☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

שלום על ישראל » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:04 pm

· #346148
קאמענטירער
כהאב באמערקט ביי א איינעם וואס ער שוויצט ביים טרינקען סדא נאך איינער וואס האט אזא פענאמען? און פון וואס קומט עס?

ביי סיי וועליכער געטראנק, אדער נאר אלקאהאלישע געטראנקן?

קאמענטירער » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:12 pm

· #346153
שלום על ישראל
קאמענטירער
כהאב באמערקט ביי א איינעם וואס ער שוויצט ביים טרינקען סדא נאך איינער וואס האט אזא פענאמען? און פון וואס קומט עס?

ביי סיי וועליכער געטראנק, אדער נאר אלקאהאלישע געטראנקן?

בעיקר סעלצער, מיין קליינער שוויצט אויך אבער סאיז נישט קיין ראיה ווייל זיינע באטיס זענען געווענליך ווארעם

שלום על ישראל » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:26 pm

· #346160
קאמענטירער
שלום על ישראל
קאמענטירער
כהאב באמערקט ביי א איינעם וואס ער שוויצט ביים טרינקען סדא נאך איינער וואס האט אזא פענאמען? און פון וואס קומט עס?

ביי סיי וועליכער געטראנק, אדער נאר אלקאהאלישע געטראנקן?

בעיקר סעלצער, מיין קליינער שוויצט אויך אבער סאיז נישט קיין ראיה ווייל זיינע באטיס זענען געווענליך ווארעם

קען זיין דאס קומט נאכן א וויילע נישט טרינקן?

די גאנצע נאטור פון שוויצן איז די קערפער'ס מעטאד צו רעגילירן די קערפער-טעמפּעראַטור. נאכן א צייט וואס די קערפער באמערקט אז עס איז נישט פארהאן גענוג וואסער אין די סיסטעם, וועט עס אפשטעלן דאס אויסשפייען וואסער פאר שוויץ כדי עס צו האלטן פאר וויכטיגערע צוועקן. איינמאל מ'נעמט פריש אריין וואסער, וועט עס ארויסגיבן מער באלבאטיש די שוויץ צו נאכקומען די טריקענע צייטן.

זעה מער דערוועגן

קאמענטירער » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:32 pm

· #346163
@שלום אז דו ווייסט אסאך איז שוין לאנג באקאנט, אבער קענען נעמען די ידיעות צום צווייטען לעוועל דאס איז שוין א מעגא חידוש, וואס לדעתי אפי' סאיז נישט ריכטיג די טעאריע איז עס אויך א חידוש און סוואלט מיר נישט בייגעפאלען צו צאמשטעלן אז אפשר קומט עס פון נישט טרונקען בעפאר.

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 2:54 pm

· #346185
דער נאמען 'איינשטיין' איז מצד עצמו עפעס מער צוגעפאסט צום גאונ'ישען קלינג וואס עס פארמאגט היינט, אדער שפירט זיך עס נאר אזוי לאחר המעשה?

ווען ער וואלט געהייסן 'גאנץ' וואלט עס אויך אזוי גוט געשטימט? ער איז ממש א גאנץ?

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 4:04 pm

· #346199
.

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:04 pm

· #346217
יא, נוסח אדמוה"ז.

וואלווי » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:30 pm

· #346224
[ציטאט אראפגענומען]

האסט אויך אינזין אנאנים בי קריאת התורה פר' תרומה, קל וחומר ביי קרבנות, און המלוכה והממשלה שבת פאר ברוך שאמר?

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:41 pm

· #346226
ביז תרומה איז א שיעור שכחה, קרבנות זאגט ער נישט, און המלוכה והממשלה איז נישט פאר'ן חי העולמים.

קל וחומר » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:48 pm

· #346227
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מענין לענין, פארוואס הייסט עס נישט קל מחומר מיט א מ"ם?
וואלט סאך בעסער דעפינירט דעם טערמין לדעתי הקלושה.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 7:51 pm

· #346237
קל וחומר
מענין לענין, פארוואס הייסט עס נישט קל מחומר מיט א מ"ם?
וואלט סאך בעסער דעפינירט דעם טערמין לדעתי הקלושה.

