☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

סאו וואט » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:58 pm

· #146390
ווען האט מען אנגעהויבען גייט מיט אונטערהויזען? סיי זכרים, און סיי נקיבות?
פון הל' נדה איז משמע אז פרויען האבען נישט געהאט קיין אונטערהויזען?
ווייסט איינער און וועלעכע צייט מ'האט אנגעהויבען גיין דערמיט?

איך רעד נישט פונעם מחלוקת הפוסקים, רש"י רבינו תם, פני יהושע,
איך רעד דער עצם רעיון פון אונטערהויזען, ווער איז דער עפינדיר דערפון?

big joe » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:03 pm

· #146393
סאו וואט
ווען האט מען אנגעהויבען גייט מיט אונטערהויזען? סיי זכרים, און סיי נקיבות?
פון הל' נדה איז משמע אז פרויען האבען נישט געהאט קיין אונטערהויזען?
ווייסט איינער און וועלעכע צייט מ'האט אנגעהויבען גיין דערמיט?

איך רעד נישט פונעם מחלוקת הפוסקים, רש"י רבינו תם, פני יהושע,
איך רעד דער עצם רעיון פון אונטערהויזען, ווער איז דער עפינדיר דערפון?

און הויזן גופא, ווייסטו יא?

סאו וואט » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:09 pm

· #146396
big joe
סאו וואט
ווען האט מען אנגעהויבען גייט מיט אונטערהויזען? סיי זכרים, און סיי נקיבות?
פון הל' נדה איז משמע אז פרויען האבען נישט געהאט קיין אונטערהויזען?
ווייסט איינער און וועלעכע צייט מ'האט אנגעהויבען גיין דערמיט?

איך רעד נישט פונעם מחלוקת הפוסקים, רש"י רבינו תם, פני יהושע,
איך רעד דער עצם רעיון פון אונטערהויזען, ווער איז דער עפינדיר דערפון?

און הויזן גופא, ווייסטו יא?

ניין.
אבער איך טוה אן מיין אונטערהויזען פארן הויזען. דו אויך?
ממילא קודם וויל איך וויסען דער מקור אויף אונטערהויזען, דערנאך גיי איך אריינגיין און דער נושא פון הויזען.
מיין רבי פלעגט מיר קענען פרעגען, אויב כ'האב פארגעסן אנצוטוען דער הויזען,
אויף אונטערהויזען האט ער מיר קיינמאל נישט גע'פרעגט, אויב כ'האב עס פארגעסן אן צו טוען.

בדחן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:59 pm

· #146408
סאו וואט
ווען האט מען אנגעהויבען גייט מיט אונטערהויזען? סיי זכרים, און סיי נקיבות?
פון הל' נדה איז משמע אז פרויען האבען נישט געהאט קיין אונטערהויזען?
ווייסט איינער און וועלעכע צייט מ'האט אנגעהויבען גיין דערמיט?

עס איז א נייע וומסב"ג גזירה פון נאך די מלחמה,
עס איז צייט אנצוהייבען א otd קאמף דערקעגן.

נצבד » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:15 pm

· #146418
לכאורה איז אדם הראשון'ס פייגען בלעטעל געווען אזוי גרויס ווי אן אינטערהויז,סוי סקען גאר זיין אז מאיז געגאנגען מיט אינטערהויזען בעפאר הויזען...

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:53 pm

· #146451
סאו וואט
big joe
סאו וואט
ווען האט מען אנגעהויבען גייט מיט אונטערהויזען? סיי זכרים, און סיי נקיבות?
פון הל' נדה איז משמע אז פרויען האבען נישט געהאט קיין אונטערהויזען?
ווייסט איינער און וועלעכע צייט מ'האט אנגעהויבען גיין דערמיט?

איך רעד נישט פונעם מחלוקת הפוסקים, רש"י רבינו תם, פני יהושע,
איך רעד דער עצם רעיון פון אונטערהויזען, ווער איז דער עפינדיר דערפון?

און הויזן גופא, ווייסטו יא?

