☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

נתן מנחם » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:52 pm

· #234297
berlbalaguleh
לית דין בר נש
נתן מנחם
יעדע איינער פילט זיך די קאפל צופרי ווען מען וואקט ארויס פון שטוב צו דאבע"ל טשעקע"ן אז מען טראגט נישט די שלאף קאפל?

ניין!!!
מסתמא טוסט די עס ווייל די האסט איין מאל געהאט א פלאפ

איך האב שוין איינמאל געדרייווט די באס מיט'ן שלאף-קאפל.נאך א ליל-ששי סדר. צו נעמען די בחורים אהיים... 😳

בעיני ראיתי אפאר וואכען צוריק שבת איז א יונגערמאן אריינגעקומען אין ביהמ"ד שבת נאכמיטאג צו מנחה מיט זיין קאפעליטש 😕

שמערל » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:03 pm

· #234298
פון דעם טור וואס שרייבט דער חיוב פון כיסוי הראש אין הלכות השכמת הבוקר, איז משמע אז ביינאכט ביים שלאפן איז כולי עלמא מודי אז מען ברויך קיין קאפל האבן.

הגה. וכן נוהגין

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:31 pm

· #234309
שמערל
פון דעם טור וואס שרייבט דער חיוב פון כיסוי הראש אין הלכות השכמת הבוקר, איז משמע אז ביינאכט ביים שלאפן איז כולי עלמא מודי אז מען ברויך קיין קאפל האבן.

הגה. וכן נוהגין

שמערל: דו האסט פארגעסן צו צולייגן איין ווארט אנו...!

קאסטנער » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 6:00 pm

· #234325
מיינסט אפשר וכן ׳אני׳נוהג?

chusid » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 6:56 pm

· #234334
פארוואס דע בעלי כשרונות נפלאות דע גאר געלונגענע שרייבערס טוען דאס נישט פאר א פרנסה? איי וועט איר פרעגן מהיכי תיתי אז זיי טוען עס טאקע נישט , דאס איז ווייל אין די אויסגאבעס זעט מען נישט אזאנע געלונגענע שרייבערס.

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 8:18 pm

· #234347
איך האב צום סוף געקויפט די אין די לינק, כ'בין זייער צופרידן.

<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/Philips-Norelco-QC5570-Do-It-Yourself-Clipper/dp/B00ARF44P0/ref=sr_1_3?s=hpc&ie=UTF8&qid=1415755014&sr=1-3&keywords=hair+shaver+do+it+yourself">http://www.amazon.com/Philips-Norelco-Q ... t+yourself</a>

גרוש » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:09 pm

· #234355
מתי יגיע "עת לחבוק",

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:16 pm

· #234358
קאסטנער
מיינסט אפשר וכן ׳אני׳נוהג?

יא: אבער ר'איז דאך אן עניוו אויך...!

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:18 pm

· #234360
chusid
פארוואס דע בעלי כשרונות נפלאות דע גאר געלונגענע שרייבערס טוען דאס נישט פאר א פרנסה? איי וועט איר פרעגן מהיכי תיתי אז זיי טוען עס טאקע נישט , דאס איז ווייל אין די אויסגאבעס זעט מען נישט אזאנע געלונגענע שרייבערס.

משא"כ אויף קאווע שטיבל, יא... 🙄

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:11 am

· #234393
קאך_לעפל
chusid
אפטעמיסט
משפחת אלבוים

אויף וועמענס היתר?

<a class="postlink" href="http://youtu.be/ycWd1uOuJFA">http://youtu.be/ycWd1uOuJFA</a> via @YouTube

ממש א פחד! עס איז שוין ממש נישטא אין ארץ ישראל ווי צו לייגען די פוס, נאר אויפן הר הבית, עס איז אפי' אסיר ע''פ הלכה. אבער לאמיר זאגן אז נישט, איז דען דא עפעס א ענין רויף צו גיין אויפן הר הבית? ע''פ נגלה? נסתר?