קל וחומר: לפענ"ד איז עס ווייל נישט אייביג קענמען ארויסלערנען דעם קל פונ'ם חומר. סיי לקולא און סיי לחומרא. ס'איז דא א סאך אויסנאמען. עפעס ליגט מיר אויפ'ן שפיץ צונג אין אנהייב פ' המפקיד. ווער ס'ווייסט זאלל זיך אנרופן און ברענגען דוגמאות. דערפאר הייסט עס קל וחומר. די משנה אדער ברייתא ברענגט אראפ דעם גרינגן דין און דעם הארבן.אבער נישט די הלכה...!

קל וחומר » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 9:36 pm

· #346257
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
חומר מיינט נישט מער חמור, ס'מיינט אז ס'וועגט מער אין איר מהות.
לדוגמה, מה דאך א פרוי וואס איז פטור ממ"ע שהזמ"ג איז חייב ביי וכו' א מאן וואס איז מחויב במ"ע שהזמ"ג אינו דין וכו'.
איז פשט אז מ'לערנט פונעם פרוי'ס 'שטארקייט' אינעם פטור ממ"ע שהזמ"ג.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 2:46 am

· #346281
אנאנים: איך וואלט דיר געגעבן א לייק. אבער איך האב נישט געכאפט. איך כאפ נישט די גאנצע שקלא וטריא. ייש"כ. פרוביר נישט מסביר צו זיין. ס'א שאד די צייט. איך בין דאך אן אונגערישער. אפשר וועל איך עס כאפן אין 2 וואכן ארום. וועל איך דאמאלס לאכן... מרגלא בפומיה פון מיין הייליגן רעבי'ן הרה"ק מיארמא שליט"א אז אן אונגערישער כאפט עס נאך 2 וואכן... און א פוילישער דאמאלס אויכעט נישט... 😂

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 7:47 am

· #346288
[ציטאט אראפגענומען]

האסט מזל ווען ס'דא צווויי אדר'ס ווייל אזוי קומט אויס אז פאר א יאר פון מער וויי צוועלעף חדשים איז די אנאנים'ס אויסגעטיילט במשך די אדר'ס און ס'איז פחות מכשיעור שכחה. ע"ע סוגית פר' זכר.

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 7:51 am

· #346289
קל וחומר
חומר מיינט נישט מער חמור, ס'מיינט אז ס'וועגט מער אין איר מהות.
לדוגמה, מה דאך א פרוי וואס איז פטור ממ"ע שהזמ"ג איז חייב ביי וכו' א מאן וואס איז מחויב במ"ע שהזמ"ג אינו דין וכו'.
איז פשט אז מ'לערנט פונעם פרוי'ס 'שטארקייט' אינעם פטור ממ"ע שהזמ"ג.

ס'איז לכאורה יא קל וחומר דוקא. ווייל א מאן איז מער חמור אז ער איז מחויב און מצוות און א פרוי מער קל. נאר און אזא פאל לערענט דע גמרא ארויס פארקערט חומר מקל און וועגען דעם טאקע הייסט עס קל וחומר און נישט קל מחומר ווייל די לימודים ארבעטען ביידע וועגען מיט א כל שכן.

איש חזון » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 12:33 pm

· #346321
וואס איז פשט פון @קאווע טרינקער'ס נייע אונטערשריפט?
ס'בעסער צו טרינקען מילך מיט טשאקלעדטשיפ קאקיס מער פון אלע פיצא און סושי'ס.

איך קלער אז עס איז פשוט אן עצה טובה לשם אהבת ישראל. וואס האלט איר?

קל וחומר » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 1:24 pm

· #346334
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
לענ"ד וויל ער פראקלאמירן אז ער טרינקט מער נישט קיין קאווע.
חבל על דאבדין ולא משתכחין.

איש חזון » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 1:47 pm

· #346342
חס ושלום!!!

קאמענטירער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 9:13 pm

· #346439
איך האב ארויפגעלייגט היינט דא אויפן שטיבעל, א PDF און כהאב זיכער געמאכט אז סהאט א גוטע וואטער מארק, למעשה טרעף איך עס אויפן געוועב אן די וואטערמארק וויל איך וויסען זיך צו פארזיכערן די קומענדיגע מאל, וועט א JPG פייל מאכען שווערער די גנב אראפצונעמען די וואטער מארק אדער סאיזאים די זעלסע שווער ווי פון א פידיעף?

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 21, 2016 1:30 pm

· #346599
איש חזון
וואס איז פשט פון @קאווע טרינקער'ס נייע אונטערשריפט?
ס'בעסער צו טרינקען מילך מיט טשאקלעדטשיפ קאקיס מער פון אלע פיצא און סושי'ס.

איך קלער אז עס איז פשוט אן עצה טובה לשם אהבת ישראל. וואס האלט איר?

גארנישט טיף, פשוט, ווי עלטער איך ווער, זעה איך די "אמאליגע" זענען נישט געווען אזוי נעריש...
היינטיגע אינגעלייט זוכען זיך נייע סארט משפיעים, מ'איז קלוגע"ר, מ'זינגט תשעה באב (איינזענבערג), מ'מאכט באטע'ס פארטאגס (זילבערבערג), מ'זאגט נאר 10 קאפיטלעך, וכו'
בין איך צום שכל געקומען אז די אלטע דרכים, אייער ווארפן, שגץ ארויס, פשקעווילען, איז אסאך בעסער.

איש חזון » זונטאג אוגוסט 21, 2016 3:28 pm

· #346623
אהא, סאו דיין אראפנעמען דיינע הערליכע אוועטערס קומט אויך פון עלטער ווערן?
פארגעסן צוצולייגן: 😉

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2016 9:11 pm

· #346672
קאווע טרינקער: די אלטע דרכים האט מען שוין אויסגעטרייט און מ'זעהט ס'האט ב"ה געהאט גוטע תוצאות. דערפאר זענען אויפגעשטאנען נייע עבודה זרה'ס ווי אייזנבערג און זילבערבערג און זיי פרובירן אויס די נייע דרכים. ביז זייערע תלמידים אדער זייערע קינדער וועללן איינזעהן די זינלאזיגקייט פון זייערע דרכים און זיי וועלן זיך אפקערן פון די וועגן...!

ביבער » זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:51 pm

· #346687
איז מעגליך דורך DNA צו וויסן וואס די מעשה איז געווען ביי די באבע יוטל? אויב יא איז דא א סיבה מ'זאל עס נישט טהון?

יהושע חיים » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:47 am

· #346704
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר פארקערט
מען זאל מאכן די טעסט כדי צו כשר'ן א משפחה
(פאר די וואס גלייבן אז די צאנז'ע קונדער האבן געהאט רוח הקודש איז נאר געבליבן צו פעסטשטעלן וואס זיי האבן געשריבן)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 3:29 am

· #346715
ביבער
איז מעגליך דורך DNA צו וויסן וואס די מעשה איז געווען ביי די באבע יוטל? אויב יא איז דא א סיבה מ'זאל עס נישט טהון?

ביבער: איך קען דיר זאגן אן די.ען.עי. טעסטינג וואס די רעזולטאטן וועללן זיין. אז די באבע יוטא האט פארציילט א גוטע מעשה. און דער עולם האט איהר געגלייבט... 😂

mevakesh » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:38 am

· #346739
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אז מען הייבט אהן מיט DNA גייט נישט בלייבען קיין סך כשרע משפחות ...

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 11:51 am

· #346752
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3727">viewtopic.php?f=22&t=3727</a><!-- l -->

קאמענטירער » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:17 pm

· #346754
איינער ווייסט וואס סאיז געווען די מסיבה ''הצלה משמד'' אין לאנדאן וואס דריי גאר חשובע אדמו''רים האבען זיך ספעציעל מטריח געווען און פרזענליך אריבערגעפלויגען ספעציעל פאר די וויכטיגע אסיפה? איינער ווייסט וואס די מעשה אונטער דעם איז?

Chuchem » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:25 pm

· #346770
קאמענטירער
איינער ווייסט וואס סאיז געווען די מסיבה ''הצלה משמד'' אין לאנדאן וואס דריי גאר חשובע אדמו''רים האבען זיך ספעציעל מטריח געווען און פרזענליך אריבערגעפלויגען ספעציעל פאר די וויכטיגע אסיפה? איינער ווייסט וואס די מעשה אונטער דעם איז?

שמעתי אז דער מטרה איז צו שאפן א פאנד וואס וועט קומען מיט פינאנציעלע הילף, ווען ס'מאכט זיך א שווערע קאסטאדי בעטעל.

די הצלה איז פאר די Battles וואס די אנדערע Parent איז פון די OTD געמיינדע.

ביבער » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:48 pm

· #346804
שמעקעדיג
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=22&t=3727

איך האב נישט קיין עקסעס, איז דא דארט אן ענטפער צו מיין שאלה?

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 9:07 pm

· #346805
וויאזוי איז מעגליך צו פארקויפען צוויי סארטן סטעמפס ווען די 'פארעווער' זענען די זעלבע פרייז?

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:43 pm

· #346811
ונבנתה העיר
וויאזוי איז מעגליך צו פארקויפען צוויי סארטן סטעמפס ווען די 'פארעווער' זענען די זעלבע פרייז?

ווייל דו לייגסט איין געלד. זייער חשבון איז אז דו וועסט זיך אנקויפן (און האפענטליך פארלירן) אסאך סטעמפס נאר לכבוד דעם.

און יעצט אז די פאסט אפיס האט - צום ערשטען מאל אין היסטאריע - אראפגעלאזט די פרייז פאר סטעמפס, פארשטייט זיך עס נאך מער.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 28, 2016 11:56 pm

· #347570
פארוואס ביי די ליטוואקען זיצט די חברותא זייט ביי זייט, און ביי חסידים איינס קעגען איבער דעם אנדערערן.
און פארוואס ניצן די ליטאים ס'ש'טענדער'ס, און ביי אונז היימישע זיצט מען ביי א טיש?

נעגעל וואסער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 2:18 pm

· #347626
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
לכאורה איז פשט - אדער ווי מ'זאגט אין די ליטא "פשאריז" - ווייל ס'לערנט זיך לכאורה אסאך בעסער זייט ביי זייט, מ'זעהט זיך נישט ממילא שמועסט זיך ווייניגער, ווי אויך קען מען אריינקוקען צוזאמען אין א ספר. מאידך גיסא קען מען זיך אמאל אנרורען בקירוב בשר וואס דאס באדערט פאר די חסידים, וואס זענען מקפיד אויף קדושה "אפציעל" (פארוואס איך זאג "אפציעל" וועלעך אי"ה מאריך זיין א צווייטע מאל ) ובנוסף אז זיי האבען נישט קיין פראבלעם פון לערנען ספרים צוזאמען, די מהרש"א און די ר"ן איז ממילא אינעם זעלבן גמרא באנד, איז פארוואס זאלן זיי נישט לערנען איינס קעגן איבער דעם צווייטען און שמועסן געשמאק...

מתושלח » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 1:06 am

· #347766
קאווע טרינקער
פארוואס ביי די ליטוואקען זיצט די חברותא זייט ביי זייט, און ביי חסידים איינס קעגען איבער דעם אנדערערן.
און פארוואס ניצן די ליטאים ס'ש'טענדער'ס, און ביי אונז היימישע זיצט מען ביי א טיש?

וואס פארשטייסטו צו עולם התורה? אלס גייט מיט די מסורה! אזוי האבן אויס געזען די ישיבות אינדערהיים און ליטא. ס'איז "צורת הישיבה" און מ'טאר דאס נישט משנה זיין.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:16 am

· #347910
איך וויל וויסן: איך קען הערליך זינגען, עכ"פ צו מאכן אהההההאאאאאאאההההההה פאר א הארמעני קען איך זיכער, איין פראבלעם האב איך, איך גיי מיט א וועסטעל, איז דאס א שטער צו באקומען א JOB ביי ידידים?

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:02 pm

· #347914
פארוואס קענסטו נישט גיין צו מלכות? דארט גייט מען נאר מיט וועסטעלעך..

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 2:31 am

· #348037
מתושלח
קאווע טרינקער
פארוואס ביי די ליטוואקען זיצט די חברותא זייט ביי זייט, און ביי חסידים איינס קעגען איבער דעם אנדערערן.
און פארוואס ניצן די ליטאים ס'ש'טענדער'ס, און ביי אונז היימישע זיצט מען ביי א טיש?

וואס פארשטייסטו צו עולם התורה? אלס גייט מיט די מסורה! אזוי האבן אויס געזען די ישיבות אינדערהיים און ליטא. ס'איז "צורת הישיבה" און מ'טאר דאס נישט משנה זיין.

זאג, ר' מתושלח. מיט'ן גרעסטן דרך ארץ. אויב איך מעג פרעגן. אין ענקערע צייטן האט מען נאכנישט געהערט פון אזא מין זאך ווי א יארמולקע. כיפה...?!
דו זעהסט דאך אויס ווי א ליטווישער ראסס יעסיווע... 😂 🙄
אדער ווי דער רוסישער גוי, דער מחבר פון ספר .."גולאג ארכיפעלאגא"...נו, ווי הייסט ער דער גוי, דער אנטיסעמיט מיט די בארד...סאלזשעניצין, ימ"ש...!

דער דאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 4:00 am

· #348039
איי ר' באלעגאלע מיט'ן גרעסטן דרך ארץ. כ'ווייס נישט פארוואס, אבער האסט מיך געמאכט אויסשיסן...

מתושלח » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 2:30 am

· #348158
berlbalaguleh
זאג, ר' מתושלח. מיט'ן גרעסטן דרך ארץ. אויב איך מעג פרעגן.

יע! אט אזוי טאקע פאסט צו ריידען אלס כבוד התעירע!

berlbalaguleh
אין ענקערע צייטן האט מען נאכנישט געהערט פון אזא מין זאך ווי א יארמולקע. כיפה...?!

דער אמת איז אז דעמאלטס איז נאך ניט געווען געמאלט דער דין פון מושל בכיפה. דאס האט פאסירט צום ערשטען מאל ביי מיינע אייניקלעך

berlbalaguleh
דו זעהסט דאך אויס ווי א ליטווישער ראסס יעסיווע...

מאנכע טיינענען אז איך זע אויס ווי דער באוויסטער ראסעסיבע בעל מחבר תורת הנזיר...

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 1:08 am

· #348391
ווער האט ביי אונז אנגעפירט דער שגעון פון א דייניג רום?
ממילא אין מאנסי, אבער אין ב״פ ווען די גאנצע דירה איז א קארגע 1000 קוואדראט פיס, ווער דארף א דייניג רום אויף אלע גוט יאר?
ווען נישט די דייניג רום קען מען האבן א גרעסערע קאך, שלאף ציממערן, פלעי רום.
ניין, זייער וויכטיג ווייל דריי שעה א וואך זיצט מען דארט ביים סעודות שב״ק. כקען פארשטיין פארוואס מקען נישט עסען די שבת סעודות אין קאך מיט א שענערע טישטעך וגו׳
אויך ווען מ׳גייט אריין אין די פערנישד עפארטמענטס פארן חתן כלות, א קארגע ביה״כ וואס נישט אפי א וואנער, אבער א דייניינג רום? ודאי ריזיג.
#משוגע

טייערע ברודער » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 9:21 am

· #348398
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שטאפענע
מסכים לכל מילה. אבער דאס איז א חלק פון דער גאנצע מהלך החיים אז מ׳דארף נאכלויפ׳ן יענעם.
We buy things we don't need, with money we don't have, to impress people we don't like.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

טמיר » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 10:33 am

· #348534
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווער איז משולם כ"ץ, ומה טיבו?