ניין.
אבער איך טוה אן מיין אונטערהויזען פארן הויזען. דו אויך?
ממילא קודם וויל איך וויסען דער מקור אויף אונטערהויזען, דערנאך גיי איך אריינגיין און דער נושא פון הויזען.
מיין רבי פלעגט מיר קענען פרעגען, אויב כ'האב פארגעסן אנצוטוען דער הויזען,
אויף אונטערהויזען האט ער מיר קיינמאל נישט גע'פרעגט, אויב כ'האב עס פארגעסן אן צו טוען.

אינטרעסאנט: א איד פון דערהעים, אין מארמאראש האט אמאל, משיח לפי תומו דערציילט אז ביי זיי אין שטעיטל איז מען נישט געגאנגען קיין אונטערהויזן.

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:56 pm

· #146453
אינטערהויזן ווייס איך נישט, אבער אינטער העמעדער איז דא אסאך רבי'שע קינדער וואס גייען נישט דערמיט. קען זיין עס איז יא א מאדערענע זאך.

נצבד » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:05 pm

· #146460
דאס האט נישט מיט רבי'שקייט ווערסעס מאדערנקייט.

ציצית טאר נישט/פאסט נישט... זיין ממש אויפען בלויזען קערפער,אבער ברויך זיין דאס ערשטע מלבוש,כדאי להוציא מספק טאמער א אינטערהעמד הייסט א מלבוש,טוען די פרומע/ערליכע/מחמירים נישט אן קיין אינטערהעמד

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:09 pm

· #146461
און די וואס גייען ציצית אינדרויסן אויפן העמד און דאך גייען זיי אן א אינטערהעמד?

נצבד » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:48 pm

· #146478
די ערשטע מלבוש נאך די מלבוש וואס דעקט צו די לייב,כצ"ל

atmybest » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:24 pm

· #146519
ווער האט די מערסטע פארמעקטע אשכולות?

קעגן די נעט » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:33 pm

· #146523
מיט וועלכע איז די ביליגסטע צי שיקן א קליין באקס פין וויליאמסבורג קיין קרית יואל , פעדעקס יופיעס אדער יו עס פי עס ?

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:05 pm

· #146534
עס איז דא היימישע מעזענטשער סערוויס פאר 10 א באקס

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:12 pm

· #146582
סאו וואט
ווען האט מען אנגעהויבען גייט מיט אונטערהויזען? סיי זכרים, און סיי נקיבות?
פון הל' נדה איז משמע אז פרויען האבען נישט געהאט קיין אונטערהויזען?
ווייסט איינער און וועלעכע צייט מ'האט אנגעהויבען גיין דערמיט?

איך רעד נישט פונעם מחלוקת הפוסקים, רש"י רבינו תם, פני יהושע,
איך רעד דער עצם רעיון פון אונטערהויזען, ווער איז דער עפינדיר דערפון?

לויט וויקי (<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Undergarment">http://en.wikipedia.org/wiki/Undergarment</a>) איז עס געווארן מיט 7000 יאר צוריק!
שוין, איך האב נאר גערעדט פון אינטערוועש, און איך האלט שוין באלד ביי כפירה, ה' יצילנו. מיין רבי אין חדר איז געווען גערעכט, מ'רעדט נישט פון די זאכן.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:53 pm

· #146596
וועלעכע הייזער זענען יא אונטער אן עיקול, און פארוואס? וואס איז די מעשה דארט? גיב ארויס... איר רעדט אזוי רמזים'דיג...
📎 Image (24).jpg

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:01 pm

· #146601
אין די צייטונג איז געווען די וואך א קאפי פונעם עיקול בית דין. נישט געשטאנען צו קלאר פארוואס.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:02 pm

· #146602
שוין עטליכע וואכן אויך אין איד

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:05 pm

· #146604
זעהט אויס קאווע ליינט נאר די בלאט, דארט איז נישט געווען.
(אדער ווילן זיי נישט לייגן אין בלאט ווייל זיי זענען הולכי ערכאות (: )

ידיד » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:34 am

· #146656
וואס פונקטלעך מיינט א שעה "אנדערטהאלבען"???? און פון וואנעט שטאמט עס

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:39 am

· #146657
ידיד
וואס פונקטלעך מיינט א שעה "אנדערטהאלבען"???? און פון וואנעט שטאמט עס

יבוא ידיד, ידיד בן ידיד... שלום עליכם.

