זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
ווען איר ווערט ווען א קעניג, וועם וואלט איר געהאנגען?
עס מאכט זיך א סך מאל אז א מענטש טוט ברויזן אויף א געוואוסער פערזאן אדער גרופע אויף א געפערליכער פארנעם, אן דעם וואס ער זאל אים עפעס קענען טון. אמאל איז עס צוליב וואס יענער שטייט מיר אין וועג באיזה אופן. צומאל איז עס שוין צוליב נקמה. און צומאל צוליב וואס יענער באגייט עוולות צו אנדערע.
עס קען זיין סיי אויף א פריוואטער פערזאן אדער משפחה ווי א שכן חבר עקס ווייב עלטערן שיתוף וכדו' . און סיי אויף א פאליטישער פערזאן אדער גרופע ןוי א רבי רב ראש הקהל פרעזידענט פאליס וכדו'
עס קען זיין סיי צוליב א צרת יחיד און סיי צוליב א צרת רבים.
איז טאמער האט עמיצער אזא איינער אדער מער ווי איינער אויף די ליסט, ברענג עס ארויס, זאל כאטש זיין ונשלמה פרים שפתינו, אז מען קען יענעם גארנישט טון, זאך מען כאטש דמיון'ען פאר א וויילע
זעלבסט פארשטענדליך אז מ'זאל נישט ארויס שרייבן א נאמען פון א פריוואטע מענטש (איך פארשטיי אז געווענדליך וועט איר דאס סייווי נישט טון אבער ליתר שאת שרייב איך עס ארויס). נאר פאבליק נעמען קענען ווערן אדרעסירט, ווען די שנאה איז צוליב א צרת רבים.
אלזא, דער יו ען האט אפגעמאכט אויסצוקלויבן ע"פ גורל א אטאקראטישער קעניג מיט רעכטן אן א מאס איבער די וועלט, און איר געווינט. וועמען וואלט איר געהאנגען דער ערשטער און דער צווייטער וכו'?
א סך יעצטיגע שונאים וואלט זיך גלייך מוחל געווען אין אזא מצב, אבער מיר שמועסן שוין נאכן מוחל זיין, וועם וואלט איר נישט געשוינט אפילו נאכן עולה לגדולה זיין?
(אן אנדערס מאל וועלן מיר שמועסן וואס נאך איר וואלט געטון אלס קעניג פון די וועלט).
אלע וואס עפענען מאדנע אומרעלעוואנטע אשכולות.
Kim Jung Un
די אייסעס גרופע פארשטייט זיך
און אלע וואס האלטען פון טויט שטראף...
וואו איז א גוטע פלאץ צו גיין bowling אין ברוקלין? נישט צו טייער און נישט א low class פלאץ.
אסאך מאל ווען איך וויל עפעס קויפן אויף עמעזאן טשעק איך זייערע פרייזן און אויך די פרייזן פון די אנדערע סעללער'ס וועלכע האבן געווענליך ביליגערע פרייזן פאר יוזד אדער ריפורבישט פראדוקטן. וואונדערט מיר אבער צו זעהן ווי די דריטע-פארטי סעללער'ס האבן אפט פרייזן פיל טייערער ווי די ברענד-ניו פון עמעזאן, צומאל כמעט דאפעלט! און עמעזאן שיקט מיר נאך פרייע שיפינג.
וויל איך וויסן, וואס טראכטן די סעללער'ס? פאר וועלכע סיבה אויף דער וועלט זאל איינער גיין קויפן פון אן אומבאקאנטן סעללער פאר אסאך מער געלט ווי די אריגינעלע?
קודם קען זיין אז זיי זענען אויסגעלאפן פון יענע אייטעם ווילן זיי פשוט אז דו זאלסט עס נישט קויפן, זיי וועלן צוריק טוישן די פרייז ווען זיי וועלן באקומען נאך סטאק. אדער קען זיין אז סאיז איין סעללער מיט צוויי אקאונטס און לייגט דוקא ארויף איין טייערע ליסטינג אז דו זאלסט לויפן צו זיין ביליגן ליסט
האקט
פארוואס שרייען מענטשן ביי ספירת העומר און נישט למשל ביי כפרות שלאגן
אזויווי ביי קצירת העומר טרעפט מען אז מ'האט געמאכט אלעס מיט א טומל (איבערגעפרעגט דריי מאל) להוציא מליבן של צדוקים
דוק ותשכחפארוואס שרייען מענטשן ביי ספירת העומר און נישט למשל ביי כפרות שלאגן
ווייל מ'וויל נישט אויפוועקען די מענטשען וואס שלאפן נאך פארטאגס.