דער רמב"ם שרייבט אויך אז ווען ער איז ארויף אויף ארץ ישראל איז ער גראד געגאנגען מתפלל זיין ביים מערת המכפלה און אויפן הר הבית. זעט אויס ער האט זיך נישט גערעכענט מיט "אלע היינטיגע היימישע" פוסקים.

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 7:04 am

· #234403
איין שאלה, די מוסלעמענער מעטשעט אויפן הר הבית איז שוין געשטאנען צוויי הונדערט יאר פארן רמב"ם איז ארויף אויף ארץ ישראל, וויאזוי קען די רמב"ם מיינען אז ער איז ארויף ממש אויף די בארג?

לאליפאפ » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 7:06 am

· #234404
ישראל קאפקע
איין שאלה, די מוסלעמענער מעטשעט אויפן הר הבית איז שוין געשטאנען צוויי הונדערט יאר פארן רמב"ם איז ארויף אויף ארץ ישראל, וויאזוי קען די רמב"ם מיינען אז ער איז ארויף ממש אויף די בארג?

אינטערעסאנטע קשיא! ער שרייבט ונכנסתי אל הבית הגדול והקדוש והתפללתי שם.

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 7:19 am

· #234407
לאליפאפ
ישראל קאפקע
איין שאלה, די מוסלעמענער מעטשעט אויפן הר הבית איז שוין געשטאנען צוויי הונדערט יאר פארן רמב"ם איז ארויף אויף ארץ ישראל, וויאזוי קען די רמב"ם מיינען אז ער איז ארויף ממש אויף די בארג?

אינטערעסאנטע קשיא! ער שרייבט ונכנסתי אל הבית הגדול והקדוש והתפללתי שם.

ער איז גאר 'אריין אינעם' מעטשעט??
סאו די גאנצע זאך איז א שטות, ער רעדט נישט דווקא פון א 'בארג', און ער רעדט דווקא יא פון א גרויסע וויכטיגע 'געביידע' וואס ער רופט אן 'הגדול והקדוש' וואו ער איז 'אריין', און 'געדאוונט' דארט!

ווי קען א האנעסט מענטש אן אן אגענדע אריינלערנען
(ונכנסתי) [ועליתי] אל [הר] הבית, והתפללתי שם?

ענטפער: מען קען טאקע נישט.

(מיין 700סטע תגובה!)

chusid » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 11:27 am

· #234429
לאליפאפ
ישראל קאפקע
איין שאלה, די מוסלעמענער מעטשעט אויפן הר הבית איז שוין געשטאנען צוויי הונדערט יאר פארן רמב"ם איז ארויף אויף ארץ ישראל, וויאזוי קען די רמב"ם מיינען אז ער איז ארויף ממש אויף די בארג?

אינטערעסאנטע קשיא! ער שרייבט ונכנסתי אל הבית הגדול והקדוש והתפללתי שם.

ווי איז דע רמבם?

סאו וואט » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:26 pm

· #234442
איך וויל וויסען וואס טראכט דער בארבער, ווען ס'קומט אריין א יוד וואס פון אונדרויסען קוקט ער אויס ווי א חסידישע יונגרמאן מיט בארד און פיאות,
און ווען ער פרעגט עהם וואס פארע מין סטייל ער וויל, ענטפערט יענע, סניף די גאנצע מעשה, שנייד אראפ דער בארד מיט פיאות, איך ווער יעצט א באם,
וואס טראכט דער בארבער דעמאלס?

אויסגערוט » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:45 pm

· #234447
ער טראכט "זאל ער שניידען וואס מער. איך נאך אפאר דאללער"

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:55 pm

· #234448
אויב איז ער א רוסישער, טראכט ער אז ער גייט יעצט קומען אפטער און האבן מער ביזנעס.
אויב איז ער א כינעזער, טראכט ער אז ער ווערט מסתמא א מאנק.
אויב איז ער א מעסיקאנער, פרעגט ער אים אויב ער וויל לכה"פ לאזן די וואנצעס.
אויב איז ער אן אמעריקאנער, זאגט ער אים אז ס'איז דריי מאל די פרייז.
אויב איז ער א פראנצויז, פרעגט ער אים אויב ער וויל אויך למטה מעשרה.
אויב איז ער אן ישראלי, וועט ער אים זאגן אז שניידן 1 פאה איז 10 דולר, אבער אויב מ'שניידט צוויי, איז די דריטע בחינם.

