☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 10:07 am

· #133676
שמעקעדיג
@ קעגן די נעט, ע"פ רוב וועט עס שעדיגן ביידע, דער ווייניג גאז ווארענונג קומט פון זעלבן מקור ווי דער ווייזערל.

אודאי, זיי נוצן ביידע די זעלבע סענסער, די שאלה איז נאר אויב די זייגערל איז צובראכן.
שמעקעדיג
@ געפילטע, זיך ארומצודרייען אין אויטא מיט א פלעשל גאז קען זיין א סכנה און איז נישט רעקאמענדירט.

נישט געוויסט, אפילו די הערמאטיש פארמאכטע רויטע עמער? זאג דאס פאר אלע חבירים מעמבערס.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 15, 2013 10:15 am

· #133681
די חבירים מעמבערס טראגן עס נישט כסדר ארום מיט זיך, נאר ווען עס איז נויטיג נעמט עס ארויס פונעם אוצר הגעזאלין פאר א קורצע שטרעקע.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 15, 2013 10:17 am

· #133682
איך וויל וויסן פארוואס די 'קלי צום' וויטאמינען קאסטן אזוי ביטער טייער, 12 דאלער פאר א פעקל פון צוויי טאבלעטן?
די טייערסטע וויטאמינען קאסטן בערך 20-30 א באטעלע פון בערך 100-200 טאבלעטן. וואס ליגט אזויפיל באהאלטן אין די קלי צום אז עס קאסט אזויפיל (חוץ די צענדליגער אדווערטייזמענטס)?

קעגן די נעט » מאנטאג יולי 15, 2013 12:46 pm

· #133729
געפילטע פיש
שמעקעדיג
@ קעגן די נעט, ע"פ רוב וועט עס שעדיגן ביידע, דער ווייניג גאז ווארענונג קומט פון זעלבן מקור ווי דער ווייזערל.

אודאי, זיי נוצן ביידע די זעלבע סענסער, די שאלה איז נאר אויב די זייגערל איז צובראכן.

נו איך האב דאך קלאר ארויסגעשריבן אז מיין גאז זייגער איז צובראכען

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 12:53 pm

· #133732
דו ווייסט נישט אויב די זייגער איז צובראכן אדער די סענסער איז צובראכן. דו זעסט פיזיקאל דעמעדזש אויפן זייגער?

קעגן די נעט » מאנטאג יולי 15, 2013 1:02 pm

· #133737
אה יעצט פארשטיי איך. נישטא פיזיקאל דעמעדזש ניין, אבער שוין א וואך צייט וואס ס'שטייט אויף איין פלאץ

Big Boy » מאנטאג יולי 15, 2013 4:25 pm

· #133822
שמעקעדיג
איך וויל וויסן פארוואס די 'קלי צום' וויטאמינען קאסטן אזוי ביטער טייער, 12 דאלער פאר א פעקל פון צוויי טאבלעטן?
די טייערסטע וויטאמינען קאסטן בערך 20-30 א באטעלע פון בערך 100-200 טאבלעטן. וואס ליגט אזויפיל באהאלטן אין די קלי צום אז עס קאסט אזויפיל (חוץ די צענדליגער אדווערטייזמענטס)?

Because fasting is something that some people (mostly women) fear, and the company knows these people will pay whatever price they're asked to pay. Also, because it's an item that only sells a few times a year. If they will charge a few cents for it, they'll never see back the money they invested in producing the item.

boxcover » דינסטאג יולי 16, 2013 8:56 pm

· #134058
שמעקעדיג
@ געפילטע, זיך ארומצודרייען אין אויטא מיט א פלעשל גאז קען זיין א סכנה און איז נישט רעקאמענדירט.

זיך ארומצודרייען אין אויטא מיט א פלעשל גאז קען זיין א סכנת גילו!

boxcover » מיטוואך יולי 17, 2013 9:22 am

· #134182
שמעקעדיג
די חבירים מעמבערס טראגן עס נישט כסדר ארום מיט זיך, נאר ווען עס איז נויטיג נעמט עס ארויס פונעם אוצר הגעזאלין פאר א קורצע שטרעקע.

אייגענטליך, די חברים מעמבערס האבען נישט קיין רינענדיגע גאזעלין, נאר א טרוקענע שטויב וואס ווערט גאזעלין (כ׳ווייס נישט וויאזוי).

atmybest » דאנערשטאג יולי 18, 2013 9:27 am

· #134488
איך וויל וויסן וויפיל ניקס האלטן אז איך בין די בעסטע שרייבער אין קאווע שטיבל.