ווייל ספירת העומר איז א דאורייתא איז דא א ריתחא דאורייתא
כפרות איז א מנהג (יכול להיות אז די מקומות וואס א מנהג איז הארבע ווי א דאורייתא שרייט מען טאקע יא?)
לית דין בר נשווייל ספירת העומר איז א דאורייתא איז דא א ריתחא דאורייתא
נישט אין די old testament
וואס מיינט דאס וואס סארא פעילין האט געזאגט אז זי קען זען רוסלאנד פון איר פענסטער?
כ׳מיין אז ס׳איז נאר ליצנות האט זי עס געמיינט ערענסט?
קאמענטירערוואס מיינט דאס וואס סארא פעילין האט געזאגט אז זי קען זען רוסלאנד פון איר פענסטער?
כ׳מיין אז ס׳איז נאר ליצנות האט זי עס געמיינט ערענסט?
קוק אויף די מאפע וואו אלעסקע געפינט זיך.
[ציטאט אראפגענומען]
ס'ווענדט זיך שטארק וואו די חמור שטייט איין. רוב ווידיאו פארמאטן וואס דו דאונלאודסט זענען קאנטעינערס, דאס הייסט זיי זענען א סארט פייל וואס האלט אין זיך א קאמפרעסט ווידיאו סטרים, און א קאמפרעסד אודיאו סטרים. און דער וואס האט דאס צאמגעלייגט האט געקענט אריינלייגן HQ אודיאו און LQ ווידיאו, אדער פארקערט. אבער ע"פ רוב וועט די אודיאו קוואליטעט נישט אראפ גיין אזוי שטארק, וויבאלד אודואי, אפילו רעלאטיוו הויך קוואליטעט, נעמט נישט אויף קיין סאך פלאץ קאמפערד צו ווידיאו.
דוק ותשכחפארוואס שרייען מענטשן ביי ספירת העומר און נישט למשל ביי כפרות שלאגן
ווייל דארטן שרייען שוין די כפרות, מ'קען דאך נישט יעדער שרייען צונאזאם.
משא"כ ביי ספירת העומר, וק"ל.
וואס מיינט נחום ווען ער זאגט אלטע מארמארישע אזיאטישע פערד/וועג ,מארמארישע פערד פארשטיי איך אבער ווי קומט אזיע אריין?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווען האסטו עם דאס לעצטו מאל געהערט?
שמעקעדיגאסאך מאל ווען איך וויל עפעס קויפן אויף עמעזאן טשעק איך זייערע פרייזן און אויך די פרייזן פון די אנדערע סעללער'ס וועלכע האבן געווענליך ביליגערע פרייזן פאר יוזד אדער ריפורבישט פראדוקטן. וואונדערט מיר אבער צו זעהן ווי די דריטע-פארטי סעללער'ס האבן אפט פרייזן פיל טייערער ווי די ברענד-ניו פון עמעזאן, צומאל כמעט דאפעלט! און עמעזאן שיקט מיר נאך פרייע שיפינג.
וויל איך וויסן, וואס טראכטן די סעללער'ס? פאר וועלכע סיבה אויף דער וועלט זאל איינער גיין קויפן פון אן אומבאקאנטן סעללער פאר אסאך מער געלט ווי די אריגינעלע?
לויט ווי איך פארשטיי איז דא אפאר סיבות בנוסף צו די פריעדיגע דערמאנטע 1- זיי מוזן עד פארקויפן פאר טייערער כדי צוריק מאכן זיין געלט (מיט רווח) עמעזאן באקומט עס פאר אסאך ביליגער פון אנדערע סעללערס 2- אפאר מאל לייגט מען ארויף קודם צו פארקויפן און שפעטער רוקט מען די פרייז 3- אמאל מאכט זיך אז איינער פון אויסלאנד וויל עס קויפן עמעזאן שנקט נישט צו אויסלאנד זעה די קאלקולטער וויפול געלט מען מאכט צוריק פון <a class="postlink" href="https://sellercentral.amazon.com/hz/fba/profitabilitycalculator/index?lang=en_US">https://sellercentral.amazon.com/hz/fba ... lang=en_US</a>. fba
פארוואס קענען/ווילן נישט קאמערשאל בעקעריעס ערצייגן די זעלבע חלות ווי די וואס ווערן געבאקן פריוואט [דמיתקריא 'היימיש']?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
לית דין בר נשווייל ספירת העומר איז א דאורייתא איז דא א ריתחא דאורייתא
כפרות איז א מנהג (יכול להיות אז די מקומות וואס א מנהג איז הארבע ווי א דאורייתא שרייט מען טאקע יא?)