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:22 pm

· #234449
וואס פונקטליך מיינט pathological, ווען איך זאג פאטאלאדזשיקל שרעק, אדער אז איינער איז א פאטאלאדזשיקל ליגנער, וואס מיינט עס ארויסצוברענגען?

לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:33 pm

· #234453
רויטע וואנצעס
אויב איז ער א רוסישער, טראכט ער אז ער גייט יעצט קומען אפטער און האבן מער ביזנעס.
אויב איז ער א כינעזער, טראכט ער אז ער ווערט מסתמא א מאנק.
אויב איז ער א מעסיקאנער, פרעגט ער אים אויב ער וויל לכה"פ לאזן די וואנצעס.
אויב איז ער אן אמעריקאנער, זאגט ער אים אז ס'איז דריי מאל די פרייז.
אויב איז ער א פראנצויז, פרעגט ער אים אויב ער וויל אויך למטה מעשרה.
אויב איז ער אן ישראלי, וועט ער אים זאגן אז שניידן 1 פאה איז 10 דולר, אבער אויב מ'שניידט צוויי, איז די דריטע בחינם.

וואס טראכט רויטע וואנצעס אז איך טוה בשעת איך ליין זיין תגובה?
1 איך שמייכל זייער שטארק פון זיין sence of humor
2 איך טראכט wow ווי קען ער די מיטעליט"י פון יעדע פאלק
3 איך טראכט אז עס מוז נישט זיין אז ער האט געשריבן וואס עס איז די מציאות ער וואלט פונקט אזוי גיקענט שרייבן אויף די ישראלי וואס ער האט געשריבן אויף די אמעריקאי און אויף די פראנצויז וואס ער האט געשריבן אויף די מעקסיקאנע וכו'

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:38 pm

· #234455
a pathological liar definition - Google Search - <a class="postlink" href="https://www.google.com/search?q=a+pathological+liar+definition&rlz=1Y3AHUG_enUS594US594&oq=a+pethological+liar&aqs=chrome.2.69i57j0l3.9427j0j4&client=ms-android-sprint-us&sourceid=chrome-mobile&espv=1&ie=UTF-8">https://www.google.com/search?q=a+patho ... 1&ie=UTF-8</a>

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:58 pm

· #234458
מאטי
a pathological liar definition - Google Search - <a class="postlink" href="https://www.google.com/search?q=a+pathological+liar+definition&rlz=1Y3AHUG_enUS594US594&oq=a+pethological+liar&aqs=chrome.2.69i57j0l3.9427j0j4&client=ms-android-sprint-us&sourceid=chrome-mobile&espv=1&ie=UTF-8">https://www.google.com/search?q=a+patho ... 1&ie=UTF-8</a>

מיין שאלה איז געווען וואס פאטאלאדזשיקל מיינט, איך ווייס בערך וואס מען מיינט ווען מען זאגט פאטאלאדזשיקל ליגנער, אבער עס העלפט מיר נישט מיט פאטאלאדזשיקל,

chusid » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:59 pm

· #234459
וואס איז עשו געווען? א איד א גוי? חרדי אדער חילוני? (אנטשולדיקט פאר מיין עמי הארצ'ס אבער איך בין בלענק,,)

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:11 pm

· #234464
קוק אין הילף פארן קינד ומשם תדרשנו......

