☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:17 am

· #175325
Reduce photo size
איז א גוטער עפפ וואס וועט טון די דזשאב.

אליצפן » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:44 am

· #175339
שכויח פאר אייך ביידע פאר דער גיכער ענטפער.
@געפילטע פיש, אז איך מאך קלענער דער MP פון די קאמערא, וועלן אלע בילדער אויסקומען מיט א שוואכערע קוואליטעט, נישט אזוי?

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:48 am

· #175341
יא, כ'האב נישט געמיינט פערמענאנט, נאר ווען דו ווילסט כאפן א בילד אהער ארויפצולייגן, און נאכדעם צוריק טוישן. אבער אויב האלסטו שוין לאחר המעשה, אדער האסט נישט געהאט קיין צייט אריינצוגיין אין די סעטינגס, נוץ די עפפ וואס שמעקעדיג רעקאמענדירט, אדער tinypic.com.

(נאך א סעטינג וואס איז וויכטיג אויסצולעשן, איז די geotagging, אויב דיין קעמרע האט דעם פיטשער וואס רעקארדירט דיין GPS לאקאציע, אויב ביסטו חושש אויף גילוי)

מאטי » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:59 am

· #175348
ונבנתה העיר
פארוואס וועלן מענטשן זיך שפירן באקוועם צו בעטן א ציגארעטל אבער וועלן זיך שעמען צו שנארן זעכציג סענט?

לכאורה ווייל בעטן א ציגארעטל איז סך הכל פשט אז איך בין פשוט פויל יעצט צו גיין צום שמש קויפן, כ׳קען אפילו האבן יעצט א געשוואלענער בערזל געביגעלטע הונדערטערס. משא״כ בעטן 60 צענט ... נו שוין...

אליצפן » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:05 am

· #175355
געפילטע פיש
יא, כ'האב נישט געמיינט פערמענאנט, נאר ווען דו ווילסט כאפן א בילד אהער ארויפצולייגן, און נאכדעם צוריק טוישן. אבער אויב האלסטו שוין לאחר המעשה, אדער האסט נישט געהאט קיין צייט אריינצוגיין אין די סעטינגס, נוץ די עפפ וואס שמעקעדיג רעקאמענדירט, אדער tinypic.com.

(נאך א סעטינג וואס איז וויכטיג אויסצולעשן, איז די geotagging, אויב דיין קעמרע האט דעם פיטשער וואס רעקארדירט דיין GPS לאקאציע, אויב ביסטו חושש אויף גילוי)

גילוי שמילי... Who cares?
אז איינער וויל דווקא וויסן ווער איך בין, מוטשע דיך נישט צו זוכן די GPS coordinates אויף מיינע בילדער, שיק מיר א אישי און פארטיג.
אקעי נישט ממש, באט יו געט טהא פוינט

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:54 am

· #175367
ליסען, איך געב די עצה דזשאסט אין קעיס, כ'וויל נישט זאלסט צו מיר קומען מיט טענות שפעטער, האסט מיר נישט געזאגט, אהער אהין, קודם איז עס אראפ פון מיין אחריות, נאו דו וויט איט עז יו פליז.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 10, 2014 9:18 am

· #175390
פארוואס זענען די receipts פון די bank קליינע פאפירן וואס מ'דארף נאך יעדע deposit, באזונדער feed'ען אין א גרויסע printer?
פארוואס האבן זיי נישט א קליינע receipt printer אזוי ווי די retail stores?
Chase האט עס טאקע אזוי, אבער HSBC און אסאך אנדערע נישט, פארוואס?
איך וויל וויסן.

איש עברי » זונטאג יאנואר 12, 2014 4:13 am

· #175639
איך וויל וויסן פארוואס ווען איך בין מנדב למשל א בנין פון געלט וואס איך אליין האב געהארעוועט און געשוויצט דערויף וועט מען שרייבן אויפ'ן בנין "נדבת איש עברי וזוגתו החשובה אמה העבריה" אינדערצייט וואס מיין ווייב האט גארנישט איינגעלייגט מיט די גאנצע זאך, און אויב עפעס האט זי נאר פרובירט מיך אפצורעדן פון געבן געלט

ווידער ווען אונז מאכן חתונה א קינד וואס מיין ווייב האט איר געטראגן אין בויך 9 חדשים און נאכדעם געפעמפערט געפיטערט און אויפגעצויגן פאר 20 יאהר וועט מען שרייבן אויף די חתונה קארטל "איש עברי ורעיתו"

מה נשתנה?

