אין תשובות באר משה ח"ח סימן ל"ו, ברענגט ער אז יש נשים שמקפידין אז די קינדער זאלן נישט זעהן קיין שפיגל ביז מען האט נישט קיין ציין, און רעדן שוין. ווייל עס קען שאטן אז די ציין זאל נישט קומען אין צייט, און אנהייבן שפעט רעדן.

איז דא עפעס א מקור צו דעם, אויף וואס די פרויען האבן געבויעט? איז עס אויך אנגענומען ביי דאקטוירים?

ס'איז אן אלטע מיטוס וואס איז געווען אנגענומען אינעם מיטלאלטער, און אזויווי אסאך משוגעתן וואס זענען געווען אנגענומען ביים פויערישע המון האט זיך עס אריינגעכאפט ביי אידן אויך, און אסאך מאל אין הלכה אויך. סופערסטישען איז א מענטשליכע טבע, און ס'איז גאנץ פארשטענדליך אז רבנים קענען אויך זיין סופערסטישעס. אבער ווען מ'מאכט פון דעם א תורה ווען די באפעלקערונג איז שוין אויסגעוואקסן דעם שטות, דאס איז שוין אבסורד.
אין פארצייטישע אייראפע, און אין צוריקגעבליבענע לענדער ווי נייגעריע גייט עס נאך אן ביז היינט, אז א שפיגל איז געווען א זאך וואס האט געצויגן לעגענדעס און סופערסטישענס, די המון האט נישט פארשטאנען גענוי וויאזוי די אפטיקס ארבעטן, און האבן ממילא עס אנגעקוקט ווי עפעס א כישוף, יעדער קען זיכער די מעשה פון סנאו ווייט, וואו די שלעכטע שטוף מאמע האט געמאכט כישוף און גערעדט צו איר שפיגל, וכהנה רבות. די שרעקליכע זאכן וואס קומען ארויס פון לייגן א קינד אונטער א יאר\וואס האט נאכנישט קיין ציינער\וואס רעדט נאכנישט זענען קאלירפול, פון א מיתה משונה, צו נישט קענען רעדן, צו נישט באקומען קיין ציינער, ביז אויסוואקסן א גנב חלילה.
היינט זאגן דאקטוירים פארשטייט זיך גארנישט דערוועגן חוץ אז ס'האט נישט קיין האפט, כ'האב אויך אמאל געהערט אז פונקט פארקערט, אז קוקן אין שפיגל העלפט דאס קינד באקומען א באגריף אויף זיך אליינס, self awareness, וואס איז וויכטיג פאר פסיכלאגישע דיוועלאפמענט.
אין זוהר ווערט יא דערמאנט אז א שפיגעל איז שעדליך בגשמיות, פאר א יעדן עלטער אהן אויסנאם. האב איך אמאל געהערט אז דאס איז די טעם פארוואס חסידים זענען מקפיד נישט צו קוקן אין שפיגעל, כאטש וואס עפ"י הלכה איז דאס מער נישט קיין פראבלעם פון 'לא ילבש'. אבער לפי זה וואלטן פרויען אויך נישט געמעגט ניצן קיין שפיגעל, ווייל לפי די זוהר איז דאס פאר זיי אויך שעדליך.
וואס וועסטו וועלן ענטפערן, זוהר איז פון ר' משה דיליאון????? 😕 🙄 😕 😉
חבד ניגונים דערמאנט מיך פון שובבים ת"ת, שובבים ת"ת דערמאנט מיר פון ישיבה, ישיבה דערמאנט מיר פון מיין משגיח, די זכרונות פון מיין קאפא משגיח ברענגט מיר צו טרערן.
פארוואס האבן די חבד ניגונים אזא שטארקע השפעה אויף מיר? די קלענסטע תנועה'לע וועט מיר איבערדרייען מיינע קישקעס, איך בין זיכער נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם וואס איז פשט דערפון?
דו ביזט זיכער נישט דער איינציגסטער. די סיבה איז גאנץ פשוט. די היינטיגע ניגונים די היינטיגע קאמפאסערס און זינגערס זענען... אסאך פון זיי זענען אויף דעם סטייל שאין רוח חכמים... אסאך פון זיי האט ממש א גוי-ישען טעם אדער עס איז טאקע גוי-יש.
מש"כ דו הערסט א ווארימע חסידישע ניגון ( יא... חב"ד איז חסידיש) וואס רוב פון זיי זענען קאמפאזד געווארן דורך זייערע הייליגע רבי'ס נ"ע אדער דורך אמאהליגע אמתדיגע ווארימע חסידישע אידן... דיין נשמה הערט דאס. עס קאן אפי' זיין א שטיקעל בחינה פון דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב. נישט בחינם פלעגן אמאהליגע צדיקים אן-זאגען מען זאל נאר זינגען ניגונים פון קראנטע מקורות. ווייל דער זינגער און קאמפאסער האבען א השפעה אויפ'ן ניגון.
איך האב אויך געהערט אמאהל אויף איינער פון די תלמידים פון איינער פון די אמוראים וואס איז יצא לתרבות הרעה אז זיין רבי האט געזאגט אז דאס איז געווען ווייל ער פלעגט זיך אינטער זינגען רוימישע ניגונים ביים לערנען.

די מיינסט אחר, (אלישע בן אבויה) ער איז געווען די רבי פון די תנא רבי מאיר. די גמרא זאגט טאקע זמר יוני לא פסיק מביתיה, אבער רש"י זאגט אז די פראבלעם איז נישט געווען די זמר יווני, נאר מוזיק בזמן החורבן.
כוויל פארשטיין פשט אין @דער שכן,ס חתימה " דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. "" ...
איך מוז וויסן וועלעכע בהמה האט איינגערעדט דעם מענטשהייט צו האלטן דעם בערזעל נגד מקום המושב. יעדעס מאל איך זעץ זיך אראפ דארף איך רוקען מיין בערזעל צו דער זייט. וויפיל איז דער שיעור!? רבש"ע!
איך מוז וויסן וועלעכע בהמה האט איינגערעדט דעם מענטשהייט צו האלטן דעם בערזעל נגד מקום המושב. יעדעס מאל איך זעץ זיך אראפ דארף איך רוקען מיין בערזעל צו דער זייט. וויפיל איז דער שיעור!? רבש"ע!
אמאליגע צייטן מיט די שלייקעס פלעגט עס טאקע זיין העכער, די היינטיגע מיטן פאסיק זענען די וואס ליידן דערויף אבער ווער גייט דען היינט נאך מיט א בערזל?

There are less people to sell it to. When you buy an oven, for example, if you will bake only a hundred low-carb bread instead of five hundred regular bread you have to split the cost of the oven over fewer breads. The ingredients are also more expensive. The companies baking the low carb products are usually smaller companies so they have a higher cost of production. Since it’s a new field, they have to invent a lot of the recipes which costs time and money