נעוואדע, אין חכמה לאשה אלא בפלך...
זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92
פארוואס קען מען נישט פאר א גוט יאר טוישן די ניגון פון ״שבע ברכות״, קען איינער די ניגון? סארי איך קען נישט שרייבן קיין נאטען, אבער די איבעלדיגער שמח תשמח, און שוש תשוש קריכט שוין פון די נאז, און איז לכאורה די גרעסטע אנטיק ביים אידישען פאלק. ווייסט עמיצער פארוואס מען האט אדאפטירט די ניגון?
וואס איז די היסטאריע פון פעטרא און די אראבישן קעניגרייך פון נאבאטיע.
וואס האבן זיי געגלייבט, געגעסן, געהאנדלט, וואו און אין וואס האבן זיי געוואוינט, וועלכע סארט קולטור האבן זיי געהאט. און פון וויפיל מענטשן רעדט מען דא.
וועלכע פארבינדונג האבן זיי געהאט מיט די חשמונאים און וואס זאגן אונזערע מקורות אויף זיי.
וויקיפעדיע איז עפעס זייער קארג איבער זיי.

בעל מדותchusidוואס ליגט אין א פוטבאל געים אז דאס עטרעקט אפילו עלטערע באזעסענע מענטשן שפירן אז זיי מוזן מיטהאלטן די סופער באהל? שפילן מילא אבער מיטהאלטן אפען סקרין?
נעם ארויס פון דיינע פראגע "עלטערע באזעצענע מענטשן" ווייל קיינער הייבט עס נישט אהן אלץ אן עלטערע מענטש, מען איז קליין און אלץ קינד ליגט מען שטארק אין ספארט'ס און ווען מען עלטערט זיך בלייבט מען פארליבט דערין, עס איז א פארשטענדליכע האבי וואס דיין פערזענליכקייט שפורט זיך אלץ א חלק דערפון זייענדיג שטאלץ דערמיט ביי יעדע געווינס און דאון ביי יעדע פארלוסט, אין פאקט איז ביי די נישט אידישע וועלט דא אסאך שידוכים וואס פאסירן נישט צוליב וואס ביים בעשוי ווערן זיי געוואויר אז די צווייטער איז א אנהענגער אין "פען" פון א צווייטע טיעם, עס איז ממש אין זייערע הערצער,
גראדע ווייס איך פון א פאר חברים מיינע, וואס האבן זיך אריינגעלייגט דערין העכער די עשרים.
און איך פארשטיי אויך נישט וואס די תאוה איז אזש זיי קענען פארברענגען א גאנצע טאג פאר דעם, איינע פון זיי האט שוין פארלוירן א דזשאב, ווייל ער איז א גאנצע טאג געזעצן אין ביה"כ וואטשן די געים.
איך ווייס נישט אויב איך זאל עס שרייבן אין דעם אשכול אדער אין אשכול "זאכן וועלכע רעגן מיך אויף!", פארדעם שרייב איך עס אין אשכול פון "זאכן וואס איך וויל וויסן".
והנה, ווען מ'באדאנקט זיך פאר איינעם מיט'ן זאגן שכוח, וועלן מאנכע צוריק ענטפערן "ישר". מתחילה האב איך געמיינט אז די וואס זאגן עס זענען אזעלכע וואס נישט יעדעס ווארט מוז האבן א פשט. אבער לעצטענס זעה איך אז אפילו אזעלכע וואס מעסטן זייערע ווערטער, זאגן עס אויך.
האט עס א פשט?

פארוואס איז אויפן ישראליש'ן טעלעוויזיע אלץ דא איינער אויף 'sign language' און אין אמעריקע נישט?
chusidפארוואס איז אויפן ישראליש'ן טעלעוויזיע אלץ דא איינער אויף 'sign language' און אין אמעריקע נישט?
More people are hearing impaired due to constant bombing
איז דא א סיבה פארוואס א סטעמפ דארף זיין אויף די רעכטע זייט אויבן פון פאסט? אויב איך לייג עס אויף די לינקע זייט וועט עס אנקומען?
רויטע וואנצעסאיז דא א סיבה פארוואס א סטעמפ דארף זיין אויף די רעכטע זייט אויבן פון פאסט? אויב איך לייג עס אויף די לינקע זייט וועט עס אנקומען?
איך האב אמאל גערעדט מיט די פאסט אפיס און זיי האבן מיר געזאגט אז עס קען ווי אימער אויף די פראנט זייט
שמעון וואלףאיך ווייס נישט אויב איך זאל עס שרייבן אין דעם אשכול אדער אין אשכול "זאכן וועלכע רעגן מיך אויף!", פארדעם שרייב איך עס אין אשכול פון "זאכן וואס איך וויל וויסן".
והנה, ווען מ'באדאנקט זיך פאר איינעם מיט'ן זאגן שכוח, וועלן מאנכע צוריק ענטפערן "ישר". מתחילה האב איך געמיינט אז די וואס זאגן עס זענען אזעלכע וואס נישט יעדעס ווארט מוז האבן א פשט. אבער לעצטענס זעה איך אז אפילו אזעלכע וואס מעסטן זייערע ווערטער, זאגן עס אויך.
האט עס א פשט?
ווי מ'זעהט שוין אין די גמרא, איז יישר עפעס אזא סארט אויסדרוט וואו, "זאגסט גוט".
כנלע"ד.
פרייוויליגפארוואס קען מען נישט פאר א גוט יאר טוישן די ניגון פון ״שבע ברכות״, קען איינער די ניגון? סארי איך קען נישט שרייבן קיין נאטען, אבער די איבעלדיגער שמח תשמח, און שוש תשוש קריכט שוין פון די נאז, און איז לכאורה די גרעסטע אנטיק ביים אידישען פאלק. ווייסט עמיצער פארוואס מען האט אדאפטירט די ניגון?
האלטס למשל אז יואב'ס מומע יענטע וואלט צוגעלאזט אז ווען זי מאכט א שבע ברכות זאל מען נישט זינגען דעם טראדיציענאלן "שמח תשמח" ניגון?? כ'מיין, דו שפילסט זיך דאך מיט איינע פון די יסודות הדת!!... די "מסורה"!!... וואו קענען מיר זיך אוועקרירן פון א זאך וואס איז קבלה בידינו מדור דור???... שוין, היינטיגע יונגווארג... ניטאמאל ווייסן זיי וואס איז ראנג..
יעדעס מאל איך זע א קליפ פון א קאר-דשעקינג, זע איך ווי די טיר עפענט זיך אויף ווי נאר דער באנדיט טוט דאס שלעפן. איז די טיר נישט צוגעשפארט? ספעציעל די היינטיגע קארס שפארן זיך די טירן אוטומאטיקלי איינמאל מ'איז אין דרייוו אדער אויב מ'גרייכט א מינימאלן ספיד. אפשר איז די טיר אפען אינדרויסן פאר סעיפטי?
איך בין נעכטען געפארן אין איינע פון די געגענטער אין ניו דשזערסי, זעה איך ווי די פייער פאמפס, ליגן ביי די קראס וואלקס, ווי מען טאר סייווי נישט פארקען.
האב איך מיר געכאפט ביים קאפ, פארוואס איז דאס נישט אזוי אין סיטי? לויט מיין חשבון, אויב וועלן אלע פאמפס זיין ביי א קארנער, וועלן צוקומען "טויזענטער" פארקינג ספעיסעס! פארוואס אין די וועלט זאל מען עס נישט פלאצירן דארט?
און א זייטיגע ריוח וועט זיין אז אין פאל פון א אלארם, וועט נישט ווערן אפגעשפארט אינמיטן א גאס, ווייל די פאמפס וועלן זיין ביי די קארנערס.
איך רעד צום זאך? אדער עס האט א סיבה מ'זאל עס נישט קענען טון?

יא, די סיבה איז; די שטאט וועט פארלירן מיליאנען אין טיקעטס.
נאך א סיבה קען זיין ווייל אזוי איז דא פלאץ, יעדע פאר הונדרעט פיס, ווי א קאר קען זיך אריינציען ווען מ'ווארט און מ'דארף נישט דאפל פארקן, וואס דאס פארשווערט די טרעפיק
ווער עס איז גוט מיט די אינסטאנצען ווערט געבעטן זיי צו איבערגעבן אז איך בין ענדערש גרייט צו זיצן די פאר מינוט אין טרעפיק וואו צו זוכן טעגליך א האלבע שעה פארקונג..
berlbalagulehשמעקעדיגאין די לענדער ווי אוסטראליע און סאוט אמעריקע ווי דער ווינטער און זומער איז פארקערט ווי ביי אונז, ווען זאגן זיי מוריד הגשם און ותן טל ומטר?
מעשה שהיה: הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל, ווען ער איז געווען דער רב אין מאנטעווידעא, אורוגוויי, וואו ס'איז אויך דער זעלבער סדר ווי אין אויסטראליע, האט אמאל אהנגעפרעגט די שאלה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל. די תשובה איז געווען אז מוריד הגשם זאגט מען אזוי ווי די גאנצע וועלט. און ותן טל ומטר לברכה זאל מען זאגן ביי "כי אתה שומע תפילת כל פה"...!...ווען ס'איז ווינטער אין יענע מדינה. ד.ה. נאך פסח...!
אינטערעסאנט, אז חז"ל וואס האבן געוויסט וויפיל הימלען ס'דא, און וויאזוי מ'מאכט מח סערדזשערי, האבן נישט געוויסט אז תקופת תמוז פאלט אויס אום חודש טבת אונטערן איקוועיטער. וואסי טאקע פשט?
יואביעדעס מאל איך זע א קליפ פון א קאר-דשעקינג, זע איך ווי די טיר עפענט זיך אויף ווי נאר דער באנדיט טוט דאס שלעפן. איז די טיר נישט צוגעשפארט? ספעציעל די היינטיגע קארס שפארן זיך די טירן אוטומאטיקלי איינמאל מ'איז אין דרייוו אדער אויב מ'גרייכט א מינימאלן ספיד. אפשר איז די טיר אפען אינדרויסן פאר סעיפטי?
ווייל פון די פעלער וואס די טירן זענען טאקע צוגעשפארט זעסטו נישט קיין ווידיאוס, ווייל ס'נישט דא וואס צו זען.
וויפיל דורות - יארן זענען די עווריזש פרייע יוד שוין אפגעריסן פון תורה ומצוות? למשל איז דא פרייע יודן וואס זענען שוין 400 יאר נישט שומרי תו"מ און אידענטיפיצירן זיך נאך אלץ יודן?
פארוואס גייען אלע יואלי ראטה'ס בחורים אנע מאנטלען אפילו אין די ביטערסטע פרעסטן? איז עס דעם רבינ'ס א זאך, אדער אפשר דער אש קודש ווארעמט זיי אן?
chusidוויפיל דורות - יארן זענען די עווריזש פרייע יוד שוין אפגעריסן פון תורה ומצוות? למשל איז דא פרייע יודן וואס זענען שוין 400 יאר נישט שומרי תו"מ און אידענטיפיצירן זיך נאך אלץ יודן?
פאר צוויי הינדערט און פופציג יאר, איז כמעט נישט געווען אזא הגדרה ווי א פרייער איד, דער שוואכסטער איד האט באלאנגט צו די פרומע קהלה, און הגם מען האט נישט געקענט צווינגן וואס ער זאל טוהן אין בעדרום, האט זיך יעדער געמיזט צושטעלן צו די אויסערליכע אידישע תקנות, ווי גיין צו דין תורה, צאלן די קהלה שטייער, סידור קידושין וגיטין, וכו'. און אויב האט מען געכאפט איינעם טוהן א גראבע עבירה, האט ער געקענט כאפן אפאר שמיץ מיט א רימאן, אדער ווערן אריינגעלייגט אין חרם.
דער ערשטער פרייער איד ווערט פאררעכנט צו זיין שפינויזע געלעבט קרוב צו פיר הינדערט יאר צוריק. כ'מיין ער האט נישט געהאט קיין קינדער, אבער זייט פרייע אידן האט אנגעהויבן צו ווערן א נארמעלע ערשיינונג בזמן המשכילים, איז נאך דא אסאך פון זייערע אייניקלעך וואס, פאררעכענען זיך אלס אידן, און וועלן נישט חתונה האבן מיט א שיקסע.
א וויזניצע זמירות.
איך זוך צו קויפן א זמירות לבית וויזניץ אזוי ווי סאיז דא די זמירות דברי יואל אין סאטמאר. מיט די פונקטליכע סדר א גאנץ שבת. ווען מען זינגט. וואס מען זינגט. וואס מען עסט. וואס מען טוט. מיט אלע מנהגים. וואסערע זמירות וואלט איר מיר רעקאמענדעט יישר כח.

1. ביז ווי אלט דארף מען זיצן אין א קאר סיט?
2. ביז ווי אלט דארף מען זיצן אין א בוסטער סיט?
3. ביז ווי אלט דארף מען זיין געסיט בעלט אין די בעק?
4. מעג איך זעצן צוויי קינדער (לאמיר זאגן צעהן יאר אלט) צוזאמען אין איין סיט בעלט? אדער מוז יעדע זיין איינגעבינדען באזונדער

יעדע סטעיט איז אנדערש.
4. ניין
4. ניין
אינטרעסאנט @שמערל דו האלטסט ביי 262 הודעות און 20 ווייניגער מאל געלייקט און 20 מער מאל געווארן געלייקט...
וואס טראכט א נישט רעליגיעזע מענטש ווען ער זעט אז זיין לעבן האלט זיך ביים ענדיגן? זיין מציאות גייט ווערן אויס און ס'בלייבט נישט א איך--א פחד--,איז וויאזוי גייט ער אן? פונקט יעצט בייגעפאלן וויל כ'האב געהערט א דרשה פון שמעון פרס(92) און ער לעבט אויף אלע באקן....
איך ווער אלס שרעקליך נתפעל פון טוועינ'ס מהלך אין אראפלייגן זאכן באריכות סרקסטי נורא, ער רעדט לאנג, ערענסט און טרוקן, און איז משום איזה סיבה גאוניש פאני, זעה דא למשל.
האט דאס אן אפיציעלע נאמען? איז עס פשוט 'טרוקענע הומאר'?
האט דאס אן אפיציעלע נאמען? איז עס פשוט 'טרוקענע הומאר'?
[ציטאט אראפגענומען]
דו קענסט רילעיטען צו דעם? ווערן אויס אינגאנצן און זיין רואיג?
[ציטאט אראפגענומען]
איך מיין צו זאגן אז ס'איז עדיין צריך ביאור ווייל לכאורה קענסטו פונקט ווי מיר נישט רילעיטען צו אזא מהלך המחשבה. ..
די בעיה איז בעצם נישט דער פראבלעם פןן זיין טויט, נאר דער פחד פון לעבן מיטן געדאנק אז מ'גייט שטארבן.
דאס זאג איך דאך אז ס'איז בעצם נישטא קיין חילוק אבער איידערן פראבלעם פון נישט געבוירן ווערן איז נישט געווען קיין הכרה איז מ'איז נישט געבוירן געווארן, ס'איז פשוט נישט געווען ווער ס'זאל האבן פחד, יעצט אז מ'לעבט איז דאך אויס בעיה, פונקט ווי אן עושר וואס איז געווען אן ארימאן.
אבער איידערן שטארבן איז יא דא אן הכרה אז מ'גייט שטארבן און דאס שאפט א פחד. נאכן שטארבן איז טאקע אויס מיטן פחד/פראבלעם.
אבער איידערן שטארבן איז יא דא אן הכרה אז מ'גייט שטארבן און דאס שאפט א פחד. נאכן שטארבן איז טאקע אויס מיטן פחד/פראבלעם.
מאטייעצט אז מ'לעבט איז דאך אויס בעיה, פונקט ווי אן עושר וואס איז געווען אן ארימאן.
[ציטאט אראפגענומען]
לאמיר ברענגען א דוגמה ווי ס'איז נישט קיין סתירה צו אונזערע השקפות, אויב מען דארף דיר ל"ע לייגן אין א קאמע פאר 35 יאר מאיזה סיבה שהוא, וויאזוי וואלסטו געפילט די וואכען בעפאר? טויט איז סאך ערגער איך פראביר נאר ממחיש צו זיין...
ווען האט יוניפארם אנגעהויבן שפילן א ראלע אין די יודישע רעליגיע ווי למשל אז יודן וואס האלטן פון מהלך העבודה פון בעש"ט גייען מיט א fur hat יעדע שבת? אפשר זאלן אלע יודן וואס זענען מהדר אויף אריזאנע ווייטץ גיין מיט פלארשיין- Floorshein קאמפעני שיך?
[ציטאט אראפגענומען]
@אנאנים, וואס פאלט דיר עפעס ביי אז עס אן אוניווערסאלע מנהג? 😕
.
פאר וועם באלאנגט 500 בעדפארד? איז דאס אויכט אינעם סכסוך? ווייל איך זע אז ר' מענדל ט"ב איז געווען באזוכן דארטן קוקט אויס ווי זיי האבן נישט קיין תערומות...
אנאנים, הייסט ביז אפאר יאר צוריק האט עס באלאנגט פריוואט פאר בנימין הערש און משה דוד?
chusidווען האט יוניפארם אנגעהויבן שפילן א ראלע אין די יודישע רעליגיע ווי למשל אז יודן וואס האלטן פון מהלך העבודה פון בעש"ט גייען מיט א fur hat יעדע שבת? אפשר זאלן אלע יודן וואס זענען מהדר אויף אריזאנע ווייטץ גיין מיט פלארשיין- Floorshein קאמפעני שיך?
דו מאכסט א וויץ אבער ס'גייט שוין סאך ווייטער ווי וועלכע קאמפאני שיך. טאמער ווילסטו מיר זאגן אז ס'דא א חסידישע טראגע, א סאמעטן הוט, ווייסע העמד, לאנגע ראק, זעלבע סחורה הויזן, פלארשיים אדער עקאו שיך, און שוין, וואלט איך נאך אראפגעשלונגען. אבער די אבסורדע קאנפארמיטי וואס מ'זעט ווען ס'קומט צו סיי וועלכע צוגעהערן וואס האט גארנישט מיטן חסידישן לבוש, אדער מיט חוקת הגוי, למשל, וועסט כמעט נישט טרעפן קיין חסידישע יונגעמאן מיט הוט און רעקל וואקן אויף בעדפארד עוועניו אדער 13טע מיט זון גלעזער, וואס איז, די חסידישע אויגן זענען ווייניגער סענסיטיוו צום זון? ס'באדערט עם פיין ער מאכט צו די אויגן אזוי תרוטות ווי די תרמודים פון שמאי הזקן, אבער פאר ראטשילד'ס אוצרות וועט ער זיך נישט אנטוהן א פאר אויגן שיצער. און ס'איז נישט כאילו ס'איז אמאל געווען א תקנה דערגעגן, אדער ס'ווערט געברענגט אין א חסידיש ספר אז ס'איז דרכי אמורי, נע, סתם, קאנפארמיטי, ס'קומט עם אפילו נישט אויפן געדאנק ווי א רעלעוואנטע אפציע, פונקט ווי גיין מיט א פערפל שירעם. יעצט אין די סוב זערא וועטערס זעט מען עס אויך, יונגעלייט וואס וועלן בשום אין אופן נישט אנטוהן קיין ווארימע מאנטל ווי די ספארט אל לא מאוד רעגן מאנטלעך וואס G&G פארקויפט, אוירען שיצער מעג מען נאר צוויי סארט, די וואס האבן א בענדל פון פארענט און די אנעם בענדל, און נאר אויב ס'איז פעך שווארץ, אדערווייז וועט מען ענדערש באקומען פראסט בייט אויפן אויער אבי נישט אנטוהן א נארמאל ווינער הוטל. און נאכאמאל, ווען מ'רעדט דא פונעם שטריימל אין הונדערט דעגריי וועטער, אדער אנדערע בגדים אשר יסודתם בהררי קודש, החרשתי, אבער מ'רעדט סתם פון זאכן וואס זענען געווארן, אן קיין זיצונג, אן קיין החלטה, אן קיין שום סיבה, און דאס אז דער עולם טראכט אפילו נישט פון זוכן עפעס ווארימער ווייזט אין וואסערע גייסטישע תפיסה מיר געפונען זיך.
גם אני בחלומי
די פראבלעם פון זיין א נארמאלע מענטש, ביי אחינו בני החסידים, גייט שוין אריבער די גבולים.
מען דארף זעהן צו מאכן גדרים וואס עס הייסט א נארמאלער מענטש.
די פראבלעם פון זיין א נארמאלע מענטש, ביי אחינו בני החסידים, גייט שוין אריבער די גבולים.
מען דארף זעהן צו מאכן גדרים וואס עס הייסט א נארמאלער מענטש.
גראדע באטראכט איך דיין בילד און איך מוז דיר זאגן דו זעהסט אויס צו זיין גאנץ א נארמאלרע חסיד.... 😂
עס האט מיר געדויערט א צוויי מינוט צו כאפן פון וועלכע בילד דו רעדסט, קומענדיגע מאל שרייב אוועטער בלע"ז.
דאס בילד האב איך ארויפגעלייגט א קנאפע דריי יאר צוריק, חוץ דעם וואס איך בין שוין היינט א סאך ווייסער ווי דעמאלטס, בין איך נאך דעמאלטס געווען א נארמאלער מענטש, ווי מען רופט עס ביינונז אין וויליפעסט.
היינט איז די גלעזער א סאך שווארצער ארום און ארום, אזוי ווי די היינטיגע סטייל, איך גיי נישט מיט קיין רעקל מער א גאנצע טאג, בדוחק ביים דאווענען.

עס וואונדערט מיר צו וויסן וואו אזוי רביס פארגעסן קיינמאל יעלה ויבוא ר"ח, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן קיין איין רבי זאל איבער דאווענען ר"ח ווייל ער האט פארגעסן, משא"כ עמך אידן האב איך געזעהן פלענטי, האבן זיי עפעס מעדזשיק?
אנאנים, א לענדמארק האט נישט קיין שייכות מיטן בעלות פון די פראפערטי, אויב איך וויל קען איך ארבעטן ארויפצולייגן א לענדמארק סטאטוס אויף א הויז וואס באלאנגט צו דיר, אפילו אויב ביזט נישט מסכים.
אין די פאל פון פינעוו הינדערט בעדפארד, האט עס דאכט זיך באלאנגט פאר uta ביז משה שמואל האט עס אפגעקויפט/באקומען.
אין די פאל פון פינעוו הינדערט בעדפארד, האט עס דאכט זיך באלאנגט פאר uta ביז משה שמואל האט עס אפגעקויפט/באקומען.
אז איינער קויפט יעדע וואך איין לאטערי פאר א דאלער, לוינט איהם דען נישט פי כמה וכמה צו קויפן איין מאהל א יאהר 52 לאטעריעס אין איין גורל?
ווי איז די מקור איז די מלאך לייגט געלט אונטער די קושן ווען די צאהן פאלט ארויס?
[ציטאט אראפגענומען]
אלעס גנב'נען די גוים פון אונזער מסורה!
כ'וואונדער זיך צו די "ציין באבא-מעשה" - וואס ווערט לכאורה פראקטיצירט דורך די מעליגע און אויליגע צווישן אונז - איז עטוואס אנדערש ווי די קיכעלעך מיט מילך וואס מ'גרייט צו פאר סאנטא.
די הערליכע בילדער ווי מען זעהט יענקל ברוך באזוכט אין די הויז פון רבינו הקוה''ט זי''ע, ברענגט אונז ארויף זויערנאכטאמליכע קאשמארן פון די למ''ד יארן.....
זאכן וואס איך וויל "נישט" וויסן
@קאך_לעפל, פון דיין זויערנאכטאמליכע געמייכעכטץ וויל קיינער אויסדריקלעך נישט וויסן.
שפראצט מיר דא און דארט א ווייסע הארע'לע. איך בין עמאציאנאל נישט גרייט אויף דעם. האב איך צוויי שאלות.
1. הלכה- איז דא א היתר ארויסצושלעפן (ווען קיינער זעהט נישט) ווייסע האר?
2. פראקטיש- וועט עס העלפן? וועט עס מאכן אז די האר זאל ערשט ווייס ווערן עטליכע יאר שפעטער?
1. הלכה- איז דא א היתר ארויסצושלעפן (ווען קיינער זעהט נישט) ווייסע האר?
2. פראקטיש- וועט עס העלפן? וועט עס מאכן אז די האר זאל ערשט ווייס ווערן עטליכע יאר שפעטער?