אייז קריעם » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 5:44 pm

· #349934
און די קאקטעיל קאמפאט איז דא טשעריס וואס זענען לייט פינק. ווי באקומען זיי דאס?

דער דאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 6:26 pm

· #349937
קאך אויף טשעריס, וועסטו זען..

ירח בן יומו » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 8:58 pm

· #349961
שטאפענע קאפעליטש

ממילא אין מאנסי, אבער אין ב״פ ווען די גאנצע דירה איז א קארגע 1000 קוואדראט פיס, ווער דארף א דייניג רום אויף אלע גוט יאר?

וואס הייסט? וואו שלאפן די קינדער? אין דיינונג רום.
וואו שפילן די קינדער? אין דיינונג רום.
וואו פאברענגט מען? אין דיינונג רום.
מאכן האום ווארק וכו' אין דיינונג רום.
לערנען מיט די קינדער? אין דיינונג רום.

טרויבן88 » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:24 pm

· #349963
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
טמיר
ווער איז משולם כ"ץ, ומה טיבו?

לוט שמועות וואס איך האב געהערט איז ער א אין די הויכע פערציגער, ער שרייט שבת, נישט מיט די טאליבאן גרופע וואס גייט ארום, נאר ווען ער וואקט אהיים פון שול, ער דרייט זיך אין קינג סטערעס תהילות יואל, אין לעצטנס האט ער אנגעפאנגען העלפן יונגעלייט און שלום בית,

אזוי האב איך געהערט איך נעם נישט קיין אחריות

געוואלדיג » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:28 am

· #350000
וואס איז די גרויסע נייעס ווען א זינגער געבט ארויס א סינגל, מדי יום ביומו זענען דא טויזענטער מאחינו בני ישראל וואס געבן ארויס סינגלס ממין זכר וממין נקיבה ואין פוצה פה ומצפצף, איך אליין האב א האלבע יאר צוריק ארויסגעגעבן א סינגל ממין זכר און איך האף בבוא היום אז מיין סינגל וועט טרעפן א צווייטע סינגל ממין נקיבה און זיי ?וועלן צוזאמען ווייטער ארויסגעבן סינגלס, מה כל הרעש ביי זינגערס מער ווי ביי סתם עמך

סימפל » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:56 am

· #350001
געוואלדיג
וואס איז די גרויסע נייעס ווען א זינגער געבט ארויס א סינגל, מדי יום ביומו זענען דא טויזענטער מאחינו בני ישראל וואס געבן ארויס סינגלס ממין זכר וממין נקיבה ואין פוצה פה ומצפצף, איך אליין האב א האלבע יאר צוריק ארויסגעגעבן א סינגל ממין זכר און איך האף בבוא היום אז מיין סינגל וועט טרעפן א צווייטע סינגל ממין נקיבה און זיי ?וועלן צוזאמען ווייטער ארויסגעבן סינגלס, מה כל הרעש ביי זינגערס מער ווי ביי סתם עמך

אין די סינגל וואס דו האסט ארויס געגעבן מיינעך האסטו נישט געדארפט אריין לייגן אזוי פיל ארבעט ווי די סינגעלס וואס זיי געבן ארויס, ווען יא מיינעך וואלסטו נישט געהאט אזוי פיל סינגלעס.

קאמענטירער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 5:38 pm

· #350442
אסאך מאל הערט מען אין די נייעס -בעיקר ווען מעגא קאמפעניס שטעלן זיך צוזאם- אז ''רעגעלעטורס'' קוקן דורך צו זיי וועלן ערלויבען די דיעל דורכגיין, מקען אויך הערן פון יוראפעאישע אדער אמעריקאנע ''רעגעלעטורס'', ווער זענען די רעגעלעטערס? ווי קען מען זיי ריטישען...?