☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

בארא פארקער » זונטאג אפריל 27, 2014 10:42 pm

· #197588
וואס האט די באבובער רבי 45 גערעדט היינט ביי די גענעראל פארזאמלונג?

atmybest » מאנטאג אפריל 28, 2014 8:48 pm

· #197846
בארא פארקער
וואס האט די באבובער רבי 45 גערעדט היינט ביי די גענעראל פארזאמלונג?

צוערשט האט די רבי ארומגערעדט איבער די גרויסע הצלחה פון די לימוד פון ערבי פסחים, וואס מע האט געלערנט על פי פקודתו הקדושה.
דערנאך האט די רבי זאל זיין געזונט מציע געווען אז מען זאל ווייטער ממשיך זיין, און לערנען.
מען גייט לערנען א עמוד א טאג, און מען וועט באצאלן פאר די יונגעלייט וואס וועלן נעמען און קענען אויף די בחינה.

זאל די אויבערשטע העלפן אז אזוי זאלן זיך אלע אנדערע חסידות'ע אפלערנען דערפון, און עס וועט זיין א נחת רוח פארן בורא.

דערנאך האט די רבי געבעטן מען זאל זיך האלטן שטיל ביים דאוונען, און ארומגערעדט נאך עטליכע ענינים, ואכמ'ל

שטילע אינגערמאן » מאנטאג אפריל 28, 2014 9:36 pm

· #197854
אקיצור טוט נאך רב''צ טריט ביי שריט, חידוש ער לאסט זיך נישט וואקסן א שטיקעל בוך

לית דין בר נש » דינסטאג אפריל 29, 2014 10:55 am

· #197933
atmybest
צוערשט האט די רבי ארומגערעדט איבער די גרויסע הצלחה פון די לימוד פון ערבי פסחים, וואס מע האט געלערנט על פי פקודתו הקדושה.

atmybest
זאל די אויבערשטע העלפן אז אזוי זאלן זיך אלע אנדערע חסידות'ע אפלערנען דערפון, און עס וועט זיין א נחת רוח פארן בורא.

וועלכע חסידות איז נאך געבליבן וואס האט עס נאך נישט וואס זאל זיך קענען אפלערנען דערפון?

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 29, 2014 3:42 pm

· #197997
שטילע אינגערמאן
אקיצור טוט נאך רב''צ טריט ביי שריט, חידוש ער לאסט זיך נישט וואקסן א שטיקעל בוך

און אפשר ארויפלייגן אביסל פאודער אויפ'ן בארד, צו מאכן עים אויסזעהן עלטער. 😕 😎 😂 🙄 😮

ונבנתה העיר » דינסטאג אפריל 29, 2014 11:07 pm

· #198075
וואס איז די אויפטוה פון א וואסער טאנק אין א בית הכסא, פארוואס זאלן נישט אלע האבן א דירעקטע וואסער פייפ - ווי די קאמערשעל האבן - וואס איז אסאך אפעקטיוו'ער?

קליגער אינגערמאן » מיטוואך אפריל 30, 2014 12:39 am

· #198094
@ונבנתה העיר
אז עס זאל ארבייטן אזוי ווי די קאמערשעל ביה"כ דארף די פייפ זיין באלד 4 מאל אזוי דיק (1 1/4 אינטש) ווי די סטענדערד וואס איז ארים א פערטעל\האלבע אינטש.
פארשטאנען ? קענסט איבערפרעגן!

משולם שטיינפעלד » מיטוואך אפריל 30, 2014 12:42 am

· #198097
ונבנתה העיר
וואס איז די אויפטוה פון א וואסער טאנק אין א בית הכסא, פארוואס זאלן נישט אלע האבן א דירעקטע וואסער פייפ - ווי די קאמערשעל האבן - וואס איז אסאך אפעקטיוו'ער?