כפרות איז אויך א דאורייתא, צער בעלי חיים
א אידווען האסטו עם דאס לעצטו מאל געהערט?
גילו נאות: כ'האב שוין נישט געהערט נחום לפחות 5 יאר אבער סאמהאו האב איך מיך לעצטענס דערמאנט דיזע אויסדרוק זיינע.
ער גייט נאך אן מיט ערמעדזשענסיס שבערמעדשזענסיס?
[ציטאט אראפגענומען]
<a class="postlink" href="http://pdanet.co/">http://pdanet.co/</a>
@אנאנים
צו איז די יידישיסטישע באוועגונג אויפן וועג אראפ (אזוי איז משמע פון זייערע הספדים אויף יידיש אז סאיז דא ווייניג מענטשען וואס פארשטייען יידיש)?
און אויב יא פ״וו?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
בנוגע דעם פראצעס פון פלאנעטארי-דיפערנישיעישאן. אז ס'שטעלט זיך ארויס אז ווי העכער די density פון עלעמענטן זענען דאס מער זינקען זיי אראפ, און טאקע דערפאר געפינען זיך כמעט אלע אייזן נישט אויף דער סקארע, דאן פארוואס איז א קליין פראצענט יא איבערגעבליבן, און פארוואס האט זיך דאס אפגעשטעלט דוקא ביי דעם.
לכבוד די יום הולדת, הא?
כ'קען נישט די סוגיא, אבער, מסברא, ווער זאגט אז עס האט זיך שוין אפגעשטעלט? פערהאפס דארפן מיר שמועסן אין עטליכע ביליאן יאר ארום.
(סנאך דא אפאר אומפארענטפערטע קשיא׳ס אבער מעגליך אז סטאקע נישטא קיין תירוצים פאר זיי וועלן מיר גיין ווייטער)
איינער ווייסט פ״וו די מוסלימענער פארבען זיך די האר מיט אזא אומנארטורליכע ארענזשע קאליר?
ווי קען איך זיך איינהאנדלען די סעט פונעם אמאליגן "צייטשריפט" מאגאזין?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
קאמענטירער
איינער ווייסט פ״וו די מוסלימענער פארבען זיך די האר מיט אזא אומנארטורליכע ארענזשע קאליר?
ס'הייסט אפיציעל אז מוחמד האט עס געטיהן און זיי ווילן גיין און זיינע וועגן. וואטעווער.
וואסי פשט פון שרייבן 'האדמו"ר- האדונינו מורינו ורבינו מ------שליט"א? ער איז דאך נישט רבינו
[ציטאט אראפגענומען]
איך קען אים נישט אפפרעגן אבער דא זאגט ער דער אדונינו פון גור...דאס הייסט אדונינו-מיין אדון ^ פון גור?!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מרדכיקאמענטירער
איינער ווייסט פ״וו די מוסלימענער פארבען זיך די האר מיט אזא אומנארטורליכע ארענזשע קאליר?
ס'הייסט אפיציעל אז מוחמד האט עס געטיהן און זיי ווילן גיין און זיינע וועגן. וואטעווער.
האהא כ'אב פינקט יעצט געהאט די זעלבע קשיא ווען כ'האב געזען דעם גוי פון דעם gas station גלייך פאר די וואשינגטאן בריק.
איך וויל וויסן ווי אזוי עס ארבעט די וועלטס האנדל - סטאק מארקעט - געלט - והמסתעף.
איז דא אשכולות איבער דעם? דאקומענטריעס? גרינגע ביכער?
פארוואס מילך האט א פריערדיגע עקספערעישאן דעיט אין ניו יארק סיטי ווי אפסטעיט
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מייקל בלאמבערג מיט זיין קליקע זענען נאר געווען אין סטעט נישט סיטי
וויל קענעןמייקל בלאמבערג מיט זיין קליקע זענען נאר געווען אין סיטי נישט סטעט
אבער בעיסט אן וואס, האט ער עס איינגעפירט?
