אל תהי לייק הדיוט קלה בעיניך
זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92
איך בין מכריז אז די אלע סיבה פרטית נישט צו לייקן איז בולש'ט און איך בין עס נישט מקבל, סנישטא קיין זאכליכע סיבה תחת כיפת השמים נישט צו לייקן אויסער משוגעת צי מקומט פון קעלעם אדער כעלעם ובזה יצאתי ידי חובת מחאה שלא יטעה רבים אחר שיין קלינגעדיגע פראזן.
ס'קען זיין אז מיט זיין אנדערע ניק לייקט ער דאפלט. אלנפאלס מ'קען קיינעם נישט צווינגען צו לייקן.
נהורא נפישאוואס איז די חילוק פון תיש, שעיר, און עז ?
און וואס איז די חילוק פון שור און פר ?
ס'הערשט אסאך מאל א צעמישעניש ווען מ'באגעגענט זיך מיט שמות בעלי חיים בשעת'ן לערנען. עס גרינגער צו מאכן, איז כדאי צו וויסן אז ס'איז דא אינגאנצן דריי מינים פון כשר'ע בהמות: כשבים, עזים, און בקר. צאן איז א שם הכולל פאר כשבים און עזים (ואם מן הצאן קרבנו מן הכשבים או מן העזים - ויקרא א י).
ס'דא אנדערע נעמען פאר זכרים און נקבות און אויך טוישט זיך די נאמען נאך איין יאר אלט. ווי פאלגענט:
כשבים
1 יאר אלט, זכר-כבש נקבה-כבשה
2 יאר אלט, זכר-איל נקבה-רחל
עזים
1 יאר אלט, זכר-תיש נקיבה-עז
2 יאר אלט, זכר-שעיר נקבה-שעירה
בקר
1 יאר אלט, זכר-עגל נקבה-עגלה
2 יאר אלט, זכר-פר נקבה-פרה
(פר און שור איז די זעלבע זאך נאר ביי קרבנות שטייט אייביג פר און ביי אנדערע פלעצער ווי למשל כי יגח שור, לא תחרוש בשור וחמור אדער אין פרשת ראה ווי ס'ווערט אויסגערעכנט בהמות וואס מ'מעג עסן, שטייט שור.)
I actually learned some Chumash without getting smacked up. 😃
גערעכט. יעצט פאלט מיר ביי די פסוק און פרשת ראה "שור או כשב או עז כי יולד" זעמיר טאקע אז פון געבורט הייסט עס שור. לפי"ז עמיר זאגן אז בקר איז די זעלבע ווי שור נאר ביי קרבנות רופט עס די תורה בקר און ביי אנדערע פלעצער ווערט עס געריפן שור, וכנ"ל.
דאס וואס רש"י שרייבט אבער אז פר ווערט נאר געריפן לאחר ג' שנים, שטימט נישט מיט א בפירוש'ע משנה אין מס' פרה אז נאך א יאר הייסט עס שוין פר. איך דערמאן מיך אויך אז ס'איז דא א רש"י אין פר' שמיני וואס זאגט אויך אזויווי אין מס' ר"ה אבער ס'איז ארומגערינגעלט און אין אסאך חומשים שטייט עס טאקע נישט.

איז עפעס דא עדיקעשינעל געימס וואס א קינד סלייטליט דיסעיבילד-(אויף טריטמענטס פאר יענע מעשה ר"ל) קען שפילן, און פארנעמען די קאפ מיט דעם?
היינט אינדערפרי געטראפן א די וואך ביי די הכנות שוין לאנג נישט גיזעהן. ב"ה איך מיין איך קען אלע צדיקים איך האב נאר אפאר קלייניקייטן וואס איך וויל וויסן
א. וואס/ווער איז דער שמואל אריה עקשטיין?
ב. ווער איז דאס אב"ד ריבטיטש? (זעהט אויס ווי אכט און צוואנציג)
ג. ווער איז ראש ישיבת אהבת תורה? ער זעהט אויס אביסל ווי א אינגערמאן בערגער א קאסאן אייניקל איז דאס טאקע אים?
ד. האט הגה"ק ר' אלימלך בידערמאן געמאכט א נדר אז ער גייט מער קיינמאל וואקן אויף די ערד וואס די אויבערשטער האט געשאלטן בימי אדם וחוה? ווען איך זעה פון אים א בילד וואקט ער אויפן טיש!

ממש די זעלבע זאכן אויפגעפאסט ביים דורכבלעטערן די וואך. ס'איז אויך געווען איטערעסאנט צו זעהן ווי די צאנזער צינדט חנוכה ליכט עש"ק מיט'ן טלית אויפ'ן קאפ.
כ'האף אז דער אב"ד ריביטיטש איז נישט סתם ליצנות געמאכט פון א פשוטער יונגערמאן (אגב מ'זעהט די רעבעצין אין די בעקגראונד).
אויך האב מען געקענט זעהן פרויען אויף די בילדער פון די לוי' פאר'ן געשאסענעם פאליס אפיסער. קען מען ערווארטען אן אנטשולדיגונג אונעם קומענדיגן אויסגאבע?

וואס איז געווען די שיטה פון ברוך שפינוזה בנוגע וואס געשענט צום מענטש נאך ער שטארבט?
פארוואס האט פאפא זוכה געווען דערמאנט צו ווערען דורך יעדער בדחן?
ירח בן יומופארוואס האט פאפא זובה געווען דערמאנט צו ווערען דורך יעדער בדחן?
כ'מיין אז היינטיגע צייטן איז שוין נישטא דער קראנקהייט אז מענטשן זענען זובה.
מאטיירח בן יומופארוואס האט פאפא זובה געווען דערמאנט צו ווערען דורך יעדער בדחן?
כ'מיין אז היינטיגע צייטן איז שוין נישטא דער קראנקהייט אז מענטשן זענען זובה.
לץ איינער 😂
דערפאר איז ער א בדחן.
ס'איז שוין לאנג נישט יענע כעלעם.
דו ווילסט באמת וויסן פארוואס דייקא פאפא האט זוכה געווען דערצו?..
כ'האב פאר דיר א פשוטע עצה, שפאציר אריין אהין פאר א וויילע, נאכדעם עמער רעדן.... גוט??
כ'האב פאר דיר א פשוטע עצה, שפאציר אריין אהין פאר א וויילע, נאכדעם עמער רעדן.... גוט??
דאס איז ווארשיינדליך שיריים פון די צייטן וואס די פוילישע האבן חוזק געמאכט פון די אינגערישע, און דאס איז לכאורה געקומען פון טיפיקעל אָרעם-צו-רייך קנאה. דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט במציאות אזוי... מעגליך א טשיקן-אדער-איי-קודם שאלה.
בוךווארעםדאס איז ווארשיינדליך שיריים פון די צייטן וואס די פוילישע האבן חוזק געמאכט פון די אינגערישע, און דאס איז לכאורה געקומען פון טיפיקעל אָרעם-צו-רייך קנאה. דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט במציאות אזוי... מעגליך א טשיקן-אדער-איי-קודם שאלה.
איך האב נישט געוואוסט אז פאפא רעפרעזענירט גאנץ אונגערין
כ'בין נישט קלאר וואס דו מיינסט, (לכאורה איז די חסרון אין מיר...) אבער כ'מיין אז מ'וועט אנפרעגן א דורכשניטלעך אינגערמאן וועלכע קהילה/חסידות איז מערסטענס מקושר צו דאס חוזק-טערם 'אינגערישע-נער' וועט פאפא זיין די אנטווארט. נישט ריכטיג?
בוךווארעםכ'בין נישט קלאר וואס דו מיינסט, (לכאורה איז די חסרון אין מיר...) אבער כ'מיין אז מ'וועט אנפרעגן א דורכשניטלעך אינגערמאן וועלכע קהילה/חסידות איז מערסטענס מקושר צו דאס חוזק-טערם 'אינגערישע-נער' וועט פאפא זיין די אנטווארט. נישט ריכטיג?
שטעלט אייך נאר פאר די רבוש"ע שטייט און איז גוזר אויף יעדער טיפ הנוצר חכם אדער טיפש, אזוי גייט עס איינער קרוגט מער חכמה און איינער ווייניגער, איינער קרוגט מער טיפשות און איינער וויינגער, פלוצילינג רופט זיך אן דער באשעפער "אה דא קומט איינער וואס גייט דאוונען אין א שול וואס הייטס פאפא, איהם גיבט מיין א גאנצע זאק טיפשות"
מיינט איהר טאקע אז ס'גייט אזוי?
וואס זאגסטו לגבי די אונגארישע?
אז ווען דער אייבירשטער האט געוואלט איינעם אראפשיקען קיין אונגארן, האט ער שנעל געגעבן א כאפ צוריק דאס פעקעלע שכל פון אים?...
אז ווען דער אייבירשטער האט געוואלט איינעם אראפשיקען קיין אונגארן, האט ער שנעל געגעבן א כאפ צוריק דאס פעקעלע שכל פון אים?...
ירח בן יומובוךווארעםכ'בין נישט קלאר וואס דו מיינסט, (לכאורה איז די חסרון אין מיר...) אבער כ'מיין אז מ'וועט אנפרעגן א דורכשניטלעך אינגערמאן וועלכע קהילה/חסידות איז מערסטענס מקושר צו דאס חוזק-טערם 'אינגערישע-נער' וועט פאפא זיין די אנטווארט. נישט ריכטיג?
שטעלט אייך נאר פאר די רבוש"ע שטייט און איז גוזר אויף יעדער טיפ הנוצר חכם אדער טיפש, אזוי גייט עס איינער קרוגט מער חכמה און איינער ווייניגער, איינער קרוגט מער טיפשות און איינער וויינגער, פלוצילינג רופט זיך אן דער באשעפער "אה דא קומט איינער וואס גייט דאוונען אין א שול וואס הייטס פאפא, איהם גיבט מיין א גאנצע זאק טיפשות"
מיינט איהר טאקע אז ס'גייט אזוי?
ס'זעהט מיר אויס ווי דו דינגסטעך מיט עמיצער אויב פאפא איז פאקטיש מער טיפוש'ער פון אנדערע. אבער כ'זעה נישט ווער ס'האט דא היינט דערמאנט א דעה וועגן די נושא בכלל.
איך בין ניי דא סאו אנטשולדיג אז איך פרעג (תמימות'דיג) דו ביזסט אפשר סתם א Troll? אדער פרעגסט מחוסר ידיעה?
ליתר שאת http://en.wikipedia.org/wiki/Heritability_of_IQ
לית דין בר נש
ג. ווער איז ראש ישיבת אהבת תורה? ער זעהט אויס אביסל ווי א אינגערמאן בערגער א קאסאן אייניקל איז דאס טאקע אים?
דאס איז ער
נפתלי הירצקא? פון מאנסי?
ווען האט ער גיעפענט א ישיבה?
ווען האט ער גיעפענט א ישיבה?
יאפס.
ער האט דאס געפנט די זמן, לדבריו ווייל בחורים האבן איהם געבעטן...
ער האט דאס געפנט די זמן, לדבריו ווייל בחורים האבן איהם געבעטן...
יעצט געוואטשט א מאווי פון אפארעישאן סאלאמאן אין 1994 ווען מדינת ישראל האט ארויפגעברענגט טויזענטער עטיאפיע יודן קיין ישראל, בין איך נייגעריג צו וויסן מער איבער זיי זענען זיי שומר תורה ומצוות? וויאזוי האט הרב עובדיה יוסףגעקענט דערגיין אז זיי זענען טאקע יודן?
כ'וואלט זעהר געוואלט זעהן דעם פסק בית דין פון באונעס איירעס, ווי כ'הער איז עס גאר אינטערעסאנט, ווי קען מען עס זעהן?
וויאזוי דאיונלאוט מען א קליפ פון יוטוב / פיעסבוק?
הילף ביטע
#YouTubeDownloader for #Android
Search and download videos and music from #YouTube. #Free. No ads.
By @twidentex <a class="postlink" href="http://dentex.github.io/apps/youtubedownloader/">http://dentex.github.io/apps/youtubedownloader/</a>

אויסגערוט#YouTubeDownloader for #Android
Search and download videos and music from #YouTube. #Free. No ads.
By @twidentex <a class="postlink" href="http://dentex.github.io/apps/youtubedownloader/">http://dentex.github.io/apps/youtubedownloader/</a>
שכוח פאר די אינפא.
אבער איך זיך פאר א רעגיולער קאמפיוטער. ואו אויך עס זאל ארבעטעו פאר פעיסבוק.
אויף פייסבוק דארף right click
Save as
צו ארבעטן.
Save as
צו ארבעטן.
ווען איך פאר אויף א שאסיי וואס האט מאניטער וואס צייגט די ספיד פון די פארבייפארענדע קארס, וויאזוי ווייס איך וועמענס ספיד ער צייגט?
גאר מאדנע
אינטריסאנטע שאלה:
וואס איז פשט, אז אין שול קען איך רעדן און הערן כל דבר האסור, דהיינו לשון הרע אויף האלב, צי רוב שטאט, יעדער האלבע רומער אויף יעדער צווייטע משוגענע, און קיינער געט נישט קיין hoot. פארקערט די קופקע וואקסט שנעל. אבער ווען איינער נעמט זיך רעדן אביסעלע אפיקורסות, אדער אפ' אקעגן רבנים, ווערט די עולם ווילד, און די קופקע ענדיגט זיך גאנץ שנעל..
ווידער דא אויף קאווע שטיבל איז פונקט פארקערט!!
כל דבר האסור אויף יעדער דבר שבקדושה פון באבוב-סאמאר ביז משה רבינו-אילת, און די עולם לעקט זיך די פינגער, אבער ווען איינער דערמאנט ח''ו א לשון הרע מוט א נאמען איז עס היסטעריע, מ'טאלאלירט נישט דאס מודנעסטע בארעדעכץ בשום פנים.
וואס איז פשט אז ס'זאל זיין אזוי 'משה קאפויער'?????

איך דארף ארויסנעמען א לאון- הלואה אויף מיין נ"י לייף פאליסי, דאס הייסט א הלואה אויף די קעש וועליא . וועט מיין חבר דער עיזשענט..מיטהאלטן אז איך טו דאס?
פשוט, וואס מ'לאזט נישט שמועסן אין היכל הביהמ"ד גייט מען ארויס שמועסן אין קאווע שטיבל.
chusidאיך דארף ארויסנעמען א לאון- הלואה אויף מיין נ"י לייף פאליסי, דאס הייסט א הלואה אויף די קעש וועליא . וועט מיין חבר דער עיזשענט..מיטהאלטן אז איך טו דאס?
איך מיין אז יא
ווען איך האב געדארפט ארויסנעמען האב איך עס געדארפט טוהן דורך מיין עידזשנט, באט קען זיין אז היינט איז שוין אנדערש.
ביסיידס דעם, ווינטש איך דיר אז זאלסט נישט דארפן צוקומען צו דעם, נאר עס זאל קומען גרויסע השפעות צו די פילע וואך, ווי מען זאגט.
וואס איז געוועהן אין די איסט סייד אז סיז געוועהן אזוי סאך אידען און יעדער האט אוועק געמופט פון דארט?
ידעןוואס איז געוועהן אין די איסט סייד אז סיז געוועהן אזוי סאך אידען און יעדער האט אוועק געמופט פון דארט?
ידען: דו ווייסט דאך אז איך בין נישט קיין ידען. אבער לפי קוצר ידיעתי איז דארט געווען א אידישער יישוב. און דער עולם האט געוואוינט זייער צוזאמגעשטופט. אין ענגע דירות און נישט קיין גוטע לעבנס באדינגונגען אין די טענעמענטס. און א ביסל שפעטער ווען דער עולם איז שוין געווען א ביסל מער פארמעגליך האט מען זיך אויסגעשפרייט. א גרויסער טייל פון די אידן זענען געגאנגען וואוינען קיין ברוקלין. אן אנדער חלק איז געגאנגען קיין בראנקס. וועלכע איז דאמאלס געווען א נייע און זייער שיינע געגענט. פאר די טונקל הויטיגע בני חם, אחיהם של מצריים זענען דארט אהין אנגעקומען. און רוב פון די קינדער פון די ערשטע אימיגראנטן וועלכע זענען שוין געגאנגען אין די פאבליק סקולס און נאכדעם אין קאלעדזש און זענען געווארן דאקטוירים און לאיערס, האבן אוועקגעמופט אין אנדערע שטעט. ווייט פון זייערע עלטערן. דער יישוב האט זיך נישט אויסגעליידיג אין א קורצע צייט. נאר אין משך פון יארן. אויך זענען צוגעקומען אנדערע נידריגע עלעמענטן מיט וועלכע מ'האט נישט געקענט וואוינען בכפיפה אחת...!