פוקס » דאנערשטאג יולי 18, 2013 9:40 am

· #134489
צען מיין איך. (אויב איך געדענק גוט וויפיל ניקס איך האב)

הערשי » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:49 pm

· #134579
וויאזוי באווייזן די באנען, ניו יארק'ס אונטערגרונט למשל, איבערצוקומען ענערטיע אין ארויפציען אזוי שנעל און קומען צו אן אפשטעל אזוי שנעל. א לאסט אוטא נאר א צוואנציגסטל די וואג ברומעט און קרעכצט אוועק און מוטשעט זיך סיי ביים ארויסברעכן און סיי ביי אפשטעלן. וויאזוי זענען באנען אנדערש?

boxcover » דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:58 pm

· #134619
הערשי
וויאזוי באווייזן די באנען, ניו יארק'ס אונטערגרונט למשל, איבערצוקומען ענערטיע אין ארויפציען אזוי שנעל און קומען צו אן אפשטעל אזוי שנעל. א לאסט אוטא נאר א צוואנציגסטל די וואג ברומעט און קרעכצט אוועק און מוטשעט זיך סיי ביים ארויסברעכן און סיי ביי אפשטעלן. וויאזוי זענען באנען אנדערש?

מאמענטום און ענד-לאזע עלעקארישע קראפט.

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 18, 2013 5:13 pm

· #134621
פארוואס ווען מען וויינט נעמט זיך רינען די נאז?

למדן » דאנערשטאג יולי 18, 2013 5:52 pm

· #134626
חברים נוצט ספעיר פיועל וואס איז א סעיף אלטערנעטיוו צו געז וואס יעדער קען זיך איינהאנדלען פאר א נישטיגן פרייז פון $30 א האלבן גאלאן (וואס איז זייער ביליג פאר ווען מ' דארף דאס)
ספעיר פיועל ביי אמאזאן

אדער קענט איהר גיין צו sparefuel.net

boxcover » דאנערשטאג יולי 18, 2013 6:51 pm

· #134642
סאשי פיש
פארוואס ווען מען וויינט נעמט זיך רינען די נאז?

דיין נאָז רינט ווען דו וויינסט ווייל די טרערן פון דיין טרערן דריז (גלענד) פליסט נישט נאר אראפ דיין פנים, נאר עס איז אויך פארהאן א קאנאלא אין די ווינקל פון דיין אויג וואס פירט צו דיין נאָז. איינמאָל עס קומט אן אין דיין נאָז, מישט זיך די טרערן אויס מיט נאז-שליים (ראָץ) וואס פאָרעמט די גאר-רינענדיגע שליים.

פאקטיש געשעהט דאס כסדר, נישט נאר ווען דו וויסט. אבער ווען דו וויינסט, רינט פשוט אסאך מער פייכטקייט פון דיין אויגן צו דיין נאָז ווי נאָרמאַל, מאכענדיג די שליים אין דיין נאָז נאכמער רינענדיג ווי געווענליך.

-----
א - ספעציפיש, די טרערן פליסן אין דיין נאָז דורך די נאַסאָלאַקרימאַל דאָקט וועלכע רינט אריין אין די נידעריגער נאז לאך.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:01 pm

· #134646
באקסקאווער מיט געפילטע פיש זענען 2 לעבעדיגע אינפארמאציע קוואלן.
מ'קען אויף זיי א ברכה מאכן שחלק מחכמתו... (נישט אויף מיין אחריות - זאגט אן שם ומלכות!)

atmybest » דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:06 pm

· #134647
איך וויל וויסן אויב@אנאנים שרייבט דא, אונטער א אנדערע נאמען.

boxcover » דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:21 pm

· #134652
atmybest
איך וויל וויסן אויב@אנאנים שרייבט דא, אונטער א אנדערע נאמען.

פרעג אים אין אישי

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:22 pm

· #134653
און עקספעקט א ענטפער.......

טאמבל סאס » דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:22 pm

· #134654
יא! איך בין עס! מיט וואס קען איך דיר העלפן?