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:25 am

· #175671
מאנכע שעמעהן זיך אז זיי האבן חתונה געהאט מיט אן אמה העבריה, סאו שרייבן זיי בלשון נסתר.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:06 pm

· #175756
איש עברי
איך וויל וויסן פארוואס ווען איך בין מנדב למשל א בנין פון געלט וואס איך אליין האב געהארעוועט און געשוויצט דערויף וועט מען שרייבן אויפ'ן בנין "נדבת איש עברי וזוגתו החשובה אמה העבריה" אינדערצייט וואס מיין ווייב האט גארנישט איינגעלייגט מיט די גאנצע זאך, און אויב עפעס האט זי נאר פרובירט מיך אפצורעדן פון געבן געלט

ווידער ווען אונז מאכן חתונה א קינד וואס מיין ווייב האט איר געטראגן אין בויך 9 חדשים און נאכדעם געפעמפערט געפיטערט און אויפגעצויגן פאר 20 יאהר וועט מען שרייבן אויף די חתונה קארטל "איש עברי ורעיתו"

מה נשתנה?

אויב ביסטו אומצופרידן און באקלאגסט זיך אויפ'ן מצב, קענסטו גרינג טוישן אלע אויפשריפטן אין ביידע פעלער. פאר בערך פינף טויזנט דאללאר וועט עני בית דין דיר ערלעדיגן א דאקומענט פון צוועלף שורות געשריבן אויף אלט אראמעאיש, וועלכע וועט אנולירן דיין שטיין אונטער די חופה. זיי וועלן נאך (אלס באנוס) אריינווארפן א פאפיר וועלכע וועט זאגן אז דו ביסט גערעכט.אויפ'ן נעקסטן בנין און אויפ'ן נעקסטן חתונה אינוויטעישן וועט שוין נישט שטיין וזגתו אדער ורעיתו. 🙄 🙂 😳 😢

איש עברי » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:11 pm

· #175757
האסט דיך פארגינען 4 טאנצעדיגע סמייליס! איך האב אבער נישט עכט געכאפט די דשאוק

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:20 pm

· #175760
איך וויל וויסן, פארוואס אויף אלגעמיינע אידישע מצבות איז אלץ די נוסח:
פ"נ
אבינו, בעלי, (אדער) בתינו, אחותינו,
און נאך צוויי דריי שורות פון די ספעציעלע מעלות וואס דער נפטר האט געהאט,
משא"כ אויף די היימישע מצבות איז אלץ די לשון נסתר, ווי ס'וואלט געשריבן א שרייבער פאר געלט לטובת די משפחה, מליצות חרוזים, און יחוס בריוו,

איש עברי » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:24 pm

· #175763
בדרך אפשר ווייל ווען א היימישע איד שטארבט איז עס געווענליך א קרבן ציבור ווי די מספידים פירן זיך צו זאגן "עליה השלם כל הקרבנות כולם"

גאנצל » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:43 pm

· #175771
איש עברי
איך וויל וויסן פארוואס ווען איך בין מנדב למשל א בנין פון געלט וואס איך אליין האב געהארעוועט און געשוויצט דערויף וועט מען שרייבן אויפ'ן בנין "נדבת איש עברי וזוגתו החשובה אמה העבריה" אינדערצייט וואס מיין ווייב האט גארנישט איינגעלייגט מיט די גאנצע זאך, און אויב עפעס האט זי נאר פרובירט מיך אפצורעדן פון געבן געלט

ווידער ווען אונז מאכן חתונה א קינד וואס מיין ווייב האט איר געטראגן אין בויך 9 חדשים און נאכדעם געפעמפערט געפיטערט און אויפגעצויגן פאר 20 יאהר וועט מען שרייבן אויף די חתונה קארטל "איש עברי ורעיתו"

מה נשתנה?

ס'איז דא וואס שרייבן טאקע אזוי אויף די אינוויטעישן אויך גראדע באמערק איך ביי ר' מנחם'ס מציבה שטייט זיין מאמעס נאמען

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:40 pm

· #176403
עס זענען דא 9 רעגיסטרירטע באניצער און8 באהאלטענע באניצער
פארוואס איז נישטא קיין ספעיס צווישן די און-8 ?

