מיר נישט קיין ראסיסט דא...

די רוסישע באבושקעס האבען דאך אויך אלע דעם זעלבען רוח מצויה, וואס איז פשט? לכאורה ווייל זיי נוצען אלע די זילבע סארט פערפיום. הכי נמי ביי אנדערע קרייזען, קען זיין ס'אויך פאפיולער די זעלבע ברענד פערפיום אדער זייפען.

אונטער חכם » דאנערשטאג מאי 30, 2019 12:13 pm

· #431299
וואס איז געשטאנען אין די תכלית די וואך?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 30, 2019 1:13 pm

· #431306
אפשר מיינען זיי דעם לינק?!: אז מ'קלאפט שוין אליעזר נייהויז, מאכט שוין נישט אויס נאך א שמיץ...!

זאגטס פאר די אלע בעלי תשובות און אנדערע ליידיגגייער אז זיי זאללן צורקגיין שלאפן. אויב זיי האבן נישט קיין בעסערס צו טון מיט זייער נעבעכ'דיג פוסט לעבן...! און לאזן דעם עולם געמאכט. דער עולם (גולם) איז שוין מיעד און אויסגעמוטשעט. ..."מעקסט אוט"... בלשון אמעריקע...!

כ'האב געהערט א גוט ווארט פון אן אלטן איד. בגן עדן תהא מנוחתו...ס'איז געווען אמאל א איד אין ביהמ"ד. א גרויסער פגע רע. דער עולם איז שוין מיעד געווען פון זיינע שטיק. אמאל, ביי שחרית האט ער געזאגט די ברכה ..."שלא עשני אישה"... מיט גרויס התלהבות. רופט זיך אן איינער א לץ..."ס'טאקע א שאד"...!

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 10, 2019 5:47 pm

· #432985
פארוואס איז דער חסידישער חדר פארמעקט? סעקיוריטי? ס'זעט מיר אויס ווי אנדערע מוסדות זענען נישט פארשטעלט.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 10, 2019 10:45 pm

· #432995
וועלכע באבוב איז עס..?

צפור בודד » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 9:39 am

· #435196
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פון צייט צו צייט גייען ארום קליפס פון היימישע יונגעלייט אויף א שיף מיט זינגערס אדער שפילערס אדער סתם ענטערטעינערס ווי יואל'י לעבאוויטש וכדומה. קיינמאל זעט מען פרויען.

אפשר קען איינער איבערגעבן מער פרטים צו פארשטיין דער ערשיינונג. וואו פארן די שיפן, וואו רעקלאמירט מען איבער זיי, ווער איז דער אנפירער, וויפל בערך קאסט א טיקעט, אויף ווי לאנג פארן זיי, געט מען דארט צו עסן, צי טרונקט מען דארט אלקעהאל? בקיצור איך וויל בעסער פארשטיין דעם ערשיינונג והמסתעף.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk