☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

ירח בן יומו » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:17 pm

· #312715
עס איז געווען מער אזוי ווי די אגודה אין אמעריקע היינט
אפשר אביסל שטערקער ווייל זיי האבן יא געהאט א דעפאטאט אין סייים

געוואלדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:25 pm

· #312717
און אויך געהאט מער שטריימלעך צווישן זייערע שורות.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 5:42 pm

· #312766
ס'איז די אלע זאכען, נאר טיפער. ווי איך האב געליינט, איז דער אידישע קהלה געווען זייער מאדנע צווישען די קריגען, וואס האט זיך באמת אנגעהויבען פאר'ן קריג. פאר תרע"ד איז שוין געווען דער השכלה באוועגונג און פולען שוואונג. יעדער איינער מיט א ביסל שכל און כח גברא, האט זיך געזוכט אויסצוארבעטען זיין אינטעלעקט. אדער האט ער עס געטוהן אין לערנען תורה, אדער אין אלגעמיינע בילדונג. די אלע וואס זענען געלאפען פאר אלגעמיינע בילדונג זענען געווען פון די משכילים וואס האבען אראפגעקוקט אויפ'ן ברייטער ציבור און זיי פראבירט איבערצופארמ'ן אין זייער שטייגער. למעשה זענען זיי געווארען די ווארטזאגער'ס צום רעגירונג און אין קהלה, ווייל זיי זענען דאך געווען קלוגער ווי דער עמך איד, און דער ת"ח האט דאך געוואלט בלייבען אין ביהמ"ד.
ביים וועלט'ס קריג, רוב רבנים זענען אנטלאפען. די לייצע'ס פון די קהלות זענען געווען אין די הענט פון די משכילים, און זיי האבען געגרינדע'ט חדרים (תרבות שולע'ס) א. א. וו.. די ערליכע זענען נאכאלס געווען די רוב פון די נומער'ן פון מענטשען אין שטאט, אבער די פיהרער'ס זענען אלע נישט פרום געווען, און אויפ'ן בעסט'ן אופן זענען זיי געבליבען שומתומ"צ אבער זייער קינדער זענען אויפגעהאדעוועט אינגאנצען פריי.
דער מזרחי איז געווען דער איינציגסטע פארטיי וואס האט מאחד געווען א גרויסע כח הרבים למען שמירת תומ"צ. אבער זיי האבען דאך געהאט נאנטע בינדונגען מיט די פרייע פארטייען, און סאך האבען מורא געהאט אז די בינודונג וועט בלייבען שטערקער ווי די פארטיי בינדונג צו תורה. געדענק, א שותמ"צ וואס וויל לויפען פאר'ן שטאטראט אדער קהלה איז נאך אלס א זעלטענהייט געווען, דעריבער האט מען לייכטער געקענט אריינשטעלען א טיכטער מאדערנער\פרייע ווי א פרומע. רוב רבנים אין ליטא און פולין זענען געווען מיט'ן מזרחי, נישט וועגען ארץ ישראל צו וואס, נאר ווייל למעשה פאליטיש האט עס געשטימט. דאס איז גילטיג אפי' ביי גדולי ישראל, א שטייגער ווי דער דבר אברהם, דער מרחשת און נאך.
דער אגודה האט געוואלט מאכען א נייעם טיילונג, ד.ה. אז אלע פרומע קהלות זאלען נוצען זייער כח הרבים אריינצושטעלען א כח און א בנין ארויסצוהעלפען יעדער שטאט זיך איינצוארדענען א פרומע פיהרשאפט. דאס האט געדארפט העלפען גרינדען מוסדות התורה על דרך התורה, און אויך לגבי דער רעגירונג באהאנדלונגען און יעדער שטיק עסקנות וואס האט אויסגעפעלט.
למעשה איז דער גרעסטע הצלחה פונ'ם אגודה איז געווען אין עפענען מוסדות החינוך. דער נעץ פון חורב שולע'ס האט אפגעראטעוועט טויזענטער קינדער פון תרבות שולע, און די בית יעקב מוסדות האבען אפגעראטעוועט די מיידלאך. אן דעם וואלט'ן די מיידלאך געגאנגען בלויז אין פאבליק סקול (דער אלטע מנהג פון בלייבען אינדערהיים איז סייאווי נישט געווען פראקטיש, אזוי ווי דאהי אין אמעריקא, ווי ס'איז נישט מעגליך אנצוהאלטען דער אלטע. דער ברירה איז אדער פאבליק סקול אדער א אידישע סקול, און אין דעם דארף קיין שום ספק נישט זיין). איך האב אמאל געליינט א באריכט וואס מ'האט ארויסגעגעבען ביים תרצ"ז כנסיה גדולה וויפיל חדרים און מיידעל שולע'ס מ'האט אויפגעשטעלט. א חבר מיינע פארציילט אז זיין טאטע איז פון א שטאט אין ליטא, וואס דארט איז געווען א חורב שולע, אבער די קנאים דארט האבען עס געקעמפט ווייל ס'האט געהאט לימודי חול און גע'עפענט אן אייגענעם. צום סוף זענען ביידער צוזאמען געפאלען און אלע קינדער זענען געגאנגען אין תרבות שולע. בקיצור ס'האט שטארק אויסגעפעלט.
אלו תמצית הדברים אויפ'ן שפיץ גאפעל

chusid » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 7:43 pm

· #312800
איז נישט געווען א טיילונג דורך די חתם סופר?
די ציונים פלעגן אויסהאלטן די תרבות שולע'ס? ווייל וויקיפידיע שרייבט אז ווען זיי האבן נישט געוואלט שטיצן פרימע אין יאר 1912 דעמאלטץ האט זיך אגודה געגרינדעט

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:34 pm

· #312813
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נישט דוקא די ציונים, אבער די פרייע אידען. ס'איז שווער זיך אריינצולייגען אין יענע מצב היינט. ציונים מיינט לאו דוקא שלש שבועות. ס'איז ארגאניזירטע אידען וואס פאלגען נישט דער תורה

ירא שמים » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:49 pm

· #312819
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די טיילונג איז געווען אין דייטשלאנד דורך רש״ר הירש און שפעטער אין אונגארן כמיין אז נאכן חת״ס אין פוילן גאליציע איז נישט געווען קיין טיילונג.

mevakesh » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 7:08 pm

· #313508
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איז דא א וועג צו ארויפסיינען אויף טעלעגראם און די קאנטאקטס זאלן נישט באקומען דעם נערישען נאטיפיקעשאן?

ישראל קאפקע » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 1:20 am

· #313581
.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 6:01 am

· #313586
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נישט מאדזיץ נאר מעליץ

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 6:04 am

· #313588
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ירא שמים
די טיילונג איז געווען אין דייטשלאנד דורך רש״ר הירש און שפעטער אין אונגארן כמיין אז נאכן חת״ס אין פוילן גאליציע איז נישט געווען קיין טיילונג.

דאס זיך אפטיילען קומט פון דייטשלאנד, אבער דער באוועגונג פון טיילונג איז אן אונגארישער ערשיינונג. דאס זיך באהעפטען מיט אלע אנדערע ארטאדאקסישע געמיינדע'ס אינאיינעם אין א פאליטישע ארגאניזאציע וואס רעפרעזענטירט איהר מיטגעלידע, וואס דאס האט דער אגודה געטוהן, איז אין אונגארן שוין געווען פון פריער.

נהורא נפישא » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:14 pm

· #314360
We are all aware that many of the hasidic rebbes use to smoke the pipe which was even considered to be a very holy task in which they were often carried away in a highly spiritual state, take for instance the holy Tzanzer Rov who use to smoke the pipe on a regular basis, ( couple that with the fact -as recorded- he only slept 2 hours per night) my question is to those who are familiar with the history of smoking, especially in Europe at that time what kind of material were they using then, was it regular tobacco leaves or perhaps some hallucinating material.
?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:40 pm

· #314366
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פרעג אלי וויזעל

נהורא נפישא » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:47 pm

· #314367
Eli Weizel was born in sighet only ninety years ago, Perhaps he does know

בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:59 pm

· #314371
און וואסערע זייף און שעמפא האבן זיי גענוצט?

נהורא נפישא » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:02 pm

· #314373
They didn't

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:03 pm

· #314374
אבסיל געזוכט אינפא. דא איז א בוך “Cannabis Chassidis” פון איינער וואס שרייבט אז ס'איז געווען מארוכאנא. דארף מען לייענען דעם בוך צו זעהן צו ער רעדט צום זאך.


דא איז א אינטערוויו מיט'ן מחבר: <a class="postlink" href="http://www.timesofisrael.com/were-europes-great-rabbis-a-bunch-of-potheads/">http://www.timesofisrael.com/were-europ ... -potheads/</a>

נהורא נפישא » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:05 pm

· #314376
Wow pretty interesting

mevakesh » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:07 pm

· #314377
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פון דער ארטיקל קוקט נישט אויס אז ער האט ער געפארשט נאר מער אזויוי wishful thinking
http://www.nrg.co.il/online/55/ART1/895/137.html

The authors blog?
http://cannabischassidis.blogspot.com/?m=1

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:10 pm

· #314378
גוגל:
what did hasidic rabbis smoke in europe. אסאך אינטערעסאנטע לינקס.
מ'דארף בורר זיין הפסולת מתוך האוכל. טייל זענען ישראלי מידיא בלאזעריי.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:30 pm

· #314382
Come on, די גאנצע באהויפטונג זיינע, איז באזירט אויף
there is an oppinion circulating...

??

דער נאמען פונעם ביכל, "Cannabis Chassidis" איז אייזן. (חסידיס דארף ווען קומען מיט א קליינער סי, דאכט זיך).
😛

chusid » מאנטאג יאנואר 4, 2016 11:41 am

· #315927
אין ליכט פון די צוויי הערליכע אשכולות איבער די שפאלט צווישן די מינים וויל איך נאכאמאל אויפברענגען מיין שאלה.
לפנים קוקט אויס ווי פרויען זענען נישט אזוי קלוג ווי מענער, עס איז דא זייער ווייניג פילאזאפן ,סייענטיסטן און אינטעלעקטואלן צווישן זיי...עפעס פארט אנדירש אין זייער מח, אין סאציאל מידיע טרעפט מען סאך ווייניגער קלוגע תגובות פון זיי וכו וכו'. למעשה אבער איז נישט אנגענימען אז זייער איי-קיא איז נידריגער ווי מענער , איז וואס יא? וואס איז דאס דע נישט טיפקייט? איז דאס נאר א נאטור אז זיי ארבעטן מער מיט געפיל ווי מיט מח? קוקט נישט אויס אזוי ווייל אפילו ווען זיי רעדן יא עמקות איז עס אויכט נישט ווי א מאן .

בן אדם » מאנטאג יאנואר 4, 2016 11:55 am

· #315930
אין חכמה לאשה אלא בפלך (גמ' מגילה)
חכמת נשים בנתה ביתה
בינה יתרה ניתנה באישה יותר מבאיש (נדה מ"ה)

דוק ותשכח » מאנטאג יאנואר 4, 2016 12:40 pm

· #315948
chusid
אין ליכט פון די צוויי הערליכע אשכולות איבער די שפאלט צווישן די מינים וויל איך נאכאמאל אויפברענגען מיין שאלה.
לפנים קוקט אויס ווי פרויען זענען נישט אזוי קלוג ווי מענער, עס איז דא זייער ווייניג פילאזאפן ,סייענטיסטן און אינטעלעקטואלן צווישן זיי...עפעס פארט אנדירש אין זייער מח, אין סאציאל מידיע טרעפט מען סאך ווייניגער קלוגע תגובות פון זיי וכו וכו'. למעשה אבער איז נישט אנגענימען אז זייער איי-קיא איז נידריגער ווי מענער , איז וואס יא? וואס איז דאס דע נישט טיפקייט? איז דאס נאר א נאטור אז זיי ארבעטן מער מיט געפיל ווי מיט מח? קוקט נישט אויס אזוי ווייל אפילו ווען זיי רעדן יא עמקות איז עס אויכט נישט ווי א מאן .


איך האב לעצטנס אסאך געליינט וועגן איי קיו ווס. אי קיו.
א פרוי פארשטייט געפיליש בעסער א צווייטן.
די קענסט האבן א ריזיגן איי קיו אבער נישט קענען לידן קיין מענטשן אדער פירן א פראדזשעקט אויב די פארשטייסט נישט דיך אליינס און כל שכן א צווייטן.
So, women might operate more from an EQ level

Carly Fiorina had problems in HP probably because she had no idea how to work with other people. She is brainy.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 4, 2016 12:43 pm

· #315950
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אלי וויזעל באשרייבט דער בעש"ט'ס לולקע אז ס'איז נישט פיל געווען מיט טאבאק, נאר עפעס אנדעריש. דאסנאיז זיין פאנטאזיע"ס, נישט געבויט אויף וויסענשאפט.

וכדומה.. » מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:59 am

· #316902
.

וזרח השמש » מאנטאג יאנואר 11, 2016 3:25 am

· #316903
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
,

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 17, 2016 9:52 am

· #317739
איך וויל וויסן, און אויך פארשטיין
פון וואנענט נעמען די גוים כוח צו שטיין
אויסגעשורה'ט אין א ענדלאזע ליין
ווען איך איד, וועט מוותר זיין
אויף מיין קאווע, און ענדרעשט אוועק גיין

יהושע חיים » זונטאג יאנואר 17, 2016 9:58 am

· #317740
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די זעלבע סיבה וואס זיי קענען איינזיצן אויף א פליגער אכט צו מער שעה און אידאלעך האבן אזאלכע בלאטערן אויף זיץ און יעדער האלבע שעה דארף מען עס לאזן אטעמען (איך האב נישט גענפערט נאר ציגעלייגט צום שאלה און אויב וועסטו טרעפן אן ענפער אויף דעם וועט דאס אפשר זיין גילטיג אויף דאס)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

ביליג » זונטאג יאנואר 17, 2016 10:57 am

· #317749
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עפ"י קבלה ווערט געברענגנט אז א גוי האט נאר א נפש אזויווי א בהמה (עם הדומה לחמור) און א יוד האט אויך א רוח ( וְרוּחַ וּנְשָׁמָה שֶׁנָּפַחְתָּ בְּאַפֵּינוּ)
דאס טרייבט אונז ווי משוגע!
מיין ארבייטער האט מיר געזאגט אז ער איז געשטאנען 10 שעה אויף ליין אריינצוגיין צו א מעזיום פארגאנגענע שבת !

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 19, 2016 1:52 am

· #318035
ליטוואק פון בודאפעסט
אלי וויזעל באשרייבט דער בעש"ט'ס לולקע אז ס'איז נישט פיל געווען מיט טאבאק, נאר עפעס אנדעריש. דאסנאיז זיין פאנטאזיע"ס, נישט געבויט אויף וויסענשאפט.

ראו מה בין בני לבן חמי...!
רבותיי קוקטס און זעהט דעם חילוק פון א ליטוואק (וועלכער גלייבט נישט אין חסידות און רעבעס). און , להבדיל, אן אפיקורס. א כופר בעיקר, ר"ל.
דער ליטוואק (פון בודאפעסט. אדער אפילו פון ווארשע.) וועט זיך נישט דערוואגן צו זאגן אז דער קוה"ק דער בעש"ט זי"ע האט געהאט מאריחואנא אדער אנדערע דראגס אין זיין לולקע. אבער דער אפיקורס און כופר בעיקר פון די שטאט סיגעט, יא...!

יהושע חיים » דינסטאג יאנואר 19, 2016 8:58 am

· #318045
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס האט חשיש מיט כפירה?
וואס האט חשיש מיט עהרליכקייט?
וואס האט חשיש מיט צדקות?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נהורא נפישא » דינסטאג יאנואר 19, 2016 9:50 am

· #318049
ר' בערל, איר ווייסט אפשר נישט פון א גמרא מפורשת, שלשה מרחיבין דעתו של אדם, אשה נאה, דירה נאה, ומריחונאה. די מהרש"א איז טאקע גורס מחריבין דעתו של אדם, אבער ס'איז נישט קיין סתירה, צדיקים ילכו בם ורשעים יכשלו בם.

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 19, 2016 1:11 pm

· #318078
ווייסט איינער די קלארע מקור פון נישט אריינלייגן די פינגערס פון איין האנט אין די צווייטער האנט? איז דאס וואר אז שדים פליען אריין אין די פינגערס? עס קרענקט מיך יעדעס מאל. איך וויל דאס שוין איינמאל פאר אלעמען שליכטן.

יהושע חיים » דינסטאג יאנואר 19, 2016 1:21 pm

· #318080
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עס קומט פון די קריסטן I'll keep my hands crossed איך וועל האלטן מיינע הענט געקרייצט וד"ל

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 19, 2016 1:29 pm

· #318081
יהושע חיים
עס קומט פון די קריסטן I'll keep my hands crossed איך וועל האלטן מיינע הענט געקרייצט וד"ל

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

דו רעדסט פון עפעס אנדערש, דאס מיין איך איז מער אלס א וואונטש.

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 19, 2016 2:00 pm

· #318088
דא האסטו אפאר מקורות

זוה"ק ויקרא
אבל תא חזי, כל זמנא דבר נש חטי קמיה דקודשא בריך הוא, אית דרגא דאשתמודעא לעילא לקבל האי חטאה, לדיינא ליה לבר נש, ואסתכל (ס"א ואסתכם) עליה, אי תב בתיובתא שלימתא קמי מאריה, אתעבר חוביה, ודינא לא שלטא עלוי, ולא מאטי עלוי, אי לא תב, אתרשים ההוא חטאה לגבי ההוא דרגא, אוסיף למחטי, הא דרגא אחרא אזדמן לקבליה, ואסתכם בדרגא קדמאה, כדין בעיא תשובה יתיר, (ואי לא תב) ואי אוסיף למיחטי, אוסיף דרגא על דרגא, עד דאשלים לחמשה דרגין. כיון דאתתקן ימינא לקבליה, ואסתכם עליה, הא שמאלא זמינא לאסכמא בימינא ולאתכללא ביה, כיון דשמאלא אסתכם בימינא, כדין לא תליא בתשובה, והא אוקמוה, וכדין כלא אסתכמו עליה בדינא, ודינא שריא עליה. וכד דינא אשתלים ושריא עליה דבר נש, כדין אסתיים, ואתתקנו אצבען חמש בגו חמש, ימינא בשמאלא, לאחזאה דהא כלא אסתכמו עליה בההוא דינא, וידוי מתישרן לאחזאה מלה, בלא כוונה דבר נש, ולא יתכוון ביה,


דהיינו ווען א מענטש טוהט דאס שלא בכוונה מיינט דאס אז די חסד און גבורה האבן זיך פאראייניגט אז עס קומט איהם א שטראף,

שער המצות מהאר"י הק' ריש פרשת עקב וז"ל
אסור לאדם לחבר ולשלב אצבעות יחד ימינו עם אצבעות יד שמאלו כמו שנוהגים בני אדם לעשות לפי תומם דרך מקרה, והטעם הוא לפי שהם כוחות עליונים ימיניים ושמאליים ואין לערבם

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 19, 2016 2:25 pm

· #318093
שוין, האבן מיר נאך אזאך מיט וואס צו זיין שטאלץ אלס א איד.. עס איז זאך וואס קומט אויס אפאר מאל כמעט יעדן טאג צו טאן. שכוח פאר די מקור. ווייסט מען צו מען האט עס אנגענומען איבעראל מיט א ערנסקייט, אדער עס איז בלויז א תורה?

