☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

מאטי » מיטוואך מאי 29, 2013 7:00 pm

· #119414
.

מאטי » מיטוואך מאי 29, 2013 7:01 pm

· #119415
כ׳האב די זעלבע שאלה ביים שמע ישראל פארן ליינען אטו ב׳ רשיות איכא?

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 29, 2013 9:43 pm

· #119456
moti107
כ׳האב די זעלבע שאלה ביים שמע ישראל פארן ליינען אטו ב׳ רשיעות איכא?

ביטע ריכטיג ספעללינג. ס'א גרויסער חילוק פון "רשיות" און "רשיעות"...

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:49 am

· #119494
רשויות.

יואב » דאנערשטאג מאי 30, 2013 7:53 pm

· #119797
היות דער סדר דא איז צו פרעגן א קשיא בתוך א צווייטנס, וועל איך איבערפרעגן א פראגע איבער א זאך העומד ברומו של מנהגים,
און דער עולם האט דאס פארזעהן.

יעדער האט דאס שוין געטוהן כאטש איין מאל אין זיין לעבן, פון שטאלצע OTD'ס, ביז בעלי רוח הקודש.
הפנים אויב ס'שרייבן נישט דא קיין גוים, בעלי תשובות, אדער גרים.
אנדערע פראקטעצירן דאס נאך אלץ, און טייל זענען מסופק.

יואב
אזוי ווי איר הערט (ליינט?).
35 בלעטער האב איך געמוזט יעצט אדורך נישטערן, בכדי די יעניגע וואס כ'וועל נישט פורש בשמם זיין, זאלן נישט אויפטאנצן באלד ווי א פראש און זאגן (שרייבן ?) העי! מ'האט שוין גערעדט דערפון "דא" (שמעקעדיג סטייל). אדער, וואס איז דאס אנדערש פון "דא" (הרוצה בעילום שמו סטייל). אדער, כ'זעה מ'מאכט שוין חזרה. (יידל סטייל). אדער, ערגעץ דא האט מען שוין ארומגערעדט (יאנקל סטייל ועוד). אדער, יואב טייערע, טאנץ אפ פון דא (גאנגאם סטייל).

איז אזוי. ס'ברייט איינגעפירט צוווישן אלע חסידישע קרייזן, ווען מ'טוהט עפעס מ'האט נישט ג'טארט, געמעגט, געוואלט, ארויסשלעפן פון צווישן די דינע רויטע פליישלעך אונטערן נאז, דאן "ק-ל-א-פ-ט" מען אויפן מויל. ביי די מער יונגערע גייט דאס צו מער אגרעסיוו, און מ'קלאפט אריין עטליכע שטיק שנעלער ווי די ספיד אויף לייט. (טאמבל סאס, פליז פרעג מיר נישט אפ יעצט מיט א יוטוב קליפ). ערוואקסענע באגניגן זיך מיט איינס, און די מער קילע גיבן אזא לייכטע, כמעט אומזעהבארע קלאפ(עלע). (ווען קיינער זעהט נישט טוהן זיי תשובה, און שמייסן אריין אזאנע ברוטאלע, אזש זיי קריגן א לחי זקוף למהדרין).
אין פאל איר פארשטייט נישט אליינס צו קלאפן, דאן וועלן די ארומיגע אויסברעכן ווי אין א כאאר; נאאאא! קלאפ אויפן מויל, מ'רעדט נישט אזוי.

דער קשיא ווערט נאך שווערער, ווען מ'זעהט אט די חברה ווערן פשוט באפרידיגט דערמיט. ווי מ'זאגט, האסטעך טאקע פארעדט, אבער יש תקווה. (קרעדיט: בעני פרידמאן).

וואס איז פשט דערפון, און צו האט דאס א מקור.

בדרך אפשר יש לישב, כלפי די מחלוקת צו אתי דיבור ומבטל דיבור, וויל מען מחמיר זיין.
מילא דאס האלט דאך יעדער אז מעשה מוציא מיד דיבור, מילא קנאקט מען מיטן האנט.

אז מ'רעדט (שרייבט ?) שוין, וואס איז פשט/מקור פון "חס ושלום" ?
אין מאמע לשון ווערט דאס איבערגעטייטש אלס "(פאר) שוין און פרידן".
(אריין אין פשט און אויסדריקן אשכול).

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:08 pm

· #119807
ונבנתה העיר
רשויות.

הרב ונבנתה. דיין ספעללינג איז מאדערן היברו --מיט וואס איך בין באקאנט--. מיין ספעללינג איז פון די גמרא. 🙄

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:41 pm

· #119819
מגילה כ"ה ע"א: דמיחזי כשתי רשויות.

הוגה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:44 pm

· #119833
ס'ברייט איינגעפירט צוווישן אלע חסידישע קרייזן, ווען מ'טוהט עפעס מ'האט נישט ג'טארט, געמעגט, געוואלט, ארויסשלעפן פון צווישן די דינע רויטע פליישלעך אונטערן נאז, דאן "ק-ל-א-פ-ט" מען אויפן מויל. ביי די מער יונגערע גייט דאס צו מער אגרעסיוו, און מ'קלאפט אריין עטליכע שטיק שנעלער ווי די ספיד אויף לייט. (טאמבל סאס, פליז פרעג מיר נישט אפ יעצט מיט א יוטוב קליפ). ערוואקסענע באגניגן זיך מיט איינס, און די מער קילע גיבן אזא לייכטע, כמעט אומזעהבארע קלאפ(עלע). (ווען קיינער זעהט נישט טוהן זיי תשובה, און שמייסן אריין אזאנע ברוטאלע, אזש זיי קריגן א לחי זקוף למהדרין).
אין פאל איר פארשטייט נישט אליינס צו קלאפן, דאן וועלן די ארומיגע אויסברעכן ווי אין א כאאר; נאאאא! קלאפ אויפן מויל, מ'רעדט נישט אזוי.
וואס איז פשט דערפון, און צו האט דאס א מקור.

אז מ'רעדט (שרייבט ?) שוין, וואס איז פשט/מקור פון "חס ושלום" ?

הרב יואב שליט''א

על פי פשטות איז דאס פלעין און פשוט סופערסטישעס. אפילו אויב דו וועסט טרעפן מקורות אין פארצייטישע ספרים רעדן דערפון איז עס נאכאלס סופערסטישעס.

די אידן זענען אלץ באקאנט געווען אלץ פחדנים און סופערסטישעס חברה. לכאורה גייט דאס אריין אין די גדר פון זוגות וכדומה, עס שאדט נאר פאר דער וואס גלייבט דערין. איינער וואס גלייבט נישט דארף נישט קלאפן אויפן מויל, און דארף נישט זאגן חאוועשאלעם דריי מאל.

אגב, מייקל וועקס, אין זיין בוך בארן טו קוועטש, ברענגט אראפ אן אינטערעסאנטע אברבנאל.

די אברבנאל ברענגט אן אינטערעסאנטע מנהג. ווען מען זאגט די מכות אין די הגדה, היות מען זאגט ארויס שלעכטע זאכן פון די מויל זאל מען שפייען דריי מאל פער מכה.

שטעלט אייך פאר א טאטע זיצט ביים סדר מיט צוואנציג קינדער און אייניקלעך. אלע שפייען ביי די מכות. מאך א חשבון. צען מכות, מיט דריי פאר דם ואש וכו' און דריי פאר דצ''ך וכו' איז 16. מאל דריי שפייען, איז 48. מאל צוואנציג מענטשן, קומט אויס א ס''ה פון 960 שפייאכצער.

פירט מייקל וועקס אויס
My only advice to you is, put on a rain coat and run for cover.
ודפח''חאחאחאחא.

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 31, 2013 12:36 am

· #119860
די אברבנעל האלט פון די מנהג?

baseball » מאנטאג יוני 3, 2013 10:56 pm

· #120970
א גוטן!

זענען דא אזעלכע דא וואס זענען אינטרעסירט אין ליינען וועגן ספארטס? איך וויל וויסן אויב עס לוינט זיך צו שרייבן...

טאמבל סאס » מאנטאג יוני 3, 2013 10:59 pm

· #120973
יא זיכער אזוי! מיר וועלן שטארק הנאה האבן דערפון.
קום אריין. שלום עליכם, און מאך דיך היימיש.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 3, 2013 11:07 pm

· #120985
baseball
א גוטן!

זענען דא אזעלכע דא וואס זענען אינטרעסירט אין ליינען וועגן ספארטס? איך וויל וויסן אויב עס לוינט זיך צו שרייבן...

איך נישט, אבער אז דו וועסט מיך אנרייצען מיט גוטע ארטיקלען, אולי ביום מן הימים נטייל עמך בסיטי-פילד.

הייב אן...

baseball » מאנטאג יוני 3, 2013 11:14 pm

· #120998
קאווע טרינקער
baseball
א גוטן!

זענען דא אזעלכע דא וואס זענען אינטרעסירט אין ליינען וועגן ספארטס? איך וויל וויסן אויב עס לוינט זיך צו שרייבן...

איך נישט, אבער אז דו וועסט מיך אנרייצען מיט גוטע ארטיקלען, אולי ביום מן הימים נטייל עמך בסיטי-פילד.

הייב אן...

דיין רעבעצין האט יא ליב ספארטס אפשר?

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 3, 2013 11:20 pm

· #121006
כ'מיין אז יא.
ווען איך פרעג איר 3'ע פארטאגטס וואו זי איז געווען ביז יעצט, זאגט זי "ס'געוווען א געים היינט...".....

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 4, 2013 12:52 am

· #121108
אוי ביטע, נישט די סארט ספארטס שרייב.
און אגב, איך פארשטיי בעסער צו פרידיש ווי צו ספארטס. איך בין א עם הארץ מופלג אין די רויטע זאקן/ווייסע זאקן טיעמס.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 4, 2013 4:04 pm

· #121349
בעיסבאל, שרייב און דער עולם וועט הנאה.
טראכט נישט קיין צוויי.

baseball » מיטוואך יוני 5, 2013 11:13 am

· #121630
מאראנצןזאפט
בעיסבאל, שרייב און דער עולם וועט הנאה.
טראכט נישט קיין צוויי.

ווי זאל איך עס לייגן?

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:39 am

· #122270
עפן אן אשכול.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:39 am

· #122271
ווייסט איינער אויב א סענסע קליפ recharged זיך אויך ווען ס'איז אויסגעלאשן?
ס'האט נישט קיין שום לעמפל צואוויסן די סטאטוס.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 7, 2013 4:07 pm

· #122871
קאווע טרינקער
כ'מיין אז יא.
ווען איך פרעג איר 3'ע פארטאגטס וואו זי איז געווען ביז יעצט, זאגט זי "ס'געוווען א געים היינט...".....

דו זאלסט נאר מאכן זיכער אז דיין ווייב 'עט נישט קומען איין טאג און זאגן אז זי וויל דו זאלסט איהר טרעידן צו אן אנדער'ן טיעם.

איך אויך » זונטאג יוני 9, 2013 12:29 pm

· #123089
די וואס נעמען אריין א גלעזל אדער א גלעזל וואסער אין ביהכ"ס וואס טוען זיי דערמיט? ווער וויל מיר אויסזאגן דעם סוד.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 12:42 pm

· #123090
איך ווייס נישט וואס זיי טוהען דערמיט, איין זאך איז זיכער, דאס גלעזעלע לאזן זיי איבער, כדי להרבות שמוץ למען כבוד הבריות.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 9, 2013 1:41 pm

· #123109
איך אויך
די וואס נעמען אריין א גלעזל אדער א גלעזל וואסער אין ביהכ"ס וואס טוען זיי דערמיט? ווער וויל מיר אויסזאגן דעם סוד.

א גוי וואס ארבעט מיט מיר האט מיך געפרעגט אט די שאלה. כ'האב מיך געמאכט תמ'עוואטע. איך בין נישט דער אידישער אמבאסאדאר צו די גויים.

איך אויך » זונטאג יוני 9, 2013 1:43 pm

· #123110
האלט מען שוין ביי דריי וואס ווייסן נישט, עלמיר זוכן די תשובה צוזאמען.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 9, 2013 1:49 pm

· #123114
איך אויך
האלט מען שוין ביי דריי וואס ווייסן נישט, עלמיר זוכן די תשובה צוזאמען.

איך ווייס יא."ס קוק נאך אין קוצש"ע (קיצור שולחן ערוך) הלכות ביהכ.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 9, 2013 1:52 pm

· #123117
איך מיין זיי נוצן עס אויסצולעשן די ציגארעטל.

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 1:54 pm

· #123118
איך געדענק אז מ'האט עס גענוצט אפצואווישן די אלע 'ווארענונגען קעגן טמנ'ע צייטונגען' געשרייבאכטס אויף די ווענט

קרעקער » זונטאג יוני 9, 2013 3:41 pm

· #123178
נישט קיין סודות זייער פשוט
אויב מווערט דורשטעריג זיצענדיג אזוי לאנג זאל מען האבן צו טרינקען

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 10, 2013 12:07 pm

· #123586
דאס איז געווען דעם גוי'ס "געסס". הוא מותיב לה והוא מפרק לה. אן אויפטוה פון א גוי'אישן מח.

קאמענטירער » מיטוואך יוני 12, 2013 4:08 pm

· #124405
berlbalaguleh
איך אויך
די וואס נעמען אריין א גלעזל אדער א גלעזל וואסער אין ביהכ"ס וואס טוען זיי דערמיט? ווער וויל מיר אויסזאגן דעם סוד.

א גוי וואס ארבעט מיט מיר האט מיך געפרעגט אט די שאלה. כ'האב מיך געמאכט תמ'עוואטע. איך בין נישט דער אידישער אמבאסאדאר צו די גויים.

בשעת איך האב געזופט פון א ווארעמע גלעזיל קאווע איז די ארטיגע רייניגער פון ביהמ״ד צוגעקומען צו מיר און געפרעגט (אין ענגליש פארשטייט זיך): פ״וו צו טרינקען וואסער שעמט מען זיך און מען לויפט אין ביה״כ און מען ען טרונקט עס אויס באהאלטענערהייט אין צו טרונקען קאווע אין פאבליק וע שעמט מען זיך נישט

מאראנצןזאפט » מיטוואך יוני 12, 2013 4:15 pm

· #124407
אין שו"ע הרב און אין משנ"ב שטייט ביידע אז מ'זאל זיך מקנח זיין מיט וואסער.
אין משנ"ב שטייט א לשון אז כמעט וואס א מענטש קען זיך נישט רייניגן אן וואסער.
איך כאפ נישט די ליצנות דא, וכן נוהגין.

מאן דאמר » מיטוואך יוני 12, 2013 6:27 pm

· #124451
שטייעדיגערהייט אדער זיצענדיג?

קאמענטירער » מיטוואך יוני 12, 2013 7:43 pm

· #124465
וועלכע שפראך לוינט זיך מיר זיך צו אויס לערנען אלץ אן האבי? פארשייט זיך אחוץ די דריי שפראכען מיט וואס אונז זעמיר געבענטשט.
און נאך אזאך דאס איז זיכער אז יעדע שפראך האט זיך זיינע אויסדרוקען און מעלות און עס האט אפי׳ א געוויסע השפעה אויף דער וואס רעדט איר, וויל איך פרעגן: וועלכע שפראך איז די בעסטע?
און וואס איז די מעלות פון יודיש? אדער די מעלות פון אנדערע שפראכען.

boxcover » מיטוואך יוני 12, 2013 7:57 pm

· #124472
קאמענטירער
וועלכע שפראך לוינט זיך מיר זיך צו אויס לערנען אלץ אן האבי? פארשייט זיך אחוץ די דריי שפראכען מיט וואס אונז זעמיר געבענטשט.
און נאך אזאך דאס איז זיכער אז יעדע שפראך האט זיך זיינע אויסדרוקען און מעלות און עס האט אפי׳ א געוויסע השפעה אויף דער וואס רעדט איר, וויל איך פרעגן: וועלכע שפראך איז די בעסטע?
און וואס איז די מעלות פון יודיש? אדער די מעלות פון אנדערע שפראכען.

ספאניש = גערעדט ביי די מערסטע לענדער, אויסער ענגליש (און אידיש...)
טשייניז (מנדרינית) = גערעדט ביי די מערסטע מענטשען (און אומ-מענטשען)
און אויב איר טוט אסאך (אדער אביסעל) ביזנעס מיט א לאנד (אדער ארבייטער) וואס רעדט נישט קיין ענגליש, קען זיך עס זייער לוינען, ספיציעל ווען דיינע חברה וויסען נישט אז דו קענסט זייער שפראך.

מאטי » מיטוואך יוני 12, 2013 8:20 pm

· #124475
פארוואס טוט מען אן א שטאפן הוט פאר מאנגאליענס?

קאמענטירער » מיטוואך יוני 12, 2013 8:39 pm

· #124481
קודם וואס מיינט מאנגאליענס
און פ״וו גייען זיי טאקע מיט היטען, שיך איז נישט ביליגער??
און וואס איז דיין קשיא בכלל? מיט וועלכע היט זאלן זיי יא גיין?
און איך מיין ווייל א ביבער היט איז טייערער און עס ווערט שנעלער חרוב.

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 12, 2013 10:10 pm

· #124503
moti107
פארוואס טוט מען אן א שטאפן הוט פאר מאנגאליענס?

פאר נישט מאנגעלס ווייסט שוין?

newkave » דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:31 pm

· #124662
וועלכע יאר איז די ברך משה ז'ל געקומען קיין אמעריקא, און פון ווי איז ער געקומען?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:40 pm

· #124693
newkave
וועלכע יאר איז די ברך משה ז'ל געקומען קיין אמעריקא, און פון ווי איז ער געקומען?

לאמיר חקר'ן ווען ער האט געקענט קומען (אנאנים וואלט זעכער געוואוסט).
איז אזוי, אין די "בראשית יארן" איר ער לכאורה נישט דא געווען, נח, לך לך,,, אממממ. כ'מיין אין די "וזאת הברכה אשר ברך משה..." יארן..

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:53 pm

· #124699
[quote="וויקיפידיע"]
ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק צום גדלי' ה'תש"ז.
[/quote]

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:01 pm

· #124705
קאוועלע........ דו קראכסט מיר די ביצים...
קאוועלע........ ביסטו א לץ שבלצים..

איך אויך » דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:07 pm

· #124710
די נאציס ימש"ו האבען געקראכט ביצים (ביעים פאר חובעלע) און איך גארענטיר דיר עס ברענגט נישט צו לאכן.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:09 pm

· #124713
שמעקעדיג
קאוועלע........ דו קראכסט מיר די ביצים...

כ'האף ביסט נישט קיין כהן. כ'וויל דיר נישט פאר'מומ'ען.

newkave » דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:49 pm

· #124734
[quote="געפילטע פיש"][quote="וויקיפידיע"]
ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק צום גדלי' ה'תש"ז.
[/quote][/quote]

הייסט אז מהר'א איז שוין געבוירן אין אמעריקא.
וואס איז מיט זיין עלטסטע טאכטער.

קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:06 pm

· #124749
איך בין געווען און גאס און איך האב באטראכט די בעזים טראק, קודם זעה איך ווי האלב פראצענט פון די שמוץ בלייבט אויף דיגאס, אבער וואס איך וויל פארשטיין איז, אויב די בעזים איז געמאכט פון אייזערנע שמאלע שטעקעליך פ״וו קומט נישט קיין פונקען ווען עס רייבט זיך אויף די ערד? ווען איך רייב אייזען שנעל קומען פונקען פ״וו זעט מען עס נישט ביי די גארביטש טראק?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:44 pm

· #124824
אין בארא פארק, אויף 37'טע גאס, צווישן 14 און 15, האב איך שוין עטליכע מאל געזעהן ווי ס'טוט זיך דארט א געמויזעכץ אין די נאכט שעה'ן, כאילו ס'וואלט געווען א זאל, אדער א סארט קלאב, ווער ווייסט.

איך אויך » דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:45 pm

· #124825
נישט קליין'ס אייזיגע קרים ביי די קארנער?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:50 pm

· #124829
יא.
איך רעדט פון אינמיטן די גאס.

נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:03 pm

· #124834
קאמענטירער
איך בין געווען און גאס און איך האב באטראכט די בעזים טראק, קודם זעה איך ווי האלב פראצענט פון די שמוץ בלייבט אויף דיגאס, אבער וואס איך וויל פארשטיין איז, אויב די בעזים איז געמאכט פון אייזערנע שמאלע שטעקעליך פ״וו קומט נישט קיין פונקען ווען עס רייבט זיך אויף די ערד? ווען איך רייב אייזען שנעל קומען פונקען פ״וו זעט מען עס נישט ביי די גארביטש טראק?

וואס עפעס אייזן? מיר קוקט עס אויס אזויווי די קאמערשיאל בעזעמס.

newkave » דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:19 pm

· #124841
געוויסע ביזנעסעס שיקן ארויס סחורה ביינאכט.