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:23 pm

· #176595
צי ס'איז דא געוויסע דא, וואס נאכוואס איר לייענט זייערע תגובה, גייט איר ווידער איבער דערויף א וויילע שפעטער, צו זעהן אויב ער האט נישט נארוואס עפעס פארראכטן?

טעפל » מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:27 pm

· #176642
איש עברי
איך וויל וויסן פארוואס ווען איך בין מנדב למשל א בנין פון געלט וואס איך אליין האב געהארעוועט און געשוויצט דערויף וועט מען שרייבן אויפ'ן בנין "נדבת איש עברי וזוגתו החשובה אמה העבריה" אינדערצייט וואס מיין ווייב האט גארנישט איינגעלייגט מיט די גאנצע זאך, און אויב עפעס האט זי נאר פרובירט מיך אפצורעדן פון געבן געלט

ווידער ווען אונז מאכן חתונה א קינד וואס מיין ווייב האט איר געטראגן אין בויך 9 חדשים און נאכדעם געפעמפערט געפיטערט און אויפגעצויגן פאר 20 יאהר וועט מען שרייבן אויף די חתונה קארטל "איש עברי ורעיתו"

מה נשתנה?

און אויך ווען מ'האט א קינד קומט מען אין שול אינגאנצען פרייליך "איך האב געהאט א קינד" און ווען מ'מפל'ט ח"ו זאגט מען "זי האט גמפל'ט נעבעך..

אליצפן » מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:44 pm

· #176650
וואסי פשט פון די בליטשקענדע געלע לעמפלעך אויף סקול באסעס? אויסער די רויטע וואס פארדעם דארף מען זיך אפשטעלן, האבן זיי נערווינדע געלע לייטס אויך, וואס אייביג האב איך מורא אז א פאליס וועט מיינען אז ס'איז די רויטע און וועט מיך ל''ע געבן א טיקעט.

אליצפן » מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:53 pm

· #176652
פארוואס זענען די הצלה טראקס אין פראנט פונעם הצלה גאראגזש, אייביג געפארקט אויף די פארקערטע זייט פונעם ראוד? לכאורה מאכט עס שווערער ארויסצופארן צו א קאל, ווייל מ'דארף דורכשניידן אן עקסטרע לעין פון טרעפיק.
איז עס ממש ריין לשם אויסזען רייסעריש?

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 15, 2014 4:20 pm

· #176660
אליצפן
וואסי פשט פון די בליטשקענדע געלע לעמפלעך אויף סקול באסעס? אויסער די רויטע וואס פארדעם דארף מען זיך אפשטעלן, האבן זיי נערווינדע געלע לייטס אויך, וואס אייביג האב איך מורא אז א פאליס וועט מיינען אז ס'איז די רויטע און וועט מיך ל''ע געבן א טיקעט.

געלע לייטס מיינט פאר שטאט און גרייט דיך זיך אפצושטעלן, וייל אט אט גייט שוין די רויטע לייט בלינקן.

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 15, 2014 4:50 pm

· #176675
אליצפן
פארוואס זענען די הצלה טראקס אין פראנט פונעם הצלה גאראגזש, אייביג געפארקט אויף די פארקערטע זייט פונעם ראוד? לכאורה מאכט עס פיל שווערער ארויסצופארן צו א קאל, ווייל מ'דארף דורכשניידן אן עקסטרע לעין פון טרעפיק.
איז עס ממש ריין לשם אויסזען רייסעריש?

כדי שישאלו התינוקות

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:51 pm

· #176756
בין איך אויף איינעמס "נודניק" ליסטע? איז מעגליך צו וויסן? 😕

הערשי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:09 pm

· #176758
פארוואס פאר א פאליציי אויטא איז גענוג איין שורה לעמפלעך אויפן דאך, אבער אמבולאנסן ברויכן בליטשקען מארבע כנפות אנע סדר און כל המרבה משובח? ס'שטערט שטארק פאר אנדערע מאטאריסטן ביינאכט.

hotel » מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:22 pm

· #176761
וואסערע הנאה ברענגט עס פאר דעם שיינעם איד ווען ער שטעלט זיך אויף ביים שבע ברכות צו וואו און נעמט זיך אויסבויכן זיינע טייטשעלעך אזוי לאנג ווי די גוטע יאר צו זעט ער דען נישט די פיינטליכע בליקן וואס ווערן געווארפן צונעם פון אלע זייטן ?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:37 am

· #176796
רויטע וואנצעס
אליצפן
וואסי פשט פון די בליטשקענדע געלע לעמפלעך אויף סקול באסעס? אויסער די רויטע וואס פארדעם דארף מען זיך אפשטעלן, האבן זיי נערווינדע געלע לייטס אויך, וואס אייביג האב איך מורא אז א פאליס וועט מיינען אז ס'איז די רויטע און וועט מיך ל''ע געבן א טיקעט.

געלע לייטס מיינט פאר שטאט און גרייט דיך זיך אפצושטעלן, וייל אט אט גייט שוין די רויטע לייט בלינקן.

אזא בחינה פון אליהו הנביא בעפאר מלך המשיח 🙂

הערשי
פארוואס פאר א פאליציי אויטא איז גענוג איין שורה לעמפלעך אויפן דאך, אבער אמבולאנסן ברויכן בליטשקען מארבע כנפות אנע סדר און כל המרבה משובח? ס'שטערט שטארק פאר אנדערע מאטאריסטן ביינאכט.

וועלכע פאליציי? רובא דרובא פון זיי האבן אינעם גריל אויך א שיינע פאר שטיק, אנדערע אויך אינעם ווינדשילד, בנוסף צו וואס די העדלייטס פלעשן on & off... די משטרה אין מדינת ישראל האבן קוים איינס צוויי בלויע לעמפעלעך. היינט האבן שוין טייל אביסל מער, אבער עס איז זיכער אז אין אמעריקע איז עס איבערגעטריבן.

אבער די פשוטע תירוץ אויף הערשי'ס שאלה, איז לכאורה ווייל די פאליציי אויטא לעמפלעך ווערן פינאנצירט פון די דעפארטמענט וואס האבן נישט אזויפיל געלט ווי די רייסערישע צאלע מעמבערס פארמאגן.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:43 am

· #176808
הערשי
פארוואס פאר א פאליציי אויטא איז גענוג איין שורה לעמפלעך אויפן דאך, אבער אמבולאנסן ברויכן בליטשקען מארבע כנפות אנע סדר און כל המרבה משובח? ס'שטערט שטארק פאר אנדערע מאטאריסטן ביינאכט.

ווייל די אמבולאנסן זענען צו הויך אז איין שורה לעמפלעך זאל געזעהן ווערן פון אלע זייטן.

מ גפני » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:21 am

· #176828
אז מירעדט שוין פון לייטס, וואס זענען די בלויע ווערטער וואס פארן אונטער די לייט באר פון די NYPD קארס?

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:22 pm

· #177217
אפטעמיסט
בין איך אויף איינעמס "נודניק" ליסטע? איז מעגליך צו וויסן? 😕

אז דו האלטסט שוין ביי די שאלה איז א גוטער סימן. ב"ה דו האסט שוין ערלעדיגט אלע אנדערע פראבלעימען און האסט שוין נישט קיין אנדערע דאגות. איך האלט נאך אביסל ווייטער אויף די ליסט. מה נאכל. פון ווי נעמט מען געלט פאר רענט/מארגידזש, אינשורנס, שכר לימוד. ווען כ'עללל ענדיגן דאגה'ן איבער די אלע אויבנדערמאנטע פראבלעימען וועט מיר אפשר איינפאלן זיך אנהייבן זארגן איבער דעים פראבלעם. 🙄 😂 😠 😳 😮

ידען » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:26 pm

· #177220
די פאליצציי האט נישט געניג געלט?

שמעקעדיג ווייסט נישט וואס גאווערמענט איז..

ידען » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:28 pm

· #177222
פארוואס האבען זיי געלייגט אזעלעכע שטארקע לייטס די LED?

איך ווער בלינד ווען איך פאר אדערעך פאליס. אמאל האבען זיי געהאט גוטע שטארקע לייטס אבער מע האט געקענט אריבער פארען אן מאכען א עקסידענט ווייל מע קען נישט זעהן.