לכאורה שטאמט דאס פון די" אנדערטהאלבן "פונט ברויט וואס מיין מאמע האט מיר געשיקט קויפן...
אין מיינע צייטען האט גערעדט געשעפטס מאן געשניטן די ברויט

שלום על ישראל » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:01 pm

· #146759
קעגן די נעט
מיט וועלכע איז די ביליגסטע צי שיקן א קליין באקס פין וויליאמסבורג קיין קרית יואל , פעדעקס יופיעס אדער יו עס פי עס ?

אונטער צוויי פונט איז יו.יס.פי.עס. פריאריטי די ביליגסטע (אויסער ערשטע קלאס וואס איז נאך ביליגער אבער שטייטליך). העכער צוויי זענען די אנדערע צוויי ביליגער.
סאשי פיש
עס איז דא היימישע מעזענטשער סערוויס פאר 10 א באקס

אויב היימישע מעזענטשער סערוויס מיינט "אפסטעיט", בעט איך אייך: ניצט אים נישט! ער מאכט די פעדעקס דרייווערס אויסקוקן ווי מענטשן...

נצבד » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:36 pm

· #146823
עניוועי גייט נישט קיין ניק אין גהינם,פאר לשון הרע און שעדיגען א צווייטענס איד'ס פרנסה,אין זיכער האט קיין ניק נישט קיין געפיהלען.
סוי פארוואס נישט שיקען דעם ניק צו טאן די שמוציגע ארבעט,אנשטאט עס אליינס צו טאן.

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 3:00 pm

· #146826
וואס איז פשט פון עקספיירעישאן דעיטס אויף קיופאנ'ס?

איך פארשטיי אז עס איז צומאל א סיעזאנעל אייטעם אדער א שוואכער פראדוקט וועלכע מען וויל פטור ווערן ביז א קורצע צייט, אבער אסאך מאל איז עס בכלל נישט אזוי, סיי אין געשעפטן ווי סטעיפלס און אפיס דיפאו, אדער די ביליגערע קייט-געשעפטן ווי קאסטקאו און בי.דזשעי'ס האבן צב"ש פעמפערס אדער קאפיע פאפיר פאר ביליג מיט א קיופאן, און לאמיר זאגן עס עקספייערט 8/31, אויב קום איך א טאג דערנאך וועט דער קיופאן מער נישט זיין גילטיג, קענסט רעדן צום לאמפ, וראה זה פלא, 5 טעג שפעטער האבן זיי נאך א קיופאן פאר די זעלבע זאך, און אזוי חוזר חלילה, עס גייט איבער ווי א גלגל החוזר. זיי מאכן משוגע חוץ די קאסטומערס אויך זיך אליין. צו ואס פעלט דאס אויס?

דבילה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 3:05 pm

· #146828
שמעקעדיג

אזוי האבן זיי קאנטראל אויף ווי לאנג זיי ווילן די סעיל. דאס גיבט זיי די מעגליכקייט פריש דן צי זיין נאך יעדן עקספירעישען דעיט.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 5:00 pm

· #146860
קאווע טרינקער
ידיד
וואס פונקטלעך מיינט א שעה "אנדערטהאלבען"???? און פון וואנעט שטאמט עס

יבוא ידיד, ידיד בן ידיד... שלום עליכם.

לכאורה שטאמט דאס פון די" אנדערטהאלבן "פונט ברויט וואס מיין מאמע האט מיר געשיקט קויפן...
אין מיינע צייטען האט גערעדט געשעפטס מאן געשניטן די ברויט

וואס? אזוי אלט ביסטו, פון פאר סלייסד ברעד".

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 7:43 pm

· #147159
ווייסט איינער אויב פיטער העלפט פאר א באל א וואנד ?

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 8:07 pm

· #147171
נולד מאוחר
ווייסט איינער אויב פיטער העלפט פאר א באל א וואנד ?

ווען ס'איז פארפרוירען.