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:36 pm

· #134656
שמעקעדיג
באקסקאווער מיט געפילטע פיש מיט שמעקעדיג זענען 3 לעבעדיגע אינפארמאציע קוואלן.
מ'קען אויף זיי א ברכה מאכן שחלק מחכמתו... (נישט אויף מיין אחריות - זאגט אן שם ומלכות!)

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:38 pm

· #134658
סאשי, דאנקע שעהן, אבער ביטע שטופ מיר נישט אריין ווי איך באלאנג נישט. איך קום נישט צו צו זייער קנעכל פון מדע וחכמה.

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:40 pm

· #134660
אין טעכנלאגיע ביסטו גוט באקאנט!!

boxcover » דאנערשטאג יולי 18, 2013 8:36 pm

· #134675
שמעקעדיג
סאשי, דאנקע שעהן, אבער ביטע שטופ מיר נישט אריין ווי איך באלאנג נישט. איך קום נישט צו צו זייער קנעכל פון מדע וחכמה.

או מאכסט דיך אדער דו ביזט? (א עניו...)
6020 תגובות (די צווייטע מערסטע), מיט א לייק רעיט פון איבער 62% איז אימפרעסיוו.

הערשי » דאנערשטאג יולי 18, 2013 10:46 pm

· #134705
boxcover
הערשי
וויאזוי באווייזן די באנען, ניו יארק'ס אונטערגרונט למשל, איבערצוקומען ענערטיע אין ארויפציען אזוי שנעל און קומען צו אן אפשטעל אזוי שנעל. א לאסט אוטא נאר א צוואנציגסטל די וואג ברומעט און קרעכצט אוועק און מוטשעט זיך סיי ביים ארויסברעכן און סיי ביי אפשטעלן. וויאזוי זענען באנען אנדערש?

מאמענטום און ענד-לאזע עלעקארישע קראפט.

מאמענטום וואלט געווען א סיבה פארוואס א שווערער לויפנדער אביעקט זאל זיך נישט קענען אבשטעלן, ניין?

boxcover » דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:27 pm

· #134721
הערשי
מאמענטום וואלט געווען א סיבה פארוואס א שווערער לויפנדער אביעקט זאל זיך נישט קענען אבשטעלן, ניין?

איך האב נישט באמערקט די אפשטעלן חלק פונעם פראגע. מן הסתם ווייל די באן האט בעסערע טרעקשאן און פריקציע.

chosen people » דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:36 pm

· #134723
איז מעגליך אנצושטעלן צו זוכן א ווארט, נאר אין די קעפלעך פון די אשכולות?
דאס הייסט אויב איך זיך אויף א געוויסע אשכול וואס איך געדענק נאר די קעפל פון די אשכול.

ונבנתה העיר » פרייטאג יולי 19, 2013 12:48 am

· #134732
<!-- l --><a class="postlink-local" href="http://www.kaveshtiebel.com/search.php">search.php</a><!-- l -->

וועל אויס 'נאר די הודעה טעמע'.

אליצפן » פרייטאג יולי 19, 2013 12:51 am

· #134733
קעגן די נעט
שאלה: איך פארמאג אן אמעריקאנער מיני ווען 10 יאר אלט און די גאז זייגער האט אויפגעהערט ארבייטן, דארף איך וויסן צו דאס וועט אויך אפעקטן דאס לעקטער פאמפ סימבאל וואס צינט זיך אן ווען דאס טאנק ווערט ליידיג? אויב ארבייט דאס ווייטער מוז איך נישט פיקסן דעם גאז גאדזש

היות כ'האב געהאט די זעלבער פראבלעם ווי דו קען איך דיר זאגן מיט א זיכערקייט אז ניין, די גאז ווארענונגס לעקטער ארבעט נישט. און כ'האב מיך דאס אויסגעלערענט די שווערע וועג דורכן אויסלויפן פון גאז אינמיטן וועג.
ס'איז דא גאר א פשוטער עצה וואס איך האב גענוצט פאר א לאנגער צייט ווען כ'האב געהאט דעם פראבלעם, והנה רעכן אויס וויפיל מייל דיין קאר פארט אויף א גאלאן, דאן פיל אן דעם טאנק מיט גאז ביז אויבן און ריסעט דעם אדאמעטער צו 0 און אזוי וועסטו וויסן פונטקליך וויפיל גאז ס'דא אינעם טאנק.
טו דאס יעדער מאל וואס דו פילסט אן דעם טאנק און וועסט קיינמאל נישט אויסלויפן פון גאז בדוק ומנוסה. דער איינע מאל וואס איך בין אויסגעלאפן פון גאז איז געווען נאך פאר כ'האב אויסגערעכנט פונטקליך וויפיל גאז איך פארנוץ.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 19, 2013 1:48 am

· #134742
איך וויל וויסן פארוואס אלע רעסטוראנען און דעליס/טעיק-אוטס מאכן אזעלכע הויכע גלאזערנע שעלווס צווישן דעם סארווער און דעם קאסטומער, און ווען כ'וויל רעדן צו באשטעלן מיין פארציע מוז איך מיך אונטערהייבן אויף די שפיץ פינגער פון די פוס אז ער זאל כאטש קענען הערן מיין פארלאנג. א מין משוגעת דאס, מען קען עס נישט מאכן מיט א פוס נידריגער? זיי גייען אין קאמפעטישאן מיט די סווימינג פולס אדער וואס, ווער עס קען מאכן העכער/טיפער?

אליצפן » פרייטאג יולי 19, 2013 2:01 am

· #134743
א שאלה וואס כ'האב געפרעגט אויף yahoo answers
Can I really pay my credit card bill from a bank account just by knowing the account number and routing number?
I just recently set up online bill pay from my bank account to my credit through my credit cards website. And all they asked me for is the bank account number thats listed on the bottom of all checks and the routing number on the bottom of the check, that's it.
So basically the way I see it, is that if I have any one's check I can use their bank account to pay off my credit card bills? I can drain someone's bank account just by having their check? I know that this does really not make any sense, so please people how does it work?

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 19, 2013 8:27 am

· #134748
שמעקעדיג
איך וויל וויסן פארוואס אלע רעסטוראנען און דעליס/טעיק-אוטס מאכן אזעלכע הויכע גלאזערנע שעלווס צווישן דעם סארווער און דעם קאסטומער, און ווען כ'וויל רעדן צו באשטעלן מיין פארציע מוז איך מיך אונטערהייבן אויף די שפיץ פינגער פון די פוס אז ער זאל כאטש קענען הערן מיין פארלאנג. א מין משוגעת דאס, מען קען עס נישט מאכן מיט א פוס נידריגער? זיי גייען אין קאמפעטישאן מיט די סווימינג פולס אדער וואס, ווער עס קען מאכן העכער/טיפער?

ווייל בדרך כלל ליגט דארט עסן, און די גלאז היט די עסן פון הבל פיהם וכו'

boxcover » פרייטאג יולי 19, 2013 9:06 am

· #134753
אליצפן
Can I really pay my credit card bill from a bank account just by knowing the account number and routing number?
I just recently set up online bill pay from my bank account to my credit through my credit cards website. And all they asked me for is the bank account number thats listed on the bottom of all checks and the routing number on the bottom of the check, that's it.
So basically the way I see it, is that if I have any one's check I can use their bank account to pay off my credit card bills? I can drain someone's bank account just by having their check? I know that this does really not make any sense, so please people how does it work?

ס׳איז א גוטע פראגע, אבער אין ענגליש. אויף יאהו ענטפערס האסטו נישט געפרעגט אין אידיש? הא?

אליצפן » פרייטאג יולי 19, 2013 10:43 am

· #134777
boxcover
אליצפן

ס׳איז א גוטע פראגע, אבער אין ענגליש. אויף יאהו ענטפערס האסטו נישט געפרעגט אין אידיש? הא?

אז דו פארשטייסט נישט ענגליש קען איך עס איבערטייטשן אז דו ווילסט..
תכלית לדעתי איז עס א באמבע קשיא אויף וואס כ'האב נאך אין ערגעץ נישט געפינען א תירוץ.

boxcover » פרייטאג יולי 19, 2013 10:57 am

· #134784
אליצפן
Can I really pay my credit card bill from a bank account just by knowing the account number and routing number?
I just recently set up online bill pay from my bank account to my credit through my credit cards website. And all they asked me for is the bank account number thats listed on the bottom of all checks and the routing number on the bottom of the check, that's it.
So basically the way I see it, is that if I have any one's check I can use their bank account to pay off my credit card bills? I can drain someone's bank account just by having their check? I know that this does really not make any sense, so please people how does it work?

תכלית לדעתי איז עס א באמבע קשיא אויף וואס כ'האב נאך אין ערגעץ נישט געפינען א תירוץ.

אקעי, איך קען מיך נישט איינהאלטן.

די פראבלעם וואס דו ברענגסט אויף, איז נאך גרעסער. די מעטאד וויאזוי דער ווענדאָר (א שטייגער ווי ווערייזאן, קאן עדיסאן, די קרעדיט קארט באנק) קען ארויסשלעפן דאס געלד, הייסט ACH, ראשי תיבות פאר אטאמאטישע קליערונג הויז (Automated Clearing House). עס איז אַן עלעקטראָניק נעץ פאַר פינאַנציעל טראַנזאַקציעס פאר די פאַראייניגטע שטאַטן. עס פּראסעסירט גרויס סכומים פון קרעדיט און דעביט טראַנזאַקציעס אין בעטשעס (batches, בינטליך). דיירעקט דיפאזיט (ווען דיין בעה"ב אדער עמעזאן שטעלט אריין דיין לוין אין דיין אקאונט) ארבעט אויך דורך ACH.

אלזא, דיין קשיא גייט נאך מער ארויף אויף פריוואטע ACH מערטשאַנטס. פון איין זייט, האבן זיי א גרעסע אחריות ווייל מען קען גרינג נאכגיין זייער שפירן, דען זיי האבן א באַציונג מיט די באנק, און זיי ווילן נישט מען זאל זיי פארמאכען זייער אקאונט. משא"כ די ביל פעימענט וואס מען קען טאקע זעהן (נישט אזוי פשוט) צו וועמענ'ס אקאונט עס איז באצאלט געווארן, אבער דער אקאונט-האלטער קען אלץ זאגן אז נישט ער האט דאס געטוען (למשל די טשעק קעשינג). מצד השנה, דער פריוואטע ACH מערטשאַנט קען זיין א שווינדלער וואס האט ספעציעל געעפענט די אקאונט מיטן ציל צו שווינדלען, קען שלעפן אסאך גרעסערע סכומים אויף אמאל.

אגב, אז דו ווייסט די אקאונט נומער, קענסטו אליינס טרעפן די ראוטינג נומער (אויך גערופן "ברענטש נומער").

די ענטפער איז אז איעדע באנק איז מחיוב צו האלטן אן אויג איבער מעגליכקייטן, און פראבירן בכל כוחם צו פארמיידן פראוד. זיי האבן זייערע מעטאדן וואס האלטן אין איין בעסער ווערן. די שווינדלערס ווערן אויך בעסער (אפשר נאך פלייסיגער), און די פארמעסט גייט אן.

אויך, נאכדעם וואס א שווינדל האט זיך דורכגעגליטשט די אנטי-פראוד סיסטעמס, האסטו נאכאלץ אפציעס און רעכטן. געזעץ FIL-50-2011 רעגולירט די גיידליינס. רעגולאציע E פון 1978 גיבט גיידליינס וויאזוי די קאסטומער קען דיספיוטן ACH טראַנזאַקציעס לאחר המעשה. רוב מאל (דאמעסטיש זיכער) קען דיין באנק צוריקדגייען די טראנזאקציע.

דזשערעמי קלאַרקסאָן (עפעס א TV סעלעבריטי אין ענגלאנד) האט נישט געוויסט וואס מען קען אלץ מאכן מיט זיין טשעקינג אקאונט נומען, האט ער עס מפרסים געווען, צו פראוון זיין פאונט אז עס איז נישט געפערליך ווען מען הערט אז איינער האט גע'גנב'ט ווייסיך-וויפיעל אקאונט נומערן. די סוף איז געווען אז איינער האט טאקע ארויסגעשלעפט 500 פונט און עס געגיבן פאר צדקה. (די גאנצע מעשה.)

סאשי פיש » מוצ"ש יולי 20, 2013 10:20 pm

· #134894
קאפי
איז אמת אז קאפי מאכט אויס מיד?
אויב יא ווי אזוי?
נאר מאשין קאפי העלפט אדער טעסטער טשויס איז די זעלבע זאך?

שמעקעדיג » מוצ"ש יולי 20, 2013 11:14 pm

· #134896
יעדע זאך מיט קעפין העלפט דערצו.
די גרינע קאווע נישט.
טשאקאלאד מילך העלפט אויך. (הגם מילך מאכט מיד)

סאשי פיש » מוצ"ש יולי 20, 2013 11:18 pm

· #134898
סאשי פיש

אויב יא ווי אזוי?