רפאלאיך וויל וויסן ווי אזוי עס ארבעט די וועלטס האנדל - סטאק מארקעט - געלט - והמסתעף.
איז דא אשכולות איבער דעם? דאקומענטריעס? גרינגע ביכער?
דא האסטי א
לינק פאר א גוטע בוק וואס שמועסט אלעס אויס
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עי׳ NEW TITLE TIMES OF JUN15בערך2010
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מיין מאשין מאכט פראבלעמען קוק
n.y TIMES of june 15 2010
ווען די געזעץ איז ארויס
שמעון וואלףפארוואס מילך האט א פריערדיגע עקספערעישאן דעיט אין ניו יארק סיטי ווי אפסטעיט
דא האסטו: סה"כ איז עס א מיסטעריע <a class="postlink" href="http://gothamist.com/2008/02/07/milk_2.php">http://gothamist.com/2008/02/07/milk_2.php</a>
איינער ווייסט אפשר די נומ. פון יאסי געשטעטנער׳ס האטליין?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ערשטע מאל איך הער אז יאסי האט בכלל א האטליין?
וגם אני מצטרף לשאךת הנ״ל
הצעיר בתוך אלפי ישראל
א אידערשטע מאל איך הער אז יאסי האט בכלל א האטליין?
וגם אני מצטרף לשאךת הנ״ל
הצעיר בתוך אלפי ישראל
איך האב אויך געהערט דערפון לעצטענס, געווען באשריבן אינעם פאפולערן ספר האישים.
עס איז געווען לעצטענס א מעשה אין א בעדווין ישוב אין מדינת ישראל אז א חתן האט זיך געקריגט מיטן מאמע ווי ער זאל וואוינען נאך די חתונה און ער האט זיך אויפגערעגט האט ער געשאכטן זיין מאמע צום טויט אויפן פלאץ...! איך וויל וויסן די ריכטיגע הסבר פארוואס פארצייטישקייט איז פארבינדן מיט רציחה
ס'האט לאו דווקא מיט פארצייטישקייט. מענטשען וואס לעבען פרימיטי"וו, וואס יעדער שריט זייערע איז פארבונדען מיט שוועריגקייטען אז מ'דארף זיך ראנגעלען מיט'ן וועלט ארויסצושלעפען עפעס חיונ'ה, זענען אסאך ווייניגער פארגעבליכער ווי אונז פארגעשריטענע מענטשען מיט א רעלאטיווע לייכטע לעבען. אז מ'האלט אין איין לאקערען נאכ'ן ווילדע לייב וואס וויל דיר אויפ'עסען אין מיט'ן נאכט אין מדבר, קוקסט דו אן דער לעבען אנדעריש.
ליין דער ביכעל
Hajפון א אידישע שרייבער, ער איז א ראסיס"ט במלא מובן המילה, אבער טאמער איינער האט נישט קיין פראבלעם מיט די זאכען (און ציונות אויך!) וועט הנאה האבען פונ'ם בוך.
יעדע מאל נאך אזעלכע פארפלייצונגען ווי לעצטע וואך אין טעקסעס, זעהט מען צענדליגער קארס איינגעטונקען אין וואסער, ס'איז קלאר אז די קארס ווערן חרוב.
ווי אזוי באהאנדלט מען דאס? אלע געבן אריין קלעימס צו די אינשורענס קאמפאניס? איז FLOOD בכלל נכלל אין זייערע פאליסי? זיי באקומען נייע קארס אין די מאסן?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אמאל געהערט אז ביי ספרדים זענען פרויען אמאל געווען א צווייטע קלאס מענטש אזויווי היינט ביי געוויסע ישמאלים כהאב געמיינט סאיז פאנטאזיעס
שבת למדתי מס שבת ויש שם פרק במה בהמה ואח״כ במה אשה ראיתי בספר שבת של מי, מספרדי –אן אלט ספר– בסיום פרק במה בהמה אין עס שטייט דארט בערך אזוי דרשינן סמיכן לא לחנם הלך הזרזיז אצל העורב
ס'זעט ענדערש אויס פארקערט. ס'האט עם מכריח געווען דאס צו זאגן, ווייל דארט האבן זיך מסתם די וייבער געפילט אין ערשטען קלאס.