אליצפן » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 8:10 pm

· #147173
וואס מיינט דער אויסדרוק דא אין שטיבל ''פלוני האקט''?
אז ער האקט אין קאפ דהיינו ער רעדט שטותים?

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 8:12 pm

· #147175
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4330">viewtopic.php?f=7&t=4330</a><!-- l -->

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 8:12 pm

· #147176
קאווע טרינקער
נולד מאוחר
ווייסט איינער אויב פיטער העלפט פאר א באל א וואנד ?

ווען ס'איז פארפרוירען.

מכלל הן אתה שומע לאו?

קאמענטירער » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 7:57 pm

· #147484
פוו ווען מוויל רופן - ע״פ רוב ביי גרויסע געשעפטן- דארף מען דרוקען די נומ. 9 בעפאר מלייגט אריין די טעלפאן נומ.?

משה געציל » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 8:39 pm

· #147499
ווענד זיך וואספארא פאן סיסטעם זיי האבן, ע"פ רוב יא.
בד"וו בעפאר דו רופסט מאך זיכער אז עס איז געפילטערט.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 9:38 pm

· #147518
פארוואס ווערט די קאפ שווער ביי די זייטן ווען מ'זוכט עפעס אונטערען בעט וכדומה?

אביגדור » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 9:44 pm

· #147520
רויטע וואנצעס
פארוואס ווערט די קאפ שווער ביי די זייטן ווען מ'זוכט עפעס אונטערען בעט וכדומה?

לחץ דם גבוה.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 9:59 pm

· #147536
איך האב עס שוין פון אלס קליין קינד. גראדע בין איך פונקט היינט געווען ביים דאקטער אלעס איז פיין ב"ה. אפשר רעדן אונז פון צוויי אנדערע זאכן הער דאקטער.

נ.ב. איך הייב אן טראכטן אפשר ביסטו גאר אלטער משה קעסלער, א באבובע דאקטער!! 😂

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 10:14 pm

· #147546
ווי אזוי טייפט מען נקידות ווען מטייפט אידיש? למשל http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=23&t=4664
קען איך עס טאן מיט מיין פאן?

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 10:57 pm

· #147557
עס איז פאראן א עפפ פאר דעם. דארף מען נאכטשעקן דעם נאמען.
געדענק אבער אז דא אין שטיבל לייענט זיך בעסער אן נקודות.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 11:01 pm

· #147558
וועלכע פאון? דאָ הָאסטוּ אַ סֵייט וואָס דוּ קֶענסט פּראָביִרן אוֹיף עֶנִי פאָון, טייפ דארט און קאפי פעיסט. אבער כ'געדענק זיך אז ענדרויד האט קיבאורדס מיט דעם אפשען, און א jailbroken iPhone האט אויך.

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 11:40 pm

· #147570
ווי אזוי טוט מעו עס אויפן pc?

ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 11:49 pm

· #147573
<a class="postlink" href="http://www.nakdan.com/Nakdan.aspx">http://www.nakdan.com/Nakdan.aspx</a>

<a class="postlink" href="http://www.nikuda.co.il/">http://www.nikuda.co.il/</a>

ידיד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 11:38 am

· #147698
וואס מיינט P/C ביי אנפאנג פון א טעקסט מעסעדש ע"פ רוב ביי פארווערדעד מעסעדשעס פון נייעס אפדעיטס?

משולם שטיינפעלד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 11:52 am

· #147703
קאפי פעיסט, אז דער וואס ברענגט עס איז נישט דער אריגינעלער שרייבער דערפון, נאר ער האט עס באקומען, און ער שיקט עס ווייטער

קאמענטירער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 8:45 pm

· #147900
מארגען צונאכטס גייט מען אי״ה איינטינקען די חלה אין האניג
מיין וואונדער איז וואס ס׳פשט אין די טראדיצינאלער האניג לעפיל? סאיז דאך ניטאמאל א בית קיבול צו וואס האט מען עס גענוצט?

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 2:26 pm

· #148610
ווי אזוי מאכט א קאמפאני ריסוירטש?