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:33 pm

· #177223
אויב ווילסטו שרייבן מע האט מע קען קענסטו שוין שרייבן מ'קען מ'האט.

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 19, 2014 5:27 pm

· #177435
פון ווי נעמסט זיך די שרעקליכע רעבישע עצבות? ס'שפארט ארויס פון יעדע בילד, און פון יעדע שטערן שטריך זייערע. איך זעה כמעט קיינמאל נישט ווי איינער פון די חברה זאל געבן א שמייכעל. כ'מיין א קעדי, א שיינע הויז, טויזענטער חסידים און אפילו נישט א כזית שמייכעל?

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 19, 2014 6:17 pm

· #177473
נישט אלע זענען אזוי. פעסטע רב און יארמער רבי לאכן יא גאנץ אסאך...

פיטומי מילי » זונטאג יאנואר 19, 2014 6:22 pm

· #177477
חצאצקער רעבע,
באט די אלע האבן נישט קיין קעדי

גאלד » זונטאג יאנואר 19, 2014 6:34 pm

· #177481
רויטע וואנצעס
פון ווי נעמסט זיך די שרעקליכע רעבישע עצבות? ס'שפארט ארויס פון יעדע בילד, און פון יעדע שטערן שטריך זייערע. איך זעה כמעט קיינמאל נישט ווי איינער פון די חברה זאל געבן א שמייכעל. כ'מיין א קעדי, א שיינע הויז, טויזענטער חסידים און אפילו נישט א כזית שמייכעל?

די תפארת שלמה זאגט "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם" די משפטים די שווערע דינין, די מיטמאכנישן פון צדיקים, זענען"שולחן ערוך ומוכן לאכול" דאס איז זיי דארפן נעבעך פירן טיש פאר טויזנטער חסידים, די גרויסע כבוד איז א צער פאר צדיקים,

גאלד » זונטאג יאנואר 19, 2014 6:36 pm

· #177483
פארוואס ווען א פאליס שטעלט מיך אפ מוז ער למען השם די גאנצע צייט בשעת ער שרייבט אויס דער טיקעט בליטשקען זיינע לייטס אונטער מיר, אזא בחינה וואו ככה יעשה לאיש,

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 19, 2014 6:38 pm

· #177484
פארוואס ביזט נישט דא געווען כמעט א חודש?,

גאלד » זונטאג יאנואר 19, 2014 6:41 pm

· #177487
פארוואס נעמסטו עטענדענס דא?

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 19, 2014 6:44 pm

· #177489
גאלד
פארוואס ווען א פאליס שטעלט מיך אפ מוז ער למען השם די גאנצע צייט בשעת ער שרייבט אויס דער טיקעט בליטשקען זיינע לייטס אונטער מיר, אזא בחינה וואו ככה יעשה לאיש,

נארמאל פארקט מ'נישט אריין געהעריג ווען די פאליציי שטעלט אפ, מ'שטייט האלבוועגס אויפן ראד, ס'איז פאר סעיפטי.

יאיר » זונטאג יאנואר 19, 2014 8:49 pm

· #177528
איינער קען מיר מסביר זיין פשט אין דעם מאדנע פרייזן פון עמעזאן וואס מען טרעפט אפט אן, לדוגמא איינס אין וואס כ'האב מיך יעצט אנגעשטויסן:
Hardcover
from $25.00
18 Used from $25.00
19 New from $30.39
2 Collectible from $75.00

Paperback
from $95.00
1 Used from $95.00

ונבנתה העיר » זונטאג יאנואר 19, 2014 8:53 pm

· #177531
רויטע וואנצעס
פון ווי נעמסט זיך די שרעקליכע רעבישע עצבות? ס'שפארט ארויס פון יעדע בילד, און פון יעדע שטערן שטריך זייערע. איך זעה כמעט קיינמאל נישט ווי איינער פון די חברה זאל געבן א שמייכעל. כ'מיין א קעדי, א שיינע הויז, טויזענטער חסידים און אפילו נישט א כזית שמייכעל?

פאריגע וואך בין איך (משום סיבה 😉) געווען ביי די באבוב'ער חתונה, האביך זוכה געווען צו הערן במו אזניי ווי דער רב זאל לעבן איז מעיד אויף זיך אז פאר ער איז אריינגעקומען צו די חתונה האט ער זיך געדארפט אנגארטלען מיט שמחה מרוב צרות ישראל...

