☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 27, 2017 5:57 am

· #376935
צוריק אין די דורות פון וואנעט האט איינשטיין געשטאמט? פשוטע אידן? א רבנישע אדער גבירישע משפחה? האט איינער אמאל געלייענט דערוועגן ערגעצוואו?

בן אדם » דינסטאג יוני 27, 2017 9:34 am

· #376955
אן אייניקל פונ'ם רשכבה"ג דעם הייליגן מאיר נבונים זי"ע, און דוכט זיך אויך פונ'ם רבי ר' מיילעך זי"ע.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 27, 2017 9:57 am

· #376956
פארוואס רופט מען איבעראל איוואנקא טראמפ מיט איר טאטנ'ס לעצטע נאמען, הייסט זי נישט איוואנקא קושנער?

ביליג » דינסטאג יוני 27, 2017 10:16 am

· #376959
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
זי האט איר ברענד פון קליידער אויף די נאמען נאך פארן חתונה האבן מיט קושנער

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 27, 2017 10:21 am

· #376961
בן אדם
אן אייניקל פונ'ם רשכבה"ג דעם הייליגן מאיר נבונים זי"ע, און דוכט זיך אויך פונ'ם רבי ר' מיילעך זי"ע.

מקור?

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 27, 2017 10:42 am

· #376963
דו לץ. האסט געסוירטש קודם צו זיכער מאכן אז קיינער האט נאכנישט פארכאפט דעם נאמען? ווען דו האסט געזאגט רשכבהג האט דאס שוין אנגעצונדן א לעמפל.

בן אדם » דינסטאג יוני 27, 2017 12:17 pm

· #376976
שמעקעדיג
פארוואס רופט מען איבעראל איוואנקא טראמפ מיט איר טאטנ'ס לעצטע נאמען, הייסט זי נישט איוואנקא קושנער?

She doesn't deserve it

diff » דינסטאג יוני 27, 2017 2:06 pm

· #376995
שמעקעדיג
פארוואס רופט מען איבעראל איוואנקא טראמפ מיט איר טאטנ'ס לעצטע נאמען, הייסט זי נישט איוואנקא קושנער?

she never changed her name

אייז קריעם » דינסטאג יוני 27, 2017 6:22 pm

· #377029
פארוואס און 2017 האבן די פעמיניסטן נאכנישט פארלאנגט אז די מענער זאלן זיך רופן מיט די ווייב'ס לעצטע נאמען? פארוואס דארף זי זיך טוישן דעם נאמען, זאל ער.

diff » דינסטאג יוני 27, 2017 6:42 pm

· #377031
קענעך איינער וואסאט זייער געוואלט א נאמען געבען נאך רבינו יואל. אבער סגווארן א מיידל, האטער איר גערופן יָעֵל
לפ"ז הייסט זי יא ווי עם <a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%99%D7%95%D7%95%D7%A0%D7%A7%D7%94_%D7%98%D7%A8%D7%90%D7%9E%D7%A4">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%9E%D7%A4</a>

diff » דאנערשטאג יוני 29, 2017 12:27 pm

· #377198
ווי איז נעלם דער אשכול וועגען פאליש

סקרן » דאנערשטאג יוני 29, 2017 4:04 pm

· #377241
פאליש איז צוריק אפען כך שמעתי מיין קאמפיוטער לאזט עס נישט דורך אבער וי לאוזניים שכך שומעות

יואב » פרייטאג יוני 30, 2017 7:58 pm

· #377402
פארוואס איז דווקא דינסטאג דער טאג ווען אלע זאכן וואס פארבלייבן אין בית מדרש "ווערן" הפקר? האט עס עפעס צו טאן מיט פרשת המן, סעודת הושע בן בארי? כ'מיין אז אין יעדן בית מדרש איז עס דינסטאג.

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 2, 2017 2:29 pm

· #377480
פארוואס איז דא פארשטארקטע פאליציישע וואך ביי זי מענדל-וויזניץ ס'מדרש אויף 47?
זיי האבן מורא פון איינעם?

סמבטיון » זונטאג יולי 2, 2017 2:37 pm

· #377481
עס האט אוודאי א שייכות מיט די פראגראם וואס די וויזשניצע בחורים האבן אנגעזייעט אין באבוב נעכטן נאכט, לכאורה פון א נקמה מצד 48 חברה. אויב באלאנגט עס אין צימעס זאלן עס די גבאים אהין פירן.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 2, 2017 2:59 pm

· #377482
ס'ארבעט נישט אזוי: מ'שטעלט עפעס אן. און נאכדעם לויפט מען זוכן פאליציי שוץ.וואס זעמיר איטאליענער מאפיא אדער פארטא-ריקאנער גענגס...?!

יואב » דאנערשטאג יולי 6, 2017 2:47 am

· #378094
ווען וועלט איז געווען וועלט, אדער ווען וועלט וואלט געווען וועלט?

החוקר » דאנערשטאג יולי 6, 2017 8:21 am

· #378113
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עס ווענד זיך אין דיין בליק. אויב האלטסטו אז וועלט איז אמאל געווען וועלט ווי עס דארף זיין, נאר היינט איז עס ערגער געווארן, דעמאלטס איז ווען וועלט "איז געווען וועלט". טאמער קלערסטו אז די וועלט איז בעצם קיינמאל נישט גוט געווען, זאג ווען וועלט "וואלט געווען וועלט", ודו"ק

בן אדם » דאנערשטאג יולי 6, 2017 8:29 am

· #378114
ווען מ'רעדט מיט (נאסטלאלאגיע?) פון די אמעליגע פארגיינגענהייט נאר טיף אין הארצן וויל מען נישט משום איזה סיבה ס'זאל זיך יעצט איבערחזער'ן, זאגט מען 'ווען וועלט איז געווען וועלט'. און ווען מ'וויל פארשטעלן די אייגענע געבענשטע כשרונות להבדיל פון ס'איבריגע יושבי תבל, באנוצט מען זיך מיט די אנדערע לשון פון 'וואלט געווען'.

סקרן » זונטאג יולי 9, 2017 12:29 pm

· #378357
פארוואס האט מען אין שטיבל זיך נישט וויסנדיג געמאכט פונעם דאנצע נסיעה קיין פולין גערמניא רעביצין איוואנקא אויפ'ן טאטענ'ס בענקל זי טוויט אין שבת???????????
איז גיוס אזויפיהל אינטרעסאנטער??? צו זעהן ווי צוויי דריי חברה נעמען די גאנצע שטיבל אויף א רייד און קייען איבער די זעלבע זאכען נאכאמאל און........

בן אדם » זונטאג יולי 9, 2017 12:57 pm

· #378364
זייט ווען האלט זי שבת? איר מאן איז א א.ט.ד.

גרויסע מענטשעלע » זונטאג יולי 9, 2017 3:07 pm

· #378374
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
סקרן
פארוואס האט מען אין שטיבל זיך נישט וויסנדיג געמאכט פונעם דאנצע נסיעה קיין פולין גערמניא רעביצין איוואנקא אויפ'ן טאטענ'ס בענקל זי טוויט אין שבת???????????
איז גיוס אזויפיהל אינטרעסאנטער??? צו זעהן ווי צוויי דריי חברה נעמען די גאנצע שטיבל אויף א רייד און קייען איבער די זעלבע זאכען נאכאמאל און........


אויף וועלכע זייגער טוויט זי אין שבת זי איז דאך אפאר שעה געריקט

סקרן » זונטאג יולי 9, 2017 3:16 pm

· #378375
אה זייער גוט אפשר קען מען אויסרעכענען

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 9, 2017 3:38 pm

· #378380
לאזט איר שוין אפ. זי האט היתר גילטיג די קומענדיגע 4 אדער 8 יאר.

שבת אחים » מאנטאג יולי 10, 2017 5:42 am

· #378472
בן אדם
זייט ווען האלט זי שבת? איר מאן איז א א.ט.ד.


קענסטוך פרעגן אסאך בעסער

״זייט ווען איז זי א איד״???

איר מאן איז נישט קיין שום אטד! ער איז א ״ריפארמער איד״, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער:

אז מ׳נוצט די רעליגע ווילאנג סאיז זיי גרינג און באקוועם און מ׳איז נאר רעליגעז ווילאנג ס׳שטערט און שניידט נישט אראפ פון זייערע אנדערע באקוועמליכקייטן. און מעהר ווייניגער גייט מען אין טעמפל אלץ א פארבינדונג צו א ״קאמיונטי״ און ״סאושעל סטאטוס״.

א אטד מיינט איינער וואס איז אויפגעוואקסן פרום און אראפ פון דרך.

שבת אחים » מאנטאג יולי 10, 2017 5:47 am

· #378473
סקרן
פארוואס האט מען אין שטיבל זיך נישט וויסנדיג געמאכט פונעם דאנצע נסיעה קיין פולין גערמניא רעביצין איוואנקא אויפ'ן טאטענ'ס בענקל זי טוויט אין שבת???????????
איז גיוס אזויפיהל אינטרעסאנטער??? צו זעהן ווי צוויי דריי חברה נעמען די גאנצע שטיבל אויף א רייד און קייען איבער די זעלבע זאכען נאכאמאל און........


און וואסערע נייעס מיינסטו גייסט דארט הערן?

טראמפ איז געקומען קיין אייראפע און זיך גערצחט מיט יעדעם איינעם, און גערעדט שטותים מיט הבלים, ער האט געטוויט אינמיטן די נאכט... וכו׳ וכו׳

די גרויסארטיגע נייעס גייט דיר נישט ארויס פון די נאוניע? נאכמאל און נאכמאל?


אנדערש זאל מען רעדן פון אונזערע צדיקים ר׳ אהרן מסאטמאר, קאסאנער און פארשעי ווי זיי טעהנן זיך ווי קליינע קינדער אין חדר.

#מאי שנא???

בן אדם » מאנטאג יולי 10, 2017 6:57 am

· #378484
שבת אחים
בן אדם
זייט ווען האלט זי שבת? איר מאן איז א א.ט.ד.


קענסטוך פרעגן אסאך בעסער

״זייט ווען איז זי א איד״???


פאר די קומענדיגע דריי אהאלב יאר ווערט זי נאך פאררעכנט אלס א אידענע, נאכדעם, ווענד זיך וואס די רבנות וועט מחליט זיין...
שבת אחים


איר מאן איז נישט קיין שום אטד! ער איז א ״ריפארמער איד״, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער:

זיין טאטע איז נישט קיין ריפארמער. ער איז א מאדערן ארטאדאקס! (ס'דא אפאר דרגות ביי זיי, בעיקר די right wing און די left whing). אבער דזשערעד, אפי' לויט זיין משפחה איז ער לכה"פ א שטיקל א.ט.ד. (ער האט נאך א ברודער וואס איז אן עכטע א.ט.ד. וואס איז צוקריגט מיט דזשערעד און פלעגט גראדע מיטהאלטן די אנטי טראמפ פראטעסטן). פאר זיין טאטע האט עס אפי' געבאדערט אז ער האט חתונה געהאט מיט א גויטע.

diff » מאנטאג יולי 10, 2017 7:08 am

· #378485
אונז רופן זיך נישט ריפארם אפי מהאלט נאר דער ערשטע האלב פונם עשרת הדברות

בן אדם » מאנטאג יולי 10, 2017 7:13 am

· #378487
ארטאדאקס מיינט טאקע נאר אהאלבע עשרת הדיברות

newkave » מיטוואך יולי 12, 2017 10:00 am

· #378794
איך וויל וויסן וועלכע שפראך רעדט @diff?

ווען ער שרייבט א תגובה זעט עס אויס ווי ער האט געשריבן אין לאטייניש, דערנאך געטרענסלעיט צו רוסיש, פון דארט צו טשעכיש, פון דארט האט ער עס פארדרייט און געטרענסלעיט צו גריכיש, און אזוי ווייטער, ביז ער איז אנגעקומען צו עברית, האט ער געשריבן ראשי תיבות, און געמאכט גוגל טרענסלעיט צו אידיש.

איך אויך » מיטוואך יולי 12, 2017 1:20 pm

· #378816
יא ער דארף א שטיקל תיקון.

diff » מיטוואך יולי 12, 2017 2:19 pm

· #378819
ער איז יא כשר

געוואלדיג » מיטוואך יולי 12, 2017 11:30 pm

· #378896
איז דא יארן וואס עס איז נישט ערווארטעט א מאנגל אין יאנאווער אתרוגים?

הבל וריק » דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:04 am

· #378901
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווי אזוי זיצט יוסף פרץ הלוי ביללער אין אלע בתי מדרשים אויפאמאל?

מיין קאנספיראציע איז אז דער פון פאפא איז א דופּליקעט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 13, 2017 6:52 am

· #378915
איך אויך
יא ער דארף א שטיקל תיקון.

אבער ווען איך האב מעורר געווען דערויף בדרך צחות, האט מיר א געוויסע ניק געשריבן אז איך בין א טראלל...

איך אויך » דאנערשטאג יולי 13, 2017 8:59 pm

· #379022
שמעקי א טראלל??

איך קלער אז ער פראבירט פשוט צו זיין קיוט און נאכמאכן פליקער צו שרייבן פאונאטיק. אבער דיףף עס גייט נישט אזוי, פליקעריש איז א ספעציעלע שפראך וואס נאר דער ממציא פליקער אליינס קען. סאו פליז לייג אריין אביסל מחשבה און שרייב ווי א מענטש.

diff » דאנערשטאג יולי 13, 2017 9:24 pm

· #379025
באמת ווילך רעדן ניש שרייבן

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 14, 2017 5:20 pm

· #379100
וויל איך וויסן פארוואס קאווע שטיבל איז געווארן לעצטענס אביסל טיננעדדזשדעג?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 14, 2017 5:48 pm

· #379104
לאמיר ליינען עפעס אנדערש פון דיר. ווארט נישט אויף א צווייטן.

בן אדם » פרייטאג יולי 14, 2017 6:10 pm

· #379109
.

diff » מאנטאג יולי 17, 2017 2:13 pm

· #379299
איז דא באהאלטענע פארום'ס ווי די עליטע בארעדן די אנדערע

אייז קריעם » דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:28 pm

· #380578
הילערי קלינטון גיבט ארויס א בוך וואס גייט ערשיינען סעפטעמבער 12 למספרם. דעם נאמען פינעם בוך איז "וואס איז געשען? What happened".

איך וויל וויסן ווער עס ווייסט נאכנישט וואס איז געשען???

קורקלענד » דאנערשטאג יולי 27, 2017 5:14 pm

· #380580
diff
איז דא באהאלטענע פארום'ס ווי די עליטע בארעדן די אנדערע

[ציטאט אראפגענומען]

געוואלדיג » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2017 6:18 pm

· #381281
אוודאי וויל איך וויסן...
.
📎 20170803_180620.jpg

יהושע חיים » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2017 6:24 pm

· #381282
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
געוואלדיג
.

ווי איז דאס געווען געדריקט?

איש את רעהו » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2017 7:35 pm

· #381291
עס קוקט אויס ווי איינער וויל טרייבן קאטעוועס פון גאר א חשובער אדמו"ר, איך וויל נישט הויעך זאגן וואס עס קוקט אויס ווער עס האט עס אריינגעלייגט.

געוואלדיג » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2017 11:37 pm

· #381325
אין קול הציבור היינט

געוואלדיג » פרייטאג אוגוסט 4, 2017 8:44 am

· #381342
Wow די כח פון קאווע שטיבל
נעכטן האב איך דאס געפאוסט
געוואלדיג
.

היינט
📎 20170804_083807.jpg

דער דאס » זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:50 am

· #382244
געוואלדיג
איז דא יארן וואס עס איז נישט ערווארטעט א מאנגל אין יאנאווער אתרוגים?


חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!

פון טעגליכע דער איד
📎 Screenshot_2017-08-13-10-43-52-1.png

ביליג » זונטאג אוגוסט 13, 2017 12:28 pm

· #382256
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ישראל שווארץ האט אנגערופן אסאך פון זיינע האלסעיל קונים אז אדער האט נישט קיין אתרוגים די יאר
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92