שלום על ישראל » דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:22 pm

· #318097
פרייוויליג
ווייסט איינער די קלארע מקור פון נישט אריינלייגן די פינגערס פון איין האנט אין די צווייטער האנט? איז דאס וואר אז שדים פליען אריין אין די פינגערס? עס קרענקט מיך יעדעס מאל. איך וויל דאס שוין איינמאל פאר אלעמען שליכטן.
20150830_081443000_iOS.jpg 200973_1527533344_ttt.gif אלימלך-בידערמאן.jpg זלמן-לייב-טייטלבוים.JPG יוסף-שלוםאלישיב.JPG

שלום על ישראל » דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:24 pm

· #318098

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:25 pm

· #318099
דו ביסט גוט, 👍 פון וואו איז די קאלעקציע?

שלום על ישראל » דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:50 pm

· #318103
געוואלדיג
דו ביסט גוט, 👍 פון וואו איז די קאלעקציע?

פון מיין דיג'יטאלע ביבליאטעק

שלום על ישראל » דינסטאג יאנואר 19, 2016 4:06 pm

· #318104
אאפס. געטראפן נאכאיינס.
200973_1527533344_ttt.png

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 19, 2016 4:07 pm

· #318105
וואו האסטו געסוירטשט פאר די בילדער?

שלום על ישראל » דינסטאג יאנואר 19, 2016 4:08 pm

· #318106
געוואלדיג
וואו האסטו געסוירטשט פאר די בילדער?

כ'האב עס אמאל אוועקגעלייגט.

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 19, 2016 4:22 pm

· #318107
זאכן וואס כ'וויל וויסן
זע איך אז עס האט אויך געגריצעלט פאר שלום על ישראל איבער דעם.. ומי לנו גדול פון הרב אלישב זצ״ל וואס האט לכאו׳ נישט מקפיד געווען דערויף.

שמערל » זונטאג יאנואר 24, 2016 7:12 pm

· #318830
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איך האב עווערנאוט אויף מיין ענדראויד און עס קאסט נישט קיין געלט, ווי אויך פלעגט איך עס האבן אויף מיין קאמפיוטער אומזיסט.

גוגל דאקס אדער גוגל keep, קען אויך זיין א אפציע.

ירא שמים » זונטאג יאנואר 24, 2016 7:26 pm

· #318834
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אינטערעסאנט מיין עקספיריענס זאגט אז 1 נאוט סאפארט היברו בעסער ווי עווערנאוט.

דריידל » דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:08 pm

· #319127
ווען איז נולד געווארן די טיטול גאב"ד?

לפי ידיעתי איז די עדה החרדית געווען די ערשטע צו נוצן דעם טיטול פאר זייער רב. ס'ליגט מיר עפעס אין זכרון אז כ'האב עס געזעהן אויף רב בענגיס ז"ל.

ביז תש"ס געדענק איך נישט אז נאך איינער זאל ניצן דעם טיטול. ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די מחלוקת אין סאטמאר, האט מען זיך צוגעכאפט דערצי אין באקרוינט די געוועזענע קרית יואל'ער רב אלץ גאב"ד ור"מ. זייט דעמאלטס ווערט עס מער פאפיולער און יעדער העלף דיסענט רב טראגט די נאמען מיט שטאלץ.

ירא שמים » דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:13 pm

· #319129
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מאת ה׳ היתה זאת מזאל זיי נישט רופן ירושלימער רב!

טמיר » דינסטאג פעברואר 9, 2016 10:46 am

· #320804
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פ"וו וויינען מענטשען ביי מושיבי עקרת הבית ווען מען ווייסט ניטאמאל וואס ס'מיינט?
אגב, אין מיין ביהמ"ד דאווענט א יונגערמאן וואס קרעכטצס כסדר ביים דאווענען, מיט בכיות נוראות. האב איך געקלערט wow אפשר זאל איך געבן א קוויטל. ביז איך הער עם איינמאל זאגן "ר' ישמעאל אומר" מיט גענוי די זעלבע בכיות. "כלל ופרט וכלל" און ער צואוויינט זיך...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92