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:22 pm

· #234469
ישראל קאפקע
מאטי
a pathological liar definition - Google Search - <a class="postlink" href="https://www.google.com/search?q=a+pathological+liar+definition&rlz=1Y3AHUG_enUS594US594&oq=a+pethological+liar&aqs=chrome.2.69i57j0l3.9427j0j4&client=ms-android-sprint-us&sourceid=chrome-mobile&espv=1&ie=UTF-8">https://www.google.com/search?q=a+patho ... 1&ie=UTF-8</a>

מיין שאלה איז געווען וואס פאטאלאדזשיקל מיינט, איך ווייס בערך וואס מען מיינט ווען מען זאגט פאטאלאדזשיקל ליגנער, אבער עס העלפט מיר נישט מיט פאטאלאדזשיקל,

לכאורה אז דער יעניגער האט כאילו א מענטל קאנדיציע וואס טרייבט אים צום ליגנט.

שלמה המלך » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:24 pm

· #234470
chusid
וואס איז עשו געווען? א איד א גוי? חרדי אדער חילוני? (אנטשולדיקט פאר מיין עמי הארצ'ס אבער איך בין בלענק,,)

בלענק אבער א CHUSID, די ליטאים וועלין זיך מחיה זיין היצט 😃
אין מדרש שטייט אז עשיו איז געגאנגען ווייסע זאקען אינדערוואכען מיט א ספאדיק און סטראקעס (לשבר את האוזן) און פארדעם האט יצחק אבינו געמיינט אז ער איז א גרויסע צדיק מיט זיינע קשיות האיך מעשרין את התבן וכדו' און ווען משיח וועט קומען וועט ער זיך זעצען אויווען אן מיט זיינע שמונה בגדים און לאנגע ווייסע בארד און דער מלך המשיח וועט אים זאגען ער סאל מוחל זיין און הייבען פיס, וכו' עיין במדרש
און 'הילף פארן קונד' איז די בילד פון עשיו באוואקסען מיט א גרויסע טשופ און א בארד, קיקט אויס אביסעל ווי קארליבאך נאר אן א קאפל און א רויטע בארד אשטאט א גרויע.....

chusid » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:30 pm

· #234471
דאס ווייס איך אויכעט.... 😂 כהאב געוואלט וויסן גרונטליכער

שלמה המלך » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 4:03 pm

· #234479
א איד איז מען אויב מ'האט א אידישע מאמע, יא ער האט געהאט, (וואס א איד האט געמיינט פאר מתן תורה) ער איז געוועהן א חילוני מיט א לבוש פון א חרדי.... קלאר?

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 4:17 pm

· #234481
עף וויי איי ביז עזרא הסופר'ס צייטן איז מען געגאנגען נאכן טאטן.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:00 pm

· #234536
מאטי
עף וויי איי ביז עזרא הסופר'ס צייטן איז מען געגאנגען נאכן טאטן.

וואס איז די סיבה אז מ'האט געטוישט?!...!

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:16 pm

· #234539
ס'איז פשוט גרינגער צו טרעקן.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:24 pm

· #234544
מאטי
ס'איז פשוט גרינגער צו טרעקן.

איך האב געהערט פון א פרייע איד א הסבר...!

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:14 pm

· #234553
chusid
לאליפאפ
ישראל קאפקע
איין שאלה, די מוסלעמענער מעטשעט אויפן הר הבית איז שוין געשטאנען צוויי הונדערט יאר פארן רמב"ם איז ארויף אויף ארץ ישראל, וויאזוי קען די רמב"ם מיינען אז ער איז ארויף ממש אויף די בארג?

אינטערעסאנטע קשיא! ער שרייבט ונכנסתי אל הבית הגדול והקדוש והתפללתי שם.

ווי איז דע רמבם?

די לשון וואס די רמב"ם האט געשריבן, למען הפונקטליכקייט איז: וביום שלישי בשבת, ד' חשוון, יצאנו מעכו לעלות לירושלים תחת סכנה, ונכנסתי לבית הגדול והקדוש והתפללתי בו. ובאחד בשבת, ט' בחודש חשוון יצאתי מירושלים לחברון, לנשק קברי אבותי במערה.

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:21 pm

· #234554
לויט די עליה להר הבית פראפאנענטס וואס איז טאקע פשט, ער איז אריין אין מעטשעט 'הגדול והקדוש' און געדאוונט דערין? זאגן זיי אז עס איז געווען עפעס אן אנדערע (אידישע) געביידע אויפן הר הבית?? וואס איז דארט פארגעקומען?? קען איינער קלאר מאכן?