ונבנתה, העיר יו גאו
<a class="postlink" href="https://answers.yahoo.com/question/index?qid=20061204213104AA5FNRl">https://answers.yahoo.com/question/inde ... 104AA5FNRl</a>

מאטי » מיטוואך אפריל 30, 2014 12:44 am

· #198098
קליגער אינגערמאן
@ונבנתה העיר
אז עס זאל ארבייטן אזוי ווי די קאמערשעל ביה"כ דארף די פייפ זיין באלד 4 מאל אזוי דיק (1 1/4 אינטש) ווי די סטענדערד וואס איז ארים א פערטעל\האלבע אינטש.
פארשטאנען ? קענסט איבערפרעגן!

דו נעמסט אן פריוואטע זשאבס? מיין טוילעט איז צובראכן.

קליגער אינגערמאן » מיטוואך אפריל 30, 2014 12:54 am

· #198105
@מאטי
מאטי
קליגער אינגערמאן
@ונבנתה העיר
אז עס זאל ארבייטן אזוי ווי די קאמערשעל ביה"כ דארף די פייפ זיין באלד 4 מאל אזוי דיק (1 1/4 אינטש) ווי די סטענדערד וואס איז ארים א פערטעל\האלבע אינטש.
פארשטאנען ? קענסט איבערפרעגן!

דו נעמסט אן פריוואטע זשאבס? מיין טוילעט איז צובראכן.

איך בין אביסל פארנימען יעצט. קענסט טרייען יאהאא!

its me » דאנערשטאג מאי 1, 2014 1:13 am

· #198375
גאלד
ווען מ'באצאלט די חודשליכע מארטגעדש איז א חלק דערפון איז וואס מ'צאלט צוריק די הלואה, דאס רופט זיך די "פרינסיפל בעלענס", און א חלק איז די רבית וואס די באנק מאכט געלט, דאס רופט זיך "אינטרעסט",

אטער די רבית וואס מ'צאלט איז טעקס דידאקטעבל, דאס מיינט אויב לאמיר זאגן אז דורכן יאר האסטו באצאלט $20,000 אינטרעס, ווערט פארעכנט כאילו די האסט פארדינט דורכן יאר מיט $20,000 דאלאר ווייניגער און באצאלסט נאר מכס אויף דיינע הכנסות מיינוס $20,000

Keep in mind that this is only true if you itemize. As opposed to taking the standard deduction.

shlomyg » דאנערשטאג מאי 1, 2014 10:08 am

· #198406
וויאזוי עפלייעד מען פאר Vouchers פאר די בעבי פלעי גרופס? ווע
וויאזוי עפלייעד מען פאר Vouchers פאר די בעבי פלעי גרופס? ווער קען העלפען?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מאי 1, 2014 10:29 am

· #198408
קודם זעה די לינק פאר מער אינפא איבער די וואטשער פראגראם: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/146638">viewtopic.php?p=146638#p146638</a><!-- l -->

יעצט צום עפלייען חלק:
אויב דו וואוינסט אין בארא פארק קענסטו אליין אראפגיין צו 6740 4TH AVE (יעדע פאר זיפ קאודס האט א אנדערע סענטער)
און בעטן פאר א temporary assistance application. ס'וועט נעמען א שיין ביסל וואכן צו פראסעסען. ווען ביסט approved וועסטו באקומען רענט הילף מיט וואטשערס.

איך וואלט דיר אבער מציע געווען זאלסט עס נישט טוען אליין, ווייל ס'איז געפערליכע קאפוויי און מ'דארף וויסן וואס מ'טוט. אסאך מוסדות-אויב האסט קינדער אין די מוסדות, טוען עס פאר דיר אדער צאלן איינעם זאל עס טוען פאר דיר.

דא האסטו א ליסט פון נאמבערס פון מענטשען וואס טוען אין דעם: (נעמען אוועליבעל אין אישי)
(איך ראקעמענד נישט קיינעם, טו רוסערטש אויב מענטשען זענען צופרידן מיט זייער סערוויס)

718-791-6203

347-267-5530

718-269-9238

347-731-1529

718-438-3587

הצלחה!

געשוויסטער » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:27 am

· #198413
atmybest
בארא פארקער
וואס האט די באבובער רבי 45 גערעדט היינט ביי די גענעראל פארזאמלונג?

צוערשט האט די רבי ארומגערעדט איבער די גרויסע הצלחה פון די לימוד פון ערבי פסחים, וואס מע האט געלערנט על פי פקודתו הקדושה.
דערנאך האט די רבי זאל זיין געזונט מציע געווען אז מען זאל ווייטער ממשיך זיין, און לערנען.
מען גייט לערנען א עמוד א טאג, און מען וועט באצאלן פאר די יונגעלייט וואס וועלן נעמען און קענען אויף די בחינה.

זאל די אויבערשטע העלפן אז אזוי זאלן זיך אלע אנדערע חסידות'ע אפלערנען דערפון, און עס וועט זיין א נחת רוח פארן בורא.

דערנאך האט די רבי געבעטן מען זאל זיך האלטן שטיל ביים דאוונען, און ארומגערעדט נאך עטליכע ענינים, ואכמ'ל

די קרוב צו 2000 אינגערלייט ביי די אסיפה.
3-470x313.jpg

יין שרף » דאנערשטאג מאי 1, 2014 12:20 pm

· #198417
האסט אויסגעלאזט צוויי זירא'ס...

מאטי » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:18 pm

· #198586
ווער איז אויפגעקומען מיט די איידיע צו ענדיגן א טרעק דורך מאכן שטילער און שטילער , ביז אויס.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:23 pm

· #198588
און וועלכע בהמה האט איינגעפירט צו לייגען די בערזל אין בעק טאש, אז ס'זאל וויי טון יעדעס מאל מ'זעצט זיך אראפ?

מאטי » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:26 pm

· #198589
און ווער האט געמאכט די נארישקייט אז די פלאשער זאל זיין אין בעק פון די טוילעט. טאמער האב איך א סטיף נעק?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:28 pm

· #198590
ווער איז אויפגעקומען מיט די איידיע צו לייגן די לייק קנעפל פון אויבן די הודעה? יעדעס מאל דארף מען ארויפקריכן צו לייקן.

אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:35 pm

· #198592
און ווער איז אויפגעקומען אז מ'דארף קענען אויפקומען מיט עפעס א נארישע תגובה נאר וויבאלד מאטי הערט מוזיק ספירה?

מאטי » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:39 pm

· #198593
און אפשר האב איך געהערט א ספירה טעיפ?

אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:42 pm

· #198594
און אפשר נישט?

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:43 pm

· #198595
הייסט אויפן סמך פון אפשר נישט האסטו עיהם באוושען ברבים?

אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:45 pm

· #198596
און אפשר האב איך געוואלט שיקן אין אישי, און בטעות געשריבן דא אין אשכול?

מאטי » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:47 pm

· #198597
און אויפן סמך אז אפשר יא, באפאלסטו אפטעמיסט?

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:48 pm

· #198598
אז ער מעג, מעג איך

מאטי » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:49 pm

· #198599
ס'קען דאך אבער זיין אז זיין אפשר איז אמת און דיינס נישט.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:51 pm

· #198600
סקען אויך זיין אז נישט

מאטי » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:53 pm

· #198601
דאסאיז זיין דאגה, ס'מאכט נישט אויס פאר דיר.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:56 pm

· #198602
ווי ווייסטו וואס מאכט יא אדער נישט אויס פאר מיר?

אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:56 pm

· #198603
בקיצור מאטי, לוינט זיך צו פלאקערן פאר א יש תקוה?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:59 pm

· #198604
קאווע טרינקער
און וועלכע בהמה האט איינגעפירט צו לייגען די בערזל אין בעק טאש, אז ס'זאל וויי טון יעדעס מאל מ'זעצט זיך אראפ?