רוב מאל ווען איך זעה א געוויסע פראדוקט, ובפרט אויב איז עס געטשענדזשד געווארן אויף א געוויסע אופן פון א פריערדיגע ווערסיע, וועלן זיי לאזן וויסן דעם המון עם אז נאכן מאכן אסאך ריסוירטש האבן זיי געמאכט דעם שינוי וכו'. איז מיין שאלה, ווי אזוי מאכן זיי ריסוירטש?

איך, למשל, האב שוין געקויפט הונדעטער סארטן אייטעמס אין מיין לעבן, פון געדזשעטס, אויטאס, ביז סטיריא שפילערס, און כל מיני זאכן אינצווישן וואס א געווענליכער מענטש קויפט, און פילע פון דעם האב איך געהאלטן קען נוצן א פארבעסערונג דא און דארט, און איך וואלט זייער געקענט באשטיין אז א קאמפאני זאל זיך מיט מיר פארבינדן, אדער לכה"פ שיקן אויף דער פאסט א "קוועסטשאנער", מיט שאלות ווי אזוי איך בין צופרידן און וואס לדעתי קען מען בעסער מאכן? (צומאל פרוביר איך זיי אליינס אנצורופן, אויב שייך).

למעשה האב איך נאך אזוינס קיינמאל נישט ערהאלטן. איז מיין שאלה, ווי אזוי טוען די קאמפאניס ריסוירטש אויב נישט קאמיוניקירן מיט די קאסטומערס?

שליח » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:28 am

· #148822
usability testing איז א גאנצע געביט מיט עקסטערע עקספערטן. ארויסשיקן א פראגע-בויגן פאר יעדעם איז אומפראקטיש און וואלט געברענגט אומפונקטליכע מסקנות, פירט מען ליבערשט אויס קאנטראלירטע שטודיעס אין ספעציעלע לאַבאָראַטאָריעס. אייערע שאנסן אויסדערוועלט צו ווערן פאר אזא שטודיע זענען מסתמא קלענער ווי אייערע שאנסן צו געווינען דעם לאטעריע. דאס איז א שו"ת סייט בעניני usability און user experience.
אבער א גוטע קאמפאני וועט זיין אינטערעסירט אין אייער מיינונג סייווי, איר קענט זיי מסתמא רופן אויפן טעלעפאן אדער שיקן אן אימעיל.

(דאס איז אויב רעדט איר פון זאכן וואס ווענדן זיך אינעם באנוצער, ווי פראקטישקייט פון באנוץ. אנדערע זאכן, למשל וויפיל וויטאמין D אריינצולייגן אין א מולטי-וויטאמין, ווענדן זיך אין אנדערע סארט פארש-ארבעט, און די בעסערע אדער גרעסערע קאמפאניס האבן געווענליך באזונדערע פארשער לזה).

I'm back » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:55 pm

· #149082
וואס איז דאס זמן קניש ?
רז'ל טיילט קנישעס ?
איז דאס א סאטמארער מנהג פונדערהיים?
2013-09-10_20-52-44_1.jpg

MickyMouse » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:49 pm

· #149111
ער האט לכאורה געוואלט שרייבן ׳זמן כניסה׳.
Knisa.
קען זיין אז זיין autocorrect האט עס פאראכטען צי knish.

קאמענטירער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:45 pm

· #149189
משמועסט דא אז היפסטערס קוקען אויס ענליך צו חסידים, ווער זענען די ״היפסטערס"? און וואו וואוינען זיי? און וואס איז זייער אנגענדע?

I'm back » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:53 pm

· #149197
MickyMouse
ער האט לכאורה געוואלט שרייבן ׳זמן כניסה׳.
Knisa.
קען זיין אז זיין autocorrect האט עס פאראכטען צי knish.

נעה, איך גלייב נישט אז ס'איז א טייפאו...

משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:03 pm

· #149213
I'm back
וואס איז דאס זמן קניש ?
רז'ל טיילט קנישעס ?
איז דאס א סאטמארער מנהג פונדערהיים?

ני"ן יתירה. צ"ל קיש, כמנהג חסידים ואנשי מעשה שהולכין לנשק ידי רבותיהם בימי הרחמים והרצון כדי לערבב השטן.