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 11:12 pm

· #234560
ישראל ביסטו דען גרייט צו טוישן דיין מיינונג אויב דו ווערסט איבערצייגט אז דער רמב"ם איז יא ארויף? יעדער זאל נעמען די מיינונג וואס פאסט פאר זיין אויפגעבויטן טעאלאגיע.
יש אוסרים ויש מתירים דאס איז יעדער איינער מודה, דער רדב"ז איז קלאר מתיר, מאירי איז קלאר מתיר, רמב''ם איז גראדע פון די שיטות האוסרים חוץ אויף עטליכע אופנים ווי ער איז יא מתיר. פון די לעצטיגע איז מער משמע לאיסור ווי דער משנה ברורה, אפילו הרב קוק איז פון די אוסרים.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:30 am

· #234573
ישראל קאפקע
לויט די עליה להר הבית פראפאנענטס וואס איז טאקע פשט, ער איז אריין אין מעטשעט 'הגדול והקדוש' און געדאוונט דערין? זאגן זיי אז עס איז געווען עפעס אן אנדערע (אידישע) געביידע אויפן הר הבית?? וואס איז דארט פארגעקומען?? קען איינער קלאר מאכן?

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:43 am

· #234577
הרב שלמה אבינר שרייבט אז ס׳האנדלט זיך פון א ביהכ״נ בסביבות פונעם הר הבית, וז״ל:

האם "הבית הגדול והקדוש" הוא בית המקדש? ודאי שלא, הרי כבר היה חרב מזמן.

האם "זכיתי להתפלל בחורבה" הכוונה לחורבות בית המקדש? ודאי שלא, שהרי הגויים הרשעים הרסו הכל כליל, לא השאירו אבן על אבן, ולא חרבות. זאת ועוד, הרמב"ם היה צריך לכתוב "בחורבנו", בלשון זכר. אלא ברור שכוונת הביטוי: "כשם שזכיתי להתפלל בחורבנה, כך אראה אני וכל ישראל בנחמתה" – היא לירושלים עיר הקודש.

באשר ל"בית הגדול והקדוש" – אין המדובר בבית המקדש, אלא בבית כנסת גדול הניצב בירושלים, מול הר הבית, כמו שכותב המהרי"ק, רבי יוסף קולון שחי שלוש מאות שנים אחרי הרמב"ם: "ויהי כהיום אשר קרה מקרה, כי בעוונותינו הרבים בו פרש צר על ב"ה (בית הכנסת שבירושלים) וניתץ את הבית הגדול והקדוש, נשא ליבם אותם לקרבה אל המלאכה מלאכת הקודש, לסייע בבניין ב"ה (בית הכנסת) של ירושלים עיר הקודש" (שו"ת מהרי"ק, שורש ה).

וכן כתב רבי יעקב חי זריהן, אב בית דין של טבריה, שחי לפני כמאה שנה: "זה פירושו ברור, כי סמוך בהר הבית היה בית גדול לתפילה, וגם עתה יש בית גדול מאוד וכו' וגם אני נכנסתי... וזהו הבית הגדול, כי משם משקיף על כל שטח הקרקע של בית מקדשנו הר הבית וכו', אבל לומר שאדוננו הרמב"ם נכנס ממש ישתקע הדבר ולא ייאמר" (מובא בשו"ת ציץ אליעזר, יא, טו, ועיין שו"ת ציץ אליעזר יא נו-נז ושו"ת יחוה דעת א כה).

אגב, הרמב"ם פוסק שמקום המקדש בקדושתו עומד אפילו בימינו (הלכות בית הבחירה ו יב) ולכן הנכנס לשם חייב כרת (מג"א תקסא ס"ק א, וכן משנה ברורה ס"ק ה). ועין שו"ת משפט כהן (צו) למרן הרב קוק.

מאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:44 am

· #234578
זיי זאגן אז בית מיינט נישט עפעס א בנין נאר ס'מייינט דער "הר הבית." איי ס'שטייט נישט הר? טאקע א קשיא.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:57 am

· #234580
מאטי
זיי זאגן אז בית מיינט נישט עפעס א בנין נאר ס'מייינט דער "הר הבית." איי ס'שטייט נישט הר? טאקע א קשיא.

'ונכנסתי' והתפללתי 'בו',
חוץ דעם וואס ער רעדט נישט פון 'הר', זאגט ער אז ער איז 'אריין' און געדאוונט 'אינעווייניג', און נישט 'ארויף' און געדאוונט 'דארט',

מאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 1:03 am

· #234581
דאס אז ס'שטייט נישט הר איז א גרעסערע קושיא. ונכנסתי איז א שם כולל אויף אריינגעגאנגען ארויפגעגאנגען, בקיצור, "דארט געווען." אויף ענגליש Entered the area.

שמערל » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:56 am

· #234613
וויבאלד דער הר הבית איז מוקף חומה, פאסט זייער דער לשון כניסה. און דאס איז אלס דער לשון המשנה והרמב"ם במשנה תורה, הנכנס להר הבית, און נישט העולה.

פארשטייט זיך אבער, אז פון א אוקמתא אין א לשון, ביז צו א ראיה להלכה אויף א שאלה פון כריתות, איז פאלג מיר א גאנג.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 11:18 am

· #234639
מיין ווייב ווי רוב פרויען איז זייער ביזי מיט נעטרואלע היילונג. לעצטענס וויל זי גיין מיט די קינדער צו איינער וועבערמאן פון ווילי. איר פרענדס זאגן אז מ'זעהט דארט אותות ומופתים. איינער האט מער אינפא? איז זי נחמיה'ס ב"ב?

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 4:33 pm

· #234732
געהערט אמאל פון איינעם אז 'סם' איז אויך נאטורלעך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:16 pm

· #234824
רויטע וואנצעס
מיין ווייב ווי רוב פרויען איז זייער ביזי מיט נעטרואלע היילונג. לעצטענס וויל זי גיין מיט די קינדער צו איינער וועבערמאן פון ווילי. איר פרענדס זאגן אז מ'זעהט דארט אותות ומופתים. איינער האט מער אינפא? איז זי נחמיה'ס ב"ב?

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 12:36 am

· #234862
[ציטאט אראפגענומען]

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Reflexology">http://en.wikipedia.org/wiki/Reflexology</a>

כפתור » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:21 pm

· #235170
זאכן וואס איך וויל וויסן
איך בין נייגעריק אויב ס'איז געווען אדער ס'איז דא פרויען ניקס און ק"ש. אדער אויב איינער ווייסט א פרוי וואס טשעקט אריין צו ליינען

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:38 pm

· #235176
למאי נ''מ? דא איז נישט קיין דעיטינג סייט.

כפתור » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:50 pm

· #235182
ווי קומט אריין דעיטינג?.. איך בין "נייגעריג" אויב פרויען זענען אינטערעסירט און די סאבזשעקס וואס מען טוט דא דיסקוטירן.
יעצט בין איך נייגעריג געווארן אויב ק"ש האט א פאליסי אויף יא אדער נישט אריין לאזן פרויען

chusid » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:11 pm

· #235207
קאסט קאווע שטיבל עפעס געלט פאר די אדמעניסטראטער?

שלמה המלך » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 5:11 pm

· #235300
chusid
קאסט קאווע שטיבל עפעס געלט פאר די אדמעניסטראטער?

1) בחנם האט מען כינים
#2) אפילו ווען נישט איז צייט זייער א טייערע ארטיקעל און ווערד געלט!

ישראל קאפקע » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 2:11 pm

· #235559
ווען ווערט די ניינציג טעג זינט דעם פסק, און וויאזוי פלאנט באבוב 45 זיך צו רופן?
נישט קיין פאליטיק און שקלא וטריא, ביטע, נאר אויב איינער ווייסט עפעס קראנט,