שמעקעדיג » מוצ"ש יולי 20, 2013 11:40 pm

· #134902
צו דעם מוזטו זיין א סייענטיסט... אדער א דאקטאר.
אז דו וועסט פארשטיין ווי אזוי א מענטש ווערט מיד, וועסטו פארשטיין וואס די קעפין מאכט.
נישט אז איך פארשטיי יא.. עני יוניט עוועליעבל טו עקספלעין? יידל? באקסקאווער?..

געפילטע פיש » מוצ"ש יולי 20, 2013 11:52 pm

· #134908
קאפי ענהאלט קאפין, קאפין איז א נערוועס סיסטעם סטימליולאנט, וואס מאכט דעם מענטש מער וואכזאם און אלערט.
פאר מער לייענט דא.

זר זהב » דאנערשטאג יולי 25, 2013 1:53 am

· #136107
@אנאנים

Solid single line: passing is discouraged
Solid double line: passing is prohibited

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:01 am

· #136109
@אנאנים.

צוויי סאליד זענען לכאורה געלע ליינס, דער סיסטעם איז אזוי:

ביי ווייסע גייען ביידע לעינס אין די זעלבע דירעקציע, געהאקטע מעג מען אריבערגיין און סאלידע נישט.

געלע זענען ווען די לעינס גייען אין קעגנזייטיגע דירעקציעס, געהאקטע קען מען אריבערגיין, איין געהאקטע און איין סאלידע מעגן נאר די פון די געהאקטע זייט אריבערגיין, ביידע סאליד מעג קיינער נישט.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:54 pm

· #136278
כ'האף מ'וועט מיך פארשטיין מיט די פאלגענדע.
סאוי הער, איך האב אלץ געהאט א פראבלעם מיט אויפכאפן מעטאמעטיקס וויבאלד איך האב אייביג געמוזט פארשטיין דעם גאנצן פראצעדור פונעם חשבון. דאס הייסט איך האב געדארפט זען אין מח ווי די נומערן ווערן עקשולי צוגעלייגט, אראפגענומען, געדאפלט, אדער צעטיילט. דערפאר האב איך קליינע נומערן נאך אראפגעשלונגען אבער ווען ס'געקומען צו די גרעסערע האב איך פארלוירן חשבון.
ווען איך זע א רעכענונג. דארף איך פארשטיין פאר איך ווייס דער ענטפער פונקטליך וויאזוי עס איז צוגעגאנגען.
למשל, אז איך זע 11 ÷ 22 דארף איך עס אייגענטליך צעטיילן 11 מאל. און איך קען מיך נישט פלעין איינחזר'ן די נאמבער אויף צו געדענקען, ווייל למעשה האלט איך האב איך עס נאכנישט פארשטאנען. 5 ÷20 וועל איך קודם אויסרעכענען אויב 5 מאל פיהר איז טאקע 20. ציילענדיג עס אין קאפ.
און כ'וועל רוב מאל דארפן כאטש - טראכטן - פון מיינע פינגער.
איז יעדער אזוי?
וואסערע משוגעת איז דאס?

טאמבל סאס » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:06 pm

· #136286
דער תירוץ איז מסתמא צוויי ווערטער: טיימ'ס טעיבל

petergrifin » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:11 pm

· #136287
פארוואס זעה איך אויף מיין פאון (ענדרויד) איין תגובה געהעריג און אנדערע קלענער

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:39 pm

· #136319
petergrifin
פארוואס זעה איך אויף מיין פאון (ענדרויד) איין תגובה געהעריג און אנדערע קלענער

איינס גרויס איינס קליין
אין עצה ואין תבונה......

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/98865">viewtopic.php?p=98865#p98865</a><!-- l -->

chosen people » זונטאג יולי 28, 2013 7:16 pm

· #136819
איך וויל וויסן ווי אזוי מען קען דא פאוסטן א קליפ, אן עס ארויף לייגן אויף יו-טוב?

געפילטע פיש » זונטאג יולי 28, 2013 9:34 pm

· #136873
Vimeo, dropbox, box והמסתעף.

איך אויך » זונטאג יולי 28, 2013 9:49 pm

· #136878
איי איי געפילטע אליינס זאל נוטצען דעם ג'אסרטן והמסתעף ,ווי האלטן מיר אויפן וועלט.