ממה נפשך, פאר די וואס האבן א פולע דיקן בערזל, איז עס דאך יסורין של אהבה,
פאר די וואס האבן א מאגערע, זיי שפירן עס דאך כמעט נישט.
ואתי שפיר.

מאטי » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:59 pm

· #198605
איך קוק אריין אין אכשר דרא אשכול זע איך אז דאס גאנצע ויכוח הייבט זיך נישט אן ...

מאטי » פרייטאג מאי 2, 2014 12:02 am

· #198606
שמעקעדיג
קאווע טרינקער
און וועלכע בהמה האט איינגעפירט צו לייגען די בערזל אין בעק טאש, אז ס'זאל וויי טון יעדעס מאל מ'זעצט זיך אראפ?

ממה נפשך, פאר די וואס האבן א פולע דיקן בערזל, איז עס דאך יסורין של אהבה,
פאר די וואס האבן א מאגערע, זיי שפירן עס דאך כמעט נישט.
ואתי שפיר.

איך קען אידן וואס האבן אנגעפאקטע בערזלעך, אלעס ליגט דארטן "חוץ געלט"...

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 2, 2014 11:18 am

· #198667
און איך (האב) (גע)קענ(ט) א איד (ע"ה) וועלכער האט נישט געהאט א בערזל. און ר'האט געהאט אנגעשטאפטע טאשן מיט צו-קנייטשטע פופציג'ערס און הונדערטערס... 😕 😎 😂 🙄 😃 🙂 😉 😠 😛 😮

חכם עתיק » זונטאג מאי 4, 2014 12:47 pm

· #198815
פארוואס אלע וואס וויינען אז זיי האבן נישט קיין גרייצער פאר די נשמה.. צו פארן אין מירון מדי שנה בשנה האבן זיי יא?

שמעקעדיג » זונטאג מאי 4, 2014 1:22 pm

· #198822
דאס איז א כמו-אינוועסטמענט, מען גייט זיך אויסבעטן א ישועה 😲

berlbalaguleh » זונטאג מאי 4, 2014 2:23 pm

· #198831
חכם עתיק
פארוואס אלע וואס וויינען אז זיי האבן נישט קיין גרייצער פאר די נשמה.. צו פארן אין מירון מדי שנה בשנה האבן זיי יא?

ווייל ר' שמעון געט. בבחינת לוו עלי ואני פורע לכם. כמאמר חז"ל לענין שבת.
נאך א פשט: ס'אמאל געווען א אידל וועלכער איז ארומגעפארן איבער די גאנצע וועלט.ווען מ'האט איהם געפרעיגט פון ווי ער נעמט געלט האט ער געענטפערט. "ווילאנג יענער האט געלט קען איך פארן"... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

פלעין יודיש » דאנערשטאג מאי 8, 2014 7:13 am

· #199535
פארוואס ביי רוב ניק נעמען שטייט נאך צו געשריבען
0 הודעות?
פארוואס הערט מען נישט פון זיי, זענען זיי דא נאר צו ליינען און הנאה האבן און פארגינען נישט אנדערע מיט זייערע כשרונות, בבחינת מכניס ואינו מוציא

פלעין יודיש » דאנערשטאג מאי 8, 2014 7:40 am

· #199536
וועלעכע איז די אמת'ה ר' אהרן מרדכי דער וואס שטייט אדער זיצט?
📎 1.JPG

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 8, 2014 11:17 am

· #199562
פלעין יודיש
📎 1.JPG

אויב ביסטו א פארענסיק דעטעקטיוו, אדער ספעציאליסט, אזוי ווי דער ליאזנער' רבי, הרב דייטש שליט"א איז (דאס איז א פרשה פאר זיך 😉 ) דאן קענסטו באמערקן אז דאס זענען צוויי באזונדערע, נאר שטארק ענליך-אויסזעהענדע מענטשן. די שעיפ פון די צורה הקדושה און די שפיץ פון די בארד. נאר אויב דאס איז פאטא-שאפפ'ד, בין איך לעקיש... 😕 😎 😂 🙄 😠 😉 😳 😮

למדן » דאנערשטאג מאי 8, 2014 12:04 pm

· #199574
פארוואס ווען ר' בערל לייקט קומט ארויף thanks for the post און נישט איהר האט באקומען א לייק

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מאי 8, 2014 12:12 pm

· #199575
לכאורה ווייל ר' בערל האט זיין סעטינגס אנגעשטעלט אז אלץ ביי עהם זאל זיין אין ענגליש, ממילא ווען ער טוט איינער לייקן באקומט יענער א הודאה אין ענגליש.

פלעין יודיש » דאנערשטאג מאי 8, 2014 1:44 pm

· #199590
berlbalaguleh
פלעין יודיש
📎 1.JPG

אויב ביסטו א פארענסיק דעטעקטיוו, אדער ספעציאליסט, אזוי ווי דער ליאזנער' רבי, הרב דייטש שליט"א איז (דאס איז א פרשה פאר זיך 😉 ) דאן קענסטו באמערקן אז דאס זענען צוויי באזונדערע, נאר שטארק ענליך-אויסזעהענדע מענטשן. די שעיפ פון די צורה הקדושה און די שפיץ פון די בארד. נאר אויב דאס איז פאטא-שאפפ'ד, בין איך לעקיש... 😕 😎 😂 🙄 😠 😉 😳 😮

ניין! דאס איז טאקע צוויי באזינדערע מענטשען, א יעדער בעלזער וועט דיר דאס באשטעטיגען, נאר אינטערסאנט אז דא האבן זיי זיך צאמגעטראפן איינער אינטערן צווייטע

איך אויך » דאנערשטאג מאי 8, 2014 9:26 pm

· #199699
למדן
פארוואס ווען ר' בערל לייקט קומט ארויף thanks for the post און נישט איהר האט באקומען א לייק

כבר מזמן שאני רוצה לדעת ,כנראה שזה שירות מיוחד לזקן החבורה.

מאטי » דאנערשטאג מאי 8, 2014 9:49 pm

· #199702
ווייל זיין פראפייל איז אנגעשטעלט צו ענגליש

חכם עתיק » מאנטאג מאי 12, 2014 3:28 pm

· #200157
וויפיל יודען האבן געקענסעלט זייער טיקעטס קיין מירון.. נאכדעם וואס עס איז היינט געווען אין דבר יומו און גוט מארגן

אז ר' שמעי' גרינבוים האט געזאגט נעכטן ביים שיעור אין ראדני. אז ווער עס וויל זיך פאררופן א תלמיד פון סאטמאר זאל קענסלן זיין טיקעט!

ימי קדם » מאנטאג מאי 12, 2014 8:13 pm

· #200196
[ציטאט אראפגענומען]

מיינסט צו זאגן אז זיי האבן זיך אלע אפגעלערנט פון אגודת ישראל'ס טריפנע דף היומי?

דף היומי איז געווען די ערשטע סדר הלימוד ווי א ציבור אידן לערנען טעגליך א פון פריער באשטימטע סדר. נאכדעם האט שוין יעדע קהלה נאכגעמאכט מיט זייער קוועטש.

דאכט זיך אז די ערשטע קהלה צו האבן א סדר אזוי ווי היינט אין (ביידע) סאטמאר מיט א חזרה וכו', איז געווען תולדות אהרן.

טיטאניק » מאנטאג מאי 12, 2014 8:58 pm

· #200206
פלעין יודיש
📎 1.JPG

זיין נאמען איז דוד גרינבוים א געוועזנע הויז בחור ביים בעלזער רב, בערך די עלטער פון ר' ארען מארדכע
ער איז געווען יארען לאנג הויז בחור און איז איינע פון די גרויסע כוכבים אין בעלז
גראדע גאנץ א פיינער מענטש בעצם

מאטי » דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:10 am

· #200598
פארוואס זעט מען נאר חרדישע אידן ארומגיין מיט פלאסטיק בעגס אין די האנט.