וואס איך פארשטיי נישט איז עפעס אנדערש, פארוואס ווערן זיי פון אלעם גראב, מן הקצה אל הקצה? דער איז גראב פון אמן יהש”ר, דער פון צרות ישראל, וואלט נישט איינער געדארפט דאר ווערן פון שמחה של מצוה למשל?...

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 19, 2014 9:20 pm

· #177541
דער (פינטעל) איד
אויב ווילסטו שרייבן מע האט מע קען קענסטו שוין שרייבן מ'קען מ'האט.

איך ווייס נישט צו מ'מעיג דערציילן פאר אזא ערליכן איד וועגן אן אפיקורס?. אן אפגעפארענער, געוועזענער ישיבה בחור. ה"ה דער גרויסער שרייבער חיים גראדע. ווען ער וויל נאכמאכן וויאזוי די אידן אין ווילנא האבן גערעדט נוצט ער אזעלכע לשונות. "מע" האט געזאגט "מע" איז געגאנגען. 🙄 😠 😛 😳 😮

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 19, 2014 9:25 pm

· #177542
רויטע וואנצעס
גאלד
פארוואס ווען א פאליס שטעלט מיך אפ מוז ער למען השם די גאנצע צייט בשעת ער שרייבט אויס דער טיקעט בליטשקען זיינע לייטס אונטער מיר, אזא בחינה וואו ככה יעשה לאיש,

נארמאל פארקט מ'נישט אריין געהעריג ווען די פאליציי שטעלט אפ, מ'שטייט האלבוועגס אויפן ראד, ס'איז פאר סעיפטי.

נאך א טעם. (וואס א פאליסמאן האט אליינס מסביר געווען) 🙄 ❗ ❓ 😳 😮 אז אויב ער לעשט אויס די לייטס האט א מענטש א רעכט אוועקצופאהרן.

מאטי » זונטאג יאנואר 19, 2014 9:55 pm

· #177552
אויב דער פאליס האט די דרייווערס לייסענס קען ער נישט אוועק פארן.

טעפל » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:24 am

· #177650
ונבנתה העיר
רויטע וואנצעס
פון ווי נעמסט זיך די שרעקליכע רעבישע עצבות? ס'שפארט ארויס פון יעדע בילד, און פון יעדע שטערן שטריך זייערע. איך זעה כמעט קיינמאל נישט ווי איינער פון די חברה זאל געבן א שמייכעל. כ'מיין א קעדי, א שיינע הויז, טויזענטער חסידים און אפילו נישט א כזית שמייכעל?

פאריגע וואך בין איך (משום סיבה 😉) געווען ביי די באבוב'ער חתונה, האביך זוכה געווען צו הערן במו אזניי ווי דער רב זאל לעבן איז מעיד אויף זיך אז פאר ער איז אריינגעקומען צו די חתונה האט ער זיך געדארפט אנגארטלען מיט שמחה מרוב צרות ישראל...

וואס איך פארשטיי נישט איז עפעס אנדערש, פארוואס ווערן זיי פון אלעם גראב, מן הקצה אל הקצה? דער איז גראב פון אמן יהש”ר, דער פון צרות ישראל, וואלט נישט איינער געדארפט דאר ווערן פון שמחה של מצוה למשל?...

זייער פשוט, בשורה טובה תדשן עצם, ס'מאכט בכלל נישט דאר..

שפתים ישק » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:34 am

· #177654
שפתים קישאקTM!

shlomyg » מאנטאג יאנואר 20, 2014 3:37 pm

· #177722
ווער קען מיר העלפן מאכען א LLC corp?

ממרום שלח אש » מאנטאג יאנואר 20, 2014 3:51 pm

· #177723
1) פארוואס שטייט אין בעק פון א פייערטראק
keep back 200 feet

2) ווער האלט עס איין?

3) וויזוי רעכענט מען עס אויס?

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:33 pm

· #177745
3) די זעלבע מעסטער וואס די ניצט 10 פיס ביים פייער היידרענט

חולם » מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:52 pm

· #177781
📎 unnamed (3).jpg
איז דעיס געווען געדרוקט?