ביסט דאך יא א ידען....
א אידchusidאיך דארף ארויסנעמען א לאון- הלואה אויף מיין נ"י לייף פאליסי, דאס הייסט א הלואה אויף די קעש וועליא . וועט מיין חבר דער עיזשענט..מיטהאלטן אז איך טו דאס?
איך מיין אז יא
ווען איך האב געדארפט ארויסנעמען האב איך עס געדארפט טוהן דורך מיין עידזשנט, באט קען זיין אז היינט איז שוין אנדערש.
ביסיידס דעם, ווינטש איך דיר אז זאלסט נישט דארפן צוקומען צו דעם, נאר עס זאל קומען גרויסע השפעות צו די פילע וואך, ווי מען זאגט.
עס מוז נישט גיין דורך דעם עידזשענט. קענסט עס אליינס טוהן אנליין אדער אויפן פאון.
עס מוז נישט זיין אז דער עידזשענט גייט געוואר ווערן, חוץ אויב ער גייט קוקן אין די פאליסי זעהן וואס טוט זיך דארט וועט ער זעהן א לאון אויפן פאליסי.
אבער אפילו אויב יא, וועמען גייט אן אז דער עידזשענט ווייסט אז דו נעמסט א לאון? ער דערלייגט גארנישט דערפון, פונקט פארקערט, ביים פארקויפן האט ער דיר מן הסתם געזאגט אז דו גייסט קענען נעמען א לאון, סאו וואס איז דער סוד?
ידעןביסט דאך יא א ידען....
ידען: ייש"כ. אבער דער הייליגער רמב"ם זאגט אין הלכות דיעות..."תכלית הידיעה, שלא נדע"...!
וויאזוי הייסט א קוטשמע אין ענגליש? (כ'זוך עס אויף עמעזאן).
אפטעמיסטוויאזוי הייסט א קוטשמע אין ענגליש? (כ'זוך עס אויף עמעזאן).
כ'ווייס נישט. נאר ס'זעהט אויס אז ס'איז אן אוקראיניש ווארט. ווייל איינער פון זייערע פרעזידענטן האט געהייסן לעאנארד קוטשמא...!
אפטעמיסטוויאזוי הייסט א קוטשמע אין ענגליש? (כ'זוך עס אויף עמעזאן).
די אפעציעלע רוסישע קוטשמע הייסט א Ushanka, אדער kučma.
אפטעמיסטוויאזוי הייסט א קוטשמע אין ענגליש? (כ'זוך עס אויף עמעזאן).
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Jinnah_cap#Baloch_cap_.28Jinnah_Cap.29">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Jinnah_ ... nah_Cap.29</a>
קאַראַקול: א טראדיציאנאלע היטל פארשפרייט צווישן די טערקישע פערסישע, און קורדישע שבטים.
אין מזרח אייראפע איז עס ווארשיינליך אנגעקומען דורך טערקיי, אדער מעגליך דורך רוסלאנד.
די ענדליכסטע וואס איך האב געפונען איז אויף די קאפ פון כאמיד קארזאי די פרעזידענט פון אפגאניסטאן. 😂
יין שרףאפטעמיסטוויאזוי הייסט א קוטשמע אין ענגליש? (כ'זוך עס אויף עמעזאן).
די אפעציעלע רוסישע קוטשמע הייסט א Ushanka, אדער kučma.
איך גלייב נישט אז ער מיינט דאס
<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/gp/product/B00P6YF1GS/ref=pd_lpo_sbs_dp_ss_2?pf_rd_p=1944687762&pf_rd_s=lpo-top-stripe-1&pf_rd_t=201&pf_rd_i=B00LAYV40A&pf_rd_m=ATVPDKIKX0DER&pf_rd_r=0NY8DY88VCVPW51M7KZ7">http://www.amazon.com/gp/product/B00P6Y ... VPW51M7KZ7</a>